בלאט 219 פון 1159

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 11:49 am
דורך פרנס היום
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:דזשאסט צו סעטן די רעקארד אביסל.

איר ווייס נישט פון וואו די ציבור דא נעמט דא זייערע נאמבערס איבער וויפיל היימישע משפחות עס וואוינען אין די ניו יארקע געגנטער.
אלץ איינער וואס גלייכט אביסל נאמבערס בפרט היימישע נאמבערס האב איך שוין בעבר אפגעציילט טעלעפאון בוקס און געזען היפש אנדערע נאמבערס ווי דא געשריבן.

אין קרית יואל איז עס ממש לעצטענס איבערגעשטיגן 6000 משפחות.
אין וויליאמסבורג איזעס געווען ביי אביסל מער פון 12 א האלב טויזענט
און אין בארא פארק 19 מיט עפעס טויזענט


איך ווייס נישט וועלכע רעקארדס (אזשענדעס) די זיכסט צו סעטען אבער איר לעבט בהקיץ , עס קומען צו יערליך אפאר הונדערט פרישע דירות אין וויליאמסבורג און יעדע דירה איז פול + בערך 600 פרישע פארלעך, עס מופן אוועק טאקע בערך 200 א יאר שוין אסאך געזאגט , איינער וואס קען נומבערס טענה'ט מיר אז סאיז דא בערך 20 טויזענט משפחות כעת אין וויליאמסבורג, עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען , איך האב מיר אויף איינגערעדט אז יארע תש"פ וועט זיין אין וויליאמסבורג אינטער 10 טויזענט משפחות , אבער אז מען מיינט נער'ט מען זיך :lol: , ווען וועלט איז וועלט וואלט אזוי געווען אבער די באשעפער וויל אנדערש

רבונא דעלמא כולא!
וואס האט דיך געמאכט אזוי מיינען??

וועגן הונדערטער אדער גאר טויזענטער משפחות אין NYC רייסן זיך די האר פון קאפ פארוואס זיי האבן נישט אוועקגעמופט פון שטאט ווען זיי האבן עס געקלערט צו טין, מען הערט פון בראוקערס אז יעדע הויז צו פארדינגען אין אפסטעיט/ווי קרית יואל והגלילות און לעיקוואד והגלילות זענען געווארן פארכאפט די טעג פון שטאטישע רענטערס וואס האבן אפגעפיצט בעוד מועד , נאכדעם וואס די שטאט ווייזט אז זיי דארפן נישט אירע בירגער , די עפפעקט איז להבדיל ביי גוים אויך

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 11:52 am
דורך פרנס היום
ר' יום טוב האט געשריבן:טא אויב אזוי פארוואס האבן די גרעסערע מוסדות אין שטאט כמעט נישט צוגעזען קיין וואוקס די לעצטע 10 יאר?


לא דובים ולא יער
מוסדות 82 סאטמאר, האט פאריאר עפענטליך זיך אנטשולדיגט אין די אויסגאבעס, אז זיי האבן זיך פארעכענט מיט נומבערס מיטן מיינען אז די עולם פיצט אפ,למעשה האבן זיי נישט קיין פלאץ אין קיין איינע פון זייערע בנינים און מען האט געלערנט אפאר חדשים אין לאנטש רומס,און געדארפט צו דינגען פון מוסדות מהר"א אפאר בנינים,
סאטמאר מהר"א האט נישט געוואקסן די לעצטע יאר /צוויי מיט קיין גרויסע נומבערס ,אבער די לעצטע 10 יאר איז ליגענט

ביודעי ומכירו קאמינא אז מוסדות 82 האט א ערענסטע דילעמא וואס מען טוט ווייטער , וועגן א בנין אין שטאט קאסט אפ צענדליגע מיליאנען , און אין לעיקוואד/קרית יואל/בלומינגבורג קאסט עס א צענטעל , און זיי ווייסן נישט וויאזוי זיי ווען קענען אויפקומען מיט נאך בנינים , לויט ווי די חשבון ווי עס וואקסט וועלן זיי יעדע פאר יאר דארפן אויפקומען מיט פרישע 10/15 מיליאן דאלאר פאר בילדונגס,
זיי ענדיגן יעצט צו א בנין /עקסטענשען פון פינעף שטאק וואס איינמאל דאס איז גענדיגט איז עס פול , די קליינטשיגע פינעף שטאקיגע בנין קאסט אפ באלד 10 מילאן דאלאר אן וואס די פראפערטי האט נישט געקאסט קיין געלט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:04 pm
דורך כאניש וואס צו טון
ר' סנדר ז"ל האט דאך שוין מעיד געווען אז לויט ווי ס'גייט וועט מען יעדעס יאר דארפן א נייע בנין פאר די מוסדות!

