נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געריכט אין קענסאס האט איצט בלאקירט א סטעיט פארבאט וועלכע האט נישט ערלויבט פאר רציחה פאציענטן צו קאנפערירן מיט סערווירער ווירטואל און באקומען פרעסקיבשאנס פאר רציחה פראדוקטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 1871 למספרם האט פרעזידענט גרענט אונטערגעשריבן די קו קלוקס קלען אקט וועלכע האט געגעבן פרעצעדענטלאזע מאכטן פארן פרעזידענט איבערצוהיפן א רייע רוטינע פראצעדורן אין א פארזוך צו קענען אונטערדרוקן און אויסראטן די קו קלוקס קלען און אנדערע
טעראריסטישע ארגאנאזאציעס וועלכע האבן דאן פארפעסטיגט די דרום שטאטן און צווישן אנדערן געגעבן די רעכט פארן פרעזידענט צו ארעסטירן אן קיין פראצעס אזעלכע וועלכע שטעלן א געפאר

געוויסע פראוויזיעס פון יענע געזעץ עקזיסטירן נאך ביזן היינטיגן טאג אריינגערעכנט די מערסט פראמינענטע סעקשאן 1983 פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר מענטשן צו קלאגן אין ציווילע געריכט אקעגן ציווילע רעכטן פארלעצונגען

די פעדעראלע נוירסינג היים רעפארם אקט איז א גענצליך אומפארבונדעטע געזעץ באשטעטיגט מיט יארן שפעטער אום 1987 למספרם און שטעלט אראפ א רייע מאסנאמען וועלכע נוירסינג היימען וועלכע געניסן פון פעדעראלע מעדיקעיד פאנדינג דארפן נאכקומען

די קאנסטיטוציע האט געשאנקן די רעכט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו איינקאסירן שטייערן און אויסגעבן געלט פאר די אלגעמיינע וואוילזיין פון די באפעלקערונג און די רעגירונג שיקט טייל פון די געלט פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען און פאר פריוואטע קערפערשאפטן וועלכע פירן אן מיט א רייע פראגראמען (א שטייגער ווי מעדיקעיד און מעדיקעיר) און די פעדעראלע רעגירונג באשטימט די פארשריפטן וואס זיי דארפן נאכקומען צו קוואליפיצירן פאר די פאנדינג

די פריער דערמאנטע נוירסינג היים געזעץ פארלאנגט פון צענטערן צו באשוצן און פאראויסשטעלן די רעכטן פון איטליכער רעזידענט/פאציענט אלץ א באדינג צו קענען געניסן פון די פראגראמען און די צענטערן טארן נישט נוצן פיזישע אדער כעמישע באהאנדלונג צו דיסציפלינירן זייערע פאציענטן און פאר אייגענע באקוועמליכקייט סיידן עס פאדערט זיך צו באהאנדלען מעדיצינישע סימפטאמען און גלייכצייטיג מוזן זיי האלטן א פאציענט אוין זייער צענטער און קענען אים אוועקפירן בלויז אונטער א רייע באגרעניצטע אומשטענדן

דזשאדזשי טאלעווסקי ווערט באהאנדלט פאר דיימענשא אין א רעהאביליטיאציע לאקאלע רעגירונג געפירטע צענטער אין אינדיאנא און ווען זיין צושטאנד האט זיך פארערגערט האבן זיי אים טראנספערירט און ארומגעפירט צווישן עטליכע צענטערן און ארומגעטוישט זיינע מעדיצינען טראץ די קעגנערשאפט פון זיין פאמיליע

די נוירסינג היים האט גע'טענה'ט אז זייער האנדלונג אין געווען אין רעאקציע צו א ווילדע און אגרעסיווע אויפפירונג פונעם פאציענט און אז זיי האבן אים נישט געקענט אנדערש קאנטראלירן אבער זיין פרוי זאגט אז זיי האבן אים אויסגעפייניגט

א סטעיט אדמיניסטראטיווע ריכטער האט געפונען אז איין טראנספער איז ווירקליך געווען אין פארלעצונג צום געזעץ און פארארדנט נאכצוגעבן א פארלאנג פון די פרוי צוריקצופירן אין מאן צום ארגינעלן צענטער אבער ביי יענע פונקט האט זי שוין אפגעטראטן און געוואלט אז מען זאל אים טראגן צו א צווייטע פלאץ

עווענטועל האט זיין פרוי האט אריינגעטראגן א לאוסוט אונטער די 1983 סעקשאן וועלכע ערלויבט צוברענגן ציווילע רעכט פארלעצונגען קלאגעס און זיך באקלאגט אז די נוירסינג היים האט פארלעצט די אויבנדערמאנטע נוירסינג היים אקט

די פראגע איז געווען אויב מען קען נוצן סעקשאן 1983 (די רעכט צו קלאגן פאר ציווילע רעכט פארלעצונגען) ווען די אנגעבליכע ציווילע רעכט איז עפעס וואס ווערט בלויז ערווענט אין די נוירסינג היים געזעץ

די רעכט וואס איז דא געווארן פארלעצט איז נישט א רעכט וואס די קאנסטיטוציע האט געגעבן פאר פריוואטע בירגער און זיי פארשפראכן אז אויב עס ווערט פארלעצט קענען זיי ברענגן קלאגעס נאר עס איז ענדערש א תנאי וועלכע די רעגירונג האט געשטעלט פאר קערפערשאפטן (אין די נוירסינג היים געזעץ וועלכע איז א ביזנעס סארט געזעץ איבער די רעגירונג מאכט פון איינקאסירן שטייער און עס אויסגעבן אויף פראגראמען) וועלכע געניסן פון פעדעראלע פאנדינג

אויבנאויף איז די אפמאך צווישן די רעגירונג און די קערפערשאפטן נישט עפעס אין וואס די פובליק קען אריינרעדן און א געווענליכע בירגער קען נישט ברענגן קיין קלאגעס אויב אזא קערפערשאפט פארלעצט די תנאי ווייל זיי זענען נישט די בר פלוגתא פון די צענטערן ווען עס קומט צו פארלעצונגען פון זייער קנאטראקט מיט די רעגירונג און עס איז בלויז די רעגירונג וועלכע קען אפשטעלן די פאנדינג

קומט אבער די טאלעווסקי פאמיליע און טענה'ט אז איינמאהל די רעגירונג האט קלארגעשטעלט אין די נוירסינג היים אקט וואס עס זענען די רעכטן פון די פאציענטן קענען זיך די פאציענטן באנוצן סעקשאן 1983 זיך צו באקלאגן אז אט יענע געשאפענע רעכט איז געווארן פארלעצט

די פעדעראלע דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די טענה אבער ווען טאלעווסקי האט עס אפעלירט צום זיבעטן קרייז געריכט האט די סירקוט קאורט יא אקצעפטירט איר טענה

זיי שרייבן אז סעקשאן 1983 בארעכטיגט דאס ברענגן ציווילע קלאגעס ווען רעכטן צוגעשטעלט דורך די קאנסטיטוציע און "געזעצן" ווערן פארלעצט
און "געזעצן" איז כולל אלע סארט געזעצן אריינגערעכנט רעגירונג ספענדינג געזעצן וואס כאטש עס איז נישט געשטעלט הויפטזעכטליך צו באשוצן רעכטן טוט עס אבער אומדירעקט שאפן א ציווילע רעכט סיידן קאנגרעס וטו קלאר אנדייטן אז אין יענע פאל זוכן זיי נישט צו עפענען א וועג אז פריוואטע מענטשן זאל עס קענען אויסנוצן צו ברענגן ציווילע קלאגעס

אין פאקט האט שוין די פערטע קרייז געריכט מיט יארן צוריק באשטעטיגט אזא הנחה צוויי מאהל אין די לעצטע 50 יאר מאהל אבער די העלט און שפיטאל קארפארעישאן זוכט איצט צוריקצודרייען יענע פרעצעדענט

זיי טענה'ן אז די געריכט מוז אנקוקן סעקשאן 1983 לויט ווי אזוי עס איז געווען ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די קו קלוקס קלען אקט און אז דאן האבן זיי נישט געזוכט צו גיבן א רעכט פאר פריוואטע בירגער וועלכע טוען געניסן פון געוויסע רעכטן אלץ דריטע פארטייען צו קענען אינטערווענירן אין פארלעצונגען פון קאנטראקטן אויסגעהאמערט צווישן די רעגירונג און אנדערע און עס צו אינפארסירן דורך ברענגן ציווילע רעכטן קלאגעס

זיי שרייבן אז קאנגרעס האט מיט די נוירסינג היים אקט געזוכט צו אינפארסירן די באדינגונגען דורך אדמיניסטראטיווע מיטלען און די געריכטן זענען נישט באפולמעכטיגט צוצולייגן נייע שיכט פון אינפארסירונג מעטאדן מיטן עפענען די טויער און אריינלאזן די פאציענטן צו אינפארסירן די געזעץ דורך די געריכטן ווייל דאס באדייט אז די געריכט איז מוסיף אויפן געשריבענע געזעץ און די יורידישע פליגל קען נישט דורכפירן קיין לעגיסלאטיווע ארבעט

זיי טענה'ן אויך אז ווען א סטעיט אדער צענטער אקצעפטירט פאנדינג ליינען זיי דורך די ספעציפישע נוירסינג היים געזעץ מיט אלע דעטאלן און אקצעפטירן די פאנדינג באזירט אויף די תנאים אויסגערעכנט און מיט די ערווארטונג אז זיי וועלן ווערן אינפארסירט דורך די גענויע מיטלען וואס ווערן דערמאנט אין די געזעץ און זיי דארפן נישט זיין גערישט אז די געריכט וועט אויסנוצן עפעס א גענצליך אומפארבונדעטע געזעץ און עס נוצן אלץ א מיטל מיט וועלכע פאציענטן וועלן זעלבסט קענען נוצן די געריכט צו אינפארסירן די קאנטראקט וואס די קערפערשאפטן האמערן אויס מיט די רעגירונג און אזא אינפארסירונג איז עפעס אויף וואס זיי זענען קיינמאהל נישט איינגעגאנגען ביים אונטערשרייבן

