א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג שמות
[spoil]רוסלאנד זאגט אז זי איז גרייט ע"ט ענ"י מאמענ"ט צו שיקן פארהאנדלער קיין אמעריקא פאר ווייטערדיגע געשפרעכן.
אויך זאגט דער קרעמלין ווארטזאגער אז צוויי פרעזידענטן קענען נאך מעגליך אפהאלטן א פרישע געשפרעך נאך איידער די נייע יאר למס'.

* * * *
אין אנדערע נייעס פון רוסלאנד, זאגט פאוועל זאוואלני -פארזיצער פון די ענערגיע קאמיטע אינערהאלב די רוסישע פארליאמענט- אז די ערשטע געז ליפערונגען פון רוסלאנד קיין אייראפע, דורך די נארדסטרים 2, קענען שוין פארקומען אזוי פרי ווי קומענדיגע מאנאט למס'.

* * * *
HSBC האט באקומען צוגעטיילט א שטראף פון 64 מיליאן בריטישע פונט -ארום 85 מיליאן דאלער- פון די בריטישע FCA פינאנציעלע רעגולעיטאר פארן נישט נאכקומען אנטי געלט וואשעריי געזעצן.
דאס קומט נאכדעם וואס פריער אין וואך האט א בריטישע געריכט צוגעטיילט א 265 מיליאן פונט שטראף פאר די NatWest באנק.

* * * *
טשעכיי האט איינגעשוואוירן איר נייע צענטער-רעכטע רעגירונג פארלאפענע פרייטאג.
דאס קומט נאך די וואלן אפגעהאלטן אין אקטאבער וואס האט נאכגעפאלגט מיט עטליכע וואכן פון דראמא ווען די ארטיגע פרעזידענט איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל און פאליטישע פארטייען האבן געווארפן באשולדיגונגען, און די פאליציי האט געפארשט, איבער געפעלשטע דאקומענטן.

* * * *
די נעדערלענדער -אדער מער באקאנט אלס האלאנד- איז היינט אריין אונטער א פרישע לאקדאון, וואס וועט זיך ציען ביז יאנואר 14.
העכער 85% פון די ארטיגע באפעלקערונג איז שוין וואקסינירט מיט צוויי דאזעס, אבער ווייניגער ווי 10% האבן שוין גענומען די דריטע דאזע.

* * * *
דייטשע געזונטהייט מיניסטער, קארל לאוטערבאך, האט היינט אויסגעשלאסן די געדאנק אז דייטשלאנד זאל נאכפאלגן אין די טריט פון האלאנד און איינשטעלן א לאקדאון נאך איידער די חגאות סעזאן, און ווי ער זאגט ערווארטערט ער נישט אזוינס נאכדעם אויך נישט.

* * * *
פראנקרייך וועט איינשטעלן א נייע געזעץ וואס וועט פארגרינגערן פאר איינוואוינער צו טוישן די פאמיליע נאמען ביים ווערן 18.
די רעדע איז איבער נוצן די פאמיליע נאמען פון די מאמע, וואס ביז יעצט האט זיך פארלאנגט א לענגערע פראצעדור אונטער וואס זיי דארפן אויפווייזן פאר די יוסטיץ מיניסטעריום איז די טויש איז א וויכטיגע און פארלעגיטימע אורזאכן, אונטער די נייע געזעץ פארשלאג וועט די טויש קענען ווערן אדורכגעפירט ביי די לאקאלע שטאטראט אן דעם וואס מ'זאל דארפן אנגעבן א אורזאך דערויף.

* * * *
וויילער אין טשילע (Chile) שטימען היינט אין די פרעזידענטליכע וואלן וואס ווערט געזעהן ווי א גאר היציגע פארמעסט וואס די לאנד האט שוין נישט געזעהן אין לאנגע יארן.
פון איין זייט לויפט דער לינקע קאנדידאט געבריעל באריק (Gabriel Boric) וואס איז אליאירט מיט די ארטיגע קאמוניסטישע פארטיי, פון דער אנדערע זייט לויפט דער שטארק רעכטע קאנדידאט האזע אנטאניאו קאסט (Jose Antonio Kast) וואס פאררעכנט זיך אלס א נאכפאלגער פון דער געוועזענע דיקטאטור אוגוסטאו פינאשעי.
לעצטערע אנקעסטעס צייגן א שטיקל אויבערהאנט פאר באריק, אבער דאך א גענוג נאנטע פארמעסט.

* * * *
12 זענען אומגעקומען אין די גואטעמאלע דערפל שיקוויקס (Chiquix), ארום 100 מייל מזרח פון די ארטיגע הויפטשטאט, אין רעזולטאט פון א לאנג אנגייענדע געפעכט צווישן די איינוואוינער אין די געגענט איבער די לאנד.
די געפעכט ציעט זיך שוין העכער 100 יאר און האט שוין מערערע מאל געפירט צו באוואפענטע צוזאמענשטויסן.

* * * *
געוועזענע זיכערהייט הויפט ביי די פעטראלאוס מעקסיקאנעס (Petroleos Mexicanos) פירמע איז געווארן ארעסטירט דורך קאנאדישע באאמטע, אויפן פארלאנג פון מעקסיקאנע פראקורן וועלכע פארלאנגען ער זאל ווערן אויסגעליפערט
מעקסיקא וויל שטעלן דער געוועזענע זיכערהייט שעף, אידענטיפיצירט בלויז אלס עדוארדע על., צום פראצעס אויף באשולדיגונגען אז ער איז געווען פארמישט אין אינערליכע קארופציע און שווינדלעריי דורכאויס זיין צייט אין אמט

* * * *
מעקסיקא האט געמאלדן אז רייזענדע פון ווענעזועלא וואס ווילן אריין קומען אין לאנד וועלן דארפן אפליקירן פאר א וויזע.
דאס קומט נאך וואס ארטיגע באאמטע באריכטן א אויפשטייג אין רייזענדע וואס זוכן צו גרייכן דריטע לענדער, אזוי אויך האט זיך פארמערט די צאל פעלער ווי מענטשן זאגן אז זיי וועלן ווייטער רייזן אבער בלייבן פאקטיש אין מעקסיקא.

* * * *
קאנאדא'ס העכסטע געריכט וועט אויסהערן א קעיס איבער אזיל רעכט זוכער וואס גרייכן די אמעריקאנע-מעקסיקאנע גרעניץ.
די רעדע איז איבער א 2002 אפמאך צווישן אמעריקא און קאנאדע אונטער וועלכע אזיל רעכט אפליקאנטן וואס גרייכן די אמעריקאנע-קאנאדע לאנד גרעניצן ווערן אנגעוויזן זיך איינצוגעבן פאר אזיל רעכט אינערהאלב אמעריקא, ווי איידער ווערן אריינגעלאזט אין קאנאדע.
די קלעגער באשולדיגן אז די אפמאך פארלעצט די 'רעכט צו לעבן און פרייהייט' (right to life, liberty and security of the person) אונטער די קאנאדישע 'טשארטער אוו רייטס' (Charter of Rights and Freedoms).
פריער אין יאר האט א נידעריגערע געריכט געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער, אבער די אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן די אורטייל, פארלאפענע דאנערשטאג האט דיהעכסטע פעדעראלע געריכט געמאלדן אז זי וועט אויסהערן די קעיס.

* * * *
פיר זענען אומגעקומען -און נאך אכט פארוואונדעט- ווען א הייוועי אווערפעס איז צוזאמגעפאלן אין די כינעזע הובעי פראווינץ.

* * * *
האנג קאנג האלט היינט אפ די ערשטע לעגיסלאטיווע וואלן אונטער די נייע זיכערהייט געזעץ באשטעטיגט פאריאר, אונטער די נייע סיסטעם, זענען ערלויבט צו לויפן בלויז אזעלכע וואס ווערן פון פריער באשטעטיגט, דורך די רעגירונג, אלס 'פאטריאטן'.
וואל אבזערווירער צייכענען אן אז די טוירנאוט איז דערווייל די נידעריגסטע אויפן רעקארד, צוליב וואס די אפאזיציע פראקציעס אין די טעריטאריע האבן אונטערגענומען א בויקאט קעגן די וואלן.[/spoil]
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח כבין פון די געספוילטע
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נארמאליזעם האט געשריבן:שכח כבין פון די געספוילטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג שמות





מער ווי 40 דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער בריוועלן צו די טרעזשורי דעפארטמענט אז זיי זאלן נאכלאזן פון די פינאנציעלע איינפרירונג אויף אפגאנע געלטער און ווארענען אז די שטייגנדע היומאנעטערישע קריזיס קען פיר צו מער מאסן פלטים, הונגער און אז די ציווילע טויט פעלער אין די קמענדיגע למספרם יאר קען איבערשטייגן די ציפער אומגעקומענע אין די פארלאפענע צוויי יאר צענדליג

*

אומקלאר ווי לאנג נאך מיר וועל באריכטן "אפדעיטס" איבער די בודזשעלוציע וועלכע איז דערווייל טעכניש אראפ פון טיש און פארליורן איר פולס אבער דערווייל איז עס נאך אין די נייעס קען מען פארזעצן צו ברענגן פון דא און דארט, רעכטס און לינק וואס וואשינגטאן זאגט דערצו
סענאטארשע מורעי וועלכע זיצט אויף סענאט פירערשאפט גרופע זאגט נעכטן: דזשאו מענשין האט זיך מעגליך אויפגעוועקט היינט און באשלאסן אז זיין דזשאב האט זיך געטוישט אבער איך ווייס פונקטליך וואס מיין איז און דאס איז צו קעמפן פאר וואשינגטאן סטעיט, אירע ארבעטער און פאמיליעס

*

סענאטאר מענשין זאגט איצט אינדערפרי אויף א לאקאלע וועסט ווירדזשיניע ראדיו פראגראם אז דעמאקראטן צוגאנג צו די בודזשעלוציע איז ווי גלייך זיי פארמאגן 55 סענאטארן
ער ברענגט ארויס אז דעמאקראטן מוזן רעאליזירן אז די סענאט איז איצט שארף צוטיילט און אז צו קענען באשטעטיגן אזעלכע לעגיסלאציעס וועלן זיי מוזן ערוועלן מער ליבעראלע סענאטארן

ער מאכט אויך אוועק די אילוזיע פון דעמאקראטן אים אנצוקוקן ווי בלויז איין מענטש אין וועג וועם מען דארף און מען וועט מסדר זיין מיט דרוק

