א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פזמון: א דאנק הבל!

יישר!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג ויגש

פרעזידענט ביידען וועט מיטוואך אפרייזן קיין קענזאס סיטי, מיזורי, אין א פראוו צו ערקלערן פאר ארטיגע איינוואוינער וויאזוי זיי וועלן געניסן פון די אינפראסטרוקשור פעקל באשטעטיגט פריער אין יאר.
דאס וועט זיין די ערשטע אזא רייזע וואס דער פרעזידענט נעמט אונטער אין א שטאַט וואס האט געשטימט פאר זיין קעגנער אין די פארלאפענע וואלן.

* * * * *
ווייסע הויז היינט געמאלדן אז אמעריקאנע דיפלאמאטן וועלן נישט אנטייל נעמען ביי די אלימפישע שפילן וואס וועלן פארקומען נעקסטע יאר אין טשיינע
אנגעבליך איז דאס צוליב די מערערע מענטשן רעכט פארלעצונגען דורך די ארטיגע רעזשים.

* * * *
פרעזידענט פארארדענט פענער ביי פעדעראלע געביידעס זאלן גענידערט ווערן אויף האלב אין עהרע פון דער געוועזענע סענאטאר, און רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט, באב דאול.

* * * *
סעקראטערי אוו סטעיט בלינקען פארדאמט גאר שארף די אומ'יושר'דיגע טורמע טערמין ארויפגעשטעלט אויף די געוועזענע מאינאמאר פירערין נאך וואס זי איז געווארן פאראורטיילט צו פיר יאר טורמע אין א מיליטערישע געריכט.

* * * *
פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט היינט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די נייע קאנגרעסיאנאלע מאפע באשטעטיגט דורך טעקסאס געזעצגעבער. די דעפארטמענט באשולדיגט אז די דיסטריקטס אין די נייע מאפע זענען געפארעמט געווארן מיטן ציל פון פארוואסערן די וואל כח פון מינאריטעט וויילער אין די סטעיט.

* * * *
סענאטאר מיט ראמני (ר) באצייכענט די אדמיניסטראציעס באשלוס נישט צו שיקן קיינע פארשטייער צו די אלימפישע שפילן אלס די 'ריכטיגע שריט'.

* * * *
קאנגרעסמאן דעווין ניונעס (ר) וועט רעטייערן ענדע מאנאט פון קאנגרעס.

* * * *
העכסטראנגיגע גענעראל אינערהאלב די פעדעראלע 'נעשאנעל גארד ביורא', גענעראל דאן האקאנסאן, דיאגנאזירט געווארן מיט די וויירוס און געפינט זיך אונטער איזאלירטע אומשטענדן.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ באצייכענט די רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט איז די זשארזשיע גאווערנאר רעיס אלס 'אינטערסאנט' – דאס קומט נאך וואס דער ארטיגע געוועזענע סענאטאר דעיוויד פערדו האט געמאלדן א פארמעסט קעגן דער אמטירענדע גאווערנאר ברייען קעמפ.

* * * *
געריכט אין נארט קאראליינע פארארדענט די ארטיגע באורד אוו עלעקשאנס נישט אנצונעמען קיין אפיציעלע דאקומענטן פון די וואס ווילן לויפן פאר קאנגרעס אדער סטעיט לעגיסלאטיווע זיצן. דאס קומט נאך וואס עס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע קעגן די ניי איבערגעמאכטע לעגיסלאטיווע דיסטריקטס אין די סטעיט.

* * * *
ווערמאנט ליוטענענט גאווערנאר פרוי גרעי (ד) געמאלדן אז זי לויפט פאר די סטעיט'ס קאנגרעס זיץ נאך וואס דער אמטירענדע קאנגרעסמאן, פיטער וועלטש, האט פריער געזאגט אז ער לויפט פאר די סענאט.
דערווייל לויפט זי אין די פארמעסט אומאפאזירט.

