ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מטעמים, ר׳ משה דוד האט מער ערפארונג ווי דיר ווען ס׳קומט צו לאקאלע פאליטיק, ער איז מער פאוערפול ווי סיי וועלעכע עסקן אין כלל טוער, איך פארלאז מיר אויף אים אז ער ווייסט וואס ער טוט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איי עם קאלינג איט נאו. עבסענטי בעלאטס גייען צוכאפן די מאיארשאפט פון עדעמס און דאס דערלאנגען פאר קעטערין גארסיע!

די אומגעציילטע עבסענטי בעלאט וואוט האט עפעס גוטע נייעס פאר וויילי און א סאך אויסגעצייכנטע נייעס פאר מעיאר גארסיע און גאר שלעכטע נייעס פאר עדעמס.

א מאפע פון די פראצענט שטימען וואס זענען געווען עבסענטי אין 2020.
20210623_020039.jpg


און א מאפע וויאזוי די סיטי האט געוואוט אין די יעצטיגע מעיאר וואלן.
עדעמס וויילי גארסיע און יענג
20210623_020042.jpg



מען קען זען אז די געגנטער וואס זענען געגאנגען העווי מיט עבסענטי בעלאטס אין 2020, העכער פופציג פראצענט, זענען שטארקע גארסיע פעסטונגען. ממש געגאסן צו איר שטארקייט. די געדעכט באוואוינטע לאוער מאנהעטן, דומבאו און דאונטאון ברוקלין און, דאכט זיך, פארעסט הילס אין קווינס, זענען שטארק געגאנגען מיט עבסענטיס און שטארק פאר גארסיע.

פון די צווייטע זייט, די געגנטער וואס האבן אויסגעמיטן עבסענטיס ווי א מגיפה, מזרח ברוקלין, דרום מזרח קווינס און רוב פון די בראנקס, זענען טונקל בלויע עדעמס פעסטונגען.
(סטעטן איילענד דערציילט אן ענליכער כאטש מער מעסיגע, מעשה, אבער איז דראסטיש ווייניגער באוואוינט ווי די אנדערע פיר באראס).

און נישט נאר זענען די געגנטער וואו עבסענטי איז שטארק שטארק פאר גארסיע, נאר די עלעמענט וואס שטימט ענדערש מיט עבסענטי זענען אויך מער גענויגט צו גארסיע און וויילי ווי די געגנט ארום. דאס מיינט אז לאוער מאנהעטן, צום ביישפיל, איז גוט פאר גארסיע, אבער די סארט דעמאגראף וואס וווינט דארט און שטימט עבסענטי איז נאך מער גענויגט פאר גארסיע ווי די ארטיגע איינוואוינער וואס שטימען נישט עבסענטי. די זעלבע אין די שטארקע עדעמס פעסטונגען. די קליינע צאל ארטיגע איינוואוינער וואס שטימען יא עבסענטי איז אסאך מער אויסן צו שטימען פאר גארסיע ווי די ארטיגע איינוואוינער וואס שטימען נישט עבסענטי.

(דאס איז ענליך צו 2020 וואו דעמאקראטן אין דעמאקראטישע סטעיטס האבן געשטימט עבסענטי אויף א העכערע פארנעם ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג אין דעמאקראטישע סטעיטס און אסאך העכער ווי רעפובליקאנער איינוואוינער אין דעמאקראטישע סטעיטס. און די זעלבע אין רעפובליקאנער סטעיטס. די קלענערע צאל איינוואוינער אין רעפובליקאנער סטעיטס וואס האבן יא געשטימט עבסענטי איז דאס געווען אויף א העכערע פראצענט דעמאקראטן ווי די סטעיט אין אלגעמיין און ספעציעל ווי די רעפובליקאנער אין די סטעיט.)


איך האב שוין חושד געווען אז דו ביסט דער רוקח.... אבער איך זעה ער זאגט אז עס איז נאכאלץ זייער אנלייקלי אז די עבסענטיס זאלן קענען איבערקומען אזא גרויסע מארדזשין.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך דארף נישט אז די עבסענטיס זאלן איבערקומען א צען פונקטן מארדזשין.
עס איז יעצט דא 87 טויזנט עבסענטיס. מען קען נאך גרינג ערווארטן נאך א צען-פופצן טויזנט עבסענטי בעלאטס (זיי קענען אנקומען ביז יוני 28).
די עבסענטיס אליינס קענען גרינגערהייט צולייגן צוויי-דריי פונקטן צו גארסיע און אראפשיבן צוויי פונקטן פון עדעמס.
מיט עדעמס' אויבערהאנט פארשמעלערט מיט פינף פונקטן האט די רענק טשויס וואוטינג סאך א גרינגערע פעלד צו שטעלן גארסיע אין ערשטן פלאץ.

