חודש'ליכע קינדערגעלט [עקספענדעד/עדווענסד טשיילד טעקס קרעדיט - חלק פון 3'טע סטימיולעס]

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קוואל וואסער האט געשריבן:דערווייל האט טראמפ געשפענדט מער סטימולוס ווי ביידען - עס האלט ביי בערך 5.4 טריליאן, פון דעם איז ביידען נאר 1.9 טריליאן, און אלעס איבעריג איז פון טראמפ. נישט קיין תוספות נישט קיין סברא סתם שטותים און קאנספיריעסי.

איך מיין אז צישטעלן די ספענדינג פון א פרעזידענט וואס איז קוים 3-4 חדשים אין אפיס צו די טאטאלע ספענדינג פון טראמפס גאנצע 4 יאר, איז די ריעל קאנספיריסי..

אדרבה לאמיר נעמען "סייענס" און "פאקטן", לאמיר נעמען דאס וואס ביידען האט דערווייל געספענד און עס דאפלען יעדע 3-4 חדשים צו נאכאמאל אזוי סאך...
---
איך רעכן נישט אזוי, נאר לשיטתך אז מקען עס צושטעלן צו טראמפס גאנצע 4 יאר, דארף מען עס לכאורה יא אזוי רעכענען
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צל עובר האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:די מארטגעידזש ראטעס זענען לעצטנס היבש ארויף, אזוי מאכט מען זיכער אז סזאל נישט זיין אזויפיל געלט אינדערויסן
די זעלביגע איז מיט די געז פרייזן וכו'

מקען נישט פארטיילן אבי געלט, אויב יא וועסטו עס שיינערהייט אויכעט מוזן אויסגעבן דורך עפעס א הינטערטירל

געלט איז "ווערד", אויב באקומט מען עס "בחינם" אן דארפן געבן עפעס "ווערד" דערפאר, וועט די געלט פארלירן איר "ווערד".
פארשטייט זיך אז ס'איז נישט ממש אזוי פשוט אבער די קאנצעפט איז אן אמת'ער, איין ערך ווענעזועלע

די מארטגעדזש ראטעס זענען טאקע אפשר אביסל ארויף, אבער דאך פיצי נידעריג קעגן די היסטאריע.

מיין עיקר פוינט איז געווען אז דו באקומסט נישט גארנישט פון דער רעגירונג, סאיז נישט שייך פאר "יעדעם" צו באקומען מער ווי א געוויסע "ווערד" פון געלט, ווייל אויב יא פארלירט די געלט איר ווערט

אויב סאיז דא צופיל געלט אינדערויסן וועלן די מארטגידזש רעיטס ארויפגיין, (ווייל די פעדעראלע רעזערוו וועט אויפהערן צוריקצוקויפן לאונס וועלכע די בענק געבן ארויס פאר קליינע רעיטס, מיטן ציל צו אפשטעלן די אינפלעישן) וואס דאס מיינט אז די זעלבע עקסעס וואס כהאב אמאל געהאט צו געלט וועל איך ווייטער האבן.. נאר ס'וועט זיך פשוט טוישן די נאמען פון "מארטגידזש לאון" צו "קינדער געלט" וכו'

א מארטגידזש לאזט כאטשיק דעם ארימער מענטש זיך מיטכאפן מיטן עשירים וואגאן.. מעגליך..
אבער קינדער געלט מיט הויעכע מארטגידזש ראטעס פארזיכערט אז די מיטל קלאס בלייבט טאקע דארטן ווי זיי זענען (אזויווי סאיז די רצון פון אונזערע ליבעראלע פארזארגערס)
----

דאס וואס כהאב געשריבן איז די קאנצעפט.

פראקטיש גערעדט: איינער וואס נעמט היינט א מארטגידזש אנשטאט א חודש צוויי צוריק וועט אין די ענדע צוריקצאלן די זעלבע געלט (אדער מער) וואס ער האט געקריגן פון די יעצטיגע סטימולוס ביל!!

