א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

שכח, זאלסט זיין געבענטש!!!
בילד
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

popo האט געשריבן:An Israeli doctor in her 50s who chose not to get vaccinated contracted COVID and is now hospitalized in serious condition and attached to an ECMO machine, Channel 13 News reported.

The doctor, who practices as a family doctor in a private clinic, began developing symptoms at the beginning of last week. However, despite her symptoms, she didn’t get tested for COVID and continued seeing patients.

At least eight patients have tested positive for the coronavirus after seeing her.

In the wake of the incident, the Health Ministry is demanding to increase enforcement of sanctions against physicians who choose not to vaccinate.

דריי הערות
א) שרייבסט עס אויף אנגליש אן א איבערטייטש אדער קור ע באשרייבונג פין וואס עס רעדט
ב) סאיז נישט קלאר וואו דעי מעשה האט פאסירט אין מדנ״י אדער אמעריקע
ג) וואו קימט עס אריין דא? באלאנגט עס נישט אין קאראנא נייעס?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

א הייסע קאווע האט געשריבן:שכח, זאלסט זיין געבענטש!!!
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אזוי קלאר צו זיין אין נייעס

אין עס נאך אראפ לייגן מיט א איינזייטיגקייט. הכל הבל האט עס
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח פאר די פידבעק!
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

צופלאטשעט האט געשריבן:אזוי קלאר צו זיין אין נייעס

אין עס נאך אראפ לייגן מיט א איינזייטיגקייט. הכל הבל האט עס

גא''מ יישר כח
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג מטות מסעי
יאפ!

@הבל מיט די געשמאקע באריכטן.

האמיר געמיינט די געריכט איז יעצט נישט אין סעסיע, דער קומט זיך אלץ אפיר מיט א לעגאלע באריכט וואס צו שרייבן. . .
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג דברים







ענדרו סאול האט ביז דעם וויקענד געפירט די סאושלע סעקיוריטי אדמינסטראציע ווערנדיג אריינגעשטעלט אהין דורך פרעזידענט טראמפ מיט וועם ער האט געלערנט אין אין קלאס אין שולע
דער 76 יעריגער סאול איז א סוקסעספולע ביזנעסמאן און אינוועסטירער און א גרויסע ביישטייערער צו אידישע פאליטישע צוועקן און צו רעפובליקאנע קאמפיינס און פרעזידענט ביידען האט אים אויפגעזאגט דעם זיבעטן נאך וואס ער האט אנטזאגט פרייוויליג איבערצולאזן זיין פאסטן וועלכע וואלט ארגינעל געלאפן ביז 2025 למספרם
אצינד זאגט סאול אז די מעלדונג פון ביידען איז געווען אומלעגאל און ער פלאנט צו פארבלייבן אויף זיין פאזיציע טראץ וואס עס איז אומקלאר גענוי ווי אזוי ער קען עס באווייזן זינט די רעגירונג קען איינפאך אויסשאלטערן זיינע קאמפיוטער און קאמיוניקאציע אין די ביורא


*


עטליכע מאנאטן אריין אין די אנגייענדע אויספארשונג פון ניו יארק אטוירני דזשענעראל דזשעימס אין די ען ער עי האט די מאכטפולע גאן לאבי ווי באריכטעט געפיילט פאר באנקראט אין א פארזוך צו קענען אריבערפירן זייער קארפארעישאן צו א מער גאן פריינטליכע סטעיט אבער די פארלאנגט איז לעצטנס געווארפן בלאקירט דורך א ריכטער
אצינד האט סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער פארלאנגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל אויספארשן די באנקראט פארלאנג זינט די מאסיווע רעקלאמע קאמפיין פון די גרופע אקעגן די נאמינאציע פון דעיוויד טשיפמען און אנדערע צייכנס צייגן קלאר אז די ארגאנאזאציע באדט זיך אין קעש מער ווי סיי ווען פריער און אז די באנקראט פיילינג איז געווארן געטריבן פון לעגאלע זארגן ווי איידער פינאנציעלע


