נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די פולע די סי סירקוט האט געאורטיילט אקעגן אויסהערן די פארלאנג פון טראמפ צו בלאקירן קאנגרעס פון קענען זעהן זיינע שטייער רעקארדס
טראמפ איז ערווארטעט עס צו אפעלירן צום סופרים קאורט
טראמפ פיילט פאר עמורזשענסי פעטיציע צום סופרים קאורט
הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס לייגט אפ אויף דערווייל די פארלאנג איבערצוגעבן די דאקומענטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ריכטער טאמאס בלאקירט דערווייל פארלאנג וועלכע זוכט צו צוואונגען גרעהעם עדות צו זאגן
דיסטריקט אטוירני זאגט אז אויב די געריכט ווארפט נישט איצט אפ די סטעי וועלן שוין אויספארשער מער קיינמאל אויספרעגן גרעהעם אפילו אויב אויב די געריכט וועט עווענטועל אורטיילן אין א צייט ארום אז גרעהעם דארף ווערן אויסגעפרעגט (ווארשיינליך ווייל די אויספארשונג וועט שוין דאן זיין פארטיג)
סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן גרעהעם'ס אפעלאט
קיין איין ריכטער שרייבט נישט אז זיי זענען געווען אקעגן די באשלוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט איצט אנגעהויבן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין א קיעס און די סעסיע איז געווארן איבערגעריסן ווען 3 פראטעסטירער האבן מיטאמאהל געלאזט הערן זייער וויי געשריי אנטקעגן די אנטי רציחה אורטייל

איינע האט געשריגן אז זי פארדאמט עס מיט רעספעקט און וויל דערמאנען פאר פרויען איבערן לאנד צו שטימען אין די וואלן או די אנדערע צוויי האבן נאכגעפאלגט

די ריכטער האבן נישט ערנסט רעאגירט און די פאליציי האבן ארויסגעפירט די פראטעסטירער אן קיין ווידערשטאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ערשיינונג שוין באהאנדלט געווארן אן סופרים קאורט
און??
מערערע קעיסעס דורכאויס די יארן אריינגערעכנט איינס אין 2009 למספרם
עס ווערט גערופן קעיסעס איבער אפירמאטיוו עקשאן

עס איז א פארצווייגטע נושא מיט א קאלירפולע היסטאריע און נישט עפעס צו אנאליזירן על רגל אחת נאר פאדערט א לענגערע אנאליז ואדרבה
עס איז אפן פאר אייך נאכצושטודירן און צוריקקומען מיט א באשרייבונג
צופרידן צו זיין צוריק

די געדאנק פון אפירמאטיוו עקשאן איז אין קורצן צו בעפארצוגן מינאריטעטן וועלכע זענען באקריוודעט געווארן אין די פארגאנגנהייט און עס איז קאנטערווערסיאל צוליב וואס אין די היינטיגע עפאכע איז מען גאר שטארק אקעגן קוקן אויף ראסע ווען עס קומט צו באהאנדלען סיי וועם און דאס איז אין אלגעמיין די וועג וועלכע ווערט גענוצט צו באקעמפן ראסיזם אבער מערקווירדיג איז אז ווערט צומאהל געמאכט אן אויסנאם זיך יא צו רעכענען מיט ראסע און עס נוצן צו פארגיטיגן פאר ראסעס וועלכע פלעגן אפיציעל באקריוודעט ווערן אין די פארגאנגנהייט

די קעגנער פון אזא סיסטעם טענה'ן אז עס גייט אויפן חשבון פון די מאיאריטעט וועלכע דארפן נישט ליידן פאר די זינד פון זייערע אור עלטערן און אז מען קען נישט נוצן ראסע צוטיילונג צו באקעמפן ראסיזם

איינע פון די הויפט דעבאטעס איבער אזא סיסטעם שפילט זיך אויס אין די אמעריקאנע קאלעדזש נעצן וועלכע דארפן באשטעטיגן אדער אפווארפן סטודענטן און ביים באטראכטן אפליקאציעס טוען זיי נאטורליך דורכזופן א רייע פאקטארן און איינע פון זיי איז איבער די כשרונות פון די סטודענטן וועלכע ווילן באקומען איינטריט

