נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך אלט שטאט »

האמת הצפון האט געשריבן:
אלט שטאט האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:


פעסט טרייבסטו איבער, עס איז דא צוגעשטעלט א גאנצע טאג טשאלענט און קעיק וכו' וכו' נאר וואס דען דו האסט טענות אויף די פליגן שוין געהערט אזאנס...
,[/size]

איך האב נישט טענות אויף גארנישט, קיינער קומט מיר נישט גארנישט, מען האט גערעדט פון מענטשליכקייט און עטישקייט, טשולענט ביי א ציון איז נישט מענטשליך, קענסט געבן טשולענט אויך ,אבער שטעל עס אהער נארמאל , אבער שטעל שוין צו עפעס א נארמאלע עסן אויסער טשולענט אויך ,95 פארצענט מענטשן רירן נישט צו די טשולענט ,אני כשלעצמי עס נאר עטליכע בונדלעך לכבוד שבת ביי די סעודה , נאכאמאל , עס פעלט נישט אויס קיין טשולענט און אויך נישט קיין קעיק, אבער טאמער די קעיק האט יאר איין יאר אויס פליגן און עס איז פארהארטעוועט אין בעקעלעך ,און מען דארף שלעפן דערפון ווי א ח**ר איז נישט מענטשליך ,סארי , קום אויף מיט זעקלעך סלייסעס קעיק אדער די געפעקעלטע קליינע פעקלעך מזונות

און נאכאמאל נישט האבן קיין ספרינג וואסער צו טרינקען אויסער פון א פאס מיט א שלעכטע נאך טעם, איז ממש נישט נארמאל ,ארויס פון יעדע סארט בגדר אנושי

איך קען פארשטיין די דערהער פון נישט צושטעלן צו פרעסן מיט א פול מעניו , עס נעמט אוועק די ערענסקייט,אבער די נישט האבן א נארמאלע איבערבייס מיט א שלונג וואסער איז נישט דא קיין תירוץ שבעולם

אדרבה אויסער אין ארץ ישראל אדער ווי ישראלים שטעלן צו אין יוראפ האסטו שוין געזען טשולענט ביי א ציון? איך בין נייגעריג ווער עס איז אויפגעקומען דערמיט און פארוואס מען לאזט עס צו , דאכט זיך אז סאיז א פריוואטע אינטערנעמונג , לכאורה וועגן עס איז די ביליגסטע און גרינגסטע, און יענער מאכט שיין פראפיט פון די פאריעקט , אבער סאיז זייער נישט נארמאל

ביי ריבניץ ציון אין טאג פון יארצייט איז ממש א קידוש השם וויאזוי זיי שטעלן צו
דארט איז נישט דא קיין פרעס
נאר פשוט מענטשליך אויפצונעמען אזא ציבור
לולי דמוסתפינא, לויט די שאצונג פון מיין אויגן ,די עולם די יאר תש'פ דארט קען זיך לכאורה פארמעסטען מיט כ"ו אב אין טאג פון יארצייט, זייער אסאך מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן מיר געזאגט אז זיי האלטען אויך אזוי
עס איז דא געפעקלטע מזונות טאמער איך דענק גוט ,
קאלט צוטרינקען
ווארימע קאווע
און זה הא
זשאסט נארמאל , מסודר, זויבער , מענטשליך,גענונג בתי כבוד
גוים רייניגען נאך כסדר
לעצט פארראכטן דורך אלט שטאט אום דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:06 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך ניס קראכער »

מיר באדערט די געדרענג אין אוהל, משוגענע זאך, מ'דארף צושטעלן זעקס פיס פער סקווער מענטש

אויך באדערט מיר אז ס'איז דא מענטשן וואס ווארפן אראפ זייערע קולע וואסער קאפס אויפן פלאר און ס'יז נישט קיין גוי צום האבן דאס אויפצוהייבן, איבעראל איז יא דא

ס'נאך באדערט מיר?, די טענט נעבן אוהל וואס האלט ביים חלש'ן יעדעס יאר

טשאדעלע באדערט'לע
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

מע הייבט זיך אן אופציוועקן אין אהערשטעלן בעסער עניני ציבור.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך דונש »

און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן
זוכט איר דוי?
אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך אלט שטאט »

דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

קודם כל דאס איז אין ישיבה און נישט אויפן פלאץ, און נישט 24 שעה, עס איז פרישטאג און נאכטמאל און טאקע זייער שיין בכבוד'ג צוגעשטעלט און קומט זיך זיי קרעדיט,
איך רעדט פון 99 פארצענט ציבור , אפילו תושבי קרית יואל וואס האבן עסן אין דערהיים, קענען נוצן א קאלט גלעזעל וואסער זיך צודערכאפן די הארץ נישט אוועקצוחלישען אין א 90 דעגרי וועטער אדער צו ארויסגייןאין בתי כבוד , מיין נקודה איז דייקא נישט וועגן פרעס, רוב עולם ברויך עס נישט, סתם אנצוקומען און וואקן אין שמוץ איז ארויס פון די גבולים
לעצט פארראכטן דורך אלט שטאט אום דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך האמת הצפון »

דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

היינטיגע צייטן אויך עס איז צוגעשטעלט ברחבות גדול אין ישיבה,
דא איז דא נאך אגענדעס,
קעיעמביעיזשען
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך האמת הצפון »

אלט שטאט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

קודם כל דאס איז אין ישיבה
איך רעדט פון 99 פארצענט ציבור , אפילו תושבי קרית יואל וואס האבן עסן אין דערהיים, קענען נוצן א קאלט גלעזעל וואסער זיך צודערכאפן די הארץ נישט אוועקצוחלישען אין א 90 דעגרי וועטער אדער צו ארויסגייןאין בתי כבוד , מיין נקודה איז דייקא נישט וועגן פרעס, רוב עולם ברויך עס נישט, סתם אנצוקומען און וואקן אין שמוץ איז ארויס פון די גבולים

דו ווייסט ווי נאנט די ישיבה איז צום ציון? אפאר פיס, דו ווילסט מען זאל עס צוברענגען צו דיר אין מויל אריין?
קעיעמביעיזשען
אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך אלט שטאט »

האמת הצפון האט געשריבן:
אלט שטאט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

קודם כל דאס איז אין ישיבה
איך רעדט פון 99 פארצענט ציבור , אפילו תושבי קרית יואל וואס האבן עסן אין דערהיים, קענען נוצן א קאלט גלעזעל וואסער זיך צודערכאפן די הארץ נישט אוועקצוחלישען אין א 90 דעגרי וועטער אדער צו ארויסגייןאין בתי כבוד , מיין נקודה איז דייקא נישט וועגן פרעס, רוב עולם ברויך עס נישט, סתם אנצוקומען און וואקן אין שמוץ איז ארויס פון די גבולים

דו ווייסט ווי נאנט די ישיבה איז צום ציון? אפאר פיס, דו ווילסט מען זאל עס צוברענגען צו דיר אין מויל אריין?

דארט איז נישט דא א גאנצען טאג צו עסן און בכלל סאיז די פארקערטע וועג ווי קארס פארקען, טאמער קום איך אן צו פארקען ביים ישיבה דעמאלס איז גוט, מען רעדט פון טויזענטער מענטשן וואס קענען נישט דארט פארקען

איך געהער צו חסידי מהר"א, האב נישט קיין שום אגענדע , די זעט אויס ווי האסט עפעס מיט א משפחה אדער איינעם אין חברה קדישא, איך בין שוין געווען ביי יארצייטן אין
ארץ ישראל
יוראפ
אמעריקע
און נאך
פאר איינמאל ערגעץ אנדערש וועסטו פארשטיין וואס איך זאג , טאמער ביזטו קיינמאל געווען ביי אנדערע ציון אין טאג פון יארצייט ביזטו נישט משיג פון וואס מען רעדט, די גארביזש כ"ו אב איז באלד ערגער ווי אין מירון ל"ג בעומר , א גוזמא אבער כאפסט די פוינט

נאכאמאל קיינער קומט מיר נישט גארנישט , סאיז נישט במקום טענה, מען רעדט פון פשוט מענטשליכקייט
לעצט פארראכטן דורך אלט שטאט אום דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך חסד השם »

האמת הצפון האט געשריבן:
אלט שטאט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

קודם כל דאס איז אין ישיבה
איך רעדט פון 99 פארצענט ציבור , אפילו תושבי קרית יואל וואס האבן עסן אין דערהיים, קענען נוצן א קאלט גלעזעל וואסער זיך צודערכאפן די הארץ נישט אוועקצוחלישען אין א 90 דעגרי וועטער אדער צו ארויסגייןאין בתי כבוד , מיין נקודה איז דייקא נישט וועגן פרעס, רוב עולם ברויך עס נישט, סתם אנצוקומען און וואקן אין שמוץ איז ארויס פון די גבולים

דו ווייסט ווי נאנט די ישיבה איז צום ציון? אפאר פיס, דו ווילסט מען זאל עס צוברענגען צו דיר אין מויל אריין?

