2022 למספרם מידטוירם וואלן **בלויז נייעס**

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך רעד נישט פון שטימען פאר שומער, נאר פון בויען דעם בלאקוואויט אין די יוני פריימערי.

עניוועי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט טראמפ טוט אנדייטן אז ער קען מעגליך ארבעטן זיך אפצורעכענען מיט רעפובליקאנער פאליטיקאנטן וועלכע ווארפן אים איבערן דראנג אין די ענדע פון זיין איצטיגע פרעזידענט טערמין
נעמען וועלכע האבן געמאכט די ווארענונג ליסטע רעכענען אריין אהייא גאווערנאר מייק דעוויין און דזשארדזשיא גאווערנאר ברייען קעמפ וועלכע דארפן זיך ביידע שטעלן פארנט פון די וויילער אין 2022 למספרם
צווישן די נעמען פון פאטענציאלע פריימערי קעגנער אין אהייא איז דער לאנגיעריגע טראמפ קאמפיין און ווייסע הויז געהילף מעקס מילער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג נאוועמבער 22, 2020 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לארא טראמפ וועלכע איז די פרוי פון עריק טראמפ באטראכט א פלאן צו לויפן צום סענאט אין צפון קאראליינע פאר די זיץ וועלכע גייט פריי ווערן מיט דעם וואס דער סקאנדאל פארמישטער ריטשארד בור גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין 2022 למספרם

נו, שוין העכסט צייט צו כאפן אן ערשטע אריינבליק אין די קאמף פאר די קאנטראל פונעם סענאט אין די בעפארשטייענדע מידטוירם וואלן

יא, טראמפ האט נאך דערווייל נישט אויפגעגעבן די פרעזידענט פארמעסט און קאנטראל פונעם קומענדיגן סענאט גופא איז נאך אויך נישט אנטשידן ווען צווי שליסל ראנאף פארמעסטן דארפן זיך נאך אויסשפילן אין דזשארדזשיא אבער אפגעזעהן די אויסגאנג גרייטן זיך שוין ביידע זייטן צו העפטיגע שלאכטן אין 2022 למספרם ווען די סענאט וועט זיין שארף צוטיילט ווען די מאיאריטעט וועט האבן מערסטנס 52 זיצן און די מינאריטעט וועט האבן אמווייניגסטנס 48 וואס באדייט אז א פליפ פון 2 זיצן אדער גאר איין (געוואנדן אין די דזשארדזשיא אויסגאנג) קען טוישן די סענאט פירערשאפט
ביידע זייטן גייען אריין אין די פארמעסט מיט א רייע שטארקקייטן און אויך שוואכקייט ווען רעפובליקאנער פון איין זייט וועלן פארמאגן די "מידטוירם פאקטאר" צו זייער דעספאזיציע וועלכע דינט היסטאריש בעסער פאר די אפאזיציע פארטיי אבער אפילו דאס איז ווייט פון זיכער און אויב דאס אלק וועט זיין איבריג באצויבערט פון די רואיגערע צייטן אדער מעגליך געלונגענע פירערשאפט און/אדער גאר פארשטארקערטע עקאנאמיע וועלן זיי מעגליך יא באלוינען דעמאקראטן אויב זיי וועלן האלטן אז די רעפובליקאנער זענען בלויז ביים רודער צו בלאקירן פראגרעס
פון די אנדערע זייט פארמאגן דערווייל דעמאקראטן א שטארקע בענעפיט צו זייער זייט ווען מען קוקט אויף די סענאט מאפע און אויף די זיצן וועלכע די צוויי זיייטן וועלן דארפן פארכאפן/פארטיידיגן אבער אויך דאס איז עפעס וועלכע קען זיך אביסל טוישן אויב די אטמאספערע אין לאנד הויבט אן בלאזן אין ריכטונג פון די אפאזיציע און טייל דעמאקראטן קענען באשליסן צו רעטייערן
איז לאמיר כאפן א בליק און זיך באקענען מיט די פארמעסטן אין די שליסל פארמעסטן אויף וועלכע מען האלט אן אויג
די ערשטע איז די אייאווע סענאט זיץ אויף וועלכע דער סיניאר סענאטאר טשאק גרעסלי סערווירט שוין איצט אין זיין זיבעטע טערמין
גרעסלי איז 89 יאר אלט און ממש לעצטנס דיאגנאזירט געווארן מיטן ווירוס אבער איז אין א פארהעלטנמעסיג גוטן געזונט צושטאנד און רעפובליקאנער האפן שטארק אז גרעסלי וועט לויפן פאר אן אכטן טערמין מאכנדיג גאר שווער פאר דעמאקראטן צ רעקרוטירן אן ערנסט שטארקן קאנדידאט אקעגן אים
ריק סקאט וועלכע איז דער אריינקומנדער פארזיצער פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע זאגט אז קוקט שטארק ארויס אויף גרעסלי צו לויפן און ער וועט זיין אומבאזיגבאר
אפילו אויב גרעסלי זאל עפענען זיין זיץ וועלן רעפובליקאנער נאכאלץ מעגליך האבן א לייכטע אויבערהאנט אויב קומען זיי אויף מיט א גוטן קאנדידאט אין די סטעיט וועלכע רוקט זיך מער רעכטס אין די לעצטע יארן אבער אין אזא פאל איז די פארמעסט ערנסט אין שפיל און מען דארף האלטן א נענטערע אויג דערויף
אין אלגעמיין ערווארטן נאנטע צו גרעסלי אז זיין באשלוס וועלכע קען רקומען אין די קומענדיגע מאנאטן וועט זיין יא צו לויפן