צוליב וואס עס פאסירט אפט אז געוויסע מינאריטעטן גייען שווערע אריבער אזא טעסט, וועט די פראצענט סטודענטן וועלכע ווערן אנגענומען, זיין ווייניגער ווי די פראצענט וועלכע זיי מאכן אויס אלץ טייל פון די באפעלקערונג און זיי פארלאנגען אז יוניווערסיטעטן זאלן אריינרעכנען אין די ליסטע פראגן פון וועלכע ראסע מען קומט און באשטימען אז מען מוז אקצעפטירן א געוויסע מינימום פון זייער געמיינדע אפילו אויב זיי שטעלן נישט צופרידן די איבריגע פראגן אויף די ליסטע און אפילו אויב אנדערע אפליקאנטן וועלכע קומען פון א מאיאריטעט ראסע קומען עס יא נאך

קאליפארניע, אריזאנא, מישיגען, פלארידא, דזשארדזשיא, נעבראסקא, אקלאהאמא, ניו העמפשיר און וואשינגטאן זענען די 9 סטעיטס וועלכע האבן גענצליך פארבאטן צו נעמען אין באטראכט ראסע ווען עס קומט צו פובליק קאלעדזשעס און אין 2020 למספרם האבן קאליפארניע וויילער שטארק אפגעווארפן א בעלאט אינציאטיוו וועלכע האט געזוכט צוריקצוברענגן די איינפיר

ווען עס קומט צו אנקעטעס אויף די אישו איז עס געוואנדן אין ווי אזוי מען פרעגט די פראגע און אין א גאלאפ אנקעטע זאגן 62% אז זיי זענען אין שטיצע פון "אפירמאטיוו עקשאן" ווען לויט א פיו ריסוירטש אנקעטע זאגן 74% (אריינגערעכנט א מאיאריטעט פון אפריקאנע אמעריקאנער) אז זיי זענען אקעגן דאס רעכענען ראסע אלץ א פאקטאר ביים באשטעטיגן סטודענט אפליקאציעס

קריטיקירער פון די איינפיר טענה'ן אז קאלעדזשעס קענען נוצן אלטערנאטיווע מעטאדן צו פארזיכערן אז מינאריטעט געמיינדעס ווערן ריכטיג אפגעשפיגלט אין די קאלעדזשעס דורך פארלאנגען אז מען מוז אקצעפטירן א געוויסע מינימום סטודענטן פון שטובער פון שוואכערע פארדינער אדער צו שניידן די צאהל סטודענטן וועלכע ווערן בעפארצוגט צוליב וואס זיי האבן שוין גראדואירט פון אנדערע פלעצער אדער באלאנגען צו עליטע גרופעס/פאמיליעס

אבער שטיצער פון די סיסטעם טענה'ן אז אויב זאל מען אפשטעלן די איצטיגע איינפיר וועלן די קאלעדזשעס קיינמאלך נישט קענען ריכטיג רעפלעקטירן די באפעלקערונג דעמאגראפיע

צוריק אין 2003 למספרם האט די סופרים קאורט אין וואשינגטאן געאורטילט אז די איינפיר איז אויסגעהאלטן און אצינד האט די געריכט באוויליגט אויסצוהערן צוויי קעיסעס אין וועלכע קלעגער זוכן איבערצודרייען יענע פרעצעדענט

ביידע קלאגעס זענען געווארן ארקעסטרירט דורך א קאנסערוואטיווע אקטיוויסט עדווארד בלום און אריינגעטראגן אין געריכט אין 2014 למספרם קלאגנדיג די הארווארד יוניווערסיטעט און די צפון קאראליינע יוניווערסיטעט אבער די אויסגאנג קען אפעקטירן אלע אנדערע וועלכע נוצן אויף די זעלבע פראקטיצירונג

אין די הארווארד קעיס באקלאגן זיך א גרופע אזיאנע אמעריקאנער אז זייערע רעכטן ווערן פארלעצט ווען ווייסע, און אפריקאנע אמעריקאנע ווערן באפערצוגט צו ווערן אנגענומען

אין 2015 למספרם האט הארווארד געבעטן אז די געריכט זאל לייגן אויף אפהאלט די קעיס אויף ווילאנג די סופרים קאורט אורטיילט אויף אן אנדערע קעיס אקעגן די טעקסאס יוניווערסיטעט און עווענטועלע האט די העכסטע געריכט שמאל געאורטיילט אין שטיצע פון די סיסטעם ביים טעקסאס יוניווערסיטעט אבער געשריבן אז די אורטייל איז גילטיג בלויז פאר יענע פאל צוליב וואס זייער פאליסי איז אנדערש ווי אנדערע יוניווערסיטעטן

