אבזערוואציעס אין פאליטיק, קאמיש און אייגנארטיג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס וועט "פאראייניגן זיינע שטיצער" אויפטון אויב נישט געווינען קאנגרעס?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@הבל, גוט.

כ׳וואלט צוגעלייגט איין הויפט נקודה.

אויב זאלן די ריפאבליקאנער אנהאלטן קאנגרעס [ווייטע מעגליכקייט] וועט עס אבער זיין מיט א גאר מאגערע מעדזשאריטי. די עקסייטמענט נאוועמבער 6 אויפדערנאכט וועט טאקע זיין ביזן הימל, און די ריפאבליקאנער וועלן האבן ארויסגעקוועטשט א היסטארישער געווינס, אבער און פאקט א גרויסע טראגעדיע.

א 2,3,4 זיצן אויבערהאנט אונעם קאנגרעס איז סאך א גרעסערע קאפ און לאך... ווי א 2 זיצן אויבערהאנט אונעם סענאט. ס׳וועט זיין מער ווי גענוג קאנגרעסלייט אויבער חכמים וואס וועלן זיכן צו זיין דער סווינג וואוט און וועלן מיזן אויפפיקן זייער עטענטשין ביי יעדע געלעגענהייט. טראמפ וועט עסן מרור ביז זיין לעצטן טאג און אפיס מיט יעדע ביל, שרייען דעמעקראטן דעמעקראטן וועט ער נישט קענען, ווייל טעקניקלי האבן די ריפאבליקאנער ביידע הייזער, הגם און ריאלעטעיט נישט.

* * *


און די זעלבע איז פארקערט, אויב פארלירן די ריפאבליקאנער קאנגרעס [א העכסט ווארשיינדליכקייט] אבער נאר מיט 2,3,4 זיצן, די העדליינס צומארגן׳ס פונעם וואלטאג וועט טאקע זיין ביטער ווי א גאל, אבער פאר די קומענדע 2 יאר וועט טראמפ האבן פארדינט א גוטן תירוץ, אזוי אויך די אנדערע בענעפיטן וואס הבל רעכענט אויס אויבן, זיין 2020 קאמפיין באקומט א פרישער טישל מיט א נייע סלאגאן. און צו אדורכשטיפן בילס מיט ציקערליך פאר די ריפאבליקאנער וועט ער נאכאלטס קענען, ווייל צווישן די בערך 225 דעמעקראטישע קאנגרעסלייט איז נישט שווער צו אפירצוקראצן לכה״פ 2,3,4 חברה וואס מ׳וועט קענען מיט זיי מאכן א יד אחת פאר וואטעווער ריזען.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס וועט "פאראייניגן זיינע שטיצער" אויפטון אויב נישט געווינען קאנגרעס?

געווינען ריעלעקשאן אין 2020.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאר דעם האט ער ממילא אלע זיינע שטיצער.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

זיינע שטיצער איז נישט גענוג.
אין 2020 העט ער - ווי מען שטייט יעצט - נישט באקומען קיין אנטי הילערי וואוטס, דארף ער ארבעטן אויף פרא טראמפ וואוטס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גערעכט, אבער ער רעדט פון פאראייניגן "זיינע שטיצער".
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

אומבאשטיגטע באריכטן פון אננענמיס סארסעס געבען איבער אז פרזידענט טראמפ טראכט צו נעמען הכל הבל פאר ווארט זאגער,
אבער איז נישט זיכער ווייל ער ווייסט נישט צו וועלכע פרטיי ער געהרט (צו ער וועט זיין לויל צו אים)
:grin:

אונז האף מיר אז ער לאזט אונז נישט איבער,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ער איז לכאורה א רעפאבליקאנער, לויעל וועט ער זיין אזוי ווי להבדיל העילי.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

דו האלסט אזוי ווייל ווען נישט וואלט ער נישט געקענט באהאלטען זיין שנאה צו טראמפ און זיינע פאליסיס דאס איז דיין חשבון?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

געטראכט די זעלבע...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס אלאסקע און נאציאנאלע רעפובליקאנער הויבן אן בונטעווען אקעגן סענאטאשע מורקאוסקי פארן שטימען אקעגן קעוואנאו
קומט סענאטאר מעקאנעל ארויס מיט גאר שטארקע אומצווויידייטיגע שטיצע פאר מורקאוסקי קלארשטעלנדיג אז זי פארבלייבט די פרטייס סענאטאר טראץ איר לעצטיגע דעפעקציע און אז זי וועט זיך ערהוילן פוון די איצטיגע שטורעם זיין חשבון?.. מעגליך צו פארמיידן א קאנדידאטור פון אן עקסטרעם רעכטע קאנדידאט אין 2022 למספרם און בעיקר די קומענדיגע רעזולטאט ווי איר וועט שוין ליינען..)

שטונדן דערויף טוט מורקאוסקי זיך האלטן מיט די רעפובליקאנער אנידערצושטימען א ביל וועלכע האקט אונטער טראמפקעיר פלענער..

