גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

פער בריסטאו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:A woman fatally shot a man who began firing an AR-15-style rifle into a crowd of people gathered for a party in Charleston, West Virginia, authorities said. “She engaged with the threat and saved several lives”


?Will this story also be in the news

יא יא, ליידער רעדט מען מער פון 21 טויטע ווי א מעשה וואס קיינער איז נישט געשטארבן, אונז זענען אלע פשוט אראפ פון זינען, א מעשה ווי קיינער איז נישט טויט איז נישט אין די נייעס, פשוט משוגעים!

די מעשה ווי איינער איז אפגעהאלטן געווארן דורך א אנדערע גאן איז סך א גרעסערע נייעס, און איז א גזירה שוה אז יעדע שיסעריי קען מען אפהאלטן, און אז ווען די מאסן מארד וואלט פארגעקומען אין א סטעיט מיט לויזע גאן געזעצן וואלט דער ״גוד גאי״ אוודאי דערשאסן דעם מערדער.

מיר זענען אלע טויב און פארשטייען נישט גוט אז די ריכטיגע וועג צו אפשטעלן גאןס איז האבן מער גאנס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

שמעון ראלניצקי אין 'א טראפ טיפער' די וואך פרייטאג האט א שמועס איבער גאן קאנטראל מיט יואליש פעלזן
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נודניק האט געשריבן:סעקענד אמענדמענט בתיפארתה!

יאפ.
ווען נישט די סעקאנד אמענדמענט וואלט נישט געווען קיין שיסער. טאקע סעקענד אמענדמענט בתיפארתה!

כ'ווייס נישט צו אין דיע ספעציפישע קעיס האט ער געהאט דיע גאן ליגעל, באט דעטס נאט די פוינט)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

בעריש'ל האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:A woman fatally shot a man who began firing an AR-15-style rifle into a crowd of people gathered for a party in Charleston, West Virginia, authorities said. “She engaged with the threat and saved several lives”


?Will this story also be in the news

יא יא, ליידער רעדט מען מער פון 21 טויטע ווי א מעשה וואס קיינער איז נישט געשטארבן, אונז זענען אלע פשוט אראפ פון זינען, א מעשה ווי קיינער איז נישט טויט איז נישט אין די נייעס, פשוט משוגעים!

די מעשה ווי איינער איז אפגעהאלטן געווארן דורך א אנדערע גאן איז סך א גרעסערע נייעס, און איז א גזירה שוה אז יעדע שיסעריי קען מען אפהאלטן, און אז ווען די מאסן מארד וואלט פארגעקומען אין א סטעיט מיט לויזע גאן געזעצן וואלט דער ״גוד גאי״ אוודאי דערשאסן דעם מערדער.

מיר זענען אלע טויב און פארשטייען נישט גוט אז די ריכטיגע וועג צו אפשטעלן גאןס איז האבן מער גאנס.


מ’רעדט מער פון 21 קינדער וואס זענען נעבעך געשטארבן פון א צירידערטער פארשוין. אבער ווי איינער פראטעקט זיך אדער פראטעקט א אנדערע מאסן שיסעריי איז יא כדי צו רעדן דערפון, אימעזשן דיינע פילינגס יעצט ווען נישט די לעידי האט א גאן…

מ’קען נישט אפהאלטן יעדע זאך און איך גלייב אז דו ווייסט דעיס אויך, אבער מ’קען טרייען זיך צו פראטעקטן פון די בעד גייס.

די וועג ווי זוי דו לייגסט אראפ אז די גאנצע איידיע פון האבן א גאן איז צו האבן נאך גאנס איז געוואלדיג.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:סעקענד אמענדמענט בתיפארתה!

יאפ.
ווען נישט די סעקאנד אמענדמענט וואלט נישט געווען קיין שיסער. טאקע סעקענד אמענדמענט בתיפארתה!

כ'ווייס נישט צו אין דיע ספעציפישע קעיס האט ער געהאט דיע גאן ליגעל, באט דעטס נאט די פוינט)


ס’גייט דיר נישט אן צו דעי שווארצער האט געהאט ליגעל צו נישט. דיינע אויערן גייען נאר הערן און ווילן פילן פילינגס פון קינדער וואס זענען דערשאסן געווארן נעבעך צום טויט.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:A woman fatally shot a man who began firing an AR-15-style rifle into a crowd of people gathered for a party in Charleston, West Virginia, authorities said. “She engaged with the threat and saved several lives”

דאס איז בערך איין ביליאן מאל מער רעלעוואנט.
אטעטשמענטס
IMG-20220526-WA0004.jpg
IMG-20220526-WA0004.jpg (43.76 KiB) געזען 881 מאל
20220529_004445.jpg
20220529_004445.jpg (156.48 KiB) געזען 881 מאל
IMG-20220525-WA0011.jpg
IMG-20220525-WA0011.jpg (44.96 KiB) געזען 881 מאל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ברענג אויך די טשארט וויפעל מענטשן פראטעקטן זיך פון ווייעלענט קריים יעדעס יאר דורכן האבן א גאן, און צו דעי טשארט וואס דו ברענגסט דא איז פון פלעצער ווי מענטשן האבן זיך טאקע נישט געקענט פראטעקטן
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בקיצור, דו ביסט גרייט צו צאלן אזויפיל טויטע אז מענטשן זאלן זיך קענען פראטעקטן פון אנדערע קריימס.