צוויי יאר שפעטער איז די הארווארד קעיס אריבער א 15 טאג פראצעס און פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין אליסאן באראוס (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט געאורטיילט אז די יוניווערסיטעט פארלעצט נישט די סיוויל רייטס אקט וועלכע פארבאט קערפערשאפטן וועלכע באקומען פעדעראלע פאנדינג צו דיסרימינירן באזירט אויף ראסע

זי האט געשריבן אז די איינפיר טוט נישט בייזוויליג דיסקרימינירן אקעגן קיינעם און זייער ציהל איז בלויז צו פארזיכערן אז מינאריטעטן באקומען גלייכע באהאנדלונג

אין די צפון קאראליינע קאלעדזש קעיס האבן די קלעגער גענוצט די 14'טע אמענדמענט וועלכע פארבאט ראסע דיסקרימינאציע דורך רעגירונג קערפערשאפטן, אריינגערעכנט פובליק יוניווערסיטעטן

נאך אן אכט טאג פראצעס האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין לארעטא ביגס (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) געאורטיילט אין שטיצע פון די יוניווערסיטעט שרייבנדיג אז זיי פארלאזן זיך נישט בלויז אויף די ראסע פאקטאר נאר נוצן עס אלץ איינס פון א רייע פראגן ביים אפשאצן סטודענט אפליקאציעס און אז נאך אלעם אפעקטירט עס נישט נעגאטיוו אזא גרויסע צאהל אפליקאנטן און איז ווערד די פרייז זינט עס איז נישט פארהאן א צווייטע פראקטישע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם פון די קליינע צאהל מינאריטעטן אין קאלעדזשעס

די קלעגער האבן גענומען א היבש אומגעווענליכע שריט איבערצוהיפן די אפעלאט פראצעדורן און זיך געוואנדן גראד צום סופרים קאורט און די ריכטער האבן איינגעשטימט אויסצוהערן ביידע קעיסעס

אין געריכט האבן די קלעגער געמאכט זייער קעיס אז טראץ וואס די פערצנטע אמענדמענט איז בלויז מחייב פובליק קערפערשאפטן און הארווארד איז א פריוואט געפירטע קאלעדזש האט שוין די סופרים קאורט געשריבן אז די סיוויל רייטס אקט פארבאט (וועלכע איז גילטיג אויף פריוואטע קערפערשאפטן אויב זיי באקומען פאנדינג פון די רעגירונג אזוי ווי הארווארד) אזלעכע ראסע קלאסיפיקאציעס וועלכע ווערן פארבאטן אויף רעגירונג קערפערשאפטן אין די פערצנטע אמענדמענט

די יוניווערסיטעטן האבן געמאכט זייער ארגומענט אז די שרייבער פונעם פערצנטן אמענדמענט האבן געציהלט צו פארזיכערן אז דיסקרימינאציע אקעגן אפריקאנע אמעריקאנע ווערט אויסגעראטן און האבן שוין דאן פארשטאנען אז צומאל וועט דאס קוקן אויף ראסע פאקטארן גאר זיין בייהילפיג צו גרייכן אט דעם ציהל און צוליב דעם באשלאסן צו מאדיפיצירן די ארגינעלע שפראך אינעם געזעץ וועלכע האט צו ערשט פארבאטן צו קוקן אויף ראסע אין קיין פאל און ווי צו באשטעטיגן אז דאס איז טאקע געווען די כוונה האט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אין יענע יארן נאכגעפאלגט מיטן באשטעטיגן א רייע געזעצן וועלכע שטופן פאראויס דאס אויפהייבן די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע

קיינע פון די 5 ריכטער מאיאריטעט וועלכע האבן באשטעטיגט אזא סיסטעם אין 2003 למספרם זענען שוין נישט אויפן באנק און ריכטערין דזשעקסאן נעמט נישט אנטייל אין די הארווארד קעיס צוליב וואס האט נארוואס געענדיגט סערווירן א זעקס יעריגע טערמין אויפן יוניוועריסטעט איבערזיכט באורד

