41'סטע פרעזידענט פון אמעריקא דזשארזש ה. בוש (1) געשטארבן אין עלטער פון 94

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:06 pm

צל עובר האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:סאיז די ערשטע מאל וואס טראמפ איז אין איין רוים מיט מס קלינטאן, טראמפ האט נישט געגבען די הענט פאר מר קלינטאן

בעבי וואס ער איז


עס איז נישט אויסגעקומען לויט די אויסשטעל, פאר קארטער האט ער אויך נישט געגעבן.


די ערשטע פרוי (מ) האט יא געגעבן פאר מר. קלימטאן, אין פאר פרוי קלינטאן פלעין געשאקלט מיט די קאפ.
נאכדעם האט טראמפ געגעבן פאר אבאמא מר. & מרת. זיך אפגעשטעלט ביי קלינטאן

קען זיין אז סאיז געווען א פראווע אז ערשטע פרוי זאל קוידם געבן

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:12 pm

זי איז געווען יענע זייט פון דאנעלד.

מיר האט עס אויסגעקוקט נארמאל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:17 pm

צל עובר האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:סאיז די ערשטע מאל וואס טראמפ איז אין איין רוים מיט מס קלינטאן, טראמפ האט נישט געגבען די הענט פאר מר קלינטאן

בעבי וואס ער איז


עס איז נישט אויסגעקומען לויט די אויסשטעל, פאר קארטער האט ער אויך נישט געגעבן.

ער האט דוקא נישט געגעבן קלינטאן איז געווען רעדי צו געבן און טראמפ דרייט זיך אוועק

אור
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:21 pm

גוגעל - פארשווארצט
לכבוד היום
צוגעלייגטע
Untitled-2.jpg
Untitled-2.jpg (33.35 KiB) געזעהן 2046 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:38 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ליסטע פון יעצטיגע און געוועזענע וועלטליכע פירער וואס זענען געקומען

פונעם שכן פון אויבן [קאנאדא] איז קיינער נישט געקומען? און וואו זענען די פראנצויזן מיט די ציונים וכדו'?


א געוועזענער קאנאדישער פריים מיניסטער האט מספיד געווען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:51 pm

די חוליקם פון בוש אין מקעין׳ס לױה׳ס צײגן װאספארא פארשױן מקעין איז געװען

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:55 pm

א גולם האט געשריבן:סאיז די ערשטע מאל וואס טראמפ איז אין איין רוים מיט מס קלינטאן, טראמפ האט נישט געגבען די הענט פאר מר קלינטאן

די ערשטע מאל זײט?
קלינטאן איז געװען בײ טראמפ׳ס אײנשװעראנג אין אױך זיך באטײליגט בײ די צערמאניע נאכדעם אינעם קעפיטעל אין טראמפ איז דארט אױך געװען

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:05 pm

abeg האט געשריבן:די חוליקם פון בוש אין מקעין׳ס לױה׳ס צײגן װאספארא פארשױן מקעין איז געװען


לפענ"ד איז מקעין די רעגולער מאדל, ער האט פיינט די וואס האבן אים פיינט, ער איז מבזה די וואס זענען אים מבזה, משא"כ בוש41, איך האף אז עס איז נישט לא תחנם, איז געווארן דער פאטער פיגור פאר ביל קלינטאן וואס האט נעבעך נישט (געהאט) [געקענט] זיין טאטע.

טראמפ האט אים אראפגעריסן ביי ראליס עטליסט צוויי מאל לעצטענס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:07 pm

פאר איך שלעפ ארויס מיין בינטל שליסלעך צו טשעקן די פאסט...
איז היינט געגאנגען פאסט אדער נישט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:09 pm

ראספשע האט געשריבן:איז היינט געגאנגען פאסט אדער נישט?

ווענדט זיך וואס עס פאסט, פאסט בעסער אויף, קען זיין אז איר סיי וויי גארנישט פארפאסט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:12 pm

א קרעכץ אויפן טויט פונם פרעזידענט, וועמען מיר זענען געווען מיט אים פארנומען אין שיווע קטאנע, ווען ער האט געשיקט פליגערלעך און אראפגעלאזט ווארשטלעך אין ליביע....

