א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יישר כח הבל!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ארחיקה נדד האט געשריבן:יישר כח הבל!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג וירא

זייער שיין א גרויסן דאנק!
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

ברעיקונג:
פליגער קראכט אין טעקסאס אלע 21 פאסזשירן לעבן איבער..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מוח שליט על הלב האט געשריבן:ברעיקונג:
פליגער קראכט אין טעקסאס אלע 21 פאסזשירן לעבן איבער..

פרטים?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

היכי תמצא האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:ברעיקונג:
פליגער קראכט אין טעקסאס אלע 21 פאסזשירן לעבן איבער..

פרטים?

האט פאסירט ווען די פליגער האט זיך געגרייט זיך צו הייבן
00187e74-800.jpg
00187e74-800.jpg (57.91 KiB) געזען 7349 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א דאנק @הבל און @אלעקסיי פאר ענקער טעגליכע בינטעל נייעס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ש'כח הבל, אלעקסיי און אלע נייעס ברענגער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך וירא





די סעלעקט קאמיטע האט נעכטן מיט 0-9 באשטעטיגט צו רעפוירן צו די יוסטיץ דעפארטמענט קרימינאלע קאנטעמפט אוו קאנגרעס קלאגעס אקעגן סטיוו בענאן און מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז די פולע קאנגרעס וועט שטימען דערוף מארגן דאנערשטאג
גלייכצייטיג זאגט קאמיטע פארזיצער אז מארק מעדאוס , דאן סקעווינאו און קאש פאטעל טוען נאך טיילווייז קאאפערירן


*

פרייטאג האט ביידען געזאגט אז די וועלכע פייפן זיך אויס אויף קאנגרעס סובפינעס זאלן אויסשטיין א פראצעס
אבער אטוירני דזשענעראל גארלענד'ס ווארטזאגער רעאגירט אז די דעפארטמענט וועט פאסן אירע אייגענע זעלבסטשטענדיגע באשלוסן און סיי וועלכע אויספארשונגען באזירט אויף די פאקטן און געזעץ


*

היינט נאך 2 אזייגער וועט די סענאט שטימען אויב מען זאל ענדיגן די פיליבאסטער אויף די איבערגעמאכטע וואל רעפארם ביל ווען אלע 50 דעמאקראטן וואלטן עס געשטיצט אבער דערווייל ווייסט מען נישט פון קיין רעפובליקאנע דעפעקציע


*

ווי נעכטן געמאלדן דורך די ליבעראלן האט פרעזידענט ביידען דורכאויס זייער זיצונג מיט אים אורמגערעדט איבער א ביל אין די גרויס פון 2.2-1.9 טריליאן, אצינד נאך די זיצונג מיט די מעסיגע פארציילט סענאטאר טעסטער אז אויך ביי די צווייטע סעודה האט ביידען זיך געהאלטן צו די זעלבע נומערן


*


לויט געוויסע אנדערע באריכטן הערט מען אבער אז די ציפער איז 1.9-1.75 טריליאן
אנדערע דעטאלן זענען נעכטן געווארן באריכטעט אינעם סענאט אשכול

ולהוסיף נופך הערט מען מער און מער באשטעטיגן אז די ריינע עלעקטעריציטעט פעימענט פראגראם וועכלע איז שארף באקעמפט געווארן דורך מענשין איז אראפ פון טיש און מען אנשטאט קאנצעטרירט מען זיך אויף א פארשטענדעניש אויף אנדערע געדאנקן וועלכע קענען פאראויסטופן מער ריינע ענערגיע

אויך פארציילן קוועלער אז די באצאהלטע פאמיליע אורלויב פראוויזיע גייט אראפ פון 12 צו פיר וואכן

באזונדער הערט מען אז די סאלט שטייער דידאקשען איז אויך אראפ פון טיש

האוזינג, עלדערי קעיר, מעדיקעיר אויסברייטערונג און אבאמאקעיר זענען נאך דערווייל אינעם פעקעדזש אבער רעדוצירט געווארן


*

איבער די ריינע עלעקטעריציטעט פעימענט פראגראם וועלכע איז אראפ פון טיש זאגט איצט דזשעיפאל אז די הויפט ציהל איז צו רעדוצירן קארבאן און אויב קען מען עס נישט גרייכן דורך די אויבנדערמאנטע וועג וועט מען דארפן טרעפן אנדערע מיטלען און אז זי וועט עס היינט דיסקוסירן פיט ספיקער פעלאסי


