Browsing האט געשריבן:יעצט אראפ פון ציון הקדוש! זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן! געפויעלט אלעס גוטס!
זיך באנוצט מיט די פארקינג אויף בארדיטשוב רד. און אזוי געטון פארמיידן די טרעפיק פון די טישלעך אויפן געהעריגן וועג ארויף צום ציון הקדוש.
אנגעקומען אויבן געזאגט תהלים אין דעם לופטיגן שאטער "אהל תהילות יואל", א מחי'! א נחת! עס האט זיך געזאגט תהלים ממש תהלים'דיג!
אריין אין אהל מיט די אויסגעשטעלטע וועג געפירט דורך 'חברים', זייער גוט, אבער עס קען זיין עטוואס בעסער. אבער זייער גוט און גיך!
געצינדן לעכטלעך, אין ליכט שאטער.
דאן זיך באנוצט מיטן "בנין מרבה חסד", זיך דערכאפט דאס הארץ מיט א אייז קאלטע וואסער גלעזל! ברוך אתה ה' געלויבט ביזטו!
אריין זיך דערכאפן דאס הארץ אין דערנעבענדיגן 'בנין המתיבתא', גאר ברייט צוגעשטעלט מיט קאלעי,קאלטע און לעימאנעיד וואסער, מזונות און פירות, און פרישטאג!
אריבער צום 'טהרה בנין' אין דערנעבעדיגן שטח הבית החיים ביים ווינקעל פון רעיוואד דרייוו, ברייט צוגעשטעלט מזונות און משקאות, וואסער און סעלצער לרחצה!
געבענטשט זאלן זיין די אלע עסקנים וואס שטייען אין שפיץ פון די אלע אונטערנעמונגען, ועל צבאם דער מרב"ה צדקה וחסד, מרב"ה תורה ותפלה, מרב"ה ששון ושמחה, הגה"צ אבד"ק טאלטשווא שליט"א, וואס האט געמאכט א מהפיכה אין דעם אהל הקדוש און ארום לטובת רבבות המשתטחים!
זכתו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל! להפקד בדבר ישועה ורחמים, אמן.
אה פון אזא איד האב איך הנאה,
א געזל קאלט וואסער אין מרבה חסד,
קאלעי וואסער מיט פרישטאג אין מתיבתא,
מזונות און משקאות אין די אנדערע בית החיים טהרה שטיבל,
געזאגט תהילים אין די נייע טענט, רחניות מיט גשמיות
זאלסט האבן געפוילט אלעס גוטס