נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אוסטראלישע געזעצגעבער האבן היינט באשטעטיגט א געזעץ צו בלאקירן רוסלאנד פון בויען א נייע אמבאסאדע געביידע נאנט צו די ארטיגע פארליאמענט.

די שטח לאנד געפונט זיך ארום 400 מעטער פון די אוסטראלישע פארליאמענט געביידע אין קאנבערא, און רוסלאנד האט דארט אנגעהוין מיט פארצעדור פון אויפבויען א נייע אמבאסאדע געביידע. אבער אין ליכט פון די פארערגערטע באציאונגען און א באריכט פון די שפיאנאזש אגענטורן איבער א זיכערהייט ריזיקע פון א פיינטליכע אמבאסאדע אזוי נאנט צו די פארליאמענט, האבן געזעצגעבער היינט שנעלערהייט באשטעטיגט א געזעץ געצילט צו בלאקירן די בוי ארבעט נאך וואס פריערדיגע לעגאלע שריט זענען דורכגעפאלן.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

סאודיע ארביע פרידאם מיניסטער אנגעקומען אויף א היסטארישער באזוך קיין איראן

ביים זיך טרעפן מיט ראיסי
אטעטשמענטס
IMG_20230618_035707_672.jpg
IMG_20230618_035707_672.jpg (101.57 KiB) געזען 3672 מאל
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2857
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

נאר אויף שימחות האט געשריבן: זונטאג יוני 18, 2023 3:58 am
סאודיע ארביע פרידאם מיניסטער אנגעקומען אויף א היסטארישער באזוך קיין איראן

ביים זיך טרעפן מיט ראיסי
א פראסק און פנים פאר אמעריקע!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:59 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:31 am
כינע האט אויסגעהאמערט א געהיימע אפמאך מיט קובא אוועקצושטעלן אויפן אינזל א צענטער פאר עלעקטראנישע שפיאנאזש
פענטאגאן מאכט אוועק די באריכטן אלס 'נישט קראנט'.
די וואל סטריט דזשורנאל באריכט אצינד איבער א טרענירונג צענטער וואס בעיזשינג וויל אויפשטעלן אין קובא וואו מיליטערן פון ביידע לענדער זאל דורכפירן געמיינזאמע מושטירונגען
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א געז אויפרייס אין פאריז, פראנקרייך, האט איבערגעלאזט 16 פארוואונדעטע, אריינגערעכענט זיבן אין א קריטישע צושטאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

31 זענען אומגעקומען, און נאך זיבן פארוואונדעט, ביי א געז אויפרייס וואס האט פאסירט נעכטן נאכט אין די דרום-מערב כינעזע שטאט אינשואן.

לאקאלע לאו ענפארסמענט האבן פארהאלטן ניין פערזאנען אין פארבינדונג מיט די אויפרייס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

6.2 ערדציטערניש באטראפן די Papua פראווינץ אין אינדאנעזיע.

קיינע באריכטן איבער פארוואונדעטע אדער אנדערע שאדנס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעמיער מיניסטער אלבערטא אטעראלע פון פערו ערקלערט א 'סטעיט אוו עמערזשענסי' אין דרום טייל פון לאנד, נאך וואס א וואלקאן בארג אין די געגענט האט אנגעהויבן שפייען אש אין די לעצטערע טעג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמווייניגסטענס הונדערט זענען אומגעקומען אין מעקסיקאו דורכאויס די לעצטע צוויי וואכן אין רעזולטאטן פון א שטערבליכע היץ וואס איז באפאלן דאס לאנד, ווען טעמפראטורן אין טייל ערטער זענען ארויף ביז 122 פערענהייט.

-לאקאלע געזונטהייט מיניסטעריום
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קעניג ווילהעם-אלעקסאנדער פון האלאנד זיך נעכטן אנטשולדיגט איבער די ראלע וואס זיין לאנד האט געשפילט אין די אמאליגע שקלאפן האנדל.

די אנטשולדיגנונג איז געקומען דורכאויס א צערמאניע צו אפצייכענען די 160'טע יארטאג פון ווען שקלאפן האנדלעריי איז געווארן אומלעגאל אין האלאנד און אין אירע קאלאניעס.

