איז אבאמא טאקע געווען סקאנדאל פריי?

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:27 am

כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין ס'איז אן אנגענימענע זאך אז פאקטן הייסט זאכן וואס ווערן אונטערגעשטיצט מיט פראף און די וואס נישט זענען קאנספיראציעס, ס'איז כמעט זיכער נישט מיין חידוש.

לצערינו, וויפיל ס'וועט דיר נאר #איבלען זעה איך נישט וויאזוי דאס קען געטוישט ווערן.

רייט.

נאר די גיידליינס ווען/וואס הייסט א פאקט, און ווער ס'דארף עס האבן געזאגט אז ס'זאל ווערן אנגענומען אז דער פאקט האט טאקע פאסירט/עקזיסטירט, אויף דעם האט אייער פאקטן פארטיי אבוויעסלי אנאנדערע מהלך ווי דאס וואס פלעגט אמאל הייסן קאממאן סענס אדער דאס וואס רוב עולם דא נוצט...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:31 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז אבער נישט מעגליך אז די מיינסט עס אמת׳דיג, ווייל די ביסט געווען דער וואס האט געדזשעמ׳ד די קאלאוזשען קאנספעראציע אשכול פון דעי וואן. סאו טימער א טובה.

כ'בין נישט זיכער וואס הייסט געדזשעמד אבער אין יענעם אשכול האביך די ווייניגסטע תגובות פון סייוועלעכע פאליטיק אשכולות.

און כ'האב שוין קלארגעשטעלט כמ"פ אז קיין קריים איז עס נישט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:36 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז אבער נישט מעגליך אז די מיינסט עס אמת׳דיג, ווייל די ביסט געווען דער וואס האט געדזשעמ׳ד די קאלאוזשען קאנספעראציע אשכול פון דעי וואן. סאו טימער א טובה.

כ'בין נישט זיכער וואס הייסט געדזשעמד אבער אין יענעם אשכול האביך די ווייניגסטע תגובות פון סייוועלעכע פאליטיק אשכולות.

און כ'האב שוין קלארגעשטעלט כמ"פ אז קיין קריים איז עס נישט.

קריים מאן דכר שמיה? די רעדע איז דא איבער וואס ביי דיר מיינט פאקטן און וואס נישט.
סטעי טונד!

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:59 am

יש ברירה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פעסד ענד פיוריעס איז געווען א סקאנדאל. איי ער עס טארגעטינג איז געווען א סקאנדאל. צו זיי זענען געווען אזוי געפערלעך קען מען דעבאטירן, אבער סקאנדאלן זענען זיי.

וואס?

פעסט ענד פיוריעס איז געווען א פראגראם אין וועלכע די עי טי עף האט געלאזט וואפן ווערן פארקויפט פאר מענטשן אויף וועלכע עס זענען געווען חשדות. די פראגראם איז געווען געצילט צו דערגיין אויב די מענטשן זענען די סופלייערס פאר די דראג קארטעלן. די זעלבע פראגראם איז געווען אונטער בוש אויך, געהייסן "גאן וואלקער".

למעשה איז די פראגראם א טיפשות ווייל די געבסט וואפן פאר מענטשן וועלכע קענען זיין שעדליך און למעשה האט מען טאקע געפינען צוויי אזעלכע גאנס ביי א צענע וואו מען האט געהארגעט א באורדער פאטראלירן אגענט.

טא יא סאיז געווען א טיפשות אבער ס'איז נישט ממש אז איינער האט געטון א שגץ שטיק.

די איי ער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געטארגעט אויך גרופעס וועלכע האבן געהאט די ווארט "פראגרעסיוו" אין זייער נאמען און נאך אסאך אנדערע

כאפ א בליק https://www.google.com/search?q=did+the ... e&ie=UTF-8

עס קומט ארויס פון דעם לינק אז די אינספעקטאר דזשענערעל רעפארט אויף 2010-2012 האט געטראפן אז מען האט געטארגעט קאנסערוואטיוון , אבער די צווייטע רעפארט וואס האט שוין גענומען אין באטראכט פון 2004 ביז 2013 האט געטראפן אז מען האט אויך געטארגעט פראגרעסיוון.
איך האב אבער נישט געקענט טרעפן צו די צווייטע רעפארט האט געזאגט אז אין 2010-12 האט מען אויך געטארגעט פראגרעסיוון

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:34 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:חידושים נפלאים דא!

