קאנאדישע פארלימענט וואלן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איז עס יושר'דיג און גערעכט אז די פירער פון א לאנד ווערן נישט ערוועלט לויט די ווילן פונעם מעזשאריטי פונעם פאלק?

אזוי ארבעט עס אין א סאך לענדער חוץ די וואס האבן ראונאוף וואלן
נעם למשל דא אין אמעריקע האט נישט קלינטאן און נישט טראמפ געהאט די "ווילן פונעם מעזשאריטי פונעם פאלק"

ביסט משוגע קיוט...
אקעי סא לאמיך עס טוישן
איז עס יושר'דיג און גערעכט אז די פירער פון א לאנד איז נישט דיע וואס האבן באקומען די מערסטע וואטס?
עס דארף נישט דווקא זיין 50%, ווייל אסאך מאל קען זיין מער ווי צוויי קאנדידאטן, סאו דער וואס האט באקומען די מערסטע, מיינט אז ער איז די מערסטע אנגענומען ביים פאלק. און אין א דעמאקראטישע לאנד גייט מען לויט די פאלק.
כ'מיין האסט געוואוסט אז כ'האב דעס געמיינט נאך פון פארדעם, נישט אזוי?....

ס׳איז נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט.
ווי איינער האט שוין פריער געשריבן, די סטעיטס דארפן דאך אויך האבן א ווארט, ווייל ס׳איז דאך ווי 50 עקסטערע לענדער.
והשנית, אויב איז דאס דער געזעץ און די פירערס פון דעם לאנד - וואס האבן בד״וו איינגעפירט דעמאקראטיע - האבן אזוי געשריבן איז דאס דעמאקראטיע.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

והיתם נקיים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אבער פארוואס ווילן נישט די קאנסערוואטיוון אז מ'זאל גיין לויט ווי די מדינה?? אויב זיי האבן יעצט באקומען מער שטימען מיינט אז מ'גייט דיע וועג גייען זיי אויך באקומען מער זיצען ??

ווי כ'האב געשריבן אויבן וואלט זייער בלאק געווען אסאך שוואכער.

שכוח איטס אפרישיעטעט.
אבער נאך איין מאל..
אויב די רעכטע האבן יעצט באקומען מער שטימען נאציאנאל,
און אויב מ'גייט גיין לויט ווי אזוי די מדינה ארבעט, אז מ'געט די מערסטע זיצן פאר דער וואס האט באקומען די מערסטע שטימען נאציאנאל איבערן לאנד,
מיינט עס אז די רעכטע גייען באקומען די מערסטע שטימען, סאו פארוואס ווילן זיי נישט אז מ'זאל אנפאנגען צו ערוועלן דארט דיע מדינה וועג??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז נישט 50 לענדער, בד"וו, ווען עס וואלט געווען ווינער טעיק אלל ביי פראווינץ אין קאנאדע, א שטייגער ווי דער עלעקטארעל קאלידזש דא, וואלט טרודא נאך געווינען אסאך שטערקער.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

צל עובר האט געשריבן:עס איז נישט 50 לענדער, בד"וו, ווען עס וואלט געווען ווינער טעיק אלל ביי פראווינץ אין קאנאדע, א שטייגער ווי דער עלעקטארעל קאלידזש דא, וואלט טרודא נאך געווינען אסאך שטערקער.

איך האב גערעדט פון אמעריקע. אבער די זעלבע נקידה איז אין קענעדע אויכעט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך רעד אויך פון אמעריקע, עס, איז, נישט, 50, לענדער.

אין קאנאדע רעדט קיינער ניטאמאל אזאנע שטותים, א פראווינץ האט אסאך ווייניגער מאכט ווי א סטעיט.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

@נעם אין אכט כ'בין נישט אינטערסירט איבערצוקייען ארגומענטן וואס מ'האט שוין לאנג געענטפערט אינעם פריער ארויפגיברענגטן לינק. אבער כ'האב קיינמאל געוואוסט אז דעמאקראטיע מיינט דאס וואס די געזעץ איז. כ'האב געוואוסט אז דאס לערנט מען אויס אינעם "דעמאקראטישן" פיפעלס רעפובליק פון די אלטע קאמוניסטישע פאראיין.. אדער אין די 'דעמאקרטישע' פיפעלס רעפובליק פון נ.ק., אבער דא??!
דעמאקראטישע רעפובליק (וואס דאס דארף אמעריקע זיין) מיינט סימפל= אז די פאלק (און נישט שטאטן וואס עפעס איינער איז אויפגעקומען אז ס'דארף זיין ווי 50 באזונדערע לענדער, וואס שטייט אין ערגעץ נישט אין די קאנסטיטוציע. דאס זענען זיי געווען ביז 1776, אין 1776 האבן זיי זיך אפיציעל צוזאמגענומען אלס איין לאנד. סאו...) קען ערוועלן זייערע פירער און געזעצגעבער, און ס'נישטא א קעניג אדער דיקטאטור וואס ער איז בעל הבית (אדער אפילו האלבסוועגס בעה"ב) אויפן לאנד.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צל עובר האט געשריבן:איך רעד אויך פון אמעריקע, עס, איז, נישט, 50, לענדער.