אפילו אויב די געריכט זוכט נישט איבערצודרייען די פרעצעדענט און וויל אנהאלטן די הנחה אז אין אלגעמיין קען מען נוצן סעקשאן 1983 צו ברענגן ציווילע קלאגעס איבער פארלעצונגען פון רעכטן געשאפן אין ביזנעס סארט געזעצן, טענה'ט די קארפארעישאן אז אין אונזער פאל האט קאנגרעס קלאר אויסגעשלאסן אזא רעכט מיט דעם וואס זי האט קלארגעשטעלט אין די נוירסינג היים אקט אז פאציענטן זענען בארעכטיגט צו אפעלירן באשלוסן זיי צו טראנספערירן און איבער באשלוסן צו גיבן מעדיצינען (ביידע פון די רעכטן האט טאלעווסקי אויסגענוצט) און דערמיט האט קאנגרעס ווי באשטימט די ראלע און רעכטן וואס פאציענטן און זייערע פאמיליעס קענען באקומען און דאס מיינט אז מער רעכטן (ווי צום ביישפיל צו קענען ברענגן ציווילע רעכטן קלאגעס) פון דעם האבן זיי נישט

די ארגומענט פון טאלעווסקי איז אז וויבאלד סעקשאן 1983 אדרעסירט רעכטן געגעבן דורך די "קאנסטיטוציע" און דורך "געזעצן" איז עס א באווייז אז קאנגרעס האט ארויסגעשריבן די ביידע ווערטער און אינזין געהאט אויך רעכטן וועלכע זענען נישט באשטימט דורך די קאנסטיטוציע נאר געשאפן געווארן אין שפעטערדיגע פעדעראלע געזעצן און וויבאלד קאנגרעס שרייבט שרייבט נישט קיין איין באגרעניצונג אויף די ווארט געזעצן נעמט עס אריין אלע סארט געזעצן אריינגערעכנט אזעלכע וואס קאנצעטרירן זיך נישט הויפטזעכטליך צו באשוצן רעכטן נאר ענדערש אוועקצושטעלן ווי אזוי רעגירונג ביזנעס זאל פונקציאנירן

טאלעווסקי זאגט אז מען וואלט נאך געקענט פארשטיין די נוירסינג היים פאזיציע אויב די אינפארסירונג שריט וועלכע קאנגרעס האט ספעציפירט אינעם געזעץ וואלט "זיך נישט פארשטאנען" מיט אינפארסירונג דורך פאציענטן דורך פעדעראלע ציווילע קלאגעס אבער אין פאקט קענען ביידע אינפארסירונג מהלכים ארבעטן האנט ביי האנט אן וואס איינע פון זיי זאל שטערן די צווייטע אדער שאפן קאמפליקאציעס

די אינפארסירונג וואס קאנגרעס שטעלט צו בפירוש אין די נוירסינג היים אקט איז סטעיט און פעדעראלע אינפארסירונג דורך שטראפן און אוועקנעמען מעדיקעיד פאנדינג

די אינפארסירונג דורך פאציענטן וועלכע די אקט דערמאנט אויך איז אפעלאטן אין סטעי געריכטן וועלכע זענען נישט אלעמאהל צו סוקסעספול און אדמיניסטראטיווע אפעלאטן וועלכע זענען בעיקר געמאכט פאר באלדיגע אפהאלטן פון גיבן מעדיצינען אדער טראנספערירן די פאציענטן (א אישו וואס נוגע אויפן הוה) און עס איז בכלל נישט אין קאנפליקט מיט באזונדערע ציווילע קלאגעס אונטער סעקשאן 1983 געברענגט אין פעדעראלן געריכט וואס איז ענדערש געווידמעט צו באשטראפן אויף אומפאסיגע שריט וואסאיז שוין געטוהן געווארן און ארויפשטעלן ווארנעוננגען און בלאקאדעס צו באגיין ענליכס אינעם צוקונפט (אישוס וואס נוגע אויפן עבר און עתיד)
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אזא זאפטיגס. גג על גג!

יישר כח הבל!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
אזא זאפטיגס. גג על גג!

יישר כח הבל!
נישט סתם, איך ווייס נישט וויאזוי ער מאכט דאס.

בלויז צו לייענען טוט מיר די קאפ וויי, עס צוזאמנעמען און אפשרייבן? דאס איז דאך א וועלט מיט ארבעט.

שכח הבל'ן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פראקטיש האט געשריבן:
נישט סתם, איך ווייס נישט וויאזוי ער מאכט דאס.

בלויז צו לייענען טוט מיר די קאפ וויי, עס צוזאמנעמען און אפשרייבן? דאס איז דאך א וועלט מיט ארבעט.

שכח הבל'ן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל ארבעט, שכוח שכוח שכוח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אלע פאר די שיינע פידבעק!

אנטשולדיגט פראקטיש פאר די קאפוויי

איך טו נישט באשטימען וועלכע קעיסעס די ריכטער זאלן אקצעפטירן און אויב וויל מען זיי דעקן מוז מען אפט אויך צוגלידערן לענגערע און מעגליך לאנגווייליגע טעמעס
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק אלע פאר די שיינע פידבעק!

אנטשולדיגט פראקטיש פאר די קאפוויי

איך טו נישט באשטימען וועלכע קעיסעס די ריכטער זאלן אקצעפטירן און אויב וויל מען זיי דעקן מוז מען אפט אויך צוגלידערן לענגערע און מעגליך לאנגווייליגע טעמעס
:lol:

קיט איט אפ
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק אלע פאר די שיינע פידבעק!

אנטשולדיגט פראקטיש פאר די קאפוויי

איך טו נישט באשטימען וועלכע קעיסעס די ריכטער זאלן אקצעפטירן און אויב וויל מען זיי דעקן מוז מען אפט אויך צוגלידערן לענגערע און מעגליך לאנגווייליגע טעמעס
חלילה לאנגווייליג.
פשוט גאנץ א לאנגע פשעטל.
שכח פאר אלעם.

מזל טוב צום 26'גער'על כמנין...
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

פראקטיש האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
אזא זאפטיגס. גג על גג!

יישר כח הבל!
נישט סתם, איך ווייס נישט וויאזוי ער מאכט דאס.

בלויז צו לייענען טוט מיר די קאפ וויי, עס צוזאמנעמען און אפשרייבן? דאס איז דאך א וועלט מיט ארבעט.

שכח הבל'ן.
גא״ם לשניהם
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
אזא זאפטיגס. גג על גג!

יישר כח הבל!
גא"מ

און נאך אזוי צולייגט אויף טעלערלעך אז א קינד קען פארשטיין. א גרויסן ש'כח און מזל טוב פאר די 26 אלפים!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עקסאן ענטערפרייס איז אן אריזאנא באזירטע פירמע וועלכע ערצייגט פאליציי קערפער קאמעראס און אנדערע טעכנאלאגיע פאר געזעץ אינפארסירער און זינט זי האט אויסגעקויפט איר קאנקורענט אין 2018 למספרם האט זי זיך געטראפן פארוויקלט אין אויספארשונגען דורך די פעדעראלע האנדל קאמיסיע

זוכנדיג איבערצוהיפן די גאר פארצויגענע פראצעדורעאלע מיטמאכענישן פארנט פון די אדמיניסטראטיווע געזעץ ריכטער אינערהאב די קאמיסיע יוריסדיקציע האבן זיי זיך געוואנדן דירעקט צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט א טענה אז די מעטאדן גענוצט דורך די אויבנדערמאנטע אדמינסטראטיווע ריכטער איז אומקאנסיטיטוציאנאל

די ניינטע קרייז געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע שרייבנדיג אז די פירמע מוז צו ערשט דורכמאכן די לאנגע וועג אין די אדמיניסטראטיווע געריכט סיסטעם און אויב דערנאך זענען זיי אומצופרידן און פארמאגן גוטע טענות קענען זיי זיך ערשט דאן ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט

אן ענליכע קעיס האט זיך אנטוויקלט ווען אקאונטענט מישעל קאקראן וועלכע האט זיך שטייט אויס אויספארשונגען פון די סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע אנבאלאנגט איר ראלע אין אודיטס אויף פובליק פירמעס דורכגעפירט דורך אירס א געוועזענע איינגעשטעלטע
די קאמיסיע האט ארגינעל ארויפגעשטעלט א געלט שטראף אויף איר און איר פארבאטן צו פראקטיצירן פארנט פון די קאמיסיע

אין 2018 למספרם האט די סופרים קאורט אין א צווייטע קעיס געאורטיילט אז די סיסטעם פון באשטימען ריכטער אויפן קאמיסיע איז נישט אויסגעהאלטן און די ריכטער דארט מוזן ווערן נאמינירט דורך פרעזידענט

די שטראף איז געווארן ארויסגעווארפן אבער ווי נאר די קאמיסיע האט מאדיפיצירט איר סיסטעם אז עס זאל זיין אין איינקלאנג מיטן אורטייל פונעם סופרים קאורט האבן זיי פונדאסניי געעפנט די קעיס אקעגן קאקראן

קאקראן איז מיד געווארן פון זיך אויסקריגן פארנט פון די אדמיניסטראטיווע געריכט און זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט מיט גאר ענליכע טענות צו וואס עקסאן האט פארגעשטעלט אינעם ערשטן קעיס זאגנדיג אז אפילו אונטער די נייע סיסטעם איז די ועוג ווי אזוי די קאמיסיע אפערירט אומקאנסטיטוציאנאל זייענדיג אן איינצלנע קערפערשאפט וועלכע דינט ווי אן איין מאן באנד וועלכע האלט די ראלע פון דזשורי, פראקוראר און ריכטער אויף איינמאהל און אז זי וויל נישט ווארטן ביז זיי ענדיגן די גאנצע פראצעדור נאר זאפארט מאכן איר קעיס אנטקעגן זיי אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט

אנדערש ווי עקסאן'ס קעיס וועלכע האט געלאנדעט אין ניינטן קרייז געריכט האט זיך קאקראן געטראפן פארנט פון א פאנעל אויפן פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט געשריבן אז איר קלאגע קען פאראויסגיין

די שפאלט צווישן די צוויי קרייז געריכטן האט געמאכט ביידע קעיסעס רייף פאר סופרים קאורט אפעלאטן און די העכסטע געריכט האט טאקע איינגעשטימט זיי אויסצוהערן

די לעגאלע ארגומענט פון עקסאן און קאקראן זענען זייער איינפאך און זיי טוען נישט מער ווי ערווענען אז לויט די געזעץ פארמאגט די פעדעראלע געריכט סיסטעם די "ארגינעלע יוריסדיקציע איבער סיי וועלכע ציווילע שריט וועלכע פאלן אונטער די אמעריקאנע יוריסדיקציע"

די טענה וואס די רעגירונג פרובירט צו זאגן איז די געזעץ וועלכע ערלויבט פארטייען צו פארלאנגען אן איבערזיכט אין "אפעלאט" געריכט אויף אן (ענדגילטיגע אגענטור) ארדער און אז די פעדעראלע געריכט פארמאגט די עקסקלוסיווע יוריסדיקציע צו באשטעטיגן, אינפארסירן, מאדיפיצירן אדער אפווארפן די דאזיגע ארדערס (פון אגענטורן און קאמיסיעס)