וויכי האט געהעריג באווארנט די אלע נידי גרידי פוינטס אין זיינע ווערטער (למשל אז מ'זאל זיך נישט שטעלן דא אויף די פונקטליכע דעפיניציע פין 'סקאנדאל', און אז ער רעדט פין די אדמין בכלליות, וכו'), יעדער וואס קען אידיש און האט אפי' א טראפעלע מיטגעהאלטן די אבאמא פאליטיק, פארשטייט פונקטליך וואס ער מיינט צו פרעגן מיט דעם אשכול, סאו וואס איז די ציל זיך צו מאכן נאאיוו און פארברענען א אשכול?



אה, דו פרעגסט גוט! וואס איז די ציהל פון א טראלל?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:37 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:חידושים נפלאים דא!

וויכי האט געהעריג באווארנט די אלע נידי גרידי פוינטס אין זיינע ווערטער (למשל אז מ'זאל זיך נישט שטעלן דא אויף די פונקטליכע דעפיניציע פין 'סקאנדאל', און אז ער רעדט פין די אדמין בכלליות, וכו'), יעדער וואס קען אידיש און האט אפי' א טראפעלע מיטגעהאלטן די אבאמא פאליטיק, פארשטייט פונקטליך וואס ער מיינט צו פרעגן מיט דעם אשכול, סאו וואס איז די ציל זיך צו מאכן נאאיוו און פארברענען א אשכול?

דאס אז מען באווארענט זיך מאכט עס נאכנישט פאר קיין סקאנדאל.

אפילו ער זאל ווען זאגן אז עס איז געקומען צוליב א ווידיאו איז עס נישט קיין סקאנדאל.

פעסד ענד פיוריעס איז געווען א סקאנדאל. איי ער עס טארגעטינג איז געווען א סקאנדאל. צו זיי זענען געווען אזוי געפערלעך קען מען דעבאטירן, אבער סקאנדאלן זענען זיי.

מיין פוינט איז, יעדער ווייסט דאך אז קיין סאך סקאנדאלן אויפ'ן גאס איז טאקע נישט געווען אין אבאמא'ס צייטן, סאו וואס דער פוה"א האט געמיינט מיט "סקאנדאל" איז באמת "קארופציע וואס וואלט געדארפט פירן צו סקאנדאלן", און דעריבער איז נישט וויכטיג (חוץ פאר די שפראך אויסבעסערער..) וואס ס'ווערט "קלאסיציפירט" אלס סקאנדאל און וואס נישט, דער עיקר איז די שאלה אויב אבאמא'ס בארימעריי איז געווען בארעכטיגט.

אין אנדערע ווערטער, אבאמא האט אויך נישט געמיינט די ווארט "סקאנדאל" פריי נאר "קארופציע" פריי וכדו', ווייל ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט צו זיין בוכשטעבליך סקאנדאל פריי איז גענוג צו זיין דער פירער פין צפון קאריע אדער רוסלאנד אויך, און דאס איז נישט קיין שום מעלה.

אלנפאלס, איר זענט עכ"פ אויך מודה אז אפי' בוכשטעבליכע סקאנדאלן זענען יא געווען כאטש 2, איז דאס באדערט מיך אז מענטשן קענען אריינקומען אין דעם אשכול מיט א בלעכענעם "יא" וכדו'...

דו ווילסט זיין לינק? פיין! האסט ליב אבאמא? פיין! דו האסט טראמפ? פארשטיי איך אויך! דו פארשטייסט אפי' באמת אז די דעמאקראטן זענען גערעכט? אויך גוט! אבער צו וואס אראפברענגען א שמועס צו א איגנארענט/טראלל/קינדערגארטן לעוועל ווען ס'איז נישטא קיין שום תועלת דערין??

און למעשה, וואס באדערט מיך טאקע אזוי שטארק איין אשכול? נאר ס'שטעלט זיך פשוט ארויס א גאר אומאנגענעמע בילד, אז ווען די זעלבע ניק'ס דרייען א קאפ מיט אנטי-טראמפ אגענדעס אין אנדערע אשכולות מוז בכלל נישט זיין אז ס'איז ווייל מ'דינגט זיך אויף עפעס, נאר ווייל אז מ'קען גיין קאפ אין וואנט, און ארויסנעמען אנדערע פין גלייכגעוויכט און זיי מאכן זיך מסביר זיין מיט די גרינע גאל, פארוואס נישט...?!

וזה מה שנקרא "טראלל"! און דאס מיין פריינט #איבעלט



גיי אוועק פון מיין קאמפיוטער!!! איי_מין, אזוי גוט ארויסברענגען מיין פוינט?!

טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:48 am

די מעכטיגע סקאנדאל פין רוסלאנד זיך מישן אין אמעריקאנע װאלן איז פארגעקימען אינטער אבאמא׳ס זײגער (אין אפ׳ אױב ס׳איז געװען קעלושזאן מיט די טראמפ קאמפײן איז עס נאכאלס אן אבאמא סקאנדאל סײ דעס אז זײנע intelligence community חוברה האבן עס נישט געקענט אפשטעלען אין סײ דעס אז זײ האבן נאר אנגעהױבען צי שרײען אז רוסלאנד האט זיך געמישט נאר אײנמאהל טראמפ האט געװינען)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:52 am

א שאד די טענה'רייען! כאב באגעגענט אן ארטיקל וואס די IG'ס שרייבן! כאמעך דערמאנט דערפון ווען כאב געזעהן אז די דעמעקראטן זענען ביזי מיט "סקאנדאל פריי", האבעכעם געברענגט פאר ווער ס'וויל... די וואס ווילן טראללן אדער דמיון'ען ווייטער, גייט מען קיינמאל נישט אויפווייזן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:22 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און לגבי די אינפעקטאר דזשענעראל ווייגעשריי וואס וויכי ברעגנט פון ריל-קלער-פאליטיקס?

נישט געבן דאקומענטן איז קיין סקאנדאל, קאנגרעס אווערסייט האט עס עניטיים געקענט בעטן אויב וואלט געווען א שמץ עבירה.

דאס איז אויסער ווי שוין געזאגט, זייט די טראמפ אדמיניסטראציע האט איבערגענימען קאנטראל און קען אלעס זעהן/ליעקן/אויפדעקן/אנקלאגן זענען די אלע תירוצים בטל.

קיין סקאנדאלן.



קוק אן למשל דאס... די פאקט אז קאנגרעסס קענעס בעטן, איז אירעלעווענט! נוניעז בעט יעצט אויך, דזשארדן שרייט אז ער באקומט נישט, און אפילו די "בייפארטיזאן" סענאט שרייט אז מ'עדיט אין די וועלט אריין...

47 פון 73 IG's קומען נישט ארויס טעגליך מיט אזא קאמפלעין! סאו אפילו אויב סיז גארנישט דא, גיב אהער וואס מ'הייבט דיר! פארדעם איז דא אווערסייט! סאו די עצם פאקט אז מ'גיבט עס נישט איז א פארברעכן! א סקאנדאל איזעס ווען דער עולם באנטעוועט! אבער היות די מידיע האט געקאווערט אבאמא, האט מען נישט געבאנטעוועט! אבער דאס שטעלט קלאר פארוואס סיז נישט געווען אזוי סאך סקאנדאלן! ווייל ווי אבערווייז שרייבט, מ'לעשט אויס די סמאוק אלארם פייפטעס נישט! מ'האט געשטערט די IG's פון טוהן זייער ארבייט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:25 am

גע'קריגן אין אישי...

-------- אריגענאלע מעסעדזש --------
קעפל: Re: איז אבאמא טאקע געווען סקאנדאל פריי?
דאטום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:50 am
פון:
צו: וויכטיג מאכער

א ניק האט געשריבן:קעפל: איז אבאמא טאקע געווען סקאנדאל פריי?

Obama repeats the myth that his administration was free of scandal
https://www.bostonglobe.com/opinion/201 ... story.html

Wiki: Category:Obama administration controversies
https://en.wikipedia.org/wiki/Category: ... troversies

5 Obama Scandals The Mainstream Press Is Ignoring
https://www.investors.com/politics/edit ... president/

The Silencing of the Inspectors General
https://www.nationalreview.com/2018/06/ ... s-general/

President Obama's scandal-free delusion
https://www.thespectrum.com/story/opini ... 387301002/

9 Controversies Obama Didn’t Mention When He Denied Any ‘Major Scandals’
https://www.dailysignal.com/2016/10/24/ ... -scandals/
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:32 am

וויכי, כאפסט נישט אז די סמאוק דעטעקטער איז קאנגרעס.. און די פייפער האט שוין איינמאל געארבייט, געארבייט? ס'האט געקלונגען פאר יעדע צוגעברענטע זכר בונדל. און די פאקט אז ס'איז נישט געווען קיין שום דאקומענטן פארלאנג דערוועגן פון די נונעז-גאודי אווערסייט דארף זיין גענוג דיר צו מאכן קלערן פון זיכן נאך א סאורס צו דיין ארטיקל פון דעם איין רעכטן שרייבער..

נישטא קיין סמאוק, קלונגט נישט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:39 am

האבעך מעך ממש יעצט רעגיסטרירט צו די "פאקטן" פארטיי.