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:17 pm

ראספשע האט געשריבן:פאר איך שלעפ ארויס מיין בינטל שליסלעך צו טשעקן די פאסט...
איז היינט געגאנגען פאסט אדער נישט?

לכאורה נישט

היינט אינדערפרי דורכפארענדיג די פאסט אפיס אויף מוירטל ביי קענט קומט א גוי צולויפן מיט א גרויסע באקס ער לויפט צו צום טיר און גארנישט, ער קוקט אריין צוקוועטשענדיג זיין נאז צום גלאז, צו מזל איז דארט געשטאנען די סקול קראסינג לעדי וואס האט אים געזאגט אז סיז צוגעמאכט היינט, כאב נישט געקענט הערן צו זי זאגט פארוואס סיז פארמאכט,

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:22 pm

abeg האט געשריבן:די חוליקם פון בוש אין מקעין׳ס לױה׳ס צײגן װאספארא פארשױן מקעין איז געװען

וואס מיינסטו??

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:26 pm

abeg האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:סאיז די ערשטע מאל וואס טראמפ איז אין איין רוים מיט מס קלינטאן, טראמפ האט נישט געגבען די הענט פאר מר קלינטאן

די ערשטע מאל זײט?
קלינטאן איז געװען בײ טראמפ׳ס אײנשװעראנג אין אױך זיך באטײליגט בײ די צערמאניע נאכדעם אינעם קעפיטעל אין טראמפ איז דארט אױך געװען



זייט די לעצטע מאל וואס זיי זענען געוועהן צוזאמען! :wink:

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:29 pm

דזשימי קארטער, וואס איז ווי מען רופט עס "נעקסט", ער איז געווארן פרעזידענט 12 יאר פאר בוש הראשון, ער איז א האלבע יאר יונגער פון 41, ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס איז עלטער ווי טראמפ, קוקט נאך אפשר אויס דער פרישסטער פון אלע.

טראמפ איז דריי וואכן עלטער פון 43, ביל איז פינעף וואכן יונגער פון בוש, אבאמע איז בכלל נישט זייער עידזש.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:41 pm

צל עובר האט געשריבן:דזשימי קארטער, וואס איז ווי מען רופט עס "נעקסט", ער איז געווארן פרעזידענט 12 יאר פאר בוש, ער איז א האלבע יאר יונגער פון 41, ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס איז עלטער ווי טראמפ, קוקט נאך אפשר אויס דער פרישסטער פון אלע.

טראמפ איז דריי וואכן עלטער פון 43, ביל איז פינעף וואכן יונגער פון בוש, אבאמע איז בכלל נישט זייער עידזש.


12 יאר פאר וועלעכע בוש?
ווען איז רעיגן געווען?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:52 pm

עס גייט אזוי, 1960 קענעדי, 1963 דזשאנסאן, 1968 ניקסאן, 1974 פארד, 1976 קארטער, 1980 רעיגן, 1988 בוש הראשון, 1992 ביל קלינטאן, 2000 בוש השני, 2008 אבאמע, 2016 טראמפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 6:55 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:א דזשיניעס דער טראמפ! ער שפילט אויס א טרויערטאג, און אנשטאט מאכן א פאראדע וכדו' וואס זאל קאסטן געלט, שפארט ער גאר פאר די גאווערמענט געלט! ווייל יעדן טאג וואס די יו.עס. פאסטעל איז אפן דערלייגן זיי געלט...!

ביסט נישט גערעכט, די יו עס פאסטעל טראקס דעליווערט געהעריג פאר עמעזאן היינט, נאר די פאסטעל ארבעטערס באקומען באצאלט פאר אווער טיים (טיים און עהעוו) ווייל עכט איז עס צוגעשפארט, ס"ה צאלט ער טייערער..

אך! די וויץ איז מיר נישט געלונגען... שוין זאל זיין אויף כפרות עוונות.

