נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך בין געווען דארטן בערך דרייע נאכמיטאג, וואס זאל איך זאגן? די גאנצע עקספיריענס האבן זיי מיר פאר'הרג'עט, איך בין צוגעוואוינט אז נאכן ציון דארף מען זיך ארויפשלעפן אויפן באס דארשטיג, מיט צוקוועטשטע ביינער, דורכגעווייקטע בגדים, און אין מויל א טעם פון קאלעי וואסער וואס מען האט אויסגעשפיגן נאכן צווייטן שלינג, ביין יאר איז נישט געווען ווי זיך צו שטופן, נישט ביים תהלים זאגן, און נישט ביים מציבה, און די עירקאנדישאן האט נאך אויך פעסט געארבעט, איך בין אראפגעקומען פון ציון אן קיין טראפן שווייס אויף די בגדים, און אויב האב איך יא אביסל געשוויצט אויפן וועג אראפ, איז נאך געווען צוגעשטעלט געהעריגע טרינקבארע וואסער אונטן...

איך מיין אז נעקסטע יאר וועל איך מוזן גיין צוזאמען מיט איינע פון די רבי'ס, צו קענען האבן די געהעריגע כ''ו אב עקספיריענס.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לכאורה האט געשריבן:זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!

ווי אלע - אדער רוב - פון מיינע פאררעאגירער (נייע ווארט), האט געהערשט א זעלטענע ארדענונג היינט ביים ציון הקדוש און אומגעגנט.

איך בין ארויסגעפארן מיט מיין שאפער (ער שעמט זיך מיט זיין ניק) ארום האלב זיבן, אנגעקומען ארום פערטל נאך זיבן, פארקירט אין א פריוואטע זייטיגע געסל און צושפאצירט צו די ישיבה על קברו. דער שאפער האט געכאפט אן אשר יצר און איך א בליק אויף די קוקיס און קולעי וואסער און רייכע נאכטמאל דערנעבן.

צושפאצירט צום ציון הקדוש, דערמאנט געווארן דורך איין געלט גייער צו זאגן די ברכה (יישר כח דיר!), עובר געווען הונדערטער מאל אויף זיך אומוויסנדיג מאכן פון געלטגייער, סארי, נישט מעגליך אנדערש.

תיכף צוגעגאנגען צום גרויסן שאטער און אויסגעזוכט א מקום מנוחה צו זאגן פון צ' ביז ק"ח מיט'ן יהי רצון. דער עולם רעדט דא פון א פיינע קעלט אינעם שאטער, איך האב עס נישט געשפירט, אבער עס איז מיר געווען בעסער אזוי, ווייל כ"ו אב גייט סינאנים מיט א שווייס גערוך און אנדערש וואלט איך נישט געשפירט ווי מ'האט גע'פועל'ט.

נאכ'ן ארויסגיין פון טענט באקום איך א טעלעפאן רוף פון איינער פון די נייע אחראים, ער האט ארויסגעפירט אן אשכול און ווייסט נישט אויב ער האט גוט געהאנדלט... כ'האב אים געזאגט אז ער מוז צואווארטן אפאר שטונדן, ווייל איך בין אף-דוטי אויפ'ן לענגערן מאמענט.

דאן האב איך באשלאסן צו מיטמאכן דעם דורכגיין די מציבה איבערלעבעניש; נישט אזוי ווייט פאר די ענין דערפון - וואס איז אויך נישט אוועקצומאכן, ווי יקירי ר' פארשלאפן האט היינט אינדערפרי אזוי שיין געשילדערט - ווי די דזשורנאליזם טייל, צו קענען טאקע דא מעלדן וויאזוי עס איז געווען. און איך בין צופרידן צו מעלדן אז עס איז געווען שטארק ערפאלגרייך! אינדרויסן פון ציון האט זיך געשלענגעלט א שטיקל רייע וואס האט אנגעהאלטן א פאר מינוט, אבער ווי נאר מען האט איבערגעטרעטן דעם שוועל פון ציון הק', האט נישט געדויערט מער ווי א מינוטקעלע ביז מען האט זיך דערזען ביים ארויסגאנג אויף די אנדערע זייט אוהל. (איין בחור'ל האט זיך יא פארהאנקערט ביים שטיין, גע'בוכה'ט בדמעות שליש מיט א צאפלדיגע קערפער, בשעת דער עסקן פרובירט אים טרייבן מיט גוטן און בייזן... זאל ער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס).

