אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ריכטער אין טעקסאס זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג איז 60% פאראנטווארטליך פאר א מאסן שיסעריי מיט עטליכע יאר צוריק.
אין 2017 האט דעווין פעטריק קעלי -א געוועזענע עירפארס מיטגליד- אריינגעשטורעמט אין א טעקסאס קירכע, און אויסגעמארדעוועט 26 מענטשן.
דער ריכטער זאגט היינט, אז די רעגירונג איז שולדיג פאר'ן נישט אריינשטעלן דעטאלן פון א ווילדע איבערפאל קלאגע אינערהאלב די דעיטא-באזע וואס ווערט גענוצט צו דורכפירן בעקגראונד טשעקס אויף מענטשן וואס ווילן זיך איינהאנדלען וואפן.
פעדעראלע ריכטער האוויער ראדריגעז -פון די מערב דיסטריקט געריכט אין טעקסאס- אורטיילט היינט אז די פעדעראלע רעגירונג מוז צאלן 230 מיליאן דאלער פאר איבערלעבער און פאמיליעס פון די אומגעקומענע ביי די שיסעריי.