יישר כח פאר דיינע שיינע ווערטערמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 23, 2023 10:23 pmר’ יוסף בנציון פארלאנגט עקסטערע דברי הספד וואס כבין בכלל נישט ראוי צו אראפגעבן.farshlufen האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 23, 2023 9:52 amפרומע לבוש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 22, 2023 9:30 amBDH: R’ Yosef Bentzion Reich U”h 69 years Wmsbg
ער איז געבוירן אין רומעניע צו זיינע עלטערן ר’ אשר וזוג’ מרת שאשא רייך דער רב פון די שטאט דעש נאכן קריג אינטער די שאטן פון די קאמוניסטן. אין די שטאט דעש האבן זיך דאן געפונען אומגעפער 200 משפחות און ר’ אשר מיט זיין רעבעצין האבן דארטן פשוט כפשוטו אויפגעהאלטן דארטן דאס יהדות א שטייגער ווי מיר קענען היינט די חב”ד הייזער אין יעדע פארווארפענע שטעטל. דער סקולענער רבי זצוק”ל דער נועם אליעזר פלעגט דארטן קומען פון צייט צו צייט באזוכן און ער פלעגט נאר עסן אדער פון זיין אייגענע שחיטה אדער פון ר’ אשר’ס שחיטה. אין א שטוב פון אהבת התורה ירא”ש און ליעבשאפט אידישקייט אינטער די השפעה פונעם סקולענער רבי’ן איז ר’ יוסף בנציון אויפגעוואקסן, נישט איינמאל האט ער געדארפט אוועקגעבן פון זיך זיין בעט פאר אורחים צו שלאפן.
ביי די 12 יאר האט אים זיין טאטע געשיקט מיט זיין עלטערער ברודער הצדיק ר’ משה לרפוא”ש לערנען צום אראדער רב זצ”ל און שפעטער צו הגאון מרא דארעה דישראל ר’ משה ארי פריינד זצ”ל און דאן קיין סענז סטריט. ר’ יוסף בנציון איז ארויס פון רומעניע אומגעפער 1963 למספרם שוין אלץ גרויס בחור, ער איז געווען פון דער אלטער היים קאליבער וואס ממאכט שוין נישט און מזעהט שוין נישט.
ווערטער קענען נישט באשרייבן וואס מיינט פשטות און תמימות. שייף עייל ושייף נפיק, דער ביהמ”ד האט זיך געעפנט מיט זיין אנקום גאר פרי פארטאגס און ביינאכט נאך א ביטער שווערע טאג ארבעט איז ער צוריקגעווען ביי די גמרא מיט א חברותא. ער האט אלץ געהאט א גוט ווארט אויפן צינג און אלץ זיך געווערטלט, קיינמאל אויף יענעמס חשבון, ענדערש אליינס אפיר קומען ווי א נער.. אוי האט ער דאס געגליכנט.. זיין שארפקייט און זיין תמימות אזוי צוזאמענגעגאסן און באלאנסירט איז עפעס וואס טרעפט זיך נישט, חבל על דאבדין ולא משתכחין.. נישטא מער אזאנס. מרעדט דא פון א איד וואס האט אזוי שטילערהייט געקענט אלעס, א ש”ס איד, ניטאמאל אבער האט ער געהאט א הוה אמינה זיך צו באטראכטן און קלערן פון זיך.. וואס א חילוק? זיין שמחת החיים און זיין הומאר. זיין תמימות. זיין ענוה, ער האט זיך געהאלטן פאר ווייניגער ווי שיירי שריים.. א ריינער צדיק, א תלמוד חכם און מתמיד, א גאנצער איד אן קיין חכמות און אן קיין מעשיות. מקען דאס נישט באשרייבן, דאס דארף מען זעהן און ליידער איז דאס שוין נישטא. ר’ יוסף בנציון איז געוועזן רעלאטיוו יונג אבער האט געהאט אין זיך א טעם זקנים ווי א איד פון דער אלטער היים. מקען שרייבן און שרייבן.. א שאד א שאד ער איז שוין נישטא, זיין מהות איז געווען אסאך מער ווי סיי וועלכע באשרייבונג.
חבל על דאבדין ולא משתכחין. עיני עיני יורדה מים. זיין דמות וועט מיך פערזענליך קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון, סאיז דאך געווען אזויפיל אזויפיל וואס צו לערנען פון דעם איד, יעדער וואס האט אים געקענט וועט מסכים זיין מיט די ווערטער. ער האט אויפגעשטעלט א הערליכע דור יראים ושלמים, נישט קיין פלא. זאל ער זיין א מליץ יושר פאר זיין גאנצע משפחה און פאר אלע וועלכע האבן אים געקענט.
ת.נ.צ.ב.ה
-----
א קליינער אנעקדאט, ביי די לוי’ האט זיין איידעם ר’ עזריאל נפתלי בוקסבוים דערמאנט אז ר’ יוסף בנציון ע”ה פלעגט זאגן די לעצטערע צייטן אז די יסורים באדערט אים נישט ווייל סוועט אים צוניץ קומען..
אגב, ער איז געבוירן געווארן אין יאר 1953 קומט אויס אז ער איז געוועהן 10 יאר אלט אין יאר 1963 און נישט אן עלטערע בחור