א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שרעקעדיגע קאקאש היינט

אויפרייסן שווארצע שדים


וואס מיינט טאקע שדים ביקסן? :P
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א מחיה געוועזן צו ליינען
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג ואתחנן

באריכטן אז רוסישע עירליינס האבן זיך גענומען צו ארויסרייסן שטיקער פון אומגענוצטע פליגער אויף צו קענען ערזעצן טיילן וואס זיי קענען נישט איינקויפן פון מערב וועלט פ]ירמעס צוליב די סאנקציעס.

* * * * *
א פאלעסטינע זיכערהייט באאמטע איז דערשאסן געווארן אינערהאלב א פליטים לאגער אין לבנון.

* * * * *
האנדוראס אויסערן מיניסטער ענריקא רעינא זאגט אין א סטעיטמענט אז די ארטיגע רעגירונג קלערט פון אומקערן איר אמבאסאדע אין מדנ"י פון ירושלים צוריק קיין תל אביב.

* * * * *
געוועזענע רעבעלן מיטגליד גוסטאווא פעדראו איז געווארן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון קאלאמביע.

* * * * *
נארוועגיע'ס 85 יעריגער קעניג געפונט זיך שוין אין שפיטאל זינט פארלאפענע דינסטאג, און וועט זיך אויפהאלטן דארט נאך עטליכע טעג נאכן ליידן פון אן אינפעקציע.

* * * * *
פרעזידענט ביידען היינט באזוכט אין די קענטאקי געגענטער וואס זענען אין די לעצטערע וואכן באטראפן געווארן פון מאסיווע פארפלייצונגען.

* * * * *
פענטאגאן באאמטע זאגט היינט אז רוסלאנד האט ווארשיינליך פארלוירן ארום 70,000 ביז 80,000 זעלנער אין איר יעצטיגע מיסיע אין אוקריינא.
די ציפער איז, ווי פארשטענדליך, נישט קיין גענויע, און רעכענט אריין אומגעקומענע און פארוואונדעטע צוגלייך.

* * * * *
פענטאגאן היינט באשטעטיגט א פרישע רונדע מיליטערישע הילף פאר אוקריינא, אין די ווערד פון א ביליאן דאלער.

* * * * *
רעפובליקאנע עף.טי.סי. קאמישאנער נח פיליפס געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פון אמט אין הערבסט, ערלויבענדיג דעם פרעזידענט צו שטעלן א מעסיגע רעפובליקאנע אויפן קאמיסיע.

* * * * *
א עטיקס באקלאגעניש איז געווארן אריינגעגעבן ביי די קאנגרעס עטיקס קאמיטע קעגן ניו יארק'ער קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאוני.

* * * * *
באריכטן געבן אן אז די יאנואר 6 קאמיטע האט שוין באקומען צוטריט צו פארשידענע טעקסט מעסעזשעס פון אלעקס זשאונס וואס זיינע אדוואקאטן האבן אומווילענדיג איבערגעגעבן פאר אדוואקאטן פון זיינע קלעגער.

* * * * *
די נאציאנאלע רעפובליקאנע פארטיי האט אפיציעל באשטעטיגט אז זיי וועלן אפהאלטן די 2024 קאנווענשן אין מילוואקי, וואיסקאנסין. דאס קומט נאך וואס די נעשוויל סיטי קאונסיל האט געשטימט קעגן אפהאלטן די קאנווענשן אין זייער שטאט.

* * * * *
פרישע אנקעטע צייגט אז ארום 37% רעגיסטרירטע וויילער זאגן אז עס וואלט געווען גאר שלעכט פארן לאנד אויב זאל טראמפ ווערן ווידערערוועלט אין 2024, אין די צייט וואס 35% זאגן די זעלבע אויף ביידען.
אויך צייגט די אנקעטע אז אין די צייט וואס בלויז ארום 25% רעפובליקאנע זענען קעגן א טראמפ געווינס, איז די ראטע ביי דעמאקראטן אקעגן א ביידען געווינס ביי 43%.

* * * * *
מארק ד'אמיקאו האט אין 2017 אוועקגעשטעלט א 'גאו פאנד מי' בלאט מיט די אנגעליבכע געשיכטע אז ער טרייבט אויף די געלטער פאר זשאני באביט, א היימלאזע וועטעראן. נאך וואס די קאמפיין איז געווארן גאר ברייט פארשפרייט, האט ד'אמיקאו באוויזן צו אויפטרייבן העכער 400,000 דאלער, וואס ער האט דאן אויסגענוצט פאר זיין אייגענע שוואוילטאג אן איבערגעבן אפילו א רויטע גרייצער פאר'ן וועטעראן.
אין 2019 האט ד'אמיקאו זיך דערקלערט שולדיג אויף סטעיט קלאגעס, און איז פארלאפענע פרייטאג געווארן פאראורטיילט צו פינף יאר טורמע. דאס איז אויסער די עטוואס מער פון צוויי יאר אין פעדעראלע טורמע.