מענשין זאגט ווייטער אז ער קומט נישט פון די זעלבע פלאץ פון וואנעט זיי קומען און קומענדיג פון וועסט ווירדזשיניע איז ער נישט עימיצער וועלכע וועט זיך לאזן איבערפארן און שאנטאזשירן

ער זאגט אויך אז ער באשולדיגט נישט דעם פרעזידענט אין דאס וואס די רעזאלוציע איז פארבליבן אזוי אויפגעשוואלן נאר זיין שטאב וועלכע האט געפירט דאס רעדל אין ארויסגעשטעלט פלענער וועלכע זענען אומאקצעפטירבאר

אויף די פראגע איבער א דיעטירטע ווערסיע פון די אלטע רעזאלוציע וויל ער נישט ענטפערן איצט זאגנדיג אז אזאנס דארף צו ערשט אריבערגיין אין די קאמיטעען

ווערנדיג געפרעגט צו ער האט נאך א פלאץ אין די דעמאקראטישע פארטיי זאגט ער אז ער האפט אז אז זענען נאך פארהאן דעמאקראטן וועלכע שפורן ענליך צו אים אבער לייגט צו אז אויב דאס איז נישט די קעיס קענען זיך זאכן טוישן


*

איבער די רעאקציע נעכטן ארויסגעשטעלט דורך די ווייסע הויז הערט מען אז דער פרעזידענט האט פערזענליך איבערגעקוקט די אינהאלט און עס באשטעטיגט און ער איז דער וועלכע האט צוגעלייגט די קלארשטעלונג אז אויב וועט זיך סענאטאר מענשין טאקע האטלן צו זיין לעצטע שטעלונג וועט ער מיט דעם האבן פארלעצט זיין עהרן ווארט צום פרעזידענט


*

ארויסגייענדער קאנגרעסמאן דזשאן יארמאט ברענגט היינט אינדערפרי ארויס אז מענשין האט געטריבן שפאס פון זיינע קאלעגן מיט דעם וואס הוא הגבר איז געווען צוליב וועם מען האט געשניטן די טשיילד קעיר שטייער קרעדיט צו ווערן פארלענגערט מיט בלויז איין יאר און דאן האט ער אויסגעדרייט דאס רוקן אקעגן די ביל צוליב וואס די איין יאר אפשניט איז א גימיק און אויב עס וועט ווערן פארלענגערט מיט איין יאר וועט עס דערנאך ווערן פארלענגערט אויף מערערע יארן


*

סענאטארשע טינא סמיט זאגט איבער מענשין אז עס איז שווער צו פארהאנדלען מיט עימיצן וועלכע זוכט נישט אנקצוקומען צו קענען זיין א יא


*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער שרייבט אין א סטעיטמענט אז טראץ די דעקלעראציע פון מענשין וועט ער ארויפברענגן די ביל פאר אן אפשטימונג אז סענאטארן זאל דארפן אפגעבן זייערע שטימען אויף די רעקארד


*

די ליעקס זיך אפצורעכענען מיט מענשין הויבן אן צו קומען:
לויט באריכטן האט סענאטאר מענשין געזאגט פאר עטליכע פון זיינע קאלעגן אז ער איז באזארגט אז עלטערן וועלן שפענדן די טשיילד קעיר שטייער קרעדיט אויף דראגס ווי איידער צו שפייזן זייערע קינדער און אז זיי וועלן אויסנוצן באצאהלטע אורלויב צו קענען גיין פאנגן באשעפענישן


*

די סענאט וועט היינט שטימען אויף די נאמינאציע פון גבריאל סאנשעז צו סערווירן אויפן ניינטן סירקוט קאורט
די יורידישע קאמיטע האט באפרייט זיין נאמינאציע מיט 10-12 און פרייטאג האט די סענאט פאראויסגערוקט זיין נאמינאציע מיט 24-44


*

אין קאליפארניע איז די לאס אנזשעלעס דיסטריקט אטוירני דזשארדזש געסקאן ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן אראפצוברענגן די צאהל יוגנטליכע וועלכע שמאכטן אין טורמע
לויט די פלאן וועט מען ארויסציען די קלאגעס אקעגן יוגנטליכע באשולדיגט אין פארברעכנס ווי רויבערייען און איבערפעלער אויב זיי גייען איין זיך צו אנטשולדיגן פאר די באטראפענע אויף די פארברעכן וועלכע זיי זענען באגאנגען

*


פארלאפענע וואך האבן מיר געדעקט די נייעס ארום די באשטעטיגונג פון א ביל פארגעשלאגן דורך סענאטארן רוביא און מערקלי צו פארבאטן אימפארטן פון פראדוקטן ערצייגט דורך די וויגהערס און אנדערע מינאריטעטן וועלכע ווערן געצוואונגען צו צוואנג ארבעט אין כינע

אצינד איז א געלעגנהייט עטוואס אויסצוברייטערן און באריכטן איבער די אנגייענדע פאליטיק צווישן די פארשידענע פראקציעס אויף קעפיטאל היל אין באצוג צו עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע פאליסי כלפי כינע

גאר אין קורצן איז באקאנט אז איבער די דראמאטישע שיפט וועלכע די רעפובליקאנע פארטיי וועלכע איז אין די ערא בעפאר טראמפ געווען די פאן טרעגער פון גלאבאליזאציע אבער מיט דעם וואס טראמפ האט געשטעלט כינע אין אמעריקא'ס האנדל פאליסי אויפן אויבנאן האט עס שארף געטוישט די ריכטונג פון די פארטיי רעטאריק און אסאך פון די פארטיי האבן איינפאך געטוישט זייערע שטעלונגען

פארט אבער איז פארבליבן א גאר באדייטנדע פראצענט אינערהאלב די פארטיי וועלכע האבן נישט גלאט אזוי געטוישט זייערע אנשויאונגען און זענען ווייטער אין שטיצע אנצוהאלטן די געוועזענע האנדל פאליסי מיט כינע און ערלויבן אמעריקאנע פירמעס ווייטער צו פראדוצירן זייערע פראדוקטן אין כינע פאר ביליגער פון וויפיל עס קאסט אין אמעריקא

זייערע מאטיוון קענען באצייכנט ווערן דורך יעדן צו לויט אייגענע געשמאק אדער איבערצייגונג ווען טייל וועלן זיי באצייכענען אלץ פאררעטער וועלכע זענען גרייט צו שלאגן כפרות מיט אמעריקאנע ארבעטער און זענען איינפאך פארקויפט פאר די לאביאיסטן וועלכע ארבעטן פאר די גרויסע פירמעס
אנדערע וועלן יא אפקויפן די ערקלערונגען געמאכט דורך אט די פאליטיקאנטן וועלכע זאגן אז געוויסע פראדוקטן קענען נישט ערצייגט ווערן אין אמעריקא אין גענוג גרויסע קוואנטומען פאר א רייע אורזאכן און דעריבער איז מען סייווי אנגעוויזן אויף כינע

טייל אין די פארטיי זענען אין פרינציפ אין שטיצע פון די אויבנדערמאנטע אבער צוליב די אנטי כינע ווינט וועלכע בוזשעוועט פרובירן זיי זיך צו האלטן שטיל און צייגן ליבערשט זייערע אנטי כינע קאלירן מיטן רודערן בלויז אקעגן די מענטשן רעכט פארלעצונגען און אויסערן אנגעלעגנהייטן געפארן וועלכע כינע שטעלט פאר פאר אמעריקא צוליב וואס איבער דעם זענען זיי מער איינשטימיג

אצינד מיט די סופליי קייט פראבלעמען וועלכע פלאגט ערנסט די אלטוועלטליכע עקאנאמיע שפורן די אנטי טאריף פאליטיקאנטן אז די צייט איז רייף ארויסצוקומען מער עפנטליך און מאכן די קעיס אקעגן די שארפע טאריף פאליסי וועלכע האט איבערגענומען די אטמאספערע אין די טראמפ רעפובליקאנע וועלט און איז פארבליבן גענוג פאפולער אז די ביידען אדמיניסטראציע זעצט פאר אנצוהאלטן מיט זיי מער ווייניגער

די איצטיגע ביל וועלכע איז געווארן באשטעטיגט איז געווארן אויפגעברענגט דורך סענאטארן רוביא און מערקלי און האט גראדע נישט געשמעקט פאר די גרויסע ביזנעס קלאס אבער צו רוביא וועלכע האלט זיך פאר א מענטשן רעכט פארטרעטער האט עס יא גערעדט און ער האט שטארק געמוזט שוויצן צוליב וואס אינערהאלב זיין פארטיי איז אויסגעשטאנען שטרויכלונגען און אסאך דעמאקראטן האבן אים געשטיצט

עווענטועל איז עס אריבער אין די לעצטע מינוט ווען סענאטארן איילן זיך אהיים פאר די חגאות און דאן רוקט מען אריבער לאנג פארהאנקערטע בילס דורך איינשטימיגע הסכמה וועלכע עס איז גענוג פאר סענאטארן "נישט צו בלאקירן" די ביל און אזוי גייט עס שנעל אריבער

פארלאפענע זומער האט די סענאט באשטעטיגט א ביל וועלכע סענאטאר טשאק שומער האט גאר שטארק געשטופט און איז געווען געציהלט צו אדרעסירן די קאנקורענץ צווישן אמעריקאנע טעכנאלאגיע ביזנעסער וועלכע דארפן זיך פארמעסטן מיט זייערע כינעזע קאנקורענטן וועלכע ווערן סובסודיזירט דורך בעיזשינג

די ביל האט צוגעשטעלט א פאנד פון 110 ביליאן דאלער ארויסצהעלפן גרויסע אמעריקאנע טעכנאלאגיע פירמעס (געלט פאר גרויסע קארפארעישאנס?! יא, דאס האט טאקע געשטערט סענאטאר סענדערס וועלכע האט געקעמפט אקעגן די ביל מיט ציין און נעגל)

אין קאנגרעס איז אבער די ביל אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון מערערע ריכטונגען און שומער האט פרובירו צוהאלטן די פארטיידיגונג ביל פאר'משכון'ט צו פארזיכערן אז קאנגרעס בונדט זיך אראפ צו שטימען דערויף