עטליעסט ביזטו אנעסט איבער דעם, רוב ווארפן סתם בלאטע און שרייען שיקאגא.

לייק פאר דיין חתימה ביי די וועי, יעצט באמערקט די ערשטע מאל.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

צל עובר האט געשריבן:בקיצור, דו ביסט גרייט צו צאלן אזויפיל טויטע אז מענטשן זאלן זיך קענען פראטעקטן פון אנדערע קריימס.

עטליעסט ביזטו אנעסט איבער דעם, רוב ווארפן סתם בלאטע און שרייען שיקאגא.

לייק פאר דיין חתימה ביי די וועי, יעצט באמערקט די ערשטע מאל.


איך גיי פארקערט פארוואס כמעט א מיליון מענטשן א יאר לויטן סי די סי האלטן אפ קריים איז דורכן האבן א גאן, און די פלעצער ווי דו קענסט נישט האבן קיין גאן איז דא מער קריים אינקלודעט סקול שיסערייען.
איך וויל זיין פראטעקטעט. אין מיינע אויגן האבן א גאן האלט איך אז ווייניגער מענטשן וואלטן זיך געשאסן ווייל פארוואס נישט, און ס’וואלט נישט געווען קיין גרויסע נייעס יעדן טאג פון סקול שיסערייען.

אימעזשן דעי טיטשער האט א גאן, איז דא דען שיסערייען אין פלעצער ווי מענטשן האבן גאנס? איך רעדט נישט פון געשען דא דארט, איך רעדט פון עמפטליך מענטשן זאלן שיסן און מ’זאל זיך נישט קענען פראטעקטן.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

היכי תמצא האט געשריבן:קאנאנען זענען געווען פארבאטן?!


ווי שוין ערווענט, איז די גאנצע צורך פון די 2ND אמענדמענט געוען זיך צו באשיצן אקעגן א טיראניע, אזויווי דו ברענגסט אליינס מעדיסאן'ס ווערטער,
it may be affirmed with the greatest assurance, that the throne of every tyranny in Europe would be speedily overturned in spite of the legions which surround it
דאס איז געווען זייער גרעסטע זארג דעמאלטס. און דאס איז שוין פשוט נישט נוגע בזה"ז.
יא, רעליגיע, אויסדרוק, פרעסע, דזשורי, ווארענטס, פאר דעם אלעם איז דא א צורך, אבער פאר מעסס-שוטטינג געווער אז ציווילע זאלן זיך קענען באשיצן אקעגן די מיליטער איז נישט דא, ספעציעל ווען ס'אפילו נישט מעגליך, ופשוט הוא.
איך זאג נישט אז מ'דארף נישט נאכקומען די פראדעצור צו טוישן די קאנסטיטוציע, אוודאי דארף מען, כ'ברענג נאר ארויס פארוואס מען דארף עס אויסרייסן (אדער לכה"פ גוט מאדיפיצירן).

און צו רעגולאציעס איז אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, פארוואס נישט? פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו דרייוון א קאר און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן,
פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו טרינקען אלקעהאל און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו פליען און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן, ה"ה די גאנס.

דא קומט אריין נוצן שכל, אויב די רעכט פון געווער שטייט אין די קאנסטיטוציע, און די רעכט פון דרייוון א קאר (איים סארי, פערד און וואגאן) אדער פליען אויף א פליגער (פארן אויף א שיף..) שטייט נישט, מיינט דאס נישט אז די רעכט פון געווער איז שטערקער (ווי ס'איז ליידער במציאות אין געוויסע פלעצער..), ס'מיינט פשוט אז זיי האבן פארשטאנען אז אויב מ'לייגט עס נישט אריין, וועט מען עס אינגאנצן פארבאטן. דאס מיינט נאכנישט אז מ'מעג עס נישט רעגולאטירן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פער בריסטאו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בקיצור, דו ביסט גרייט צו צאלן אזויפיל טויטע אז מענטשן זאלן זיך קענען פראטעקטן פון אנדערע קריימס.

עטליעסט ביזטו אנעסט איבער דעם, רוב ווארפן סתם בלאטע און שרייען שיקאגא.

לייק פאר דיין חתימה ביי די וועי, יעצט באמערקט די ערשטע מאל.


איך גיי פארקערט פארוואס כמעט א מיליון מענטשן א יאר לויטן סי די סי האלטן אפ קריים איז דורכן האבן א גאן, און די פלעצער ווי דו קענסט נישט האבן קיין גאן איז דא מער קריים אינקלודעט סקול שיסערייען.
איך וויל זיין פראטעקטעט. אין מיינע אויגן האבן א גאן האלט איך אז ווייניגער מענטשן וואלטן זיך געשאסן ווייל פארוואס נישט, און ס’וואלט נישט געווען קיין גרויסע נייעס יעדן טאג פון סקול שיסערייען.

אימעזשן דעי טיטשער האט א גאן, איז דא דען שיסערייען אין פלעצער ווי מענטשן האבן גאנס? איך רעדט נישט פון געשען דא דארט, איך רעדט פון עמפטליך מענטשן זאלן שיסן און מ’זאל זיך נישט קענען פראטעקטן.

