א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מיטוואך שופטים

ווייסע הויז ווארטזאגער פרוי סאקי זאגט אז דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך זיך פארבינדן אין די נאנטע טעג מיט די נייע ניו יארק סטעיט גאווערנאר פרוי האוקעל.

* * * *
בעלארוס האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן נישט אריינלאזן די נייע אמעריקאנע אמבאסאדאר אין לאנד, אויך וועט אמעריקא מעגן פארמאגן דארט נישט מער ווי פינף דיפלאמאטן.
דאס קומט אין רעאקציע צו סאנקציעס ארויפגעשטעלט פריער אין וואך דורך אמעריקא אויף די ארטיגע רעזשים.

* * * *
ווייסע הויז 'נעשאנעל עקאנאמיק קאונסיל' דירעקטאר ברייען דיעס פארלאנגט פון די עף.טי.סי. זאל אויספארשן מעגליכע אומלעגאלע אדער מאנאפאליסטישע טאקטיקן פון אויל פירמעס וואס פירן צו דעם אז קאנסומער זאלן צאלן העכערע פרייזן ביי די פאמפ.

* * * *
קענטאקי סענאטאר רענד פאול (ר) איז געווארן סוספענדירט פון יוטוב אויף א וואך צייט, נאכ'ן ארויסשטעלן א ווידעאו אז מאסקעס זענען נישט אפעקטיוו אין באשיצן קעגן די וויירוס.

* * * *
קאנגרעס היימלאנד זיכערהייט קאמיטע דרוקט אויס זארג איבער מעגליכע מיספארשטענדענישן וואס עס קען הערשן צווישן די פארשידענע רעגירונגס ביוראען פאראנטווארטליך פאר סייבער סעקיוריטי.

* * * *
געוועזענע מאסאטשוסעטס סענאטאר סקאט בראון (ר) האט היינט רעזיגנירט פון זיין ביז יעצטיגע אמט ביי א געזעץ פירמע, ווי ער זאגט פלאנט ער זיך אומצועקרן צו די פאליטישע וועלט.
באריכטן גיבן אן אז ער קען מעגליך לויפן פאר די גאווערנאר בענקל אין ניו העמפשיר אויב זאל גאווערנאר סונונו נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג, אדער מעגליך לויפן אין א פארמעסט קעגן סענאטאר האסאן.

* * * *
ציפערן פון די לעיבער ביורא צייגן אז די 'קאנסומער פרייז אינדעקס' איז פאריגע מאנאט געשטיגן מיט 0.5% פון א מאנאט פריער, און מיט 5.4% איבער די לעצטע צוועלף מאנאטן.

* * * *
קוועלער אינערהאלב די אמעריקאנע מיליטער פארציילן איבער זארגן אז די אפגאנע הויפטשטאט קאבול קען מעגליך פאלן צו די טאליבאן ביז דריי חדשים, און לויט טייל נאך פריער פון דעם.
דאס איז היבש פריער ווי די ביז יעצטיגע שפיאנאזש שאצונגען וואס האבן געלויטעט זעקס ביז צוועלף חדשים.

* * * *
דעמאקראטישע געזעצגעבער אינערהאלב די טעקסאס סטעיט סענאט פלאנירן צו אנפירן א פיליבאסטער פראוו צו בלאקירן די וואל רעפארם געזעץ פון אדורכגיין, דאס איז די זעלבע געזעץ וואס האט געצווינגען האוז מיטגלידער צו אנטלויפן פון די סטעיט.

* * * *
מינעסאוטע איז געווארן די לעצטע אין א רייע סטעיטס צו פארלאנגען פון סטעיט ארבעטער א וואקסין-אדער-טעסט מאנדאט.

* * * *
רעפובליקאנע געזעצגעבער אין טענעסי פארלאנגען פון די ארטיגע גאווערנאר, ביל לי, ער זאל פאררופן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע צו צוימען די אוטאריטעט פון לאקאלע געזונטהייט באאמטע, און פארבאטן מאסק מאנדאטן אינערהאלב שולעס.
דערווייל איז נישט קלאר אויב דער גאווערנאר וועט דאס נאכקומען.

* * * *
טעקסאס גאווערנאר עבאט פארלאנגט פון די געריכט זאל אנידערשטימען א מאסק מאנדאט ארויסגעגעבן דורך די דאלאס קאונטי באאמטע.

* * * *
34 סטעיטס שטייען יעצט אונטער א היץ עדווייזארי ווארענונג.

* * * *
העכער 400,000 קאסטומערס אין מישיגען געפונען זיך אן קיין עלעקטריק נאך מאסיווע שטורעמעס אין די ראיאן.

* * * *
קאליפארניע ספראוועט זיך אין די יעצטיגע טעג מיט איר גרעסטע וואלדפייער, די 'דיקסי פייער' וועלכע האט שוין פארברענט אזויפיל ווי 783 סקוועיר מייל.

* * * *
העקערס האבן היינט דורכגעפירט די גרעסטע קריפטאו קארענסי רויבעריי, רויבענדיג אזויפיל ווי 600 מיליאן דאללער ווערד פון די געלטער.
די גוטע נייעס איז אז שפעטער אין טאג האבן זיי אומגעקערט ארום 260 מיליאן דאללער דערפון.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אלעקסיי קיעפ אפ יאר גוד ווארק
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ייש’’כ @אלעקסיי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

א דאנק אלעקסיי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דינסטאג כי תצא

פרעזידענט ביידען האט היינט גערעדט טעלעפאניש מיט די בריטישע פרעמיער מיניסטער זשאנסאן איבער די סיטואציע אין אפגאניסטאן.

* * * *
די ווייסע הויז האט געמאלדן אז נעקסטע וואך וועט ווערן אפגעהאלטן א ווירטואלע זיצונג צווישן אלע פירער פון די זשי.-7 לענדער דערוועגן.

