הכל הבל האט געשריבן:רעיגען נאציאנאל איז א רעקלאמע פירמע מיט בילבאורדס אין און ארום אוסטין טעקסאס און האט צוריק אין 2017 למספרם איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פערמיט צו קענען פארוואנדלען זייערע בילבאורד רעקלאמעס אין דידזשיטעל ווערסיע וועלכע ערלויבט זיי נאכאנאנד צו טוישן די אינהאלט פון די רעקלאמעס יעדע עטליכע סעקונדן
די סיטי האט אבער צוריקגעוויזן די פארלאנג זינט זייערע פארשריפטן ערלויבן דידזשיטאל רעקלאמעס בלויז פאר אזעלכע רעקלאמעס וועלכע שטעלן פאר ביזנעסער, אקטיוויטען אדער סערוויסעס צו באקומען אויפן שטח וואו די רעקלאמע ווערט אראפגעשטעלט (צום ביישפיל העכער א רעסטוראנט קען לויפן א דיגיטאלע רעקלאמע וועלכע פארציילט איבער פראדוקטן וועלכע זיי סערווירן)
אנדערש איז אבער אויב העכער א געשעפט לופטערט א רעקלאמע פארצושטעלן א סערוויס אדער פראדוקט וועלכע איז אומפארבונדן מיט די לאקאל אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט, דאן קען עס נישט זיין דיגיטאל
די אפיציעלע ערקלערונג פון די סיטי איז אז זיי זוכםן צו מינימיזירן די פלייץ פון לעבעדיגע רעקלאמעס וועלכע פאנגט די אויגן פון מאטאריסטן וועלכע פארגלאצן זיך זיצנדיג ביים רעדל און פארשווערט די טראפיק און ביישטייערט צו אינצידענטן
די פירמע איז געגאנגען אין געריכט קלאגנדיג די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און שפעטער האט זיך לאמאר עדווענטעדזש אוטדאור אנגעשלאסן אין די אנקלאגע נאכן ווערן צוריקגעוויזן די זעלבע סארט פארלאנג
די דיסטריקט געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע וועלכע איז דענאך געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער
די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע באהאנדלט איצט קעיס וועלכע וועט באהאנדלעןא פריערדיגע אורטייל זייערע וועלכע האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די צוויי זייטן זיך אויסצקריגן אינעם איצטיגן קעיס
די פריערדיגע קעיס האט זיך געהאנדלט מיט אן אלגעמיינע פארבאט ארויסגעשטעלט דורך די טאון אוו גילבערט אין אריזאנא אקעגן ארויסשטעלן שילדן אבער זיי האבן אפן געלאזט גאר א ברייטע עפענונג פאר מערערע סארט שילדן אנגעהויבן פון פאליטישע רעקלאמעס ביז אידעאלאגישע מעסעדזשעס און דירעקציע אנווייזונגען און נאך
אבער.. דא קומט די גרויסע אבער, די טאון האט געמאלדן אז פון די פילע קאטעגאריעס שילדן וועלכע קענען ווערן ארויסגעשטעלט וועלן אויסשטיין באזונדערע רעגולאציעס ווען געוויסע סארט וועלן קענען זיין פון איין גרויס און אנדערע וועלן דארפן זיין קלענער, טייל וועלן קענען לויפן פאר א לענגערע צייט אפשניט ווי אנדערע, און נאך, און צום ביישפיל שארפער רעגולירט רעליגיזע מעסעדזשעס ווי פאליטישע
יענע קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט אין די אכט ריכטער באנק האט אין 2015 למספרם איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די טאון און געשריבן אז געריכטן זאלן פון היינט און וויייטער פונאנדערשיידן צווישן "אינהאלט באזירטע געזעצן" און "אינהאלט נייטראלע געזעצן"
די געריכט האט אוועקגעשטעלט אז אזעלכע געזעצן וועלכע קאנצעטרירן זיך צו באהאנדלען מעסעדזשעס און שילדן לויט זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט" דאקטרינע ווידעראום אזעלכע געזעצן וועלכע רעגולירן מעסעדזשעס נייטראל אפגעזעהן זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין בלויז "מעסיגע איבערזיכט"
די דיפערענץ איז אז אינהאלט באזירטע מעסעדזשעס קענען אויסשטיין שטרענגע איבערזיכט דורך די יורידישע סיסטעם וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן
אנדערש איז אבער מיט אינהאלט נייטראלע געזעצן וועלכע שטייען אויס בלויז מעסיגע איבערזיכט וואס באדייט אז זיי דארפן בלויז אויפווייזן אז אין די רעגירונגס אינטערעסע און דאן מוז די געזעץ אויך נישט זיין אזוי מינימאל
אין אנדערע ווערטער האט די געריכט געאורטיילט אז די גילבערט געזעץ איז אינהאלט באזירט און שטייט אויס די שטרענגע איבערזיכט טעסט וואס אין מיינסטנס פעלער באדייט עס אז די רעגירונג קען נישט צופרידנשטעלן די געריכט און ווערט עווענטועל געפונען אומקאנסטיטוציאנאל
די פראגע איז געבליבן ווי אזוי גענוי זאלן געריכטן אפשאצן אויב א געזעץ איז אינהאלט באזירט אדער אינהאלט נייטראל?