דו וואלסט געוואלט אז דיין זונ'ס מלמד זאל זיין אין קלאס מיט א גאן?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בקיצור, דו ביסט גרייט צו צאלן אזויפיל טויטע אז מענטשן זאלן זיך קענען פראטעקטן פון אנדערע קריימס.

עטליעסט ביזטו אנעסט איבער דעם, רוב ווארפן סתם בלאטע און שרייען שיקאגא.

לייק פאר דיין חתימה ביי די וועי, יעצט באמערקט די ערשטע מאל.


איך גיי פארקערט פארוואס כמעט א מיליון מענטשן א יאר לויטן סי די סי האלטן אפ קריים איז דורכן האבן א גאן, און די פלעצער ווי דו קענסט נישט האבן קיין גאן איז דא מער קריים אינקלודעט סקול שיסערייען.
איך וויל זיין פראטעקטעט. אין מיינע אויגן האבן א גאן האלט איך אז ווייניגער מענטשן וואלטן זיך געשאסן ווייל פארוואס נישט, און ס’וואלט נישט געווען קיין גרויסע נייעס יעדן טאג פון סקול שיסערייען.

אימעזשן דעי טיטשער האט א גאן, איז דא דען שיסערייען אין פלעצער ווי מענטשן האבן גאנס? איך רעדט נישט פון געשען דא דארט, איך רעדט פון עמפטליך מענטשן זאלן שיסן און מ’זאל זיך נישט קענען פראטעקטן.

דו וואלסט געוואלט אז דיין זונ'ס מלמד זאל זיין אין קלאס מיט א גאן?


איך וואלט געפילט רואיגער פון די גאן ווי פון די מלמד אליין.. אבער יא
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פער בריסטאו האט געשריבן: אבער יא

כ'גלייב אז איר זענט א יחיד בזה..
איך נישט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן: אבער יא

כ'גלייב אז איר זענט א יחיד בזה..
איך נישט.


אפשר ווייל דו קענסטעך נישט אימעזשענען די פיקטשער ווי זוי ס’קוקט אויס..

א שיסער קומט נישט אין א רויטער קאונטי און שיסט, ער קומט אין א סקול ווי ער ווייסט אז דארטן איז נישט דא קיין שוץ..
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה, כאב געמיינט אז דו רעדסט פון אנדערע קריימס.

מערדערייען קענסטו אליינס זעהן ווי אמעריקע איז פיל פיל פיל ערגער ווי אלע אנדערע "נארמאלע" לענדער.

און אין אמעריקע אליינס לויט די סטעיטס (נישט אריינגערעכענט די מאסן גאן סוסיידס וואס קומט פאר אין די גאן סטעיטס) איז עס כזה:
אטעטשמענטס
Screenshot_20220529-012449_Chrome_copy_450x1678.jpg
Screenshot_20220529-012449_Chrome_copy_450x1678.jpg (164.01 KiB) געזען 737 מאל
Screenshot_20220529-012758_Wikipedia_copy_450x1273.jpg
Screenshot_20220529-012758_Wikipedia_copy_450x1273.jpg (253.91 KiB) געזען 737 מאל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

רבי משה פיינשטיין
אטעטשמענטס
47CC4678-39CE-4916-BBFA-DFFDA970DE2C.jpeg
47CC4678-39CE-4916-BBFA-DFFDA970DE2C.jpeg (68.66 KiB) געזען 580 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

א שטיקל חידוש פון די טשארט איז אז די סכום פון סוסייד מיט גאנס איז היבש העכער רין די רויטע שטאטן ווי די גאן געזעצן זענען לויזער הלמאי ?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גוט פאריקט האט געשריבן:א שטיקל חידוש פון די טשארט איז אז די סכום פון סוסייד מיט גאנס איז היבש העכער רין די רויטע שטאטן ווי די גאן געזעצן זענען לויזער הלמאי ?

סימפל

אז א גוי שטייט אויף אין א שוואכע גוסטע און ער זעט נישט פארוואס צו לעבן, לויפט ער צום נענסטן בריק טאנצן, וואפס, גאנצעטע טיעמס פון עקספערטן מיט טעלעפאנען, צוימען מיט פאליציאנטן, וואכן אז ער זאל נישט טאנצן, און מען רעדט אים איבער ביז ער טשוכעט זיך אויס, און ער כאפט זיך ביים קאפ וואס דא פארגעגאנגען

אויב אבער ער האט א ביקס אין לעדל, דארף ער נישט גיין אין ערגעץ, ער דארף גארנישט טון, א קלייניגקייט און ס'שוין דערנאך

אויב וועט טאקע א געוויסע שטאַט לעגאליזירן ציאניד פילן וועט טאקע זיך מערן די זעלבסטמארד ראטע דארט, ווייל ווי גרינגער עס איז עס צו טון אנע טראכטן, אלץ ווייניגער טראכט מען איידערן עס טון. ופשוט הוא

