ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען נאמינירט ריכטערין ריטא לין צום דיסטריקט געריכט אין צפון קאליפארניע
זי וועט זיין די ערשטע כינעזע אמעריקאנע פרוי אויף דעם באנק
זי וועט זיין די ערשטע כינעזע אמעריקאנע פרוי אויף דעם באנק
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
יר"ה אדרעסירט דעם עקאנאמיע און רופט אויף קאנגרעס אדורכצופירן דעם אינפלאציע רעדוקציע אקט.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220731-131100_Twitter.jpg (119 KiB) געזען 1466 מאל
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
WASHINGTON: White House: Biden to speak at 7:30 on 'successful' operation against 'significant al-Qaida target' in Afghanistan
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
Fox News: Al Qaeda leader Ayman Al-Zawahiri is the senior leader taken out by a CIA drone strike in Afghanistanאור האט געשריבן:WASHINGTON: White House: Biden to speak at 7:30 on 'successful' operation against 'significant al-Qaida target' in Afghanistan
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.
עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..
(אויב זיי האבן קאאפערירט/נישט געשטערט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)
עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.

לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 973
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
עקסטערע אשכול אלערט
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.
עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..
(אויב זיי האבן קאאפערירט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)
עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
כהיום זעכער נישט.
ס׳איז אבער א געוואלדיגע מאראלישע מיילסטאון אין די מלחמה קעגן טעראר.
ס׳איז אבער א געוואלדיגע מאראלישע מיילסטאון אין די מלחמה קעגן טעראר.
רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 973
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
נאך נישט דא קיין דעטאלן אבער @צל געבט שוין קרעדיט פאר טראמפ.צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.
עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..
(אויב זיי האבן קאאפערירט/נישט געשטערט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)
עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.
טיפיקאל דעמאקרעט...
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
ביי מיר און ביי דיר איז סולימאני גרעסער, אבער רוב מענטשן האבן נישט געקענט דעם נאמען.ר' זעקל האט געשריבן:יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.
שטייצעך אז מען רעדט גרעסער פאליטיש, טאקטיש וואלט איך געזאגט גייט עס קודם סולימאני, נאכער באגדאדי, נאכער בין לאדען, נאכער זאוואהירי.
אבער זאוואהירי איז נאך מער א האוזהאולד נאמען אפילו ווי באגדאדי, ער האט אסאך אמעריקאנער בלוט אויף זיינע הענט און אויף זיין קרעדיט, נאך פון פאר ניין עלעוון.
זייער נישט קיין פאסיגע צייט, מען העט ווען געדארפט ווארטן אויף נאך די 9 טעג..
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
גערעכט.צל עובר האט געשריבן:ביי מיר און ביי דיר איז סולימאני גרעסער, אבער רוב מענטשן האבן נישט געקענט דעם נאמען.ר' זעקל האט געשריבן:יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.
שטייצעך אז מען רעדט גרעסער פאליטיש, טאקטיש וואלט איך געזאגט גייט עס קודם סולימאני, נאכער באגדאדי, נאכער בין לאדען, נאכער זאוואהירי.
אבער זאוואהירי איז נאך מער א האוזהאולד נאמען אפילו ווי באגדאדי, ער האט אסאך אמעריקאנער בלוט אויף זיינע הענט און אויף זיין קרעדיט, נאך פון פאר ניין עלעוון.
זייער נישט קיין פאסיגע צייט, מען העט ווען געדארפט ווארטן אויף נאך די 9 טעג..
איך דענק ווען איך האב באקומען די ערשטע מעסעדזש אז ס'איז דא באריכטן איבער א אטענטאט אויף סאלאמאני איך האב אנגעהויבן שפרינגן און מיינע חבירים אין ביהמ'ד האבן נישט געקענט כאפן ווער דאס איז.
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אפדעיט, מאנכע ווייזן יעצט אן אויף דעם טוויט פון 2 שעה צוריק.
אויב עס איז די זעלבע זאך, איז משמע בפשטות אז דער טאליבאן האט זיך נישט צוגעשטעלט.
אויב עס איז די זעלבע זאך, איז משמע בפשטות אז דער טאליבאן האט זיך נישט צוגעשטעלט.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220801-180657_Twitter.jpg (164.06 KiB) געזען 1249 מאל
Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
נאו קוועסטשאן!טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כהיום זעכער נישט.