מיט מורקאוסקי ניין שטימע פארזיכערנדיג די בילס דורכפאל ערלויבט זיך קאלינס (מעגליך מיט מעקאנעלס גוטהייסונג) צו שטימען יא אויפן ביל צוריקצוכאפן פארלוירענע סימפאטיע פון מעסיגע מעין איינוואוינער נאכן שטימען פאר קעווענאו און אפצוקילן רעוואלט פלענער און סוזען רייס קאמפיין שפעקולאציעס..

זענען די שטיקלעךטאקע פון איין גרויסן פאזל?? גיי ווייס.. קען זיין אז הכל הבל..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:דו האלסט אזוי ווייל ווען נישט וואלט ער נישט געקענט באהאלטען זיין שנאה צו טראמפ און זיינע פאליסיס דאס איז דיין חשבון?

ניין, איך האלט אזוי פון ליינען וואס ער שרייבט יא, ער איז א פאסיוו-טראמפ רעפאבליקאנער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויב דרוקט מען צו שטארק אויף מורקאווסקי קען זי זיך דערקלערן אינדעפענדענט און אנהויבן קאוקעסן מיט די דעמאקרעטס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין דזשארדזשיע לויפט דער איצטיגער רעפובליקאנער סעקרעטערי אף סטעיט (וועלכע פארפיגט איבער די וואל פראצעדור) פאר גאווערנאר אין א היציגע פארמעסט אקעגן אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי וועלכע אפעלירט שטארק צו מינאריטעטן וויילער

מערקווירדיג איז אז די אפיס פון סעקרעטערי אף סטעיט קעמפ פסל'ט גאר א גרויסע צאל וויילער רעגיסטראציע בויגנס
אין 2017 למספרם אליין זענען נאנט צו 670,00 אפליקאציעס געווארן ארויסגעווארפן... הממ...
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:אויב דרוקט מען צו שטארק אויף מורקאווסקי קען זי זיך דערקלערן אינדעפענדענט און אנהויבן קאוקעסן מיט די דעמאקרעטס.

וועט עס נישט מער אראפשלעפן אירע ריעלעקשאן שאנסן?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מסתמא יא, אבער זי וועט מסתמא עניוועי געווינען, זי איז אריינגעקומען מיט בערך 40% אלס א רייט אין קאנדידאט אין 2010 ווען זי האט פארלוירן די פריימעריס קעגן א טי פארטיי קאנדידאט, נאכדעם איז אריינגעקומען דער רעפאבליקאנער, און נאכדעם דער דעמאקראט.

ווי זי האט זיך אויסגעדרוקט, בנוגע וואס טראמפ האט געזאגט אז די אלאסקע וויילער וועלן איר באשטראפן, האט זי געזאגט אז זי קען די אלאסקע וויילער בעסער ווי אים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלערט: פרעזידענטליכע תורה שרייבער זאל בעסער באצייטנס ארויסשניידן פונעם טעלעפראמטער ביים היינט נאכטיגן פענסעלוועניע ראלי די זאץ: "די סטאק מארקעט איז אפ לייק נעווער ביפאר"
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לכאורה נאר א באמפ אין דער ראוד.

זיי רופען עס א קארעקשען, פראפיט טעקינג, און נאך שמות הנרדפים (פאר די וואס פילען זיך נרדף).

מארקעטס קענען זיך נישט אין איין הייבען, און אויב יא הייסט עס א באבעל וואס מיט א שטעך פון א נאדעל קען עס באסטען. אלעס האט א גבול.

אפילו לאמער זאגען אז מענטשען האבען פארלוירען כך וכך פרוצענט פון זייער פארמעגען/פענשען די לעצטע פאר טעג; באשטייט אבער די פארעדיגע מארקעט מיט נאך עפעס און דאס איז אימפלוימענט וואס שטייט ווי פריער. דערובער איז נאך נישט צייט פאר הספדים אויפען מארקעט.

זיי זאגען עס האט א סאך צו טוהן מיט די באנדס און מיט כינע.

ווען זיי זאגען אונז עס "פאר דעם"; נאכטרעגליך איז נישט קיין קינץ.

כינע אויב זיי ווילען זיך אין אונז נוקם זיין קענען ממש קאלעפסען אונזער מארקעט (כך שמעתי)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

SPUSMN האט געשריבן:לכאורה נאר א באמפ אין דער ראוד.

זיי רופען עס א קארעקשען, פראפיט טעקינג, און נאך שמות הנרדפים (פאר די וואס פילען זיך נרדף).

מארקעטס קענען זיך נישט אין איין הייבען, און אויב יא הייסט עס א באבעל וואס מיט א שטעך פון א נאדעל קען עס באסטען. אלעס האט א גבול.

אפילו לאמער זאגען אז מענטשען האבען פארלוירען כך וכך פרוצענט פון זייער פארמעגען/פענשען די לעצטע פאר טעג; באשטייט אבער די פארעדיגע מארקעט מיט נאך עפעס און דאס איז אימפלוימענט וואס שטייט ווי פריער. דערובער איז נאך נישט צייט פאר הספדים אויפען מארקעט.