נאר די פראבלעם איז אז דער זעלבער גוי אויב שטייט ער אויף אין נאך א שוואכערע גוסטע, זעט ער שוין אויך נישט פארוואס "יענער" זאל לעבן, ער כאפט זיין ביקס, און שיסט אויס וויפיל ס'גייט, ער איז דא פאר זעלבסטמארד, אבער ער האט נישט די דרייסט עס צו טון צו זיך אליינס, טוט ער עס אויף יענעם ביז א צווייטער מאכט א סוף צו זיין לעבן

עפ"י שכל איז די חלק פשוט, די פרא גאן לאביאיסטן לאביאין אבער אז א "פארברעכער" אדער טעראריסט וואס וויל במזיד אויסשיסן ווי מער, גייט סייווי זיך איינהאנדלען געווער לעגאל צי נישט, און דעריבער דארפן ווי מער מענטשן האבן געווער סיי יענעם אפצושרעקן, און סיי יענעם צו דערשיסן נאך איידער ער זייט אן גרויסע שאדנס
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8358
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

יוסי געשטעטנער - אנאליז
א' במדבר פ״ב

פארוואס טוישט זיך גארנישט אין אמעריקע טראץ די שוידערליכע מאסן שיסערייען?

https://www.yiddish24.com/analysis/44/62757

קומט אריין מוראדיג קלאר אויף די רויטע זייט, און ער האקט אויף זיינע לינקע קול מבשר קאלעגן.
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

פריש פון די אידישליך אשכול:
אידישליך האט געשריבן:א פרוי אין וועסט ווירדזשיניע האט געשאסן און אומגעברענגט מיט איר פיסטאל א 37 יעריגער מאן וועלכער איז אנגעקומען צו א גראדואציע פארטי, און אנגעהויבן שיסן מיט אן AR-15.

אויטאריטעטן האבן אויסגעלויבט די פרוי זאגענדיג אז זי האט געראטעוועט מערערע לעבנס, און זאגן אז קיינער פון די באטייליגטע איז נישט פארוואונדעט געווארן אין די שיסעריי.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי שוין ערווענט, איז די גאנצע צורך פון די 2ND אמענדמענט געוען זיך צו באשיצן אקעגן א טיראניע, אזויווי דו ברענגסט אליינס מעדיסאן'ס ווערטער,
it may be affirmed with the greatest assurance, that the throne of every tyranny in Europe would be speedily overturned in spite of the legions which surround it
דאס איז געווען זייער גרעסטע זארג דעמאלטס. און דאס איז שוין פשוט נישט נוגע בזה"ז.
יא, רעליגיע, אויסדרוק, פרעסע, דזשורי, ווארענטס, פאר דעם אלעם איז דא א צורך, אבער פאר מעסס-שוטטינג געווער אז ציווילע זאלן זיך קענען באשיצן אקעגן די מיליטער איז נישט דא, ספעציעל ווען ס'אפילו נישט מעגליך, ופשוט הוא.
איך זאג נישט אז מ'דארף נישט נאכקומען די פראדעצור צו טוישן די קאנסטיטוציע, אוודאי דארף מען, כ'ברענג נאר ארויס פארוואס מען דארף עס אויסרייסן (אדער לכה"פ גוט מאדיפיצירן).

און צו רעגולאציעס איז אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, פארוואס נישט? פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו דרייוון א קאר און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן,
פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו טרינקען אלקעהאל און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'דא א רעכט צו פליען און עכ"ז קען די רעגירונג עס רעגולאטירן, ה"ה די גאנס.

דא קומט אריין נוצן שכל, אויב די רעכט פון געווער שטייט אין די קאנסטיטוציע, און די רעכט פון דרייוון א קאר (איים סארי, פערד און וואגאן) אדער פליען אויף א פליגער (פארן אויף א שיף..) שטייט נישט, מיינט דאס נישט אז די רעכט פון געווער איז שטערקער (ווי ס'איז ליידער במציאות אין געוויסע פלעצער..), ס'מיינט פשוט אז זיי האבן פארשטאנען אז אויב מ'לייגט עס נישט אריין, וועט מען עס אינגאנצן פארבאטן. דאס מיינט נאכנישט אז מ'מעג עס נישט רעגולאטירן.

אפאר זאכן:

1. מ'קען נישט קלויבן וואס איז יא נוגע און וואס נישט, ס'איז א גאר מסוכנ'דיגע שפיל.

היינט טענה'ט מען אז די צווייטע אמענדמענט איז נישט נוגע, מארגן וועט מען טענה'ן אז די ווארענטס זענען נישט נוגע, וויבאלד כאפן פארברעכער איז היינט פיל וויכטיגער (און מ'טוט שוין אביסל אזוי). דערנאך קומט רעגולירן די פרעסע ווייל פעיק ניוז, דערנאך קומט רעגולירן אויסדרוק צוליב מיס/דיסאינפארמאציע. דערנאך קומט רעליגיע צוליב קאוויד, טעראריזם, אדער ערציאונג. דערנאך קומט פייניגן צוליב טעראריזם, פארהאלטן אן טשארדזשעס, און אזוי ווייטער און ווייטער.

און ביידע פארטייען טוען דאס שוין! מ'איז פעסט אויפ'ן וועג אראפ דורכ'ן פארלעצן די קאנסטיטוציע. מ'שפילט זיך מיט פייער. מען דערקייקעלט זיך.