וואס טוט זיך האט געשריבן:דעמאקראטישע רעפובליק (וואס דאס דארף אמעריקע זיין) מיינט סימפל= אז די פאלק (און נישט שטאטן וואס עפעס איינער איז אויפגעקומען אז ס'דארף זיין ווי 50 באזונדערע לענדער, וואס שטייט אין ערגעץ נישט אין די קאנסטיטוציע. דאס זענען זיי געווען ביז 1776, אין 1776 האבן זיי זיך אפיציעל צוזאמגענומען אלס איין לאנד. סאו...) קען ערוועלן זייערע פירער און געזעצגעבער, און ס'נישטא א קעניג אדער דיקטאטור וואס ער איז בעל הבית (אדער אפילו האלבסוועגס בעה"ב) אויפן לאנד.

זאג נאר, פון א פעדערעישא"ן האט עטץ שוין אמאל געהערט??? די פאראייניגטע שטאטן איז א "פעדעראל" רעפובליק, נישט קיין "דעמאקראטיק רעפובליק" ווי וואס-טוט-זיך שרייבט, דאס באדייט אז די פאוע"ר געהערט פאר די סטעיט'ס - אויסער דאס וואס זיי האבן דירעקט איבערגעגעבן פאר די פעדעראל גאווערנמענט. די סטעיט'ס זענען בעצם זעלבסטשטענדיגע לענדער וואס האבן אין 1776, מסכים געווען אוועק צו געבן פון זייערע מאכטן לטובת הכלל, ווייל זיי זענען סאך שטערקער ווען מ'ארבעט אינאיינעם אויף, למשל, פארעין פאליסי וכדו', אבער צו זאגן זיי "זענען נישט פופציג לענדער" איז, במח"כ, גאר א גרויסע טעות.

משא"כ קאנאדע, איז צאמגעשמאלצן געווארן, עכ"פ אין אנהייב, דורך די בריטישע וואס האבן רעגירט אויפן לאנד, און ווען זיי האבן איינגעטיילט די מאכטן צווישן די פעדעראל גאווערנמענט און די פראווינציאנאלע גאווערנמענט'ס, איז עס לאו דוקא געווען מיט די אינטערעסאן פון די פראווינצן, ס'איז, לכאורה, געווען ענדערשער מיט אינטרעסן וויאזוי צו האלטן קאנאדע אונטער בריטישע הערשאפט (די צענטראךע/פראווינציאנאלע רעגירונגען זאלן נישט האבן צופיל מאכט און זיך וועלן דערקלערן זעלבסט-שטענדיג).

ועי' וויקי ערך פעדערעישא"ן
ועי' עוד ערך סטרוקטור פון אמעריקאנער פאליטיק
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך ווייס אויך אז טעכניש אויף די ביכער איז אמעריקע א פעדעראציע פון לענדער, אבער עס איז מער נישט אמת אלס פאקט, יעדער אמעריקאנער באטראכט היינט "אמעריקע" אלס זיין "לאנד".
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעדאראל רעפובליק מיט דעמאקראטישע רעפובליק איז בכלל קיין סתירה!
דעמאקראטישע רעפובליק איז נוגע צו וועלכע לעוועל פון דעמאקראטיע ס'איז, ד.ה. ס'נישט קיין מאנארכיע אדער דיקטאטורישאפט, אבער אויך נישט קיין פולע דעמאקראטיע, נאר א דעמאקראטישע רעפובליק.
פעדאראל רעפובליק איז בנוגע צו ווי אזוי סכדי לאנד איז געבויט, צו איין גאווערמענט, צו לאקאלע סטעיטס גאווערמענטס און איין פעדעראלע גאווערמענט.
סאו עס איז קיין סתירה.
בנוגע 50 לענדער= איר האט געליינט אייער לינק? דארט שטייט דאך קלאר אזַ א פעדעראציע באשטייט פון אסאך שטאטן אדער פראווינצן וכדומה. ס'שטייט נישט לענדער. אזוי ווי כ'האב געשריבן עס קען אסאך מאל זיין זיי זענען געווען לענדער פארדעם און זיי האבן זיך צוזאמגענומען אלס איין לאנד, בתנאי זיי האבן טיילווייז אייגענע פאוער. אבער אזוי עס שטייט ווייטער אין דיין לינק "די קאנסטיטוציע באשטימט וועלכע און וויפיל פאוער די שטאטן זאלן באקומען, און נישט איין פאליטיקל פארטיי.
סאו עס איז נישט 50 לענדער.