זיי זאגען עס האט א סאך צו טוהן מיט די באנדס און מיט כינע.

ווען זיי זאגען אונז עס "פאר דעם"; נאכטרעגליך איז נישט קיין קינץ.

כינע אויב זיי ווילען זיך אין אונז נוקם זיין קענען ממש קאלעפסען אונזער מארקעט (כך שמעתי)


כינע קען קאלעפסן די מארקעט נאר אויב זיי פלאדן די מארקעט מיט זייערע אמעריקאנע טרעזשורי האלדינגס.
אויב זיי טוען דאס פאלט אבער די ווערט פון זייערע אייגענע האלדינגס ממילא איז עס פאר זיי סך א גרעסערע שאדן
צווייטנס אויב נוקליער פון זייער זייט וועט דאך טראמפ זיכער גיין נוקליער און איז פאר זיי סך ערגער.
בימי אובאמא האבן זיי טאקע געסראשעט האלבוועגס מיט אזעלכע זאכן. היללערי האט איינמאל געהאט א מיטינג ווי זי האט זיי געבעטן זיי זאלן ווייטער קויפן אמעיקאנער טרעזשורי באנדס אבער דאן האבן זיי געוואוסט אז מען דארף בלויז רעדן מיטן מויל סאו נאבאדי קעירד.
היינט אויב חלומען זיי פון אזא סטראשע זאגט טראמפ העוו עי נייס דעי איים פיילינג פאר בענקראפסי און א טריליאן ווייניגער פאר כינע.
זיי געדענקן גאר גוט אז טראמפ האט עטליכע מאל דורכן קאמפיין געזאגט אז ער פאר זיך וואלט געמאכט אזא זאך נישט צו באצאלן עד פ׳׳א
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיי וועלן עס נישט טון ווייל אמעריקע וועט צוריק שלאגן שטערקער, אבער אויב טראמפ פיילט בענקראפסי וואלט לכאורה געווארן אקטיוויזירט די 25ט אמענדמענט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

כינע קאלעפסט נישט אמעריקעס מארקעט און טראמפ בלייבט פרעזידענט.
אבער אזוי ווי כינע ווייסט אז טראמפ איז א בולי גייען זיי נישט טון קיין שריט אים ארויסצונעמען אינגאנצן פון די גלייזן.
די כינעזע פרובירן דערווייל צו שלעפן צייט ביד די פיר/אכט יאר גייט אדורך און טראמפ קיצעלט זיי אונטערן ארעם יעדע שטיק צייט צו דערמאנען זיך צו געבן א שאקל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צל עובר האט געשריבן:מסתמא יא, אבער זי וועט מסתמא עניוועי געווינען, זי איז אריינגעקומען מיט בערך 40% אלס א רייט אין קאנדידאט אין 2010 ווען זי האט פארלוירן די פריימעריס קעגן א טי פארטיי קאנדידאט, נאכדעם איז אריינגעקומען דער רעפאבליקאנער, און נאכדעם דער דעמאקראט.

ווי זי האט זיך אויסגעדרוקט, בנוגע וואס טראמפ האט געזאגט אז די אלאסקע וויילער וועלן איר באשטראפן, האט זי געזאגט אז זי קען די אלאסקע וויילער בעסער ווי אים.

יעצט זעה איך אז מעקאנעל האט אויך אזוי געזאגט אין זיין היינטיגע אינטערוויו פאר AP , און אז זי איז בערך די שטערקסטע וואס איז שייך צו זיין אין אלאסקע.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אקטאבער 12, 2018 1:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קומט איצט אריין די נייעס אז מייקל קאהען האט געטוישט זיין רעגיסטראציע צו דעמאקראט

לויט מיין ציילונג איז ער שוין די צווייטע ניו יארקער מייקל צו טוישן פארטיי צו דעמאקראט די וואך אליין
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט אריין די נייעס אז מייקל קאהען האט געטוישט זיין רעגיסטראציע צו דעמאקראט

לויט מיין ציילונג איז ער שוין די צווייטע ניו יארקער מייקל צו טוישן פארטיי צו דעמאקראט די וואך אליין

נו שוין א חכם לאחר המעשה.. אלס קאנוויקטעד קרימינעל קען ער דאך נישט שטימען (אחוץ אויב טראמפ וועט אים פארדענען.. אופס ער האטעך צוריקגעוויזן א פארדאן...)

#מאראלישע_שטיצע
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט אריין די נייעס אז מייקל קאהען האט געטוישט זיין רעגיסטראציע צו דעמאקראט

לויט מיין ציילונג איז ער שוין די צווייטע ניו יארקער מייקל צו טוישן פארטיי צו דעמאקראט די וואך אליין

וואס, דאס ברויך רעיזן שפעקילאציעס אז ער וויל לויפן פאר פרעזידענט!?

דאס איז אבער זיכער, ער האט זיך איינגעקויפט דעם טיטל ״אויפגעברויזטע דעמעקראט״..
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”