צווישן אנדערע האט דער קעניג אויסגעדרוקט זיין פערזענליכע ווייטאג און באדויער איבער דעם וואס זיינע עלטערן -די קעניגן לבית אראנזש-נעסאו- האבן נישט געטון מער אפצושטעלן די פארברעכן קעגן די מענטשהייט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עגיפטן און טערקיי האבן געשטעלט פרישע אמבאסאדארן צום ערשטן מאל זינט דער יעצטיגע עגיפטישע פרעזידענט על-סיסי איז געקומען צו דער מאכט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג יולי 03, 2022 12:41 pm
פאראורטיילט צו א גייסטישע באהאנדלונגען נאך וואס ער טענה'ט אז ער איז געווען גייסטיש אומסטאביל אין צייט פון די אטאקע.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויטאריטעטן האבן ארעסטירט און אנגעקלאגט א מאן וועלכע איז צוריק אין 1994 למספרם געווען פון די ריכיסטע און מאכטפולסטע פיגורן אין ריוואנדא, א לאנד אין צענטראל אפריקא, און זיי באשולדיגן אז ער האט גענוצט זיין רייכטום צו פינאנצירן פראפאגאנדע און וואפנס צו העלפן דורכפירן א פעלקער מארד

ער ווערט באשולדיגט צווישן אנדערן פארן שטיצן א טעלעוויזיע פראגראם וועלכע האט פובליצירט נעמען און אדרעסן פון עטנישע מינאריטעטן און זיי באצייכנט אלס אינזעקטן וועלכע מען דארף אויסראטן

די ריכטער אויפן אינטערנאציאנאלן געריכט האבן אנערקענט אז דער אנגעקלאגטער איז צו קראנק צו קענען אריבערגיין א פראצעס אבער זענען נישט גרייט גענצליך אפצולאזן די קעיס נאר שלאגן פאר אן אלטעראנאטיווע פראצעדור און צום ערשטן מאהל אין די היסטאריע פונעם געריכט זוכן א שטראפלאזע פראצעס

אין 1997 למספרם האט די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע טריביונאל פאר ריוואנדא ארויסגעגעבן אן ארעסט באפעל אויף אים אבער ער האט באוויזן זיך אויסצובאהאלטן פאר מער פון יא צענדליג און ביים ווערן ארעסטירט אין פאריז אין 2020 למספרם איז ער שוין געווען אין אן אפגעשוואכטע געזונט צושטאנד

ער איז צו ערשט אנטלאפן מיט זיין פאמיליע צו די שווייץ נאכן פארלאנגן אזיל רעכט און ערהאטלן א וויזא און נאך וואס מען האט פארמירט די ריוואנדא טריבונאל האט ער מיט די הילף פון פריינט אינערהאלב די ארטיגע רעגירונג באוויזן זיך ארויסצוגליטשן פון לאנד און פארשוואונדן ווערן פון די ארענע

לויט א מעדיצינישע אפשאצונג ליידט דער 90 יעריגער אנגעקלאגטער פון דימענשע און קען נישט אנטייל נעמען אינעם פראצעס זיך צו פארטיידיגן און די פאנעל וועלכע האט ערזעצט די ספעציעל אויפגעשטעלטע טריביונאל וועלכע האט זיך אויפגעלעזט אין 2016 למספרם שלאגן פאר אפצוהאלטן עפעס א פראצעדור וועלכע זאל נאכגיין די פאקטן פון די באשולדיגונג און פובליצירן אירע געפינסן אויף א פארמאט וועלכע איז די מערסטע אידענטיש צוא געווענליכע פראצעס אבער מיט די אויסנאם אז עס וועט נישט פירן צו קיין שטראף (צוליב די אוממעגליכקייט פונעם באשולדיגטן זיך צו פארטיידיגן)

אונטער די פארשלאג וועלן פראקורארן דארפן צושטעלן די זעלבע שטארקע באווייזן ווי אין א געווענליכע פראצעס אבער דער הויפט פארטיידיגונג אדוואקאט וועלכע האט באצייכנט די אנערקענונג פונעם געריכט אז זיין קליענט קען נישט דורכגיין א געהעריגע פראצעס צווייפלט אין די פראצעדור וואס די ריכטער ווילן דורכפירן זאגנדיג אז עס ארויס פון זייער מאנדאט און אז די טריביונאל איז געווארן אוועקגעשטעלט דורכצופירן פראצעסן און נישט אויפצוקומען מיט די ווארהייט און פאקטן און אזא מעכאניזם פארמאגט נישט קיין לעגאלע באזיס