אבער ערנסט גערעדט, לויט ווי איר זאגט, וואס איז בכלל פשט פין זאגן אז ס'גייט זיין צוגעמאכט?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:55 pm

צל עובר האט געשריבן:דזשימי קארטער, וואס איז ווי מען רופט עס "נעקסט", ער איז געווארן פרעזידענט 12 יאר פאר בוש הראשון, ער איז א האלבע יאר יונגער פון 41, ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס איז עלטער ווי טראמפ, קוקט נאך אפשר אויס דער פרישסטער פון אלע.

טראמפ איז דריי וואכן עלטער פון 43, ביל איז פינעף וואכן יונגער פון בוש, אבאמע איז בכלל נישט זייער עידזש.

;l;p-
אינטערסאנט טאקע אז קלינטאן בוש און טראמפ, זענען אלע פון די בעיבי בומערס, געבוירן אין 1946,

כ'האב יעצט געמאכט א שנעלע סורדש.
קארטער איז יעצט 94
בוש 41 געשטארבן 94
קלינטאן איז יעצט 72
בוש 43 איז יעצט 72
אבאמא איז יעצט 57 ממש א יונגערמאן...
טראמפ איז יעצט 72
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 18235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:42 am

ראספשע האט געשריבן:א קרעכץ אויפן טויט פונם פרעזידענט, וועמען מיר זענען געווען מיט אים פארנומען אין שיווע קטאנע, ווען ער האט געשיקט פליגערלעך און אראפגעלאזט ווארשטלעך אין ליביע....

דו רעדסט פון פרעזידענט רעיגען
בוש האט געפירט קריג מיט פאנאמע און מיט איראק
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:59 am

די באן וואס וועט טראגן דעם קאסטן פון היוסטן צו די באגרעבעניש ארט ביי די בוש פרעזידענטשעל לייברערי אין קאלידזש סטעישין טעקסעס, 100 מייל אוועק.

געפארבט לויט די קאלירן פונעם עירפארס 1
צוגעלייגטע
Dtu5qZXXcAA0t66.jpeg
Dtu5qZXXcAA0t66.jpeg (539.42 KiB) געזעהן 1315 מאל

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:30 am

יש ברירה האט געשריבן:די באן וואס וועט טראגן דעם קאסטן פון היוסטן צו די באגרעבעניש ארט ביי די בוש פרעזידענטשעל לייברערי אין קאלידזש סטעישין טעקסעס, 100 מייל אוועק.

געפארבט לויט די קאלירן פונעם עירפארס 1

בוש אליין האט געדרייווט דעם באן פאר בערך 2 מייל אין 2005 למספרם,

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:30 am

ביים אראפקומען דאס לעצטע מאל פונעם פליגער
צוגעלייגטע
23.JPG
23.JPG (37.33 KiB) געזעהן 1264 מאל

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:23 am

עס איז מיר געפאלן צו זען א הספד פון וואשינגטאן פאוסט אויף בוש ווי ער רעכנט דארט אויס צוויי עוולות וואס בוש האט געטון , איינס, די איראק מלחמה, און ער רעכנט דארט אויס עטליכע עוולות וואס זענען געטון געווארן בשעת די מלחמה, און אויך די סאנקציעס וואס האבן חרוב געמאכט איראק, און די צווייטע , די טינעמען סקווער מאסן מארד ווי בוש האט נישט גענוג געטון קעגן טשיינע.

איך האב מיך נאר פרובירט פארצושטעלן, ווען עס וואלט געווען פארקערט, בוש וואלט געלאזט סאדאם האבן זיין וועג אין קאווועיט , און ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף טשיינע, וואלט ער געקענט מאכן דעם זעלבן הספד, נישט גענוג געטון אין קואוועיט , חרוב געמאכט טשיינע.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:45 am

די יו עס נעווי וועט היינט דורכפירן די גרעסטע "פארלוירענע מענטש" געפליעכץ ווי זיי ריפן עס, MISSING MAN FORMATION לכבוד דעם פארשטארבענעם בוש וואס איז געווען א נעווי פילאט, אזויפיל ווי 21 מיליטערישע פליגער וועלן אנטייל נעמען און די פאראדע וואס ווערט געווענטליך דורכגעפירט דורך נישט מער ווי 5 פליגערס (דאכצעך), עס וועט פארקומען אין טעקסעס היינט נאכמיטאג העכער די באגרעבעניש ארט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”