* * * * *
מישיגען אטוירני זשענעראל פרוי נעסעלס (ד) פארלאנגט אז די סטעיט זאל שטעלן א ספעצילע פראקוראר זאל אויספארשן איר רעפובליקאנע קעגנער איבער מעגליכע פארבינדונגען צו א גרופע וואס האט באקומען אומאוטאריזירטע צוטריט צו די וואל מאשינען גענוצט ביי די 2020 וואלן אין עטליכע קאונטיס אין די סטעיט.

* * * * *
ניו יארק סטעיט ריכטער פארארדענט די סיטי עדיוקעישאן דעפארטמענט זאל איבערמאכן איר בודזשעט פאר די יעצטיגע פיסקעל יאר, און ערלויבן די סיטי קאונסיל צו שטימען דערויף.
די אורטייל קומט נאך וואס צוויי עלטערן האבן געקלאגט די דעפארטמענט אין געריכט פאר'ן איינשטעלן די בודזשעט אונטער אן עמערזשענסי דעקלעראציע.

* * * * *
די זשורי וואס פארהאנדעלט איבער די קעיס פון די פארקלענד סקול מאסן מערדער האבן פאריגע וואך באזוכט ביי די סקול געביידע וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, די געביידע איז נאך אין די זעלבע צושטאנד ווי א טאג נאך די שיסעריי.

* * * * *
העכער 2,500 פלייטס זענען געווארן אפגערופן דורכאויס די פארלאפענע ענדע וואך ביי רייזעס אריין/ארויס און אין אמעריקא.
דאס אין צוגאב צו נאך עטליכע טויזענט וואס האבן געהאט פארשפענטיגונגען.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

טענקס!!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יישר כוח!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח נאכאמאל!

מען קען זיך נישט באגעניגן מיט 1 ישר כח, יעדע מאל וואס מען האט הנאה דארף מען עקסטער באדאנקען!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נאכאמאל אלעקסיי דיינע קאקאש ווערן נאר בעסער אפילו מקען שוין עסן פליישיג
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

אלעקסיי דעליווערט פיינע ווארע לעצטענס, קיפ איט קאמינג!
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דינסטאג – מוצאי חג הסוכות תשפ"ג

אוקריינא'ס אויסערן מיניסטער זאגט אז ער האט פארגעשלאגן פאר פרעזידענט זעלענסקי אז זיין לאנד זאל עמטליך אפהאקן אלע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט איראן, אלס רעזולטאט פון דעם וואס איראן שטעלט צו וואפן פאר די רוסישע מיליטער.

* * * * *
אמווייניגסטענס 13 זענען אומגעקומען ווען א רוסישע Su-34 מיליטערישע פליגער האט אראפגעקראכט דורכאויס א טרענירונגס מיסיע.

* * * * *
פאליטיקא באריכטעט אז די אמעריקאנע פענטאגאן קלערט פון צושטעלן געלטער פאר די סטאר-לינק אינטערנעט סערוויס העכער אוקריינא, נאך וואס עלאן מאסק האט געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זיין פירמע איז מער נישט ווייליג צו צושטעלן א פרייע סערוויס.

* * * * *
בריטישע פרעמיער מיניסטארשע פרוי טראס האט פארלאפענע פרייטאג ארויסגעווארפן איר פינאנץ מיניסטער, קוואסי קווארטענג פון אפיס. דאס איז געקומען נאך וואס זיינע עקאנאמישע פלענער געמאלדן האבן געשאפן א שטורעם אינערהאלב די פינאנציעלע מארקעטס און געפירט צו א היסטארישע פארלוסט אין די ווערד פון די פונט שטערלינג, און געזעצגעבער האבן געסטראשעט מיט א רעוואלט קעגן איר פירערשאפט פאזיציע.
אויף זיין אמט איז געווארן אויפגענומען אלס פינאנץ מיניסטער זשערמי האנט, וועלכע האט שוין פיער געדינט אויף פארשידענע רעגירונג אמטן, וועלכע האט גראד געזאגט אז ער וועט צוריקדרייען מיינסטענס שטייער שניטן געמאלדן דורך זיין פארגייער.