אויף דעם האט די געריכט דאן אוועקגעשטלעט א צוויי שטאפל סיסטעם וועלכע געריכטן זאלן נוצן ביים באשליסן אזעלכע פראגן
אין די ערשטע שטאפל זאלן געריכטן אריינקוקן און ליינען די רויע טעקסט פונעם געזעץ פארנט פון זיי אן קוקן אויף סיי וואס אנדערש און אויב די שפראך אינעם געזעץ קלונגט אינהאלט באזירט זאלן זיי עס באשטימען אלץ אינהאלט באזירט אן קיין צעגערונגען
אויב אבער די שפראך זעלבסט איז נישט דוקא אינהאלט באזירט, דאן זאלן געריכטן באטראכטן די ארומיגע אספעקטן און פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פונעם געזעץ און אויב יענץ שיינט יא צו זיין געטריבן צו רעגולירן מעסעדזשעס באזירט אויף אינהאלט זאל עס אויך באצייכנט ווערן אלץ אינהאלט באזירט
אצינד צו אונזער פאל ווען די אוסטין סיטי האט פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס וועלכע רעקלאמירן זאכן וואס איז אומפארבונדן מיט די שטח אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט
די דעבאטע האט זיך אנטוויקלט איבער די ערשטע שטאפל ארויסגעשטעלט דורכ'ן געריכט, נעמליך, אפצוליינען די ווערטער פונעם געזעץ און די דיסטריקט געריכט האט נישט געפונען גארנישט וואס זאל מחמיר זיין אויף געוויסע סארט שילדן "צוליב" איר אינהאלט
די פיפטע קרייז געריכט האט אבער גע'טענה'ט אז צוליב דעם וואס די סיטי האט נישט די מעגליכקייט צו פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס אן איבערקוקן צו די רעקלאמע רעקלאמירט פראדוקטן אדער סערוויסעס פארבונדן מיטן שטח אדער נישט, קומט אויס אז טעכניש מוזן זיי איבערקוקן די אינהאלט און באשליסן "באזירט אויף איר אינהאלט" אז זי רעפרעזענטירט עפעס וואס איז אומפארבונדן מיטן שטח און דאן קענען זיי אפווארפן די ביטע און צוליב דעם איז עס פאקטיש אינהאלט באזירט
די סיטי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז אזא סארט איבערקוקן די אינהאלט באדייט נישט אז צוליב די ספעציפישע זאכן וואס דארט שטייט ווערט די אפליקאציע אפגעזאגט נאר איז געמאכט צו קענען באשטעטיגן צו זי שטעלט פאר א פראדוקט/סערוויס פונעם באטרעפנדן שטח אדער נישט
צום ביישפיל אויב די רעקלאמע אינהאלט זאל באשטיין פון פארשטעלן א געוויסע עסנווארג פארקויפט אויף יענעם שטח וועט עס ווערן באשטעטיגט אבער אויב די אינהאלט זאל זיין גענוי די זעלבע מיטן אויסנאם אז די עסנווארג ווערט פארקויפט עטליכע גאסן ארויפציהוועט עס ווערן אפגעווארפן
און עס איז גאר אנדערש ווי די קעיס פון גילערט וועלכע האט רעגולירט אידעאלאגישע מעסעדזשעס שארפער פון פאליטישע אוו רעלגיעזע נאך שארפער
די סיטי האט אנגעוויזן אז ריכטער אליטא אין זיין אייגענע אורטייל וואו ער האט איינגעשטימט מיט די גילבערט פרעצעדענט האט ער קלאר געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט
די רעקלאמע פירמע האט אבער ווי געשריבן גע'טענה'ט אז אז טעכניש איז עס יא אינהאלט באזירט און צוליב דעם זאל עס יא אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן
זאגט די פירמע אז טראץ וואס די סיטי אגט אז די מאטיוו פונעם געזעץ איז גאר וויכטיג צו פארמיידן טראפיק אינצידענטן איז זי אבער קלאר נישט געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן ווייל זיי ערלויבן ווייטער דיגיטאלע רעקלאמעס פאר געשעפטן וועלכע זענען אויף יענעם שטח און רעקלאמעס פאר פרעמדע געשעפטן פירן נישט צו מער טראפיק אינצידענטן ווי רעקלאמעס פאר געשפעטן וועלכע זענען דארט סטאנציאנירט