די עולם דא מאכט זיך ווי מכאפט נישט וואס ער וויל.....
וואספארע אגענדעס האט ער ווען מבעיט א נערמאלע זאך אז במקום קאלעי וואסער זאל זיין נערמאלע קאלטע וואסער. און במקום טשולענט און פליגן קעיק זאל זיין פלעין געפאקטע קעיק?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך להודיע »

די פרישטאג אין ישיבה איז טאקע זייער שיין צוגעשטעלט און עס איז ווערט א באגריסונג.

פארט האט אלט שטאט ארויסגעברענגט א גוטע פוינט בנוגע די עצם הלך ילך ביים ציון וואס איז צריך תיקון גדול, הלואי נאך דאס יאר.


אלט שטאט האט געשריבן:
ביי ריבניץ ציון אין טאג פון יארצייט איז ממש א קידוש השם וויאזוי זיי שטעלן צו
דארט איז נישט דא קיין פרעס
נאר פשוט מענטשליך אויפצונעמען אזא ציבור
לולי דמוסתפינא, לויט די שאצונג פון מיין אויגן ,די עולם די יאר תש'פ דארט קען זיך לכאורה פארמעסטען מיט כ"ו אב אין טאג פון יארצייט, זייער אסאך מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן מיר געזאגט אז זיי האלטען אויך אזוי
עס איז דא געפעקלטע מזונות טאמער איך דענק גוט ,
קאלט צוטרינקען
ווארימע קאווע
און זה הא
זשאסט נארמאל , מסודר, זויבער , מענטשליך,גענונג בתי כבוד
גוים רייניגען נאך כסדר
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך lebediger berel »

מיר גייען אייביג דורך די מתיבתא הק' איך געדענק נישט וועלכע וואסער סידא, אבער מיר בייסן איבער בדרך כבוד (וכן הבית הכבוד) איידערן אהיים פארן, קיינמאל געשפירט עפעס שלא מן הנימוס והכבוד, יארן יארן צוריק געדענק איך גראדע זעקלעך מזונות אונטן נעבן טהרה שטיבל, אויך פלעגט מען פארקויפן סענדוויטשעס וכדו' אין א טראק
ס'פלעגט מיך באדערן פארוואס מ'געט נישט אומזינסט אבער סנאך נישט געווען קיין קרעטשמע ווי זיך אויסצוגעבן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך להודיע »

ריבניץ האט פשוט געעפענט די אויגן פאר מענטשן. מ'האמיר אלע יארן געמיינט אז אזוי קומט עס ביז די עסקנים פון ריבניץ האבן געוויזן אז מען קען יא צושטעלן הערליך פאר טויזנטער מענטשן.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך בענאק »

אלט שטאט האט געשריבן:די רעדסט פון די גרויסע טאפ טשולענט ביינאכט?

כ'מיין אז די טשולענט איז אויך נאר א פריוואטע אינטערנעמונג פון א יחיד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך ר' יום טוב »

ריבניץ איז דאך אן אנדערע מעשה, זיי זענען דא פאר ביזנעס....
אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך אלט שטאט »

ר' יום טוב האט געשריבן:ריבניץ איז דאך אן אנדערע מעשה, זיי זענען דא פאר ביזנעס....

כאב געווארט אויף די תשובה :lol:
איך בין מסופק צו די מאכסט א וויץ
מען רעדט פון פשוט זיין מענטשליך,
נישט קיין גרויסע פאדרענגון,
לויט אלץ ווייסערס ווערט די עולם ביי כ"ו אב ווייניגער,און ריבניץ אין טאג פון ציון מער , פאר ביזנעס קענען זיי שוין האבן דעם עולם אין טאש עניוועי

און בכלל די ווינדער איז אז חבהרנ קדישא קען פראפיטען שווערע געלטער , עס דארף זיי נישט קאסטן קיין פעני פון טאש, איין נדבן פאר א סכום הגון מיט א גרויסע טאוועל אין אלעס איז געקאווערט מיט גרויסע פראפיטען סיי פארן פאנדרעיזער און סיי פאר חברה קדישא
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך צייט שטיפער »

טיפוקעל אשכול,
איינער זוכט פון הינטער די ערד ווי מען קען זיך עפעס אפרעדן, בשעת דער צווייטער ווערט שטארק נערוועז פון א קליין ווארט קריטיק.