עווענטועל איז די דרוק אויף שומער געווען זייער שטארק און ער האט זיך באגנוגט מיט א פארזיכערונג דורך ספיקער פעלאסי אז זי וועט ארויפברענגן די ביל ביי א שפעטערע געלעגנהייט

דערווייל איז די פארטיידיגונג ביל אריבער און דערווייל ווארט מען אז קאנגרעס זאל זיך נעמען צו די סענאט באשטעטיגטע אזויגערופענע אנטי כינע ביל

אויבנאויף קלונגט יענע ביל טאקע ווי אנטי כינע אבער ווען מען קוקט אריין טיפער טרעפט מען צוגעטשעפעט א סעקשאן וועלכע מאכט עס גאר שווער און קאמפליצירט פארן פרעזידענט צו נעמען טאריף שריט אונטער סעקשאן 301 וועלכע ערלויבט פרעזידענטן ארויפצושטעלן טאריפס אויף אימפארטן צוליב אומ'יושר'דיגע האנדל פראקטיצירונגען

די ביל וועט אויך אפשוואכן סעקשאן 307 וועלכע ערמעגליכט טאריפס צוליב וואס די אימפארטן ווערן פראדוצירט דורך צוואנג ארבעט

די סעקשאן אין די ביל פארלאנגט א רייע פון ביוראקראטישע און פארצויגענע קאנסולטאציע צווישן די יו עס קאסטומס, לעיבאר דעפארטמענט און סטעיט דעפארטמענט איידער די פרעזידענט קען שטעלן פרישע טאריפס אדער סיי וועלכע אימפארט באגרעניצונגען

קאנגרעסמאן קעווין ברעידי און ווערן ביוקענען זענען צוויי רעפובליקאנער וועלכע שטופן די ביל אין קאנגרעס שטארק די ביל טאקע צוליב די אויבנדערמאנטע סעקשאן און זיי ווייזן אן אויף די איצטיגע סופליי קייט קריזיס אלץ באווייז אז די טאריפס שעדיגט אמעריקאנע קאנסומער וועלכע שטויסן זיך אן אין א מאנגל פון פראדוקטן אדער פארשפעטיגטע ארדערס און פארפירן אז מען מוז יא לייכטער מאכן פאר אמעריקאנע פירמעס צו קענען אריינברענגן פראדוקן וועלכע זיי ערצייגן אין אויסלאנד פאר ביליג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

wow א קאקאש פון הבל אליינס....
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א ריזן דאנק הבל, און די לעצטע שטיקל איז שוין ממש א באנוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גרויסן ש'כח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג שמות





סענאט דעמאקראטן וועלן אפהאלטן א ווירטואלע מיטינג היינט נאכט איבער די בודזשעלוציע און וואל רעפארם


*


די שטאב פון סענאטארן פון ביידע פארטייען האבן זיך נעכטן געטראפן מיטן סענאט פארלאמאנטעריען וועלכע דארף נאך באפרייען די רעזאלוציע איידער סענאטאר שומער קען עס ארויפברענגן אויפן סענאט פלאר פאר איר הינריכטונג


*


עיפאק מעלדט די שאפונג פון איר ערשטמאליגע סופערפעק וועלכע וועט אנטשפרעכט אריינצופאמפן גרויס געלט אין היציגע פאליטישע קאמפיינס


*


דעמאקראטישע סטעיט פארטייען אין פריע פריימערי שטאטן זענען זייער אויפגעברויזט אויף א פארשלאג פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע וועלכע וועט פארלאנגען בלויז 5 טויזנט דאלער פון פרעזידענט קאנדידאטן וועלכע וועלן זוכן צוטריט וויילער דאטא פיילס אראפשלענפדיג דערמיט די פעטע ביינדלעך וועלכע די סטעיט פארטייען פלעגן אריינשארן אין זייער קאסע פון אזעלכע דאטא פארקויפונגען
אין אייאווע צום ביישפיל האט די סטעיט פארטיי גערעכנט 120 טויזנט דאלער פאר די זעלבע סערוויס צוריק אין 2020 למספרם
#דעפלאציע קריזיס


*

ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם האט אויפגעברענגט אין געריכט א פאטענציאלע קאנפליקט אוו אינטערעס וועלכע דער אדוואקאטן פירמע וועלכע רעפרעזענטירט די הויפט קוואל צו די קריסטאפער סטיעל דאסיער קען מעגליך האבן צוליב וואס איינע פון זייערע אדוואקאטן האבן געארבעט פאר די קלינטאן קאמפיין

די רעדע איז איבער דעם רוסיש אפשטאמיגער איגאר דאנשענקא וועם דורהעם האט אנגעקלאגט מיטן ליגן זאגן פאר די עף בי איי און האט זיך דערקלערט אומשולדיג

דאנשענקא האט רעקרוטירט דניאל אנאראטא און סטוארט סיערס פון די פירמע סקערטלער& אנאראטא אים צו רעפרעזענטירן אין געריכט

די זארג אצינד אויפגעברענגט דורך דורהעם איז אז א דריטע אדוואקאט, ראבערט טראוט וועלכע ארבעט פאר די זעלבע געזעץ פירמע איז געווען פארבונדן מיט די קלינטאן קאמפיין און האט זיי רעפרעזענטירט און אז די אינטערעסען פון די קלינטאן קאמפיין און פון דאנשענקא קענען זיין קעגנזייטיג צוליב וואס ביידע פון זיי וועלן מעגליך זוכן צו ווארפן די שולד אויפן צווייטן פארן פיטערן די אומבאשטעטיגטע באריכטן צו די עף בי איי
טראוט זעלבסט איז נישט פארמישט אין די דאנשענקא קעיסאבער דורהעם האט פארט געברענגט צום אויפמערקזאמקייט פון די געריכט אז עס קען זיין א מעגליכע פראבלעם

ער אנערקענט אז דער ריכטער איז באפולמעכטיגט צו גיבן די גרינע ליכט פאר די פירמע ווייטער צו זיצן אויפן קעיס אבער ער וויל כאטש אז די געריכט זאל עס אדרעסירן און באשליסן די פראגע


*


די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון 5 קאמיסיאנערן נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט און באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אבער עס קענען נישט זיצן דערויף מער פון 3 קאמיסיאנערן פון די זעלבע פארטיי

אצינד איז די קאמיסיע חסר אחת ווען קריסטינע ווילסאן, און נח יושע פיליפס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך טראמפ און ראבעקע סלאוטער דורך פרעזידענט ביידען און גאנץ לעצטנס לינא קהאן אלץ פארזיצער פון די קאמיסיע דורך פרעזידענט ביידען

די קהאן נאמינאציע איז געווען א פעט ביינדל פאר די ליבעראלן ווען ער האט איר געשטעלט צו ערזעצן ראהיט טשאופרע וועמענס טערמין איז אפגעלאפן און פרעזידענט ביידען האט אים נאמינירט אנצופירן מיט די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג אגענטור

קהאן איז אריינגעקומען מיט א גאר אמביציעזע אגענדע אבער זי האט זיך גלייך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די קאמיסיע באשטייט דערווייל פון בלויז 4 קאמיסיאנערן און א יעדע ערנסטע פראגע וועט ווערן געשטימט 2-2 וואס באדייט אז איר מאכט איז טעכניש טויט

קהאן איז אבער אויפגעקומען מיט א געלונגענע סטראטעגיע צו פארוואנדלען די פיר פערזאן קאמיסיע אין איינס פון פינף

די פלאן האט געלויטעט אז איר פארגייער ראהיט טשאופרע האט אינעם לעצטן טאג אין אמט געשטימט אויף אזויפיל ווי 20 מאושענס וועלכע שטייען פארנט פון די קאמיסיע און קענען נישט פאראויסגיין צוליב א 2-2 טיי

אצינד ווען קהאן האט איבערגענומען די לייצעס האט זי אפגעגעבן די פיפטע שטימע איבערצואוועגן דעם וואגשאהל פון 2-3!
איר זענט צומישט? לאמיר אייך אויסקלארן

עס איז איינגעפירט ביי די קאמיסיע אז אירע מיטגלידער שטימען דורך אימעיל און אויב סיי וועלכע קאמסיאנער ברענגט ארויף אין אימעיל זיין שטימע אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט באקומט די פראגע 30 טאג אין וועלכע די איבריגע מיטגלידער קענען רעאגירן אין שטיצע אדער אין קעגנערשאפט און אויב קיינער רעאגירט נישט ביז דרייסיג טאג פאלט די אפשטימונג אדורך

אוי אבער אפילו בלויז איין אנדערע מעמבער רעאגירט צו די אפשטימונג און שטיצט עס דאן באקומט די אינציאטיוו פרישע דרייסיג טאג צו לעבן
נאך דרייסיג טאג פון איגנאראציע גייט די אפשטימונג שלאפן סיידן א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע

אויב א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע ווערט פארמירט א מאיאריטעט פון שטיצע און די איבריגע מיטגלידער באקומען 24 שטונדן אין וועלכע זיי קענען זיך לאזן הערן און רעקארדירן זייערע שטימען

טראץ וואס די פארשריפטן שרייבן גארנישט ספעציפיש איבער מעמבערס וועמען'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן האט קהאן אנגענומען א ליניע פון אפלערנען די רול מיט פשוטו כמשמעו אז יעדע מיטגליד קען שטימען און אויב עימיצער שטימט אין די קומענדיגע דרייסיג טאג (אפילו ווען דער וועלכע האט ארגינעל אויפגעברענגט די אפשטימונג איז שוין מער נישט אויפן קאמיסיע) בלייבט די אפשטימונג אקטיוו

גייענדיג מיט די הנחה, האט מען אויסגעארבעט אז אום אקטאבער 8 למספרם, הארט איידער טשאופרע האט איבערגעלאזט זיין פאזיציע האט ער אריינגעשיקט אפשטימונגען אויף אזויפיל ווי 20 אינציאטיוון

בלויז איינע פון די 20 זענען דערווייל געווארן פארעפנטליכט און די צוויי רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן און זיך אפגערעדט אז איינמאל טשאופרע איז ארויס זענען זיינע אפשטימונגען מער נישט פעליג

קהאן טענה'ט אבער אז טעכניש קען א מיטגליד שטימען צו וועלכע צייט ער סערווירט אויפן קאמיטע אפילו אין די לעצטע מינוט פונקט ווי א פרעזידענט קען אונטערשרייבן א געזעץ אין זייין לעצטע טאג