* * * * *
אין אנדערע נייעס, האט פרעמיער מיניסטארשע טראס אפגעהאלטן א זיצונג מיט גרעהעם ברעידי, דער פארזיצער פון די 1922 קאמיטע – די קאמיטעט וואס פארטרעט די אלגעמיינע פארלימענט קאנסערוואטיווע פארטיי מיטגלידער און האט די מאכט צו פאררופן אינערליכע פארטיי פירערשאפט וואלן.

* * * * *
א דעלעגאציע פון די חאמאס פרייהייט קעמפער וועלן מארגן באזוכן אין סיריע, אין א פארזוך צו באנייען די פארבינדונגען מיט די ארטיגע אסאד רעזשים, נאך יארן וואס די גרופע האט געשטיצט די אויפשטענדלער אין זייער קאמפ קעגן די רעזשים.

* * * * *
טערקישע מיליטערישע קרעפטן זענען היינט אריין אין א צפון-מערב סיריע דארף אין א פארזוך צו איינשטילן די געשלעגן צווישן די פארשידענע קעמפערישע גרופעס, בלויז צוויי טעג נאך וואס די גרופעס האבן איינגעשטימט צו א שטילשטאנד.

אוסטראליע האט צוריקגעדרייט דאס וואס זי האט, אין 2018, אפיציעל אנערקענט מערב ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדנ"י.
אנשטאט, זאגט די יעצטיגע אויסערן מיניסטער, אז די פראגע ארום מדנ"י'ס הויפטשטאט דארף ווערן געלעזט אלס טייל פון די צוויי-שטאטן לעזונג וואס וועט שאפן א פאלעסטינע לאנד.

* * * * *
צפון קארעא ארויסגעשאסן ווארענונג שאסן אין רעאקציע צו מילטערישע צושטירונגען דורך די דרום-קארעא מיליטער.

* * * * *
מדנת ישראל פרעזידענט הערצאג איז ערווארטערט אויך אין די ווייסע הויז קומענדיגע וואך מיטוואך.

* * * * *
פרעזידענט ביידען געמאלדן איבער די נייע StudentAid.gov וועבזייטל/עפפ צו ארויסהעלפן אזעלכע וואס ווילן זיך איינגעבן פאר די פון פריער געמאלדענע רעגירונגס פארצייאונג אויף סטודענטן חובות.

* * * * *
פרעזידענט פארשפרעכט אז אויב זאלן דעמקאראטן אנהאלטן קאנטראל פון ביידע הייזער נאך די מידטורם וואלן, וועט ער די ערשטע זאך אונטערשרייבן א רציחה באשיצונג געזעץ.

* * * * *
פרעזידענט ביידען באשטעטיגט א דיזאסטער צושטאנד פאר אילינוי.

* * * * *
סטעיט דעפארטמענט געמאלדן איבער א 2 מיליאן דאללער הילף פעקל וואס וועט פאר די קובאנער באפעלקערונג צו ארויסהעלפן מיט די נאכווייען פון האריקעין אייען.

* * * * *
סטעיט דעפארטמענט דעפיוטי ווארטזאגער באריכטעט אז אמעריקאנע באאמטע האבן דיסקוסירט די פאל פון א אמעריקאנע-סאודי בירגער מיט ארטיגע באאמטע.
סא'אד איבראהים אלמאדי איז געווארן פאראורטייל צו 16 יאר טורמע נאך וואס ער האט געלאזט פאלן ווירטואלע סטעיטמענטס וואס האבן קריטיקריט די סאודישע רעזשים.

* * * * *
סענאטאר פעטריק לעיהי (ד) איז פארלאפענע דאנערשטאג געווארן אפגעפירט אין שפיטאל נאכן זיך נישט גוט שפירן, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן איבערנאכט.
פרייטאג איז ער שוין פריי געלאזט און זיך אויפגעהאלטן אינדערהיים אין ווערמאנט דורכאויס די ענדע וואך.

* * * * *
אייאווע קאנגרעספרוי הינסאן (ר) געפונט זיך אין שפיטאל צוליב א נירן אינפעקציע.

* * * * *
בלומבערג באריכטעט אז דער פרעזידענט וועט מארגן מעלדן איבער א 10 מיליאן פעסער אויל פון די סטראטעגישע רעזערוון וואס וועלן ווערן ארויסגעגעבן, אלס טייל פון דיסטראטעגיע געמאלדן פריער אין יאר צו אראפברענגן געז פרייזן.
ווייסע הויז באאמטע אנטזאגן זיך אויף דערווייל צו דיסקוסירן די שפעקולאציעס/באריכטן.