* * * *
אוגאנדא, א מזרח-אפריקאנע לענדל, האט געמאלדן אז זיי וועלן ארייננעמען 2,000 אפגאנע פליטים פאר א צייט אפשניט פון דריי מאנאטן, נאכקומענדיג א ביטע פון אמעריקא פאר מערערע לענדער זאלן זיי ארייננעמען.

* * * *
די ביידען אדמיניסטראצע האט איינגעפרוירן פארמעגנס פון די אפגאנע רעגירונג וואס ווערן געהאלטן אין אמעריקאנע בענק.
לויט א באריכט פון די 'אינטערנעשאנעל מאניטערי פאנד' (IMF) האט די אפגאנע רעגירונג פארמאגט אזויפיל ווי 9.4 ביליאן דאללער אין רעזערוון, מיט די גרעסערע מערהייט דערפון געהאלטן אין אויסלענדישע באנק קאנטעס, טראץ וואס א גענויע ציפער וויפיל דערפון אין אמעריקא איז נישט באקאנט.

* * * *
די אמעריקאנע מילטערישע 'לופט קראפט 'אפטיילונג האט באאויפטראגט איר 'ביורא פאר ספעציעלע אויספארשונגען' צו עפענען אן אויספארשונג איבער די שוידערליכע אינצידענט ווען אפגאנע זענען נעכטן געפלויגן אין די לופטן אראפ פארלענדיג פון מיליטערישע עראפלאנען ביים זיך הייבן פון די ארטיגע קאבול לופטפעעלד.

* * * *
א ווארטזאגער פאר קאנגרעס ספיקער פעלאוסי זאגט אז פלענער ווערן נאך אויסגעארבעט פאר א בריפינג פאר די םולע קאנגרעס איבער די סיטואציע אין אפגאניסטאן.

* * * *
קאנגרעסמאן גרעגארי מיקס (ד) -פארזיצער פון די 'האוז אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע'- פארלאנגט אז סא"ס בלינקען און פארטיידיגונג סעקרעטאר אוסטין זאלן קומען אויפטרעטן פאר זיין קאמיטע איבער די אדמיניסטראציעספלאן וויאזוי צו עוואקואירן אמעריקאנע פון אפגאניסטאן.

* * * *
ניו מעקסיקא האט ווידעראמאל איינגעשטעלט א מאסק מאנדאט פאר אלע פובליק איערליכע ערטער, ווי אויך א וואקסין מאנדאט פאר העלטקעיר ארבעטער.
צוויי-דריטל פון די סטעיט'ס באפעלקערונג איז שוין פולקאם וואקסינירט קעגן די וויירוס.

* * * *
אריזאנע גאווערנאר דאוג דאוסי (ר) האט אונטערגעשריבן א פארבאט אויף לאקאלע קאונטיס און סיטיס צו אינפארסירן סיי וועלכע וואקסין מאנדאט פאר שטאטישע ארבעטער, פארלעצן די ארדער ווערט באצייכענט אלס א 'קלעס 3 מיסדעמינער' און שטייט אויס די מעגליכקייט פון א מאנאט אין טורמע אדער א 500 דאללער געלט שטראף.

* * * *
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט (ר) האט היינט געטעסט פאזיטיוו צום וויירוס, און וועט זיך איזאלירן אין די גאווערנאר'ס מענשאן.
עבאט איז פולשטענדיג וואקסינירט, און צייגט דערווייל נישט קיינע סימפטאמען.

* * * *
פלארידא'ס 'באורד אוו עדיוקעישאן' האט געשטימט צו אויספארשן און באשטראפן צוויי קאונטיס וואס האבן ארויסגעשטעלט א מאסק מאנדאט פאר סטודענטן און שולע איינגעשטעלטע טראץ א פארבאט דערקעגן פונעם גאווערנאר.
די צוויי קאונטיס זענען 'ברוארד' און 'אלאשוע' קאונטיס.

* * * *
טשיינע האט היינט אפגעהאלטן מיליטערישע איבונגען אין די וואסערן נעבן טאיוואן אלס אפענטפער אויף 'אמעריקאנע אגרעסיע וואס טוט גאר שטארק אונטערהאקן די פרידן און סטאליביטעט אינעם ראיאן'.

* * * *
ספיריט עירליינס האט געמאלדן פאר אינוועסטירער אז די פירמע האט דערלייגט 50 מיליאן דאללער אין איינקונפט אין רעזולטאט פון מאסיווע פארשפעטיגונגען וואס די עירליין האט געהאט אין די לעצטערע וואכן.
אין די עטוואס מער פון א וואך, צווישן יולי 30 ביז אוגוסט 9, האט די פירמע געקענסעלד מער ווי 2,800 פלי רייזעס צוליב פארשידענע טעכנישע פראבלעמען.

* * * *
א לאוסוט איז געווארן אריינגעגעבן אין פעדערלאע געריכט אין א פארזוך צו אפשטעלן, אדער אמווייניגסטענס ענדערן, די קאליפארניע ריקאל וואס וועט פארקומען נעקסטע מאנאט.
ווי די קלעגער באשולדיגן, טוט די אויסשטעלט פון די בעלאט פארלעצן די 'איין מאן איין שטימע' פרינציפ, און צוליב דעם פארלאנגען זיי אז, אמווייניגסטענס, זאל דער יעצטיגע גאווערנאר אויך ווערן ארויפגעשטעלט צווישן די ליסטע קאנדידאטן ביי די צווייטע פראגע אויפן בעלאט.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.