אין צפון קאראליינע ווערט אפן איין זיץ ווען ריטשארד בור רעטייערט און אויך אין פענסילוועניע ווערט איין זיץ פריי מיט די רעייערמענט פון פעט טומי

אין וויסקאנסין שפעקולירט נאך סענאטאר ראן דזשאנסאן אויב ער זאל לויפן פאר ווידערערוויילונג און קוקט ער איבער זיינע שאנסן און ריק סקאט זאגט אז ער איז אפטימיסטיש אז דזשאנסאן וועט באשליסן צו לויפן נאכאמאל אין די אויסגעקעמפטע סווינג סטעיט

אויב זאל קעלי לאפלער זיגן אין די ראנאף אין דזשארדזשיא וועט זי דארפן לויפן נאכאמאל פאר א פולן טערמין

אין מיזורי זאגט סענאטאר ראי בלאנט אז ער טוט דערווייל אלעס וואס פעלט זיך אויס צו קענען לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער האט דערווייל נישט געמאכט קיין אפיצילע אנאנסירונג צו לויפן

אין אלאסקא זאגט ליסא מורקאוסקי אז זי פלאנט ווייטער צו טוהן וואס די וויילער ערווארטן איר צו טוהן אזוי לאנג ווי די וויילער זאגן איר אז זי דארף עס מער נישט טוהן

אין פלארידא גרייט זיך מארקא רוביא העפטיג צו לויפן פאר א דריטן טערמין

אין אהייא האט שוין סענאטאר ראב פארטמאן געמאלדן אז ער גייט זוכן א פרישע טערמין און זיך געאייסערט אז עס וועט זיין א גוטע יאר פאר רעפובליקאנער זינט זיי זענען ערווארטעט צו זיין אין די אפאזיציע
פארטמאן צייגט אן אז טראמפ האט געוואנען זיין סטעיט צוויי מאל מיט 8% און אז ער זעלבסט איז געווען נאך שטארקער פון ט4אמפ מיט 13% צוריק אין 2016 למספרם

אצינד אריבער צו די דעמאקראטישע זייט וואס זענען זייערע אויסזיכטן/האפענונגען?

צו ערשט ווי געזאגט גייען זיי איצט פרובירן ארויסצובאקומען איין אדער גאר ביידע זיצן אין דזשארדזשיא אבער אפילו זיי דערלייגן ביידע מיינט עס אז זיי דארפן פארטיידיגן בלויז 13 זיצן אין קאנטראסט צו די רעפובליקאנער וועכע וועלן דארפן אנהאלטן אזויפיל ווי 20

קוקנדיג פאראויס צו די מידטוירמס איז מעגליך די טומי זיץ אין פענסילוועניע זייער בעסטע שאנס צטו פארכאפן א זיץ מיט די בור זיץ אין צפון קאראליינע וועלכע איז אויך גאנץ א רייפע שאנס