גענוג קלאר?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבער די מארטגעדזש ראטעס זענען פשוט זייער נידעריג, נישט די פארקערטע.

נאכאמאל, אויב עס איז נישט גענוג קלאר, מארגעדזש ראטעס זענען זייער נידעריג.

און מען האלט שוין נאך עטליעסט דריי יאר אויפגעבלאזענע בודזשעטן, און נאך איבער א יאר וואס מען גיסט געלט.

און די פעד האט עס נישט ארויפגעריקט די וואך, ווילנדיג אז עס זאל ווייטער זיין נידעריג.

געז איז טאקע נישט ביליג יעצט, אבער עס איז פארט געווען בערך אזא פרייז און מער, פאר א גרויסע חלק פון די צייט אונטער טראמפ.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צל עובר האט געשריבן:אבער די מארטגעדזש ראטעס זענען פשוט זייער נידעריג, נישט די פארקערטע.

נאכאמאל, אויב עס איז נישט גענוג קלאר, מארגעדזש ראטעס זענען זייער נידעריג.

און מען האלט שוין נאך עטליעסט דריי יאר אויפגעבלאזענע בודזשעטן, און נאך איבער א יאר וואס מען גיסט געלט.

און די פעד האט עס נישט ארויפגעריקט די וואך, ווילנדיג אז עס זאל ווייטער זיין נידעריג.

געז איז טאקע נישט ביליג יעצט, אבער עס איז פארט געווען בערך אזא פרייז און מער, פאר א גרויסע חלק פון די צייט אונטער טראמפ.

נאכאמאל, דאס געלט וואס מהאט יעצט באקומען קען מען גראד אריינלייגן אינעם מארטגעדזש.. ווער סגייט יעצט פאר א לאון

ביידענס יעצטיגע ספענדינג איז לכל הדיעות אסאך מער ראדיקאל ווי טראמפ, און אזוי אויכעט איז דאס נאר אן התחלה משא"כ טראמפ וואס האט עס נאר געטון לשעה

מארק מיי ווארדס, די פעד גייט ארויפריקן די רעיטס אין די נישט ווייטע צוקונפט, אנלעסס סקומט נאך א עקאנאמישע רעסעסיע

געז איז געווען אויפן וועג אראפ און יעצט איז עס אויפן וועג ארויף, אזויווי א חולה וואס היילט זיך אויס ביחס צו א חולה וואס ווערט קראנק.. ביידע פילן דאך די זעלבע.. ניין?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין, געז איז נישט אלעמאל געווען אויפן וועג אראפ די לעצטע פיר יאר.

און גראדע, רוב פון די יעצטיגע הויב אין פרייז איז נאך געווען אונטער טראמפ.

און יעצט גייען שוין גראדע די אויל פרייזן מער אין די סטאביל/אראפ ריכטונג. WTI איז שוין געווען 66$, האלט יעצט ביי 59$.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

מסתמא האט געשריבן: אויב סאיז דא צופיל געלט אינדערויסן וועלן די מארטגידזש רעיטס ארויפגיין, (ווייל די פעדעראלע רעזערוו וועט אויפהערן צוריקצוקויפן לאונס וועלכע די בענק געבן ארויס פאר קליינע רעיטס, מיטן ציל צו אפשטעלן די אינפלעישן)


ר' איד פליז, די פעדס קויפן נישט די לאונס, נאר פעני און פרעדי, און אויב זיי ווילן נישט קויפן וועט ניש זיין קיין מאגידזש בכלל, רעט נישט קיינע שטותים, די רעיטס גייען נישט לויט פרערדי און פעני נאר לויט טרעשורי באנד מארקעט

אין קוים א יאר קאוויד האט טראמפ שוין געשיקט איבער 3 טריליאן דאלאר, אבער עכט הייסט אז ביידען'ס 1.9 טריליאן איז מער ווייל ער איז נאר אפאר חדשים אין אפיס, וועלכע קאמפאני קאלקילעיטר האסטו, מעד אין טשיינע?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ספליסט טאקע געלט ווי @קוואל וואסער, אבער די וועליו דערפון וועט @מסתמא אנהאלטן @כצל עובר... (ח״ו).