* * * * *
א פרישע AARP אנקעטע צייגט אז דער פענסילוועניע רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דאקטער אז באקומט 46% שטיצע, אין פארגלייך צו 48% פאר זיין דעמאקראטישע קעגנער פעטערמאן.

* * * * *
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט (ר) היינט געמאלדן אז ער וועט נישט זיין אנוועזענד ביי א פאליטישע קאמפיין אויפטריט אין זיין סטעיט דורך דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ, צוליב וואס ער וועט זיך געפונען אין פלארידע פאר א געלט אויפטרייבונג קאמפיין.

* * * * *
די ליבערטעריען געשטימטע CATO אינסטיטוציע האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די ביידן אדמיניסטראציע פלאן צו פארצייען אויף טייל פעדעראלע געשטיצטע סטודענטן חובות.

* * * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם (ד) געמאלדן אז ער וועט לאזן אפלויפן די עמערזשענסי צושטאנד אין די סטעיט, אין רעזולטאט פון די קאוויד אונטערגאנג, קומענדיגע פעברואר.

* * * * *
וואשינגטאן די.סי. אטוירני זשענעראל קארל רעסיין (ד) געעפענט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען אנגעקומען אהין האבן ערהאלטן פארפירערישע הבטחות פון באאמטע אין אריזאנע און טעקסאס.

* * * * *
זשארזשיע וויילער האבן נעכטן, מאנטאג, אנגעהויבן אפגעבן זייערע שטימען אין די "עירלי וואוטינג".
לויט די אפיציעלע ציפערן געמאלדן דורך סטעיט באאמטע, זענען נעכטן געווארן אפגעגעבן העכער 131,000 שטימען, א רעקארד ציפער פאר די ערשטע טאג פון די פריע שטימען, נעמענדיג אין באטראכט אז אין 2018 איז די ציפער שטימען געווען ביי ארום 71,000.

* * * * *
ניו זשערסי אטוירני זשענעראל נעט פלאטקין (ד) קלאגט אן פינף פירמעס איבער זייער אנגעליבכע ראלע אין די קלימאט טויש קריזיס.
די קלאגע באשולדיט די פירמעס אין סיסטעמאטיש פארלייקענען די נאכווייען פון קלימאט טויש, ווי אויך אז זיי האבן אנגעפירט א העפטיגע פי.אר. קאמפיין צו פארלייקענען די אפעקטן פון קלימאט טויש.

* * * * *
א פלארידע זשורי האט זיך מישט געקענט פאראייניגן צו רעקאמענדירן די טויט שטראף פאר די פארקלענד שולע שיסער ניקאלעס קרוז און אנשטאט רעקאמענדירט לעבנסלענגליכע טורמע אן די מעגליכקייט פון פאראול.
די סענעטענסינג איז באשטימט געווארן אויף נאוועמבער 1.

* * * * *
ארבייטער ביי א עמעזאן וועירהאוז אין אפסטעיט ניו יארק האבן געשטימט, 406-206, קעגן פארמירן א יוניאן וואס זאל זיי רעפרעזענטירן.

* * * * *
אמעריקען עירליינס איז איינגעגאנגען צו צאלן א מינימום פון 7.5 מיליאן דאלער אין פארגיטיגונג נאך וואס עטליכע פאסאזשירן האבן באשולדיט די פירמע אין זיי אומבארעכטיגט איבעררעכענען פאר די רענצלעך וואס זיי האבן אריינגעגעבן ביים רייזן.

* * * * *
די טי.עס.עי אגענטור האט פארלאפענע זונטאג אונטערזוכט 2.49 מיליאן פאסאזשירן, די העכסטע ציפער זינט פעברואר 2020 אבער דאך לייכט נידעריגער פון די 2.51 מיליאן די זעלבע דאטום א יאר פריער אין 2019.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח אלעקסיי!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח אלעקסיי!


(נישט מוצאי יו"ט דארף מען פארן א ווייטע וועג מיט קפיצת הדרך?)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

א הארציגן דאנק!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח אלעקסיי
א נייעם ווינטער האלט אונז געשפאנט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שכח אלעקסיי
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

ענדליך שכח שכח
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

ב"ה צוריק ש'כח
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג נח

די יו.ען. זיכערהייט קאונסיל האט פרייטאג באיינשטימיג אשטעטיגט א רעזולאציע צו ארויפשטעלן עקאנאמישע און פערזענליכע סאנקציעס אויף אזעלכע וואס 'אונטעמינעווען די פרידן אדער סטאביליטעט' פון האיטי.
די רעזולאציע דערמאנט זשימי שעריזיער -די לאנד'ס מאכטפולסטע מאפיאנער- אלס א הויפט ציל פון די פרישע סאנקציעס.