* * * *
קורטיס סליווא -וועלכע האט נארוואס פארלוירן די ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט- האט געגרינדעט א נייע פאליטישע סופער פעק מיטן נאמען 'סעיוו דע סענאט' מיטן ציל ארונטעצוזעצן סענאט מאיאריטעט פירער שומער ווען ער לויפט פאר ווידערערוויילונג קומענדיגע יאר.

* * * *
אוטאריטעטן אין מערילענד פארשן אויב סיי וועלכע האקעלע אינפארמאציע איז גערויבט געווארן דורכאויס א סייבער אטאקע אויף די סטעיט'ס 'דעפארטמענט אוו העלטה'.

* * * *
אין אנדערע נייעס פון מערילענד, ווערט באריכטעט איבער א פארשוין וואס האט געפונען שלענג אין זיין בעיסמענט, און ביים פרובירן פטור ווערן פון זיי דורכן נוצן קוילן האט ער פאראורזאכט א פייער וואס האט אפגעברענט די גאנצע געביידע.
די שאדן ווערט געשאצט ביי העכער א מיליאן דאללער – באאמטע געבן איבער אז נאך די חורבן הבית האבן זיי בלויז געטראפן איין איבערלעבער שלאנג.

* * * *
א נאנפראפיט גרופע מיטן נאען 'פארטיידיגן די רעפובליק' -אנגעפירט דורך סידני פאועל- האט אויפגעטריבן באלד 15 מילאן דאללער פון דעצעמבער פאריאר ביז ענדע יולי דאס יאר.

* * * *
אין ליכט פון די באשולדיגונג אז דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ איז שוין געווארן דיאגנאזירט מיט די וויירוס נאך איידער די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע, צייגט א פרישע אנאליז אז -אויב די באריכטן זענען ריכטיג- איז דער פרעזידענט געקומען קאנטאקט מיט אזויפיל ווי 500 מענטשן שוין נאכן ווערן דיאגנאיזרט.

* * * *
אוקלעהאומע אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע אין א פארזוך צו בלאקירן די פעדעראלע מאנדאט פאר אלע מיליטערלייט צו זיין וואקסינירט. דאס קומט נאך וואס דער ארטיגע גאווערנאר האט געמאלדן אז ער וועט נישט אינפארסירן די מאנדאט ארויסגעשטעלט דורכ'ן פענטאגאן.

* * * *
פעדעראל 'סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישען' אונטערגענומען א אויספארשונג קעגן די 'דיזשיטעל ווארלד עקוויזישאן' פירמע -דאס איז די פירמע וואס וועט ווערן אויסגעקויפט דורך טראמפ'ס נייע סאשעל מידיע קאמפעני- איבער מעגליכע פארלעצונגען אין בעפארגרייטונג צו די מעלדונג אז טראמפ וועט איבערנעמען די פירמע.

* * * *
אין דעצעמבער 2018 האט די פעדעראלע רעגירונג געמאלדן א פארבאט אויף 'באמפ סטאקס' -וואס פארוואנדעלט א סעמי-אוטאמאטיש ביקס אין א פולקאם אוטאמאטישע געווער- דאס איז געקומען אין רעאקציע צו די לאס וועגאס מאסן שיסעריי, וואס האט אומגעברענגט 58 און פארוואונדעט העכער 400, וואו דער מערדער האט זיך באנוצט מיט אזא כלי.
פאריגע וואך איז ארויסגעקומען די אורטייל פונעם זעקסטן קרייז אפעלאט געריכט וואס לאזט די פארבאט אין קראפט, נאך וואס די געריכט איז געבליבן צוטייטל 8-8 איבער די פראגע צו די פארבאט איז אויסגעהאלטן לעגאל.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אה שכח אלעקסיי
פיינע קלארע באריכטן
גוט געשריבן אין א גוטע אויסשטעל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נארמאליזעם האט געשריבן:אה שכח אלעקסיי
פיינע קלארע באריכטן
גוט געשריבן אין א גוטע אויסשטעל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נארמאליזעם האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

א דאנק אייך!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דינסטאג ויגש

פרעזידענט ביידען האט היינט אפגעהאלטן א זיצונג מיט דער רוסישע פרעזידענט פוטין וואו ער האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אמעריקא'ס זארג איבער די אנגעשטרענגטע צושטאנד ביי די רוסישע-אוקריינא גרעניץ.
דער פרעזידענט האט געווארענט רוסלאנד אז אין פאל פון א מיליטערישע קאנפראנטאציע וועלן 'גאר שארפע עקאנאמישע און אנדערע מיטלען' דינען אלס ענטפער.