ממש אזוי ביטער איז די מצב?
שכוח פאר די באריכט זייער קלאר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30697
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א דאנק אלעקסיי! קלאר און שארף ווי אייביג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ישר כח אלעקסיי פאר די שארף געשניטענע רעפטל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

!!!!!!!!!!!!!WOW

שוין צוויי וואכן וואס ס'איז נישט דא קיין פרישע נייעס......
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג נצבים






די קאנגרעס נאטורליכע רעסוירסעס קאמיטע וועט היינט באשטעטיגן זייער טייל פון די 3.5 טריליאן רעקאנסיליאציע רעזאלוציע
ספיקער פעלאסי וויל אז ביז אימיטן סעפטמעבער למספרם זאלן אלע קאמיטעען האבן באשטעטיגן זייערע טיילן אז די פולע הויז זאל זיך קענען פאראויסרוקן


*

סענאטאר קאטאן שיקט א בריוו צו פרעזידענט ביידען פארלאנגענדיג אינפארמאציע איבער וויפיל אמעריקאנער זענען נאך געשטראנדעט אין אפגאניסטאן
אין די בריוו זענען אנגעשלאסן נאך 25 רעפובליקאנע סענאטארן אנגעהויבן פון אזוי רעכט ווי קרוז ביז די מעסיגע קאלינס


*

איבער די רעקאנסיליאציע רעזאלוציע זאגט מעקאנעל אז עס זענען דא צוויי מעסיגע דעמאקראטן און זיי קענען אוועקלייגן די גאנצע פעקל אדער מאכן עטליכע קליינליכע מאדיפיקאציעס און איינגעבן צו די ליבעראלע דרוק


*

רעדנדיג פון די רעקאנסיליאציע רעזאלוציע וואו דעמאקראטן האפן אריינצורוקן א פראוויזיע אונטער וועלכע מעדיקעיר זאל דעקן דענטאל אויסגאבן האבן געזונטהייט באאמטע איבערגעגעבן פארן ווייסן הויז אז עס קען נאך געדויערן 3-5 יאר ביז די טויש וועט ווערן איינגעשטעלט און סיניארס קענען פאקטיש אנהויבן געניסן דערפון
דעמאקראטן באטראכטן אצינד א רייע געדאנקן צו פארזיכערן אז די בענעפיטן גייען אריין אין אפעקט אסאך פריער און איינע פון די אפציעס אויפן טיש איז צו שיקן געלט דירעקט פאר סיניארס צו דעקן זייערע דענטאל אויסגאבן אויף ביז ווילאנג מעדיקעיר שטעלט איין די טויש


*

סענאטארשע מורקאוסקי האט זיך איינגעשפארט נאך א פארדאכט איבער זיין אויסגעשטעלט צו די ווריוס אבער האט זינט דאן צוויי מאל געטעסט נעגאטיוו


*


הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

פעיפאל קאו פאונדער ביליאנער פיטער טהיעל גרייט זיך אריינצוגיסן מיליאנען דאלארן אין א רייע 2022 למספרם פארמעסטן אונטערצושטיצן קאמפיינס פון נאנטע פריינט
ער פלאנט פאראויסצוגיין מיט א מאסיווע 10 מיליאן דאלער טשעק וועלכע ער פלאנט אויסצושרייבן פאר בלעיק מעסטער וועלכע איז דער פרעזידענט פון זיין פאנדעישאן און פלאנט מעגליך אריינצושפרונגען אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין אריזאנא צו קענען לויפן אקעגן אמטירנדער דעמאקראט מארק קעלי
דאס קומט נאך וואס ער האט שוין בייגעשטייערט די זעלבע סומע צו א סופערפעק וועלכע שטיצט די קאנדידאטור פון דזשעימס דעיוויד ווענס וועלכע פארמעסט זיך אין די סענאט פריימערי אין אהייא
ער האט שוין אין די פארגאנגנהייט געשטיצט מערערע קאנדידאטן אריינגערעכנטענדי ביגס וועלכע קלערט אויך צו לויפן אין די אריזאנא סענאט פריימערי
זיין שטיצע פאר קאנדידאטן האט נישט אלץ געברענגט רעזולטאטן ווי צום ביישפיל האט ער אריינגעגאסן 20 מיליאן דאלער אין די קאמפיין פון קריס קאבאך אין קענסאס וועלכע איז עווענטועל געווארן באזיגט דורך סענאטאר מארשאל
מעסטערס האט שוין געהאט באטראכט צו לויפן אין 2020 למספרם אקעגן דאן מארטא מקסעלי אבער האט עווענטועל אפגעטרעטן פון זיינע פלענער


די סופערפעק איז אצינד ארויס מיט א רעקלאמע בליץ אקעגן אין שטיצע פון מעסטערס אקעגן דעם אמטירנדע אטוירני דזשענעראל בראנאוויטש


*

די געוועזענע צפון דעקאטע דעמאקראטישע סענאטארשע היידי הייטקעמפ שטייט איצט אין שפיץ פון א גרופע וועלכע ארבעט צו פרעזערווירן א שטייער לופהאול פאר רייכע וועלכע זי האט נאך מיט עטליכע מאנאטן צוריק באצייכנט אלץ א סקעם


*


פראגן זענען געווארן אויפגעברענגט ארום די סטאק האנדלונגען פון אלאבאמא סענאטאר טאמי טובערוויל (ר) אין די צייט וואס די סענאט האט פארהאנדלט איבער די אינפראסטרוקוטר ביל
דער סענאטאר האט געקופיט און פארקויפט צווישן 170 און 475 טויזנט דאלער אין סטאקס און אפשענס וועלכע ער האט געהאט אין א גרובן און סטיעל פירמע וועלכע האט געהאט געזאגט אז זיי קענען שטארק בענעפיטירן פון די אינפראסטרוקטור פלאן