דערוויל האט קיין איינציגע דעמאקראט נישט געמאלדן רעטייערמענט פלענער און זיי האבן נישט קיין איין זיץ צו פארטיידיגן אין סטעיטס וועלכע טראמפ האט געוואנען ווידערערוויילונג

איין מעגליכע זיץ וועלכע דעמאקראטן וועלן דארפן פארזיכערן איז ניו העמפשיר וואו סענאטארשע מעגי העסען וועט דארפן לויפן און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז דער רעפובליקאנער גאווערנאר סונונו זאל זוכן די זיץ
העבען האט געוואונען שמאל אין 2016 למספרם און געזאגט אז זי פלאנט צו מעלדן אין די נאנטע צוקונפט אויב זי וועט זוכן נאך א טערמין
עס איז דערווייל נישט דא ערנסטע ערווארטונג פון סונונו צו לויפן אבער ריק סקאט וועלכע האט גוטע פארבינדונגען מיט א רייע גאווערנארס צוריקגייענדיג צו זיינע יארן אלץ גאווערנאר אין פלארידא האט שוין געזאגט אז ער האפט צו איבערצייגן סונונו צו לויפן

אין נעוואדע סענאטארשע קעטרין קארטעז מעסטא האט שמאל געוואונען אין איר ערשטע טערמין אין 2016 למספרם וועט אויך דארפן לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער דערווייל ווארט מען צו הערן אויב רעפובליקאנער וועלן באווייזן צו רעקרוטירן אן ערנסטע קאנקורענט

אין אריזאנא וועט סענאטאר ערוויילט מארק קעלי דארפן זיך שטעלן נאכאמאל פאר די וויילער און ריק סקאט זאגט אז עס איז אומדערהערט אז אריזאנא זאל פארמאגן צוויי דעמאקראטישע סענאטארן און האפט צו באאיינפלוסן גאווערנאר דאג דוסי צו לויפן אקעגן קעלי טראץ די לעצטיגע רונדע פארלוסטן פאר רעפובליקאנער אין די סטעיט וועלכע טרענדט מער בלוי

אין מערילענד דארף סענאטאר קריס ווען האלען לויפן צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג און טראץ וואס אין אלגעמיין איז די סטעיט נישט ערווארטעט צו זיין אין שפיל האלט מען יא אן אויג אויפן פאפולערן אנטי טראמפ גאווערנאר לערי האוגען
אנאליסטן גלויבן נישט אז האוגען איז אינטערסירט אין די סענאט זיץ נאר אויב עפעס מער הונגעריג פאר עפעס מער פון דעם און האלט אן אויג אויף א פרעזידענט קאנדדיאטור אין 2024 למספרם אבער ריק סקאט לייגט יא האפענונג אויף א האוגען סענאט קאנדידאטור זאגנדיג אז ער גלויבט יא אז ער קען נאך אונטערנעמען אזא פארמעסט און אז ער א סוקסעספולע גאווערנאר וועלכע גלייכט די פאליטישע פראצעדור און אויסצופרובירן נייע גוטע אונטערנעמונגען
דעמאקראטישע קוועלער אין די סטעיט זאגן אז ווען האלען איז ערנסט באזארגט איבער א פאטענציאלע האוגען ביד און האלט א נאנטע אויג אויף זיינע באוועגונגען

דער אכציג יעריגער ווערמאנט סענאטאר פעטריק לעיהי (ד) וועלכע איז דער העכסטראנגיקער דעמאקראט אויף די סענאט אפראפיעישאנס קאמיטע פלאנט צו מעלדן נאך יונואר למספרם אויב ער וועט זוכן א פרישע טערמין
זיין קאלעגע דער 86 יעריגער ריטשארד שעלבי (ר) פון אלאבאמא וועלכע איז דער פארזיצער אויף די אויבנדערמאנטע קאמיטע זאגט אז "זיי פרובירן מיך צו האבן נאכאמאל אבער עס וועט שוין זיין מיין זעקסטע טערמין"
ער זאגט אז ער וועט באשלין און מעלדן זיין החלטה נאך יונואר למספרם

אין קאליפארניע דארף גאוועראנר ניוסאם באשליסן וועם ער שטעלט צו ערזעצן וויצע פרעזידענט ערוויילט קאמאלא העריס און טייל דעמאקראטן גלויבן אז אויך די אנדערע זיץ קען ווערן ליידיג מיט א פריצייטיגע אפטריט פון סענאטארשע דיאנא פיינסטיין וועמענס טערמין לויפט ביז 2024 למספרם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @הכל הבל פאר דעם שיינעם היקף.