* * * *
דאנערשטאג ווערט דער פרעזידענט אפהאלטן א ענליכע זיצונג מיט דער אוקריינא פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי.

* * * *
סענאטאר טעסטער (ד) געמאלדן זיין שטיצע פאר א געזעץ פארשלאג וואס וועט בלאקירן א פעדעראלע וואקסין מאנדאט אויף ארבעטער ביי פריוואטע ביזנעסער – טעסטער דערמיט געווארן דער צווייטע דעמאקראט צו ארויסקומען אין שטיצע דערפון נאך וואס זשאו מענשין האט שוין פאריגע וואך געזאגט אז ער שטיצט די געדאנק.

* * * *
ווייסע הויז געמאלדן אז אין פאל אזא פארבאט זאל ווערן באשטעטיגט דורך ביידע קאנגרעס הייזער -א זאך וואס איז נישט ערווארטערט- איז דער פרעזידענט גרייט צו וועטאירן די רעזאלוציע.

* * * *
מייקעל באלטאן -אינספעקטאר זשענעראל פון די יו.עס. קעפיטאל פאליציי- באשולדיגט היינט, אין א אויפטריט פארנט פון די סענאט 'רולס ענד עדמיניסטרעישאן קאמיטע', אז די פאליציי אגענטור האט נאכנישט איינגעשטעלט אלע נויטיגע פארריכטונגען וואס זענען געווארן רעקאמענדירט אין ליכט פון די יאנואר אומרוען.

* * * *
זינט די יאנואר אומרוען האבן שוין העכער 200 קעפיטאל פאליציי אפיצירן פארלאזט די אגענטור.

* * * *
מארק מעדאוס -דער געוועזענע שטאב הויפט צו פרעזידענט טראמפ- האט אינפארמירט די קאנרעס סעלעקט קאמיטע וואס פארשט די יאנואר אומרוען אז ער וועט נישט קאאפערירן מיט די קאמיטע, דאס קומט נאך וואס פאריגע וואך האבן קאמיטע פירער באשטעטיגט אז ער ארבעט מיט מיט זיי. ווי זיינע אדוואקאטן ערקלערן, איז די באשלוס געקומען נאכ'ן איינזעהן אז די קאמיטע פלאנירט נישט צו אנערקענען די עקזעקיוטיוו פריווילעזש פון וואס מעדאוס וויל געניסן.
א קאנגרעסיאנאלע אויפטריט איז געווען ערווארטערט אויף מיטוואך.

* * * *
קאמיטע פירער פארשפרעכן אז אויב זאל מעדאוס נישט ערשיינען מיטוואך צו זיין פארהער וועט ער אויסשטין קרימינאלע קאנטעמפט אוו קאנגרעס קלאגעס.

* ** *
אין אנדערע קאנטעמפט אוו קאנגרעס נייעס, האט א ריכטער באשטימט יולי 18 אלס די אנהויב דאטום פאר די פראצעס קעגן סטיוו בענאן, געוועזענע ראטגעבער פאר פרעזידענט טראמפ וואס האט זיך אנטזאגט צו קאאפערירן מיט די קאמיטע.
פראסעקיוטער אין די קעיס זאגן אז זיי ברויכן נישט מער ווי איין טאג צו פרעזענטירן זייער שטעלונג.

* * * *
האוואי גאווערנאר דעיוויד אייג (ד) האט ערקלערט א אויסנאמס צושטאנד -סטעיט אוו עמערזשענסי- פאר די גאנצע סטעיט אין ליכט פון די מאסיווע רעגענס וואס זענען באפאלן די סטעיט אין די לעצטערע טעג.

* * * *
ווירזשיניע גאווערנאר ערוועלט גלען יאנגקין (ר) האט זיך היינט געטראפן פאר א מיטאג מיט רעפובליקאנע סענאטארן.