ס׳איז אבער א געוואלדיגע מאראלישע מיילסטאון אין די מלחמה קעגן טעראר.
אייביג געטראכט צו מיר, דער זאל מיר נישט אפשטארבן פאר מען כאפט אים..
מיט דעם איז מער ווייניגער אויסגעפירט געווארן די לעגענדארע היסטארישע אויסרוף פון פרעזידענט בוש איבער די ברוכווארג פון די טווין טאוערס (הגם עס איז נישט געווען soon..)
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
.
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20220802-WA0012.jpg (73.54 KiB) געזען 1107 מאל
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען געמאלדן די אויפנאמע פון צוויי הויכראנגיגע פעדעראלע באאמטע צו דינען אלס קאארדינירער פאר די פעדעראלע רעגירונג'ס מאנקיפאקס אויסברוך רעאקציע.
ראבערט פענטאן, אדמיניסטראר פון פימא'ס ניינטע ראיאן, איז געווארן אויפגענומען אלס קא-ארדינעיטאר, און דעמיטרע דאסקאלאקיס וועט דינען אלס דעפיוטי קא-ארדינעיטאר.
ראבערט פענטאן, אדמיניסטראר פון פימא'ס ניינטע ראיאן, איז געווארן אויפגענומען אלס קא-ארדינעיטאר, און דעמיטרע דאסקאלאקיס וועט דינען אלס דעפיוטי קא-ארדינעיטאר.
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
יש מחר לאחר זמןפאליטישע עקספערט האט געשריבן:SOON קען מיינען באלד........
אני הוא הנער, נער המדבר
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די מיליטער רופט אפ צום צווייטן מאהל די יאר אן אינטערנאציאנאלע באלסיטישע מיסיל טעסט און רעפובליקאנער באשולדיגן אז נאכן אפרופן אזא טעסט מיט עטליכע מאנאטן צוריק נישט צו אנצושטרענגן די באציאונגען מיט רוסלאנד האט עס די אדמיניסטראציע אצינד נאכאמאל אפגערופן און די אויסרייד דאס מאהל איז די אנגעצויגענע לאגע מיט כינע
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
רעפובליקאנע עף.טי.סי. קאמישאנער נח פיליפס וועט אפטרעטן פון אמט קומענדיגע הערבסט.
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
נייגעריג אויב דער פרעזידענט וועט עפוינטן ממש א נעווער טראמפער, אדער סתם אזוי א ריינא..
די רעפאבליקאנער פארטיי האט א ווארט לגבי ווער איז גענוג רעפאבליקאנער צו ווערן געשטעלט אלס רעפאבליקאנער קאמישענער?
די רעפאבליקאנער פארטיי האט א ווארט לגבי ווער איז גענוג רעפאבליקאנער צו ווערן געשטעלט אלס רעפאבליקאנער קאמישענער?
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אביסל מער בעקגראונד איבער די קאמיסיעאלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:רעפובליקאנע עף.טי.סי. קאמישאנער נח פיליפס וועט אפטרעטן פון אמט קומענדיגע הערבסט.
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות
די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון 5 קאמיסיאנערן נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט און באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אבער עס קענען נישט זיצן דערויף מער פון 3 קאמיסיאנערן פון די זעלבע פארטיי
אצינד איז די קאמיסיע חסר אחת ווען קריסטינע ווילסאן, און נח יושע פיליפס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך טראמפ און ראבעקע סלאוטער דורך פרעזידענט ביידען און גאנץ לעצטנס לינא קהאן אלץ פארזיצער פון די קאמיסיע דורך פרעזידענט ביידען
די קהאן נאמינאציע איז געווען א פעט ביינדל פאר די ליבעראלן ווען ער האט איר געשטעלט צו ערזעצן ראהיט טשאופרע וועמענס טערמין איז אפגעלאפן און פרעזידענט ביידען האט אים נאמינירט אנצופירן מיט די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג אגענטור
קהאן איז אריינגעקומען מיט א גאר אמביציעזע אגענדע אבער זי האט זיך גלייך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די קאמיסיע באשטייט דערווייל פון בלויז 4 קאמיסיאנערן און א יעדע ערנסטע פראגע וועט ווערן געשטימט 2-2 וואס באדייט אז איר מאכט איז טעכניש טויט
קהאן איז אבער אויפגעקומען מיט א געלונגענע סטראטעגיע צו פארוואנדלען די פיר פערזאן קאמיסיע אין איינס פון פינף
די פלאן האט געלויטעט אז איר פארגייער ראהיט טשאופרע האט אינעם לעצטן טאג אין אמט געשטימט אויף אזויפיל ווי 20 מאושענס וועלכע שטייען פארנט פון די קאמיסיע און קענען נישט פאראויסגיין צוליב א 2-2 טיי
אצינד ווען קהאן האט איבערגענומען די לייצעס האט זי אפגעגעבן די פיפטע שטימע איבערצואוועגן דעם וואגשאהל פון 2-3!
