[היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אידיש - דער קרעמלין האט קלארגעשטעלט, אז דערווייל איז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין נאכנישט גרייט צו אקצעפטירן פרעזידענט טראמפ'ס איינלאדענונג פאר א סאמיט אין ווייסן הויז. א ווארטזאגער פאר דער רוסישער רעגירונג האט געגעבן צו פארשטיין, אז יעדער זעט אז דער ערשטער סאמיט אין העלסינקי האט געברענגט א פאליטישן שטורעם אין אמעריקע, און דעריבער איז נאכנישט די פאסיגע צייט צו אקצעפטירן די איינלאדענונג פאר נאך א סאמיט. דער ווארטזאגער האט געזאגט, אז ווען די סיטואציע וועט זיך בארואיגן, און רוסלאנד וועט זען רעזולטאטן פונעם ערשטן סאמיט, וועט מען דעמאלט באשליסן.
אנטי לינקער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטי לינקער »

קען מיר אפשר איינער געבן צו פארשטיין זייט ווען האט פוטין מורא פון א פאליטישע שטורעם ?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ווען טראמפ איז טאָף אויף רוסלאנד איז א ״פאליטישע שטורעם״ א פערפעקט דיטאָר עקסקיאז נישט אנצונעמען די טראמפ איינלאדענונג
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פארטראכטער האט געשריבן:לינדזי גרעהעם זאגט אז פוטין האט זייער מעגליך אריין געלייגט אונטערהער אפאראטן אין די באלי וואס ער האט געגעבן פאר טראמפ, און טראמפ זאל זיך אכטונג געבן דערפון און אוודאי עס קיינמאל נישט האלטן אין די ווייסע הויז.

האַ קאָטשאַ פייאַ

https://www.bloomberg.com/news/articles ... -indicates
רשעות קאלטע סעלצער
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דאס ווייסע הויז האט נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ וועט למעשה נישט אפהאלטן קיין סאמיט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין ווייסן הויז היי יאר. טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן זאגט, אז טראמפ האט באשלאסן אפצושטופן א פאטענציעלן סאמיט אויף כאטש ביז ערגעץ אינמיטן יאר 19', וויבאלד מען וויל געבן צייט אז די מוללער אויספארשונג אויף רוסלאנד'ס שריט ביי די יאר 16' וואלן, זאל קומען צו אן ענדע. דאס אפשיבן דעם סאמיט, קומט נאכדעם וואס דער קרעמלין האט זיך אנטזאגט דערווייל צו אקצעפטירן טראמפ'ס איינלאדענונג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רוסישע פרעזידענט וואלאדימיר פוטין: טראמפ זוכט פארצוזעצן געשפרעכן און איך בין דערביי
איך האב געלאדנט טראמפ קיין מאסקווע און איך בין גרייט איך בין אויך גרייט צו באזוכן וואשינגטאן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אנטי לינקער האט געשריבן:קען מיר אפשר איינער געבן צו פארשטיין זייט ווען האט פוטין מורא פון א פאליטישע שטורעם ?

אין רוסלאנד טאקע נישט, אבער די מיטש מעקאנעל דרשה מיט די רוביא-ווען האלען ביל איז זייער נישט גוט געווען פאר פוטין .
אנטי לינקער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטי לינקער »

רבותי אויף קול מבשר איז דא א פרישע אנאליז פון ר' יצחק קלאר ווי ער רעדט וועגן די טראמפ פוטין סאמיט [אין אזוי ווייטער] עס איז כדאי צו הערן,
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רוסלאנד – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין זאגט, אז ער וויל לאדענען דעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, צו קומען אויף אן אפיציעלן באזוך קיין מאסקווע, זאגנדיג "איך וואלט שטארק געגליכן אים צו האבן דא אלס גאסט". דאס ווייסע הויז האט רעאגירט, אז טראמפ איז וויליג צו פארן קיין מאסקווע פאר א זיצונג מיט פוטין, און אויך קוקט טראמפ ארויס אויפצונעמען פוטין אין ווייסן הויז, אנהייב יאר 19', נאכדעם וואס מען האט געהאט אפגעשטופט פלענער פאר א ווייסע הויז סאמיט נאך היי יאר. אויסער דעם האט דער פענטאגאן געזאגט פרייטאג, אז זיי קוקן ארויס אנצוהייבן דירעקטע מיליטערישע-קאאפעראציע געשפרעכן מיט די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום פירערשאפט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די איינציגסטע אויפטוה וואס טראמפ האט אנגעבליך ארויסגעברענגט פון זיין פוטין מיטינג איז געווען אז רוסלאנד וועט אוועקציען די איראנער טרופן פון די מדינ"י גרעניץ.