* * * * *
אנזע לאוגער, א געוועזענע אויסער מיניסטער, האט געווינען ארום 33% פון די אפגעגעבענע שטימען אין די פרעזידענטליכע וואלן אפגעהאלטן היינט אין סלאוועניע.
ער וועט זיך פארמעסטן אין די צווייטע רונדע קעגן Natasa Pirc Musar.

* * * * *
געזונטהייט באאמטע אין אוגאנדע באשטעטיגן אז אין די לעצטערע טעג האבן פינף פאציענטן געטעסט פאזיטיווע פאר די עבאולע וויירוס ביי א שפיטאל אין די הויפטשטאט קאמפאלא.

* * * * *
סאודי'שע קרוין פרינץ מוחאמעד בין סאלמאן וועט נישט אנטיילנעמען ביי די אראבישע סאמיט וואס קומט פאר אין אלזשעריע, אין איינקלאנג מיט די ראט פון דאקטוירים אז דער פרינץ זאל נישט רייזן.

* * * * *
האלאנדישע געזונטהייט באאמטע האבן אין די פארלאפענע טעג אומגעברענגט העכער 40,000 טוריקי פייגל, נאך וואס מ'האט ביי זיי אנטדעקט א געפארפולע פייגל פלו וויירוס.

* * * * *
פרעזידענט ביידען באגריסט די איינשווערונג פון איטאליע'ס נייע פרעמיער מיניסטארשע, די ערשטע פרוי אויף די אמט אין די לאנד'ס היסטאריע.

* * * * *
פארטיידיגונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין האט היינט אפגעהאלטן א צווייטע טעלעפאנישע געשפרעך מיט זיין רוסישע קאלעגע, נאך וואס זיי האבן אפגעהאלטן א פריערדיגע געשפרעך בלויז פארלאפענע פרייטאג.

* * * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי אנטזאגט זי ענטפערן אויף פראגן אויב זי וועט אנהאלטן איר פירערשאפט אמט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי נאך די מידטורם וואלן.

* * * * *
קאנגרעסמאן זשעימס קלייבורן (ד) פון סאוט-קאראליינע וויל נישט רעדן איבער די פראגע אויב פרעזידענט ביידען זאל לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2024 ביז נאך די בעפארשטייענדע מידטורם וואלן.

* * * * *
די קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די קעפיטאל איבערפאל האט פארמאל ארויסגעשיקט א סובפינע פאר דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ, מיט א פארלאנג ער זאל ערשיינען אין קאנגרעס אום נאוועמבער 14.

* * * * *
די פעדעראלע אי.פי.עי. אגענטור באשטעטיגט אז זי האט געעפענט א אויספארשונג איבער די אנגייענדע וואסער קריזיס אין זשעקסאן, מיסיסיפי, איבער באשולדיגונגען פון מעגליכע ציווילע רעכטן פארלעצונגען דורך די ארטיגע סטעיט און סיטי רעגירונג.

* * * * *
סי.די.סי. דירעקטארין פרוי וואלענסקי איז געווארן דיאגניזירט מיט די קאוויד וויירוס.

* * * * *
ציפערן פון די 'בארדער ענד קאסטומס פאטראל' צייגן אז אין די פארלאפענע פיסקעל יאר (נארוואס געשלאסן אום סעפטעמבער 30) זענען ארום 2.38 מיליאן אימיגראנטן געווארן פארהאלטן ביים פרובירן אריינקומען אין לאנד אומלעגאל.
דאס איז העכער ווי די רעקארד ציפער פון 1.7 מיליאן געשאפן א יאר פריער.

* * * * *
דורכאויס א קאמפיין אויפטריט נעכטן אין טעקסאס, האט דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ געלאזט פאלן ווערטער אז וועט ווארשיינליך לויפן פאר א צווייטע טערמין.
'אויף צו קענען מאכן אונזער לאנד סוקסעספול, פארזיכערט און גלאררייך ווידעראמאל, וועל איך ווארשיינליך מוזן דאס נאכאמאל טאן'.

* * * * *
א פרישע באריכט צייגט אז זינט ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן האבן אנגעהויבן טראגן קערפער קעמערעס ביים פאטראלירן די פובליק האוזינג געביידעס איז די צאל קאמפלעינטס קעגן אפיצירן געפאלן מיט איבער 40%, אויך איז די צאל ארעסטן דורכגעפירט היבש געפאלן.