*

איבער די באריכטן פון א קלענער ציפער זאגט איצט דזשעיפאל ווייטער אז די נומער וואס זי האט געהערט איז 1.9-2.2 אבער עס איז קלאר אז סיי וועלכע ציפער איז נאכנישט ענדגילטיג און עס איז אנגעוואנדן אויף געוויסע פראגראמען וועלכע וועלן יא אדער נישט בלייבן און מען ווארט נאך צו הערן איבער פרעסקריפשאן דראג פרייזן


*


ווערנדיג געפרעגט אויב זי איז באזארגט פון די באריכטן אז די טשיילד קעיר שטייער קרעדיט פראוויזיע ווערט דארף געשניטן זאגט סענאטארשע קארטעז מעסטא אז איר הויפט ציהל איז צו פארזיכערן אז מען רעדוצירט העלט קעיר קאסטן, פארזיכערן פאמיליעס און זיך אפגעבן מיט די קינדער און אדרעסירן קלימאטן טויש


*

נאך די דעטאלן פון די ערשטע סעודה זענען געלופטערט געווארן דורך די ליבעראלן אנוועזנד האט טעסטער רעאגירט מיט אויפברויז: וואס די גיהנם! די פראגרעסיוון האבן נאוואס אויסגעגאסן זייער פולע חוצפה צו ענק


*

ווען סענאטארשע קעפיטא איז ערשינען אין סענאט האט זי געזעהן א גאנצע כאפטע רעפארטער מיט הונגעריגע אויגן
זי האט זיי געפרעגט, אויף וועמען ווארט איר. אויף מענשין?
ווי אין א כאר האבן אלע געענטפערט א הילכיגן : יא


*


געוועזענע אבאמא ווייסע הויז שטאב הויפט און שיקאגא מעיאר ראם עמאנועל גרייט זיך היינט צו ערשיינען פארנט פון די סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע צו א פארהער וואו מען וועט באהאנדלען און דערנאך שטימען איבער זיין נאמינאציע אלץ אמבאסאדאר קיין יאפאן

די נאמינאציע שטייט אויס ליבעראלע קריטיק נאך וואס ער ווערט באשולדיגט אין א שלאבערישע רעאקציע צו א פאליציי שיסעריי אויף אן אפריקאנער אמעריקאנער און אין אלגעמיין צוליב זיינע מעסיגע שטעלונגען אבער די ווייסע הויז האט זיך נעכטן פארטיידיגט אז זיי האבן אים אויסגעקליבן צוליב זיינע קוואליפיקאציעס און אז עס נעמט נישט אוועק פון פרעזידענט ביידען'ס אנטשלאסנקייט דורכצופירן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם

אלאבאמא סענאטאר העגערטי (ר) וועלכע האט געדינט אלץ טראמפ'ס אמבאסאדאר קיין יאפאן וועט פארשטעלן עמאנועל ביים פארהער טראץ וועלן נאמינירטע באקומען אזא אריבער פארטיי ליניע פארשטעלונג בלויז פון זייער היימסטעיט סענאטארן


*


די קאמיטע וועט אויך באהאנדלען די נאמינאציעס פון ניקאלעס בוירנס צו סערווירן אלץ אמבאסאדאר קיין כינע און יונתן קאפלאן קיין סינגאפור


*


די זעלבע קאמיטע האט נעכטן באשטעטיגט 33 נאמינאציעס אריינגערעכנט סינדי מקקעין צו די יו ען אגענטור פאר ען און אגריקולטור, און דזשעף פלעיק אלץ אמבאסאדאר קיין טערקיי

סענאטאר קרוז האט באשלאסן צו עפענען זיין בלאקאדא אויף די נאמינאציעס לויט ווי ער זאגט צוליב סענאטאריעל גענאדע נאך וואס די אויבנדערמאנטע נעמען זענען געווען זיינע קאלעגן אבער ער האלט ווייטער אן זיין קעגנערשאפט צו געוויסע אנדערע נאמינאציעס


*


מייק דאורענט איז געווען דער פילאט וועלכע איז געווארן אראפגעשאסן ביים פירן א בלעק האוק העליקאפטער העכער סאמאליע אין 1993 למספרם
ער איז נארוואס אריינגעשפרונגען אין די אנגעלייגטע רעפובליקאנע אלאבאמא סענאט פריימערי


*

אן עי בי סי אפיליאירטע סטאנציע האט פארהערט די צוויי ווירדזשיניע גאווערנאר קאנדידאטן באזונדער און ביידע האבן באקומען 20 מינוט

מעקאליף האט אבער אוועקשפאצירט נאך 10 מינוט זאגנדיג פארן פארהערער אז ער וואלט געדארפט שטעלן בעסערע פראגן