*


דערמאנענדיג די טשיפמען נאמינאציע צו פירן די עי טי עף איז אין פלאץ צו גיבן אן אפדעיט איבער די פארהאנקערטע נאמינאציע
ווי באריכטעט איז זיין נאמינאציע געווארן אויפגעברענגט אין די קאמיטע און געבליבן שטעקן ווען די קאמיטע האט זיך געשפאלטן אויף האלב צווישן שטיצער און קעגנער און שומער האט די מאכט אויפצוברענגן פאר אן אפשטימונג אויב מען זאל באפרייען די נאמינאציע צום פולן סענאט
דערווייל קומט אבער נישט סיי וועלכע סיגנאל פון שומער'ס אפיס אז דער סענאטאר איז שוין גרייט עס צו טוהן און די אורזאך איז גאנץ קלאר זינט עס זענען נאכנישט דא די נויטיגע פארשפרעכונגען פון גענוג דעמאקראטן אז זיי וועלן שטימען אין שטיצע
סענאטארשע קאלינס האט געמאלדן מיט צוויי וואכן צוריק אז זי איז א ניין אויף די נאמינאציע און מורקאוסקי האט נאכנישט געזאגט וואו זיי שטייט דערויף
דאס באדייט אז דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין סענאטאר סיידן מורקאוסקי ברעכט זיך אפ פון איר פארטיי
פון די דעמאקראטישע קאלום ווארט מען נאך צו הערן פון 5 שליסל סענאטארן אויב זיי זענען גרייט צו שטיצן טשיפמען און זיי זענען סענאטארן מענשין פון וועסט ווירדזשיניע , טעסטער פון מאנטאנא , קינג (אינדעפענדענט) פון מעין, האסאן פון ניו העמפשיר און סינעמא פון אריזאנא און אלע פון זיי קומען פון גאר גאן פריינטליכע סטעיטס מיט געזעצן וועלכע טשיפמען האט גערופן צו פארבאטן און זיי שטייען אלע פאר ווידערערוויילונג אין 22 אדער 24 למספרם
טראץ וואס סינעמא איז אינעם קויש פון סענאטארן אונטער פראגע צייכן איז די אנדערע סענאטאר פון די זעלבע סטעיט א קלארע יא און דאס איז סענאטאר קעלי וועלכע איז אויסגעשפראכן אקעגן גאן רעכטן און האט קאמפיינט אויף א גאן קאנטראל פלאטפארמע זייענדיג פארהייראט צו די געוועזענע אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס וועלכע איז געווען א קרבן צו א שיסעריי וועלכע האט פאטאל אומגעברענגט און פארוואונדעט עטליכע


*


די סענאט קערט זיך היינט צוריק צו די ארבעט נאך א צוויי וואכן איבעררייס און מען ערווארט אז אינפראסטרוקטור געשפרעכן זאלן זיך באנייען אויף אן ערנסטע פארנעם


*


סענאטאר סענדערס וועלכע האט ארגינעל גערופן פאר א 6 טריליאן דאלער רעקאנסיליאציע רעזאלוציע און האט שפעטער געזאגט אז ער וואלט געקענט איינגיין אויף עפעס ווייניגער זאגט איצט אז 2 אדער דריי טריליאן איז נישט עפעס וואס ער קען שטיצן און אז עס איז נישט גענוג


*


אום 5:30 וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון אזרע זעיא צו דינען אלץ אונטער סעקרעטאר פאר ציווילע זיכערהייט, דעמאקראטיע און מענטשן רעכט אין די סטעיט דעפארטמענט


*


דעמאקראטישע קאנגרעסמאן גאנזאלעז פון טעקסאס 15 וועלכע איז א ציהל פון די רעפובליקאנע קאנגרעסיאנלע קאמיטע צו ווערן באזיגט האט אויפגעטריבן 425 טויזנט דאלער אין די צווייטע למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.5 מיליאן דאלער אין די באנק


*


רעפובליקאנע קאנגרעסמאן קינזינגער האט אויפגעטריבן 1.3 מיליאן דאלער אין די צווייטע למספרם קווארטאל


*


געוועזענע טעקסאס סופרים קאורט ריכטערין גוזמאן וועלכע האט זיך אריינגעשפרונגען אין די פריימערי פארמעסט אקעגן אטוירני דזשענעראל פעקסטאן האט אויפגעטריבן א מיילאן דאלער ווערנדיג געשטיצט דורך די גרעסטע טעקסאס רעפובליקאנע ביישטייערער


*


אין טעקסאס האט דער געוועזענער סטעיט רעפרעזענטאט מעט רינאלדי געוואונען די פארמעסט איבערצונעמען די סטעיט פארטיי פארזיצערשאפט פון אלען וועסט וועלכע פארמעסט זיך אצינד אין א פריימערי אקעגן גאווערנאר גרעג אבאט און ער האט פארשפראכן אז נאכן ענדיגן די פארבליבענע מאנאטן פון די וועסט טערמין וועט ער זוכן א פולע טערמין קומענדיגע יאר ביים קאנווענשאן


*


א דרייסיג יעריגער וועלכע פלעגט ארבעטן פאר רעפובליקאנער מאסאטשוסעטס געווארנאר טשארלי בעיקער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור צו לויפן אלץ דעמאקראט אקעגן מיזורי רעפובליקאנע קאנרעספרוי ען וועגנער