פאקט (אויב סאיז נוגע): האביך מיטגעהאלטן די וואך אויף א לאון, אז פרעדי און מעני האבן געהויבן 2 פוינטס אויף אינוועסטמענטס פראפערטי, צו באקומען די זעלבע רעיט ווי א וואך בעפאר.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

קוואל וואסער האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן: אויב סאיז דא צופיל געלט אינדערויסן וועלן די מארטגידזש רעיטס ארויפגיין, (ווייל די פעדעראלע רעזערוו וועט אויפהערן צוריקצוקויפן לאונס וועלכע די בענק געבן ארויס פאר קליינע רעיטס, מיטן ציל צו אפשטעלן די אינפלעישן)


ר' איד פליז, די פעדס קויפן נישט די לאונס, נאר פעני און פרעדי, און אויב זיי ווילן נישט קויפן וועט ניש זיין קיין מאגידזש בכלל, רעט נישט קיינע שטותים, די רעיטס גייען נישט לויט פרערדי און פעני נאר לויט טרעשורי באנד מארקעט

אין קוים א יאר קאוויד האט טראמפ שוין געשיקט איבער 3 טריליאן דאלאר, אבער עכט הייסט אז ביידען'ס 1.9 טריליאן איז מער ווייל ער איז נאר אפאר חדשים אין אפיס, וועלכע קאמפאני קאלקילעיטר האסטו, מעד אין טשיינע?

די גאנצע טענעהריי און א זייט געלייגט, מיינעך אז דיין קאלקילעיטער איז זייער צומישט......
1.9 און 3 חדשים איז היפש מער ווי 3.1 און 9 חדשים דזשאסט פאר די רעקארד
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

כמיין די טשייניזער האבן זיך אריינגעהעקט דא... טראמפ האט געגעבן 3.1 טריליאן זייט קאראנע איז אנגעקומען א יאר צוריק אבער ווייל ביידען האט צוגעלייגט נאך 1.9 טריליאן זייט ער איז פרעזידענט הייסט ער שיין געגעבן מער, גארנישט פאני
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

טראמפ און ביידען און די זייט געלייגט, אבער קודם א שכויעך פאר זיי ״ביידען״, שטארק נהנה געווען ב״ה (עכ״פ אויף די מינוט זיכער....)

א טראפ לקרב אל השכל וואס דא טוט זיך.
אויב אויף א פארטריקענטע שטח, וועט איינער גיסען א טראק לאוד מיט וואסער, וועט דאס בס״ה פארשטאפען די טריקענע שפאלטענעס. און אויב גיסט מען א צווייטס? וועט דאס ערד שוין ווייעך ווערן, נו איז דאך גוט מען קען שוין פלאנצען! וואס טוט זיך אבער אויב אויך א דריטס? וועט דאס ערד שוין ווערן אביסעל מאראסטיג... מען קען נאך אפשר וואקען, אבער מען דארף זיין פארזיכטיג נישט זיך צו פארשמירען, נישט געפערליך... וואס טוט זיך אבער אויב זעהט מען די הימעל איז אויך שטארק פארוואלקענט?!? דארף מען כאפן די שטיוועל און טרעפן שוץ באצייטענס.

לענינינו, (אויב טראמפ איז אויף אלעס שולדיג) קען זיין טראמפ האט געדארפט וויסן אז עס קומט וואלקענעס (די דעמס) אויפן לאנד און עס גייט זיך גיסן כשיטתם (הטוב), און ער וואלט זיך געדארפט איינהאלטען פון גיסען די ערשטע 2 טראק לאודס מיט גרינע סחורה....
אבער כעת אויב וועלט לענדער אדער סתם אזוי גרויסע אינוועסטירער ווי אויך די קאנסומער, נאך זעהן טראמפס טראק לאודס און זעהן אז אקעי די מצב איז נישקשה מען קען אריינכאפען אינוועסטמענטס צו פלאנצען רווחים, אבער דערנאך קומט א פרישע לאוד, עס הייבט אן ווערן מאראסטיג.... און ווען זיי קוקן ארויף צו די באהערדע זעהען זיי שווארצע וואלקענעס מיט אפעטיט אויף צו באגיסן.... כאפט מען א פליגער אויף פלארירע/טשיינע....

פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שיטת בפאליטיק וועט יעצט קענען טענהן צו די ערשטע טראק לאוד איז שולדיג אדער די דריטע,, און בעיקר צו עס איז פארוואלקענט :wink:

א לעכטיגן שבת הגדול
כל ברכאין דלעילא ולתתא ביומא שביעא תליין
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

קוואל וואסער האט געשריבן:כמיין די טשייניזער האבן זיך אריינגעהעקט דא... טראמפ האט געגעבן 3.1 טריליאן זייט קאראנע איז אנגעקומען א יאר צוריק אבער ווייל ביידען האט צוגעלייגט נאך 1.9 טריליאן זייט ער איז פרעזידענט הייסט ער שיין געגעבן מער, גארנישט פאני

צדיק די קענסט רעכענען?!?!

3.1 און 9 חדשים איז מער ווי 1.9 און 3 חדשים????
פארצענטועל איז עס סאך ווייניגער.... ווארט נאר צו וואס ביידען גייט ספענדן די קומענדיגע 6 חדשים!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

שווער צו וויסן ווער סי ערנסט און ווער סי-לצ'ט ארום דא

טראמפ אליינס האט געוואלט גיסן מיט א שפע, און ער האט טאקע געגאסן וויפיל די אומשטנדן האבן אים ערלויבט. ביידען איז געקומען משלים זיין וואס טראמפ האט פריער געוואלט, דאס איז מציאות. וואס ביידען טוט ווייטער ווער ווייסט, למעשה די טשיילד קעיר געלט פון זומער איז שוין אין יעצטיגן פעקל פון 1.9 טריליאן. וואס נאך קען ער גיסן סתם פאר'ן המון עם די קומענדיגע חדשים, ווער ווייסט, אויב די עקאנאמיע וואקסט הערליך ניוסח טשיינע מיט זעקס זיבן פרעצענט וועט ביידען ניטש וועלן גיסן אזויפיל קעש און וועט וועלן נוצן זיין פאליטישע לעווריש מיט ריפוליבקאנער פאר אנדערע זאכענס.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צ"ק

דערווייל קוקט נישט אויס ס'וועט פאסירן די ספעציפישע סיסטעם. יעצטיגע רעדע איז פון אביסל שפעטער שיקן פאר עטליכע חדשים אינאיינעם יעדע שטיק צייט. אדער בלויז ענדע יאר ביים ריטורן.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אורח הכבוד האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:ביי א געוויסע זום מיטונג יעצטפון אגוד''י מיטן סענאט מעדזשארעטי לידער טשאק שומער האט שומער זיי געזאגט איבער די סטימילעס וויצעלדיגערהייט, זייט מוחל אבער די קרעדיט קומט פאר ראביי נידערמאן פון סאטמאר וואס האט מיך גערופען צו רעמאווען די "3 קינדער לימיט" פונעם ביל...

(שומער האט געזאגט אז ראביי נידערמאן האט אים געזאגט: וואס וועט זיין מיט פרו ורבו?!)

#סודות_פון_חדר
ווי זענען די עסקנים...

אמאל פלעגט מען דיסקרימינירן אנטקעגן די וואס האבן מער ווי 3 קינדער. ב"ה עס האט זיך גענדיגט.