*

די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אין א פרישע אויפדעקונג אז זיי האבן אויסגעפארשט א קאנספיראציע באשולדיגונג אז א מיטגליד פון די מידיא זאל האבן געווען פארמישט אין לייגן א האנט אויף אימיעלס פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי וועלכע זענען געהערט געווארן
לויט די דעפארטמענט האט דאן עקטינג אטוירני דזשענעראל ראד ראזנסטיין אין 2018 למספרם וואלונטירט פאר א גרענד דזשורי אינטערוויו צו איבערצייגן אז מען זאל באשטעטיגן א סובפינע אקעגן או אומאידענטיפיצירטע מידיא מעמבער אבער ווי מען פארשטייט האט יענע אויספארשונג נישט געפירט אין ערגעץ
די דעפארטמענט ספעציפירט נישט אין זייער באריכט אז עס איז געווען פארבונדן מיט ראבערט מולער אבער ווי עס שיינט איז עס געווען טייל פון די ראבערט מולער אויספארשונג און ווען מען האט אנגעפרעגט ביי די דעפארטמענט איבער מער אינפארמאציע און איבער די אידענטיטעט פונעם רעפארטער אדער כאטש איבער וועלכע נייעס אגנעטור עס האנדלט זיך האט א ווארטזאגער בלויז געענטפערט אז אלעס וואס מען קען זאגן איבער דעם ווערט דערמאנט אין די מולער באריכט


*

נאכפאלגענדיג די געזעץ אונטערגעשריבן דורך פלארידא גאווערנאר ראן דסאנטיס צו נעמען שריט אקעגן סאושעל מידיא פירמעס וועלכע ווערן באשולדיגט און צענזורירן פאליטיק וועלכע איז נישט צו זייער געשמאק גרייט זיך די טעקסאס לעגיסלאטור צו שטימען אויף אן ענליכע ביל
די טעקסאס ביל איז געשריבן אביסל אנדערש ווי די פלארידא ביל אבער לויט קריטיקירער וועט עס אויסשטיין די זעלבע פראבלעמען ווי די פלארידא געזעץ וועלכע א פעדעראלע ריכטער האט בלאקירט צוליב וואס עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט רעכטן פון די פירמע וועלכע דארפן קענען באשליסן וואס יא און נישט צו לופטערן אויף זייערע פלאטפארמעס
די טעקסאס ביל וועט פארבאטן פירמעס מיט מער ווי 50 מיליאן באנוצער פער מאנאט צו פארבאטן פאליטישע סטעיטמענטס, פארלאנגען פון די פירמעס צו זיין אפן איבער זייער פאליסי פון פארמעקן וואס מענטשן שרייבן און צושטעלן פובליק באריכטן איבער זייער פאליסי און אזוי אויך עטאבלירן א פראצעדור אז מענטשן וועמענ'ס מעסעדזשעס זענען פארמעקט געווארן זאלן קענען אפעלירן די באשלוס
אויך און יוטא און אין צפון דעקאטע קומען פאר אנגייענדע פרואוון צו באגרעניצן די גרויסע פירמעס ברייטע רעכטן צו פארמעקן אינהאלט וועלכע שטימט נישט מיט זייער פאליטיק/ווירדן


*

רעדנדיג פון טעקסאס האט די ארטיגע סטעיט סענאט מיט 8-23 באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט ערלויבן גאווערנאר גרעג אבאט אונטערצונעמען מער שריט ווי סיי ווען צו באקעמפן אומלעגאלע אימיגראציע און די אויפבוי פון 800 מייל גרעניץ ווענט און צוימען און גייט איצט צום גאווערנאר'ס טישל פאר אן אונטערשריפט


*

די טעקסאס סטעיט לעגיסלאטור האט צוגעשיקט די נארוואס באשטעטיגטע וואל רעפארם ביל צום גאווערנאר'ס טישל



*

פארטיג מיט טעקסאס? נישט אזוי שנעל
ווי באריכטעט אין די לעצטערע טעג האט טעקסאס באשטעטיגט די סאמע שארפסטע אנטי רציחה ביל וועלכע וועט פארבאטן נאנט צו אלע רציחה סערוויסעס און איז געשאצט צו שניידן פון 80 ביז 90% פון די וועלכע ווענדן זיך פאר די סערוויסעס
דעמאקראטן איבערן לאנד האבן גאר שארף פארדאמט די שטילקייט פון די סופרים קאורט וועלכע האט געצעגערט מיטן באשטעטיגן א סטעי פארלאנג אפצוהאלטן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט און אצינד האט די געריכט באשטעטיגט מיט 4-5 אז זיי אנטזאגן זיך דערווייל אפצושטעלן די געזעץ
ריכטער אליטא איז דער וועלכע האט ארגינעל באקומען די פארלאנג פאר א סטעי און ער האט עס צוגעשיקט צו די פולע געריכט ווועלכע האט עס אצינד אפגעווארפן
די מאיאריטעט אנערקענט אז עס שטייען פארנט פון זיי ערנסטע קאנסטיטוציאנאלע פראגן איבער די מעריטס פון די קעיס וועלכע זיי וועלן קענען שפעטער באהאנדלען אבער ברענגען ארויס אז צוליב וואס די געזעץ איז געשריבן געווארן אין א וועג וועלכע גיבט די אויסשליסליכע מאכט צו אינפארסירן די געזעץ פאר "די בירגער" פון די סטעיט ווי איידער פאר סטעיט אויטאריטעטן האבן די קלעגער פארפעלט צו איבערצייגן אז זיי וועלן ליידן אויף אן ערנסטע פארנעם אויב די געזעץ וועט זיין אין קראפט אין לויף פון די צייט וואס די געריכט קען באהאנדלען די מעריטס פון די קעיס
זיי ברענגן ארויס די קלעגער דארפן איבערצייגן אז די ציווילע בירגער פלאנען טאקע צו אינפארסירן די געזעץ און דער איינציגסטער בירגער צו שרייבן צום געריכט האט קלארגעשטעלט אז ער פלאנט בכלל נישט צו ווערן פארמישט דערין
זיי דערמאנען אז געריכטן האבן נישט די מאכט מבטל צו זיין געזעצן זעלבסט נאר אפצוהאלטן אינפארסירער זיי אויסצופירן און צוליב וואס עס איז נישט געווארן אויפגעוויזן אז די בירגער פלאנען צו אינפארסירן די געזעץ איז עס נישט אין די באפולמעכטיגונג פון די געריכט צו אינטערווענירן מיט א סטעי בעפאר זיי באהאנדלען די מעריטס
ראבערטס וועלכע האט גענומען די זייט פון די ליבעראלע בלאק האט געשריבן אז ער וואלט יא אפגעהאלטן די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט צו האבן צייט צו באהאנדלען די פראגע גופא אויב א סטעיט קען זיך ארויסדרייען פון יורידישע אינטערווענץ אויף זייער'ס א געזעץ דורך די טאקטיק פון אוועקשענקן די מאכט צו אינפארסירן די געזעץ צו אירע בירגער