שיינט מיר עס וועט האבן א גלענצנדן פיוטשער.

(אפשר וועלן זיי מיר פארארדענען צו טוישן אינטערשריפט, הו נאוס?..)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:41 am

כאפצעם האט געשריבן:וויכי, כאפסט נישט אז די סמאוק דעטעקטער איז קאנגרעס.. און די פאקט אז ס'איז נישט געווען קיין שום דאקומענטן פארלאנג דערוועגן פון די נונעז-גאודי אווערסייט דארף זיין גענוג דיר צו מאכן קלערן פון זיכן נאך א סאורס צו דיין ארטיקל פון דעם איין רעכטן שרייבער..

נישטא קיין סמאוק, נישטא קיין פייער.

הייסט אז די באשלוסט וואס ס׳איז א פאקט און וואס נישט, איז געוואנדן און וואס קאנגרעס טוט. כ׳הער.

קאנגרעס האט רעקאמענדירט קלאגעס קרימענאלע קעגן ענדראו מ׳קעיב.

קאנגרעס האט קאנקלאודעט אז די רוסן׳ס ציל מיטן זיך מישן און די וואלן איז געווען צו אנזייען כאאס, נישט צו העלפן טראמפ. (אנדערש פון די סענעט ״נישט פיינעל קאנשלאזשען״ פון דינסטאג וואס זאגט קלאר אז זיי עקאוען וואס די אבאמא אדמי האט זיי ראקאמענדירט)

קאנגרעס האט פארלאנגט דאקאמענטן פון די DOJ איבער די ״פאקטן״ וואס האבן געפירט צו גרינדן די ראשע האוקס נאך אינטער אבאמא, למעשה איזעס נאכנישט איבערגעגעבן געווארן.

קאנגרעסלייט זענען גערודפט געווארן דורך די אבאמא IRS, דאקאמענטן פארלאנגט, למעשה זענען די באווייזן פארניכטערט געווארן. #אבסטראקשן אוו דזשאסטעס
סטעי טונד!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:44 am

און הערשט רעדט מען דא פון די -סאו קאלד- רעפובליקען DOJ, על אחת כמה וכמה....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:02 am

כאפצעם האט געשריבן:וויכי, כאפסט נישט אז די סמאוק דעטעקטער איז קאנגרעס.. און די פייפער האט שוין איינמאל געארבייט, געארבייט? ס'האט געקלונגען פאר יעדע צוגעברענטע זכר בונדל. און די פאקט אז ס'איז נישט געווען קיין שום דאקומענטן פארלאנג דערוועגן פון די נונעז-גאודי אווערסייט דארף זיין גענוג דיר צו מאכן קלערן פון זיכן נאך א סאורס צו דיין ארטיקל פון דעם איין רעכטן שרייבער..

נישטא קיין סמאוק, קלונגט נישט.


איך כאפ אלעס! מ'מאכט איין כאפצעם און אלעס ווערט געכאפט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:05 am

ביידעוועי, קאנגרעסס האט געהאלטן געהאלטן עריק האלדער אין קאנטעמפט פארן נישט וועלן אויפטרעטן... וואס הייסט מאט נישט געבעטן? און וואס טוצעך מיט לערנער? מ'האט נישט געבעטן?

פאקטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:20 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביידעוועי, קאנגרעסס האט געהאלטן געהאלטן עריק האלדער אין קאנטעמפט פארן נישט וועלן אויפטרעטן... וואס הייסט מאט נישט געבעטן? און וואס טוצעך מיט לערנער? מ'האט נישט געבעטן?

פאקטן...

איך גיי איין #סקאנדאל אויפאמאל

כ'האלט נאך ביי די 47 אינספעקטער זשענעראלס פאר וועם מ'האט צוריקגעוויזן דאקומענטן..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:25 am

סאו צוריקווייזן דאקומענטן פאר די IG איז נישט קיין סקאנדאל? וואס יא?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:32 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו צוריקווייזן דאקומענטן פאר די IG איז נישט קיין סקאנדאל? וואס יא?

קיין סקאנדאל, ס'איז א נארמאלע זאך צוריקציווייזן קאנפידענשאל אדער קלאסיפיצירטע דאקומענטן.

אויב איז עפעס א פארדאכט פון סקאנדיליעז איז דא קאנגרעס.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:40 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו צוריקווייזן דאקומענטן פאר די IG איז נישט קיין סקאנדאל? וואס יא?

קיין סקאנדאל, ס'איז א נארמאלע זאך צוריקציווייזן קאנפידענשאל אדער קלאסיפיצירטע דאקומענטן.