וויבאלד די געזעץ דערלאנגט אויסשליסליכע רעכט פארן פעדעראלן געריכט איבער ארדערס און אגענטור אורטיילן אן קיינע באגרעניצונגען בלייבט איבער פאר די רעגירונג אלץ איינציגע ארגומענט אנצואווייזן אז די סטרוקטור פון די "אפעלאט" געריכט איבערזיכט פון אן ענדגילטיגע אגענטור ארדער באדייט טוט אויטאמאטיש אויסשליסן די רעכט צו ברענגן צום "דיסטריקט" געריכט ארגינעלע טענות אקעגן די אגענטורן נאך איידער זייער ענדגילטיגע אורטייל און דעריבער איז עס בלויז די קרייז געריכטן וועלכע זאלן זיין ערלויבט אויסצוהערן אזעלכע קלאגעס און ערשט נאך די ענדגילטיגע אגענטור באשלוס

די צוויי קלעגער האבן ציטירט א סופרים קאורט אורטייל אין וועלכע די ריכטער האבן ערלויבט א קלאגע פאראויסצוגיין אין דיסטריקט געריכט איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון א געוויסע זעלבסטשטענדיגע באורד אינערהאלב די קאמיסיע טראץ וואס די פראקטיצירונגען פארנט פון די קאמסייע געריכט איז נאכנישט געווען פארטיג און די פיפטע קרייז געריכט האט טאקע געצויגן א פאראלעל פון יענע פרעצעדענט און אנגעוויזן אז די איצטיגע קעיס איז ממש אן איבערשפיל פון יענע פאל

(יענע אורטייל איז געוויס געווען בעיקר איבער די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די באורד אבער די פאקט אז די דיסטריקט געריכט האט בכלל אויסגעהערט יענע פראגע און די זעלבע מיטן סופרים קאורט נאך איידער די קאמיסיע פראצעדור איז געווען פארטיג שטיצט אונטער די טענה פון עקסאן און קאקראן)

א צווייטע פראבלעם פאר די רעגירונג איז אז די צוויי קלעגער רעדן זיך נישט אפ אויף אן ארדער דורך די צוויי אגענטורן נאר פארפירן אקעגן די גאנצע פראצעדור און טענה'ן אז די וועג ווי אזוי די קאמיסיעס זענען פארמירט איז נישט אויסגעהאלטן און זיי זענען נישט בארעכטיגט זיי צו געפונען שולדיג אפגעזעהן ווי שטארק די באווייזן זענען

דאס טוט אביסל צושאקלען די פארלאנג פון די רעגירונג אז מען זאל דארפן אויסווארטן ביז די אגענטורן זענען פארטיג מיט די ארבעט און גיבן ארויס אן ענדגילטיגן אורטייל זינט די טענה פון די צוויי איז איבער די רעכט צו אורטיילן און נישט איבער די ספעציפישע דעטאלן פונעם אורטייל

די רעגירונג קען מאכן א קעיס אז אויב וועט די קאמיסיע עווענטועל געפונען די אנגעקלאגע אומשולדיג וועט נישט אויספעלן א דיסטריקט געריכט געראנגל אבער די צוויי זאגן אז אפילו אויב דאס וועט פאסירן וועט דאס זיי אפקאסטן צייט געלט און ענערגיע איבערהויפט פאר קאקראן וועלכע האט שוין איינמאהל פארלוירן איר קעיס פארנט פון די קאמיסיע און דאן אפגעאטעמט לייכטער וועלכע די סופרים קאורט האט אין 2018 למספרם גע'פסל'ט די עקזיסטירנדע סיסטעם שרייבנדיג אז די ריכטער מוזן ווערן נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט און שפעטער האבן זיי איר ווידער אנגעקלאגט און איר קעיס ציהט זיך שוין פאר עטליכע יאר
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

קרעיזי סטאף מען!
א דזשאמבא יאשערקויעך!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער זשאן סינאטרא בלאקירט טיילן פון א ניו יארק סטעיט גאן קאנטראל געזעץ וואס ערלויבט נישט צו פארמאגן געווער אויף פריוואטע פראפערטי אפן פאר די ברייטע פובליק.
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-11-24 220458.png
Screenshot 2022-11-24 220458.png (155.84 KiB) געזען 2047 מאל
Screenshot 2022-11-24 220532.png
Screenshot 2022-11-24 220532.png (202.7 KiB) געזען 2049 מאל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

איז נאך עפעס געבליבן פונעם געזעץ?

יעדע פאר וואכן איז א צווייטער חלק נישט קאנסטיטוציאנאל...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מייקל יואיט פלעגט ארבעטן אלץ א סופערווייזאר פאר העליקס, א טעקסאס באזירטע אויל און גאז פירמע אין שיפטס פון 28 טעג נאכאנאנד און 12 שטונדן פער טאג

ער פלעגט ארבעטן אלץ שכיר יום און באקומען א טעגליכע געהאלט פון 963 דאלער א טאג צו און עס פלעגט באטרעפן ביז 200 טויזנט דאלער א יאר

אבער טראץ וואס די שטונדן פער וואך פלעגן באטרעפן 84 האט ער נישט באקומען באצאהלט פאר אווערטיים

די געזעץ אין אלגעמיין פארלאנגט צו באצאהלן פאר ארבעטער די געהעריגע געהאלט און נאך האלב פון די סומע, פאר ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט נאכן ארבעטן 40 שטונדן א וואך אבער מאכט אן אויסנאם אז עקזעקוטיווע, אדמיניסטראטיווע, אדער פראפעסיאנאלע ארבעטער מוזן נישט ווערן באצאהלט מער פאר אווער טיים

די אויסנאם ווערט געמאכט פאר אזעלכע וועלכע האלטן עכטע עקזעקוטיווע /פראפעסיאנאלע פאסטנס מיטן באדינט אז זיין פארדינען כאטש 455 אין זייער וועכנטליכע געהאלט

אויב אבער אן ארבעטער פארדינט פון גאר שיינע און ווערט פאררעכנט צו זיין א גאר הויכע פארדינער מוז נישט זיין פולע דזשאב אריינננעמען עקזעקוטיווע סארט ארבעט נאר דארף נאכקומען די פאלגענדע 3 באדינגונגען אז ער זאל ארויספאלן פון די רעכט צו קענען פארלאנגען מער פאר אווער טיים

1) אמווייניגסטנס "איינע" פון זייערע פליכטן זענען עקזעקוטיווע ראלעס

2) זיי פארדינען מער פון 100 טויזנט דאלער יערליך

3) זיי באקומען אמווייניגסטנס 455 דאלער "געהאלט" פער וואך

ארבעטער וואס שלש אלה יעשה פאלן אויטאמאטיש ארויס פונעם געזעץ צו קענען פארלאנגען מער פאר אווער טיים

די געהאלט פער וואך פארלאנג (דריטע באדינג) באדייט אז דער ארבעטער מוז באקומען די באשטימטע סומע פער יעדע וואך (אדער פער טאג) וואס ער ארבעט (אפילו אויב האט ער בלויז געארבעט פאר עטליכע שטונדן) און די סומע טאר נישט ווערן געטוישט באיזרט אויף די קוואליטעט אדער קוואנטיטעט פון די ארבעט

ביידע זייטן אין די קעיס זענען איינשטימיג אז יואיט פלעגט האבן אן עקזעקוטיווע ראלע אינעהאלב די פירמע און אז ער האט פארדינט מער פון 100 טויזנט דאלער יערליך און קומט נאטורליך נאך די ערשטע 2 באדיגנוגנען ארויסצופאלן פון די קאטעגאריע ארבעטער וועלכע קענען פארלאנגען מער פאר אווערטיים

די דעבאטע איז אבער איבער די דריטע באדינג און דאס איז די תנאי צו באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון כאטש 455 פער וואך

א שנעלע רעכענונג ווייזט אז אויב ער פארדינט מער פון 100 טויזנט דאלער א יאר פארדינט ער זיכער פיל מער פון 455 א וואך אבער די אישו מיט יואיט איז אז ער איז געווען א שכיר יום און נישט א שכיר שבוע

די פירמע טענה'ט אז אפילו אויב ער וואלט בלויז אריינגעקומען צו די ארבעט איין טאג אין וואך וואלט ער פארדינט יענע וואך מער פון 455 און דעריבער ווערט עס פאררעכנט ווי א וועכנטליכע געהאלט פון העכער 455 דאלער

דאס מיינט אז טראץ וואס די פירמע האט אויסגערעכנט און באצאהלט פאר יואיט באזירט אויף לויט וויפיל טעג ער האט געארבעט איז אבער די פארלאנג פאר 455 א וואך געווארן נאכגעקומען נא איידער זיי האבן אפילו אנגעהויבן אויסרעכענען "וויפיל טעג" ער האט געארבעט ווייל זיי האבן שוין די ערשטע טאג פון די וואך רעזערווירט פאר אים פיל מער פון 455 דאלער אפילו אויב זאל ער נישט אריינקומען די איבריגע טעג און דאס דארף ווערן באטראכט ווי א וועכנטליכע געהאלט פון העכער 455 וואס איז אומפארבונדן צו וויפיל טעג ער ארבעט און די פראגע פון טעג איז שוין א רעכענונג וואס קומט נאך די הנחה (לשבר את האוזן ווי א באשטימטע געהאלט פארן וואך אין צוגאב פון קאמישאן פאר דזשאבס וואס ער ברענגט) אז ער האט א וועכנטליכע באשטימטע געהאלט און דערנאך באזונדער באצאהלט פאר יעדן טאג באזונדער וואס ער לייגט צו

יואיט טענה'ט אז די טרוקענע פאקט אז ער איז געווארן באצאהלט פער טאג באדייט אז זיין תשלומין איז געווארן געוואנדן לויטן טאג און ער איז א געווענליכע שכיר יום

די צווייטע זאך איבער וואס די צוויי זייטן קריגן זיך ארום איז נאך א רעגולאציע וועלכע שרייבט אז פירמעס קענען רעכענען ארבעטער אלץ אויסגעשלאסן פונעם די רעכט פאר מער אווער טיים (אויב זיי קומען נאך די אויבנדערמאנטע פארלאנגען) אפילו אויב זייער געהאלט ווערט "אויסגערעכנט אויף א טעגליכע באזיס" נאר "בתנאי" אז די סומע פונעם געהאלט רעכנט אריין א פארזיכערונג אז די מינימום געהאלט פארן וואך וועט זיין אין טאטאל 455 דאלער אן קיין אונטערשיד וויפיל טעג אין די וואך דער ארבעטער האט געארבעט

נו, אויבנאויף איז דאך די דאס ממש אלעס וואס די פירמע דארף האבן צו איבערצייגן זייער שטעלונג אז אפילו אפילו די געהאלט פון א שכיר יום ווערט באצייכנט ווי א וועכנטליכע געהאלט אויב ער איז גאראנטירט אהיימצוברענגן 455 דאלער פער וואך?