* * * * *
ניו יארק סיטי פאליציי 'שעף אוו דעפארטמענט' קען קארי וועט אפטרעטן פון אמט ענדע נאוועמבער, ווייניגער ווי א יאר וואס איז געווארן איינגעשוואוירן אויף דעם הויכראנגיגן פאסטן.

* * * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר האוקעל געמאלדן מיט צופרידענהייט אז א 80 ביליאן דאללער פראיעקט צו איבערפלאסטערן טיילן פון די 'לאנג איילענד עקספרעסוועי' איז געקומען צו א סוקסעספולע ענדע א מאנאט פריער ווי געלויטעט אונטער די אפיציעלע פלענער.

* * * * *
באאמטע אין סאן-פראנסיסקאו, קאליפארניע, מעלדן אז די געזונטהייט עמערזענסי צושטאנד איינגעשטעלט פריער אין יאר, צלויב די מאנקיפאקס אויסברוך, וועט קומען צו א ענדע קומענדיגע וואך.

* * * * *
פלארידע געזעצגעבער וועלן אפהאלטן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע בעפאר ענדע יאר צו באהאנדלען די סטעיטס פארפערטי אינשורענס אינדוסטרי אין ליכט פון די שאדנס געשאפן דורך האריקעין איען.

* * * * *
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס זאגט אז זיין אדמיניסטראציע וועט ארויסגעבן רעקארדס ארום דאס טראנספארטירן די אומלעגאלע אימיגראנטן קיין מאסאטשוסעטס ביז אנהויב דעצעמבער.
דאס קומט אין רעאקציע צו א געריכטליכע קלאגע אריינגעגעבן דורך די 'פלארידע סענטער פאר גאווערמענט אקאונטעביליטי' וואס האט פארלאנגט צוטריט צו אלע רעקארדס, און דער ריכטער האט פארארדענט דער גאווערנאר זאל גיבן זיין ענטפער ביז פאריגע וואך, אבער די אדמיניסטראציע טענה'ט אז זי האלט אינמיטן פראצעסירן אזויפיל ווי 90 רעקארדס פארלאנגען אנבלאנגט די טראנספארטן.

* * * * *
וואלמארט איז איינגעגאנגען צו צאלן 215 מיליאן דאללער אלס טייל פון א שליכטונג מיט די פלארידע סטעיט באאמטע איבער באשולדיגונגען אז די םירמע איז טיילווייז שולדיג אין די אפיאד קריזיס אין די סטעיט.

* * * * *
'סטעפארד היי סקול' אין ווירזשיניע האט אפגערופן אלע ענדע -וואך אקטיוויטעטן נאך וואס ארום האלב פון די סטודענטן האבן געצייגט פלו סימפטאמען.

* * * * *
א טעקסאס סטעיט פאליציי אפיציר וואס איז אנוועזנד געווען פריער אין יאר ביי די יו-וואלדי שולע שיסעריי איז געווארן אויפגעזאגט פון אמט פארלאפענע פרייטאג.

* * * * *
זעקס זענען אומגעקומען ביי א אפארטמענט פייער פארלאפענע פרייטאג אין מילוואקי, וויסקאנסין.
אויספארשער קוקן אריין צו די פייער איז נישט געווארן בייזוויליג אונטערגעצינדן.

* * * * *
א מאן אין וויסקאנסין איז געווארן אנגעקלאגט אויף האסן פארברעכן קלאגעס נאך וואס האט אפגעשניטן די אינטערנעט קעיבעלס ביי זיין שכן, צוליב וואס ער האט געקלערט אז יענער געפונט זיך אין לאנד אומלעגאל.

* * * * *
פעדעראלע פראסעקיוטאר האבן פאריגע וואך פארעפענטליכע קלאגעס קעגן זיבן כינעזער פארן אנטיילנעמען אין פארפאלגן א כינעזער אפשטאמיגע אין א פארזוך צו צווינגען יענעם ער זאל צוריקפארן קיין טשיינע אויף די פארלאנג פטו די ארטיגע רעגירונג.

* * * * *
די 'נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע' האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין פעדעראלע געריכט קעגן 'גוגל', מיט די באשולדיגונג אז די זשימעיל ספעם פילטער איז דירעקט אנגעשטעלט צו פארשיקן די קאמיטע אימעילס, וואס זי שיקט ארויס צו שטיצער, אריין אין מיסטקאסטן.