יא די קאנסטיטוציע האט געמאכט די עלעקטארעל קאלעזש, אבער אזוי אויסגעשומעסט אינ'ם פריערדיגן ארויפגיברענגטן לינק זענען זייערע סיבות מער נישט רעלעוואנט סאו על פי יושר און גערעכטיגקייט דאר מען עס עבאלישן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

די בעפארשטייענדע וואלן קומט פאר אין דריי וואכן פון מארגן (ערב סוכות), און פריע שטימען הייבט זיך שוין אן אין צוועלף טעג פון היינט.

די פריע וואלן איז פאררופן געווארן ווייל טרודאו איז מיד געווארן פון זיך צו מוטשענען מיט א מינאריטעט רעגירונג, און ער האט געוואלט פרובירן צו ס'קען אים מעגליך געלונגען צו געווינען א מאיאריטעט רעגירונג.

ביז עטליכע טאג צוריק האבן די אנקעטעס געוויזן אז ס'גייט נישט זיין קיין גרויסע טויש, אבער אין די לעצטע האלבע וואך קוקט האבן זיי גאר געוויזן אז די קאנסערוואטיווע פארטיי וואלט היינט אריינגעקומען שטערקער ווי אין 2019, אין די ליבעראלע פארטיי שוואכער (די קאנסערוואטיוון האבן אין 2019 געוואונען די פאפולער וואוט גאר שמאל, און יעצט ווייזט עס א ברייטערע געווינס).

לויט די שאצונגען קען די קאנסערוואטיווע פארטיי אויך צובאקומען מער זיצן און די ליבעראלע פארטיי קען פארלירן זיצן, אויף אזוי ווייט אז ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז די קאנסערוואטיווע פארטיי קען מעגליך האבן אפילו מער זיצן ווי די ליבעראל פארטיי.

אבער ווען ס'קומט צו אויפשטעלן א רעגירונג האט די קאנסערוואטיווע פארטיי כמעט נישט קיין אויסזיכטן, ווייל די קלענערע פארטייען זענען מער ווייניגער צו לינקס פון די צענטריסטישע ליבעראלן און וועלן ענדערש גיין מיט זיי ווי איידער מיט די רעכטערע קאנסערוואטיוון (די שטארק רעכטע פיפעל'ס פארטיי - וואס האט באקומען 0 זיצן אין די פאריגע וואלן - ציט יעצט אן שטערקער ווי פאריגעס מאל, אבער איז נאכאלס ערווארטעט צו האבן צווישן בכלל נישט קיין זיצן און איין זיץ).

די איינציגסטע טויש וועט זיין אז טרודאו וועט זיין געצווינגען צו מאכן א קאאליציע מיט די לינקע, כדי צו האבן די זכות פון אויפשטעלן די רעגירונג (משא"כ אין 2019 ווען ער האט געהאט די מערסטע זיצן און דערפאר געקענט אויפשטעלן א רעגירונג אליינס אפילו ער האט נישט געהאט קיין רוב).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נעכטן שב"ק צוויי טעג פאר די וואלן זענען ארויסגעקומען פינף אנקעטעס, און די דורכשניט איז ווי פאלגענד:

Capture.PNG
Capture.PNG (4.29 KiB) געזען 989 מאל


און אויב די אנקעטעס וועלן זיין אזוי אומפונקטליך ביי איטליכער פארטיי ווי זיי זענען געווען ביי די פאריגע וואלן, וועלן די רעזולטאטן זיין ווי פאלגענד:

A.PNG
A.PNG (4.2 KiB) געזען 989 מאל


און די טויש פאר איטליכער פארטיי פון די פאריגע וואלן (מיט צוויי יאר צוריק) וואלט געווען ווי פאלגענד:

B.PNG
B.PNG (4.18 KiB) געזען 989 מאל


די שטערקסטע טויש וואס קען אויך האבן די שטערקסטע אפעקט איז אז די ווייט רעכטע פיפעל'ס פארטיי (וואס איז געלאפן צום ערשטן מאל אין די פריערדיגע וואלן) האט באלד פיר מאל אזויפיל שטיצע ווי פאריגעס מאל.