נישט דא וואס צוצולייגן בנוגע דעם סענאט, על כל פנים דערווייל.

בנוגע דעם הויז האלט איך אז די אנאליסטן שאצן פעסט איבער די טשענסעס פון די רעפאבליקאנער איבערצונעמען דעם הויז.

סוף כל סוף איז יעצט געווען א רויטע כוואליע אויב מען קוקט אויף טוירנאוט, און איך האלט נישט אז די עלעקטאראט אין א ביידן מידטערם נאך אזא סוקסעשן פייט ווי טראמפ פירט יעצט, מיט טראמפס העכסט ווארשיינליכע רולע אלס הויפט רעפאליקאנער אפאזיציע פירער, וועט זיין ערנסט מער רעפאליקאנער גענויגט ווי אין 2020.

די רעפאבליקאנער זענען ארויסגעקומען שטערקער ווי די דעמאקראטן ווען מען פארגלייכט עס צו 2016, וואס איז אויך געווען א ערנסטע פלאפ יאר פאר די דעמאקראטן בנוגע טוירנאוט.

און אין 2020 איז ביידן דער ערשטער דעמאקראט זינט 08 - נאך אויף די אלטע מאפע - צו געווינען רוב דיסטריקטן, וואס אבאמע האט נישט געקענט אין 2012. און די רעפאבליקאנער האבן טאקע נאך גרויס קאנטראל אויף רידיסטריקטינג, אבער ווייניגער ווי זיי האבן געהאט פאר צען יאר צוריק, וואס אויף די יעצטיגע מאפע האט ביידן געווינען מער דיסטריקטן כנ"ל.

די יעצטיגע דעמאקראטישע קאאליציע איז טאקע זייער שוואך קעגן די אבאמע 12 קאאליציע ווען עס קומט צו ווי שטארק מען דארף זיין נאציאנאל צו גרייכן 270 עלעקטארל שטימען, איז עס אבער אסאך שטערקער ווי דעמאלטס ווען עס קומט צו געווינען 218 זיצן, ובפרט אין א מידטערם.

אפילו אויב עס וועט זיין אן היפש גוטע טוירנאוט יאר פאר די רעפאבליקאנער, זעה איך נישט גרינגערהייט אפילו קיין 10 זיצן נעט געין פאר זײ אין דעם אונטערשטן הויז, זייענדיג מער ווייניגער מעקסט אוט אין זייערע גרויסע שטאטן טעקסאס פלארידע און אהייא און אזוי ווייטער אין כמעט אלע סטעיטס ווי די רעפאבליקאנער האבן רידיסטריקטינג קאנטראל.

פון די אנדערע זייט וועלן די דעמאקראטן האבן גוטע שאנסן צו פארכאפן צוריק אפאר קאליפארניע זיצן, פלאס מאכן א געהעריגן דזשערימענדער אין ניו יארק און אילענוי, און פארפעסטיגן זייערע ניו דזשערסי זיצן, אפילו אין א יאר מער צו די שוואכע זייט.

די רעפאבליקאנער וועלן לכאורה מוזן געווינען די פאפעלער וואויט נאציאנאל, אדער כאטש עס כמעט טייען, צו געווינען דעם הויז אויף די מאפע וואס קומט, און עס איז שווער צו זעהן א טראמפ אריענטירטע פארטיי דאס באווייזן, ער האט דאס נאכנישט באוויזן.

סך הכל וואלט איך געזאגט אז די רעפאבליקאנער זענען נאך אפשר פעוואריט צו געווינען דעם הויז, אבער מער אזא 55-60 פראצענט פעוואריט, מיט א סיריעס טשענס אפילו פאר נעט געין פאר די דעמאקראטן, און נישט קיין 80-90 פראצענט פעוואריט ווי אזוי אסאך אנאליסטן לייגן עס אראפ.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט פרעזידענט טראמפ'ס קאמענטארן איבער דזשארדזשיא גאווערנאר ברייען קעמפ ווערט שטארקער שפעקולאציעס איבער פאטענציאלע פריימערי פארזוכן אקעגם דעם ערשט טערמיניגן גאווערנאר
איין נאמען וועלכע ווערט געלופטערט איז קאנגרעסמאן דאג קאלינס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארק וואלקער שפרונגט אריין אינעם צפון ק'אראליינע סענאט פארמעסט צו ערזעצן ריטשארד בור