ביידע פארטייען באגייען פארלעצונגען אנטקעגן די קאנסטיטוציע. דער טוט איינס און דער צווייטער מוז צוריקשלאגן און דערנאך שפילט מען "רבי, ער האט אנגעהויבן"...

2. פיין איז נוגע באשיצונג אנטקעגן די רעגירונג. די רעכטע האבן דורכגעפירט געוויסע אומרוען אויף א געוויסע טאג אין יאנואר, און יעצט ווילן די לינקע דורכפירן אומרוען צוליב אנטי רציחה געזעצן. ראיאטן פאר פאליציי ברוטאליטעט. ווילדע פראטעסטן אדער זיך סתם נעמען די געזעץ אין האנט, ביי רעכטע.

דאס לאנד איז אויפ'ן שוועל פון א בירגער קריג, עס פעלט נאר אפאר מעטשעס.

איז עס א גוטע זאך אז בירגער באוואפנט וועלן שיסן איינע אויפ'ן צווייטע? זיכער נישט.

אבער די מציאות ווייזט אז אין פלעצער וואו עס געפינען זיך מער באוואפנטע בירגער און ספעציפיש מיליציעס, וואגן זיך נישט די פאליציי אדער די נעשאנעל גארד אריינצומארשירן, אנטשטאט קומט מען זיך ענדערש אויס דורך פארהאנדלונגען. אבער אין פלעצער וואו די בירגער זענען נישט באוואפנט און פארמאגן נישט מיליציעס, מארשירן זיי אריין און טוען ככל הישר בעיניהם.

די ציל איז נישט צו ניצן די געווער אנטקעגן די רעגירונג, די ציל איז אפצוהאלטן די רעגירונג פון זיך אנהייבן מיט די בירגער ווייל זיי ווייסן אז דערוילעם איז באוואפנט, און אפילו די מיליטער וויל נישט א בלוטבאד.

דאס האט דזשעימס מעדיסאן געזאגט. דיקטאטורן טרויען נישט זייערע בירגער מיט וואפן, אבער א לאנד וואס פארמאגט אמת'ע פרייהייט, וועט קיינמאל מורא האבן פון איר אייגענע בירגער מיט זייער וואפן.

און דאס שרייען וואפן אקטיוויסטן. 'מיר ווילן נישט אז די רעגירונג זאל צונעמען אונזער רעכט ווייל דאס צייגט אז די רעגירונג האט מורא פון אונז, אז די רעגירונג וויל אונז רעגולירן ווען די רעגירונג ברויך אונז געטרויען'.

די מציאות ווייזט אויכעט אז די ציווילע מיליציעס וואס טרענירן זיך אין די וועלדער ווי א פולקאמע מיליטער, פירן נישט דורך מאסן שיסערייען. די מיליאנע ציווילע וואס פארמאגן וואפן און גלייכן זיך צו פארמעסטן דורך שיסן אויף פאפירן, זענען נישט די וואס באגייען פארברעכנס אדער מאסן שיסערייען.

3. אמעריקע איז אייגנארטיג צווישן אלע (אמת'ע) דעמאקראטיעס ארום די וועלט אין איר אויסשטעל פון פאליטיק.

דער פרעזידענט אין אמעריקע האט דאס מערסטע מאכט דא אין לאנד ווי סיי וועלכע פירער פון אנדערע לענדער האבן ביי זיך אין לאנד.

עס זענען דא אסאך סיבות פארוואס. די פשוט'סטע איז, ווייל א פרעמיער איז גענצליך אנגעוואנדן אין זיין קאאליציע אדער אפילו פארטיי וואס קען אים סיי ווען אראפשטימען פון בענקל. משא"כ אמעריקע, וואו דער פרעזידענט איז פארזיכערט זיין טערמין מיט וועטא מאכט און קאנגרעס קען אים נישט פארשיקן.

אויך איז קאנגרעס אליינס פיל שטערקער. די קאנגרעסלייט ווערן באשטימט אויף א געוויסע טערמין און זייער פארטיי קען זיי נישט ארויס וועלן אינדערמיט. סענאטארן האבן אפילו לענגערע טערמינען.

עס זענען נישט דא קאאליציעס וואס קענען זיך סיי ווען צופאלן, און דאס גיבט זיי מער מאכט, ספעציפיש פון א פארטיישע שטאנדפונקט.

אויכעט זענען דא שטאטן ביינונז, א זאך וואס עקזיסטירט נישט אין אנדערע לענדער (עכ"פ נישט אויף אזא פארנעם), און זיי פארמאגן א געוואלד מיט כוח, ספעציעל די גאווערנערס וואס זענען שולט אויף זייער שטאט, און אפילו זייער אייגענע קאנגרעסלייט און פעדעראלע סענאטארן קענען זיך נישט אריינמישן אין די אינערליכע אנלעגנהייטן פון די שטאט וואס זיי רעפרעזענטירן אין די פעדעראלע רעגירונג.

מ'דארף פארשטיין אז די קאנסטיטוציע איז אויך געשריבן געווארן צו באשיצן די שטאטן פון די פעדעראלע רעגירונג. די שטאטן קענען ווען זיין לענדער פאר זיך און ניטאמאל קליינע, וויבאלד רוב זענען גרעסער ווי רוב לענדער אין אייראפע.