איז עס אבער נישט אזוי פשוט ווייל ציטירנדיג די ווערטער פונעם רעגולאציע האבן מיר עס זיך אפגעשטעלט אינדערמיט און עס האט נאך א פארזעצונג פון עטליכע גורל'דיגע ווערטער

די המשך פון די רעגולאציע איז א פרישע תנאי וואס פאראגראף לייענט זיך "אויב די וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט סומע לויפט בערך אין ליניע מיט דאס וואס דער ארבעטער ברענגט פאקטיש אהיים"

דא טענה'ט יואיט אז די גאנצע טענה פון די פירמע אז זיין געהאלט זאל הייסן וועכנטליך איז באזירט אויפן פאקט אז שוין אינעם ערשטן טאג אינעם ארבעטס וואך פארדינט ער די פארלאנגטע 455 דאלער וואס דאז איז די "וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט"

ווידעראום די פאקטישע סומע וואס ער ברענגט אהיים איז פיל מער פון דעם ווייל געווענליך ארבעט ער נישט בלויז איין טאג א וואך

דאס באדייט אז די גאראנטירטע וועכנטליכע סומע איז גענצליך אומפארבונדן מיט די פאקטישע סומע וואס ער ברענגט אהיים

די פירמע אבער ענטפערט אויף דעם אז אט די פרישע פארלאנג אז די גאראנטירע וועכנטליכע געהאלט דארף טימען בערך מיט די פאקטישע געהאלט שטייט נישט מפורש ביי די טייל וואס אדרעסירט די גאר הויכע פארדינער (וועלכע פארדינען העכער 100 טויזנט דאלער א יאר) און קאנגרעס האט מיט דעם בלויז געזוכט צו אדרעסירן די אויסנאם וועלכע זיי האבן געמאכט אפילו פאר קלענער פארדינער אויב זיי פארדינען כאטש 455 א וואך "אויב זיי האלטן עכטע עקזעקוטיווע דזשאבס" אבער ווען עס קומט צו די גאר הויכע פארדינער (פאר וועם בלויז איין עקזעקוטיווע ארבעט פליכט איז גענוג אריינצוגיין אינעם אויסנאם כלל) מוז בכלל נישט שטימען די וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט סומע מיט די סומע וואס יענער ברענגט פאקטיש אהיים

די ענטפער אויף די פראגע קען אפעקטירן מערערע סארט ארבעטער וועלכע ווערן באצאהלט פער טאג אדער פער שיפטס, א שטייגער ווי פילע קראנקן שוועסטערס

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער קענט האיט (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) האט געאורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און יואיט האט עס אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וואו א פאנעל האט איבערגעדרייט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט

די פירמע האט אפעלירט די פרישע אורטייל צום פולן באנק אבער זיי האבן געאורטיילט 6-12 אין שטיצע פון יואיט לאזנדיג די פירמע מיט די איינציגסטע פארבליבענע אפציע עס צו נעמען צום סופרים קאורט וועלכע האט עס טאקע באוויליגט אויסצוהערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן

פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

די קעיס גייט קריכט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע

די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון

-פרשת סימינעלי-

אלעין קאלאיעראס איז געווען די הויפט פון א סייענס און אינדזשענירונג קאלעדזש וועלכע איז געווען אן עקאנאמישע דעוועלאפמענט און ריסוירטש ארגאנאזאציע וועלכע פלעגט זיין א טייל פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם

ער האט רעקרוטירט לאביאיסט טאד האיע וועלכע האט געהאט א לאנגיעריגע פארבינדונג מיט די קאומא אדמיניסטראציע און האט זיכער געמאכט אז קאלאיעראס ווערט אויסגעקליבן צו האבן איבערזיכט דעוועלאפמענט פראיעקטן פון די באפעלאו ביליאן פלאן

אין אויסטויש האט האיע געהאלפן די קאלעדזש זי אפטיילן פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם און אזוי איז קאלאיעראס געווארן דער פרעזידענט פון די זעלבסשטענדיג קאלעדזש און ער האט דאן ערלעדיגט אז די קאלעדזש זאל באצאהלן 25 טויזנט דאלער מאנאטליך פאר האיע (קיינער ארבעט דאך נישט אומזיסט סיידן די וועלכע באקומען באצאהלט דערפאר..)

צוליב א סטעיט רעגולאציע האט קאלאיעראס געמוזט ארבעטן צוזאמען מיט די פארט שיילער מענעדזשמענט קארפארעישאן וועלכע האט טעכניש געמוזט האבן די לעצטע ווארט ביים איינקויפן לאנד און איינריכטונגען פאר די מאסיווע פראיעקט אבער קאלאיעראס איז געווען א מיטגליד אויף די שיילער באורד אוו דירעקטארס

די פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג אום 2013 למספרם ווען קאלאיעראס און האיע האבן אנגעהויבן ארבעטן צוזאמען צו ברענגן קאנטראקטן פאר אנדערע קליענטן פון האיע און איבערצוקומען די פראבלעם פון שיילער וועלכע האט געמוזט באשטעטיגן יעדע קאנטראקט האט קאלאיעראס איבערצייגט שיילער צו בעפארצוגן צו ערשט א רייע קאנטראקטער פאר די באפעלו און סיריקיוז פראיעקטן דורך זיי פארשרייבן א ליסטע מאסנאמען וואס בעפארצוגטע קאנטראקטער זאלן מוזן נאכקומען

זיי האבן טאקע נישט אפן אויסגערעכנט נעמען פון קאנטראקטער אבער יא דעטאלירט אזעלכע מאסנאמען וועלכע זיי האבן געוואוסט אז בלויז די וועלכע זיי האבן געוואלט זעהן אויסגעקליבן וועלן קוואלאפיצירן דערפאר און אנדערע בידערס וועלן ארויספאלן

דורכאויס די צייט פון די בידינג האט קאלאיעראס געארבעט מיט האיע און מיטגעטיילט ווואס עס גייט זיך אלץ פארלאנגען צו קוואלאפיצירן און אין רעזולטאט זענען צוויי קאנטראקטער וועלכע זענען געווען אויך האיע'ס וואונטש ליסטע געווארן אויסגעקליבן

איין קאנטראקט פון 105 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר סטיווען אעילא און דזשאסעף גערארדי וועלכע האבן אנגעפירט די COR דעוועלאפמענט פירמע און די צוויי קאנטראקט פון 750 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר לואיס סימינעלי וועלכע האט אנגעפירט מיט LPסימינעלי

-פרשת פערקאוקא-

דזשאסעף פערקאוקא האט אין 2012 למספרם געארבעט אלץ הויכראנקיגע געהילף פאר גאווערנאר קאומא און האט זיך פארבינדן מיטן לאביאיסט טאד האיע און די צוויי האן אויסגעארבעט א פאלן אונטער וועלכע פרוי פערקאוקא וועט באקומען א פאסטן ביי האיע'ס א קליענט פיטער קעלי פון CPV און זי וועט פאר עטליכע שטונדן ארבעט אוואך באקומען 7500 דאלער פער מאנאט און אין אויסטויש וועט פערקאוקא נוצן זיין איינפלוס צו פארזיכערן אז CPV באקומט א קאנאטראקט צוצושטעלן פאוער פאר די סטעיט רעגירונג אויפן חשבון פון איינס פון זיינע קאנקורענטן וועלכע האט געהאט ביז דאן די קאנטראקט און אין צוגאב פון העלפן באקומעןא קאנטראקט אויפצובויען א נייע פאוער פלענט אין ניו דזשערסי

אין 2014 למספרם האט פערקאוקא פארלאזט קאומא'ס רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און דאן האט ער אויסגעהאמערט אן אפמאך מיטן אויבנדערמאנטן סטיווען אעילא פון COR פון וועם ער האט באקומען 55 טויזנט דאלער אין אויסטויש פון איבערצייגן א סטעיט אגענטור נישט צו צוואונגען די פירמע איינצוגיין אויף א קאסטבארע לעיבאר אפמאך

אין סעפטעמבער 2017 למספרם האט א גרענד דזשורי געפונען קאלאיעראס, אעילא, גערארדי, און סימינעלי שולדיג מיט 1 קאונט פון ווייער שווינדל

באזונדער איז פערקאוקא און קעלי געפונען געווארן שולדיג אויף ביידע סקאנדאלן און אויף א רייע קאונטס דורך א באזונדערע דזשורי



-משפט סימינעלי-

די ערשטע גרופע פון קאלאיערס און זיינע מיטארבעטער אריינגערעכנט סימינעלי האבן אפעלירט זייערע שולד אורטיילן מיט צוויי הויפט ארגומענטן

1)
זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די פעדעראלע געזעץ קען מען נישט אנקלאגן שולדיגע אין סקאנדאלן נאר אויב זיי האבן באשווינדלט עימיצן מיט געלט אדער אייגנטום

אויב עמיצער וועט צום ביישפיל ארייננארן עימיצן אין א שידוך מיטן זיך פארקויפן אלץ דער פראמינעטער ראש הקהל פון דאנציג אין די צייט וואס ער איז א צווייטע מענטש וועט עס זיין אומעטיש אבער נישט קיין פארברעכן אויף די ביכער

עס איז אבער פארהאן די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע וועלכע גיבט אביסל מארך צו די לעגאלע ביין פון אפיציעל פארברעכנס און עס פארברייטערט די מעגליכקייט אנצוקלאגן מענטשן אויך ווען זיי האבן עימיצן בארויבט פון "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע"

די אזויגערופענע "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע דערקלערט אז ווען די געזעץ ערליובט נישט צו באראבעווען עימיצן'ס געלט אדער אייגנטום איז עס אויך כולל א פארבאט פון רויבן יענעם'ס "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע" אבער עס איז קיינמאל געווארן פארזיגלט אויב אזא דאקטרינע איז טאקע אויסגעהאלטן און טראץ וואס די צווייטע קרייז געריכט האט אין א צווייטע קעיס עס באשטעטיגט האבן עס אבער אנדערע קרייז געריכטן אפגעווארפן