אין די פארגאנגהייט פלעגן אינטערנאציאנאלע געריכט פאנעלן ארויסווארפן אנקלאגעס אקעגן באשולדיגטע וועלכע זענען געווען צו קראנק צו קענען אריבערגיין פראצעסן, א שטייגער ווי די יוגאסלאוויע טריביונאל וועלכע האט ארויסגעווארפן אן אנקלאגע אקעגן א געוועזענע אפיציר אין די יוגאסלאוויע ארמיי נאך וואס זיין געזונט צושטאנד איז געווען צו אפגעשוואכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ענגלאנד, קאנאדא, שוועדן און אוקריינע האבן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין אינטערנאציאנאלן געריכט אקעגן איראן פאר די אינצידענט אין וועלכע אן אוקריינישע פליגער איז געווארן אראפגעשאסן פליענדיג אין איראנע לופט רוימען פירנדיג צו 176 פאטאליטעטן
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שווערע פארפלייצונגן אין פאקיסטאן.

https://www.dropbox.com/s/jo38clmkgx019 ... 3.mp4?dl=0
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דייטשע פאליציי ארעסטירן זיבן אימיגראנטן אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן געזוכט צו שאפן א טעראר גרופע וואס זאל דורכפירן אייסיס-סטיל טעראר אטאקעס אינערהאלב דייטשלאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

שוועדישע רעגירונג קלערט פון מעגליך איינצוימען די אויסטערליש ברייטע פרייהייט פון אויסדרוק רעכטן אין לאנד.

דאס קומט נאך א קוראן איז פארברענט געווארן אינדרויס פון א מעטשעט אין די ארטיגע הויפטשטאט, און האט ארויסגערופן פארדאמונגען פון מערערע ריכטונגען. די ארטיגע זיכערהייט סערוויסעס זאגן אז אזוינע אינצידענטן שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פון לאנד.

ווי אויך זענען די פארברענונגס אינצידענטן טייל פון די ערקלערונג וואס דער טערקישע פרעזידענט געט אן איבער דעם וואס זיין לאנד איז אומאיינשטימיג איבער שוועדן'ס זיך אנשליסן אין די נאטא אליאנץ.

יוסטיץ מיניסטער שטראמער זאגט 'מיר דארפן זיך זעלבסט פרעגן אויב די יעצטיגע סיסטעם איז א גוטע אדער איז מעגליך פארהאן סיי וועלכע סיבה איר צו טוישן'.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

איבער 23 קעץ אין פוילן האבן שוין געטעסט פאזיטיוו פאר די H5N1 פייגל פלו.
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

פרישע רייבענישען צווישען סאודיע אראביע און איראן, סאודיע פאדערט אויף פון איראן צו אנצייכענען ים-גרעניצן צווישען די צוויי מדינות געבויעט אויף די אינטענאציענאלע געזעץ, און אזוי וועט איינע פון די גאז פעלדער עמטליך זיין אונטער סאודיע, אבער די איראנע ווארפן עס אפ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איינער איז אומגעקומען -און נאך זעקס זענען ערקלערט געווארן אלס פעלנד- נאך א מאראסט גליטש אויף א הייוועי אין צענטראלע טייל פון כינע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זעקס זענען אומגעקומען נאך וואס 'טעראריסטן' האבן אטאקירט די לאקאלע פאליציי סטאנציע אין 'זעהדאן' אין די דרום איראנע פראווינץ באלאכיסטאן.

ווי די סטעיט מידיע באריכטעט איז די גרופע אטאקירער באשטאנען פון פיר באוואפענטע 'טעראריסטן' -אריינגערעכענט כאטש איין זעלבסטמערדער- וועלכע זענען אלע אומגעקומען דורכאויס די אטאקע אויף די לאקאלע פאליציי שטאנציע. אויך זענען צוויי פאליציאנטן אומגעקומען דורכאויס די איבערפאל.

די לאקאלע 'ארמיי פאר יוסטיץ' מיליצע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די האלאנדישע רעגירענדע קאאליציע איז פרייטאג צוזאמגעפאלן נאך א ערנסטע מיינונגס דיפערענץ אנבאלאנגט די פראוון צו צוימען אימיגראציע.

פרישע וואלן וועלן אפגעהאלטן ווערן נישט פריער ווי אינמיטן נאוועמבער.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג יולי 10, 2023 10:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

צפון קארעא זאגט אז אמעריקאנער אויסשפור עראפלאנען האבן לעצטענס פארלעצט אירע לופטן.

ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:34 pm
צפון קארעא זאגט אז אמעריקאנער אויסשפור עראפלאנען האבן לעצטענס פארלעצט אירע לופטן.
צפון קארעא: נישטא קיין גאראנטיע אז אן אמעריקאנער אויסשפור עראפלאן וועט נישט אראפגעשאסן ווערן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 1:30 pm
פרעמיער מיניסטער מארק רוטעי וועט נישט לויפן פאר פיפטע טערמין.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”