באטראכט די מאפע וועסטו זען אז די עבסענטיס איז גאנץ גוט פאר יענג, היפש בעסער פאר וויילי און אויסגעצייכנטע נייעס פאר גארסיע. פאר עדעמס איז די עבסענטי שטימע א חורבן אין פולן זין פון ווארט. ממש א דיזעסטער.

Screenshot_20210623-032457.jpg
Screenshot_20210623-032457.jpg (107.85 KiB) געזען 1433 מאל


לאמיר זאגן אז יענג באקומט נאך איין פונקט, צו 11.5-12%, וויילי נאך 1.5-2% צו 24% און גארסיע נאך דריי פונקטן 22.5%. און עדעמס פארלירט 3-3.5% צו 28.
גארסיע האט דעמאלט ווייניגער ווי א זעקס פונקטן דעפיציט.

אויב סטרינגער און יענג ראנק-וויילער גייען 60-30-10 פאר גארסיע-עדעמס-וויילי און גארסיע נעמט איבער וויילי, דאן איז וויילי'ס ראנק-וויילער אליינס מער ווי גענוג פאר גארסיע צו געווינען דעם פארמעסט.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך יוני 23, 2021 3:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך דארף נישט אז די עבסענטיס זאלן איבערקומען א צען פונקטן מארדזשין.
עס איז יעצט דא 87 טויזנט עבסענטיס. מען קען נאך גרינג ערווארטן נאך א צען-פופצן טויזנט עבסענטי בעלאטס (זיי קענען אנקומען ביז יוני 28).
די עבסענטיס אליינס קענען גרינגערהייט צולייגן צוויי-דריי פונקטן צו גארסיע און אראפשיבן צוויי פונקטן פון עדעמס.
מיט עדעמס' אויבערהאנט פארשמעלערט מיט פינף פונקטן האט די רענק טשויס וואוטינג סאך א גרינגערע פעלד צו שטעלן גארסיע אין ערשטן פלאץ.


לויט זיין חשבון וועט עס אין בעסטן פאל בלייבן ביי כאטש זיבן פוינטס.
Screenshot_20210623-033104.png
Screenshot_20210623-033104.png (158.19 KiB) געזען 1439 מאל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

עס איז זייער מעגליך פאר גארסיע איבערצוקומען א זיבן פונקטן אויבערהאנט.
סטרינגער און יענג (וואס האט געשלאסן א פאקט מיט גארסיע אין די לעצטע טעג פון די פארמעסט), 18% אינאיינעם, שניידן אראפ עדעמס אויבערהאנט מיט צוויי און שטעלן גארסיע העכער וויילי. וויילי האט גאנצע 24% פון די עלעקטאראט און דארף נישט גיין מער ווי בערך 60 צו 40 צו גארסיע איר צו שטעלן אין ערשטן פלאץ. איך וואלט געווען שאקירט אויב עס גייט נישט 66-34 צו גארסיע, אדער מער.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:"וויילי'ס אינטערנעל אנקעטע" (Data for Progress) האט קולע אל השערה געווען.

Adams: 26% (-)
Wiley: 21% (+1)
Garcia: 18% (+4)
Yang: 12% (-4)
Stringer: 5% (-3)
McGuire: 3% (-1)
Donovan: 3% (+1)
Morales: 2% (-1)

Data For Progress / June 20, 2021 / n=1354 / Online

(% Change With June 13)

די Data Citizen אנקעטע איז אויך אריין געקומען גאר שארף, נאך דער צו מיט עדעמס הויכע 32%:

Capture.PNG624617.PNG
Capture.PNG624617.PNG (212.45 KiB) געזען 1258 מאל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

זעהט זיך אויס אז נאך א כאטאטישע אכט יאר פונעם שוטה ארוך האבן ניו יארקער וויילער בעפארצוגט אן עקספיריענס מענטש מיט א בעקגראונד פון לאו עפארסמענט ווי איידער א קלוגע ביזנעסמאן

יעצט איז נישט נאך ניין עלעווען ווען די סיטי איז געווען א טאטאלע צוזאמבראך און מ'האט געדארפט האבן א מייקל בלומבערג עס צוריק שטעלן אויף די פיס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

קרייסלער האט געשריבן:זעהט זיך אויס אז נאך א כאטאטישע אכט יאר פונעם שוטה ארוך האבן ניו יארקער וויילער בעפארצוגט אן עקספיריענס מענטש מיט א בעקגראונד פון לאו עפארסמענט ווי איידער א קלוגע ביזנעסמאן

יעצט איז נישט נאך ניין עלעווען ווען די סיטי איז געווען א טאטאלע צוזאמבראך און מ'האט געדארפט האבן א מייקל בלומבערג עס צוריק שטעלן אויף די פיס