אויב איז עפעס א פארדאכט פון סקאנדיליעז איז דא קאנגרעס.

ס'איז א נארמאלע זאך צוריקציווייזן קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירטע דאקומענטן אבער ס׳איז נישט קײן נערמאלע זאך צי ניצן די קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירטע דאקומענטן Label פאר זאכן װאס איז בכלל נישט קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירט כדי זיך ארױס דרײען פין עס געבן פאר קונגרעס אין דאס איז א סקאנדאל פאר זיך

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:13 pm

עצה טובה

אויב איינער שרייבט פאקטן וואס יעדער האלט און פארשטייט אנדערש זאל מען עס איגנארן
ער גייט גאר נישט טוישן אפילו מיט די בעסטע הסברים אין קלארע ראיות


יא עס איז אמת עס #איבעלט
איך זע נישט קיין אנדערע עצה

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:36 pm

abeg האט געשריבן:ס'איז א נארמאלע זאך צוריקציווייזן קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירטע דאקומענטן אבער ס׳איז נישט קײן נערמאלע זאך צי ניצן די קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירטע דאקומענטן Label פאר זאכן װאס איז בכלל נישט קאנפידענשאל אין קלאסיפיצירט כדי זיך ארױס דרײען פין עס געבן פאר קונגרעס אין דאס איז א סקאנדאל פאר זיך

איך און דו ווייסן אבער נישט צו יא צו נישט, ריכטיג? און דערפאר איז דא קאנגרעס. זיי האבן גארנישט פארדעכטיגט, גארנישט געבעטן, גארנישט באשולדיגט. סאו האלט מיר צוריק ביי א'.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:46 pm

יישר כח האט געשריבן:עצה טובה

אויב איינער שרייבט פאקטן וואס יעדער האלט און פארשטייט אנדערש זאל מען עס איגנארן
ער גייט גאר נישט טוישן אפילו מיט די בעסטע הסברים אין קלארע ראיות


יא עס איז אמת עס #איבעלט
איך זע נישט קיין אנדערע עצה


מיר איבעלט עס נישט, איך פארשטיי זייער גוט פארוואס טראמפער זאלן וועלן אז אבאמא'ס אדמיניסטראציע זאל ווען האבן געווען פארוויקעלט אין סקאנדאלן. אבער די שלעכטע נייעס איז, אבאמא'ס רעפארט קארד איז אויסנאם ווען עס קומט צו עטיקס, געזעץ און ארדענוג.

פרובירן אפצומאלן די אבאמא אדמיניסטראציע אלס א סקאנדאליעזע, איז ווי מען זאל אראפלייגן טראמפ אלס א עני ואביון.

די פאקט אז א ארכי אבאמא שונא עפענט א אשכול אויף אייוועלט, איבער סאו קאולד סקאנדאלן, מאכט עס גארנישט נענטער צום מציאות.

אבער ווי געזאגט, איך פארשטיי זיי, און איך בין שוין געוואוינט צו דעם אז זיי גלייכן קאנספיראציעס, ממילא איבעלט עס מיר נישט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:58 pm

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו צוריקווייזן דאקומענטן פאר די IG איז נישט קיין סקאנדאל? וואס יא?

קיין סקאנדאל, ס'איז א נארמאלע זאך צוריקציווייזן קאנפידענשאל אדער קלאסיפיצירטע דאקומענטן.

אויב איז עפעס א פארדאכט פון סקאנדיליעז איז דא קאנגרעס.



טעות! די IG האט פול קליערענס, און איז געשטעלט דערפאר! ער דארף באקומען פול צוטריט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:10 pm

א גאנצע אשכול געבויעט פתאום ורעמסס אויף אן אפיניען שטיקל פון א טראמפ שרייבער, נאכן מאכן א שנעלע גוגל סורטש יעצט שטעלט זיך מיר עס ארויס אלס קאמפליעט #פעיק ניוז.. עס איז טאקע געווען אזא בריוו, אבער נישט אויף קיין דאקומענטן "דענייעלס" נאר אויף "דילעיס", אלעס האבן זיי אבער סוכ"ס באקומען.. נעקסט קעיס.

יעצט, אויב האבן זיי אלעס באקומען און גארנישט געטראפן וועלן יעצט שטייצעך אלע טראמפ חסידים דא מודה זיין אז די תירוץ צום קעפל איז : "יא"..

זעץ מיר זיך ווארטן ביים קארנער מיט א שירעם.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], SemrushBo און 6 געסט