די ווירדזשיניע סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פונעם גאווערנאר אז די סטעיט קען באזייטיגן א סטאטוע אין ריטשמאנד פון קאנפעדערעיט גענעראל ראבערט לי


*

רעדנדיג פון די ווירדזשיניע סופרים קאורט האט טענער קראס, א דזשים לערער אין די ליעסבורג עלעמענטארי שולע קלארגעשטעלט דורכאויס א סקול באורד מיטינג אז צוליב זיין רעליגיע וועט ער זיך באציען צו זיינע סטודענטן און זיי אנרופן בלשון הוא והיא באזירט אויף די וועג ווי אזוי זיי זענען באשאפן געווארן און נישט מיטגיין מיט די באשלוסן פון סטודענטן משונות וועלכע זענען איבערצייגט אז זיי זענען עפעס אנדערש ווי וואס זיי זענען
די לאודאון קאונטי פובליק שולע סיסטעם האט אין רעזולטאט אויפגעזאגט דעם לערער וועלכע האט זיי דערנאך אנגעקלאגט אין די ווירדזשיניע סטעיט געריכט פארן פארלעצן זיין רעכט פאר פרייהייט פון אויסדרוק און דער ריכטער האט פאראדנט אים צוריקצושטעלן
די פובליק שולע האט אפעלירט דעם אורטייל צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט אצינד באטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט אין שטיצע פון די לערער



א לעכטיגן שבת און א כתיבה וחתימה טובה!

מיט האפענונג זיך ווידער צו זעהן אין יאר ת'הא ש'נת פ'רישע ב'אבקע/ פ'רייליכע ב'אריכטן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אופס זעהט אויס הבל איז געווען סטאק אין די רעגענעס אז ער האט געהאט צייט צו שרייבן אזא פרישע קאקאש.

ישר כח הרב הבל.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ הבל.

וואס טוט זיך יעצט מיטן פלארידע געזעץ עס איז אין קאאורט אדער בטל?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח @הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גיי פארשטיי האט געשריבן:ייש"כ הבל.

וואס טוט זיך יעצט מיטן פלארידע געזעץ עס איז אין קאאורט אדער בטל?

אויב דענק איך גוט, ליגט עס ביים אפיעלס געריכט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג נצבים

טענקס פאר די געשמאקע באריכט!

זיך מחי' געווען מיט די פרישע נארהאפטיגע קאקאש...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30697
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טענקס הבל, א געשמאק!

קום אפטער...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס הבל, א געשמאק!

קום אפטער...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי ראש השנה תשפ"ב

פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט מארגן צו מעלדן א פרישע סטראטעגיע צו באקעמפן און איינצוימען די וויירוס.

* * * *
ווייסע הויז זאגט אז סטעיטס וואס ווילן פארלענגער די ספעיצעלע פארברייטערטע אנעמפלוימענט בענעפיטן האבן די מעגליכקייט דאס צו טון, דורכן נוצן געלטער פון די פארשידענע סטימילוס בילס באשטעטיגט אין די לעצטע יאר צייט.

* * * *
די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט גרייט זיך אריינצוגעבן א פרישע אנטיטראסט קלאגע קעגן 'גוגל' - דאסמאל איבער וויאזוי די פירמע נוצט אויס איר דאמינאנץ אין די דיזשיטעל עדווערטייזינד אינדוסטרי.

* * * *
סעקרעטארי אוו סטעיט בלינקען וועט ערשיינען קומענדיגע מאנטאג פאר די קאנגרעס 'אויסערן אנגעלגענהייטן קאמיטע' צו פארענטפערן די אפגאניסטאן ארויסציה.

* * * *
א טאג דערויף, דינסטאג, וועט בלינקען ערשיינען פארנט פון די 'סענאט אויסערן באציאונגען קאמיטע' צו ערקלערן פאר געזעצגעבער די אדמיניסטראציעס שטעלונג איבער אפגאניסטאן.

* * * *
אויסער די דערמאנטע 'אויסערן אנגעלגענהייטן/באציאונגען' קאמיטע, טוען די סענאט 'באוואפענטע קרעפטן קאמיטע' און די 'שפיאנאזש קאמיטע' אויך פארלאנגען ענטפערס דערוועגן פון די אדמיניסטראציע.

* * * *
די סופרים קאורט איז ערווארטערט קומענדיגע מאנאט זיך צו אומקערן קיין וואשינגטאן פאר אין פערסאן פארהערן. די געריכט האלט שוין אפ ווירטואלע סעסיעס זינט מארש פאריאר, אנהויב פון די וויירוס אויסברוך.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדארסירט סטיוו קארא (Steve Carra) אין זיין פארמעסט קעגן מישיגען רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פרעד אופטאן (Fred Upton).
אופטאן פארטרעט מישיגען'ס זעקסטע דיסטריקט שוין זינט יארע 1987.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ איז ערווארטערט מארגן צו אינדארסירן העריאט העגמען אין די פארמעסט צו ערזעצן קאנגרעספרוי ליז טשעיני. העגמען איז שוין בעפאר געלאפן פאר גאווערנאר אין ווייאמינג און פלעגט אין די פארגאנגנהייט זיין נאנט אליאירט מיט טשעיני.

* * * *
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס זאגט אז די אלע באריכטן אז ער טראכט פון לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 איז 'הוילע נארישקייטן'.

* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט ארויסגעשיקט א גרענד זשורי סובפינע פאר די סטעיט 'פובליק עטיקס קאמיסיע' אין פארבינדונג מיט די בוך ארויסגעגעבן דורך דער געוועזענע גאווערנאר קאומו.