אויב די צייט וועט ערלויבן וועט האפנטליך נאכפאלגן א באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח הרב הבל, יעצט אפגעליינט די לעצטע פאר בלעטער, זייער אינטערעסאנט איינס ביי איינס! (די טויטע/לעבעדיגע פיש געריכט האט מיר געמאכט שמייכלען)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זייער אינטרעסאנט! ש'כח אייך!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ערשיינונג שוין באהאנדלט געווארן אן סופרים קאורט
און??
מערערע קעיסעס דורכאויס די יארן אריינגערעכנט איינס אין 2009 למספרם
עס ווערט גערופן קעיסעס איבער אפירמאטיוו עקשאן

עס איז א פארצווייגטע נושא מיט א קאלירפולע היסטאריע און נישט עפעס צו אנאליזירן על רגל אחת נאר פאדערט א לענגערע אנאליז ואדרבה
עס איז אפן פאר אייך נאכצושטודירן און צוריקקומען מיט א באשרייבונג
צופרידן צו זיין צוריק

די געדאנק פון אפירמאטיוו עקשאן...

...נאך אן אכט טאג פראצעס האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין לארעטא ביגס (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) געאורטיילט אין שטיצע פון די יוניווערסיטעט שרייבנדיג אז זיי פארלאזן זיך נישט בלויז אויף די ראסע פאקטאר נאר נוצן עס אלץ איינס פון א רייע פראגן ביים אפשאצן סטודענט אפליקאציעס און אז נאך אלעם אפעקטירט עס נישט נעגאטיוו אזא גרויסע צאהל אפליקאנטן און איז ווערד די פרייז זינט עס איז נישט פארהאן א צווייטע פראקטישע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם פון די קליינע צאהל מינאריטעטן אין קאלעדזשעס...

אויב די צייט וועט ערלויבן וועט האפנטליך נאכפאלגן א באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן
איך פארכט זיך, איך ציטער, איך בין נערוועיז און אומרואיג, טיף טיף האב איך א פילינג אז דו קוקסט אן דיינע אייגנשאפטן אלץ נארמאל און נישט עפעס ווער ווייסט וואס.

קום איך דא בשם עם ועדה אויסשרייען בחוצות הווירטואלי אז ס'איז נישט אזוי!!!

דו ביזט עקסטרע ספעציעל, באמת דו ווייסט נישט וואס דו טוסט מיט מיר.

די נושא ערגבערט מיך שוין יארן לאנג, איך האב אלץ געווארט עימיצער זאך מיך דערלייכטערן דאס ענין.

שכח און שכח נאכאמאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקטיש האט געשריבן:

א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!

גרוסן פון ליינער זענען טינט פארן שרייבער
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

פיין, עלעך לאזן גריסן.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח הבל!

(יעדע מאל וואס איר שטרענגט זיך אן דארף מען נאכאמאל חזר'ן...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
און??
מערערע קעיסעס דורכאויס די יארן אריינגערעכנט איינס אין 2009 למספרם
עס ווערט גערופן קעיסעס איבער אפירמאטיוו עקשאן

עס איז א פארצווייגטע נושא מיט א קאלירפולע היסטאריע און נישט עפעס צו אנאליזירן על רגל אחת נאר פאדערט א לענגערע אנאליז ואדרבה
עס איז אפן פאר אייך נאכצושטודירן און צוריקקומען מיט א באשרייבונג
צופרידן צו זיין צוריק

די געדאנק פון אפירמאטיוו עקשאן...

...נאך אן אכט טאג פראצעס האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין לארעטא ביגס (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) געאורטיילט אין שטיצע פון די יוניווערסיטעט שרייבנדיג אז זיי פארלאזן זיך נישט בלויז אויף די ראסע פאקטאר נאר נוצן עס אלץ איינס פון א רייע פראגן ביים אפשאצן סטודענט אפליקאציעס און אז נאך אלעם אפעקטירט עס נישט נעגאטיוו אזא גרויסע צאהל אפליקאנטן און איז ווערד די פרייז זינט עס איז נישט פארהאן א צווייטע פראקטישע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם פון די קליינע צאהל מינאריטעטן אין קאלעדזשעס...