די פאל ווען די צווייטע סירקוט האט עס באשטעטיגט איז געווען ווען אן איינגעשטעלטע ביי א ספארט פירמע האט געצאהלט געלט פאר עלטערן פון טאלאנטפולע ספארט סטודענטן איינצושרייבן זייערע קינדער ביי אזעלכע ספארט קאלעדזשעס וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט די פירמע וואו ער האט געארבעט

טראץ וואס יענער האט נישט גערויבט קיינעם'ס געלט האט די סירקוט געשריבן אז קאלעדזשעס האבן א "רעכט צו קאנטראלירן זייער געלט" וואס נעמט אריין דאס באשליסן ווען און ווי אזוי צו ספענדן געלט אויף אטלעטישע פראגראמען פאר סטודענטן און דאס צאהלן געלט פאר סטודענטן צו בעפארצוגען א קאלעדזש האט פארלעצט אט די רעכט


צוריק צו אונזער גרופע פון קאלאיעראס און זיינע מיטארבעטער האבן זיי אפעלירט זייערע אורטיילן און קאלאיעראס האט גע'טענה'ט אז ער האט נישט באשוונדלט די סטעיט קיין רויטן גרייצער (זיין איינציגסטע פארדינסט אינעם געשעפט איז געווען אז האיע האט אים געהאלפן ווערן פרעזידענט פון א זעלבסטשטענדיגע קאלעדזש) און "די רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז אומגעזעצליך אבער די פאנעל אויפן סירקוט האט נישט געוואלט מיטגיין דערמיט שרייבנדיג אז די פרעצעדענט פון א פריערדיגע פאנעל אויפן געריכט איז מאסגעבנד און זיי וועלן נישט אפנויגן דערפון

קענטיג האט די גרופע איינגעזעהן אז בלויז די פאקט אז עס איז שוין א פרעצעדענט אויף יענע באנק וועט זיין גענוג פאר די ריכטער זיי אפצוזאגן, האבן זיי ניטאמאל פרובירט צו בעהטן אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן און גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן


2) אויסער די ארגומענט אז די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז נישט אויסגעהאלטן טענה'ן זיי אז אפילו אויב זאל מען יא לאזן די דאקטרינע שטיין, האבן זייערע שטיק נישט פארלעצט די דאקטרינע

לויט די פריערדיגע צווייטע סירקוט פרעצעדענט דארף א רעכט צו קאנטראל דאקטרינע שווינדל ארייננעמען מיספרעזענטאציע וועלכע קען פירן אדער פירט דאס אנרירן דירעקטע עקאנאמישע שאדנס אדער אפעקטירט די באטראפענעם'ס עקאנאמישע רעכענונגען אדער די בענעפיטן פון די אפמאך אדער אויב די שווינדל איז פארבונדן מיט די קוואליטעט פון די סערוויסעס וועלכע זענען אויפן פארהאנדלונגס טישל אדער שטעלט אויס דעם באטראפענעם צו אומערווארטעטע עקאנאמישע שאדנס

אין די פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די שווינדל קומט נאך די ערשטע קאטעגאריע פון פירן צו דירעקטע עקאנאמישע שאדנס ווייל זיי האבן רעדוצירט די שאנסן אז אנדערע קאנקורענטן זאלן קוואלאפיצירן פאר די קאנטראקט בידינג און דאדורך בארויבט ניו יארק סטעיט (דורך בארויבן שיילער וועלכע האט געטוהן ארבעט פאר די סטעיט) פון זייער רעכט דורכצופירן אן אנשטענדיגע און אויפריכטיגע בידינג פראצעדור

לויט די געריכט איז דאס גענוג צו הייסן א פארברעך טראץ וואס שיילער איז למעשה געווען די וועלכע האבן פאקטיש זעלבסטשטענדיג פארהאנדלט מיט די צוויי קאנטראקטער און טראץ וואס די רעגירונג האט נישט געברענגט קיינע באווייזן אז אנדערע אלעטערנאטיוון וואלטן צוגעשטעלט א מער ווערדפולע סערוויס

די געריכט האט גראדע אנערקענט אז אין אנדערע "רעכט צו קאנטראל" קעיסעס זענען די באווייזן איבער דירעקטע עקאנאמישע שאדנס געווען פיל שטארקער אבער אויסגעפירט אז אונטער די דאקטרינע מוזן נישט פראקורארן איבערצייג אז די באטראפענע האבן געליטן פאקטישע שאדנס און זיי מוזן אויך נישט איבערצייגן אז א צווייטע קאנטראקטער וואלט צוגעשטעלט בעסערע סערוויס אדער גערעכנט ווייניגער ביים בידן ווייל אונטער די דאקטרינע איז עס א פארברעכן אפילו ווען מען רויבט למעשה נישט צו געלט אדער אייגנטום


-משפט פערקאוקא-

פערקאוקא איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר אין אויסטויש פארן פארזיכערן קאנטראקטן און אנדערע טובות פאר CPV און שפעטער פאר COR וואס דאס הייסט אז ער האט פארלעצט די צוטרוי וואס די פובליק האט מיטן נעמען בענעפיטן אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע שריט מצד די רעגירונג

זיינע ארגומענטן פארנט פון די צוויי סירקוט זענען געווען

1) דער פראצעס ריכטער האט געזאגט פאר די דזשורי אז אפילו אויב דער אנגעקלאגטער האט נישט פארשפראכן פאר די קאנטראקטער ספעציפישע זאכן וואס ער גייט זיי ערלעדיגן נאר בלויז פארזיכערט אז ער גייט ארבעטן פאר זייער בענעפיט איז עס גענוג אים צו געפונען שולדיג

דער ריכטער האט עס געטוהן אין ליכט פון פריערדיגע פרעצעדענט פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אזוי געשריבן

די פערקאוקא פראצעס איז אבער פארגעקומען נאך וואס די סופרים קאורט האט שוין געהאט געאורטיילט אז מען קען נישט קלאגן פאר אזא סארט קוויד פרא קווא כאבאר אויסטויש נאר אויב דער באשולדיגטער האט פארשפראכן דורכצופירן "א געוויסע אקט" וואס מען קלאר קלאר ממחיש זיין א שטייגער ווי עפעס וואס רעגירונג באאמטע וואלטן געקענט פארשטעלן אלץ זייער אגענדע און עפעס וואס מען גייט ערלעדיגן וואס זיי ווילן דורכפירן אבער נישט בלויז פארוואלקענטע פארשפרעכונגען אז מען וועט "ארבעטן פאר יענעם'ס בענעפיט"

טענה'ט פערקאוקא אז צוליב וואס די דזשורי איז געווארן אינסטרוקטירט נישט אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל איז די פראצעס נישט אויסגעהאלטן

די צווייטע סירוקט האט עס אבער אפגעווארפן שרייבנדיג אז עס איז ריכטיג אז דער ריכטער האט נישט געגעבן די ריכטיגע אינסטרוקציע אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אבער זיי שטרייכן אונטער אז די אינסטרוקציע גרייז האט נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדנס צו פערקאוקא ווייל אפילו מיט די ריכטיגע אינסטרוקציעס וואלטן דזשורארס געקומען צום זעלבן אויספיר זינט פערקאוקא האט געגעבן קלארע פארזיכערונגען פון ספעציפישע פראיעקטן וועלכע ער וועט ברענגן צום טיש

2) די צווייטע און פיל מער פונדאמענטאלע ארגומענט פון פערקאוקא איז געווען אז דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי אז זיי קענען באזירן זייער באשלוס אויך אויף די שריט פון פערקאוקא אין די COR שווינדל טראץ וואס עס האט פאסירט שוין נאך וואס ער האט פארלאזט זיין רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר קאומא'ס קאמפיין "אזוי לאנג ווי ער האט דאמינירט און קאנטראלירט סיי וועלכע רעגירונג ביזנעס און מענטשן אין די רעגירונג האבן זיך פארלאזט אויף אים צוליב די ספעציעלע פארבינדונג ער האט געהאט מיט די רעגירונג"

נארמאל איז אנגענומען אז ווען עמיצער וועלכע איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג נעמט געלט אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע רעגירונג שריט הייסט יענער א קרוק אבער אויב איז יענער א פריוואטע בירגער איז יענער וואס מיר רופן א לאביאיסט

וואס בלייבט אומאנטשידן איז ווען עימיצער האט צוליב סיי וועלכע סיבה (אנגעהויבן פון זיין פריערדיגע פאזיציע אין די רעגירונג און ווייטערדיגע אליאנץ מיט מאכטפולע ערוויילטע באאמטע און געענדיגט ביי פאמיליע מיטגלידער פון ערוויילטע באאמטע און אלעס אינצווישן) שטארקע איינפלוס אויף די רעגירונג אבער ער איז פארט א פריוואטע בירגער

די צווייטע סירקוט קאורט האט געשריבן אז אין אט די אינסטרוקציע זעען זיי נישט קיין פראבלעם און עס איז באזירט אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז אן אנגעקלאגטער מוז נישט האלטן אן אפיציעלע רעגירונג פאזיציע צו קוואליאפיצירן פאר אזא סארט שווינדל

די סירקוט האט באזירט איר אורטייל אויף די "מעריגאטא" אורטייל דורך די זעלבע באנק מיט ארום 40 יאר צוריק וועלכע האט געשריבן אז אזעלכע וואס האבן דאמינאנץ אויף די רעגירונג קענען ווערן אנגעקלאגט אויף אזעלכע פארברעכנס

די פראבלעם איז אבער אז די "מעריגאטא אורטייל" איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די סופרים קאורט צוליב אן אנדערע אישו וועלכע זיי האבן געהאלטן אז יענע ספעציפישע קלאגע אין די מעריגאטא קעיס האט אריינגענומען אנדערע פאקטארן וועלכע קאנגרעס האט נישט איינגעשלאסן אינעם געזעץ אבער די סופרים קאורט האט קיינמאל נישט אדרעסירט אונזער ספעציפישע פראגע אויב צו קענען ווערן אויף אזעלכע סארט שווינדל פארלאנגט זיך צו באזיצן א פארמאלע רעגירונג פאזיציע

קאנגרעס האט אויך קיינמאל נישט קלארגעשטעלט די פראגע ווען זיי האבן ארגינעל געשריבן די געזעץ איבער אזא פארברעך און שפעטער ווען זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ וועלכע זאל איינשליסן דאס וואס די סופרים קאורט האט גע'טענה'ט איז חסר מן הספר וואלטן זיי אויך געקענט קלארשטעלן די פראגע אויב מען קען קלאגן עימיצן מיט מאכט און איינפלוס טראץ וואס ער ארבעט נישט אפיציעל אבער זיי האבן עס נישט געטוהן