* * * *
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט נעכטן אונטערגעשריבן די נייע וואל רעפארם געזעץ.

* * * *
העכער 100,000 קאסטומערס אין מישיגען האבן עלעקטריציטעט נאך א וואס א שטורעם האט דורכגעריסן די סטעיט.

* * * *
פעדעראלע אפעלאט געריכט באשטעטיגט די שולד אורטייל קעגן זשאו פערקאוקו, דער געוועזענע הויכראנגיגע געהילף צום געוועזענעם ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומו.
פערקאוקו איז מיט עטליכע יאר צוריק געווארן אנגעקלאגט אויף אקצעפטירן העכער 300,000 ווערד כאבאר.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

טענקס!
גיימיר איינפאסטען אויף פרישע קאקאש (עש''ת איז דא א קפידא פאר פת ישראל! עי' בשו''ע...)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח @אלעקסיי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג וילך





פרעזידענט ביידען וועט נאמינירן פרישע אכט קאנדידאטן צום יורידישן באנק אריינגערעכנט דריי לאטינאס, צום ניינטן סירקוט, לוסי קא, גבריאל שאנשעז און האולי טאמאס
די אנדערע 5 זענען דיסטריקט ריכטער נאמניאציעס פאר קאליפארניע, מינעסאטע און ניו מעקסיקא


*

סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל זאגט ווייטער אז רעפובליקאנער וועלן נישט שטימען צו העכערן די חובות דאך נאר נוצט א נייע שפראך זאגנדיג אז ער האטל אז עס דארף געהעכערט ווערן און די אישו איז בלויז ווער עס זאל עס טוהן
ער זאגט אז אונטער אזלעכע אומשטייגערליכע פרעצעדענטלאזע אומשטענדן איז עס זייער די אויפגאבע פון דעמאקראטן און זיי פארמאגן די נוטיגע שטימען עס צו טוהן
עס איז וואר אז זיי קענען אמווייניגסטנס פרובירן עס צו טוהן דורך די בודזשעט רעזאלוציע אבער זיי האבן עס נישט אריינגעשטעלט דערין)

*

סענאטארשע קלאובאשאר (ד) איז אריבער באהאנדלונגען פאר שטאפל 1 פון די מעשה ר"ל


*

מעקאנעל איבער מענשין און סינעמא: איך דאווען פאר זיי יעדע נאכט און וואונטש זיי דאס בעסטע
מיר געבן זיי אסאך ליבשאפט

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך ואתחנן

דערמאנענדיג די טשיפמען נאמינאציע צו פירן די עי טי עף איז אין פלאץ צו גיבן אן אפדעיט איבער די פארהאנקערטע נאמינאציע
ווי באריכטעט איז זיין נאמינאציע געווארן אויפגעברענגט אין די קאמיטע און געבליבן שטעקן ווען די קאמיטע האט זיך געשפאלטן אויף האלב צווישן שטיצער און קעגנער און שומער האט די מאכט אויפצוברענגן פאר אן אפשטימונג אויב מען זאל באפרייען די נאמינאציע צום פולן סענאט
דערווייל קומט אבער נישט סיי וועלכע סיגנאל פון שומער'ס אפיס אז דער סענאטאר איז שוין גרייט עס צו טוהן און די אורזאך איז גאנץ קלאר זינט עס זענען נאכנישט דא די נויטיגע פארשפרעכונגען פון גענוג דעמאקראטן אז זיי וועלן שטימען אין שטיצע
סענאטארשע קאלינס האט געמאלדן מיט צוויי וואכן צוריק אז זי איז א ניין אויף די נאמינאציע און מורקאוסקי האט נאכנישט געזאגט וואו זיי שטייט דערויף
דאס באדייט אז דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין סענאטאר סיידן מורקאוסקי ברעכט זיך אפ פון איר פארטיי
פון די דעמאקראטישע קאלום ווארט מען נאך צו הערן פון 5 שליסל סענאטארן אויב זיי זענען גרייט צו שטיצן טשיפמען און זיי זענען סענאטארן מענשין פון וועסט ווירדזשיניע , טעסטער פון מאנטאנא , קינג (אינדעפענדענט) פון מעין, האסאן פון ניו העמפשיר און סינעמא פון אריזאנא און אלע פון זיי קומען פון גאר גאן פריינטליכע סטעיטס מיט געזעצן וועלכע טשיפמען האט גערופן צו פארבאטן און זיי שטייען אלע פאר ווידערערוויילונג אין 22 אדער 24 למספרם
טראץ וואס סינעמא איז אינעם קויש פון סענאטארן אונטער פראגע צייכן איז די אנדערע סענאטאר פון די זעלבע סטעיט א קלארע יא און דאס איז סענאטאר קעלי וועלכע איז אויסגעשפראכן אקעגן גאן רעכטן און האט קאמפיינט אויף א גאן קאנטראל פלאטפארמע זייענדיג פארהייראט צו די געוועזענע אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס וועלכע איז געווען א קרבן צו א שיסעריי וועלכע האט פאטאל אומגעברענגט און פארוואונדעט עטליכע

דורבין אנערקענט איצט אז עטליכע דעמאקראטן צעגערן מיט די נאמינאציע און האבן קאלטע פיס פאראויסצוגיין
די לעצטע מאל וואס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט עימיצן צו די פאזיציע האבן זיי זיך אויך געמוטשעט צו שאפן גענוג שטיצע און געדארפט אפן האלטן די אפשטימונג פאר עטליכע שטונדן
פאר ווער עס געדענקט האבן זיי דאן אויסגעווארט די לאנדונג פון דאן סענאטארשע הייטקעמפ פון צפון דעקאטע וועלכע האט זיך נישט גוט געשפורט אבער מען האט איר אריבערגעברענגט מוזנדיג צוקומען צו איר שטימע[/quote]
האסאן איז א יא[/quote]
מורפי זאגט אז מען קען ערווארטן אן אפשטימונג אין געציילטע טעג און אז עס וואלט געווען א געשאנק פאר די גאן לאבי אראפצוקניידלען די נאמינאציע[/quote]
סענאטארשע שאהין פון ניו העמפשיר וועט שטימען יא
[/quote]

