סטיטשינער האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:איך האב פארשטאנען די קעפל אז ביבי האט געהאט א טראמפ סטייל סוקסעס. גענומען א שרעקליכע דורכפאל און געמאכט פון דעם א געווינס...
וועלכע דורכפאל?
וואס הייסט? די אנעקסירונג. ער האט דאך געשוואורען ביי דעם.
זיי האבן עס נישט אפגערופן, נאר אפגעשטופט.
מען דארף פארשטיין אז דא איז דא א גרויסער בילד. מען קען נישט דזשאדזשן סיי וועלכע מאוו ביים אנקוקן דעם פרט אזוי ווי ער איז. טראמפ, ווי איך פארשטיי האט א גאול. ער וויל זען רואיגקייט אין יענעם ראיאן. ער וועט טון אלעס אין דעם ריכטונג, אפילו זאכן וואס וועט נישט געפעלן פאר מד"י.
ער האט אבער געהאלטן אז די פאלעסטינער זענען פיל מער א שטער פאר שלום ווי מד"י, זיי זענען דעספרעט מיואש'דיגע מענטשן וואס זענען נישט אינטערסירט אין א בעסערע רואיגערע לעבן, נאר צו זיצן אין האסע און פייטן מדנ"י און פאר א נויט, צו זיין אנגעלאנט אויף זייערע מאכטפולע מוסלמענישע פריינט אין יענעם ראיאן, וואס אין צייט פון נויט, וועט שוין דער גרויסער ברודער זיך אננעמען פאר מיר און מאכן סדר.
טראמפ האט דאס פארשטאנען, האט ער באשלאסן אז ער גייט ארבעטן אויף דעם יסוד. פון איין זייט וועט ער ער וועט בעארבעטן די לענדער אויף וועם פאלעסטינע לאנט זיך אן. זיך חנפ'ענען צו זיי, מאכן דיעל'ס מיט זיי, און זיי אריינבאקומען אין זיין קאלום, אפילו עס איז קאנטראווערסיאל. ער נעמט די גאטס און זעצט אראפ מדינת ישראל מיט זייער גרעסעטע שונאים. און פון די אנדערע זייט צו ווייזן שטארקקייט, ווי ריקן די אמבאסאדע, אנערקענען די גולן הייטס, אנעקסעישן וכדו'. חנופה אליין ארבעט נישט, ווען יענער זעט אז דו ביזסט שוואך, ווייסט ער אז אויף דיר קען ער רייטן. אויב אבער פון איין זייט חנפ'עט מען און פון די אנדערע זייט שמייסט מען. זעט יענער אז מיט דיר לוינט זיך נישט אנצוהייבן אבער עס לוינט זיך יא צו מאכן מיט דיר ביזנעס.
ממילא לדעתי, האלט איך אז די אנעקסעישן זאך איז בלויז איין חלק פון דעם גרויסן בילד, צו ווייזן פאר מד"י אז ער מיינט ביזנעס, אויב אבער דו קומסט מיט מיר בין איך גרייט צוריק צו ציען און אפילו מאכן שלום מיט דיר און עפענען דיפלאמאטישע באציאונגען מיט דיר.
און איינמאל מען האט שוין די חברה מיט אונז, קען מען שוין מיט די צייט אנעקסירן אויך...
והבן כי קצרת.