*


אין דזשארדזשיא ווארט מען ווייטער אויס א מעלדונג פון הערשל וואלקער איבער זיינע סענאט פלענער אבער דער געווזענער גאווערנאר נעיטען דיעל האט אצינד געמאלדן זיין אינדארסירונג פאר גערי בלעק זייענדיג די מערסט פראמינענטע אינדאריסרונג דערווייל פאר סיי וועלכע קאנדדיאט אינעם פארמעסט


*


אייאווע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי סינדי עקסנע האט נאכנישט באשלאסן אויב זי וועט זוכן א פרישן טערמין אין קאנגרעס אדער גאר לויפן צום סענאט פאר די זיץ געהאלטן דורך טשאק גרעסלי און צוליב וואס זי האלט ביידע מעגליכקייטן אפן קומט זי אונטער אטאקע פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל און קאנגרעסיאנאלע קאמיטעען צוגלייך


*


הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי
רעטייערטע ארמיי קאלאנעל און געוועזענע קאקא קאלע עקזעקוטיוו דזשאן פיליפס שפרונגט אריין אין די פארמעסט פאר קאנגרעס אין די זעקסטע דיסטריקט אין דזשארדזשיא
די אמטירנדע קאנגרעספרוי איז דעמאקראט לוסי מעקבעט וועלכע האט ארויסגעשטויסן קערען הענדל אין 2018 למספרם און איר נאכאמאל באזיגט אין 2020 למספרם


געוועזענע רעפובליקאנע סטעיט רעפרעזענטאט מעגען הענסאן שפרונגט אריין אינעם פארמעסט


*


דזשעף רישעטי איז א ברודער פון ווייסע הויז ראטגעבער סטיוו רישעטי און די צוויי פלעגן אמאל ארבעטן אינאיינעם אין די לאביאונג אינדוסטריע
אצינד אז סטיוו איז גאר אינטרומענטאהל און אדורכשטופן די ביידען אגענדע הויפטזעכטליך די אינפראסטרוקטור/קלימאטן און פאמיליע פלענער איז דער ברודער דזשעף געווארן אויפגענומען צו לאביאירן ביי דעמאקראטישע סענאטארן אקעגן געוויסע שטייער העכערונגען פאר די רייכע


*


א געזעץ אין טענעסי האט פארלאנגט אז פריוואטע צימערן וועלכע ווערן ערלויבט דורך ביזנעסער צו באנוצן דורך בריות משונות אין קעגנזאץ צו די כללים פון די חוקי הבריאה זאלן מוזן ווערן אנגעצייכנט אז אזעלכע פארשוינען באנוצן זיך דערמיט אבער דיסטריקט ריכטערין טראוגער נאמננירט דורך פרעזידענט קלינטאן האט אצינד בלאקירט די געזעץ אויף ווילאנג זי באהאנדלט די קעיס שרייבנדיג אז עס פארלעט די ערשטע אמענדמענט רעכט פון אזעלכע ביזנעסער וועלכע שפורן אז אזעלכע טאוולען זענען אפענסיוו



*



אין 2018 למספרם האט א פרוי זיך ארויסגעלאזט מיט איר אויטא פון קאליפארניע קיין וואשינגטאן וואו זי האט געפלאנט זיך צו טרעפן צווישן פיר אויגן מיט פרעזידענט טראמפ זיך צו באקלאגן איבער וואס זי האט געהאלטן אז זי ווערט געציהלט אין א קאנספיראציע פון רעגירונג אגענטורן אינאיינעם מיט קאסינא אייגנטומער און זי האט געהאלטן אז דער פרעזידענט מוז באצייטנס ווערן אינפארמירט דערוועגן

זי האט אריינגעשטעלט אין איר דזשי פי עס די אדרעס פון ווייסן הויז און אנקומענדיג אהין האט זי פארקירט איר אויטא און נאכן זיך אריבערגליטשן צוויי צוימען איז זי געווארן פארהאלטן דורך סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע האבן איר ארעסטירט אבער זי האט גיך אנערקענט אז זי איז ניטאמאל אין ווייסן הויז נאר האט אומריכטיג פרובירט אריינצוגיין אין די טרעזשורי געביידע וועלכע איז גאר נאנט צום ווייסן הויז

די אויספארשער וועלכע האבן אריינגעטראגן די קלאגעס זענען געווען באוואוסטזיניג צו איר גרייז אבער זעלבסט געגרייזט ביים מיינען אז די געזעץ וועלכע פארבאט איינטריט צום ווייסן הויז שטח דעקט אויך די טרעזשורי געביידע קאמפלעקס און האבן איר אנגעקלאגט פארן אריינקומען אינעם ווייסן הויז שטח