* * * *
ניו יארק סיטי קאונסיל איז ערווארטערט שפעטער אין וואך צו באשטעטיגן א געזעץ וואס וועט ערלויבן סיטי איינוואוינער צו שטימען אין לאקאלע וואלן, אויך אויב זיי געניסן נישט פון קיין אמעריקאנע בירגערשאפט.
די געזעץ וועט זיין גילטיג בלויז פאר לאקאלע סיטי פארמעסטן, און וועט אפעקטירן ארום 800,000 סיטי איינוואוינער.

* * * *
באלטימאר מעיאר ברענדאן סקאט (ד) געמאלדן א איינמאליגע באצאלונג פון טויזענט דאללער פאר אלע שטאטישע איינגעשטעלטע וואס זענען פולקאם וואקסינירט ביז יאנואר 14.

* * * *
אין זיין נייע בוך פארציילט מארק מעדאוס אז דורכאויס די קאנפירמעישאן פארהערן אין די סענאט פאר ריכטער ברעט קעווענאו האט טראמפ ערנסט געקלערט פון צוריקציען די נאמינאציע. דאס איז געקומען נאך וואס קעווענאו האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער גלייכט ביר... און אין טראמפ'ס מיינונד האט דאס אויסגעזעהן ווי קעווענאו פארענטפערט זיך און איז נישט גענוג שטארק ביי זיך...

* * * *
אמעריקאען עירליינס האט געמאלדן אז איר סי.אי.או. -דאוג פארקער- וועט אפטרעטן פון אמט אום מארש 31 למס', און וועט ווערן ערזעצט דורך ראבערט איסאם וואס דינט יעצט אלס פרעזידענט ביי די פירמע.
פארקער דינט שוין אלס סי.אי.או. זינט יארע 2001 ווען ער איז אריין אין אמט בלויז עטוואס מער ווי א וואך איידער די סעפטעמבער 11 טעראר אטאקעס.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

א דאנק @אלעקסיי
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

איך קען נישט זאגן יעדן טאג אבער איך בין יעדן טאג דאנקבאר פאר די נייעס
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גוד דזשאב מר. אלעקסי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מיטוואך ויגש

פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז אריבערשיקן אמעריקאנע טרופן קיין אוקריינא איז דערווייל נישט א פלאן וואס ווערט באטראכט. ווי דער פרעזידענט ערקלערט, איז אמעריקא פארפליכטעט מיט מיליטערישע שטיצע בלויז פאר נאטא אליאירטע, אין וואס אוקריינא איז, דערווייל, נישט אנגעשלאסן.

* * * *
פרעזידענט ביידען זאגט אז וועט נאמינירן פרוי וויטמאן אלס אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין קעניא.
ווימטאן איז א געוועזענע סי.אי.או. סיי עיטש.פי. און געווען היבש אקטיוו אין רעפובליקאנע פאליטישע רייען איידער 2016.

* * * *
וויצע פרעזידענט העריס היינט אפגעגעבן איר 15'טע טיי ברעכענדע שטימע אין די סענאט, שאפענדיג דערמיט א פרישע רעקארד.
מייק פענס, דורכאויס זיינע פיר יאר אין אמט, האט בלויז 13 מאל געשטימט צו ברעכן א טיי, און דאס איז שוין אין זיינע צייט געווען א רעקארד.

* * * *
אדוואקאטן פאר ראזשער סטאון האבן אינפארמירט די יאנואר 6 סעלעקט קאמיטע אז זייער קליענט וועט אויסנוצן זיין פיפטע אמענדמענט רעכט צו נישט ערשיינען פארנט פון די קאמיטע.
צווישן אנדערע ווייזן זיי אן אויף א 2017 אויפטריט פון סטאון פארנט פון די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע, וואס יענע אויפטריט האט געזאלט זיין א קלאסיפיצירטע, און דעטאלן דערפון זענען ארויסגערינען צו די פרעסע.