איך האב אריינגעשליידערט א צעטעלע וואס א בחור'ל האט מיר אריינגעשטופט שטייענדיג אין די שורה (ס'האט מיר געקאסט כוחות זיך איינצוהאלטן פון אפליינען דעם קוויטל... כ'בין שטארק נייגעריג אויף די בקשות פון היינטיגע בחור'לעך..), און אזוי דורכגייענדיג די בעטל און די מצבה שטיין האב איך אויסגעזאגט הויך די נעמען פון מיין גאנצע געזינדל בליעה"ר, און האפנטליך האבן מיר גע'פועל'ט אלעס גוטס.

אויפ'ן וועג אראפ האבן מיר ווידעראמאל באזוכט די ישיבה, דאסמאל פאר א תפילה מנחה אויפ'ן שטאק (אין חדר א' - 210), און דאן א פיינע וועטשערע וואס איז באשטאנען פון איבערגעצויגענע פלייש (א צעטל האט געמעלדן אז די קאטלעטס זענען א מזונות) און שלישקעס (עס איז געווען נאך זאכן אויפ'ן מעניו, אבער עס איז דא א שיעור וויפיל נהמא דכיסופא איין מענטש קען פארנעמען..), פארטרינקען מיט לעמאנאדע.

אויפ'ן וועג אהיים האבן מיר געהערט איבער די שווערע עקסידענט אויפ'ן 17, כ'האב גלייך געוואוסט אז ס'איז נישט געווען קיין אידן, וויבאלד מיין שאופער האט מיר נישט געלאזט זיין ביים רעדל... און מיט די הילף פון וועיז האבן מיר געטראפן הינטערוועגן און אנגעקומען אין קאנטרי פונקט צו מעריב.

;l;p- ;l;p-
קלארע זיסע באריכטן
און א מזל טוב צום צוואנציגער
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך להודות »

לכאורה האט געשריבן:עובר געווען הונדערטער מאל אויף זיך אומוויסנדיג מאכן פון געלטגייער, סארי, נישט מעגליך אנדערש.

אן עצה דערצו איז אפשר צו אויסליידיגן די טאשן פון מזומן פאראויס. גיבסט סיי ווי סיי נישט, זיי כאטש נישט עובר.
נאך אן עצה, מיטשלעפן א בעג ניקעלס....
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך פרישע קוגל »

להודות האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עובר געווען הונדערטער מאל אויף זיך אומוויסנדיג מאכן פון געלטגייער, סארי, נישט מעגליך אנדערש.

אן עצה דערצו איז אפשר צו אויסליידיגן די טאשן פון מזומן פאראויס. גיבסט סיי ווי סיי נישט, זיי כאטש נישט עובר.
נאך אן עצה, מיטשלעפן א בעג ניקעלס....

מיר האט די וועג ארויף געקאסט נעכטן נאכט ארום הינדערט צוואנציג דאלער. מיטן גאנצן הארץ..
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך להודיע »

גאר רייך צוגעשטעלט אין מתיבתא, כל הכבוד.
אויך די שאטער ביי דער זייט פונעם אהל איז א געוואלדיגע רעיון, ס'האט געהערשט דארט א שטארקע התעוררות.
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

יומא דהילולא קדישא - האבן געפוילט אלעס גוטס!
אטעטשמענטס
A23974E0-92E6-463A-A0E5-48A0C0C765D7.jpeg
A23974E0-92E6-463A-A0E5-48A0C0C765D7.jpeg (495.53 KiB) געזען 2021 מאל
56FC82AF-5873-470A-8343-6C4305D4AE94.jpeg
56FC82AF-5873-470A-8343-6C4305D4AE94.jpeg (407.9 KiB) געזען 2021 מאל
F0ED98DE-E3F0-45D2-9819-C08A1A09018B.jpeg
F0ED98DE-E3F0-45D2-9819-C08A1A09018B.jpeg (340.5 KiB) געזען 2021 מאל
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך בעסער אזוי »