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארן די קלאגע זאגנדיג אז זי האט נישט איבערגעטראטן די ווייסע הויז שטח אבער איר יא געפונען שולדיג אין "פרובירן" אריינצוגיין צום ווייסן הויז שרייבנדיג אז טראץ וואס זי האט זיך פארמישט איז דאס געווען איר פלאן און אפילו אויב מען איז אומסוקסעספול קען מען אויך ווערן געקלאגט

די פרוי האט אפעלירט די אורטייל און איינע פון די טענות איז געווען אז פאקטיש האט די ארגינעלע קלאגע נישט דערמאנט א "פראבע" אריינצוגיין צום ווייסן הויז אבער א דריי פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט באשטעטיגט די אורטייל פון די דיסטריקט געריכט


*


הונדערטער האבן האבן אין לויף פון די לעצטערע יארן אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן טראסטיס פון זייערע 401 און 403 רעטייערמענט פלענער און די וועג ווי אזוי זיי טוען אדמיניסטרירן די פלענער

אין אונזער קעיס האבן די קלעגער אינוועסטירט אין די נארטוועסטערן יוניווערזיטעט רעטייערמענט פאלן און קלאגן אן די טראסטיס אז זיי האבן באצאלט צופיל פאר די די פירמעס וועלכע האלטן די רעקארדס פון די פלענער און טראנזאקציעס און צוטיילט די רעקארד סעיווינגס ביזנעס פאר מערערע ווענדארס ווי איידער צו נוצן איין פירמע פאר די פולע סערוויס וועלכע וואלט געשפארט פון די קאסטן

די קלעגער באשולדיגן אויך די טראסטיס פארן נישט געהעריג פארהאנדלען אראפצודרוקן געוויסע זייטיגע קאסטן אויסגאבן און אויך גע'טענה'ט אז די פירמע האט אנגעבאטן פאר אינוועסטירער אן אויסוואל פון מיוטשעל פאנד אפציעס פאר א ריטעיל מארקעט פרייז ווי איידער ביליגערע פלענער

די קלעגער האבן זיך אנגעהאנגען אין די 1974 למספרם ערייסא אקט וועלכע שטעלט אראפ די מינימאלע פארזיכערונגען און סטאנדארטן וועלכע פריוואטע פענסיע און רעטייערמענט פירמעס מוזן צושטעלן פאר קליענטן און געקלאגט אז די אויבנדערמאנטע פארנאכלעסיגונג איז אין פארלעצונג פון די געזעץ וועלכע פארלאנגט אז די פירמעס מוזן אקעגנקומען קליענטן מיט גוטע אפציעס, באהאנדלונג און סערוויס

די זיבעטע סירקוט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס שרייבנדיג אז דאס צוטיילן די סערוויס פון האלטן פירמע רעקארדס צו עטליכע ווענדארס איז אן אנגענומענע שריט פון אסאך פירמעס וועלכע האלטן נישט אלעס ביי איין ווענדאר און דאס באדייט נישט א פארלעצונג פון באשוצן די אינטערסע פונעם קליענט

אויף די טענה פון נישט צושטעלן ביליגערע פלענער אפציעס שרייבט די געריכט אז די פירמע האט צוגעשטעלט גענוג א ברייטע אויסוואל פון מערערע פלענער

די דריטע סירקוט האט ביי אן ענליכע קעיס יא געגעבן רעכט פאר רעקארד האלטן און אינוועסטמענט אויסוואל קלאגעס און די אכטע סירקוט האט אויך באהאנדלט אן ענליכע קעיס און נאכגעגעבן טייל קלאגעס פון די קלעגער אבער אפגעשלאגן אנדערע

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס פון די זיבעטע סירקוט און עקספערטן זאגן אז אויב זאל די געריכט אויסנוצן די שאנס אראפצשטעלן קלארע פארשריפטן וועלכע פון די סארט קלאגעס זענען אויסגעהאלטן קען עס אויסקלארן די גורל פון גאר אסאך קעיסעס איבערן לאנד

ריכטערין בערעט וועלכע איז געזיצן אויפן זיבעטן סירקוט אין די צייט וואס זיי האבן באהאנדלט די קעיס האט זיך רעקיוזד טראץ וואס זי איז נישט געווען טייל פון די דריי ריכטער פאנעל וועלכע האבן פאקטיש באהאנדלט די קעיס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הערליך און אייגנארטיג, ייש''כ פארן צוריקומען שטערקער לעצטנס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר אלע וועלכע לאזן פידבעק דא און באישי
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ליבי ובשרי האט געשריבן:הערליך און אייגנארטיג, ייש''כ פארן צוריקומען שטערקער לעצטנס.