אין די איצטיגע קעיס מיט פערקאוקא האט די צווייטע סירקוט באשלאסן אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט צוריקגעשטעלט מעריגאטא סארט קעיסעס אלץ פארברעך אויף די ביכער (צו דעקן די לאך וואס די סופרים קאורט האט געפונען אינעם געזעץ) איז עס אינגאנצן צוריק (טראץ וואס נישט קאנגרעס און נישט די סופרים קאורט האבן אדרעסירט די ספעציפשע פראגע פון פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג האט זיך די סירקוט אויך פארלאזט אויף א סטעיטמענט וואס דאן סענאטאר דזשאו ביידען האט געמאכט ביים קלארשטעלן די געזעץ וואס פון אים איז משמע אז מען האט יא געמיינט אריינצונעמען אזעלכע סארט בירגער אינעם געזעץ)

אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטירנע איז אויסגעהאלטן

די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"



א לעכטיגן שבת!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארקוס דעאנגעלא דזשאונס איז געווארן אנגעקלאגט פארן באזיצן געווער טראץ וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף א פעלאני פארברעך

צוריק אין 2019 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז צו ווערן באשולדיגן פעלאני פארברעכער אין באזיצן געווער איז נישט גענוג אויפצואווייזן אז זיי האבן באוואוסטזיניג געהאט געווער נאר מען דארף איבערצייגן אז זיי האבן געוואוסט אז זיי זענען פארבאטן לויטן געעץ צו האבן געווער

דזשאונס וועלכע איז מיט יארן צוריק פאראורטיילט געווארן צו שמאכטן 27 יאר אין טורמע האט דאן ביי זיין פראצעס אנערקענט אז ער האט געוואוסט אז ער איז געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן א פעלאני אבער אין די צייט אבער געגלויבט אז צוליב וואס זינט דאן האט מען געטוישט א געזעץ וואס אדרעסירט יענע פעלאני איז זיין רעקארד געווארן ריין

דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי בלויז צו באשטימען אויב דזשאונס האט ווירקליך פארלעצט א פעלאני און באוואוסטזיניג געהאט א געווער (דאס איז נאך געווען צוויי צענדליג יאר איידער די אויבנדערמאנטע סופרים קאורט געזעץ פון 2019 למספרם) און די געפינס איז געווען ווי ערווארטעט אז דזשאונס איז שולדיג און די אורטייל איז געווארן באשטעטיגט דורך די אכטע קרייז געריכט

די אכטע קרייז געריכט האט עס באזירט אויף זייער אייגענע פרעצעדענט און די אויבנדערמאנטע 2019 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט טאקע אפגעווארפן אט די אכטע סירקוט פרעצעדענט

דזשאונס האט דאן פרובירט אפצושלאגן די אורטייל אונטער סעקשאן 2255 (א געזעץ וועלכע ערלויבט פאר פאראורטיילטע צו קענען פארלאנגען איבערזיכט אויף זייער קעיס צוליב אומאפעקטיווע פארטיידיגונג, אומפאסיגע שריט דורך די פראקוראר, אדער ניי אנדעקטע באווייזן וואס קענען נישט ווערן פרעזענטירט דורכאויס א געווענליכע אפעלאט פארזוך אדער א נייע ערנסטע טויש אינעם געזעץ איבער וועלכע מען איז געפונען געווארן שולדיג און די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז די טויש גייט אויך אויך למפרע)

אין די סוב סעקשאן שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז אויך נאך א דורכגעפאלענע פארזוך איבערצודרייען אן אורטייל דורך סעקשאן 2255 קען מען נאך פרובירן אויסצונוצן סעקשאן 2241

סעקשאן 2241 ערלויבט פאראורטיילטע צו קלאגן אז זיי ווערן פארהאלטן אומגעזעצליך פאר סיי וועלכע אורזאך (א ביישפיל איז גרייזיגע קאלקולאציעס איבער די גרויס פון די סענטענס קרעדיטס ווען לויט די ריכטיגע רעכענונג דארף מען קענען באפרייט ווערן פריער, א טענה וואס זוכט אויפצואווייזן גענצליכע אומשולד אבער קען נישט ווערן אויפגעוויזן דורך אנדערע סארט מיטלען צוליב סיי וועלכע סיבה און נאך)

אין 1996 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט א שטרענגע אנטי טעראריזם און פרא טויט שטראף געזעץ און באגרעניצט פאראורטיילטע נישט צו קענען פרובירן מער ווי איינמאהל אויסצונוצן די אפציעס אינדרויסן פון געווענליכע אפעלאט פראצעדורן (צום ביישפיל צו פרובירן מערערע מאושענס אונטער סעקשאן 2255) איבערצודרייען אן אורטייל סיידן אין פעלער פון ניי אנדעקטע באווייזן אדער אין פעלער וואס א א "קאנסטיטוציאנאלע" געזעץ איז געטוישט געווארן (אויך אויף למפרע)

דזשאונס ווי געזאגט האט פרובירט אויסצונוצן סעקשאן 2255 און נאכן דורכפאלן פרובירט עטליכע פרישע מאושענס אונטער די זעלבע סעקשאן אבער אלע זענען געווארן אפגעווארפן צוליב וואס די טויש אין די געזעץ וואס איז רעלעוואנט צו זיין קעיס איז נישט א קאנסטיטוציאנאלע נאר א געווענליכע געזעץ און אונטער די פריער דערמאנטע 1996 למספרם געזעץ באקומט ער בלויז איין שאנס וואס ער האט אויסגענוצט ביים פרובירן זיך צו באנוצן מיט סעקשאן 2255 צום ערשטן מאהל

נאך די 2019 למספרם אורטייל וועלכע האט דערקלערט אז מען קען נאר אנקלאגן אין פעלער וואס די באשולדיגטע האבן געוואוסט אז זיי טארן נישט באזיצן געווער האט דזשאונס זיך צוגעכאפט דערצו ווייל אצינד איז די געזעץ קלאר אז זיין מיינען אז זיין רעקארד איז ריין אין די צייט וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט די געווער איז גענוג אים צו באפרייען פון סיי וועלכע שולד און ער האט פרובירט צו פיילן א מאושען אונטער סעקשאן 2241 (נאכאמאהל פרובירן אונטער סעקשאן 2255 האט ער מער נישט געקענט צוליב די 1996 למספרם געזעץ)

די פולע באנק אויפן אכטע סירקוט האט אבער מיט 2-7 אפגעווארפן זיין פרואוו שרייבנדיג אז דאס וואס די סוב סעקשאן ערלויבט זיך צו באנוצן מיט סעקשאן 2241 אפילו נאכן דורכפאלן מיט סעקשאן 2255 איז ווען "סעקשאן 2255 שטעלט זיך ארויס צו זיין אומאפעקטיוו און נישט אויסגעשטאט צו קענען קלארשטעלן די לעגאליטעט פון פארהאלטן דעם ארעסטאנט"

שרייבט די אכטע סירקוט קאורט אז טעכניש איז עס נישט סעקשאן 2255 וועלכע איז נישט געווען אפעקטיוו צו איבערצייגן זיין אומשולד נאר ליבערשט איז עס די עקזיסטירנדע געזעץ פון יענע צייט וועלכע איז נישט געווען אויף די זייט פון דזשאונס ווען ער האט געפיילט זיין ערשטע מאושען

ריכטער רעמינאד גרודנער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) שרייבט פארן מאיאריטעט וישא משלו ויאמר:

שטעל זיך פאר אז דזשאונס וויל זיך באטייליגן ביי א פארברענג וועלכע קומט פאר ביי א לאקאציע וועלכע איז 60 מייל ווייט פון זיין הויז און עס איז געסקעדזשועלט אויף א שטונדע פון איצט

זיין אויטאמאביל קען פארן 60 מייל פער שטונדע אבער די שטראז וועלכע פירט אהין האט א ספיד לימיט פון 50 מייל פער שטונדע אויב די פראגע איז אויב זיין ,"קאר" קען אנקומען אהין אין צייט איז די טרוקענע ענטפער יא

אויב די פראגע איז צו דזשאונס קען אנקומען אהין אין צייט (אויב מען רעכנט אים פאר א געזץ היטענדע בירגער) איז די ענטפער ניין

די געדאנק איז אז די פראבלעם איז נישט די קאר נאר די געזעץ און די נמשל איז אז נישט סעקשאן 2255 איז געווען בטלנ'יש צו ראטעווען דזשאונס נאר די געזעץ פון יענע צייט און לויט זיי איז גענוג און ווערט נאך באטראכט אלץ "אפעקטיוו" אויב סעקשאן 2255 שענקט די "געלעגנהייט" פאר אן ארעסטאנט פארצושטעלן זיין טענה אפילו אויב די טענה איז "אומאפעקטיוו" צו האבן סוקסעס

וויבאלד אין זיין ארגינעלע 2255 מאושען וואלט דזשאונס געקענט טענה'ן אז ער האט געהאלטן אז זיין רעקארד איז ריין און ער האט עס נישט געזאגט קען מען מער נישט זאגן אז סעקשאן 2255 איז נישט געווען אפעקטיוו

איי, אויב וואלט ער עס דאן געזאגט וואלט מען עס קלאר ארויסגעווארפן צוליב וואס מען האט נאך געהאלטן בעפאר די 2019 למספרם געירכט אורטייל?