קומט יעצט די נייעס:

BREAKING: Russian ambassador to Israel Anatoly Viktorov says in interview for @news10 that Russia will not be able to force Iran to pull its forces out of Syria
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: יושב בKGB ישחק - ובנארט קאריע ילעג למו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

טוב ליהודים האט געשריבן:דער גאנצע וועלט שוידערט, דער אמעריקאנער איז צו שאנד און צו שפאט, און דער פוטין לאכט מיט אזא הילכיגע געלעכטער ווי ער האט אזוי גרינגעהייט איינגענומען די וועלט מאכט וואס סטאלין/לענין/גארביטשאוו/היטלער ימ"ש האבן נישט געקענט באווייזן מיט זייער באמבעס/סומבארינען/נוקלער האט ער באוויזן מיטן שטארק פאטריאטישע רעבופליקאנער פארטיי בנשיאות זייער שטארקע פוהרער - דאנעלד טראמפ!

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן - וויל הארד - געוועזענע CIA אפיסער שרייבט אויף טוויטער: פרעזידענט טראמפ איז קאנטראלירט ביי פוטין!
איך האב שוין געזעהן אסאך מענטשן מאנופלירט ביי די רוסן, אבער כהאב קיינמאל נישט געחלומט אז די "אמעריקאנער פרעזידענט" וועט זיין איינער פון די וואס ווערן קאנטראלירט דורך די KGB!!

----
GOP Lawmaker Says Trump ‘Getting Played’

Rep. Will Hurd (R-TX), a former CIA officer, said on Twitter that President Trump was “getting played” by Russian president Vladimir Putin.

Said Hurd: “I’ve seen Russian intelligence manipulate many people over my professional career and I never would have thought that the US President would become one of the ones getting played by old KGB hands.”

ארויף לאור המצב.
יואלי פערל
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: יושב בKGB ישחק - ובנארט קאריע ילעג למו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

שפיצער האט געשריבן:ארויף לאור המצב.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: [היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

געוויסע צייטונגען אריינגערעכנט די אויף די אידישע שפראך וואס זענען אויסגעשפראכען אויף די דעמאקראטישע זייט, פרובירן צו פארגלעטן, פארמעקן, פארדייען, פארדרייערן, און פארדרייען דאס טרוקענער מציאות אז:

טראמפ האט געקניידעלט דעם מטורף פון די מיטל מזרח,

טראמפ האט אפגעהאלטן פוטין פון טון דאס וואס ער טוט היינט.

דער טרוקענער פאקט דארף נישט קיין הסברים, עס שרייט פון זיך אליינס, ממילא רעגט דאס אויף די דעמאקראטישע מידיא וואס דארפן יעצט אפענטפערן מיט פאבריצירן לגיונות און שקרים וכו' וכו'.

דאס אז טראמפ איז א שטיקל משוגענער און א אפענער בעל גאוה בשעת ביידען איז אביסל מער באהאלטן, קען זיין, אבער א גוטער ביזנעסמאן איז ער. און ער האט גענומען עקשאן ווען ס'האט אויסגעפעלט, צו דאס האט אפגעהאלטן פוטין? כ'ווייס נישט, אבער דער פאקט איז אזוי, אז פוטין האט דאס נישט געטון בשעת טראמפ.

און נאך עפעס, דער דיקטטורישער זעהל איז אויסגעהונגערט פאר אנערקענונג. (להבדיל אלפי הבדלות, קענסטו זיך אומקוקן און זעהן ווי דער ראש הקהל פון סייווי פירט זיך צומאל און מער ווי צומאל אויף ווי א קינד. פארוואס? ווייל דער קינד אין אים מאנט און פאדערט דאס זייניגע).

טראמפ האט צוגעשטעלט דעם אנערקענונג פאר פוטין, עס איז דא א בריוו ווי טראמפ שרייבט אים צוריק פאר זיין פרעזידענטשאפט אז 'איך בין דיינס א גרויסע שטיצער'. דאס האט ער געטון ווייל ער האט געוואלט דורכפירן געוויסע ביזנעס דיעל'ס אין פוטינ'ס רוסלאנד.

און אז פוטין האט געפילט פארזיכערט, איז זיין פאראנויעד אראפ אפאר שטאפלען.

די באדדאם ליין איז, אונטער טראמפ'ס זייגער האט דאס נישט פאסירט. ווער ס'וויל קומען פארדרייען און פארמעקן מיט שקרים, געזונטערהייט.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: [היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ פריער אויף "טרוטה" קלארט אויס וואס איז באמת אלעמאל געווען קלאר, אז ער האט יא געוואלט זאגן וואס ער האט געזאגט, און יא, אז דאס האט געמיינט אז ער גלייבט פוטין מער ווי די אינטעל קאמיוניטי.


און דאס טוט ער בשעת פוטין שיקט ביי וויקלי מיסיליס אויף ציווילע אווי דער כאמאס.
אטעטשמענטס
IMG_20230130_131802.jpg
IMG_20230130_131802.jpg (156.68 KiB) געזען 380 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”