יאפ
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג מטות מסעי






ווי נעכטן באריכטעט גרייט זיך די טעקסאס לעגיסלאטור היינט צו באשטעטיגן א וואל רעפארם פעקל נאך וואס דעמאקראטן האבן עס סוקסעספול באקעמפט מיט ארויסשפאצירן פון זאל מיט עטליכע וואכן צוריק
דער טעקסאס הויז ספיקער איז א רעפובליקאנער און האט אין די פארגאנגנהייטגעזאגט אז ער וועט נישט צושפארן קיין טיהרן אפצוהאלטן אזא באיאקאט און וועט נישט איינשפאנען די אויטאריטעטן צו ארעסטירן מעמבערס וועלכע זענען אפוועזנד אבער איצט זאגט ער אז דעמאקראטן האבן קלארגעשטעלט אז זיי האלטן אלע זייערע אפציעס אויפן טיש און ער וויל זיי לאזן וויסן אז אויך ער האלט זיינע אלע אפציעס אויפן טיש



דעמאקראטן גרייטן זיך ארויסצופליען פון די סטעיט צו בלאקירן די ביל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג דברים




סענאטאר מענענדעז האט קורצליך גערעדט מיט פרעזידענט ביידען איבער די צושטאנד אין קובא און שפעטער אנגעדייטעט פאר די פרעסע אז דער פרעזידענט וועט מעגליך נישט אויספירן זיין פארשפרעכונג צוריקצוגיין צו די אבאמא ערא קובא פאליסיס


*


פרוי ביידען וועט אפרייזן קיין יאפאן אנטיילצונעמען ביי די אלימפיק שפילן


*


די ווייסע הויז גרייט זיך צו טוישן די מעסעדזשינג צו פאראויסשטופן זייער אינפראסטרוקטור אגענדע פארן פאלק נאכפאלגנדיג א סעריע פון זיצונגען מיט דעמאקראטישע גרופעס און קלימאטיסטן וועלכע האבן זיך באקלאגט אז די אינציאטיוון זענען צומישנד און און קאמפליצירט זיי צו פארקויפן פאר די וויילער


*


רעפובליקאנע סענאטארן מארען און ראונדס אומזיכער אויב זיי זענען גרייט צו שטיצן די אינפראסטרוקטור ביל
מארען איז געווען פון די גרופע רעפובליקאנער וועלכע האבן געהאט געשטיצט די ביל אבער אצינד קומט מער דרוק פון קאנסערווואטיוון וועלכע אפאזירן דאס איינשפאנען די איי אר עס צו העלפן אויפקומען מיט די געלט צו די דעקן די קאסטן פונעם ביל


*


סענאט דעמאקראטן האבן זיך נעכטן נאכט געטראפן אבער לויט בודזשעט קאמיטע פארזיצער בערני סאנדערס איז מען נישט געקומען דערווייל צו א א באשלוס איבער די גרויס פון די בודזשעט רעזאלוציע


*


סענאטאר טון זאגט אז מען זאל נישט ערווארטן אז די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור גרופע זא נאך האבן זייער ביל אראפגעשריבן און באקומען א שאצונג פון די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס אויף די ענדע וואך


*


הכל הבל האט געשריבן:אום 5:30 וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון אזרע זעיא צו דינען אלץ אונטער סעקרעטאר פאר ציווילע זיכערהייט, דעמאקראטיע און מענטשן רעכט אין די סטעיט דעפארטמענט

פאראויסגערוקט מיט 23-71


*


טעקסאס דעמאקראטישע לעגיסלאטורן וועלכע זענען נאכטן אנטלאפן פון די סטעיט צו סאבאטאזשירן די וואל רעפארם אפשטימונג וועלן זיך היינט טרעפן מיט געזעצגעבער אויף קעפיטאל היל און שטופן פעדעראלע וואל רעפארם געזעצן
די גרופע זוכט זיך צו טרעפן צווישן אנדערן מיט סענאטארן מענשין און סינעמא אבער ווען מען האט געפרעגט סינעמא צו זי גייט זיך טרעפן מיט זיי האט זי זיך בלויז געענטפערט אז זי האט היינט א פארנומענע סקעדזשועל זינט זי האט אן אוידיענץ ביים דאקטאר וועלכע דארך אונטערזוכן איר פוס נאך א קלאפ עטליכע וואכן צוריק
איצט ביים שרייבן די שורות האט סענאט מאיאריטעט פירער שומער געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן מיט די גרופע
מאמענטאל האלט די גרופע אפ א פרעסע קאנפרענץ ביי אין קאנגרעס


*


אדוואקאט לי מעריט איז די לעצטע אריינצושפרונגען אין די רעפובליקאנע טעקסאס פריימערי פארמעסט פאר אטוירני דזשענעראל