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:22 pm
דורך טראק דרייווער
פרנס היום האט געשריבן:עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען


ווי פונקטליך אין וויליאמסבורג בויעט מען אזויפיל דירות?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:24 pm
דורך יוראפ
בנוגע די נומערן פון די מעילינגס ווייס איך דאך יא אז כ'האב שוין אויפגעפיקט הונדערטער איבריגע ענוועלאפס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:36 pm
דורך דברים אלו
און וויליאמסבורג איז שוין 20 יאר צוריק געהאלטן בי 14 טויזענט משפחות

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:36 pm
דורך הרב_שלום
טראק דרייווער האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען


ווי פונקטליך אין וויליאמסבורג בויעט מען אזויפיל דירות?


אויפ בעדפארד צווישען מערטעל און פלאשינג, 2 געז סטאנציע און 1 זאל איז אראפ
דארט ווי עס געוועזען ראוז קעסטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:38 pm
דורך ראש חדשים
ביטע ממשיך זיין דעם שמועס אינעם נייעס אשכול
viewtopic.php?f=21&t=42582#p2193957

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:40 pm
דורך lebediger berel
פרנס היום האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:סאיז מיר פינקט אויגעקומען צו רעדן צו א ליסטינג קאמפעני ער זאגט אז ער שיקט ארויס אין ווילאמסבורג צי 16000 יודישע אדרעסן
אין קרית יואל צו 6000

עס איז דא אין וויליאמסבורג איבער 19 טויזענט משפחות קיין עין הרע , כן ירבו, דער עולם פארגעסט אז עס קומט צו בערך 600 פרישע פארפעלקער א יאר , אין 4 יאר איז עס בערך 2500 פרישע משפחות ,
עס איז אשאד די טענה'ריי ,טעלעפאון בוק אדער ליסטינגס מיינט נישט גארנישט

אז די טעלעפאן בוקס און ליסטינגס מיינט נישט גארנישט, פון וואו האסטו "יא" דיינע נומערן?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 12:49 pm
דורך יואל שרייבער
איך האב פרובירט צו מאכן א חשבון, אין ניו יארק סיטי זענען איינס פון 82 מענטשן העכער 65 אוועק ל''ע, אין קר''י זענען 6 מענטשן העכער 65 אוועק ל''ע, לויט די צענזוס זענען 2.2 פראצענט פון קר''י העכער 65 , דאס קומט אויס 550 מענטשן.

ד''מ אז דער מצב אין קר''י איז בערך אזוי שלעכט ווי די סיטי אין אלגעמיין.

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:13 pm
דורך פאראיעריגער שניי
רבי יואל נעם אין אכט אז ביי היימישע אידן איז עס געווען אסאך מער פארשפרייט והא ראיה שוין צוויי וואכן וואס ניינציג פראצענט פאלגט נישט די גיידליינס.
און אז די סעסנזוס איז צען יאר צירוקגעשטאנען

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:19 pm
דורך אלופי אדום
ראש חדשים האט געשריבן:ביטע ממשיך זיין דעם שמועס אינעם נייעס אשכול
viewtopic.php?f=21&t=42582#p2193957

סעמיר נישט אזוי וויכטיג אז מ'זאל דארט ממשיך זיין, אבער דא איז זיכער נישט די פלאץ דערפאר

טענקס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 1:22 pm
דורך פאראיעריגער שניי
און אגב ר יואל נפשות האט קרית יואל והגלילות אריבער פינף און דרייסיג טויזענט און גלילות ווערן נישטאמאל פארעכענט אינעם סענזוז פלאז וואס סתם אזוי איז דער נאמבער היפש מער פון 550

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 3:06 pm
דורך פרנס היום
טראק דרייווער האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען


ווי פונקטליך אין וויליאמסבורג בויעט מען אזויפיל דירות?