איך ווייס נישט אויב ס'איז פונקט ווי נאך ניין עלעווען, אבער די סיטי איז אין דער ערד פון מערערע שטאנדפונקטן און א טויגליכע ביזנעסמאן וואלט געווען געווינטשן. און לגבי עדעמס, ווייס איך נישט וואספארא עקספיריענס ער האט, און זיין בעקגראונד פון לאו ענפארסמענט איז אויך נישט קיין סאך ווערד ווי מ'האט געזעהן פאראיאר ווען ער האט גע'עצה'ט דער עולם זאל גיין רעדן מיט די שכנים צו בעטן אויפהערן די פייערקרעקערס אשטאטס די פאליס זאל מאכן סדר.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (273.77 KiB) געזען 1094 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס איז געווען גארסיע'ס מעסעדש אויף וואס זי איז געלאפן? האט זי א גינסטיגע רעקארד אויף עפעס?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואס איז געווען גארסיע'ס מעסעדש אויף וואס זי איז געלאפן? האט זי א גינסטיגע רעקארד אויף עפעס?

זי איז פרעקטיקעל און מאכט זאכן געשען (האט א רעקארד פון גרויסע טוישונגען אין די סעניטעישן דעפ. וכו, מיט לאנגע יארן עקספיריענס אין פארשידענע זשאבס אין סיטי גאווערמענט)
לעצט פארראכטן דורך מהיות טוב אום מיטוואך יוני 23, 2021 9:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואס?? מעכטיגע בלאק וואוט???? בושה תכסה פנינו!!!! און נאכדעם ווען מען הערן די באקאנטע הימנע: ווי זענען די עסקנים

ווי זיי זענען? דארט ווי דו ביסט געווען נעכטן נאכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

קרייסלער האט געשריבן:וואס?? מעכטיגע בלאק וואוט???? בושה תכסה פנינו!!!! און נאכדעם ווען מען הערן די באקאנטע הימנע: ווי זענען די עסקנים

ווי זיי זענען? דארט ווי דו ביסט געווען נעכטן נאכט

וויפיל פערסענט אין היימישע געגנטער האבן געוואוט?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

קרייסלער האט געשריבן:וואס?? מעכטיגע בלאק וואוט???? בושה תכסה פנינו!!!! און נאכדעם ווען מען הערן די באקאנטע הימנע: ווי זענען די עסקנים

ווי זיי זענען? דארט ווי דו ביסט געווען נעכטן נאכט

מעגליך אז ס'דא אפאר טויזנט עבסענטי בעלאטס דורך די מוסדות. כאפ נישט קיין הייסע לאקשען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ערשטע רונדע וואלן לויט די געגנטער. מען קען זיך ארום שפילן
http://www.atlasizer.com/?s=USA,New%20Y ... ic&lang=en
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:@נקדימון ווען וועט אנהייבען אריין קומען רעזולטאטן?

יוני 22: מארגן נאכט נאך 9 וועט אריינקומען די ערשטע חלק רעזולטאטן. דאס רעכנט אריין אומאפיציעלע רעזולטאטן בלויז אויף די ערשטע טשויס קאנדידאט פאר עלעקשען דעי בעלעטס + ערלי אין-פערסאן בעלעטס.

עבסענטי בעלעטס + עפידעיווידס זענען נישט אינקלודעט.

אז איינער האט היפש מער פון 50% וועט ער דערקלערט זיגער מארגן נאכט. דאס גייט אבער נישט געשען.


יוני 29: דאן הייבט זיך אן די פראסעס פון ארויסנעמען די פארלירער און צוטיילן זייערע סעקאנד טשויס וויילער פאר די פארבליבענע קאנדידאטן. רעזולטאטן פון די רענקד טשויס צוטיילונג גייט נישט זיין פאר יוני 29. דאס איז ווייטער נאר פאר עלעקשען דעי שטימען + ערלי אין-פערסאן שטימען. גארנישט קיין עבסענטי בעלעטס.

יולי 6: פון יולי 6 וועט אנהייבן ארויסקומען רעזולטאטן איבער די עבסענטי בעלעטס און אפידעיוועטס.

יולי 12: פיינעל רעזולטאטן איז עקספעקטעד די וואך פון יולי 12 אבער קען מעגליך נעמען לענגער אויב געוויסע בעלעטס קומט אן אין געריכט.