eller האט געשריבן:בין איך געפארן היינט צופרי פון ווילי צום ציון הקדוש...
און כ'שעם מיר אז סאטמאר קען נישט צושטעלן וואס משטעלט צו סיי וואו.
אויסער אפאר הארטע קיכן וואס האט נישט קיין אפעטיט און קאלעי וואסער איז נישט געווען וואס צו נעמען אין מויל..
א בושה סאטמאר מעג זיך גיין לערנען אין ריבניץ אדער ביי ר' ישעי'לעס ברודער וואס ס'מיינט כבוד הציבור...
נישטא קיין נערמאלע קיפעלעך - קעיקס- אראנדזש דזשוס אדער סיי וואס מער ווי טריקענע קוקיס און וואסער- קאלע וואסער..
און כ'בין צוריק געפארן קיין ווילי אן גארנישט טוען זיין און מאכן א לחיים. (אפשר אין מתיבה יא ווייס איך נישט רוב מענשטן וואס קומען מיט די קארן גייען צום ציון און דערנאך אויפן ווועג אראפ קוקט מען צו ס'דא עפעס צו עסן...)
וואו זענען די ריבניצע וואס קענען אויסלערנעןדי סאטמארע וויאזוי צו טיילן עסן ???
הגם די נייע סדר אים אוהל איז היבש צושטופט. אין בעק ביי די ווייבער זייט איז א ריזיגע חלק ליידי ווען ביי די פלעצער וואו מ'שטייט איז שרעקליך צושטופט.

זאל יעדער האבן געפולט אלעס גוטס
זכותו יגן עלינן

בין איך געווען ביי א חתונה פאריגע וואך, דער מחותן מעג זיך שעמען, איך האב דורכגעוואקט דעם גאנצן האלוועי נישט געווען קיין זכר פון קיין עסן, אריין אין די קאוט רום, אויך גארנישט, אפשר אין ביה"כ, אויך גארנישט, קען זיין אז אין זאל איז עפעס געווען, דאס ווייס איך נישט..

ערעב איד, די קרית יואלע בית החיים האט א מעלה וואס אנדערע האבן נישט, זיי האבן א ישיבה בילדינג וואס איז נישט אין באנוץ אינעם טאג פונעם יארצייט, דארט איז צוגעשטעלט בהרחבה גדולה פרישטאג און נאכטמאל אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדרעש, זיי מוחל נעקסטיים פאלאו די סיינס ווען דו ביזסט הונגעריג, קיינער איז נישט מחיוב אויסצושטעלן דעם פלאץ לויט דיין געשמאק, ווי ריבניץ קומט דא אריין ווייס איך נישט

קומען באשמוצן דא מענטשן וואס שטעלן צו מיט אזא ברייטקייט מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגן
(--ווערטערלאז--)
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך אמשינוב »

בעסער אזוי האט געשריבן:

כקען פארשטיין פארוואס ער האט נישט באמערקט די סיין'ס וואס האבן צוגעוויזן אז סדא צועסן אין די מתיבתא הקדושה,
ווייל א איד וואס קען זיך נישט ערלויבן צי ווערן אויסגעזעקלט פון די אלע צדקה גייערס,
ווי נאר ער טרעט נאר ארויף אויפן שטח פונעם ביה''ח בייגט ער זיך אראפ דעם קעפל אין לויפט ארויף צום רבי'ן , אין מאכט זיכער זיך נישט אפצושטעלן אפי' פאר א רגע.
פרעגך דיר זאל ער דען באמערקן די סיין'ס??
לעצט פארראכטן דורך אמשינוב אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בייגעלע
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:53 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך בייגעלע »

איך כאפ נאכנישט ווי אין די תורה עס שטייט אז ביי א יארצייט דארף צושטעלן עסן... :lol: :roll:
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך נישטאמת »

איז היינט נאר פרויען ביים ציון אדער מענער קענען אויך צוקומען?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך פארפלאנטערט »

נישטאמת האט געשריבן:איז היינט נאר פרויען ביים ציון אדער מענער קענען אויך צוקומען?

דינסטאג איז געווען נאר פרויען, היינט איז אפען פאר יעדן
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
קרח'ס אייניקל
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 2:27 pm
לאקאציע: נעבן די לאך

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קרח'ס אייניקל »

נישטאמת האט געשריבן:איז היינט נאר פרויען ביים ציון אדער מענער קענען אויך צוקומען?

איך מיין מענער אויך
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

צהלתו בפניו האט געשריבן:אויך געהאט א זעהר גוטע ערפארונג ב"ה.

נאר דער טרייבער ביים מצבה מעג לאזן זיך אנליינען פאר 5 סעקונדעס, עס איז נישט א דורכגאנג, מען מעג סטאפן א קורצע סטאפ און זיך אויסבעטן און זיך מזכיר זיין פאר 5 סקונדעס.