וויבאלד די פארשריפטן ערלויבן א צווייטע קאמיסיאנאר צו האלטן ביים לעבן אן אפשטימונג קען יענער עס טוהן הארט איידער די דרייסיג טאג פעריאד ענדיגט זיך און א דריטער קען נאך שטימען הארט איידער עס ענדיגט זיך 60 טאג

די ערשיינונג האט געשאפן א שטורעם זינט עס באדייט אז א שטימע פון עמיצער וועמענ'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן מיט כמעט 60 טאג צוריק (א שטייגער ווי טשאופרע וועלכע סערווירט שוין היינט אין א צווייטע אגענטור) קען נאך ווערן גערעכנט און זיין טייל פון א מאיאריטעט באשלוס טראץ וואס יענער האט נישט קיין סענאט באשטעטיגונג צו סערווירן דארט און פאסן באשלוסן

קהאן און אירע אליאירטע ווייזן אבער אן אז פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז עס אין איינקלאנג מיט די טרוקענע פארשריפטן פון די קאמיסיע וועלכע שרייבט נישט ארויס אז איינמאל א קאמיסיאנאר פארלאזט זיין אדער איר אמט איז יענעם'ס אפשטימונגען מער נישט גילטיג און אבזערווירער ווייזן אן אז אפילו אויב זאל פון א יורידישן שטאנדפונקט ווערן אפגעלערנט די פארשריפטן מיט קהאן'ס פירוש קען א געריכט פארט זאגן אז די פארשריפטן זענען טאקע נישט אויסגעהאלטן

אויף דערווייל האט זיך פארמירט א גרופע סענאטארן וועלכע שלאגן פאר א לעגיסלאציע וועלכע זאל קלארשטעלן אז שטימען פון געוועזענע קאמיסיאנארן זאלן נישט קענען ווערן גערעכנט

די גרופע ציילט סענאטארן בלאנט, מארען, טון, לי, קרוז, לומיס און דזשאנסאן וועלכע ברענגן ארויס אז די איינפיר איז אבסורד און טאר נישט נישט בלייבן שטיין

צום באטאנען איז די עצם איינפיר אז מען קען אפגעבן שטימען עלעקטראניש אין באזונדערע צייטן נישט קיין נייע זאך און עס איז אן אנגענומענע פראקטיצירונג אויף מערערע קערפערשאפטן אריינגערעכנט אפעלאט געריכטן ווי ריכטער וועלכע האבן שוין געפאסט זייער באשלוס קענען עס אריינשיקן טראץ וואס די פארהאנדלונגען צווישן די ריכטער אין די קעיס גייען נאך אן אבער דארט זענען די שטימען נישט בונדענד ביז מען שטעלט צוזאם די אורטייל און די ריכטער קענען צו יעדע צייט טוישן זייער שטימע און איבער אלעם איז דארטן אויך נישט איינגעפירט צו רעכענען די שטימען פון ריכטער וועלכע האבן איבערגעלאזט די באנק איידער די צייט פון די אורטייל וואס דאס איז די הויפט אישו אין די איצטיגע קאמיסיע שטרייט
גראדע האט די ניינטע קרייז געריכט יא אמאל פרובירט צו רעכענען די שטימען פון געוועזענע ריכטער אבער די סופרים קאורט האט שפעטער בלאקירט די פראקטיצירונג
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות

*

די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון 5 קאמיסיאנערן נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט און באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אבער עס קענען נישט זיצן דערויף מער פון 3 קאמיסיאנערן פון די זעלבע פארטיי

אצינד איז די קאמיסיע חסר אחת ווען קריסטינע ווילסאן, און נח יושע פיליפס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך טראמפ און ראבעקע סלאוטער דורך פרעזידענט ביידען און גאנץ לעצטנס לינא קהאן אלץ פארזיצער פון די קאמיסיע דורך פרעזידענט ביידען

די קהאן נאמינאציע איז געווען א פעט ביינדל פאר די ליבעראלן ווען ער האט איר געשטעלט צו ערזעצן ראהיט טשאופרע וועמענס טערמין איז אפגעלאפן און פרעזידענט ביידען האט אים נאמינירט אנצופירן מיט די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג אגענטור

קהאן איז אריינגעקומען מיט א גאר אמביציעזע אגענדע אבער זי האט זיך גלייך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די קאמיסיע באשטייט דערווייל פון בלויז 4 קאמיסיאנערן און א יעדע ערנסטע פראגע וועט ווערן געשטימט 2-2 וואס באדייט אז איר מאכט איז טעכניש טויט

קהאן איז אבער אויפגעקומען מיט א געלונגענע סטראטעגיע צו פארוואנדלען די פיר פערזאן קאמיסיע אין איינס פון פינף

די פלאן האט געלויטעט אז איר פארגייער ראהיט טשאופרע האט אינעם לעצטן טאג אין אמט געשטימט אויף אזויפיל ווי 20 מאושענס וועלכע שטייען פארנט פון די קאמיסיע און קענען נישט פאראויסגיין צוליב א 2-2 טיי

אצינד ווען קהאן האט איבערגענומען די לייצעס האט זי אפגעגעבן די פיפטע שטימע איבערצואוועגן דעם וואגשאהל פון 2-3!
איר זענט צומישט? לאמיר אייך אויסקלארן

עס איז איינגעפירט ביי די קאמיסיע אז אירע מיטגלידער שטימען דורך אימעיל און אויב סיי וועלכע קאמסיאנער ברענגט ארויף אין אימעיל זיין שטימע אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט באקומט די פראגע 30 טאג אין וועלכע די איבריגע מיטגלידער קענען רעאגירן אין שטיצע אדער אין קעגנערשאפט און אויב קיינער רעאגירט נישט ביז דרייסיג טאג פאלט די אפשטימונג אדורך

אוי אבער אפילו בלויז איין אנדערע מעמבער רעאגירט צו די אפשטימונג און שטיצט עס דאן באקומט די אינציאטיוו פרישע דרייסיג טאג צו לעבן
נאך דרייסיג טאג פון איגנאראציע גייט די אפשטימונג שלאפן סיידן א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע

אויב א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע ווערט פארמירט א מאיאריטעט פון שטיצע און די איבריגע מיטגלידער באקומען 24 שטונדן אין וועלכע זיי קענען זיך לאזן הערן און רעקארדירן זייערע שטימען

טראץ וואס די פארשריפטן שרייבן גארנישט ספעציפיש איבער מעמבערס וועמען'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן האט קהאן אנגענומען א ליניע פון אפלערנען די רול מיט פשוטו כמשמעו אז יעדע מיטגליד קען שטימען און אויב עימיצער שטימט אין די קומענדיגע דרייסיג טאג (אפילו ווען דער וועלכע האט ארגינעל אויפגעברענגט די אפשטימונג איז שוין מער נישט אויפן קאמיסיע) בלייבט די אפשטימונג אקטיוו

גייענדיג מיט די הנחה, האט מען אויסגעארבעט אז אום אקטאבער 8 למספרם, הארט איידער טשאופרע האט איבערגעלאזט זיין פאזיציע האט ער אריינגעשיקט אפשטימונגען אויף אזויפיל ווי 20 אינציאטיוון

בלויז איינע פון די 20 זענען דערווייל געווארן פארעפנטליכט און די צוויי רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן און זיך אפגערעדט אז איינמאל טשאופרע איז ארויס זענען זיינע אפשטימונגען מער נישט פעליג

קהאן טענה'ט אבער אז טעכניש קען א מיטגליד שטימען צו וועלכע צייט ער סערווירט אויפן קאמיטע אפילו אין די לעצטע מינוט פונקט ווי א פרעזידענט קען אונטערשרייבן א געזעץ אין זייין לעצטע טאג

וויבאלד די פארשריפטן ערלויבן א צווייטע קאמיסיאנאר צו האלטן ביים לעבן אן אפשטימונג קען יענער עס טוהן הארט איידער די דרייסיג טאג פעריאד ענדיגט זיך און א דריטער קען נאך שטימען הארט איידער עס ענדיגט זיך 60 טאג

די ערשיינונג האט געשאפן א שטורעם זינט עס באדייט אז א שטימע פון עמיצער וועמענ'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן מיט כמעט 60 טאג צוריק (א שטייגער ווי טשאופרע וועלכע סערווירט שוין היינט אין א צווייטע אגענטור) קען נאך ווערן גערעכנט און זיין טייל פון א מאיאריטעט באשלוס טראץ וואס יענער האט נישט קיין סענאט באשטעטיגונג צו סערווירן דארט און פאסן באשלוסן

קהאן און אירע אליאירטע ווייזן אבער אן אז פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז עס אין איינקלאנג מיט די טרוקענע פארשריפטן פון די קאמיסיע וועלכע שרייבט נישט ארויס אז איינמאל א קאמיסיאנאר פארלאזט זיין אדער איר אמט איז יענעם'ס אפשטימונגען מער נישט גילטיג און אבזערווירער ווייזן אן אז אפילו אויב זאל פון א יורידישן שטאנדפונקט ווערן אפגעלערנט די פארשריפטן מיט קהאן'ס פירוש קען א געריכט פארט זאגן אז די פארשריפטן זענען טאקע נישט אויסגעהאלטן

אויף דערווייל האט זיך פארמירט א גרופע סענאטארן וועלכע שלאגן פאר א לעגיסלאציע וועלכע זאל קלארשטעלן אז שטימען פון געוועזענע קאמיסיאנארן זאלן נישט קענען ווערן גערעכנט

די גרופע ציילט סענאטארן בלאנט, מארען, טון, לי, קרוז, לומיס און דזשאנסאן וועלכע ברענגן ארויס אז די איינפיר איז אבסורד און טאר נישט נישט בלייבן שטיין

צום באטאנען איז די עצם איינפיר אז מען קען אפגעבן שטימען עלעקטראניש אין באזונדערע צייטן נישט קיין נייע זאך און עס איז אן אנגענומענע פראקטיצירונג אויף מערערע קערפערשאפטן אריינגערעכנט אפעלאט געריכטן ווי ריכטער וועלכע האבן שוין געפאסט זייער באשלוס קענען עס אריינשיקן טראץ וואס די פארהאנדלונגען צווישן די ריכטער אין די קעיס גייען נאך אן אבער דארט זענען די שטימען נישט בונדענד ביז מען שטעלט צוזאם די אורטייל און די ריכטער קענען צו יעדע צייט טוישן זייער שטימע און איבער אלעם איז דארטן אויך נישט איינגעפירט צו רעכענען די שטימען פון ריכטער וועלכע האבן איבערגעלאזט די באנק איידער די צייט פון די אורטייל וואס דאס איז די הויפט אישו אין די איצטיגע קאמיסיע שטרייט
גראדע האט די ניינטע קרייז געריכט יא אמאל פרובירט צו רעכענען די שטימען פון געוועזענע ריכטער אבער די סופרים קאורט האט שפעטער בלאקירט די פראקטיצירונג

א לומדישע שאלה... אויב די שטימע איז חל מעכשיו אדער ערשט לאחר ל' יום...