פאלגענד איז מער איבער אים וואס מיר האבן געשריבן פארלאפענע בחוקותי:

קלאב פאר וואוקס איז א מאכטפולע קאנסערוועטיווע גרופע וועלכע פלעגט אין די פארגאנגענהייט זיין פארמישט ארויסצושטויסן אמטירנדע רעפובליקאנער אין פריימערי פארמעסטן אריינצוברענגן קאנסערוואטיוון אויף זייער ארט אבער די גרופע איז נישט געווען איבריג אקטיוו אין דעם הינזיכט אין די לעצטע עטליכע יארן
אצינד גרייטן זיי זיך צו ווערן פארמישט אין די פריימערי אונטערנעמונג אקעגן נארט קאראליינע סענאטאר טאם טיליס און די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע איז אויסער זיך און ווארנט די טראמפ קאמפיין אז סיי וועלכע ווייטערדיגע כאאס אין די סטעיט עס קען ערנסט באדראען טראמפ און די רעפובליקאנער שאנסן אין 2020 למספרם
קלאב פאר וואוקס זוכט צו רעקרוטירן קאנגרעסמאן מארק וואלקער צו לויפן אקעגן טיליס און דערווייל האט וואלקער נישט קאמענטירט אויף די באריכטן אבער איינער האט באמערקט אז זייין וועבזייטל ארבעט נישט אנגעבליך צוליב מעינטענענס און אפדעיטס וועלכע דארפן ווערן געמאלדן אין קורצן.. און די מעלדונג פירט אויס מיטן צייגן א לינק וואס פירט צו א ביישטייערונג פארום פארן קאנגרעסמאן..
די מעקאנעל לידערשיפ פעק איז שוין ארויס ארונטעררייסן די קלאב און וואלקער און פארטיידיגט טיליס און געווארנט אז זי וועט אפהאקן פארבינדונג מיט סיי ווער עס ארבעט צו טשעפען מיט סענאטאר טיליס אדער סיי וועלכע אנדערע אמטירנדע סענאטאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג
די מעקאנעל מיסיע ווערט געשטיצט דורך שעלדאן עדעלסאן

א שטיק צייט שפעטער האבן מיר געשריבן דעם אפדעיט:

אין צפון קאראליינע טרעפן זיך א רייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט אויסגעשפארט פון זייערע קאנגרעס ביוראען ווען די נייע איבערגעשריבענע מאפעס שניידט ארום זייערע דיסטריקטן אויף א וועג אז זיי וועלן זיך טרעפן אינדרויסן פון קעפיטאל היל נאך נאוועמבער למספרם און טייל האבן שפעקולירט פון לויפן אין דערנעבנדע דיסטריקן אין פריימערי פארמעסטן אקעגן קאלעגע רעפובליקאנער
מארק וואלקער איז איינע פון זיי און ער האט אצינד געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר קיין פאליטישע אפיס אין 2020 למספרם אבער וועט יא האלטן אן אויג צו לויפן צום סענאט אין 2022 למספרם ווען דער איצטיגער סענאטאר ריטשארד בור איז ערווארטעט צו רעטייערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פלענער פון סארא האקעבי סאנדערס צו לויפן פאר גאווערנאר אין ארקענסאו קוקט נישט אויס צו ווערן אפגעשוואכט
זי גייט אדרעסירן די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע צוזאמקום אין יונואר למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מארק וואלקער שפרונגט אריין אינעם צפון קאראליינע סענאט פארמעסט צו ערזעצן ריטשארד בור

פאלגענד איז מער איבער אים וואס מיר האבן געשריבן פארלאפענע בחוקותי:

קלאב פאר וואוקס איז א מאכטפולע קאנסערוועטיווע גרופע וועלכע פלעגט אין די פארגאנגענהייט זיין פארמישט ארויסצושטויסן אמטירנדע רעפובליקאנער אין פריימערי פארמעסטן אריינצוברענגן קאנסערוואטיוון אויף זייער ארט אבער די גרופע איז נישט געווען איבריג אקטיוו אין דעם הינזיכט אין די לעצטע עטליכע יארן
אצינד גרייטן זיי זיך צו ווערן פארמישט אין די פריימערי אונטערנעמונג אקעגן נארט קאראליינע סענאטאר טאם טיליס און די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע איז אויסער זיך און ווארנט די טראמפ קאמפיין אז סיי וועלכע ווייטערדיגע כאאס אין די סטעיט עס קען ערנסט באדראען טראמפ און די רעפובליקאנער שאנסן אין 2020 למספרם
קלאב פאר וואוקס זוכט צו רעקרוטירן קאנגרעסמאן מארק וואלקער צו לויפן אקעגן טיליס און דערווייל האט וואלקער נישט קאמענטירט אויף די באריכטן אבער איינער האט באמערקט אז זייין וועבזייטל ארבעט נישט אנגעבליך צוליב מעינטענענס און אפדעיטס וועלכע דארפן ווערן געמאלדן אין קורצן.. און די מעלדונג פירט אויס מיטן צייגן א לינק וואס פירט צו א ביישטייערונג פארום פארן קאנגרעסמאן..
די מעקאנעל לידערשיפ פעק איז שוין ארויס ארונטעררייסן די קלאב און וואלקער און פארטיידיגט טיליס און געווארנט אז זי וועט אפהאקן פארבינדונג מיט סיי ווער עס ארבעט צו טשעפען מיט סענאטאר טיליס אדער סיי וועלכע אנדערע אמטירנדע סענאטאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג
די מעקאנעל מיסיע ווערט געשטיצט דורך שעלדאן עדעלסאן

א שטיק צייט שפעטער האבן מיר געשריבן דעם אפדעיט:

אין צפון קאראליינע טרעפן זיך א רייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט אויסגעשפארט פון זייערע קאנגרעס ביוראען ווען די נייע איבערגעשריבענע מאפעס שניידט ארום זייערע דיסטריקטן אויף א וועג אז זיי וועלן זיך טרעפן אינדרויסן פון קעפיטאל היל נאך נאוועמבער למספרם און טייל האבן שפעקולירט פון לויפן אין דערנעבנדע דיסטריקן אין פריימערי פארמעסטן אקעגן קאלעגע רעפובליקאנער
מארק וואלקער איז איינע פון זיי און ער האט אצינד געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר קיין פאליטישע אפיס אין 2020 למספרם אבער וועט יא האלטן אן אויג צו לויפן צום סענאט אין 2022 למספרם ווען דער איצטיגער סענאטאר ריטשארד בור איז ערווארטעט צו רעטייערן

איידער די קומענדיגע אפדעיט לאמיר צולייגן א באריכט וואס מיר האבן דא געשריבן א צייט צוריק אז אויך א טראמפ שנור קלערט צו לויפן:
לארא טראמפ וועלכע איז די פרוי פון עריק טראמפ באטראכט א פלאן צו לויפן צום סענאט אין צפון קאראליינע פאר די זיץ וועלכע גייט פריי ווערן מיט דעם וואס דער סקאנדאל פארמישטער ריטשארד בור גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין 2022 למספרם

אצינד צום פרישן אנקעטע נארוואס ערשינען:
פרוי טראמפ קומט אריין ביי 24%
געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי 23%
מארק וואלקער 7%
נאך דריי קאנדידאטן באקומען 2 אדער 3% איטליכער
39% אומבאשלאסן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פירער פון די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין ווי ביל סטעפיען, דזשאסטין קלארק און ניק טרעינאר פארמירן א קאנסאולטינג פירמע וועלכע איז ערווארטעט צו זיין אקטיוו אין די 2022 למספרם מידטוירמס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך טראמפ'ס נעכטיגע רוף פאר א פריימערי אקעגן דרום דעקאטע סענאטאר דזשאן טון שטעלט דער ארטיגע גאווערנאר קריסטי נאועם קלאר אז זי גייט נישט זוכן צו לויפן צום סענאט נאר ליבערשט זוכן ווידערערוויילונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט געוויסע מידיא באריכטן באטראכט פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטע טאכטער די געדאנק פון אונטערנעמען א סענאט פריימערי פארמעסט אקעגן פלארידא סענאטאר מארקא רוביא
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מען קען נאך האבען צוויי טראמפ פאמיליע מיטגלידער
אין סענאט נאך 2020 לארא טראמפ און נ.ק. און איוואנקע אין פלארידע #טראמפ דינאסטיע
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הכל הבל האט געשריבן:לויט געוויסע מידיא באריכטן באטראכט פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטע טאכטער די געדאנק פון אונטערנעמען א סענאט פריימערי פארמעסט אקעגן פלארידא סענאטאר מארקא רוביא