אויב די צייט וועט ערלויבן וועט האפנטליך נאכפאלגן א באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן
איך פארכט זיך, איך ציטער, איך בין נערוועיז און אומרואיג, טיף טיף האב איך א פילינג אז דו קוקסט אן דיינע אייגנשאפטן אלץ נארמאל און נישט עפעס ווער ווייסט וואס.

קום איך דא בשם עם ועדה אויסשרייען בחוצות הווירטואלי אז ס'איז נישט אזוי!!!

דו ביזט עקסטרע ספעציעל, באמת דו ווייסט נישט וואס דו טוסט מיט מיר.

די נושא ערגבערט מיך שוין יארן לאנג, איך האב אלץ געווארט עימיצער זאך מיך דערלייכטערן דאס ענין.

שכח און שכח נאכאמאל.
א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!

גרוסן פון ליינער זענען טינט פארן שרייבער
אצינד צו די מונדליכע ארגומענטן

ווי ערווענט אין די קלעגער אין די קעיס אז די געריכט זאל איבערדרייען די פרעצעדענט פון 2003 למספרם אין יענע אורטייל שרייבט ריכטערין א'קאנאר פארא 5 ריכטער מאיאריטעט אז די איינפיר ביי די מישיגען געזעץ שולע איז אויסגעהאלטן און אייסערט זיך אז די ערווארטונג איז אז ביז 25 יאר ארום וועט שוין מער נישט אויספעהלן אזא סיסטעם ווייל די אינטערעסן איינצוגלידערן מינאריטעטן וועלן שוין זיין ערלעדיגט און אומנויטיג

זי שרייבט דארט אז אזזא סארט איינפיר קען נישט אנהאלטן אויף אייביג און מוז זיין מיט א צייט פלאן אויף ווילאנג מען גרייכט די ציהלן
אצינד די קלעגער ברענגן אן ענדע דערצו נאך בלויז 19 יאר פון יענע אורטייל גערופן די גראטער פרעצעדענט

אדוואקאט פעטריק שטרויבריק האט רעפרעזענטירט די קלעגער אין די צפון קאראליינע קעיס און געבעטן פון די ריכטער איבערצודרייען גראטער צוליב וועלכע איז נישט אויסגעהאלטן מיט די 1954 למספרם אורטייל וועלכע פארבאט ראסע צוטיילונג אין פובליק שולעס און צפון קאראליינע סאליסיטאר דזשענעראל רייען פארק האט פארטרעטן די שולע

ווען פארק האט ארויסגעהויבן די וויכטיגקייט פון פארזיכערן דייווערסיטי (א יושר'דיג צוטיילטע אנוועזנהייט פון אלע ראסן און קלאסן) אין די שולעס האט ריכטער טאמאס (וועלכע איז געווען אין די מינאריטעט ביי די גראטער אורטייל) געזאגט אז ער האט נישט קיין אנונג וואס אזאנס דייווערסיטי באדייט..

ענליכע קאמענטארן האט ער געמאכט צו אן אדוואקאט וועלכע האט גערעדט אין נאמען פון א גרופע סטודענטן אין שטיצע פון די שולע וועלכע און טאמאס האט אים געפרעגט וועלכע אקאדעמישע בענעפיטן קומען ארויס פון דייווערסיטי

ריכטער אליטא האט געפרעגט א פראגע וועלכע אנדערע האבן שפעטער איבערגענוצט און געוואלט פארשטיין אויב און ווי אזוי יוניווערסיטעטן שאצן אפ אויב זייער ראסע פראגע איינפיר צו האבן א גענוג קאלירפולע מוסד ברענגט טאקע די בענעפיטן וועלכע זיי פארשפרעכן און געוואלט פארשטיין אויב א געריכט קען זיי צימבלען צו דעטאלירן די בענעפיטן וועלכע זיי זוכן צו גרייכן דורך דייווערסיטי און פעסטשטעלן אויב די בענעפיטן קומען טאקע צושטאנד

ריכטערין בערעט האט ארויסגעברענגט אז אפילו גראטער האט אנערקענט ווי געפארפול ראסע פראגן זענען און צוליב דעם קלארגעשטעלט אז זיי ערלויבן עס בלויז ווייל עס האט א לאגישע אפלויף דאטום און ערווארטן אז עס וועט בלויז אויספעהלן אויף צייטווייליג (זייער שאצונג איז געווען ווי אויבנדערמאנט 25 יאר)