די איי. אר. עס. איז גרייט:
מאנאטליכע "טשיילד טעקס קרעדיט" וועט אנהייבן צו קומען אין יולי למספ'



קליינע קינדער ביז 6 יאר אלט זענען בארעכטיגט פאר $3,600 - פון 7 ביז 17 בארעכטיגט פאר $3,000 - האלב פער חודש און אנדערע האלב ביי טעקס ריטוירנס קומענדיגן פרילינג - אייניגע קרעדיט פער קינד פאר אלע משפחה גרויסקייטן אדאנק סענאטאר שומער

יו. דזשעי. או. איז צופרידן צו מעלדן אז לויט די איי. אר. עס. היינטיגע וואך איז די אגענטור פולקאם גרייט אנצוהויבן ארויסשיקן די "טשיילד טעקס קרעדיט" פעימענטס אנגעהויבן פון קומענדיגן יולי למספ', ווי באשטעטיגט אין די דריטע "סטימולוס" ביל פון די פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן.

ביז יעצט איז די טשיילד קעיר קרעדיט געווען בלויז צוויי טויזנט דאלאר א יאר פער קינד, און מען האט עס באקומען נאכ'ן פיילן די יערליכע טעקס ריטוירן. אין די סטימולוס ביל איז די קרעדיט ארויף ביז 3,600 דאלאר פאר קינדער ביז 6 יאר, און ביז 3 טויזנט דאלאר פאר קינדער ביז 17 יאר, ועד בכלל.

אויסער די באדייטנדע העכערונג, איז אויך באשטעטיגט געווארן אז האלב פונעם קרעדיט וועט ארויסגיין אין די באלדיגע חדשים אלס דירעקט דיפאזיט אדער טשעקס, צו העלפן דעקן שטוב אויסגאבן אינעם קאוויד קריזיס, און די איבעריגע האלב וועט קומען ביים פיילן טעקסעס קומענדיגן פרילינג. פאמיליעס וועלן באקומען פעימענטס לויט די בארעכטיגטע קינדער אינעם 20' טעקס ריטוירן (אדער 19', אויב מ'האט נאך נישט געשיקט די 20' ריטוירן ביז מאי 17).

אלזא, די ערשטע האלב קרעדיט ווערט צוטיילט אויף זעקס דיפאזיטס אדער טשעקס, פון יולי ביז דעצעמבער. ניי-געבוירענע קינדער אין די דאזיגע מאנאטן ווערן זאפארט בארעכטיגט צו באקומען די פעימענטס, ווי נאר מ'האט א סאשעל סעקיוריטי נומער און מ'מעלדט איין ביי די איי. אר. עס. אינפארמאציע צענטער.

ביי די סטימולוס פארהאנדלונגען, איז געווען א פלאן צו באגרעניצן די קרעדיט צו מאקסימום דריי קינדער פער פאמיליע, אבער אדאנק העפטיגע שתדלנות און הילף פון סענאט פירער שומער, איז באשטעטיגט געווארן צו געבן דעם קרעדיט פאר יעדן קינד אייניג, אן קיין שום דיסקרימינאציע לויט די פאמיליע גרויסקייט.

סענאט פירער שומער ווערט באגריסט פאר די געוואונטשענע הילף קעגן פאמיליע דיסקרימינאציע. "דער ביל וואס איך האב געהאלפן דורפירן אין סענאט וועט האבן מאסיווע פאזיטיווע רעזולטאטן," זאגט ער. "דאס וועט האבן א שטארקע פאזיטיווע אפקלאנג פאר שווער-ארבייטנדע פאמיליעס וואס פרובירן צו דעקן זייער אויסגעבן דורכאויס דעם קריזיס."

סענאטאר שומער דערציילט אין א קאנפערענץ מיט עסקנים פון אמעריקאנער אגו"י און ביי אנדערע געלעגנהייטן, אז דורכאויס די טשיילד טעקס קרעדיט פארהאנדלונגען, האט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו אים גערופן זאגנדיג אז מ'טאר נישט פארגעסן פון די גרויסע משפחות, אז זיי זאלן אויך באקומען דעם קרעדיט פאר יעדן קינד, און אדאנק דעם האט ער ספעציעל געקעמפט צו פארזיכערן אז אלע קינדער זענען בארעכטיגט פאר'ן קרעדיט. די יו.דזשעי. דריקט אויס א הארציגן דאנק פאר'ן סענאטאר פאר זיין קעמפן נישט צו דיסקרימינירן קעגן גרויסע משפחות, וואס האט אריינגעברענגט טויזנטער דאלארן פער דורכשניטליכע משפחה אין הילף.