* * * *
ציפערן ארויסגעגעבן דורך די לעיבאר דעפארטמענט צייגן אז אמעריקא האט פארלאפענע אקטאובער געהאט ארום 11 מיליאן ליידיגע ארבעטס פאזיציעס, מיט ארום 3 מיליאן מער ווי די צאל מענטשן וואס זוכן א פאסטן.

* * * *
הויפט קאמאנדיר פון די נעיווי ספעציעלע קרעפטן 'סיעל טיעם 8' -קאמאנדיר ברייען בורזשאוי- איז געשטארבן נאכן ווערן פארוואונדעט םאריגע ווואך פון א עקסידענט דורכאויס א רוטינע טרענירונגס מיסיע.
די נעיווי האלט נאך אינמיטן פארשן די פונקטליכע אומשטענדן ארום די עקסידענט.

* * * *
זשארזשיע רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאט, און געוועזענע סענאטאר, דעוויד פערדו זאגט היינט אז אוטיב וואלט ער געווען גאווערנאר וואלט ער נישט באשטעטיגט די וואל אויסגאנג פון זיין סטעיט פארלאפענע יאר.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום 46% אמעריקאנע זענען ביי די מיינונג אז די עקאנאמיע וועט זיך פארערגערן אין די קומענדיגע יאר, אין די צייט וואס ארום 30% האלטן אז די עקאנאמישע לאגע אין לאנד וועט זיך פארבעסערן.

* * * *
די אמעריקאנע ספעיס אגענטור נאס"א האט פריער אין וואך איינגעשוואוירן א פרישע קלאס וואס וועלן זיך טרענירן צו ווערן אסטראנאטן.
די קלאס נעמט אריין בלויז צען געקליבענע סטודענטן פון העכער 12,000 אפליקאציעס אריינגעקומען. די קלאס וועט קומענדיגע יאר אנהויבן די טרענירונגען וואס דויערט צוויי יאר.

* * * *
געוועזענע עף.די.עי. קאמישאנער סטיוו האהן זאגט אז זיין שאצונג איז אז די וויירוס בוסטער שאטס וועט מען דארפן נעמען בלויז איינמאל יעדעס יאר. ער זאגט אז דאס איז באזירט אויף וויפיל ער זעהט פון די יעצטיגע אמיקראן וויירוס פארשפרייטונג.

* * * *
מעין גאווערנאר זשענעט מילס (ד) האט אקטיוויזירט די נעשאנעל גארד ארויסצוהעלפן שפיטעלער אין די סטעיט אין די צייט וואס די סטעיט מוטשעט זיך מיט א מאנגל אין שפיטאל בעטן.

* * * *
מישיגען גאווערנאר פרוי וויטמער (ד) האט מאנטאג געזאגט פאר ביזנעס פירער אז זי פארשטייט זייערע זארגן אנבאלאנגט דעם פרעזידענט'ס מאסק מאנדאט פאר גרעסערע ארבעטסגעבער, און אז 'דאס איז א פראבלעם פאר אונז אלע'.

* * * *
באאמטע ביי די מערילענד סטעיט סקול באורד האבן געשטימט צו ערלויבן לאקאלע סקול דיסטירקטס אין די סטעיט צו ענדיגן מאסקע פארלאנגען אין געגענטער וואו די וואקסינירונג ראטע איז העכער 80%.
די נייע רעגולאציע דארף נאך ווערן באשטעטיגט דורך ארטיגע געזעצגעבער, און אויף דערווייל איז נישטא קיין לאקאלע סקול דיסטריקט וואס קומט נאך די פארלאנג.

* * * *
קאליפארניע אטוירני זשענעראל ראב באנטא האט אונטערגענומען א אויספאטרשונג קעגן די לאקאלע 'טארענס פאליציי דעפארטמענט' נאך וואס עס זענען אפירגעקומען פארשידענע ראסיסטישע מעסעזשעס וואס אפיצירן האבן אויסגעטוישט.
צווישן די מעסעזשעס איז איינס וואו זיי רעדן איבער פארגאזן אידן ח"ו, אויך רעדן זיי איבער אטאקירן פארשידענע משוגעים.
די לאקאלע קאונטי די.עי האט אויך געעפענט אן אויספארשונג דערוועגן.
אויף דערווייל האבן פראסעקיוטאר שוין ארויסגעווארפן 85 קעיסעס אין וועלכע די באטרעפענדע אפיצירן זענען געווען פארמישט, אזוי אויך קוקן פראסעקיוטאר יעצט -פון פריש- אריין אין די מעגליכקייט אז עטליכע אפיצירן האבן אין 2018 אומגעברענגט א שווארצע מאן צוליב זיין קאליר.