געוועזענע ראוז קעסטעל -פרענקלין
קעסקעיד
העריסאן בארטלעט
מערטעל טרופ
דשונסקיא ראבינאוויטש הייבט יעצט אן גערי 1100 דירות
מיט נאך אסאך קלענערע דעוועלעפמענטס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 4:21 pm
דורך באקסער בוים
סארי פארן אריינהאקן, איך וואוין נישט אין ק"י, איינער קען אריינקומען קלאר וואס האט זעלענקא געזאגט, און איבערוואס האט זיך אנגעהויבן די טענה'ריי דא איבער די גרויסקייט פון די אידישע געגנטער?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 6:30 pm
דורך חקרן
שטיגליץ האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אומגעקומענע
בארא פארק 137( פון בערך 25 טויזנט משפחות )
וויליאמסבורג 71( פון בערך 18,000 משפחות )
מאנסי סקווער 41( פון בערך 11,000 משפחות )
קראון הייטס 42(זייער הויך )פון בערך 2000 משפחות? )
קרית יואל 19( פון בערך 6,000 משפחות )
לעיקוואוד 28( נידריג ב''ה)פון בערך 12,000 משפחות )
מאנטריאל טאהש 6( נידריג ב''ה)פון בערך 2,000 ? משפחות


וויפיל היימישע אידן זענען אוועק אין די תקופה פון די מגיפה?

איך וויל דיר פארעכטען אפער ציפערן
מאנסי און די אומגעגענט האלט היינט ביי ארום 19000 משפחות
לעיקוואד ביי ארום 20000
און ק״ה האט זיך גאר שטארק צו וואקסען און ס׳האלט ביי ארום 7000 משפחות


דיינע נאמבערס שטימען בערך מיט זאלענקא'ס נאמבערס

בנוגע נומערן איז כדאי אייך קלאר שטעלן ווי ווייט די עולם כאפט נישט די גרויס פון די חרדישע ציבור נעם לדוגמא ב''פ
וואס לויפט פון 36 ביז 64
פון 9 ביז 22
וואס איז א חשבון פון 364 סקווער בלאק
יעצט אויף א עווירדזש גאס איז דא בערך 26 סינגעל הייזער יעדע זייט
לאמיר נישט רעכענן עוויניוא גאסן און בנינים און מיט וועט עס צוטיילן פער דריי משפחות און יעדע הויז
וועט אויס קומען א יעדע גאס 156 משפחות
מאל 364
56,784 משפחות און אפילו מוועט אראפ נעמען א דריטל דאס הייסט 18,928
פארבלייבט 37,856
דאס איז בארא פארק
ווילאמסבורג איז שווערער אויסצורעכנען
אבער לעיקוואד לדוגמא האט מען און די לעצטע יארן געבויט און נייע דעיוועלאפמינטס איבער 4,000 נייע דירות און דאס רעכענט נישט אריין די בעיסמענטס וואס מפארדינגט
וכהנה רבות ואכהמ''ל

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 7:23 pm
דורך maybeeynot
וואס איז די טרעפיק יעצט ביים אריין פארן אין שטעטל
די חלוקות?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 8:02 pm
דורך Kollel
maybeeynot האט געשריבן:וואס איז די טרעפיק יעצט ביים אריין פארן אין שטעטל
די חלוקות?

יא יא

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 10:02 pm
דורך Kollel
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כווייסניש פונקט, כ'האב גערעדט צו ר' שלמה פאריגע דאנערשטאג', האט ער מיר געזאגט "ציעשאנוב וועט דעם שבת דאווענען אי"ה אין דעם נייעם לאקאל" און גראד צוגעלייגט "ס'נאכנישט די אפיציעלע פתיחת ביה"ד, אבער מ'וועט שוין דאווענען דארט די וואך"

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 10:30 pm
דורך געשמאקע נייעס
ווי איז די נייע ביהמ"ד לאקאציע ?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 11:22 pm
דורך Kollel
געשמאקע נייעס האט געשריבן:ווי איז די נייע ביהמ"ד לאקאציע ?

23 העיס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2020 1:05 pm
דורך אחת ואחת
Kollel האט געשריבן:
געשמאקע נייעס האט געשריבן:ווי איז די נייע ביהמ"ד לאקאציע ?

23 העיס

איך גיי דארט דורך יעדן טאג, עס קוקט נישט אויס ווי ס איז שוין אויפגעפיקסט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2020 1:15 pm
דורך צו געזונט
NEWS12 ביי די ראצפערט חדר

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2020 1:22 pm
דורך Mister
צו געזונט האט געשריבן:NEWS12 ביי די ראצפערט חדר

װען כהאב געטראגען מיין יונגל 9 צופרי איז געװען דארט א סטעיט פאליס, (כװייס נישט צו ביים חדר אדער נייע בילדינג קאנסטראקשען סייט דערנעבן) דערנאך אװעקגעפארן.
זענען זיי מער נישט דא צו אינפארסירן סאשעל דיסטענטס?

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2020 1:35 pm
דורך maybeeynot
Mister האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זענען זיי מער נישט דא צו אינפארסירן סאשעל דיסטענטס?

ווילאנג סאיז שטיל זענען זיי אויך ודי
אייגענע סברה