דאס איז שוין דזשאונס פראבלעם אבער נישט די פראבלעם פון די סעקשאן

זיי ברענגן אויך ארויס אז אפילו לויט די פרעצעדענט פון די אכטע קרייז גערכיט אין יענע צייט איז עס בלויז געווען פרעצעדענט פון א דריי ריכטער פאנעל און אויב וואלט דזשאונס דאן פארלאנגט אז דיפולע באנק זאל איבערקוקן די פרעצעדענט אדער עס גאר גענומען צום סופרים קאורט וואלט ער מעגליך מצליח געווען

א צווייטע פונקט וואס זיי שרייבן איז אז די רעכט וואס סוב סעקשאן 2255 ערלויבט צו פיילן 2241 מאושען'ס איז בלויז ווען 2255 האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומאפעקטיוו קלארצושטעלן אויב די "געזעץ" ערלויבט יענעם צו פארהאלטן

אנדערש איז אבער אויב עס איז בלויז אומאפעקטיוו צו איבערצייגן אויב עס איז לעגאל יענעם צו פארהאלטן באזירט אויף א "געריכט פרעצעדענט" קען מען מחלק זיין אין זאגן אז די עצם געזעץ וואלט יא געקענט איבערצייגן אין אנדערע קעיסעס אז אזא איינער דארף באפרייט ווערן באזירט אויף יענע אומשטענדן נאר דא איז עס בלויז די פרעצעדענט וואס שטייט אין וועג פאר דזשאונס

דריטנס שרייבן זיי אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט אפן געלאזט א טיהר אין 1996 למספרם ערלויבט צו פיילן נאכאנאנדע מאושענס אונטער סעקשאן 2255 זעלבסט אין פעלער וואס א "קאנסטיטוציאנאלע" געזעץ איז געטוישט געווארן האבן קאנגרעס דערמיט געוויזן אז זיי זענען אקעגן דאס ערלויבן צו פיילן א צווייטע מאושען אויב די טויש אינעם געזעץ איז נישט "קאנסטיטוציאנאל"

כאטש וואס מען קען קלאר מחלק זיין אז אין 1996 למספרם האט קאנגרעס פארלאנגט קאנסטיטוציאנאלע טויש פאר א צווייטע 2255 מאושען און נישט פאר א 2241 מאושען)

טענה'ט דזשאונס אז די באהויפטונג איז נישט ריכטיג און אז די ווערטער "סעקשאן 2255 שטעלט זיך ארויס צו זיין אומאפעקטיוו און נישט אויסגעשטאט צו קענען קלארשטעלן די לעגאליטעט פון פארהאלטן דעם ארעסטאנט" באדייט נישט אז מען האט בלויז "פרובירט" עימיצן צו ריינוואשן באזירט אויף אן אומריכטיגע געזעץ

די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הכל הבל האט געשריבן:
מארקוס דעאנגעלא דזשאונס...

די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
פארוואס אין די וועלט?? איי געס זייערע קעפ ווערט נישט אזוי דיזי?

א לעכטיגן דאנק רב הבל!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
מארקוס דעאנגעלא דזשאונס...

די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
פארוואס אין די וועלט?? איי געס זייערע קעפ ווערט נישט אזוי דיזי?

א לעכטיגן דאנק רב הבל!
:grin:

יישר!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

נאכאמאל און נאכאמאל א גרויסן דאנק הער הבל!
פאר די נאן-סטאפ קלארע און דעטאלירטע שילדערונגען, כה לחי!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן
!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
למעשה? עני אפדעיטס?

אדער גאר האבן פערקאוקא און סימינעלי געכאפט א משבר בלויז פון טראכטן פון די ארגומענטן?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן
!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
למעשה? עני אפדעיטס?

אדער גאר האבן פערקאוקא און סימינעלי געכאפט א משבר בלויז פון טראכטן פון די ארגומענטן?
סופרים קאורט זעהט אויס גרייט צו אורטיילן ארויסצואווארפן קארופציע קלאגעס קעגן געוועזענעם גאווערנאר קאומאו געהילף‎‎
ב' ויצא פ״ג
דער געריכט אין וואַשינגטאָן האָט היינט אויסגעהערט אַרגומענטן איבער א קעיס וועגן די קאָרופּציע קלאַגעס קעגן קאָומאָו'ס געוועזענער געהילף דזשאָו פּערקאקאו און א געוועזענער רייכער ביזנעסמאַן מיט נאָנטשאַפט צו קאָומאָו, וואָס ביידע זענען פאַראורטיילט געוואָרן איבער קאָרופּציע. פּערקאקאו און דער ביזנעסמאַן האָבן אַריינגעגעבן א קלאַגע אַז זייערע קעיסעס זענען נישט געוואָרן איבערגעצייגט אַלס פאַקטישע קאָרופּציע און דעריבער דאַרף מען זיי ריינוואַשן, און ס'האָט אויסגעזען היינט אינעם סופּרים קאָורט אַז זיי וועלן ריינגעוואַשן ווערן.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

abeg האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן
!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
למעשה? עני אפדעיטס?

אדער גאר האבן פערקאוקא און סימינעלי געכאפט א משבר בלויז פון טראכטן פון די ארגומענטן?
סופרים קאורט זעהט אויס גרייט צו אורטיילן ארויסצואווארפן קארופציע קלאגעס קעגן געוועזענעם גאווערנאר קאומאו געהילף‎‎
ב' ויצא פ״ג
דער געריכט אין וואַשינגטאָן האָט היינט אויסגעהערט אַרגומענטן איבער א קעיס וועגן די קאָרופּציע קלאַגעס קעגן קאָומאָו'ס געוועזענער געהילף דזשאָו פּערקאקאו און א געוועזענער רייכער ביזנעסמאַן מיט נאָנטשאַפט צו קאָומאָו, וואָס ביידע זענען פאַראורטיילט געוואָרן איבער קאָרופּציע. פּערקאקאו און דער ביזנעסמאַן האָבן אַריינגעגעבן א קלאַגע אַז זייערע קעיסעס זענען נישט געוואָרן איבערגעצייגט אַלס פאַקטישע קאָרופּציע און דעריבער דאַרף מען זיי ריינוואַשן, און ס'האָט אויסגעזען היינט אינעם סופּרים קאָורט אַז זיי וועלן ריינגעוואַשן ווערן.
א דאנק אייך הרב עיבעג. אבער ביטע זייט נישט ברוגז... מיר ברויכן די גרימאסן פון טאמאס, די בייז בליק פון ראבערטס, באגלייט מיט די דברי פקחות פון בראון וכ' וכ'

העמיר ווארטן אויף הרב הבל'ס רעפארטאזש.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן
!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
למעשה? עני אפדעיטס?

אדער גאר האבן פערקאוקא און סימינעלי געכאפט א משבר בלויז פון טראכטן פון די ארגומענטן?
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן

פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

די קעיס גייט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע

די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון

-פרשת סימינעלי-

אלעין קאלאיעראס איז געווען די הויפט פון א סייענס און אינדזשענירונג קאלעדזש וועלכע איז געווען אן עקאנאמישע דעוועלאפמענט און ריסוירטש ארגאנאזאציע וועלכע פלעגט זיין א טייל פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם

ער האט רעקרוטירט לאביאיסט טאד האיע וועלכע האט געהאט א לאנגיעריגע פארבינדונג מיט די קאומא אדמיניסטראציע און האט זיכער געמאכט אז קאלאיעראס ווערט אויסגעקליבן צו האבן איבערזיכט דעוועלאפמענט פראיעקטן פון די באפעלאו ביליאן פלאן

אין אויסטויש האט האיע געהאלפן די קאלעדזש זיך אפטיילן פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם און אזוי איז קאלאיעראס געווארן דער פרעזידענט פון די זעלבסשטענדיג קאלעדזש און ער האט דאן ערלעדיגט אז די קאלעדזש זאל באצאהלן 25 טויזנט דאלער מאנאטליך פאר האיע (קיינער ארבעט דאך נישט אומזיסט סיידן די וועלכע באקומען באצאהלט דערפאר..)

צוליב א סטעיט רעגולאציע האט קאלאיעראס געמוזט ארבעטן צוזאמען מיט די פארט שיילער מענעדזשמענט קארפארעישאן וועלכע האט טעכניש געמוזט האבן די לעצטע ווארט ביים איינקויפן לאנד און איינריכטונגען פאר די מאסיווע פראיעקט אבער קאלאיעראס איז געווען א מיטגליד אויף די שיילער באורד אוו דירעקטארס

די פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג אום 2013 למספרם ווען קאלאיעראס און האיע האבן אנגעהויבן ארבעטן צוזאמען צו ברענגן קאנטראקטן פאר אנדערע קליענטן פון האיע און איבערצוקומען די פראבלעם פון שיילער וועלכע האט געמוזט באשטעטיגן יעדע קאנטראקט האט קאלאיעראס איבערצייגט שיילער צו בעפארצוגן צו ערשט א רייע קאנטראקטער פאר די באפעלו און סיריקיוז פראיעקטן דורך זיי פארשרייבן א ליסטע מאסנאמען וואס בעפארצוגטע קאנטראקטער זאלן מוזן נאכקומען

זיי האבן טאקע נישט אפן אויסגערעכנט נעמען פון קאנטראקטער אבער יא דעטאלירט אזעלכע מאסנאמען וועלכע זיי האבן געוואוסט אז בלויז די וועלכע זיי האבן געוואלט זעהן אויסגעקליבן וועלן קוואליפיצירן דערפאר און אנדערע בידערס וועלן ארויספאלן

דורכאויס די צייט פון די בידינג האט קאלאיעראס געארבעט מיט האיע און מיטגעטיילט ווואס עס גייט זיך אלץ פארלאנגען צו קוואליפיצירן און אין רעזולטאט זענען צוויי קאנטראקטער וועלכע זענען געווען אויך האיע'ס וואונטש ליסטע געווארן אויסגעקליבן

איין קאנטראקט פון 105 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר סטיווען אעילא און דזשאסעף גערארדי וועלכע האבן אנגעפירט די COR דעוועלאפמענט פירמע און די צווייטע קאנטראקט פון 750 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר לואיס סימינעלי וועלכע האט אנגעפירט מיט LPסימינעלי


אין סעפטעמבער 2017 למספרם האט א גרענד דזשורי געפונען קאלאיעראס, אעילא, גערארדי, און סימינעלי שולדיג מיט 1 קאונט פון ווייער שווינדל

באזונדער זענען פערקאוקא און קעלי געפונען געווארן שולדיג אויף ביידע סקאנדאלן און אויף א רייע קאונטס דורך א באזונדערע דזשורי


-משפט סימינעלי-

די ערשטע גרופע פון קאלאיערס און זיינע מיטארבעטער אריינגערעכנט סימינעלי האבן אפעלירט זייערע שולד אורטיילן מיט צוויי הויפט ארגומענטן

1)
זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די פעדעראלע געזעץ קען מען נישט אנקלאגן שולדיגע אין סקאנדאלן נאר אויב זיי האבן באשווינדלט עימיצן מיט געלט אדער אייגנטום

אויב עמיצער וועט צום ביישפיל ארייננארן עימיצן אין א שידוך מיטן זיך פארקויפן אלץ דער פראמינעטער ראש הקהל פון דאנציג אין די צייט וואס ער איז א צווייטע מענטש וועט עס זיין אומעטיש אבער נישט קיין פארברעכן אויף די ביכער

עס איז אבער פארהאן די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע וועלכע ביישטייערט אביסעלע מארך צו די לעגאלע ביין פון אפיציעלע פארברעכנס און עס פארברייטערט די מעגליכקייט אנצוקלאגן מענטשן אויך ווען זיי האבן עימיצן בארויבט פון "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע"