בערעט האט געוואלט וויסן ווען איז די דאטום וואס די שולעס קלערן אז די ציהלן וועלן דערגרייכט ווערן? ווען גייען ענק וויסן א צייט? זי האט אנגעוויזן אז עס שטעלט זיך ארויס צו זיין מער קאמפליצירט צו דעצידירן ווי געקלערט און זיי געפרעגט וואס וועט זיין אויב אויב עס וועט בלייבן שווער צו גרייכן אזא ציהל פאר נאך 25 יאר

די אמעריקאנע סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט פארטיידיגט די שולע אין נאמען פון די ביידען אדמיניסטראציע און פארזיכערט אז עס וועט זיכער קומען די טאג וואס די ציהל ועט ווערן דערגרייכט און אז די געזעלשאפט וועט זיך טוישן אין א וועג וואס שולעס וועלן קענען פארזיכערן דייווערסיטי אן דארפן איינשליסן די ראסע פראגע

ריכטער ראבערטס האט אבער געזאגט אז אירע ווערטער איז נישט אין ליניע מיט די א'קאנאר פרעצענדענט וועלכע האט געשריבן אז א צייט פלאן איז א באדינג צו אנהאלטן אזא איינפיר

ביים באהאנדלען די הארווארד קעיס האט אדוואקאט קאמעראן נאריס רעפרעזענטירט די קלעגער און ריכטער גארסוטש האט האט געזאגט אז ער איז באזארגט איבער די איינפיר און אז די באשלוס פון די שולע צוריק אין די 1920 למספרם יארן צו נוצן אן אפליקאציע סיסטעם וועלכע שליסט איין ראסע און ענליכע סארט פראגן איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט בייזוויליגע געדאנקן און געווען געציהלט שוין דאן צו באקומען א בילד פון וויפיל אידישע סטודענטן עס באקומען זיך אריין אין די יוניווערסיטעט

אדוואקאט סעט וואקסמאן וועלכע האט פארטרעאטן הארווארד האט אנערקענט די באשולדיגונג און געזאגט אז די שולע איז געועון פארשעמט מיט די אנטיסעמיטישע באמערקונגען פון זייער פרעזידענט אין יענע צייט אבער סיי וועכלע דיסקרימינאציע פון אזויפיל יארן צוריק קענען נישט ווערן פארבונדן מיט די איצטיגע קעיס ווען עס איז שוין לאנג נישט רעלעוואנט

דורכאויס די ארגומענטן פון ביידע קעיסעס האבן די קאנסערוואטיווע ריכטער מערערע מאהל אויפגעברענגט די פראגע אויב שולעס האבן נישט קיין אלטערנאטיווע מעטאדן צו פארזיכערן דייוועריסטי אן נוצן דירעקט די ראסע פראגע ווי צום ביישפיל צושטעלן פינאנציעלע הילף און פראגראמען פאר ערשטע גענעראציע סטודענטן וועלכע קומען פון פאמיליעס פון שוואכע פארדינער אבער די שולעס האבן עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז מען האט שוין אלעס פרובירט און קיין איין ראסע נייטראלע מיטל ברענגט נישט די געוואנטשענע רעזולטאטן

ריכטער ראבערטס האט אבער אויסגעדרוק אומצוטרוי אין די באהויפטונג זאגנדיג אז אויב וועט די געריכט פארבאטן די ראסע פראגע און יוניווערסיטעטן וועלן אנערקענען אז דאס איז נישט קיין אפציע וועלן זיי מעגליך אמת'דיג פרובירן די אנדערע אלטערנאטיוון (ווי צו זאגן אז די אנדערע זאכן האבן נישט געארבעט ווייל מען האט זיי נישט ערנסט פרובירט וואוסנדיג אז מען האט די ראסע פראגע אלץ ענטפער)

ריכטער קעווענאו האט דערמאנט אז די 9 שטאטן וועלכע האבן פארבאטן די ראסע פראגע זענען א באווייז אז ווען שולעס האבן נישט קיין אנדערע אויסוועג קומען זיי יא אויף מיט פראדוקטיווע ראסע נייטראלע געדאנקן צו פארזיכערן א באדייטנדע פראצענט פון מינאריטעטן אין זייערע קלאסן