*

קאנגרעסמאן קלייבורן ווארנט אז אויב דעמאקראטן זעצן אן די אישו פון וואל רעפארם וועט סענאטאר ווארנאק מער נישט זיין אין סענאט און דעמאקראטן וועלן גארנישט געוואונען אין צפון קאראליינא און האבן קיינע שאנסן אין פלארידא


*

לויט קוועלער ארבעט סענאט מאיאריטעט פירער שומער צו רעקרוטירן דעם געווזענעם מיזורי גאווערנאר דזשעי ניקסאן צו לויפן צום סענאט פאר די זיץ פון ראי בלאנט וועלכע ווערט ליידיג


*


די טראמפ ארגאנאזאציע האט אראפגערוקט אין הויפט פינאנציעלע אפיציר אלען וויסעלבערג פון זיין פירערשאפט ראלע ביי איבער א טוץ סובסידיעריס גלאבאל נאך וואס דער לעצטער איז געווארן אנגעקלאגט דורך די מאנהעטען דיסטריקט אטוירני פארן פארפעלן צו צאהלן שטייערן


*


דזשענא עליס וועלכע איז געווען פון די פירנדע לעגאלע ראטגעבער צום טראמפ קאמפיין האט פארלאזט די רעפובליקאנע פארטיי און געסטראשעט זיך נישט אומצוקערן אזוי לאנג ווי די פארזיצערין פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע פארטיי ראנא מקדעניעל און רעזיגנירן
איר אויפברויז שטאמט פון אימעילס פארעפנטליכט אין וועלכע קאמפיין אדוואקאטן קריטיקירן די קאמף וועלכע זי און דזשוליאני האבן געפירט אקעגן די 2020 למספרם וואל רעזולטאטן


*

דזשיאנינא גאלארדא איז געווען דרייצן יאר אלט ווען א פיקאפ טראק אין פלארידא איז איר איבערגעארפן און פארוואנדלט פון א מדבר צו א צומח
אין שפיטאל האט מען איר באשטעטיגט אז זי געפונט זיך אין וואס מען רופט א וועדזשטעבל צושטאנד ל"ע אין אירע עלטערן ספראווען זיך זינט דאן מיט זייער טאכטער וועלכע איז באערדיגט אין שפיטאל

די סטעיט האט שוין ארויסגעצאהלט מער ווי 800 טויזנט דאלער זינט די עקסידענט אפאר מעדיצינישע קאסטן דורך די מעדיקעיד פראגראם אבער נאך פארצויגענע קלאגעס אקעגן די וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר די עקסידענט האט די גאלארדא פאמיליע אונטערגעשריבן א סעטלמענט אונטער וועלכע די פאראנטווארטליכע האבן זי פארפליכטעט צו באצאהלן 800 טויזנט דאלער אנטשעדיגונג

לויט די אפמאך האבן ביידע זייטן איינגעשטימט אז 35 טויזנט דאלער פונעם סעטלמענט וועט גיין צו דעקן וואס עס האט געקאסט מעדיצינישע אויסגאבן ביז אהער און ס'איבריגע גייט פאר די פאמיליע צו קענען דעקן צוקונפטיגע הוצאות און זיך ספראווען מיט די נאכווייען פונעם אינצידענט און טייל גייט פאר פארלוירענע פעיראל אין די צייט וואס די עלטערן דארפן זיין אין שפיטאל

די פעדעראלע מעדיקעיד אקט באאויפטראגט סטעיטס איינצוקאסירן זייער פארציע וואס זיי שפענדן פאר מעדיקעיד אויסגאבן פון באטראפענע וועלכע באקומען אנטשעדיגונג פון דריטע פארטייען אין געריכט שליכטונגען אבער ערלויבט זיי בלויז צוריקצונעמען געלט וואס עס האט זיי געקאסט בעבר און נישט אויפן חשבון פון צוקונפטיגע מעגליכע אויסגאבן

די פלארידא סטעיט געזעץ רעזערווירט זיך די רעכט צו ארויסצושנארן ביז האלב פון די טאטאל סעטלמענט אזוי לאנג ווי עס באטרעפט נישט מער ווי די סך הכל וואס מעדיקעיד האט געצאהלט

אין אונזער קעיס איז פלארידא נישט באפרידיגט מיט די נישטיגע 35 טויזנט דאלער וואס די סעטלמענט שרייבט קלאר אז עס קומט זיי נאר ווילן נעמען די אויך די טייל וואס די סעטלמענט האט רעזערווירט פאר צוקונפטיגע מעדיצינשע אויסגאבן וואס באטרעפט 323 טויזנט דאלער