איך וואלט געקלערט אז דאס האט די פאטענציאל צוריקצודרייען אלע געינס וואס די רעפאבליקאנער האבן געמאכט אין קובאנער פלארידע, אין 2018 און נאך מער אין 2020, ביז צו די טראמפ 2016 לעוועלס.

דאס וואלט געווען א מתנה פאר די דעמאקראטן, און איך גלייב אז דזשערוואנקע ווייסן דאס אויך.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התבודדות

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:לויט געוויסע מידיא באריכטן באטראכט פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטע טאכטער די געדאנק פון אונטערנעמען א סענאט פריימערי פארמעסט אקעגן פלארידא סענאטאר מארקא רוביא

איך וואלט געקלערט אז דאס האט די פאטענציאל צוריקצודרייען אלע געינס וואס די רעפאבליקאנער האבן געמאכט אין קובאנער פלארידע, אין 2018 און נאך מער אין 2020, ביז צו די טראמפ צו די טראמפ 2016 לעוועלס.

דאס וואלט געווען א מתנה פאר די דעמאקראטן, און איך גלייב אז דזשערוואנקע ווייסן דאס אויך.

ביטע זיי זיך מסביר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

התבודדות האט געשריבן:

אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מארקא איז א ליבלינג ביי די פלארידע קובאנער.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

אה
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:מארקא איז א ליבלינג ביי די פלארידע קובאנער.

ישר כח.
התבודדות

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

ר' זעקל האט געשריבן:מארקא איז א ליבלינג ביי די פלארידע קובאנער.

ישר כח
התבודדות

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

התבודדות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:לויט געוויסע מידיא באריכטן באטראכט פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטע טאכטער די געדאנק פון אונטערנעמען א סענאט פריימערי פארמעסט אקעגן פלארידא סענאטאר מארקא רוביא

איך וואלט געקלערט אז דאס האט די פאטענציאל צוריקצודרייען אלע געינס וואס די רעפאבליקאנער האבן געמאכט אין קובאנער פלארידע, אין 2018 און נאך מער אין 2020, ביז צו די טראמפ צו די טראמפ 2016 לעוועלס.

דאס וואלט געווען א מתנה פאר די דעמאקראטן, און איך גלייב אז דזשערוואנקע ווייסן דאס אויך.

ביטע זיי זיך מסביר

עס איז נישט אמת. טראמפ איז דער וואס האט אויפגעהויבען קובאנער שטיצע, עס איז זייט 2016.און דאס איז געווען נאך די היציגע פריימעריס אקעגען רוביא. נישט אזוי?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין.

טראמפ אין 2016 איז געווען דער שוואכסטער רעפאליקאנער אין מאדערנע היסטאריע אין מיאמי. קלינטאן האט געווינען יענע קאונטי מיט 29%, רוביא אין זיין סענאט פארמעסט האט עס נאר פארלוירן מיט 11%. און אין די רעפאבליקאנער פרעזידענט פריימעריס האט טראמפ געווינען אלע פלארידע קאונטיס, חוץ מיאמי ווי רוביא האט געהאט ארום 70%.

צוביסלעך מיט די צייט איז געווארן קירוב לבבות און די רוביא שטיצער זענען געווארן אינגאנצן פארטראמפט.

הגם פון די אנדערע זייט קען זיין אז מיין סברא איז נישט 100%, ווייל טראמפ 2020 האט דאך פארלוירן מיאמי נאך ווייניגער ווי רוביא 2016.
התבודדות

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

צל עובר האט געשריבן:ניין.

איך האב פרעזענטלעך גערעדעט צו אסאך פון די חברה און די סיבה פארוואס זיי שטיצען טראמפ איז די זעלבע פארוואס ער האט אסאך שטיצע ביי להבדיל אחינו בני ישראל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לאטינאוס, אדער קובאנער?
התבודדות

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

צל עובר האט געשריבן:לאטינאוס, אדער קובאנער?

קובאנער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”