שכוח הבל על הכל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק הבל, די לומדישע געריכט איז צוקער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

די באריכט איבער די אנטי כינע ביל איז געווען זייער אינטערעסאנט.

יישר כח.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

צוקער וואסער האט געשריבן:די באריכט איבער די אנטי כינע ביל איז געווען זייער אינטערעסאנט.

יישר כח.

גא"מ

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן:עיפאק מעלדט די שאפונג פון איר ערשטמאליגע סופערפעק וועלכע וועט אנטשפרעכט אריינצופאמפן גרויס געלט אין היציגע פאליטישע קאמפיינס

וועלכע פארטיי?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך שמות




די ביורא אוו לאנד מענעדזשמענט האט באשטימט צו עפענען פובליק לאנד אין קאלאראדא, נעוואדע און ניו מעקסיקא וואו מען וועט אוועקשטעלן סאלער פאנעל פראיעקטן אין א פארזוך פון די אדמיניסטראציע צו באקעמפן קלימאטן טויש נאך וואס געריכטן האבן בלאקירט צו סוספענדירן פארקויפונגען פובליק לאנד און וואסער פאר אויל און גאז דרילינג און אויך די קלימאטן פראוויזיעס פון די בודזשעלוציע איז געגאנגען שלאפן אויף דערווייל מיט די מעלדונג פון סענאטאר מענשין
די ביורא שאצט אז אויב זאל מען אויסנוצן אלע פלעצער וואו מען קען איינפלאנצן סאלער פאנעלס און עס דעוועלאפען צום מאקסימום וועט עס קענען צושטעלן עלעקטעריציטעט פאר 29 מיליאן היימען


*

אבאמאקעיר האט צובאקומען א מאסיווע 4.6 מיליאן נייע מענטשן צום פראגראם דורכאויס די פארלאפענע למספרם יאר
א באדייטנדע טייל פון די וועלכע האבן זיך אויפגעסיינט האבן עס געטוהן צוליב די פרישע סובסודיעס אריינגעשטעלט אין א ווירוס ביל אבער עס ווועט אויסלויפן אום 2022 למספרם און דער פרעזידענט האט עס היינט דערמאנט און א באנייעטע רוף צו באשטעטיגן די בודזשעט רעזאלוציע וועלכע וועט עס פארלענגערן אויף ביז 2025 למספרם


*


סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ווארפט אפ אפעלאט פארזוך אקעגן די ניו מעקסיקא וואקסין מאנדאט פאר העלט קעיר ארבעטער


*

קאנגרעספרוי בארבארא לי (קאליפארניע דעמאקראט), קאנגרעסמאן מעט קארטרייט (פענסילוועניע רעפובליקאנער) און קאנגרעסמאן ענטאניא דעלגאדא (ניו יארק דעמאקראט) זענען לעצטע אויף קאפיטאל היל צו ווערן דיאגנאזירט מיטן וויירוס


*

סענאט מאיאריטעט פירער שומער זאגט אז אויב רעפובליקאנער זאלן בלאקירן די וואל רעפארם פארזוך אין יונואר למספרם וועט די סענאט באטראכטן א רול טויש איבער די טעמע


*

מעקאנעל האט ביים ערשיינען פריער אויף א ראדיו פראגראם עפנטליך אפעלירט צו סענאטאר מענשין אריבערצוקומען צו די רעפובליקאנע פארטיי
ווערנדיג געפרעגט אויב אין אזא פאל וואלט מענשין געקענט בלייבן פארזיצער פון די סענאט ענערגיע קאמיטע זאגט מעקאנעל אז מען וועט עס דארפן דיסקוסירן אבער ער ווייסט אז מענשין גלייכט די פאזיציע צוליב די וויכטיגקיייט פון ענערגיע פאר וועסט ווירדזשיניע

*

האופ היקס איז געווען פון די טראמפ'ס נאנטסטע געהילפן פאר וועם דער געוועזענער פרעזידענט האט געהאט גאר שטארקע צוטרוי
זי גייט זיך אצינד אנשליסן אין די סענאט קאמפיין פון דעיוויד מקארמיק אין פענסילוועניע און וועט זיין די ערשטע פארמעסט אויף וועלכע זי ארבעט זינט זי האט פארלאזט די ווייסע הויז

*

סענאטאר טון וועלכע האט פארשפראכן צו פאסן א באשלוס איבער ווידערערוויילונג ביז ענדע פונעם למספרם יאר האט נעכטן נאכנישט געהאט נייעס צו פארציילן, דערווייל זאגט מעקאנעל אז ער מוטיגט טון צו לויפן לויפן פאר נאך א טערמין און לויט באריכטן ארבעטן אויך גרעהעם און קאלינס העפטיג צו איבערצייגן טון עס צו טוהן


*

מערילענד גאווערנאר לערי האוגען (ר) רופט אויף אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד צו קלאגן זיין סטעיט נאך וואס די דעמאקראטיש איבערוויגנדע סטעיט לעגיסלאטור אנידערגעשטימט זיין ווועטא אויף זייער געשריבענע קאנגרעסיאנאלע מאפע וועלכע וועט אריינשטעלן אין שפיל די איינציגסטע דיסטריקט געהאלטן דורך א רעפובליקאנער און גלייכצייטיג פארפעסטיגן די איבריגע דיסטריקטן צו בלייבן בלוי
ער טענה'ט אין אן אפ עד אינעם וואל סטריט דזשורנאל אז אויב איז גארלענד ערנסט ווען ער זאגט אז ער קלאגט טעקסאס צוליב א מאפע וועלכע פארלעצט וואל רעכטן פון מענטשן באזירט אויף ראסע טאר ער נישט פארמאכן אן אויג ווען די זעלבע אוי נישט ערגער שפילט זיך אפ אין מערילענד
א דעמאקראטישע מעמבער אינעם סטעיט לעגיסלאטור אנערקענט אז די מאפע איז געשניטן אין א גאר מערקווירדיגע שניט ווען עס קומט צו מינאריטעטן אבער זאגט אז מען קען נישט מיען קיין פאראלעל פון מערילענד צו אנדערע סטעיטס צוליב וואס די דעמאגראפישע אויסשטעל דארט איז גאר אייגנארטיג און איז צו פארדאנקן דעם פון אויבן אבער נישט עפעס מיט וואס מענטשליכע הענט האבן ארומגעשפילט פאר פאליטישע אינטערעסן

*

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן סעקולערע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סובסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס צוליב וואס זיי דעקן רורעל און שוואך באוואוינטע געגנטער נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפעלירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע איז קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע
[/quote]

פארלאפענע מיטוואך ויגש האט די סופרים קאורט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און נאך א סעסיע פון צוויי מיט א האלב שטונדן האט אויסגעקוקט אז די קאנסערוואטיווע בלאק איז גענויגט אנצונעמען די טענות פון די עלטערן

די אדוואקאט פאר די עלטערן איז געווען מייקל בינדעס וועלכע האט זיך אויסגעקריגט מיט די סטעיט'ס הויפט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל קריסטאפער טאוב

טאוב האט ארויסגעברענגט אז די פראגאם איז נישט קיין דיסקרימינאציע און די סובסודיעס זוכט בלויז צו ערזעצן די ערציאונג וועלכע די סטודענטן וואלטן באקומען ווען זיי זאלן וועען יא קענען גיין אין לאקאלע פובליק שולעס וואס דארטן וואלטן זיי באקומען א נאן רעליגיעזע ערציאונג און פאר אזא סארט ערציאונג זענען די סובסודיעס דעזיגנירט

ווען סאטאמאיאר האט אויסגעפרעגט בינדעס האט זי שטארק ארויסגעברענגט אט די טענה זאגנדיג אז עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס מיט לאקאלע פובליק הויך שולעס האבן ניש די אפציע צו קענען שיקן אין שולעס ווי מען לערנט רעליגיע אויף די רעגירונגס קאסטן נאר האבן א צוויי אפציע אויסוואל פון שיקן אין אזא סארט שולע און עס דעקן פון די אייגענע טאש אדער שיקן אין פובליק שולע אומזיסט
אויב אזוי פארוואס זאלן עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס וואו עס איז נישטא קיין לאקאלע שולע האבן מער אפציעס און יא קענען שיקן זייערע קינדער לערנען רעליגיע אויף די סטעיט'ס קאסטן

אויך קעיגען האט ארויסגעברענגט ענליכע פונקטן און גע'טענה'ט אז די ספעציפישע פראגראם פון מעין איז זייער אייגנארטיג און מיוחדת במינה און געציהלט צו אדרעסירן א קליינע צאהל סטודענטן און דעריבער זאל די געריכט נישט קוקן דערויף ווי א פראגראם וועלכע דיסקרימינירט צוליב וואס די פראגראם מוז זיין אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג צו אדרעסירן אזא אומטרעפליכע ערשיינונג ווי דיסטריקטן מיט אזא מאנגל אין קינדער אז זיי האבן ניטאמאל קיין אייגענע לאקאלע הויך שולע

טאמאס האט אבער אוועקגעמאכט די באהויפטונג וועלכע טאוב האט אוועקגעשטעלט אז די פראגראם זוכט צו גיבן א "רויע ערזאץ" פאר די סארט ערציאונג וועלכע א לאקאלע פובליק שולע וואלט געגעבן און דאס באדייט אז מען לערנט נישט די קינדער רעליגיעזע לערנונגען פון איין ספעציפישע רעליגיע איבער די אנדערע

טאמאס טענה'ט אבער אז די פונדאמענט פון א פובליק שולע איז נישט דאס נאר איז קאנצעטרירט אויף די אקדעמישע אינהאלט וואס מען לערנט דארט (און טראץ וואס אין פובליק שולע לערנט מען נישט א ספעציפישע רעליגיע איז נישט דאס די הויפט ערציאונג קוואליטעט פון די לימודים נאר די פאקטישע אקאדעמישע לימודים זענען בעיקר אויף וואס מען קוקט און דאס איז אויף וואס אן ערזאץ פראגראם דארף קוקן ווען זיי זוכן צוצושטעלן דאס וואס די פובליק שולע וואלט צוגעשטעלט)

אליטא האט אטאקירט טאוב פון א צווייטע ריכטונג דערמאנענדיג אז עלטערן אין די באטרעפנדע דיסטריקטן וועלכע געניסן פון די סובסודיע פראגראם קענען עס נוצן צושיקן זייערע קינדער אין אזעלכע א רייע עליטע שולעס וועלכע ער האט דערמנאט ביים נאמען
האט אליטא אויסגעפירט מיט וואונדער: זענען די סארט עליטע (נישט פארמישן אליטא מיט עליטע..) שולעס די רויע ערזאץ פון א פובליק שולע ערציאונג (לערנט מען טאקע דארט אלעס אויפן זעלבן שטאפל ?!)