די טראנסקריפט פון די נייעס סטאנציע צייגט אז די פארהער איז געווארן איבערגעריסן נאך וואס א דעמאקראטישע מעמבער האט אריינגעשריגן אז זיי לויפן אויס פון צייט

דאן איז עס געווען ווען מעקאליף האט אוועקשפאצירט זאגנדיג: העי, איך האב דיר געגעבן מער צייט, דו וואלסט געברויכט שטעלן בעסערע פראגן איבער וועלכע די צוהערער קימערן זיך


*


הערשל וואלקער שטעלט קלאר אז די בעסטע פאר זיין קאמפיין איז נישט צוריקצוקוקן אויף 2020 למספר נאר אויפן צוקונפט

ער ערלקערט אז טראמפ האט אים טאקע אינדארסירט ווייל ער האט פארשטאנען אז ער איז די פאסיגע קאנדידאט פאר די דזשאב אבער ער פארשטייט אויך אז הערשל וואלקער פירט זיין אייגענע קאמפיין און עס איז נישט דאנאלד טראמפ וואס לויפט


*

א פעדעראלע געריכט האט ארויסגעווארפן די אילינאי לעגיסלאטיווע רעדיסטריקטינג פלאן און וועט באטראכטן אלטערנאטיוון


*

אין ליכט פון די סופליי קייט קריזיס קומט די ארבעט פון טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעזש אונטער א פארגרעסערונגס גלאז און ער איז געווארן געצימבלט איבער די אורלויב וועלכע ער האט גענומען פון זיין ארבעט צוריק אין אוגוסט למספרם זיך צו קענען אפגעבן מיט די צווילינג וועלכע ער האט אדאפטירט אן דאס שטעלן אן עקטינג סעקרעטאר אויף ביזדערווייל

בוטידזשעדזש האט אדאפטירט די ניי געבוירענע יוסף און פענעלאפ און האט גענומען א פיר וואכן אורלויב פון זיין ארבעט צו קענען זיך אפגעבן מיט די פיצלעך און טראץ וואס פעדעראלע ארבעטער זענען בארעכטיגט צו 12 טאג פאמיליע אורלויב האט די ווייסע הויז באשטעטיגט זיין פארלאנג פאר א לענגערע אורלויב

אבער בוטידזשעדזש זאגט אז ער וועט יזך נישט אנטשולדיגן פאר די קאנסערוואטיווע ראדיו טאלק שאו רעדנער פארן זיך אפגעבן מיט זיינע קינדער און זאגט אז זיינע דעפיוטיס זענען גוט טרענירט צו ערפילן זיינע פליכטן און אז אפילו זייענדיג אויף אורלויב איז האט ער גענומען וויכטיגע רופן און געפאסט קריטישע באשלוסן


*


דער געוועזענער קאנעטיקוט סענאטאר און אומסוקסעספולע וויצע פרעזידענט קאנדידאט יוסף ליבערמאן ערשיינט אין די טעג מיט א בוך אונטערן קעפל "די צענטריסטישע לעזונג"

צווישן אנדערן פארציילט ער דארט איבער די הילף וועלכע ער האט באקומען פון רעפובליקאנער ווען ער איז געלאפן אין 2006 למספרם פאר זיין לעצטע טערמין אין אפיס

ליבערמאן איז דאן אויסגעשטאנען א פריימערי דורך דעם מער ליבעראלן נעד לעמאנט וועלכע האט שטארק קאמפיינט אקעגן די איראק קריג וועלכע ליבערמאן האט געשטיצט

די אנטי קריג סענטימענטן זענען שוין דאן געווען שטארק פאפולער איבערהויפט אין אזא דעמאקראטישע סטעיט ווי קאנעטיקוט און ליבערמאן האט געוואוססט אז זיינע שאנסן זענען גאר שוואך

אין די טאג פון די פריימערי האט ליבערמאן ערהאלטן א טעלעפאן רוף פון דאן ווייסע הויז הויפט פאליטישע סטראטעגיסט קארל ראוו וועלכע האט קלארגעשטעלט אז ער רופט אין נאמען פון זיין אויבערהאר

ראוו האט געזאגט פאר ליבערמאן אז פרעזידענט בוש שעצט זיין שטיצע פאר די קריג און אויב ער פארלירט די היינטיגע פריימערי איז ער דא אים צו העלפן און פארזיכערן אז ער קומט צוריק ביי די אלגעמיינע וואלן