* * * *
א מאן אין מעסעטשוסעטס איז נעכטן געווארן ארויסגעלאזט פון טורמע נאכן דארט אפשימלען פאר 27 יאר.
זשעימס לוסיען איז אין יאר 1995 געווארן באשולדיגט אין די מארד פון א 23 יעריגער, און באקומען צוגעטייל לעבנסלענגליכע טורמע. זיינע אדוואקאטן וויזן אבער אן אז דורכאויס זיין ארגינעלע פראצעס האבן פאליציי באהאלטן פון די זשורי פארשידענע באווייזן וואס וואלט געקענט צייגן זיין אומשולד.

* * * *
א פארפאלק אין קאליפארניע האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן אן עפרעיזאר וואס האט זייער היים פאר א נישטיגע 995,000 דאללער...
די פארפאלק זענען פון אפריקאנע-אמעריקאנע אפשטאם... און ווי זיי באשולדיגן... האט א צווייטע עפרעיזאר געשאצט זייער היים פאר 1.4 מיליאן דאללער אין די צייט וואס זייערס א נאנטע... א ווייסע... איז געזיצן אין דער היים און זיך אהערגעשטעלט אלס דער אייגענטומער...
די פארפאלק באשולדיט די יעצטיגע אפשאצער צו האבן אונטעארגעשאצט די ווערד פון זייער היים באזירט בלויז אויף זייער הויט קאליר.

* * * *
קאר פירמע 'טאיאטע' געמאלדן אז א געפלאנטע מענופעקטשערינג פעסיליטי, וואו די פירמע וועט פראדוצירן בעטעריס פאר עלעקטריק קארס, וועט געעפענט ווערן אין נארט קאראליינע.
די פעסיליטי איז ערווארטערט צו קאסטן אין די געגענט פון 1.3 ביליאן און וועט שאפן 1,700 פרישע ארבעטס פאזיציעס. די פלענט איז בלויז טייל פון א גרעסערע פלאן וואס די פירמע וויל אינוועסטירן העכער 3 ביליאן דאללער אין אמעריקא ביז די ענדע פון די יאר צענדליג.

* * * *
א פרישע שטודיע צייגט אז דרייווער אין שיקאגאו פארשווענדן מער ציט אין טרעפיק ווי דרייווער אין סיי וועלכע אנדערע אמעריקאנע שטאט.
דער אלגעמיינע אמעריקאנער דרייווער פארשווענדעט אין דורכשניט ארום 36 שטונדן א יאר זיצענדיג אין טרעפיק, אבער ווען עס קומט צו שיקאגאו איז די ציפער ביי א שטוינענדע 104 שטונדן -אדער ווי די שטודיע ווייזט אן, טראגט עס א פרייז פון עטוואס מער פון 1,600 דאללער א יאר פאר יעדער דרייווער.
ניו יארק סיטי קומט אריין א נאנטע נומער צוויי מיט א דורכשניט ראטע פון 102 שטונדן א יאר פארשווענדעט, אדער א קאסט פון 1,595 דאללער פער דרייווער.
נאך א אינטערסאנטע פונקט אין די שטודיע, איס די פארנומענסטע טרעפיק קארידארן איבערן לאנד... די איי-5 הייוועי אין לאס אנזשעלעס קומט טאקע אריין אלס דער געווינער... אבער דער משנה למלך אין אנגעלייגטע שאסייען איז... ווי איר קענט אליינס עדות זאגן... ניו יארק סיטי... וועט איר אוודאי וועלן וויסן וואו אין די סיטי... זאג איך אייך... די בי.קיו.אי. הייוועי... צווישן די לאנג איילענד עקספרעסוועי ביז טילערי סטריט...