ריכטערין בערעט האט אנגעוויזן פאר טאוב אז צו זאגן אז די פראגראם איז געווידמעט צו גיבן די "רויע ערזאץ" באדייט אז עס דארף זיין גענוי די זעלבע סארט ערציאונג און אטמאספערע וואו אין פובליק שולע און האט הויך געפרעגט: זענען דען נישט פולע פריוואטע שולעס (וועלכע די פראגראם דעקט יא) נישט בלויז אינגל אדער מיידל שולעס אין די צייט וואס מיינסטנס פובליק שולעס זענען פאר ביידע ?

אבער אויסער דאס אוועקמאכן די באהויפטונג פון טאוב אז די פראגראם איז א "רויע ערזאץ" צו א פובליק שולע ערציאונג זענען די קאנסערוואטיוון אויפן באנק געגאנגען ווייטער און גאנץ קלאר אנגעדייטעט אז זיי זעען די פראגראם אלץ דיסקרימינירנד און אומקאנסטיטוציאנאל

ראבערטס האט געשטעלט פאר טאוב א היכי תימצי פון צוויי שולעס ווען די ערשטע איז אונטער א רעליגיע וועלכע פארלאנגט אז ביים לענען מיט די קינדער מוז מען פרעדיגן די רעליגיע און די צווייטע איז אונטערא רעליגיע וועלכע פארלאנגט עס נישט

טאוב האט קלארגעשטעלט אז בלויז די שולע פון די צווייטע סארט רעליגיע וואלט קוואליפיצירט צו געניסן פון די פראגראם

ראבערטס האט אנגעוויזן אז לויט דעם קומט אויס אז צו געניסן פון די פראגראם ווענדט זיך אין וועלכע רעליגיע דו ביזט אנגעשלאסן און עס באדייט אז די רעגירונג מישט זיך יא אין רעליגיע מאכנדיג א דיפערענץ צווישן צוויי סארט רעליגיעס און אז די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אזא זאך פארלעצט די קאנסטיטוציע

אליאט האט געשטעלט א ביישפיל פון א ספעציפישע שולע אונטער די השפעה פון א געוויסע קירכע וועלכע לערנט מיט די קינדער אז פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט דארף מען גלויבן אז אלע סארט מענשטן זענען באשאפן געווארן אייניג און געניסן פון די זעלבע עלעמענטארע רעכטן

טאוב האט איינגעשטימט אז אזא סארט שולע וואלט יא קוואליפיצירט אונטער די סטעיט סובסודיע פראגראם

אליטא האט אבער א גערעגטער געזאגט אז סיידן דו קענסט קלארשטעלן אז דו גייסט באהאנדלען יענע ספעציפישע שולע די זעלבע וועג ווי א קאטוילישע אדער להבדיל ארטאדאקסיש אידישע שולע מיין איך אז דו הסט אן ערנסטע פראבלעם

גארסטוש האט געשטערט די פארשלאג פון טאוב אז עלטערן וועלכע ווילן געניסן פון די פראגראם אבער פארט ערציען זייערע קינדער אלץ רעליגיעז קענען שיקן זייערע קינדער נאך די שולע שטונדן אדער אום זונטאג צו עפטער סקול רעליגיעזע פראגראמען

גארסוטש האט גע'טענה'ט אז נישט אלע רעליגיעס וואלטן געווען באפרידיגט מיט אזא אפציע און טייל פארלאנגען יא אז די קינדער זאלן יא ועורן ערצויגן דורכאויס די מערהייט שולע שטונדן אונטער רעליגיעזע לערעס און אז די סטעיט'ס פארשלאג טוט לויט דעם פונאנדערשיידן צווישן די פארשידענע סארט רעליגיעס

די פעדעראלע רעגירונג האט אויך אינטערווענירט אין די קעיס אלץ פריינד פון געריכט צו שטיצן די סטעיט און אראפגעשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט און קעווענאו האט אים גלאט געזאגט אז די פאקט די סטעיט פראגראם איז דיסקרימינאציע

די קאנסערוואטיוון האט באזונדער אויסגעדרקוט זארג איבער די פאקט אז די סטעיט איז דער וועלכע באשליסט אויב די לימודים פון א שולע זאלן ווערן באצייכנט אלץ רעליגיעז און דאס קען פירן צו אומקאנסטיטוציאנאלע אינטערווענץ פון סטעיט באאמטע אין שולע קאריקולום און טראץ וואס טאוב האט פרובירט צו פארזיכערן די ריכטער אז אזעלכע באשלוסן איז זייער לייכט צו פאסן זינט די רעליגיעזע שולעס זוכן בכלל נישט צו באהאלטן אין קונצלען איבער דיסארט לימודים וואס זיי לערנען און מען דארף זיך נישט ארפאלאזן צו דקות'דיגע פראגן צו קענען באצייכענען א שולע אויב צו פרעדיגן רעליגיע האבן א אבער די ריכטער נישט אויסגעקוקט צופרידן פון זיין פארזיכערונג

די דריי ליבעראלן אויפן באנק האבן בעיקר פרובירט צו שטופן צוויי ארגומענטן און קיינע פון זיי האט אבער נישט געצויגן צופיל אינטערעסע אין לויף פון די סעסיע
איינס איז געווען איבער די סטענדיג פון די עלטערן צו קענען ברענגן אן אנקלאגע און ריכטערין קעיגען האט דערמאנט בינדערס אז קיינע פון די רעלגיעזע שולעס האט זיך סייווי נאכנישט פארפליכטעט צו אקצפעטירן פובליק סטעיט פאנדינג און ארייננעמען סטודענטן אונטער די סטעיט סובסודיע פראגאם

קעיגן האט געפרעגט בינדעס וואס וואלט געווען ווען אלע פון די שולעס וועלכע קומען נאך די רעליגיעזע סטאנדארטן פון די עלטערן וואלטן קלארגעשטעלט אז זיי ווילן נישט אקצעפטירן די סטעיט פאנדינג צו די עלטערן וואלטן דאן געקענט ברענגן קלאגעס

בינדעס האט אבער געענטפערט אז זיי וואלטן געקענט צוליב וואס די רעכט פאר דיסקרימינאציע באטראפענע שטאמט פון דאס ווערן צוריקגעוויזן פון די מעגליכקייט פון קענען אפילו גיין זוכן אזא סארט שולע און מען דארף נישט קענען איבערצייגן אז מען האט שוין געזוכט און געפונען אזא שולע וועלכע איז גרייט צו נעמען די סובסודיעס נאר די סטעיט וויל עס נישט קוואליפיצירן

די צווייטע ארגומענט איז אויך געקומען פון קעיגען אבער איז אויך געווארן געהערט פון ברייער

קעיגען האט אנגעוויזן אז די סארט שולעס וואו די עלטערן זוכן צו שיקן זייערע קינדער נעמען אויף בלויז קריסטליכע לערער און נישט קיין מתועבים לערער אדער סטודענטן

זי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס טייל שולעס גלייכן צו דעקן אלע סארט פריוואטע שולעס האלטן אנדערע סטעיטס אז אז אזאנס וואלט געווען זייער צוטיילנד און די געריכט האט צוליב דעם שוין דיסקוסירט די געדאנק און געאורטיילט בעבר צו גיבן סטעיטס און לאקאלע מוניציפאליטעטן "געוויסע" פלעקסיביליטי און רעכט אויסצושליסן רעליגיעזע שולעס פון גרענטס אפילו אין פאל וואס עס איז נישט פארבאטן מטעם די קאנסטיטוציאנאלע פארבאט פון רעגירונג פינאנצירן רעליגיע (די סופרים קאורט טוט אין די לעצטע יארן מער און מער באגרעניצן אט די פלעקסיבליטי פרעצעדענט גערופן "פלעי אין די דזשוינטס") און נישט פארלאנגען אז אלע סטעיטס זאלן מוזן נאכקומען איין סארט מאדעל

קעווענאו האט עס אבער אוועקגעמאכט זאגנדיג אז דאס אויסשליסן קינדער צוליב זייער רעליגיע פירט פונקט אזוי צו צוטיילונג
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א ריזיגער דאנק @הבל....
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג וארא








צפון דעקאטע סענאטאר קעווין קרעמער האט פארעפנטליכט א פרישע פלאן אינאיינעם מיטן געוועזענעם טראמפ נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מקמעסטער צו שאפן א געמיינזאמע אליאנץ מיט אייראפעאישע לענדער צו רעכענען א קארבאן אימפארט שטייער אויף אויסלענדישע אויל

אנדערש ווי די רופן פון סענאטאר טעד קרוז אז אמעריקא זאל זאפארט צוריקשטעלן אירע אייגענע סאנקציעס דירעקט אויף די נארד סטריעם פייפליין פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד טענה'ט קרעמער אז מען זאל ליבערשט באשטימען אן אימפארט שטייער אויף קארבאן אימפארט און צוליב וואס אמעריקא און אייראפע האבן ריינערע אויל פון רוסלאנד וועמנ'ס אויך ער באצייכנט אלץ שמוציג וועט אויסקומען אומדירעקט אז רוסלאנד וועט ליידן פון די נייע טאריף