פארק האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז רעזולטאטן זענען פארשינדארטיג און נישט די זעלבע ביי אלע שולעס אין יענע שטאטן און אז די גאר פראמינענטע שולעס דארט מוטשען זיך ערנסט נאכצוקומען דאס באשטעטיגן א צופרידנשטעלנדע ציפער פון אפריקאנע אמעריקאנער

ריכטער גארסוטש האט פרובירט צו ווארפן די טאבע אין ריכטונג פון די שולעס זאגנדיג אז זיי האבן אן איינפיר צו בעפארצוגן סטודענטן וועלכע האבן שוין גראדואירט פון אנדערע פלעצער, סטונדעטן פון פאמיליעס וועלכע ביישטייערן צו די יוניווערסיטעט אדער אזלעכע מיט אטלעטישע שפילער און דאס פירט אויטאמאטיש צו א גרעסערע ציפער קינדער פון רייכע און ווייסע עלטערן

אויב זענען די שולעס ערנסט איבער זייער אנטשלאסנקייט צו פארזיכערן דייוועריסטי פארוואס זאלן זיי נישט ברענגן אן ענדע צו אט די פראטעקציע ביזנעס און אזוי ארום פירן צו דייווערסיטי אנשטאט די באנוץ פון די ראסע פראגע

וואקסמאן האט צוריקגעשאסן אז טראץ וואס די קלעגער זענען בארעכטיגט צו זייערע אייגענע ארגומענטן זענען זיי אבער נישט בארעכטיגט צו פאבריצירן אייגענע פאקטן און אז די אונטערשטע געריכט האט שוין פעסטגעשטעלט אז הארווארד טוט נישט דיסקרימינירן אקעגן אזיאנע אמעריקאנע אפליקאנטן און אז די שולע האט נישט קיין קיין פראקטישע ראסע נייטראלע אלטעערנאטיוו צו די האנט

אין די צייט וואס אלע 6 קאנסערוואטיוון אויפן באנק האבן אויסגעדרוקט זייער זארג מיט די איצטיגע סיסטעם האבן אבער די דריי ליבעראלן געטוהן זייער ארבעט צוריקצושטופן די ארגומענטן פון די קלעגער

ריכטערין סאטאמאיאר האט ערווענט אז די אונטערשטע געריכט איז געקומען צום אויספיר אין די צפון קאראליינע קעיס אז אפליקאציעס ווערן נישט אנגענומען באזירט אויסשליסליך אויף די ענטפער צום ראסע פראגן וועלכע איז בלויז א שרייפעלע אין א געביידע פון מערערע פראגן און קיינער ווערט נישט אקצעפטירט אדער אפגעווארפן בלויז אויפן באזיס פון זייער ראסע און עס זענען פארהאן גענוג מינאירטעטן וועכלע ווערן נישט אנגענומען אין די שולעס

גראדע האט וואקסמאן יא אנערקענט אז אין די פאל פון הארווארד איז אנדערש און אין געוויסע פעלער וועלן יא סטודענטן ווערן אקצעפטירט בלויז צוליב זייער ראסע און עס פארטיידיגט מיטן פארגלייכן צו די אויבערהאנט וואס אן אינסטרומענט שפילער וואלט געהאט צו ווערן אקצעפטירט אין א פאל וואס די ארקעסטרא אינעם יוניווערסיטעט וואלט זיך גענויטיגט אין עימיצן מיט אזעלכע פעהיגקייטן (ווי צו זאגן אז עס איז פארשטענדליך אז די שולע וועט נעמען א מינאריטעט סטודענט ווען עס איז אין איר אינטערעסע צו גרייכן זייער באשטימטצע צאהל מינאריטעטן ציהל)

אבער ריכטער ראבערטס איז געווען גאר בייז נאך די אפענע און דרייסטע אנערקענונג פון וואקסמאן און רעאגירט: מיר האבן נישט געקעמפט די ציווילע קריג צוליב אינסטרומענט שפילער (ווי צו זאגן אז אמעריקא האט געגאסן בלוט אפצושטעלן ראסיזם און מען קען פאר קיין פרייז נישט נוצן די ראסע פראגע און עס איז פארפירעריש עס צוצושטעלן צו א ביישפיל פון אן אינסטרומענט שפילער וועלכע ווערט בעפארצוגט צוליב וואס א שולע נויטיגט זיך אין זיינע טאלאנטן)