די אזויגערופענע "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע דערקלערט אז ווען די געזעץ ערלויבט נישט צו באראבעווען עימיצן'ס געלט אדער אייגנטום איז עס אויך כולל א פארבאט פון רויבן יענעם'ס "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע" אבער עס איז קיינמאל געווארן פארזיגלט אויב אזא דאקטרינע איז טאקע אויסגעהאלטן און טראץ וואס די צווייטע קרייז געריכט האט אין א צווייטע קעיס עס באשטעטיגט האבן עס אבער אנדערע קרייז געריכטן אפגעווארפן

די פאל ווען די צווייטע סירקוט האט עס באשטעטיגט איז געווען ווען אן איינגעשטעלטע ביי א ספארט פירמע האט געצאהלט געלט פאר עלטערן פון טאלאנטפולע ספארט סטודענטן איינצושרייבן זייערע קינדער ביי אזעלכע ספארט קאלעדזשעס וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט די פירמע וואו ער האט געארבעט

טראץ וואס יענער האט נישט גערויבט קיינעם'ס געלט האט די סירקוט קאורט געשריבן אז קאלעדזשעס האבן א "רעכט צו קאנטראלירן זייער געלט" וואס נעמט אריין דאס באשליסן ווען און ווי אזוי צו ספענדן געלט אויף אטלעטישע פראגראמען פאר סטודענטן און דאס צאהלן געלט פאר סטודענטן צו בעפארצוגען א קאלעדזש האט פארלעצט אט די רעכט

צוריק צו אונזער גרופע פון קאלאיעראס און זיינע מיטארבעטער האבן זיי אפעלירט זייערע אורטיילן און קאלאיעראס האט גע'טענה'ט אז ער האט נישט באשווינדלט די סטעיט קיין רויטן גרייצער (זיין איינציגסטע פארדינסט אינעם געשעפט איז געווען אז האיע האט אים געהאלפן ווערן פרעזידענט פון א זעלבסטשטענדיגע קאלעדזש) און "די רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז אומגעזעצליך אבער די פאנעל אויפן סירקוט האט נישט געוואלט מיטגיין דערמיט שרייבנדיג אז די פרעצעדענט פון א פריערדיגע פאנעל אויפן געריכט איז מאסגעבנד און זיי וועלן נישט אפנויגן דערפון

קענטיג האט די גרופע איינגעזעהן אז בלויז די פאקט אז עס איז שוין א פרעצעדענט אויף יענע באנק וועט זיין גענוג פאר די ריכטער זיי אפצוזאגן, האבן זיי ניטאמאל פרובירט צו בעהטן אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן און גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן

2) אויסער די ארגומענט אז די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז נישט אויסגעהאלטן טענה'ן זיי אז אפילו אויב זאל מען יא לאזן די דאקטרינע שטיין, האבן זייערע שטיק נישט פארלעצט די דאקטרינע

לויט די פריערדיגע צווייטע סירקוט פרעצעדענט דארף א רעכט צו קאנטראל דאקטרינע שווינדל ארייננעמען מיספרעזענטאציע וועלכע קען פירן אדער פירט דאס אנרירן דירעקטע עקאנאמישע שאדנס אדער אפעקטירט די באטראפענעם'ס עקאנאמישע רעכענונגען אדער די בענעפיטן פון די אפמאך אדער אויב די שווינדל איז פארבונדן מיט די קוואליטעט פון די סערוויסעס וועלכע זענען אויפן פארהאנדלונגס טישל אדער שטעלט אויס דעם באטראפענעם צו אומערווארטעטע עקאנאמישע שאדנס

אין די פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די שווינדל קומט נאך די ערשטע קאטעגאריע פון פירן צו דירעקטע עקאנאמישע שאדנס ווייל זיי האבן רעדוצירט די שאנסן אז אנדערע קאנקורענטן זאלן קוואלאפיצירן פאר די קאנטראקט בידינג און דאדורך בארויבט ניו יארק סטעיט (דורך בארויבן שיילער וועלכע האט געטוהן ארבעט פאר די סטעיט) פון זייער רעכט דורכצופירן אן אנשטענדיגע און אויפריכטיגע בידינג פראצעדור

לויט די געריכט איז דאס גענוג צו הייסן א פארברעך טראץ וואס שיילער איז למעשה געווען די וועלכע האבן פאקטיש זעלבסטשטענדיג פארהאנדלט מיט די צוויי קאנטראקטער און טראץ וואס די רעגירונג האט נישט געברענגט קיינע באווייזן אז אנדערע אלטערנאטיוון וואלטן צוגעשטעלט א מער ווערדפולע סערוויס

די געריכט האט גראדע אנערקענט אז אין אנדערע "רעכט צו קאנטראל" קעיסעס זענען די באווייזן איבער דירעקטע עקאנאמישע שאדנס געווען פיל שטארקער אבער אויסגעפירט אז אונטער די דאקטרינע מוזן נישט פראקורארן איבערצייגן אז די באטראפענע האבן געליטן פאקטישע שאדנס און זיי מוזן אויך נישט איבערצייגן אז א צווייטע קאנטראקטער וואלט צוגעשטעלט בעסערע סערוויס אדער גערעכנט ווייניגער ביים בידן ווייל אונטער די דאקטרינע איז עס א פארברעכן אפילו ווען מען רויבט למעשה נישט צו געלט אדער אייגנטום


אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטרינע איז אויסגעהאלטן

די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"

א לעכטיגן שבת!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
מארגן מאנטאג
די ריכטער זענען געווען איינשטימיג אז די "רעכט צו קאנטראלירן" טעאריע איז פראבלעמאטיש און שאפט צומישעניש ווען עס קומט עס צו נוצן די דאקטרינע צו באצייכענען שווינדל אקטיוויטעטן

ריכטערין קעיגען האט אויסגעדרוקט איבערראשונג אז פראקורארן האבן אפילו גענוצט אזא דאקטרינע אינעם פראצעס

קעיגען זאגט אז עס וואלט געווען פיל מער ערווארטעט אז זיי זאלן באשולדיגן סימינעלי איבער באשווינדלען די סטעיט מיט א 750 מיליאן דאלער ווערד קאנטראקט ווי איידער אים צו באשולדיגן אין בארויבן די סטעיט זייער רעכט צו קאנטראלירן די וועג ווי אזוי זיי שפענדן זייערע פאנדס מיט דעם וואס ער האט געהאט צוטריט צו אינערליכע אינפארמאציע און עס אויסגענוצט צו זיין בענעפיט מיטן זיער מאכן אז די בידינג פראצעס איז איינזייטיג פאר זיינע אינטערעסן

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עריק פייגין האט אנערקענט אז די באשלוס פאראויסצוגיין מיט א "רעכט צו קאנטראלירן" טענה איז צוליב וואס אונטער אזא טעאריע איז לייכטער צו איבערצייגן ווייער שווינדל קלאגעס צוליב וואס די צווייטע סירקוט פרעצעדענט באשטעטיגט אז אזא באשולדיגונג איז אויסגעהאלטן

טראץ זייער זארגן מיט די רעכט צו קאנטראלירן טעאריע האבן זיך די ריכטער באווארנט נישט צו סיגנאליזירן צייכנס פון הסכמה מיט סימינעלי'ס שטיק

פייגין האט באצייכנט סימינעלי'ס שריט אלץ א ביישפיל פון יחוס שווינדל (עימיצער וואס פארלאנגט פראטעקציע צוליב וואס ער איז אן אייניקל פון פלוני אלמוני אין די צייט וואס ער איז נישט) ווי אן אפליקאנט וואס זוכט צו ווערן באשטעטיגט פאר א רעגירונג קאנטראקט און פארקויפט פאר די רעגירונג אז ער איז א מיליטערישע וועטעראן (וואס קען ווערן בעפארצוגט פאר די קאנטראקט) אין די צייט וואס יענער האט קיינמאהל נישט געדינט אין מיליטער

ריכטער אליטא האט גענוצט זיין אייגענע ביישפיל פון עלטערן וועלכע פולן אויס א קאנטראקט מיט אן אגענטור וועלכע שטעלט צו שטוב געהילפן וועלכע זאלן זיך אפגעבן מיט די קליינווארג אין שטוב

אינעם משל פארשפרעכט די אגענטור אז זיי פירן דורך בעקגראונד טשעקס אויף אלע געהילפן צו פארזיכערן אז זיי האבן נישט קיין קרימינאלע רעקארד

אליטא האט געצימבלט מייקל דריבען וועלכע האט רעפרעזענטירט סימינעלי אויב ער האלט אז עס וואלט נישט געווען קיין שווינדל אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די אגענטור האט צוגעשטעלט פאר עימיצן א געהילף וועלכע שטעלט זיך גראדע ארויס צו זיין נאבעל און ארנטליך אבער יענע איז קיינמאל נישט אריבער א קרימינאלע בעקגראונד טשעק

ריכטערין בערעט האט געזאגט אז די רעכט צו קאנטראלירן דאקטרינע איז צומישנד צוליב וואס עס מאכט א קוגל פון די צוויי עלעמענטן וואס זענען מאטריאליטעט (פונעם פארברעך) און אייגנטום

די אייגנטום אין די קעיס איז די 750 מיליאן דאלער קאנטראקט און די מאטריאלע רויב איז דאס נישט פארציילן אינעם קאנטראקט אפליקאציע אז ער האט גענוצט אינערליכע סטעיט אינפארמאציע צו וועלכע ער האט געהאט צוטריטצו פארזיכערן אז זיין פירמע באקומט די ערשטע פארשלאג ביים פארהאנדלונגס טישל

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעדרוקט זארג אויב אין פאל וואס די געריכט וועט אין א באגרעניצטע אורטייל גיבן די גרינע ליכט פאר די רעכט צו קאנטראלירן דאקטרינע אבער אויף א באגרענציטע פארנעם וועט די רעגירונג דערקלערן זיג און פארלאנגען פון די נידריגע געריכט איינפאך צו באשטעטיגן די שולד אורטייל פון סימינעלי אן אים גיבן א שאנס פאר א פרישע פראצעס באזירט אויף די געמאסטענע ווערטער וואס אן אורטייל וועט ארייננעמען

ריכטערין סאטאמאיאר האט זיך קאנצעטרירט איבער די פראגע צו די רעכט צו קאנטראלירן צומישטע אינסטרוקציעס פאר די דזשורי האט געשפילט אן ערנסטע ראלע אין זייער שולד אורטייל
ריכטער גארסוטש האט באצייכנט די רעכט צו קאנטראלירן טעאריע אלץ ראדיקאל און צופארן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”