אין יענע צייט האט ליבערמאן אויך געהערט פון דאן צפון קאראליינע רעפובליקאנע סענאטארשע עליזאבעט דאול, וועלכע איז געווען די פארזיצערין פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע אז זי איז גרייט אים ארויסצוהעלפן אנהאלטן זיין בענקל און ווארפן דעם רעפובליקאנעם קאנדידאט איבערן דראנג (יענער וואלט סייווי נישט געהאט קיין ערנסטע שאנסן)

ליבערמאן האט טאקע פארלוירן די פריימערי אבער געמאלדן זיין קאנדידאטור אלץ אינדעפענדענט און נאך די רוף פון ראוו האט זיין קאמפיין אנגעהויבן באקומען ערנסטע פינאנציעלע שטיצע פון מערערע גרויסע רעפובליקאנע ביישטייערער און עווענטועל האט ער באקומען א שיינע פראצענט שטיצע צווישן רעפובליקאנער ,א דריטל דעמאקראטן און גאר שארק אנגעצויגן צווישן אינדעפענדענטס וועלכע האט אים געפירט צו א זיג


*


ריכטער איבערן לאנד פון ביידע פאליטישע שטרעמונגען דארפן זיך ספראווען מיט מערערע קעפיטאל איבעפאל אנגעקלאגע און צווי די הונדערטער ציילן זיך פארשידענע סארט טיפן און כאראקטערן וועלכע זענען מילד גערעדט אייגנארטיג און טשיקאוו

די ריכטער מוזן אפטמאל קאנטראלירן זייער טעמפער ביים זיך אומגיין מיט די אנגעקלאגטע וועלכע באשטימען זעלבסט זייערע אייגענע טערמינען ביים ערשיינען אין געריכט זאל
פילע פון זיי אנטאזגן זיך צו נוצן אדוואקאטן צוגעשטעלט פון די רעגירונג און פרובירן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן טראץ ווארענונגען פון ריכטער אז יעדע אומריכטיגע ווארט קען זיי אריינשטעלן אין מער פראבלעמען

איין לעצטע ביישפיל איז געווען ווען איינע פון די אנגעקלאגטע וועלכע האט באשלאסן זיך אללין צו רעפרעזענטירן האט פארלאנגט פון די געריכט אז די רעגירונג זאל אים באצאהלן עטליכע הונדערט טויזנט דאלער וואס עס רעכנט פאר די צייט וואס ער האט זיך צוגעגרייט און אראפגעקומען זיך צו פארטיידיגן אין געריכט

דער ריכטער האט עס אפגעווארפן


*


מערלע דענעפזי איז אן אינדיאנע נאוואדזשא שבט מיטגליד און איז אלט 39 יאר און קומט פון ניו מעקסיקא

ער איז ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע שבט אויטאריטעטן פארן שווער אנגרייפן עימיצן אין קאלאראדא און ער איז איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך מיט די אויטאריטעטן

נאכן די איבערפאל האט דענעפזי געווארנט יענעם אז אויב די עס ווערט באריכטעט צו די פאליציי שפילט זיך יענר מיטן לעבן אבער ווען ער האט באמערקט אז די פאליציי ערשיינט צו די סצענע איז ער ארויסגעשפרונגען פון א צווייטע שטאק פענסטער און זיך געלאפן אויסבאהאלטן אונטער א בוים וואו ער איז אפגעזיצן פאר דרייצן שטונדן און ווען ער איז געוארן אנדעקט האט ער ליגן געזאגט איבער די געשיכטע אבער עקספערטן האבו שפעטער באשטעטיגט די ווערסיע פונעם איבערגעפאלענעם

די שבט געריכט סיטעם אפערירט זעלבסטשטענדיג אבער אין איינקלאנג מיט די קאוד פון פעדעראלע רעגולאציעס און גייט אריבער איבערזיכט פון די אינטעריאר דעפארטמענט
נאכן סערווירן זיין באשטימטע צייט איז ער באפרייט געווארן פון טורמע

זעקס מאנאטן דערויף איז ער געווארן אנגעקלאגט אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אבער דענעפזי האט געבעטן אז מען זאל ארויסווארפן די קלאגעס זינט ער איז שוין געזיצן פאר די אקט וועלכע ער איז באגאנגען

די דיסטריקט קאורט האט עס אפגעווארפן און ריכטער ראבערט בלעקבוירן האט אים פאראורטיילט אויף דרייסיג יאר טורמע