די פאמיליע טענה'ט אז וויבאלד די פעדעראלע געזעץ ערלויבט נישט סטעיטס איינצוקאסירן געלט אויף צוקונפטיגע אויסגאבן וואס עס גייט זיי קאסטן באדייט עס אויך אז זיי טארן נישט נעמען קיין געלט פון די סעטלמענט פון די טייל וועלכע איז רעזערווירט פאר צוקונפטיגע אויסגאבן אפילו אויב זיי ווילן עס נוצן פאר געלט וואס זיי האבן שוין אויסגעגעבן בעבר אבער די סטעיט טענה'ט אז זיי זענען די וועלכע דעקן אלע אויסגאבן בעבר און בעתיד און עס קומט זיי יא די סעטלמענט געלט אפילו פון די טייל וועלכע איז באשטימט לויטן סעטלמענט פאר צקונפטיגע אויסגאבן און די איינציגסטע זאך וואס די פעדעראלע געזעץ פארבאט איז איצט צו נעמען געלט אויפן חשבון פון שפעטערדיגע אויסגאבן

די גאלארדא פאמיליע האט גענומען זייער קעיס צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין זייער שטיצע פירנדיג צו אן אפעלאט דורך די סטעיט צום עלפטן סירקוט קאורט וועלכע אט געאורטיילט 1-2 אז די סטעיט איז גערעכט

די צוויי אין די מאיאריטעט זענען געווען ריכטער ענדערסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער און ריכטערין ברענטש נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטער ווילסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

צוליב וואס אנדערע פעדעראלע געריכטן האבן אין אנדערע קעיסעס אויך געארוטיילט אזוי ווי די דיסטריקט געריכט און אויך די פלארידא סופרים קאורט האט אזוי געאורטיילט אז די פאמיליע געבעטן די פולע עלפטע סירקוט אויסצוהערן די קעיס אבער קיינע פון די ריכטער מיטן אויסנאם פון ריכטער ווילסאן האבן נישט איינגעגעבן צום פארלאנג עס איבערצוהערן און די פאמיליע האט זיך דעריבער געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן אויסצוהערן די קעיס און די געריכט האט אצינד געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ייש"כ פאר די שיינע באריכט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איש האשכולות האט געשריבן:ייש"כ פאר די שיינע באריכט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ייש’’כ @הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר טייערע אידן!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ייש"כ.

תשעה באב קומט די נייעס ביים אויספאסטן?
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ייש"כ.

תשעה באב קומט די נייעס ביים אויספאסטן?

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי ת"ב תשפ"א

פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס, ענדרו הענען, האט פרייטאג געאורטיילט אז די א.ג. 'דאקא' פראגראם, וואס איז געשאפן געווארן דורך די אבאמא אדמיניסטראציע און טוט באשיצן טייל אומלעגאלע אימיגראנטן פון דעפארטאציע, איז אומלעגאל.
דער ריכטער האט אבער אנערקענט די גאר שטארקע, און אומגינסטיגע, אפעקט וואס אזא אורטייל קען האבן אויף געניסער פונעם פראגראם, דעריבער האט ער ערלויבט עקזיסטירענדע געניסער צו ווייטער אנהאלטן און באנייען זייער סטאטוס.
די אורטייל וועט אבער אפעקטירן אזעלכע וואס האבן זיך געוואלט, אדער שוין געהאלטן אינמיטן, זיך איינשרייבן צום פראגראם.

* * * *
פרעזידענט ביידען רעאגירט צום אורטייל, זאגענדיג אז ס'איז 'טיף אנטוישענד' און אז די אדמיניסטראציע וועט אפעלירן די אורטייל.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט אבאמא זאגט אז די אורטייל איז בלויז נאך א צייכן אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר קאנגרעס צו נעמען זאכליכע שריט איבער אומלעגאלע אימיגראנטן וואס געפינען זיך אין לאנד.

* * * *
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן די נאמינאציע פון געוועזענע ניו מעקסיקא סענאטאר טאם יודאל צו סערווירן אלס אמבאסאדאר קיין ניו זילאד.

* * * *
אויך וועט דער פרעזידענט נאמינירן פרוי הארטלי אלס אמבאסאדאר קיין בריטאניע.

* * * *
סענאטאר לינדזעי גרעהעם זאגט היינט אז ער וואלט געווען גרייט צו טון וואס ער קען נאר צו אפהאלטן דעמאקראטן פון אדורכפירן די 3.5 טריליאן דאללער אינפראסטרוקשור פעקל, אריינגערעכענט דאס פארלאזן וואשינגטאן די.סי.