* * * *
הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

היינט זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס פארנט פון די ריכטער.

וועלן מיר איבערלאזן די לענגערע באריכט/אנאליז דערויף פאר ידידינו הר"ר @הבל...
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

א דאנק אלעקסיי קומסט אריין קלאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גדל האט געשריבן:

יישר!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

א זאפטיגן יישר כח לעקסי!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טענק יו אלעקסיי. ווערי וועל דאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:

א דאנק פאר אלע דאנקער!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יעצט געליינט (טראץ ס'איז פון נעכטן). באמת הנאה געהאט. א דאנק
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

שכוח אלעקסיי.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דאנערשטאג ויגש

ערשטמאליג ארבעטסלאזע בענעפיטן פארלאנגען זענען פאריגע וואך אריינגעקומען ביי 184,000 – א רעקארד נידעריגע ציפער וואס מ'האט שויניש געזען זינט 1969 למס'.

* * * *
פארטיידיגונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין האט זיך היינט געטראפן פאר א זיצונג מיט זיין מדנ"י קאלעגע בענזשאמין גאנטץ, ווי אוסטין האט ווידערמאל פארשפראכן אז אמעריקא וועט נישט צולאזן איראן זאל גרייכן נוקלעארע געווער.

* * * *
דער פארשטארבענע געוועזענע סענאטאר באב דאול (ר) איז היינט אנגעקומען צום קעפיטאל געביידע וואו ער וועט פארבלייבן, אלס צייכן פון עהרע, ביז מארגן צופריה.
פרעזידענט ביידען איז אנוועזענד געווען און איבערגעגעבן זיינע ווארימהארציגע געזענונגס ווערטער פאר א געוועזענע קאלעגע סענאטאר.

* * * *
די סענאט יורידישע קאמיטע האט געשטימט פאראויסצוגיין מיט א ביל וואס וועט עלימינירן די קאסטן פאר באנוצער פון די PACER געריכט רעקארדס סיסטעם - די געזעץ גייט יעצט צום פולן סענאט.
א ענליכע פארשלאג אין די קאנגרעס איז נאך נישט באטראכט געווארן דורך די האוז יורידישע קאמיטע.

* * * *
קאנגרעסמאן ברעט גוטערי (ר) פון קענטאקי געמאלדן אז ער האט גע'טעסט פאזיטיוו צום וויירוס.

* * * *
קאנגרעס וועט קומענדיגע וואך שטימען אויף א געזעץ פארשלאג וואס וועט שאפן א ספעציעלע איסלאמאפאוביע מאניטאר אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט.
די געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן דורך קאנגרעספרוי אומאר (ד), און די יעצטיגע אפשטימונג קומט אין רעאקציע צו קאמענטארן דורך קאנגרעספרוי באבערט (ר) וועלכע האט אנגעדייטעט אז אומאר איז מעגליך א טעראריסט.

* * * *
אויך וועט קאנגרעס קומענדיגע וואך, דינסטאג, שטימען איבער האלטן מארק מעדאוס אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס נאכן זיך אנטזאגן צו קאאפערירן מיט די יאנואר סעלעקט קאמיטע.

* * * *
באריכטן גיבן אז אז אלי אלעקסאנדער -ארגאנאזירער פון די 'שטעלט אפ די רויבעריי' ראלי- קאאפערירט מיט אויספארשער פון די יאנואר סעלעקט קאמיטע.

* * * *
די אמעריקאנע נעיווי האט געמאלדן אז א צווייטע וואסער קוואל ביי א באזע אין האוואי איז געפונען געווארן צו זיין פארפעסטעט מיט פעטראליום. פאמיליעס פון די ארטיגע מיליטערלייט זענען געווארן סטאנציאנירט אין לאקאלע האטעלן.
דאס קומט נאך וואס פאריגע וואך האט די נעיווי געמאלדן אז דער ערשטע קוואל איז פארפעסטעט. די נעיווי פירט דורך אויספארשונגען צו דערגיין די גענויע אורזאך פון די פארפעסטיגונג.