זיי שרייבן אז אפילו אויב זאל די געריכט יא אננעמען אז די געזעץ איז אינהאלט נייטראל און דארף בלויז אויסשטיין די "מעסיגע איבערזיכט טעסט" טוט די סיטי לויט זיי אויך נישט נאכקומען די מעסיגע טעסט ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די מינימאלסטע אפעקט
זיי ווייזן אן אז די סיטי האט געזאלט אדאפטירן מילדערע וועגן צו אדרעסירן טראפיק פאראליז וועלכע ווערט גענוצט אין אנדערע סטעיטס און מוניציפאליטעטן, א שטייגער ווי פארלאנגען אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג
די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א באריכט דערוועגן וועט בעז"ה נאכפאלגן
די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט היבש צוטיילט אין די צייט וואס טייל ריכטער האבן אויסגעקוקט סימפאטיש צו די אויסטייטש פון די פיפטע סירקוט האבן אנדערע אויסגעקוקוט באזארגט איבער די נאכפאלגן וועלכע זי קען ברענגן
די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט פון די סיטי אדוואקאט מייקל דריעבען וועלכע האט געזאגט אז די סיטי פארשריפט איז א ליידיגע געצייג וועלכע איז גילטיג פאר אלע סארט טעמעס און מעסעדזשעס צוגלייך און איז בלויז קאנצטרריט אויף די פארבינדונג צווישן א שילד און איר לאקאציע אפגעזעהן די אינהאלט פון איר מעסעדזש
טאמאס איז געווען סקעפטיש זיך באציענדיג צו די באקאנטע אוסטין פרענקלין בארבקיו רעסטוראנט זאגנדיג פאר דריעבען אז די רעסטוראנט קען נישט שטעלן קיין שילד סיידן עס איז אויף איר פראפערטי און אזא פארבאט הערט זיך צו אים ווי אינהאלט באזירט
די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל בנימין שניידער אונטערצושטיצן די פאזיציע פון די סיטי און גארסוטש האט אים געפרעגט איבער א היכי תימצי פון א פאל וואס אין די סיטי געפונען זיך 1000 קריסטליכע קירכעס און בלויז 12 אראבישע מאסקס
גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א פארבאט אויף שילדן פאר אויסערליכע צוועקן טוט נישט בעפארצוגן די קירכעס וועלכע פארמאגן לויט דעם פיל מיר לאקאלן ווי צו לופטערן זייער מעסעדזש ווי די מאסקס
שניידער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע פארנט פונעם געריכט איז געווען אויב די פארשפריט איז אינהאלט באזירט אדער נייטראל און נישט איבער ווי אזוי זי טוט פראקטיש אויסווירקן אויף די גאסן פון די סיטי
גארסוטש האט אבער אויסגעקוקט אומצופרידן פרעגנדיג פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג אבער סניידער האט עס אוועקגעמאכט אלץ ווייניגער אפעקטיוו
גארסוטש האט אבער געלאכט פון אים זאגנדיג אז מען קען נישט נוצן פאר א טעסט איבער אפעקטיווקייט עפעס וואס אונטערדרוקט פרייהייט פון אויסדרוק
אדוואקאט קענאן שאנמוגאם האט פארטרעטן די פירמע און סאטאמאיאר האט געמאכט די קעיס פאר די סיטי ביים שטעלן אירע פראגן
( יא, אויב קלונגט אייך דער נאמען פונעם אדוואקאט באקאנט איז עס טאקע דער זעלבער וועלכע האט אדוואקאטירט אין א צווייטע קעיס באשריבן א צייט צוריק
הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א פרישע לענדמארק קעיס
ראבערטס געשריבן אורטייל 4-5 אבער עס באגרעניצט ווי שפעטער ערקלערט
פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די קעיס מיט א צייט צוריק
די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך
איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס
ווען די פירמע'ס אדוואקאט קענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר)