* * * *
סטעיט דעפארטמענט באאמטע זאגן אז אמעריקאנע בירגער וואס ווילן באקומען א נייע פאספארט, זאלן זיך רישן אז די פראצעדור קען נעמען ביז אזויפיל ווי 18 וואכן - ווי 'דפעיוטי אסיסטענט סעקרעטארי אוו סטעיט פאר פאספארט סערוויסעס' גיבט איבער, זענען יעצט דא ארום 2 מיליאן פאספארט אפליקאציעס וואס ווארטן צו ווערן פראצעסירט.
געזעצגעבער אין וואשינגטאן זאגן אז זיי ווערן פארפלייצט דורך באקלאגענישן פון איינוואוינער אין זייער דיסטריקט דערוועגן.

* * * *
'פעדעראלע אוויאציע אגענטור' -עף.עי.עי.- האט ארויסגעגעבן א פארארדענונג פאר די 'רהאודס אוויאציע' פירמע אז זי טאר נישט אפערירן קיין שום פליגער ביז ווילאנג די פירמע קומט נישט נאך די אגענטור'ס רעגולאציעס.
דאס קומט נאכדעם וואס די אגענטור האט אידענטיפיצירט פארשידענע פעלערן דןרכאויס אן אינספעקשאן.

* * * *
דריי טעקסאס דעמאקראטישע געזעצגעבער, וואס זענען פאריגע וואך אנטלאפן פון די סטעיט, האבן געטעסט פאזיטיוו פאר'ן וויירוס.

* * * *
אין אנדערע נייעס, וועלן די טעקסאס דעמאקראטישע געזעצגעבער די וואך אפהאלטן א ווירטואלע קאנפרענס איבער וואוטינג רייטס.
די רעדנער וועט ארייננעמען פיר סטעיט 'סעקרעטארי אוו סטעיט' און א רייע דעמאקראטישע געזעצגעבער פון עטליכע סטעיט'ס וואו רעפובליקאנע ווילן דורכפירן וואל רעפארם.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ זאגט אז איינע פון די סיבות פארוואס טייל מענטשן ווילן נישט נעמען די וויירוס וואקסין איז ווייל זיי טרויען נישט די וואל רעזולטאטן.

* * * *
א פרישע באריכט צייגט אז עי.טי. ענד טי. האט דורכאויס די פארלאפענע מאנאט געגעבן אזויפיל ווי 312,000 דאללער פאר טעקסאס געזעצגעבער קאמפיין קאסעס, אריינגערעכענט 100,000 פאר די ארטיגע גאווערנאר עבאט.
דאס קומט טראץ א פארשפרעכונג פריער אין יאר פון די פירמע אז זי וועט מער נישט צושטייער געבן פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער, און זיכער נישט פאר אזעלכע וואס נעמען אונטער שריט צו צוימען וויילער רעכטן.

* * * *
פיר זענען פארוואונדעט געווארן ביי א שיסעריי נעבן די וואשינגטאן 'נעשאנעלס פארק' אין וואשינגטאן די.סי.

* * * *
צענדליגער זענען באטראפן געווארן פון א כעמיקאלע ארויסרינונג ביי די 'סיקס פלעגס האריקעין הארבער ספלעשטאון' אין טעקסאס.
איין-און-דרייסיג זענען געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען, און נאך צענדליגע האבן אנטזאגט צו ווערן אריינגעפירט.

* * * *
דריי זענען אומגעקומען -און נאך צוויי זענען אין א קריטישע צושטאנד- נאך א פארדעכטיגטע קארבאן מאנאקסייד פארגיפטיגונג ביי א צוזאמקום אין ברוקלין, מישיגען.

* * * *
צוויי זענען אומגעקומען ביי א שיסעריי אין העריס קאונטי, טעקסאס.

* * * *
א זעקס יעריגער מיידל איז אומגעקומען -און נאך פינף זענען פארוואונדעט געווארן- דורכאויס א שיסעריי אין וואשינגטאן די.סי.

* * * *
'פארד' האט פרייטאג ארויסגעשטעלט א רעקאל אויף העכער 740,000 'עקספלארער עס.יו.ווי.' קאר'ס צוליב א פעלער מיט די דעזיין פון די קאר.
די ריקאל אפקעטירט די סארט קארס פון די יארן 2013-2017.

* * * *
אויסער דעם האט 'פארד' ארויסגעשטעלט א ריקאל אויף טייל עף.350 טרעקלעך, ווי אויך טייל 'לינקאלן אוויאטאר' קאר'ס.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יולי 18, 2021 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Wow א הערצליכן דאנק אייך @אלעקסיי.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שוין לאנג נישט געהאט קיין קאקאש פון אייך, ס’האט זיך געבענקט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

יישר כוח @הבל און @אלעקסיי פאר די טעגליכע קאקאש.

(איך האלט נאך גראדע פאר די קאקאש..)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אויסגעפאסט אויף א גוט שטיקל קאקאש פארן זמן ישר כח אלעקסי.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”