הרים כדונג האט געשריבן:די בית הוראה דקיט"ל האט א ספעציעלע אפטיילונג אויף זייער נומער 845-782-6465 ביי עקסטענשן 3 אין עניני עירובין מ'קען אויך דארט פרעגן שאלות ספעציעל אין עניני עירוביןBorrower האט געשריבן:ווי קען מען אויסקלארן א פראגע / שאלה איבערן תחום שבת ביי די זייט בעיקערטאון / סעווען ספרינגס / רידזש / רט 105 צו עיקרס ???
איך האב א עירוב תחומין מעפ פון בלומינג גראוו געמאכט היי יאר דורך הרב ווייס פון מאנסי ועד לתחום שבת, אינטען שטייט דערמאנט אז לגבי קרית יואל גופא קען מען רופן ר' שבתי קאהן. א פלא פארוואס ס'איז נישט דא אזא מעפ פאר קרית יואל אדער טאון אוו מאנרא מיט די נייע היימישע געגנטער, (געווען עפעס א מעפ 10 יאר צוריק וואס די כולל האט ארויסגעגעבן אבער איז שוין לאנג אוטדעיטעד און האט נישט די נייערע גאסן וואס טוישט די מציאות)
ס'גראדע דא א מאפע פון הרב ווייס פון מאנסי לגבי ווילידזש אףף מאנראו ביז נאך העלף האלאו. די מאפע איז בערך 2 יאר אלט. ס'ליגט אין די העלף האללאו שול.