איר זענט צומישט? לאמיר אייך אויסקלארן
עס איז איינגעפירט ביי די קאמיסיע אז אירע מיטגלידער שטימען דורך אימעיל און אויב סיי וועלכע קאמסיאנער ברענגט ארויף אין אימעיל זיין שטימע אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט באקומט די פראגע 30 טאג אין וועלכע די איבריגע מיטגלידער קענען רעאגירן אין שטיצע אדער אין קעגנערשאפט און אויב קיינער רעאגירט נישט ביז דרייסיג טאג פאלט די אפשטימונג אדורך
אוי אבער אפילו בלויז איין אנדערע מעמבער רעאגירט צו די אפשטימונג און שטיצט עס דאן באקומט די אינציאטיוו פרישע דרייסיג טאג צו לעבן
נאך דרייסיג טאג פון איגנאראציע גייט די אפשטימונג שלאפן סיידן א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע
אויב א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע ווערט פארמירט א מאיאריטעט פון שטיצע און די איבריגע מיטגלידער באקומען 24 שטונדן אין וועלכע זיי קענען זיך לאזן הערן און רעקארדירן זייערע שטימען
טראץ וואס די פארשריפטן שרייבן גארנישט ספעציפיש איבער מעמבערס וועמען'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן האט קהאן אנגענומען א ליניע פון אפלערנען די רול מיט פשוטו כמשמעו אז יעדע מיטגליד קען שטימען און אויב עימיצער שטימט אין די קומענדיגע דרייסיג טאג (אפילו ווען דער וועלכע האט ארגינעל אויפגעברענגט די אפשטימונג איז שוין מער נישט אויפן קאמיסיע) בלייבט די אפשטימונג אקטיוו
גייענדיג מיט די הנחה, האט מען אויסגעארבעט אז אום אקטאבער 8 למספרם, הארט איידער טשאופרע האט איבערגעלאזט זיין פאזיציע האט ער אריינגעשיקט אפשטימונגען אויף אזויפיל ווי 20 אינציאטיוון
בלויז איינע פון די 20 זענען דערווייל געווארן פארעפנטליכט און די צוויי רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן און זיך אפגערעדט אז איינמאל טשאופרע איז ארויס זענען זיינע אפשטימונגען מער נישט פעליג
קהאן טענה'ט אבער אז טעכניש קען א מיטגליד שטימען צו וועלכע צייט ער סערווירט אויפן קאמיטע אפילו אין די לעצטע מינוט פונקט ווי א פרעזידענט קען אונטערשרייבן א געזעץ אין זייין לעצטע טאג
וויבאלד די פארשריפטן ערלויבן א צווייטע קאמיסיאנאר צו האלטן ביים לעבן אן אפשטימונג קען יענער עס טוהן הארט איידער די דרייסיג טאג פעריאד ענדיגט זיך און א דריטער קען נאך שטימען הארט איידער עס ענדיגט זיך 60 טאג
די ערשיינונג האט געשאפן א שטורעם זינט עס באדייט אז א שטימע פון עמיצער וועמענ'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן מיט כמעט 60 טאג צוריק (א שטייגער ווי טשאופרע וועלכע סערווירט שוין היינט אין א צווייטע אגענטור) קען נאך ווערן גערעכנט און זיין טייל פון א מאיאריטעט באשלוס טראץ וואס יענער האט נישט קיין סענאט באשטעטיגונג צו סערווירן דארט און פאסן באשלוסן
קהאן און אירע אליאירטע ווייזן אבער אן אז פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז עס אין איינקלאנג מיט די טרוקענע פארשריפטן פון די קאמיסיע וועלכע שרייבט נישט ארויס אז איינמאל א קאמיסיאנאר פארלאזט זיין אדער איר אמט איז יענעם'ס אפשטימונגען מער נישט גילטיג און אבזערווירער ווייזן אן אז אפילו אויב זאל פון א יורידישן שטאנדפונקט ווערן אפגעלערנט די פארשריפטן מיט קהאן'ס פירוש קען א געריכט פארט זאגן אז די פארשריפטן זענען טאקע נישט אויסגעהאלטן