ווייסע הויז רופט צוריק די טשיפמען נאמינאציע און מיטש מעקאנעל באגריט די אנטוויקלונג

*


טשאק גרעסלי איז דער העכסט ראנגיקער רעפובליקאנער אויפן סענאט יורידישע קאמיטע און געשפרעכן קומען פאר צווישן אים און סענאטארשע עימי קלאובאשאר (דעמאקראט פון מינעסאטע) איבער א ביל וועלכע גרעסלי וועט מעגליך קא ספאנסארן צו באגרעניצן טעכנאלאגיע ריזן און עפענען ברייטערע קאנקורענץ מעגליכקייטן

אויףך סענאטאר טאם קאטאן שטייט ביים שוועל פון זיך אנשליסן אוין די אומפארטייאיישע געשפרעכן און סענאטארן מארקא רוביא, דזשאש האולי און סוזען קאלינס קענען מעגליך נאכקומען

גרעסלי האט זיך נאכנישט פארפליכטעט אונטערצושרייבן אבער די אישו איז עפעס וואס ער נעמט פערזענליך און די צוויי האבן שוין אין די פארגאנגנהייט צוזאמגעשטעלט אנטי ביג טעק וועלכע זענען געווארן געזעץ

גרעסלי טוט דערווייל שטיצן בלויז איינע פון די זעקס בילס וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין קאמיטע און פלאנט צו שטימען דערויף טראץ די קעגנערשאפט פון מעקארטי און דזשארדען וועלכע קריטיקירן די פארזוכן אלץ אזעלכע וועלכע פארפעלן צו אדרעסירן דאס צענזורירן קאנסערוואטיווע פאליטיק

*

די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע וועט אריבעררוקן איר הערבסט צוזאמקום פון ניו ארליענס ליוזיאנא קיין אוסטין טעקסאס צוליב די חורבנות וועלכע האריקעין איידא האט איבערגעלאזט
דרום קאראליינא סענאטאר טים סקאט וועט אנפירן די מסיבה

*

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט מעט פאטארטי וועט לויפן אקעגן קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק
ער איז 37 יאר אלט און אדוואקאט און קעמפט פאר אומווירדיגע געזעצן אבער סטעפאניק זעלבסט האט אויך געשטימט פאר באשיצונגען פאר געמיינע עלעמענטן

אצינד האט מעט קאסטעלי, א געוועזענע הויכראנגיקע סי איי עי וועטעראן וועלכע האט סערווירט פאר די אבאמא אין טראמפ אדמיניסטראציעס געמאלדן זיין קאנדידאטור לויפנדיג אויף די דעמאקראטישע טיקעט
אנדערע וועלכע לויפן אויף די דעמאקראטישע טיקעט זענען בריידי פערעל, און ליבעראלע קלימאטיסט עזרא וואטסאן
סטעפאניק דארף אויף אדורכגיין א פריימערי פארמעסט אקעגן לוני קונס וועלכע פארמעסט זיך אויף די רעפובליקאנע טיקעט

*


קריס קריסטי וועט היינט נאכט געבן א רעדע ביי די רעיגען ביבליאטעק און ער זאגט אז מען וועט קענען אסאך ארויסנעמען דערפון און ציען מסקנות אפילןו פון זאכן וואס ווערן נישט ארויסגעזאגט קלאר און דירעקט

*

דעמאקראטן אויפן סענאט פינאנץ קאמיטע באטראכטן א רייע אפציעס איבער ווי אזוי אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדינג צו דעקן די 3.5 טריליאן בודזשעט רעזאלוציע

די לעגיסלאציע קען נישט צולייגן מער ווי 1.75 טריליאן דאלער איבער די קומענדיגע 10 יא צו די דעפיציט לויט ווי אזוי דעמאקראטן האבן געשריבן די רעזאלוציע אינסטרוקציע וועלכע האט איינגעפעדימט די פראצעדור צו שפעטער באשטעטיגן די רעזאלוציע

טייל פון די געדאנקן ווערן שוין דיסקוסירט אין פובליק פאר לאנגע וואכן ווי העכערן די קארפארעיט אינקאם און קעפיטאל געינס שטייער ראטע

פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א ביל אראפצוברענגן די קארפארעיט שטייער פלאן פון 35% צו 21% און פרעזידענט ביידען האט פארגעשלאגן עס צו העכערן צו 28%
די ביידען פלאן לויטעט אויך צו העכערן די העכסטע אינדיווידועלע פארדינסט ראטע צו 39.6% און אויך העכערן די קעפיטאל געינס שטייער ראטע פאר מענטשן וועלכע פארדינען העכער א מיליאן דאלער א יאר

אבער די העכערע קעפיטאל געינס שטייער איז עפעס צו וועלכע טייל צענטריסטן האבן אויסגעדרוקט אומגרייטקייט און פינאנץ קאמיטע מיטגלידער לופטערן איצט א פרישע פארשלאג צו העכערן די עקזעמפשאן ביז ווען מען פאלט נאכנישט אריין אין די רייכע קאטעגאריע צו דארפן צאהלן די העכערע שטייער פון 1 מיליאן דאלער צו 5 מיליאן דאלער

אנדערע פארשלאגן זענען פרישע שטייערן אויף סטאק ביי בעקס, עקזעקוטיווע קאמפענצאסיע און קארבאן עמישאנס אבער זיי זענען נישט טייל פון די ביידען אדמיניסטראציע פארשלאג
איינע פון די פלענער ארויסגעלייגט דורך קאמיטע פארזיצער ראן וויידען איז א פרישע יערליכע שטייער אויף ערווארטעטע פארדינסטן פון רייכע פארדינער וועמענ'ס פארמעגן איז ערווארטעט צו וואקסן באזירט אויף פלאנירטע פארקויפונגען אדער סטאק אקטיוויטעטן טראץ וואס די פאקטישע פארקויף איז נאכנישט צושטאנד געקומען