* * * *
סי.די.סי. דירעקאר פרוי וואלענסקי האט היינט באשטעטיגט דאס געבן די בוסטער שאט פאר יוגענטליכע אין עלטער פון 16 און 17 יאר.
די באשטעטיגונג פונעם סי.די.סי. איז געקומען בלויז עטליכע שעה נאך א ענליכע באשטעטיגונג דורך די עף.די.עי.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט שטייט פאראויס פון זיין הויפט דעמאקראטישע קעגנער בעטא אורורק, מיט א אויבערהאנט פון 15%.

* * * *
פאליציי אין שיקאגאו קלערן פון מעגליך אפשפארן די דאונטאון געגענט דורכאויס די וויקענד, אין א פארזוך צו פארמיידן די ווילדערייען פון פאריגע וואך פון זיך איבערשפילן – פאריגע וואך זענען פארגעקומען מערערע געשלעגן מיט עטליכע פארוואונדעטע, און 21 יוגענטליכע זענען געווארן ארעסטירט.

* * * *
די שטאטראט אין דאלאס, טעקסאס, איז איינגעגאנגען צו צאלן א מיליאן דאללער צו שליכטן א לאוסוט איבער די טויט פון כוואן סעגאוויע, וואס ווי די פאמיליע באשולדיגט איז ער געשטארבן אונטער פאליציי ארעסט נאך וואס ערשטע הילף לייט האבן איהם נישט געגעבן די נויטיגע הילף.

* * * *
א מאן אין פלארידא איז געווארן פארהאלטן אויף קלאגעס אז ער האט פאריאר געלאזט פאלן ווילדע סטראשונגען קעגן קאנגרעס ספיקער פעלאוסי און קאנגרעספרוי אקאסיאו-קארטעז.

* * * *
טעכננעלאגיע ריז 'גוגל' זאגט אז זי וועט פארטיילן א איינמאליגע באונוס פון 1,600 דאללער פאר אלע איינגעשטעלטע אין די צייט וואס די פירמע האט אפגעלייגט פלענער צוריקצוברענגען ארבעטער צו די אפיס.

* * * *
אין אנדערע 'גוגל' נייעס, האט די פירמע אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע אמעריקאנע געריכט קעגן א גרופע רוסישע העקער'ס וועם די פירמע באשולדיגט אין אנפירן א סאפיסטיקירטע אפעראציע וואס האט שוין אפעקטירט העכער א מיליאן דעווייסעס.

* * * *
א ריכטער אין זשארזשיע האט געאורטיילט צו לאזן פארויסגיין א קלאגע קעגן די ארטיגע שטרענגע וואל רעפארם געזעצן באשטעטיגט פריער אין יאר.

* * * *
די סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט אפצושטעלן די הינריכטונג פון א אוקלעהאומע מאן וועלכע האט אויסגעדרוקט זארגן איבער די מעטאדן גענוצט דורך די סטעיט צו הינריכטן צו-טויט פאראורטיילטע.

* * * *
די וואשינגטאן די.סי. פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטייל אז דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ קען נישט אפהאלטן דאס ארויסגעבן פרעזידענטליכע רעקארדס אין פארבינדונג מיט די יאנואר קעפיטאל איבערפאל.
די רעקארדס ווערן פארלאנגט פון די 'נאציאנאלע ארכיוון' -דורך די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע- אבער טראמפ האט געשטעלט א ווידערשטאנד וועלענדיג נוצן די עקזעקיוטיוו פריווילעזש אויסרייד. אצינד האט די אפעלאט געריכט געאורטיילט אז טראמפ קען נישט געניסן פון די פריווילעזש אין די צייט וואס דער אמטירענדע פרעזידענט האט אנטזאגט זיך צו באנוצן דערמיט.
די געריכט האט געגעבן 14 טאג צייט פאר טראמפ צו קענען אפעלירן צום העכסטן געריכט איידער די נאציאנאלע ארכיוון דארף נאכקומען די פארלאנג פון קאנגרעס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

;l;p- אלעקסי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א ריזן דאנק אלעקסיי
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א דאנק אייך
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”