(זיי מיר נישט חושד - געווענליך בין איך דער וואס געבט אכטונג אויפן שטאטע בעל תפילה ביים שנעלן מנין, און איך בין בעל קורא ווען יענער שטאטער פוסע על ראשי עם קודש קוקט אין ריכטונג פון באלעמער)
קאץ און מויז האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון די סערוויסעס די יאר
א גרויסן יישר כח פאר טאלטשאווער רב שליט"א
די ליין אריין פאר קוויטלעך דארף א שטיקל תיקון ביים אנהייב נאכדעם איז געווען א מחיה (איך בין געווען 6 נאכמיטאג קען זיין אנדערע צייטן געווען בעסער) א גרויס חלק שילדיג דערון איז די הונדערטער בחורים וואס שטייען דארט נאך געלט
די טענט פאר תהילים איז זייער פיין געווען, דארף נאר מער עיר קאנדישאן
די פארקינג ביי די ישיבה איז געווען א מוראדיגע גוטע עצה

די עיקר איז אלע עסקנים זאל האבן אלעס גוטס
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קאץ און מויז »

קאץ און מויז האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון די סערוויסעס די יאר
א גרויסן יישר כח פאר טאלטשאווער רב שליט"א
די ליין אריין פאר קוויטלעך דארף א שטיקל תיקון ביים אנהייב נאכדעם איז געווען א מחיה (איך בין געווען 6 נאכמיטאג קען זיין אנדערע צייטן געווען בעסער) א גרויס חלק שילדיג דערון איז די הונדערטער בחורים וואס שטייען דארט נאך געלט
די טענט פאר תהילים איז זייער פיין געווען, דארף נאר מער עיר קאנדישאן
די פארקינג ביי די ישיבה איז געווען א מוראדיגע גוטע עצה

די עיקר איז אלע עסקנים זאל האבן אלעס גוטס

האב איך מיר היינט אינדערפרי פרעזנליך באדאנקט פארן טאלטשעווער רב שליט"א
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך היסטאריקער »

לב בשר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:אויב מ'מעג רעדן דערפון.

ס'איז דא א פרוי וואס שטייט יעדעס יאר ביים אנפאנג ראוד ביי סקאנעמאנק נאך געלט. היי יאר איז זי געשטאנען היבש ארויפציר אין מיטן ציבור. מ'קען נישט עפעס ארלעדיגן אז זי זאל נישט קומען?

וואס שטערט דיר?

ווייל היינט איז געווען נאר פאר מענער :grin:
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

אגב דענק איך ווען איך האב געלערנט אין ישיבה איז געווען א פארקער ביים ציון פון דריי טאג פאר די יארצייט ביז דריי טאג נאכדעם

געווען בחורים וואס זענען געשטאנען נאך געלט די גאנצע וואך
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך נאך וואס »

I hear now that men are paid to stand for money,

I do not know if it is true but in my times boys were paid to be able to stand
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך אינטער שמש »

איין הערה קטנה

די וועג אין ביה"ח ביז צום אוהל האט געדארפט זיין ברייטער,נישט אזוי שמאל ווי אין א שטאל פון קיען

און מ'העט ווען אין איין וועגס מרויח געווען אז ס'זאל נישט שטיין דארט אלע אלע בחורים פוןישיבה און שרייען אין דייןאויער אריין

יא די הו הא איז געפערליך, פון דעם טענט פון די ישיבה,די טישל פון חברה קדישא וואס האט דאס יאר געמאכט א געוואלד נויס און נאכדעם די שווערע וועג ארויף ווי אלעס שרייט אויף דיר...

איר האט גיזאגט ריבניץ ?? גיט א קוק טאקע וואסערע חילוק ,איך רעד פון די איבערקערעניש און אומרוהיגקייט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך ר' יום טוב »

אנקומענדיג צום ציון פארנאכט'ס איז געווען א שטראם פון א מאסע שיכט קאלירפולער סאטמארע ציבור, א קיבוץ גליות פון די 17 סארט סאטמארע וואס איז פאראן.
צווישן די ציגרעטן ריח און קופקעס בחורים וואס זענען געשטאנען און דעבאטירט א אומקלארע פאליטישע געשעעניש וואס גייט טוישן זייער לעבן, האב איך גענומען א פאזיציע און ארויסגעצויגן מיין תהילים'ל און צוזאמען מיט מיין אינגל שופך שיח געווען.