* * * * *
די פעדעראלע 'אכטע קרייז אפעלאט געריכט' האט בלאקירט, אויף צייטווייליג, די פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע צו פארגעבן טייל פון די סטודענטן חובות, דאס קומט אין רעאקציע צו א לאוסוט אריינגעגעבן דורך עטליכע רעפובליקאנע סטעיט אטוירניס-זשענעראל.
די ווייסע הויז זאגט אבער אז טראץ די אדמיניסטראציע איז, אויף דערווייל, בלאקירט פון קענען פארגעבן די חובות, טוט דאס אבער נישט אפהאלטן אזעלכע וואס ווילן זיך איינגעבן פאר די פראגראם, ווי אויך וועט די אדמיניסטראציע ווייטער איבערקוקן די אפליקאציעס.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח אלעקסיי!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
קאפיבארא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיבארא »

enjoy האט געשריבן:
שכח אלעקסיי!
בילד
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פאר יעדע מאל וואס דו לייגסט אריין די פילע ארבעט אונז צו מהנה זיין דארף מען נאכאמאל זאגן ישר כח!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

באמת א שכח אלעקסיי! אויב דו האסט צייט טו עס מער אפט..!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מיטוואך נח

קאנאדישע געזעצגעבער האבן אפגעווארפן א פארשלאג צו אפהאקן די פארבינדונגען מיט די בריטישע מלוכה.

* * * * *
פראנצויזישע פרעזידענט מאקראן היינט אפגעהאלטן א עמערזשענסי זיצונג מיט דייטשע קאנצלער שולץ אין פאריז.

* * * * *
יאפאן האט געמאלדן די פארשליסונג פון איר אמבאסאדע אין האיטי אין ליכט פון די שווערע זיכערהייטס צושטאנד אין לאנד.

* * * * *
אמעריקאנע הויפט גענעראל מארק מיילי היינט גערעדט מיט זיין קאנאדישע קאלעגע צו דיסקוסירן די אנטוויקלונגען אין די רוסלאנד-אוקריינא קאנפליקט, ווי אויך איבער די פארערגערטע זיכערהייטס צושטאנד אין האיטי.

* * * * *
אין איראן זענען היינט פארגעקומען מאסן פארזאמלונגען און צערמאניעס צו אפצייכענען די 40 טאג זינט די אומקום פון פרוי אמיני אין די הענט פון די ברוטאלע 'מאראלישע פאליציי'.
צווישן אנדערע זענען עטליכע טויזענט ארויסגעקומען צו איר באגרעבעניש ארט אין די שטאט 'סאקעז' אין די קורדיסטאן ראיאן אין לאנד. ראיאט פאליציי אויפן ארט האבן געעפענט פייער אויף די פארזאמעלטע, מיט צענדליגע וואס זענען פארוואונדעט געווארן. אויך באריכטעט די ארטיגע לאקאלע פרעסע איבער א רעוואלוציאנערע גווארדיע זעלנער וואס איז אומגעקומען נאכן ווערן באטראפן פון קוילן 'געשאסן דורך די ראיאטירער'.

* * * * *
אין אנדערע איראנ'ע נייעס, זענען אמווייניעסטענס פופצן אומגעקומען נאך וואס טעראריסטן האבן געעפענט פייער ביי א שמייליגע ארט אין די דרום דטאט 'שיראז'.

* * * * *
קאנאדישע פאליציי האבן געמאלדן די ארעסט פון א פרוי וואס האט זיך אומגעקערט אהיים נאכן ווערן פארהאלטן אין קורדישע ארעסט די לעצטערע יארן, אויף פארדאכטן אז זי האט ארויסגעהאלפן די איסלאמישע שטאט טעראר גרופע אין סיריע.

* * * * *
פרעזידענט ביידען היינט אפגעהאלטן א זיצונג מיט מדנ"י פרעזידענט הערצאג אין ווייסן הויז.
צווישן אנדערע איז געווארן אויסגעשמועסט די געפאר וואס איראן שטעלט פאר פאר מדנ"י, און איבער דאס וואס איראן שטעלט צו מיליטערישע געצייג פאר די רוסן.

* * * * *
סענאט מאיאריטעט פירער שומער אינאיינעם מיט קאנגרעס ספיקער פרוי פעלאוסי אפגעשיקט א איינלאנדענונגס בריוו צו מדנ"י פרעזידענט הערצאג זאל געבן א רעדע פאר ביידע קאנגרעס הייזער 'צו אפצייכענען די היסטארישע דערגרייכונג' פון פינף-און-זיבעציג יאר זינט די מגינה איז געגרינדעט געווארן.

* * * * *
טרעזשורי סעקרעטאר פרוי יעלען וועט מארגן באזוכן אין קליוולאנד, אהייאו, צו ארויסהייבן די עקאנאמישע אויפטואונגען פון די יעצטיגע אדמיניסטראציע.