אויף דערווייל האט זיך פארמירט א גרופע סענאטארן וועלכע שלאגן פאר א לעגיסלאציע וועלכע זאל קלארשטעלן אז שטימען פון געוועזענע קאמיסיאנארן זאלן נישט קענען ווערן גערעכנט
די גרופע ציילט סענאטארן בלאנט, מארען, טון, לי, קרוז, לומיס און דזשאנסאן וועלכע ברענגן ארויס אז די איינפיר איז אבסורד און טאר נישט נישט בלייבן שטיין
צום באטאנען איז די עצם איינפיר אז מען קען אפגעבן שטימען עלעקטראניש אין באזונדערע צייטן נישט קיין נייע זאך און עס איז אן אנגענומענע פראקטיצירונג אויף מערערע קערפערשאפטן אריינגערעכנט אפעלאט געריכטן ווי ריכטער וועלכע האבן שוין געפאסט זייער באשלוס קענען עס אריינשיקן טראץ וואס די פארהאנדלונגען צווישן די ריכטער אין די קעיס גייען נאך אן אבער דארט זענען די שטימען נישט בונדענד ביז מען שטעלט צוזאם די אורטייל און די ריכטער קענען צו יעדע צייט טוישן זייער שטימע און איבער אלעם איז דארטן אויך נישט איינגעפירט צו רעכענען די שטימען פון ריכטער וועלכע האבן איבערגעלאזט די באנק איידער די צייט פון די אורטייל וואס דאס איז די הויפט אישו אין די איצטיגע קאמיסיע שטרייט
גראדע האט די ניינטע קרייז געריכט יא אמאל פרובירט צו רעכענען די שטימען פון געוועזענע ריכטער אבער די סופרים קאורט האט שפעטער בלאקירט די פראקטיצירונג
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אינטרעסאנטע פרשה.
נישט געוואוסט אז עס דארף נאר זיין איין רעפאבליקאנער, דהיינו אז מען קען לכתחילה נעמען אן "אינדעפענדענט", אפשר גאר ליז טשעיני? זי קען נוצן א דזשאב נעקסטע יאר..
נישט געוואוסט אז עס דארף נאר זיין איין רעפאבליקאנער, דהיינו אז מען קען לכתחילה נעמען אן "אינדעפענדענט", אפשר גאר ליז טשעיני? זי קען נוצן א דזשאב נעקסטע יאר..
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פארהאנדלער איבער א נוקלעארע אפמאך מיט איראן האבן היינט געפארטיגט די טעקסט פון א דיעל וואס אלע זייטן זאגן אז מען וועט שוין ווארשיינליך נישט טוישן צוליב וואס מען האט שוין אלעס דעבאטירט אויף אלע ווען וואס נאר מעגליך
אצינד גרייט זיך איראן'ס הויפט פארהאנדלער אלי קאני אהיימצופליען און הערן פון זיינע אויבערהארן אויב זיי זענען וויליג צו אקצעפטירן די אפמאך
אצינד גרייט זיך איראן'ס הויפט פארהאנדלער אלי קאני אהיימצופליען און הערן פון זיינע אויבערהארן אויב זיי זענען וויליג צו אקצעפטירן די אפמאך
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען סקעדזשול פאר מארגן
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220808-214125_Gallery.jpg (171.86 KiB) געזען 622 מאל
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
יר"ה.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220809-121057_Twitter.jpg (172.34 KiB) געזען 536 מאל