אויל און גאז פירמעס שטייען אויך אויס צו פארלירן מערערע שטייער ברעיקס און א נייע שטייער אויף פלאסטישע מאטריאל (באקאנט אלץ ווירדזשין פלאסטיק) וועלכע ווערן פראדוצירט פון אויל זענען אויך אונטער ריזיקע פן א פרישע 20% שטייער פער פונט

די פינאנץ קאמיטע קוקט אויך אריין אין פלענער אפצושטעלן דאס וואס פילע אמעריקאנער באנוצן זיך מיט געוויסע טראסט מאכינאציעס ווי די גרענטאר ריטעינד אניועטי טראסטס און אינטענשאלי דעפעקטיוו גרענטאר טראסטס זיך ארויסצדרייען פון צאהלן ירושה שטייער

דעמאקראטן זענען אויך צוטיילט איבער אויב מען זאל רעכענען פון יורשים א שטייער ראטע באזירט אויף די ווערד פון די ירושה אין די צייט וואס זיי האבן עס גע'ירש'נט אדער ליבערשט קוקן אויך איר ווערד אין די צייט וואס דער מוריש האט עס ארגינעל איינגעהאנדלט

איינע פון די שטיק וועלכע דעמאקראטן נוצן איז עפעס וואס איז שוין היינט רוטין אין וואשינגטאן און דאס איז אז טייל פון די ספענדינג פראגראמען וועלן נישט לויפן אויף א צעהן יאר שטרעקע אין די צייט וואס זייערע קאסטן ווערן יא אויסגעצויגן אויפן גאנצן יאר צענדליג

א ביישפיל איז די העכערע קינדער שטייער קרעדיט וועלכע קאסט 1.6 טריליאן דאלער אויב זאל עס לויפן אויף 10 יאר און עס אויף נאנט צו האלב פון די 3.5 טריליאן וועלכע מען קען אויסגעבן

דאס ערקלערט דאס וואס דער פרעזידענט האט בלויז פארלאנגט די קרעדיט צו לויפן העכער פאר די קומענדיגע פיר יאר און אזוי קומט אויס אז מען העכערט שטייערן פאר 10 יאר צו דעקן פראגראמען וועלכע לויפן פאר א פיל קלענערע צייט

א צווייטע ביישפיל איז די דעקונג פון מעדיקעיר פאר וויזשאן, הערן און דענטאל אויסגאבן וועלכע סענדערס אין די סענאט און ניעל אין די הויז האבן באוויזן אריינצורוקן
אבער ניעל'ס קאמיטע וועלכע דארף באשטעטיגן יענע פראוויזיע האט נארוואס פארעפנטליכט איר דרעפט און די ערשטע גייט אריין אין אפעקט אין 2022 למספרם, הערן באהאנדלונג אין 2023 למספרם און דענטאל ערשט אום 2028 למספרם

רעדנדיג פון ניעל'ס קאמיטע ווערט איצט -בעת מיר שרייבן די פאראגראפן- אפגעהאלטן די אפשטימונג און די דראמא איז אין די לופט ווען די מעסיגע און ליבעראלע אמעפערן זיך ארום איבער די ריכטונג וועלכע די פארטיי זאל נעמען איבער העלט קעיר

קלייבורן האט זיך געלאזט הערן זאגנדיג אז ער וועט נישט זיצן איינגעלייגט אין די צייט וואס אזעלכע וועלכע קוואלייצירן פאר מעדיקעיר באקומען קעניגליכע באהאנדלונג און די וועלכע זענען אנגעוויזן אויף מעדיקעיד ווערן פארנאכלעסיגט

צוריק צום גרויסן פעקל, אויב זאל סענאטאר דזשאו מענשין פארלאנגען אז די ביל מוז קאסטן ווייניגער וועלן מעגליך נאכמער פראגראמען דארפן געשניטן ווערן צו לויפן אויף א קלענערע צייט אפשניט און עס בלייבט צו זעהן צו ער וועט באווייזן צו שלעפן מיט די פארהאנדלונגען ביז סעפטמעבער 27 למספרם ווען ספיקער פעלאסי האט פארשפראכן אויפצוברענגן די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל אויפן פלאר וואס אויב וועט זי האלטן ווארט וועט עס דאן גיין צו פרעזידענט ביידען'ס טישל פאר אן אונטערשריפט אן דעם וואס מענשין אין זיין קליקע זאלן זיין משועבד ערנסט צו פארהאנדלען אויף די בודזשעט רעזאלוציע

לויט געוויסע באריכטן האט סענאטאר מענשין קלארגעשטעלט פארן ווייסן הויז אז די העכסטע סומע וואס ער קען זיך זעהן שטיצן איז 1.5 טריליאן דאלער אבער זיין ווארטזאגער האט קאמענטירט אז זי קען עס נישט באשטעטיגן



א גמר חתימה טובה און א לעכטיגן שבת!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ הבל און אלעקסיי!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30697
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א גרויסן דאנק אלעקסיי און הבל!!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

קען איינער מסביר זיין פארוואס ער אנקעגען די בילס?

אז עס איז דא קאמפעטישן וועלן זיי נישט צענזורירן אזויפיל.

מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם דאס צו פארשטיין.

אפשר געלט וואס ער באקומט פון זיי?

Tucker Carlson rightfully called them out

[offtopic]טראץ די קעגנערשאפט פון מעקארטי און דזשארדען
וועלכע קריטיקירן די פארזוכן אלץ אזעלכע וועלכע פארפעלן צו אדרעסירן דאס צענזורירן קאנסערוואטיווע פאליטיק[/offtopic]
לעצט פארראכטן דורך Wow a1 אום דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:22 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”