וויאזוי ס'גייט אפעקטירן די אויסגאנג? אז ס'מאכט זיכער אז די קאנסערוואטיוון האבן נישט קיין שאנס!

ס'איז ערווארטעט אז די פאפוליסטישע פיפעל'ס פארטיי זאל אנציען בערך 0 זיצן אפילו אויב זיי באקומען 7-8 פראצענט פון די שטימען נאציאנאל. זייערע וויילער וואלטן זיכער געשטימט פאר די קאנסערוואטיווע פארטיי, וואס וואלט געקענט ברענגען די קאנסערוואטיווע פארטיי צו באקומען א שיינע פאר זיצן מער ווי ליבעראלע פארטיי, אבער יעצט איז ערווארטעט אז די ליבעראלע פארטיי זאל באקוועם אריינקומען נומער איינס.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

לויט 338Canada איז דאס וויפיל איטליכער פארטיי גייט אנציען:

פאפולערע שטימען.PNG
פאפולערע שטימען.PNG (14.34 KiB) געזען 975 מאל


און אזויפיל זיצן אינעם פארלימענט:

זיצן.PNG
זיצן.PNG (13.14 KiB) געזען 975 מאל


לויט זיי זענען די אויסזיכטן אז די ליבעראלע פארטיי גייט אריינקומען נומער איינס ביי 68%, וואס רעכנט אריין א 15% שאנס אז זיי גייען האבן א רוב פון אלע זיצן.

די קאנסערוואטיוון האבן א 31% שאנס צו האבן די מערסטע זיצן, מיט בלויז א 1% שאנס צו האבן א רוב (די ליבעראלע פארטיי וועט לכאורה בלייבן אין אמט אפילו אויב זיי האבן נישט די מערסטע זיצן, ווייל די קאנסערוואטיווע פארטיי האט נישט עכט מיט וועם צו פארמירן א קאאליציע, משא"כ די ליבעראלע פארטיי).

דאס מיינט אז ס'איז דא א 99% שאנס אז טרודאו בלייבט פרעמיער מיניסטער (דאס הייסט אז ער האט גארנישט דערלייגט מיט'ן פאררופן די וואלן), און א 15% שאנס אז ער גייט האבן אויפגעטוהן וואס ער האט געוואלט אויפטוהן מיט'ן פאררופן די וואלן (צו באקומען א רוב פון אלע זיצן), ונראה מה יהיה חלומותיו.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יש'כ פאר די באריכטן.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

געווען באריכטעט אז טשיינע מישט זיך אין די וואלן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אט זענען די רעזולטאטן (ווי מיר שטייען יעצט מוציו"ט):

זשאסטין טרודאו איז געווארן ווידערערוועלט צו א דריטע טערמין אלס דער קאנאדישע פרעמיער מיניסטער, ווען זיין פארטיי -די 'ליבעראל פארטי אוו קאנאדא' (LPC)- האט אנגעצויגן 158 זיצן ביי די נארוואס אפגעהאלטענע וואלן.

די הויפט אפאזיציע פארטיי -די קאנסערוואטיוו פארטי אוו קאנאדא (CPC)- האט אנגעצויגן 119 זיצן.

דאס באדייט אז קיינע פון די גרויסע פארטייען האבן נישט אנגעצויגן גענוג זיצן אויף צו קענען אליינס פארמירן א רעגירונג, נאר טרודאו וועט מוזן צוקומען צו די קלענערע פארטייען, אזויווי ביז היינט. נאכמער ווערט ארויסגעברענגט אז די ציפערן, אויף דערווייל, צייגן א אויסגאנג וואס איז כמעט גענוי די זעלבע וי די פארליאמענט צוזאמשטעל איידער די וואלן, א בענקל ארויף א בענקל אראפ.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

נארמאליזעם האט געשריבן:געווען באריכטעט אז טשיינע מישט זיך אין די וואלן

וועמען ווילן זיי?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Wow a1 האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:געווען באריכטעט אז טשיינע מישט זיך אין די וואלן

וועמען ווילן זיי?

נישט די יעצטיגע גאווערמענט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: קאנאדישע פארלימענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

זיי ווילן מיר.
ואני בתומי אלך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”