די סדר מיט אלע צוגעהער האט געקלאפט ווי א מיליטער.
ארויסקומענדיג האב איך באשטייערט פאר שיעור ד', חסד 24, און נאך.

איין קלייניגקייט וואס איך מיין אז מ'קען טוישן אויף להבא איז, אז מ'זאל קענען גרינגער צוקומען אויפן וועג אריין צו די קוויטל און לעכט שאטער, מען דארף מאכן א יו-טוירן אין א מאסע קעגנקומענדע מענטשן אויב מ'וויל אהינגיין איידערן אריינגיין צום ציון. דעריבער מיין איך אז מ'זאל טיילווייז אוועקנעמען די באריקאדן פון די לינקע זייט גלייך ווי די שאטער'ס הויבט זיך אן, און אויף די רעכטע באריקאדן שטעלן הויכע טעוועלעך מיט א עראו צום טענט,
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אויב איז ר' אנשיל גאלדבערגער פון די הויפט שולדיגע אינעם סוקסעס געמיר זיין נאמבער, לאמיר זיך פערזענליך באדאנקן
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קאפהאלטער »

צהלתו בפניו האט געשריבן:אויב איז ר' אנשיל גאלדבערגער פון די הויפט שולדיגע אינעם סוקסעס געמיר זיין נאמבער, לאמיר זיך פערזענליך באדאנקן

Phone (845) 774-4040 option 13 then 3
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך צל עובר »

אמשונוב האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:בין איך געפארן היינט צופרי פון ווילי צום ציון הקדוש...
און כ'שעם מיר אז סאטמאר קען נישט צושטעלן וואס משטעלט צו סיי וואו.
אויסער אפאר הארטע קיכן וואס האט נישט קיין אפעטיט און קאלעי וואסער איז נישט געווען וואס צו נעמען אין מויל..
א בושה סאטמאר מעג זיך גיין לערנען אין ריבניץ אדער ביי ר' ישעי'לעס ברודער וואס ס'מיינט כבוד הציבור...
נישטא קיין נערמאלע קיפעלעך - קעיקס- אראנדזש דזשוס אדער סיי וואס מער ווי טריקענע קוקיס און וואסער- קאלע וואסער..
און כ'בין צוריק געפארן קיין ווילי אן גארנישט טוען זיין און מאכן א לחיים. (אפשר אין מתיבה יא ווייס איך נישט רוב מענשטן וואס קומען מיט די קארן גייען צום ציון און דערנאך אויפן ווועג אראפ קוקט מען צו ס'דא עפעס צו עסן...)
וואו זענען די ריבניצע וואס קענען אויסלערנעןדי סאטמארע וויאזוי צו טיילן עסן ???
הגם די נייע סדר אים אוהל איז היבש צושטופט. אין בעק ביי די ווייבער זייט איז א ריזיגע חלק ליידי ווען ביי די פלעצער וואו מ'שטייט איז שרעקליך צושטופט.

זאל יעדער האבן געפולט אלעס גוטס
זכותו יגן עלינן

בין איך געווען ביי א חתונה פאריגע וואך, דער מחותן מעג זיך שעמען, איך האב דורכגעוואקט דעם גאנצן האלוועי נישט געווען קיין זכר פון קיין עסן, אריין אין די קאוט רום, אויך גארנישט, אפשר אין ביה"כ, אויך גארנישט, קען זיין אז אין זאל איז עפעס געווען, דאס ווייס איך נישט..

ערעב איד, די קרית יואלע בית החיים האט א מעלה וואס אנדערע האבן נישט, זיי האבן א ישיבה בילדינג וואס איז נישט אין באנוץ אינעם טאג פונעם יארצייט, דארט איז צוגעשטעלט בהרחבה גדולה פרישטאג און נאכטמאל אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדרעש, זיי מוחל נעקסטיים פאלאו די סיינס ווען דו ביזסט הונגעריג, קיינער איז נישט מחיוב אויסצושטעלן דעם פלאץ לויט דיין געשמאק, ווי ריבניץ קומט דא אריין ווייס איך נישט

קומען באשמוצן דא מענטשן וואס שטעלן צו מיט אזא ברייטקייט מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגן

כקען פארשטיין פארוואס ער האט נישט באמערקט די סיין'ס וואס האבן צוגעוויזן אז סדא צועסן אין די מתיבתא הקדושה,
ווייל א איד וואס קען זיך נישט ערלויבן צי ווערן אויסגעזעקלט פון די אלע צדקה גייערס,
ווי נאר ער טרעט נאר ארויף אויפן שטח פונעם ביה''ח בייגט ער זיך אראפ דעם קעפל אין לויפט ארויף צום רבי'ן , אין מאכט זיכער זיך נישט אפצושטעלן אפי' פאר א רגע.
פרעגך דיר זאל ער דען באמערקן די סיין'ס??