א פרייליכן עלעקשען טאג [חודש]

דאס איז ווי מען שטייט היינט אינדערפרי. 799,827 שטימען. (איך זעה די טיימס רעכנט נישט די 1336 write in שטימען).
20210623_095053.jpg
20210623_095053.jpg (285.46 KiB) געזען 839 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

עדעמס אין - א געוויסע ענליכקייט צום ביידען אדמיניסטראציע - "מענטשן פון סאציאלער מידיע וועלן נישט די קאנדידאטן. מענטשן מיט סאציאלע זיכערהייט בענעפיטן וועלן די קאנדידאטן"
machal
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

ב''ה אז יענג איז נישט יעצט די בר פליגתא פון עדעמס און עס איז זייער מעגליך אז די יודישע 2טע טשויס וואטס גייען עם מאכען פאר מעיאר און ער וועט זיי זיכער מכיר טובה זיין
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קרייסלער האט געשריבן:זעהט זיך אויס אז נאך א כאטאטישע אכט יאר פונעם שוטה ארוך

זייטיגע הערה, נאך די לעצטיגע בלאט סאמעטוכע מיין איך אז מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען שרייבט אויף א פאבליק פארום ווארום די ווענט האבן אויערן.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נקדימון האט געשריבן:ערשטע רונדע וואלן לויט די געגנטער. מען קען זיך ארום שפילן
http://www.atlasizer.com/?s=USA,New%20Y ... ic&lang=en

יישר כח!
איך זעה אין ווילאמסבורג איז יענג גאר שטארק קעגן עדעמס, איך האב געהאלטן אז ס'איז געווען מער צו די 50\50 זייט, למעשה איז עס מער צו 70/30 זייט. [נישט אז ס'מאכט אויס לגבי די געווינער פון די וואלן, דשזאסט סעעינג...]
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נקדימון האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:א שטאט מיט איבער 5 מיליאן+ רעגיסטרירטע וויילער און קוים א מנין רופט זיך אן.

סוועט זיין בערך א מיליאן וויילער, נישקשה

איך וועל זיין צופרידן אז דו שלעפסט ארויס א מיליאן ניו יארקער.

עגעין, כקען נישט וויסן זיכער סוועט אזוי זיין, אבער בכלל נישט אויסגעשלאסן.

געוויס איז גארנישט אויסגעשלאסן און עס קען זיין 600 טויזענט אויך. דערווייל קלער איך מער אין די 700-800 טויזענט געגנט.

למעשה טאקע געווען ארום א מיליאן.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נא_שכל האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:ערשטע רונדע וואלן לויט די געגנטער. מען קען זיך ארום שפילן
http://www.atlasizer.com/?s=USA,New%20Y ... ic&lang=en

יישר כח!
איך זעה אין ווילאמסבורג איז יענג גאר שטארק קעגן עדעמס, איך האב געהאלטן אז ס'איז געווען מער צו די 50\50 זייט, למעשה איז עס מער צו 70/30 זייט. [נישט אז ס'מאכט אויס לגבי די געווינער פון די וואלן, דשזאסט סעעינג...]

וואס עפעס? יענג איז געווען אינדראסירט דורך אלע קהילות, סאטמאר מהרי"י, וויזניץ, פאפא, וכו', באקומען 4034 אין ווילי,עדעמס האט באקומען 2646. דאס איז בלויז מיט די נעכטיגע און ערלי שטימען, אן די עבסענטי שטימען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נא_שכל האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:ערשטע רונדע וואלן לויט די געגנטער. מען קען זיך ארום שפילן
http://www.atlasizer.com/?s=USA,New%20Y ... ic&lang=en

יישר כח!
איך זעה אין ווילאמסבורג איז יענג גאר שטארק קעגן עדעמס, איך האב געהאלטן אז ס'איז געווען מער צו די 50\50 זייט, למעשה איז עס מער צו 70/30 זייט. [נישט אז ס'מאכט אויס לגבי די געווינער פון די וואלן, דשזאסט סעעינג...]

למעשה ווי נאר יענג פאלט ארויס גייען כמעט אלע שטימען צו עדעמס
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קרייסלער האט געשריבן:זעהט זיך אויס אז נאך א כאטאטישע אכט יאר פונעם שוטה ארוך האבן ניו יארקער וויילער בעפארצוגט אן עקספיריענס מענטש מיט א בעקגראונד פון לאו עפארסמענט ווי איידער א קלוגע ביזנעסמאן

יעצט איז נישט נאך ניין עלעווען ווען די סיטי איז געווען א טאטאלע צוזאמבראך און מ'האט געדארפט האבן א מייקל בלומבערג עס צוריק שטעלן אויף די פיס

based אויף וואס האלסטע אז עדמס האט עקספיריענס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בעריש'ל האט געשריבן:וואס איז וויילי׳ס כח? די אינדארסירונג?

אויב אזוי האט קארטעז א ריזן כח.

אירע שטערקסטע פלעצער אין איר דיסטריקט האט עדעמס געווינען אין א לענדסלייד.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”