די "טשיילד טעקס קרעדיט" געלטער זענען פריי פון שטייערן, אזוי ווי אלע פריערדיגע סטימולוס געלטער, און ווערט נישט גערעכנט אלס אינקאם אויף די טעקס ריטוירן.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוואל וואסער האט געשריבן:שווער צו וויסן ווער סי ערנסט און ווער סי-לצ'ט ארום דא

טראמפ אליינס האט געוואלט גיסן מיט א שפע, און ער האט טאקע געגאסן וויפיל די אומשטנדן האבן אים ערלויבט. ביידען איז געקומען משלים זיין וואס טראמפ האט פריער געוואלט, דאס איז מציאות. וואס ביידען טוט ווייטער ווער ווייסט, למעשה די טשיילד קעיר געלט פון זומער איז שוין אין יעצטיגן פעקל פון 1.9 טריליאן. וואס נאך קען ער גיסן סתם פאר'ן המון עם די קומענדיגע חדשים, ווער ווייסט, אויב די עקאנאמיע וואקסט הערליך ניוסח טשיינע מיט זעקס זיבן פרעצענט וועט ביידען ניטש וועלן גיסן אזויפיל קעש און וועט וועלן נוצן זיין פאליטישע לעווריש מיט ריפוליבקאנער פאר אנדערע זאכענס.

די קינדער געלט האט "גארנישט" מיט טראמפ.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

למעשה זענען נאך די פלענער היבש פארנעפלט, און די יו זשעי או מאכט עס נישט קלאר:
וויפיל געלט וועט מען באקומען יעדע חודש און וויפיל סוף יאר ביים ריטוירן?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Ban Mazel האט געשריבן:למעשה זענען נאך די פלענער היבש פארנעפלט, און די יו זשעי או מאכט עס נישט קלאר:
וויפיל געלט וועט מען באקומען יעדע חודש און וויפיל סוף יאר ביים ריטוירן?

סאיז זייער קלאר!
די פעימענטס זענען 250 א חודש פאר העכער 6 און 300 א חודש פאר אונטער 6 יאר אלט!
די חודשליכע פעימענטס הייבט זיך אן אונעם זיבעטען חודש למספרם, איז טייטש אז פונקט האלב פונעם קרעדיט האט מען נאכנישט באקומען, במילא 6 חדשים קרעדיט גייט מען באקומען אויפן טעקס ריטורן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

חסד השם האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:למעשה זענען נאך די פלענער היבש פארנעפלט, און די יו זשעי או מאכט עס נישט קלאר:
וויפיל געלט וועט מען באקומען יעדע חודש און וויפיל סוף יאר ביים ריטוירן?

סאיז זייער קלאר!
די פעימענטס זענען 250 א חודש פאר העכער 6 און 300 א חודש פאר אונטער 6 יאר אלט!
די חודשליכע פעימענטס הייבט זיך אן אונעם זיבעטען חודש למספרם, איז טייטש אז פונקט האלב פונעם קרעדיט האט מען נאכנישט באקומען, במילא 6 חדשים קרעדיט גייט מען באקומען אויפן טעקס ריטורן

און קומענדיגע יאר, אויב משיח וועט חלילה נישט דא זיין, וועט זיך עס זיין א גאנץ יאר, און בלויז 150 אונטער 6. און 125 העכער 6? אדער אויך נאר פון יולי למספרם?

וויאזוי וועט מען צוטיילן די האלב פון די געלט, וואס איז נישט אויף די טעקס ריטורען?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

בסד האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:למעשה זענען נאך די פלענער היבש פארנעפלט, און די יו זשעי או מאכט עס נישט קלאר:
וויפיל געלט וועט מען באקומען יעדע חודש און וויפיל סוף יאר ביים ריטוירן?