פון וואנעט האט ער געוואוסט צו שרייבן איבער ישיבה? ווייל ער האט דא געליינט - אדער געזען ערגעץ אנדערש - אז דארט די עסן.

די צדקה גייער איז די שיינקייט פון דעם יארצייט, ווער עס קען זיך נישט ערלויבן, מוז אפשר נישט געבן.
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך חיים ברוך »

נאך וואס האט געשריבן:I hear now that men are paid to stand for money,

I do not know if it is true but in my times boys were paid to be able to stand

נאר צו באקומען א טענט דארף מען צאלן
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך לייפציק »

ווי אנדערע דערמאנען שוין, זייער איינגענעם געווען, זאל מען האבן אויסגעפועלט אלעס גוט'ס.

אויפוואקסענדיג דא אין סאטמאר, און וויסנדיג וואס צדקה האט געמיינט ביים רבי'ן, פיל איך פאר א זכי' צו געבן צדקה (פדיון געלט) ביי זיין הייליגען ציון בו ביום פון זיין הלולא קדישא.
גרייט איך מיר צו 200 טאלער סינגעלס, אדער טויש איך ביים בודקע, און אין די וועג ארויף צו ציון און אראפ קען נישט זיין געשמאקער, מ'לאזט קיינעם נישט אויס, און די צוויי הונדערט ענדיגט זיך קיינמאל נישט, מ'קומט אן צו א 160 בערך, און כ'געב שוין פאר עטליכע צוויי מאל אויף די וועג ברענגען.
(גרעסערע בעלי יכולות מעגן געבן מער.. דער עיקר איז איז מ'איז גרייט דערצו פון פארדעם, ווי פורים ווען מ'גרייט אן, איז אלעס אנדערש)

כ'גלייב אז אויב מ'לייגט צו אביסל מחשבה, ווער וואלט ווען נישט געברעגנט א פדיון פאר'ן צדיק מיט'ן קוויטל, און ווען מיינט אז די געלט איז נישט אזוי חשוב, און האט נישט עטליעסט די זעלבע סגולה? פשוט מ'האט נישט קיין צייט און מחשבה פארדעם, שרייב איך עס יעצט, אז לשנה הבאה אויב דאס ענין וועט נאך זיין שייך, זאל עס יעדער טון, מ'וועט מיר דאנקבאר זיין.

כ'מיין אז איך בין נתעורר געווארן דערצו און אונגעהויבן די מנהג זעענדיג איין יאר הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד אויפ'ן וועג ארויף מיט'ן פעקל געלט אז ס'איז מיר אריין אין די ביינער.

זאל מען האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך ניס קראכער »

מ'קען זאגן אז די נייע סיסטעם האט געקלאפט ניין און ניינציג פראצענט אנגעהויבן ביי די נייע תהילים שאטער אין גענדיגט ביי די גראס טשאלענט אינטען, פארקינג ביי די ישיבה איז געוועזן א געבענטשטע זאך,

לאמיר רעדן תכלית, וואס מ'ברויך און מ'קען לדעתי פארבעסערן, די אריינגאנג צום ביה''ח איז שרעקליך שמאל דאס צו ניצען סיי פאר אריינגאנג אין סיי אויף ארויסצוגיין, איך קלער פון א געדאנק מען זאל מאכן די אריינגאנג צום ביה''ח דורך די יעצטיגע וועג, אבער נאר אריין, אוועק נעמען די בערעקאדעס אויף די זייט פון די לעכט אין קוויטל שאטערס, ס'איבריגע דארט זאל בלייבן אזוי ווי יעצט,

מען זאל מאכן די וועג ארויס דורך די אינטערשטע טויער, דהיינו מ'קומט ארויס פון אוהל זאל זיין בעריקאדס פון די טיר ביזן טויער פון ביה''ח, פארשטייצעך אז אינטען ביים טויער זאלן שטיין ממונים וואס זאלן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט דורך דארט ארויף צום אוהל

וואס זאגט דער עולם דערצו?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”