מיללער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:maybeeynot האט געשריבן:שרייב וואס סאיז
בנין קליין ק.י. מהר"א
כ'האב שיר געמיינט אז ס'איז תמר יפרח..
עס איז טאקע
צדיק כתמר יפרח, כארז בלבנון ישגה
מ'קען דאס קלאר זאגן אויף די הייליגע שטאט קרית יואל, בחצרות אלקינו יפריחו, עס וואקסט און בליעט בלעה"ר אויף א זעלטענעם פארנעם.
איר ווייסט נישט ווי גוט איר זאגט!
(קען זיין אז יא...)די מוסדות התורה אין קרית יואל אלע איינס ביי איינס, האבן אין די לעצטערע יארן מרחיב געווען די גבולי הקדושה אויף א מאסשטאבליכן פארנעם. מיט טויזענטער פרישע קינדער כ"י.
אלע האבן געבויעט נייע בנינים. - בלויז אין די לעצטע צוויי יאר - בנין גאלדשטיין מהר"א, בנין גאלדבערגער מהרי"י, בנין קויפמאן בנ"י, בנין אליהו מהרי"י, בנין קליין מהר"א, בנין לאה אסתר מהר"א, בנין ישיבה חברון מהרי"י, בנין ישיבה קארלסבורג מהר"א, בנין ישיבה קריט"ל מהרי"י, ועוד ועוד.
אלע צאלן די וועידזשעס אין צייט, בני יואל די לעצטע 7 יאר, מהרי"י די לעצטע 2 יאר און העכער, מהר"א האט אויכעט אנגעהויבן צאלן לעצטענס די טיטשערס מער אין צייט, א זאך וואס איז זייער באגריסענד!
דאס איז בנוסף צו די מוסד באר מים חיים וואס איז זייער מצליח אויף זייער אגנארטיגן אופן.
צדיק כתמר יפרח!
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!