סאיז זייער קלאר!
די פעימענטס זענען 250 א חודש פאר העכער 6 און 300 א חודש פאר אונטער 6 יאר אלט!
די חודשליכע פעימענטס הייבט זיך אן אונעם זיבעטען חודש למספרם, איז טייטש אז פונקט האלב פונעם קרעדיט האט מען נאכנישט באקומען, במילא 6 חדשים קרעדיט גייט מען באקומען אויפן טעקס ריטורן

און קומענדיגע יאר, אויב משיח וועט חלילה נישט דא זיין, וועט זיך עס זיין א גאנץ יאר, און בלויז 150 אונטער 6. און 125 העכער 6? אדער אויך נאר פון יולי למספרם?

וויאזוי וועט מען צוטיילן די האלב פון די געלט, וואס איז נישט אויף די טעקס ריטורען?

פארוואס 150? 125?
ניין סאיז טאטעל 3000 א יאר פאר העכער 6 און 3600 פאר אונטער זעקס....
נאר סקומט צוטיילט לויט די חדשים סאו די צווייטע האלב יאר באקומט מען די 250/300 חודשלעך אןן פאר די ערשטע זעקס חדשים די טאטעל פון 1500/1800 באקומט מען בעז"ה אויפן טעקס ריטורן....
וועגן אנדערע יארן, אויב גייט עס ווייטער אנגיין גלייב איך אז אלעס וועט קומען אויפן חודש און נישט אויפן ר יטורן, יעצט האט נאר גענומען צייט עס אויפציסעטן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

חסד השם האט געשריבן:וועגן אנדערע יארן, אויב גייט עס ווייטער אנגיין גלייב איך אז אלעס וועט קומען אויפן חודש און נישט אויפן ר יטורן, יעצט האט נאר גענומען צייט עס אויפציסעטן

דאס מיינט בעצם, אז די ריטוירן גייט זיין קלענער ח"ו היל"ת?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חס ושלום אז עס גייט זיין עטוואס קלענער פאר דעם איינטויש פון פעטע חודש'ליכע טשעקלעך פון היפש מער געלט במשך דעם יאר?

דאס מיינט דאס, יא.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נאכאמאל קלאר
די קרעדיט איז ארויף פון 2 אלפים צו 3 אדער 3.6
האלב פון דעם קומט צוטיילט פער חודש ביז דעעמבער
האלב קומט ביים טעקס ריטוירן ווי יעדן יאר
אויף קומענדיגע יארן טענהט מען זיך נאך אין קאנגרעס
אין עוד מלבדו
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איך האב עס שוין געפרעגט ערגעץ אנדערש, און איך האב נישט באקומען קיין ענטפער. אפשר דא וועט איינער זיך מרחם זיין.
גייט דאס געלט קומען אויטאמאטיש? אדער גייט מען זיך דארפן איינשרייבן ערגעץ?
איינער וואס זיין סטאטוס האט זיך געטוישט פון יארע 20 וואס וועט זיין?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויטאמאטיש, פאר ווער עס האט שוין געפיילט מיט די איי אר עס. אזוי ווי די סטימילוס'ס.

אויב א קינד איז נאכנישט געפיילט ביי זיי, וועט מען לכאורה באקומען די גאנצע פאר יענעם קינד ביים קומענדיגן טעקס ריטורן.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: חודש'ליכע קינדערגעלט [חלק פון 3'טע סטימיולעס] (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

צל עובר האט געשריבן:אויטאמאטיש, פאר ווער עס האט שוין געפיילט מיט די איי אר עס. אזוי ווי די סטימילוס'ס.

אויב א קינד איז נאכנישט געפיילט ביי זיי, וועט מען לכאורה באקומען די גאנצע פאר יענעם קינד ביים קומענדיגן טעקס ריטורן.

ייש"כ.
אויב האב איך נישט געלייגט קיין באנק אקאונט ביי די פריערדיגע טעקס רעטוירן, איז נאך דא א וועג דאס צו לייגן יעצט?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”