די שטאטן זענען נאר איינגעגאנגען זיך צו פאראייניגן אויב מ'האלט זיך צום קאנסטיטוציע. אלע שטאטן האבן אייגענע קאנסטיטוציעס וואס די פעדעראלע רעגירונג קען נישט פארלעצן, אחוץ אויב עס איז אויסדרוקליך ערלויבט אדער פארלאנגט פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע.

און דאס גייט אן סיי אז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט מאכן קיין געזעצן אדער רעגולאציעס פארלעצן די קאנסטיטוציעס פון די שטאטן, און סיי אז די שטאטן קענען נישט מאכן געזעצן אדער רעגולאציעס וואס איז פארזיכערט אונטער די פעדעראלע קאנסטיטוציע.

דאס ארבעט צו פארזיכערן א געוויסע מאס פאראייניגונג צווישן די שטאטן, און א געוויסע מאס גלייכע רעכטן פאר אלע בירגער אפגעזען אין וועלכע שטאט זיי וואוינען.

אלע (כאטשיג די וואס איך האב נאכגעקוקט) שטאטן קאנסטיטוציעס פארמאגן, אין איין וועג אדער א צווייטע, וואפן רעכטן (אפילו ניו יארק פארמאגט וואפן רעכטן, און די קאנסטיטוציע האט מען לעצט צוגעפיצט בערך 2015). דעריבער קען די פעדעראלע רעגירונג נישט איינפירן רעגולאציעס אדער געזעצן וואס גייען פארלעצן די קאנסטיטוציעס פון די שטאטן, וויבאלד אין דעם הינזיכט האבן זיי קיין רעכט דאס צו טאן.

און די זעלבע פארקערט, שטאטן קענען אויך נישט איינפירן רעגולאציעס און געזעצן אין דעם הינזיכט וויבאלד עס איז פארזיכערט אייניג פאר אלע בירגער אונטער די פעדעראלע קאנסטיטוציע.

קוק אן די קאנסטיטוציע פון דעם קוקווינקל וועסטו פארשטיין פארוואס שטאטן און בירגער זענען אחת דתו אנטקעגן פארלעצן א ברעקל פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע, אלע שטאטן לויט זייער פאליטיק. געוויסע ווילן וואפן רעכטן און געוויסע ווילן ציווילע רעכטן.

דער סיסטעם איז געקניפט און געבינדן, און עס שטעלט צו א פאראייניגונג צווישן די פעדעראלע רעגירונג און די שטאטן, א פאראייניגונג צווישן די שטאטן זעלבסט, און צווישן אלע בירגער אפגעזען אין וועלכע שטאט זיי וואוינען, וואו זיי קענען מעגליך אויסשטיין צו ליידן ווייל זיי זענען דארט די מינאריטעט.

דא פארקריך איך אביסל פון וואפן. ווער עס וויל זאל עס איבערהיפן.
[מ'קען דאס זען אביסל בעסער פון די וועג ווי אזוי די איינפירונג פון אלע קאנסטיטוציעס זענען צוגעגאנגען.

די קאלאניעס זעלבסט האבן שוין בעפאר די פאראייניגונג און זעלבסטשטענדיקייט פארמאגט פארשידענע טשארטערס (כמו קאנסטיטוציעס) וואס זייער קאונסילס/גרינדער/דעלעגאטן האבן געשריבן און דערנאך באקומען דעם שטעמפל פון קעניג טשארלס פון בריטאניע (אדער ווער עס איז דאן געווען קעניג/ין).

די קאלאניעס האבן שוין געהאט וואלן און די רעכט צו שטימען און האבן פארמאגט מער רעכטן ווי בריטן וואס האבן געוואוינט אין אייראפע.

אבער די דאזיגע טשארטערס זענען געווען פארשידן. אין אלגעמיין זענען זיי געווען אביסל פרייער ווי אייראפע, אבער עס האט זיך געוואנדן אין די קאלאניע.

(למשל, ראוד איילענד, דעלאווער, און פענסילוועניע האבן געהאט שטארקע אידן פריינט: וויליאם פען און נאכמער ראדזשער וויליאמס וואס האבן אריינגעלייגט אין זייערע טשארטערס שטארקע רעכטן פאר אלע צו דינען גאט לויט זייער באגער קיין חילוק די רעליגיע. אז מ'זאל בשום אופן נישט טשעפן נישט-קריסטן, און זיי אויך לאזן דינען גאט לויט זייער שטייגער.

וויליאם פען האט אפילו געשריבן אז דאס גייט אן לעולם ועד, און קיינער קען עס קיינמאל טוישן!

ווידעראום צפון קעראליינע האט געשריבן אז מ'קען לאזן אידן (זיי שרייבן אויסדרוקליך 'אידן') דינען גאט לויט זייער שטייגער, אבער דאס איז מיט'ן האפענונג אז זיי וועלן זיך מיט די צייט טויפן, רח"ל.

