פופציגער האט געשריבן:כ'בין סתם נייגעריג. איז עס א נארמאלע זאך אז א בעל מלאכה זאל טשארדזשן געלט פאר זיין סערוויס און צולייגן אן עקסטערע טשארדזש ווייל ס'נישט די ערשטע שטאק און ער דארף גיין סטעפס?
אלעס אין די היימישע עקאנעמיע לויפט היינט בערך אזוי.
דו מוזט סייווי די פראדוקט אדער די סערוויס, דעריבער וועסטו סייווי צאלן אלע סורטשארדזעס בלית ברירה.
און בכלל זענען פרייזן אזוי אסטראנאמיש געשטיגן, איך האב געצאלט פאר גענוי 10 יאר צוריק פאר א שיינע סייז אוינינג $1100
היינט דארפסטו נעמען א מארגעדזש פאר דעים אליין.
איך זאג אלץ, ווען מ'זאל נעמען א וואגשאל און ארויספלייגן אלעס פון די היימישע עקאנעמי אויף די רעכטע זייט, און עס אויסגלייכן מיט ריין גאלד אויף די לינקע זייט, איז שוין באלד יתכן אז די רעכטע זייט וועט קאסטן מער...