אפשר טיילט מען אפ די לעצטע צוויי בלאט (אדער אריין שטעלן אין יומא דהילולא נייעס אשכול [אויב שוין דא אזאנס])?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך יש בו »

אפשר היי יאר זאל מען אויסטיילן אויפן חשבון פון געווענליכע חלוקת
The Divided States Of America
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך lebediger berel »

צייט שטיפער האט געשריבן:טיפוקעל אשכול,
איינער זוכט פון הינטער די ערד ווי מען קען זיך עפעס אפרעדן, בשעת דער צווייטער ווערט שטארק נערוועז פון א קליין ווארט קריטיק.

אפשר טיילט מען אפ די לעצטע צוויי בלאט (אדער אריין שטעלן אין יומא דהילולא נייעס אשכול [אויב שוין דא אזאנס])?


דער אמת איז און ס'געהער נישט אין דעם אשכול, אבער דער "סטענדערדט" פליט ארויף פון יאר צו יאר,
וואס האט געהייסן מכובד און צוגעשטעלט זעקס זיבן יאר צוריק הייסט שוין היינט אומענטשליך, למשל אזא טרינקען טראק מיט קאפס וכו', היינט דארף מען באמת געבן "ספרינג וואסער" אז נישט האסטו יענעם נישט מכבד געווען, און כ'מיין נישט סקארקאסטיש, די זאכן טוישן זיך שנעל.
און די הנהלת החברה קדישא זענען אלד טיימערס וואס ריקן זיך נישט אזוי שנעל.
איך געדענק אין די בראשית יארן ס'יז געווען סאך ווייניגער ווי היינט און געהייסן שיין צוגעשטעלט. (כנ"ל גראדע געווען היימישע געפאקטע מזונות אין סענדוויטש בעגס)
און ערנסט גערעדט, אויב קוקט מען אויף כבוד הבריות וכבוד עצמו, דארף מען זיך באניצן מיט די סערוויסעס אין די מתיבתא זייט נישט ביי די טהרה שטיבל זייט. סאיז בלויז איין עקסטער שפאן און ס'איז ווערט. שוין צענדליגע יארן וואס כ'טו אזוי.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך דונש »

ווי יאר יערליך גרייטן זיך טויזענטער סאטמארע חסידים פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע ביומא הילולא קדישא דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים כ"ו אב

היי יאר ווען עס געפאלט אויס זונטאג איז ערווארטעט א גרעסערער ציבור

לעצט מינוטיגע הכנות ווערן געמאכט דורך די חברה קדישא אהער צושטעלן דעם ציון הקדוש צו קענען אקמאדירן דעם ריזן ציבור, אזוי אויך גורך די טראפיק באאמטע צו קאמאדירן די 100'טער קארס און באסעס וואס וועלן קומען צו פארן במשך דעם טאג

סעודת הילולא וועלן געפראוועט ווערן אין די גאנצע וועלט וואו נאר עס געפינט זיך סאטמערע בתי מדרשים

עס איז די האפענונג אז דער זכות פועם גרויסן צדיק וועט מגין זיין און די תפילות וועלן עושה רושם זיין בשמי מעל און ברענגען ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל
זוכט איר דוי?
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך דונש »

פאריאר איז אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פארגעקומען אור ליום היארצייט א מעמד "תלמידים מספרים" ווי אידן וואס האבן זיך געוייקט ביים הייליגען בעל הילולא האבן פארציילט ממה שעינהם ראו ואזנם שמע, דער ציבור האט זיך ממש באלעקט די פינגער מיט די ארגינעלע סיפורים
היי צוליב וואס עס געפאלט אויס אום מוצאי שבת האט מען עס צוריקגעריקט אויף דאנרשטאג נאכט
unnamed.jpg
unnamed.jpg (232.5 KiB) געזען 3014 מאל

שמעו ותחו נפשכם
זוכט איר דוי?
מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך מתוקים »

lebediger berel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:טיפוקעל אשכול,
איינער זוכט פון הינטער די ערד ווי מען קען זיך עפעס אפרעדן, בשעת דער צווייטער ווערט שטארק נערוועז פון א קליין ווארט קריטיק.