אין דזשארדזיע האבן אידן אפיציעל נישט געטארט וואוינען, אבער דער לאקאלער פארוואלטער האט זיך נישט געקימערט און זיי אריינגעלאזט צוליב וואס זיי האבן געהאט געוויסע קוואליטעטן וואס האט ארויסגעהאלפן מיט די עקאנאמיע.)

איינמאל די שטאטן זענען זיך צוזאמגעקומען און פאראייניגט האבן די גרינדער פארלאנגט פון די שטאטן צו שרייבן אייגענע קאנסטיטוציעס וואס וועט אנולירן די בריטישע טשארטערס.

די סיבה איז טאקע געווען צוליב וואס זיי האבן מורא געהאט אז די שטאטן וועלן נישט איינהאלטן די פעדעראלע קאנסטיטוציע, דעריבער האבן אלע שטאטן געשריבן קאנסטיטוציעס וואס זענען געלאפן גאר ענליך צו די פעדעראלע קאנסטיטוציע.

געוויסע שטאטן האבן בכלל נישט געהאט גרויס חשק צו די גאנצע געשעפט, ס'איז אפילו משמע אז געוויסע האבן זיך ניטאמאל געקימערט מיט די נייע זעלבסטשטענדיגקייט, אבער זענען פשוט מיטגעגאנגען דערמיט.

למשל ניו העמפשיר'ס קאנסטיטוציע ליינט זיך אזוי:

WE, the members of the Congress of New Hampshire, chosen and appointed by the free suffrages of the people of said colony, and authorized and empowered by them to meet together, and use such means and pursue such measures as we should judge best for the public good; and in particular to establish some form of government, provided that measure should be recommended by the Continental Congress: And a recommendation to that purpose having been transmitted to us from the said Congress: Have taken into our serious consideration the unhappy circumstances, into which this colony is involved by means of many grievous and oppressive acts of the British Parliament, depriving us of our natural and constitutional rights and privileges; to enforce obedience to which acts a powerful fleet and army have been sent to this country by the ministry of Great Britain, who have exercised a wanton and cruel abuse of their power, in destroying the lives and properties of the colonists in many places with fire and sword, taking the ships and lading from many of the honest and industrious inhabitants of this colony employed in commerce, agreeable to the laws and customs a long time used here.

The sudden and abrupt departure of his Excellency John Wentworth, Esq., our late Governor, and several of the Council, leaving us destitute of legislation, and no executive courts being open to punish criminal offenders; whereby the lives and properties of the honest people of this colony are liable to the machinations and evil designs of wicked men, Therefore, for the preservation of peace and good order, and for the security of the lives and properties of the inhabitants of this colony, we conceive ourselves reduced to the necessity of establishing A FORM OF GOVERNMENT to continue during the present unhappy and unnatural contest with Great Britain; PROTESTING and DECLARING that we neaver sought to throw off our dependence upon Great Britain, but felt ourselves happy under her protection, while we could enjoy our constitutional rights and privileges. And that we shall rejoice if such a reconciliation between us and our parent State can be effected as shall be approved by the CONTINENTAL CONGRESS, in whose prudence and wisdom we confide.


ס'ממש מאדנע וואס זיי שרייבן דארט.

קודם שרייבן זיי אז זיי קומען זיך צוזאם צו פארמירן עפעס א סארט רעגירונג וויבאלד די פעדעראלע קאנגרעס האט זיי אזוי געראטן. דערנאך רעדן זיי זיך אפ אז זיי זענען זייער אומצופרידן אז זיי האבן זיך געטראפן פארמישט אין א מלחמה מיט בריטאניע און אז דורכאויס די מלחמה האט בריטאניע זיי באראבעוועט וכו'.

דערנאך שרייבן זיי אז נאך וואס דער פריערדיגער בריטישער גאווערנער און זיין קאונסיל האבן פלוצלינג אפגעצויגן, האבן זיי זיך געטראפן גענצליך אן א ווירטשאפט און זייער קאלאניע איז אפן פאר קרימינאלן און שלעכטע מענטשן צו טון וואס זיי ווילן.

דערנאך: מיר זען זיך ווי מיר מוזן בלית ברירה אויפשטעלן עפעס א סארט רעגירונג דורכאויס די אומצופרידענע און אומ-נאטירליכע פארמעסט אנטקעגן בריטאניע.

מיר דערקלערן און פראטעסטירן אז מיר האבן קיינמאל געוואלט אראפווארפן די בריטישע געוועלטיגער אונטער וועם מיר זענען געווען צופרידן ווילאנג מיר האבן געהאט אונזערע רעכטן און פרייהייטן.

מיר האפן און וואלטן זיך מחייה געווען אויב מיר וואלטן געקענט עפעס אויסארבעטן צו ווידער זיין אונטער בריטאניע, אויב עס ווערט באוויליגט דורך די פעדעראלע קאנגרעס אין וועמענס חכמה און וויסנהאפט מיר טרויען] - ענדע

די קאנסטיטוציעס פון די שטאטן זענען צומאל געווען עטוואס קלארער. האסט אויסגעלאזט די חלק וואס איך האב געברענגט פון פענסילוועניע וואו זיי האבן קלאר געשריבן אז די רעכט צו האבן געווער איז אויך פאר זעלבסט-פארטיידיגונג, חוץ פון מיליציעס זיך צו באשיצן פון די רעגירונג.

