וועלוועל קליינער האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ברוך פריעדמאן האט געשריבן:א חסיד האט געשריבן:רבי משה בער טויב ז"ל 99 ווילימסבורג/בארא פארק
מתלמידי רבינו הק" בעל דברי יואל פארן קריג. ווייל ער איז געווען א עלטערע בחור איז אויסגעקומען אז ער האט געלערנט ביים רבי'ן א שיינע פאר זמנים . ער האט חתונה געהאט קיין וויזניץ. ער האט זיך אבער געהאלטן מער פאר א סאטמארער ווי א פאפא און א וויזניצער חסיד
ר' משה בער ז"ל האט יארן לאנג (אין זיינע עלטערע יארן) געלערנט אין קאלוב'ער כולל (אויף הויז סט). מבוקר עד ערב. געלערנט פלייסיג.
זיין זון מוה"ר נחמן הי"ו (ספרים סטאר - וויזניץ חסיד).
ער האט גארנישט געהאט מיט פאפא, חוץ וואס ער האט געצאלט יעדעס יאר מעמבער-שיפ. און מען האט אים און זיין ב"ב געלייגט אין ביה"ח דקרית פאפא.
געדענקען מיר יעדע ר משה בער דאווענען אין פאפא בית המדרש יעדע שבת קודש
ווי אויך אין די בערך א 5 יאר ווען עס איז אים געווען שווער צו גיין האט ער געהאט א דירה ימים נוראים אויף פען סט כדי קענען מיטהאלטן אלע תפלות אין פאפא
ער איז געווען א גאר טייערע איד
מיטן אמאליגן תמימות