* * * * *
אויסערן סעקרעטאר ענטאני בלינקען לאזט זיך מארגן ארויס אויף זיין ערשטע אפיציעלע רייזע קיין קאנאדע, וואו ער וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט די ארטיגע רעגירונגגס באאמטע.

* * * * *
אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט פארדאמט די פרישע שולד אורטייל קעגן דער האנג-קאנג מענטשן רעכט אקטיוויסט זשימי לאי וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אויך פראוד קלאגעס.
לאי איז שוין געזיצן אין טורמע פון פריער נאכן ווערן באשולדיגט אויף אנטיילנעמען ביי אומלעגאלע פארזאמלונגען.

* * * * *
אונטערשרייכענדיג די וויכטיגקייט פון די פענסילוועניע סענאט זיץ ביי די יעצטיגע מידטואם רונדע, ווערט באריכטעט אז סיי דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ און סיי דער יעצטיגע פרעזידענט ביידען וועלן אפהאלטן ראליס אין די סטעיט אום נאוועמבער 5, בלויז 3 טעג פאר די וואלן ווערן אפגעהאלטן.
דאס וועט זיין דער דריטע באזוך פון די צוויי פרעזידענטן אינערהאלב די סטעיט אין די יעצטיגע וואל רונדע, און פרעזידענט ביידען וועט ערשיינען אינאיינעם מיט דער געוועזענע פרעזידענט אבאמא.

* * * * *
פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א ראלי אין אייאווע אין שטיצע פון די ארטיגע גאווערנאר פרוי רעינאלעדס און סענאטאר טשאק גרעסלי.

* * * * *
געוועזענע פרעזידענט טראנפ וועט אפהאלטן א ראלי אין פלארידע אין שטיצט פון סענאטאר רוביא אום נאוועמבער 6, בלויז צוויי טאג בעפאר די וואלן.

* * * * *
סאוט קאראליינע גאווערנאר הענרי מעקמעסטער (ר) האלט היינט אפ א דעבאטע מיט זיין דעמאקראטישע קעגנער זשאו קאנינגהעם.

* * * * *
פעדעראלע עף.עי.עי. אגענטור זאגט אז די צייטווייליגע וועיווערס איינגעשטעלט אנהויב פון די וויירוס עפאכע, אז פלופטליניעס מוזן נישט פארנוצן אזויפיל פון זייערע סלאטס ביי די פארנומענע עירפארטס איבערן לאנד, וועט קומען צו א ענדע, און עירליינס וועלן מוזן צושטעלן פלייטס פאר די געווענליכע מינימום פון 80% פון זייערע סלאטס.

* * * * *
א ניו יארק סיטי ריכטער האט נעכטן געאורטיילט אז די וואקסין מאנדאט פאר סיטי איינגעשטעלטע איז נישט אויסגעהאלטן, און פארארדענט אז די אפגעזאגטע זאלן ווערן צוריקגעשטעלט אויף זייערע אמטן און באקומען באצאלט אויך אויף צוריק.
צווישן אנדערע, האט דער ריכטער אנגעוויזן אויף קאמענטארן פון פרעזידענט ביידען אז די וויירוס געפאר איז שוין פאראיבער, און אויף דעם וואס די סיטי באאמטע האבן אין די לעצטערע טעג געשטימט צו אפשאפן א וואקסין מאנדאט פאר איינגעשטעלטע ביי פריוואטע פירמעס אינערהאלב די סיטי.

* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ריכטער פארארדענט די גאווערנארס אפיס זאל ארויסשטעלן די רעקארדס ביז צוואנציג טעג.

* * * * *
א 5.1 ערדציטערניש איז נעכטן געשפירט געווארן אין טיילן פון קאליפארניע.

* * * * *
די 'בראדערהוד אוו רעילראוד סיגנאל-מען' יוניאן -וואס פארטרעט העכער 6,000 רעילראוד ארבעטער- זאגט אז אירע מיטגלידער האבן אנידערגעשטימט א צייטווייליגע אפמאך דערגרייכט פאריגע מאנאט פון ווערן פערמענאנט.
דאס איז שוין די צווייטע יוניאן צו אפווארפן די אפמאך, נאך וואס די בי.עמ.דאבעליו.אי.די. יוניאן -וואס פארטרעט העכער 11,000 ארבעטער- האט עס שוין פריער אפגעווארפן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח אלעקסיי!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

enjoy האט געשריבן:
שכח אלעקסיי!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

Rak Tov האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
שכח אלעקסיי!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”