אין די אריגינעלע קאנסטיטוציע פון ווערמאנט שטייט אז א יעדער מעג האבן וואפן זיך אליינס צו באשיצן ווי אויך די שטאט, אזוי אויך צפון קעראליינע.

אלע שטאטן האבן נאך היינט צוטאגס א סארט ווערסיע צו פארזיכערן די רעכט פון באזיצן וואפן.

4. די קאנסטיטוציע האט קלארע אנווייזונגען ווי אזוי שטרייכט אויס א געוויסע אמענדמענט, ווי אזוי מ'לייגט צו, וכו'. מ'האט דאס שוין אפאר מאל געטאן. פראהיבישן, סיוויל רייטס, און נאך.

אז דו האלטסט אז עפעס אין די קאנסטיטוציע איז אומריכטיג אדער איז מער נישט רעלאווענט, דאן ברויכסטו נעמען די מהלך וואס די קאנסטיטוציע ווייזט אן, חוץ אויב דו האלטסט אז יענע חלק איז שוין אויך נישט רעלעוואנט.

מ'קען טענה'ן וואס די שכל זאגט און וואס די קאנסטיטוציע זאגט, אבער מ'קען נישט מישן די צוויי. מ'ברויך זיך האלטן צו די פראטאקאלן, צי ס'שמעקט אדער נישט.

לכאורה זוכן גאר אסאך אויסצוקרויזן די פראטאקאל פון פשוט אויסשטרייכן די צווייטע אמענדמענט וויבאלד זיי האבן מורא אז עס וועט נישט דורכגיין צוליב וואס עס פארלאנגט צוויי דריטל.

און אויב דאס איז טאקע אזוי, דאן האמיר א גרויסע פראבלעם. דהיינו, אז געוויסע זענען נישט מסכים מיט דעמאקראטיע און ווילן אויסקרויזן דעמאקראטישע פראטאקאלן צוליב וואס זיי זענען איבערצייגט אז זיי זענען גערעכט.

און דאס פאסירט שוין האלבוועגס ביי ביידע פארטייען, אין וואס ביידע האלטן אז די אנדערע זענען א סכנה פאר דעמאקראטיע, און דאס ערלויבט זיי צו נעמען געוויסע אומדעמאקראטישע שריט צוריקצוברענגען דעמאקראטיע על תילה.

אבער דערווייל ליידן די בירגער דערפון. די ריס וואס שאפט אומסטאביליטעט איז פשוט שלעכט פאר אלע גלייך.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

Thank you האט געשריבן:יוסי געשטעטנער - אנאליז
א' במדבר פ״ב

פארוואס טוישט זיך גארנישט אין אמעריקע טראץ די שוידערליכע מאסן שיסערייען?

https://www.yiddish24.com/analysis/44/62757

קומט אריין מוראדיג קלאר אויף די רויטע זייט, און ער האקט אויף זיינע לינקע קול מבשר קאלעגן.

ער איז מסביר אז אמעריקע איז נישט גרייט פאר קיין טשעינדזשעס, אפילו דעמאקראטן וויבאלד סאיז א איינגעגעסענע קולטור אינעם לאנד.

למעשה פארזעהט ער צו דערמאנען די אנקעטעס פון לעצטערע יארן, אז 90% ווילן א יוניווערסאל בעקגראונד טשעק, און בערך אזא נומער וויל אינגאנצן פארבאטן אסאולט רייפלס.
#בשיטה נישט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

נו שוין האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:יוסי געשטעטנער - אנאליז
א' במדבר פ״ב

פארוואס טוישט זיך גארנישט אין אמעריקע טראץ די שוידערליכע מאסן שיסערייען?

https://www.yiddish24.com/analysis/44/62757

קומט אריין מוראדיג קלאר אויף די רויטע זייט, און ער האקט אויף זיינע לינקע קול מבשר קאלעגן.

ער איז מסביר אז אמעריקע איז נישט גרייט פאר קיין טשעינדזשעס, אפילו דעמאקראטן וויבאלד סאיז א איינגעגעסענע קולטור אינעם לאנד.

למעשה פארזעהט ער צו דערמאנען די אנקעטעס פון לעצטערע יארן, אז 90% ווילן א יוניווערסאל בעקגראונד טשעק, און בערך אזא נומער וויל אינגאנצן פארבאטן אסאולט רייפלס.

מ'קען אים שיקן פידבעק צו [email protected]
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

viewtopic.php?f=3&t=55227
אריין שטומען
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
ער גייט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2022 11:14 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער גייט »

א פרוי אין וועסט ווירדזשיניע האט געשאסן און אומגעברענגט מיט איר פיסטאל א 37 יעריגער מאן וועלכער איז אנגעקומען צו א גראדואציע פארטי, און אנגעהויבן שיסן מיט אן AR-15.

אויטאריטעטן האבן אויסגעלויבט די פרוי זאגענדיג אז זי האט געראטעוועט מערערע לעבנס, און זאגן אז קיינער פון די באטייליגטע איז נישט פארוואונדעט געווארן אין די שיסעריי

.דא האט איר א דוגמא וואס די טענוה פין ריפאבליקען איז!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”