אויך אליטא האט נאכגעפאלגט אין איר ריכטונג (צו דערמאנען האט די סיטי ציטירט די מיינונג פון אליטא אין די גילבערט קעיס וואו ער האט דארט געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט
אצינד האט אליטא אנגעהאלטן (צו ווייל ער טאקע שטאנדהאפטיג אדער ווייל אצינד מוז ער שוין דעקן וואס ער האט דאן געשריבן) יענע שטעלונג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז אן אפיציר קען באשטעטיגן אדער אפווארפן אן אפליקאציע פון א רעקלאמע פירמע אן אפילו ליינען די אינהאלט ווייל אפילו אויב די רעקלאמע איז אויף די כינעזישע שפראך וועלכע איז ווילד פרעמד פארן אפיציר קען ער אבער זעהן אויב עס איז דיגיטאל אדער נישט
שאנמוגאם האט עס ווי פארשטענדליך לייכט אפגעווארפן זאגנדיג אז אפילו ווען דער אפיציר זעהט א עס איז יא דיגיטאל מוז ער אבער יא קענען ליינען צו וויסן אויב די רעקלאמע שטעלט פאר עפעס וואס איז אויף יענע לאקאל אדער נישט
אליטא האט אויך סימפאטיזירט מיט שניידער'ס באהויפטונג אז אדאפטירן די שטעלונג פון די פיפטע קרייז געריכט וואלט געעפנט א קאנע פון ווערים און מערערע פעדעראלע שילדן און ענליכע רעגולאציעס וועלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל ווייל אפילו זיי זענען נישט דירעקט אינהאלט באזירט פעלט זיך אבער אויס אז די רעגירונג זאל זיי אפליינען איידער מען קען זיי באשטעטיגן און לויט די פיפטע סירקוט באדייט דאס שוין אינהאלט באזירט
ראבערטס האט אויך אויסגעדרוקט זארג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז לויט זיין טעאריע קען ער זהן אז פינף פראווזייעס פון א פעדעראלע הייוועי געזעץ זאלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל
שאנמוגאם האט אנערקענט אז לויט זיין אויסקוק וואלט טאקע יענע פינף פראוויזיעס געווארן באצייכנט אלץ אינהאלט באזירט אער צוגעלייגט אז דאס וואלט נישט באדראעט זייער קאנסטיטוציאנאליטעט ווייל יענע געזעצן זענען אזוי וויכטיג אין די רעגירונגס אינטערעסע אז זיי וואלטן בייגעשטאנען אפילו די "שטרענגע איבערזיכט טעסט"
קעיגען האט דערויף רעאגירט און מסכם געווען אלע זייטן פון די דעבאטע זאגנדיג אזוואס זי קען פארשטיין אז מען זאל אנקוקן די סיטי פארשריפט אלץ אינהאלט באזירט טראץ וואס די גילבערט אורטייל איז נישט דוקא געגאנגען אזוי ווייט
זי האט אבער יא מיטגעטיילט די זארג פון אירע קאלעגן אז מיטגיין מיטן פיפטן סירקוט קען פירן צו א דאמינא אפעקט צו פסל'ן א רייע אנדערע געזעצן
זי זאגט אז טראץ וואס לויט שאנמוגאם קענען יענע געזעצן אויסהאלטן די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" איז עס אבער אן ערנסטע ריזיקע וועלכע מען מוז נעמען זייער פארזיכטיג
קעיגען האט פארגעשלאגן א וועג ארויס אז אין צוגאב צו די אינהאלט באזירט-אינהאלט נייטראלע קאטעגאריעס אוועקגעשטעלט אין די גילבערט אורטייל זאל מען שאפן א פארווע דריטע קאטעגאריע פאר אזעלכע סארט געזעצן ווי די אוסטין פארשריפט און ענליכס און אוועקשטעלן באזונדערע סטאנדארטן דערפאר
קעווענאו וועלכע קען זיין די דעצידירנדע שטימע האט אויך אויסגעקוקט וואקלנדיג צווישן די צוויי זייטן ווען ון איין זייט האט ער געצימבלט שניידער מיט די זעלבע פראגע ווי גארסוטש פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג
אבער פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט פאר שאנמוגאם אז אזעלכע סארט פארשפריטן זענען שוין אין קראפט פאר א לאנגע צייט אין מערערע געגנטער און אן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט וואלט שווער געפאלן אויף פילע לאקאלע יוריסדיקציעס לענגאויס אמעריקא