ער אנערקענט אז פרייע מארקעט קאנסערוואטיוון האבן אין די פארגאנגנהייט געקוקט קרום אויף טאריפס אבער געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט אסאך געלערנט פאר מענשטן איבער די וויכטיגקייט פון שטעלן אמעריקא ערשט

ער ברענגט ארויס אז די טאריף וועט זיין א געמיינזאמע קאאליציע פון מערב וועלט לענדער וועלכע וועט קענען צושטאנד קומען אין טייל צוליב וואס עס וועט גוט אפעלירן צוליב איר קלימאטן טויש בענעפיט וועלכע וועט אין די איצטיגע פאל וועט עס אויך נישט שעדיגן אמעריקא וועלכע פראדוצירט פיל ריינערע אויל פון רוסלאנד און גאר זיין א קלימאטן פלאן וועלכע שטעלט אמעריקא פאראויס און מיט א פאראאיניגטע פראנט וועט עס זיין א מער אפעקטיווע געצייג צו נוצן ביים פארהאנדלן מיט מאסקווע

*


הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען נאמינירט די אפריקאנע אמעריקאנע דיסטריקט ריכטערין מישעל טשיילדס צום די סי סירקוט קאורט


טשיילדס ווערט געגלויבט צו פיגורירן אויף די ליסטע פון א מעגליכע סופרים קאורט קאנדידאט אויב זאל ריכטער ברייער אפטרעטן
זי געניסט פון שטארקע שטיצע פון קאנגרעסמאן דזשעימס קלייבורן

*

שטייענדיג ביים שוועל פון 2021 למספרם ווערט ארויסגעהויבן דורך דעמאקראטישע פירער זייער היסטאריש הויכע סוקסעס ראטע ווען עס קומט צו באשטעטיגן פעדעראלע ריכטער און די ציפערן רעדן פאר זיך אליין

פרעזידענט ביידען האט טאקע נישט באוויזן אריינצושטעלן דערווייל קיינעם אויפן סופרים קאורט צוליב וואס עס האט זיך נישט געמאכט קיין עפענונג אבער האט ער האט יא באוויזן צו פארשוועמען די אונטערשטע געריכטן אויף א פארנעם ווי קיינעם בעפאר אריינגערעכנט פרעזידענט
טראמפ וועלכע האט זיך אין זיינער צייט אויפגעטוהן מיט די די הויכע צאהל ריכטער וועם ער האט אריינגעשטעלט אינעם געריכט סיסטעם

אז מען מאכט א סך הכל פון ביידען'ס ערשטע יאר אין אפיס שטעלט זיך ארויס אז די סענאט האט שוין באשטעטיגט 40 פון זיינע ריכטער אריינגערעכנט 11 דערפון צום סירקוט קאורט אין די צייט וואס טראמפ האט אין זיין ערשטע יאר אין אפיס באוויזן אריינצוזעצן בלויז 19 ריכטער אריינגערעכנט 12 סירקוט ריכטער

ווען עס קומט צו די טאטאל נאמינאציעס אריינגערעכנט די וועלכע זענען נאכנישט באשטעטיגט האט טראמפ אין די איצטיגע צייט געהאט נאמינירט 72 ריכטער און ביידען האט זיכער געמאכט איבערצושטייגן די ציפער מיט 1 נאמינירנדיג 73 ריכטער

ווען מען קוקט אריין טיפער איבער די סארט נאמינאציעס דורך ביידען ווערט שווער צו אידענטפיצירן דארט צופיל ווייסע מענער און 53 פון זיי זענען פרויען, 20 זענען אפריקאנע אמעריקאנער און 15 זענען היספאנישע

טייל פון די ביידען סוקסעס ווערט צוגעשריבן צו די סטראטעגיע פון אראפרייסן צו ערשט די עפל וועלכע וואקסן נידריגער אויפן בוים און זענען גרינגער צו גרייכן מיט דעם וואס מיינסטנס דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס זענען פון בלויע סטעיטס און אויסגעמיטן סטעיטס וועלכע ווערן רעפרעזענטירט דורך רעפובליקאנע סענאטארן

סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט באשטעטיגט אז מאיאריטעט פירער שומער רעספעקטירט דערווייל די סענאט טראדיציע פון נישט ארויפברענגן פאר א פארהער נאמינאציעס וועלכע ווערן נישט געשאנקן די בלויע סליפ

מעקאנעל ווייזט אן אז ער האט דורכאויס די אבאמא און טראמפ יארן זיך געהאלטן צו די בלויע סליפ פאליסי ווען עס קומט צו דיסטריקט ריכטער וועלכע באדייט אז נאמינאציעס ווערן באקומען די גרינע ליכט דורך ביידע סענאטארן פון זייער סטעיט וועלכע ווערן רעפרערירט פון פאראויס און גיבן זייער צושטימונג צו די באטרעפנדע נאמינאציע און לויבט שומער פארן פארזעצן זיך צו האלטן דערצו

ווי געזאגט האט ביידען ביז איצט זיך קאנצעטרירט אויף דיסטריקט געריכט יוריסדיקציעס אין בלויע זאנעס אבער וועט פריער ווי שפעטער זיך טרעפן מיט ווייניגער אזעלכע ליידיגע זיצן און זיך מוזן אנהויבן נעמען צו די פרוכט וועלכע איז שווערער צו גרייכן, נעמליך, געריכטן אין רויטע סטעיטס וואו רעפובליקאנע סענאטארן וועלן אין מערערע פעלער מאכן קונצן און שטעלן פיסלעך מיטן אפאזירן און נישט גיבן בלויע סליפס קאנדידאטן וועם זיי זעען אלץ נישט פאסיג פארן באנק און יענע פאזע וועט געדויערן לענגער ביזן זיך פאראייניגן און באשטעטיגן ריכטער צו די צופרידנהייט פון ביידע זייטן

*


מאריא בארטיראמא האט געפרעגט דעם געוועזענעם טראמפ עקטינג אטוירני דזשענעראל מעט וויטעקער וואס ער זאגט צו די באשלוס פון אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד צו לאזן ארעסטאנטן וועלכע זענען געווארן אהיימגעשיקט צוליב די ווירוס אויסברוך צו פארבלייבן אויסדינען זייער טערמין אונטער הויז ארעסט

בארטיראמא האט געשטופט וויטעקער ארונטערצורייסן די באשלוס אנצייגנדיג אז עס איז די לעצטע זאך וואס די לאנד זוכט אין א צייט פון שטייגנדע פארברעכנס און געוואלדטאטן

וויטעקער האט איר אבער איידל אפגעווארפן זאגנדיג אז עס האנדלט זיך פון א טאטאל פון ארום אכט טויזנט ארעסטאנטן נאציאנאל און קיינע פון זיי זענען נישט באגאנגען קיין ווילדע פארברעכנס און זענען דעריבער נישט קיין געפאר פאר די זיכערהייט פון אמעריקאנער

*

אום מאי 25 1991 למספרם האט מישעל לאדזינסקי באזוכט אינאיינעם מיט איר 5 יעריג זוהן טימאטי די סעירעוויל קענדעי פארק אין ניו דזשערסי וואו עס זענען פארגעקומען פארברענג אקטיוויטען דורכאויס די מעמאריעל דעי וויקענד

די צוויי האבן זיך אפגעשטעלט ביי א קארניוועל און ביי איין פונקט האט די מוטער איבערגעלאזט דאס קינד ווארטן אין די ליניע ארויפצוגיין אויף א געוויסע רייד ווען זי איז געגאנגען קויפן א סאדע צו טרונקען אבער צוריקגעקומען צו אנדעקן אז הילד איננו און נאכן זוכן פאר שטיקל צייט און נישט געפונען סיי וועלכע שפור האט זיך אלארמירט די פאליציי און אין אינטעסיווע זוך אקציע איז געווארן אונטערגענומען

נאכן נישטערן אין יעדע מעגליכע ווינקל אן ערפאלג האבן די פאליציי אנגעהויבן אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז עימיצער איז בייוויליג פארמישט אין א קידנעפינג און זיי האבן גאנץ שנעל אויסגעשלאסן דעם פאטער וועלכע האט צו יענע צייט געוואוינט אין אייאווע און נישט געהאט קיין באציאונגען מיט זיין פרוי און קינד

די אויבנדערמאנטע ווערסיע איבער וואס עס האט פאסירט איידער דאס קינד איז פארלוירן געגאנגען איז געקומען פון זיין מוטער אבער די פאליציי האט איר אנגעהויבן אויספרעגן מער גרונטליך און זי האט אנגעגעבן אז איידער זיי זענען ערשינען צו די קארניוואל האבן זיי פארברענגט ביי די האלמדעל פארק דורכאויס די נאכמיטאג אבער לויט ווי די פארק פאליציי האבן געזאגט איז די שטח ביי די האלמדעל פארק וואו זי האט אנגעבליך פארקירט איר אויטא געווען אפגעשלאסן יענע טאג

אויך האט זי דעטאלירט פאר די פאליציי איז זי איז דארט געווען מיט איר זוהן וועלכע האט געטראגן א לייכט רויטע העמד אבער די פאליציי האבן נישט געקענט געפונען אפילו איינעם וועלכע זאל האבן געזען א קינד אזוי געקליידעט און ווי אן אנוועזנדער האט פארציילט האט ער געזעהן די מוטער אבער נישט קיין קינד ביי איר זייט און דער וועלכע האט געדענקט די עצטע צו האבן געזעהן דאס קינד איז געווען א שכן צו די היים וואו זיי האבן געווואינט און ער האט אים געזעהן שפילן אינדרויסן אינדערפרי

א מאנאט שפעטער איז פרוי לאדזינסקי ווידער געווארן אויסגעפרעגט און דאן אנגעגעבן אז צוויי מענער באוואפנט מיט מעסערס האבן פארכאפט איר זוהן און איר געווארנט מיטן לעבן צו שווייגן איבער די פארכאפונג אבער שפעטער אין טאג האט זי זיך צוריקגעקערט צו די פאליציי און צוריקגעצויגן פון די געשיכטע

יענע צייט איז זי אויסגעשטיגן אלץ ערנסטע און הויפט פארדעכטיגטע אינערהאלב די פאליציי אויספארשונג און א טאג דערויף איז זי ווידער געווען צוריק מיטא דריטע ווערסיע אז עס איז ווירקליך געווען צוויי מענער אין צוגאב צו א פרוי וועכע האבן פארכאפט איר זוהן