אפשר טיילט מען אפ די לעצטע צוויי בלאט (אדער אריין שטעלן אין יומא דהילולא נייעס אשכול [אויב שוין דא אזאנס])?


דער אמת איז און ס'געהער נישט אין דעם אשכול, אבער דער "סטענדערדט" פליט ארויף פון יאר צו יאר,
וואס האט געהייסן מכובד און צוגעשטעלט זעקס זיבן יאר צוריק הייסט שוין היינט אומענטשליך, למשל אזא טרינקען טראק מיט קאפס וכו', היינט דארף מען באמת געבן "ספרינג וואסער" אז נישט האסטו יענעם נישט מכבד געווען, און כ'מיין נישט סקארקאסטיש, די זאכן טוישן זיך שנעל.
און די הנהלת החברה קדישא זענען אלד טיימערס וואס ריקן זיך נישט אזוי שנעל.
איך געדענק אין די בראשית יארן ס'יז געווען סאך ווייניגער ווי היינט און געהייסן שיין צוגעשטעלט. (כנ"ל גראדע געווען היימישע געפאקטע מזונות אין סענדוויטש בעגס)
און ערנסט גערעדט, אויב קוקט מען אויף כבוד הבריות וכבוד עצמו, דארף מען זיך באניצן מיט די סערוויסעס אין די מתיבתא זייט נישט ביי די טהרה שטיבל זייט. סאיז בלויז איין עקסטער שפאן און ס'איז ווערט. שוין צענדליגע יארן וואס כ'טו אזוי.

אז מ'רעד שוין יא וועגן סטאנדארט זיך הייבן
איך געדענק נאך נישט לאנג צוריק איז געווען 5 פעסער זיך צו וואשן די הענט און 3 פעסער צו טרינקען און 5 פארטעבאל ביה"כ אין וויזניץ ביי די סקולענע יוד"ל ער"ח אב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך farshlufen »

וואו איז נישט דא קיין עסן געהעריג?

אין ישיבה בנין איז דא פרישטיג מיטאג נאכטמאל געהעריג בהרחבה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך פריינד »

די גרעסטע פראבלעם איז, אזוי ווי אסאך זאכן וואס גייט שוין אן פאר יארן און עס איז זייער שווער אויפצוקלערן די אנפירערס, אז עס איז דא היינט א בעסערע מהלך.

סאטמאר בכלל און קרית יואל בפרט, זענען געווען די ערשטע צוצושטעלן אלע הצטרכות'ער פאר די משתתפים סיי עסן און בתי כבוד, אלע אנדערע פלעצער האבן זיך געלערנט פון קרית יואל, און האבן עס געמאכט סאך בעסער.

יעדער מיינט נאר גוטס, חברה קדושה מיט פובליק סעפעטי, חייגן אריין שווערע כוחות אז אלעס זאל קלאפן אויפן בעסטן פארנעם, נאר עס איז סאך שווערער צו טוישן ווי מען הייבט לכתחילה אן מיט א בעסערע מהלך, מענטשן זענען שוין צוגעוואוינט צו די יעצטיגע מהלך.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובה דורך maybeeynot »

אלט שטאט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:און מיינע צייטן ווען איך האב געלערענט אין ישיבה איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פרישטאג און נאכטמאל לכל דכפין

דאכצעך מיר אז אויף איינע פון די היי יעריגע מודעות שטייט אויך דערוועגן

קודם כל דאס איז אין ישיבה און נישט אויפן פלאץ, און נישט 24 שעה, עס איז פרישטאג און נאכטמאל אויך א גאנצע טאג איז דא קוקיס אין פרוכט ווארימע קאווע קאלטע געטראנקעו אין מקען זיך אראפ זעצן אין עסן בדרך כבוד און טאקע זייער שיין בכבוד'ג צוגעשטעלט און קומט זיך זיי קרעדיט,
איך רעדט פון 99 פארצענט ציבור , אפילו תושבי קרית יואל וואס האבן עסן אין דערהיים, קענען נוצן א קאלט גלעזעל וואסער זיך צודערכאפן די הארץ נישט אוועקצוחלישען אין א 90 דעגרי וועטער אדער צו ארויסגייןאין בתי כבוד , מיין נקודה איז דייקא נישט וועגן פרעס, רוב עולם ברויך עס נישט, סתם אנצוקומען און וואקן אין שמוץ איז ארויס פון די גבולים
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך פאטאקי08 »

שאטעלס
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (370.1 KiB) געזען 2401 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”