דענעפזי האט עס אפעלירט צום צענטן קרייז געריכט מיט די ארגומענט אז זינט די שבט געריכט סיטעם אפערירט אין איינקלאנג מיט די קאוד פון פעדעראלע רעגולאציעס ווערט עס גערעכנט ווי א פעדעראלע אויטאריטעט און אים נאכאמאל אנצוקלאגן איז א פארלעצונג פון די פיפטע אמענדמענט וועלכע פארבאט פאר פעדעראלע אויטאריטעטן אנצוקלאגן מענטשן דאפלט פאר די זעלבע פארלעצונגען

אבער די סירקוט קאורט האט געשריבן אז במושכל ראשון ווערט נישט די שבט געריכט באטראכט ווי א צווייג פון די פעדעראל געפירטע סיסטעם און טראץ וואס טעכניש ווערט זי אדמיניסטראטירט דורך די פעדעראלע רעגירונג געניסן זיי פון א רייע זעלבסטשטענדיגקייטן וואס באדייט אז זייער אנקלאגעס ווערן נישט באטראכט ווי פעדעראלע אנקלאגעס און דענעפזי קען ווערן געקלאגט באזונדער אין פעדעראלן געריכט

אצינד האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א דאנק @הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א דאנק @הבל

יישר!
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

א דאנק @הבל
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נארוואס געליינט די נעכטיגע. יישר כח גדול!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זעהט אויס די סופליי טשעין קריזיס האט אפעקטירט די קאקאש בעקעריי
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעהט אויס די סופליי טשעין קריזיס האט אפעקטירט די קאקאש בעקעריי

:grin:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעהט אויס די סופליי טשעין קריזיס האט אפעקטירט די קאקאש בעקעריי

קוק ווער ס'רעדט דער גרויסער צולייגער

אהער מיט דיין קאקאש! אבער שוין! קאקאש אר לייף!
(--ווערטערלאז--)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בעסער אזוי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעהט אויס די סופליי טשעין קריזיס האט אפעקטירט די קאקאש בעקעריי

קוק ווער ס'רעדט דער גרויסער צולייגער

אהער מיט דיין קאקאש! אבער שוין! קאקאש אר לייף!

אדרבה, זאלן די קאלעגע בעקער אריינקומען און צושטעלן לחיים

איך בין געווארן אביסל פארנומען און פרובירט כאטש צו דעקן די אנדערע אשכולות אויף ווי ווייט מעגליך
דערווייל קוקט אויס אז פון דאנערשטאג וועט מען אויך דארט מוזן שניידן די צאהל תגובות און בלויז אריינקומען פון צייט צו צייט אין די קומענדיגע פאר טאג
האפנטליך וועט מען זיין פולשטענדיג צוריק שפעט קומענדיגע וואך בעז"ה

מיט אנטשולדיגונג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@אלעקסיי, @בעסי, @הכל/הבל, האלטס אן!

@הבל א דאנק פארן ארויסלייגן די סקעדשול
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@אלעקסיי, @בעסי, @הכל/הבל, האלטס אן!

@הבל א דאנק פארן ארויסלייגן די סקעדשול
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@אלעקסיי, @בעסי, @הכל/הבל, האלטס אן!

@הבל א דאנק פארן ארויסלייגן די סקעדשול


גא"מ
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@אלעקסיי, @בעסי, @הכל/הבל, האלטס אן!


טעות הדפוס

איך זע נישט ווי איך קום דא אריין צווישן די גרויסע נייעס ברענגער און הנאה פארשאפער
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעסער אזוי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@אלעקסיי, @בעסי, @הכל/הבל, האלטס אן!


טעות הדפוס

איך זע נישט ווי איך קום דא אריין צווישן די גרויסע נייעס ברענגער און הנאה פארשאפער

קיין שום טעות!

מיר באלעקן זיך
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך האב נאך נישט צוגעגעבן קיין כי הוא זה צו דעם אשכול

א דאנק פאר די קאמפלימענט.. אבער ס'איז נישט דא פארוואס..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעסער אזוי האט געשריבן:איך האב נאך נישט צוגעגעבן קיין כי הוא זה צו דעם אשכול

א דאנק פאר די קאמפלימענט.. אבער ס'איז נישט דא פארוואס..

די קאמפלימענט האט דיר אריין גענומען צוליב די כלליות'דיגע הנאה וואס דו שאפסט, און דערזעענדיג א תגובה פון דיר האט מען עס פשוט נישט געקענט אויסלאזן

ס'איז יא דא פארוואס
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

מזל טוב הבל! 17 אלפים איז נישט קיין קלייניגקייט, איז"ה בקרוב ביים אכצענער!
הכל הבל האט געשריבן:

דיינע באריכטן זענען זיך צום באלעקן!
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”