זי האט אנגעגעבן אז זי קען יענע פרוי וועלכע הייסט עילען וועלכע איז א קאסטומער פון א לאקאלע באנק וואו פרוי לאדזינסקי האט געארבעט אלץ א טעלער

א גרונטליכע עף בי איי אויספארשונג האט נישט געקענט געפונען אזא עילען און לאדזינסקי איז אדורכגעםאלן צוויי באזונדערע ליגן אונטערזוכער טעסטן

א דורכברוך איז געקומען אום אקטאבער 26 למספרם ווען א שולע לערערין האט פארברענגט נעבן א טייך אין א פארק אין עדיסאן ניו דזשערסי און אנדעקט א קינדער שוכל פונעם זעלבן סארט וועלכע איז געווען פארשפרייט צווישן די דעטאלן אנאנסירט איבער דאס פארלוירענע קינד

די לערערין האט עס נאך יענע טאג אריבערגעטראגן צו די פאליציי וועלכע האט עס געוויזן פאר פרוי לאדזינסקי און געזאגט הכר נא למי הנעל אבער זי האט גע'טענה'ט אז דאס איז נישט איר קינד'ס און דאס שוכל איז געווען פרעזערווירט אלץ מעגליכע באווייז אין די קעיס

נאך עטליכע וואכן וואס די לערערין האט נישט געהערט קיין פיפס פון די פאליציי האט זי באשלאסן נישט צו לאזן די געפונס אומבאקאנט און האט עס מיטגעטיילט מיט א לאקאלע נייעס אויסגאבע וועלכע האט עס געמאלדן מיט קידוש לבנה בוכשטאבן אויף איר פאדערשטע זייט און די דעקונג וועלכע האט נאכגעפאלגט האט באוואויגן די עף בי איי אריינצוקומען אין בילד און דורכפירן א גרונטליכע אונטערזוכונג אויפן שוך

די אויספארשונג האט נישט געפירט צו קיין קלארע הנחות און די עף בי איי אינאיינעם מיט די לערערין האבן באזוכט די שטח וואו עס איז געפונען געווארן

נאכן אויספארשן לאדזינקי פריינד און פאמיליע האט די אגענטור געהערט פון זיי אז גייענדיג צו די ארבעט האט זי אפטמאל באזוכט אונטערוועגנס א צענטער נישט ווייט פון וואו די שוכל איז געפונען געווארן אבער ווען זיי האבן איר פארגעשטעלט א ליסטע פלעצער וואו זי זאל עגליך האבן באזוכט האט פרוי לאדזינסקי אויסגעשלאסן יענע פלאץ

ערשט אום אפריל פון 1992 למספרם האט די עף בי איי ווידער באזוכט יענע שטח און דאסמאל דורכגעפירט א גאר גרונטליכע זוך אקציע און צו ערשט געפונען די צווייטע שוך וועלכע איז געווען פון די זעלבע מאס

נישט לאנג שפעטער האבן די אויספארשער געפונען טיילן פון דאס קינד'ס געביין און דערנעבן א ראד פון א טראק באגראבן אין זאמד הארט נעבן זיינע קליידער און א באלאן און א קינדער דעקע

די אויספארשער האבן דאן אפיציעל באצייכנט די אינצידענט אלץ מארד אבער נאכנישט דערקלערט ווער עס איז פאראנטווארטליך דערפאר און סיי וועלכע מעגליכע מאטיוון

אין יאר 1994 למספרם איז די קאר פוןלאדזינסקי געזעהן געווארן זיך אויפהאלטן אנגעצונדן זייער לאנג פארנט פון איר היים און א טאג שפעטער איז זי געזעהן געווארן אין מישיגען און געאגט אז די עף בי איי האט איר קורצליך פארכאפט און דערמיט איר געזוכט צו לערנען א לעקציע פארן רעדן איבער די פרשה

צוויי וואכן נאכן זיך אומקערן קיין ניו דזשערסי האט איר ברודער געפונען א ביזנעס קארטל פון די עף בי איי ארויפגעקלעבט אויף די טיהר פון איר וואוינונג און דערויף געשריבן די ווערטער "עס איז נאכניישט פארטיג"

די עף בי איי וועלכע האט געהערט פון די געשיכטע האט זיך אראפגעלאזט צו א לאקאלע פרינטינג שאפ און באשטעטיגט אז פרוי לאדזינסקי האט געלאזט באשטעלן דארט ביזנעס קארטלעך מיט די עף בי איי סימבאל

נאכן ווערט אויסגעפאארשט האט זי מודה געווען אין פאבריצירן אן אזויגערופענע פארזוך אין וועלכע די עף בי איי האט איר פארכאפט אבער נישט געוואלט רעדן מער איבער איר זוהן'ס מארד

פאר די עף בי איי פאלשע קידנעפינג שפיצל האט זי באקומען א שטראף פון זעקס מאנאטן הויז ארעסט אין צוגאב פון דריי מאנאטן פראבעישאן
אין 1997 למספרם איז זי ווידעראמאל געווארן אנגעקלאגט און דאסמאל מיטן רויבן א קאמפיוטערפון א געוועזענע מיארבעטער און נאכן זיך דערקלערן שולדיג באקומען פרישע הויז ארעסט און פראבעישאן

עטליכע יאר דערויף האט זיך זיך געצויגן קיין פלארידא און דאן קיין מינעסאטע וואו זי האט געהייראט עימיצן און ביי די אציטיגע צייט שוין געהאט נאך צוויי קינדער אבער יענע שלום בית האט נישט געהאלטן אויף צופיל לענגער און זי האט זיך עווענטועל צוריקגעקערט קיין פלארידא וואו זי האט זיך געקויפט א הייזקע

יארן זענען פארביי און עס איז געווען 2011 למספרם ווען פראקורארן ניו דזשערסי האבן אדורכגעפירט אן איבערזיכט אויף אזויגערופענע "קאלטע קעיסעס" וואס באדייט אלטע אויספארשונגען וועלכע האבן נישט געפירט צו קיין מסקנות און מיסטעריעס וועלכע זענען נישט געהעריג געלייזט געווארן

די פרישע אריינבליק האט באוויזן צו דערגרייכן 3 פון טימאטי'ס בעביסיטער'ס וועלכע האבן אלע אידענטיפיצירט די דעקע געפונען נעבן זיין געביין אלץ עפעס וואס איז געווען זיינס

די אויספארשער האבן אויך געמאכט דעם חשבון אז קיין איין מוטער וועט נישט מיטנעמען א 10 פיסיגע דעקע איינצוהילן איר קינד דורכאויס א קארניוואל אין א טאג ווען די וועטער אינדרויסן גרייכט 90 גראד

זיי זענען געקומען צום אויספיר אז די דעקע איז געקומען פון איר היים און מיטגעברענגט געווארן פאר כיסוי הדם צוועקן און פאר תכריכים צו באדעקן דאס קינד און באווייזן צו זיין טויט

עס איז געווען אוגוסט 6 2014 למספרם (טימאטי וואלט שוין דאן אלט געווען 29 יאר) ווען נאך א פארזיגלטע גרענד דזשורי אנקלאגע האבן אויטאריטעטן ארעסטירט פרוי לאדזינסקי אין פלארידא און אנגעקלאגט מיטן מארדן איר זוהן

נאכן אויסהערן ארגומענטן פון ביידע זייטן איז די ניו דזשערסי סופעריאר ריכטער דעניס ניוועס געקומען צום אויספיר אז באזירט אויף די פילע אומאיינשטיגקייטן און אנגעגעבענע ווערסיעס דורך לאדזינסקי איז פארהאן גענוג אנדייטונגען וועלכע צייגן אויף איר שולד פאראויסצוגיין מיט א פראצעס אבער קלארגעשטעלט אז אונטער די סטעיט געזעץ איז נישט ערלויבט דורכגעפאלענע ליגן אונטערזוכער טעסטס צו ווערן גענוצט אלץ באווייזן אין קרימינאלע פראצעסן

ער האט אויך פארבאטן צו דערמאנען די עף בי איי פאלשע קידנעפינג בלבול פאר די דזשורי און באשטימט מערץ 16 2016 למספרם אלץ דאטום אנצוהויבן די פראצעס

נאך א לענגערע פראצעס אין וועלכע 68 עדות האבן אויפגעטראטן האט איין איינשטימיגע דזשורי געפונען פרוי לאדזנסקי שולדיג אין ערשטע גראד מארד און ריכטער ניוועס האט איר פאראורטיילט צו 30 יאר אין טורמע אן די מעגליכקייט פאר פאראל

די ניו דזשערסי סופרים קאורט האט אויסגעהערט אן אפעלאט איבער די קעיס נאך וואס איר אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז אין פאקט איז קיינאמל נישט געווען קיין באוויזן אז די מוטער זאל אן קיין צווייפל האבן ערמארדעט איר זוהן

די געריכט האט זיך געשפאלטן 3-3 (מיטן הויפט ריכטער אפוועזנד פון די קעיס) וועלכע האט באדייט אז די אורטייל בלייבט שטיין אבער די געריכט איז שפעטער איינגעגאנגען עס איבערצוהערן און אריינברענגן א ריכטער פונעם אפעלט געריכט צו מכריע זיין די טיי

היינט דינסטאג איז די פסק ארויס אז די פרוי איז ריינגעוואשן און קען ווערן פריי געלאזט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Wow קוק ווער ס'איז דא!!

טענקס @הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א ריזיגן דאנק הבל פאר די זאפטיגע באריכט.

און א עקסטערע דאנק איבער די שטיקל פון די ריכטער נאמינאציעס האסט מיר צוגעגעבן א שיין שטיקל פארשטאנד וויאזוי ביידען האט דאס באוויזן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקיו הבל, כ'האב הנאה אז יוסטיץ איז סערווירט געווארן, מ'קען נישט באשולדיגן באזירט אויף געפילן און ווארשיינליכקייטן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אין איינוועגס כאפ איך יעצט אז דאס איז די זעלבע קעיס פון וואס עפעס אנדערש האט גערעדט
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ש'כח הבל א הערליכע באריכט איך האב הנאה ווען די צינעמסט א זאך אויף קליין געלט און ביזט עס מסביר מיט זאפט

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א דאנק הבל! א הערליך שטיקל קאקאש, קלאר ווי הבל (נישטא קיין אנדערע זאך אזוי קלאר צו קענען נוצן אלץ דמיון...)!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”