קרן שדכנים ד'באבוב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

באנאנא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:56 pm
קול ששון וקל שמחה - קול חתן וקול כלה!

אצינד ביים טיש בליל זאת חנוכה, האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער דאס ענין פון העלפן א צווייטע, און צום סוף מודיע געווען אז מען וועט פון פריש מחדש זיין דעם 'קרן שדכנים' וואס ער האט געגרינדעט מיט צוויי יאר צוריק ביום שושן פורים.

דער רב האט דערמאנט, אז באותו מעמד האט ער געזאגט אז ס'וועט לויפן מיום פורים זה עד יום הפורים פונעם קומענדיגע יאר - איין פולע יאר, און מען האט עס למעשה אפילו אביסל פארלענגערט. רעדענדיג וועגן די קאסטן האט דער רב געזאגט אז ס'האט אים געקאסט העכער פיר הונדערט טויזענט דאלער יענע יאר, אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט.

ארומרעדענדיג איבער'ן ענין פון עוסק זיין אין שידוכים האט רבינו שליט"א בתוך דבריו זיך געגעבן א רוף אן 'חיים (-גאלפינגער, משב"ק) קען מעיד זיין אז איך בין עוסק אין שידוכים איעדע טאג, טאג און נאכט, כ'הער נישט אויף טראכטן און טוען אין דעם - וואס זאל איך זאגן, ס'איז פאר מיר יסורים (די עלטערע בחורים און מיידלעך אינעם קהילה)!'

דערביי האט דער רב געמאלדן אז מען וועט פון פריש מחדש זיין דעם קרן, מיט די זעלבע סכומים פון צוויי יאר צוריק, פאר די קומענדיגע דריי חדשים, ביז שיתסר, כדי צו געבן א שטיפ און א תמיכה הראוי להתכבד פאר די עוסקים בדבר - און געבעטן אז יעדער איינער פונעם גאנצע קהילה זאל עוסק זיין אין שידוכים און ארויסהעלפן איינעם דעם צווייטען.
שטארק !
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”