ריכטערין דזשעקסאן האט ווי אויבנדערמאנט נישט אנטייל גענומען אין די הארווארד קעיס אבער ביים אדרעסירן די צפון קאראליינע קעיס האט זי געזאגט אז פארבאטן צו נוצן די ראסע פראגע און אין די זעלבע צייט יא רעכענען אנדערע פאקטארן ווי צום ביישפיל מייליטערישע דינסט קען זעלבסט זיין א קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונג

זי האט געשילדערט צוויי ביישפילן פון סטודענטן ווען איינע שטאמט פון א פאמיליע וועלכע האט געהאט מערערע מיטגלידער אין די קאלעדזש פאר לאנגע יארן און די צוויי וועלכע איז אן אפריקאנע אמעריקאנער און ארויסגעברענגט אז אן די ראסע פראגע סיסטעם וועט דער ערשטער גרינגער ווערן אנגענומען בלויז צוליב זיין פאמיליע פראמינאנץ וועלכע שפילט זיך אויס אלץ א ווערד פאר די שולע אין די צייט וואס די צווייטע אפליקאנט האט נישט די מעגליכקייטן בלויז צוליב וואס זיין פאמיליע געשיכטע איז איינס וואס איז געווארן פאר לאנגע יארן בלאקירט צוטריט צו מערערע אינסטיטוציעס און מעגליכקייטן צוליב זייער ראסע

זי האט אויסגעפירט פרעגנדיג פארוואס דאס ערלויבן אזא ערשיינונג זאל נישט זיין א פארלעצונג פון די אייניגע באשיצונג געזעץ?

ריכטערין קעיגען האט זיך קאנצעטרירט אויף די אפעקט וואס אן אורטייל אקעגן די יוניווערסיטעטן קען האבן נישט בלויז אויף קאלעדזשעס נאר אויך אויף די ברייטערע אמעריקאנע געזעלשאפט

קעיגען האט באצייכנט די יוניווערסיטעטן אלץ צענטערן וועלכע איבט אויס און ברענגט ארויס טאלאנט און זיי דינען ווי א שלויך וועלכע פירט אייגנשאפטן און פירערשאפט שפעטער צו בענעפיטירן די געזעלשאפט

זי האט גע'טענה'ט צו שטרויבריק אז אויב יוניווערסיטעטן וועלן נישט רעפלעקטירן א קאלירפולע ראסע קערפערשאפט וועלן אויטאמאטיש א ברייטע ספעקטרום פון אנדערע אינסטיטוציעס ווי ביזנעסער און געזעץ פירמעס אויך נישט זיין רעפעלעקטירן די דעמאגראפיע פון לאנד

פרילאגער האט אויך דערמאנט ענליכס אז טייל פון די גראטער אורטיל האט זיך באצויגן צו די אנערקענונג פון די מיליטער וועלכע האט איינגעפירט אז זיי מוזן האבן א מער קאלירפולע אויסוואל פון הויכראנגיקע אפיצירן צוילב אנגעצויגנקייט וואס עס האט זיך געשאפן ווען א איבערוויגנדע קלאס פון אויבערהארן האבן געטיילט געדארפט קאמיוניקירן און טיילן באפעלן פאר זייערע סאלדאטן וועלכע האבן יא פארמירט א גרעסערע פראצענט פון מינאריטעטן

פאר ריכטער ראבערטס איז נישט געפאלן דאס אריינברענגן די מיליטער פראגע אין בילד און רעאגירט זאגנדיג : אז צוליב די אונטערשידן צווישן די מיליטער און יוניוועריסיטעטן וואלט געווען קלוג פאר אונז נישט צו דעצידירן איבער די מילטערישע פראגע אינעם איצטיגן קעיס אבער פרילאגער האט זיך נישט געלאזט און געזאגט דייוועריסטי אין אלע סארט ערציאוג אינסטיטוציעס איז וויכטיג פאר די מיליטער זינט א גרויסע ציפער פון אפיצירן וועלכע קומען אן אין די מיליטער קומען פון יוניווערסיטעטן און זענען אריבער זייערע טרענירונג פראגראמען

ריכטער גארסוטש האט הויך שפעקולירט אויב די געריכט קען זיך ארויסדרייען פון אדרעסירן די קאנסטיטוציאנאלע פראגע אין די קעיס טראץ וואס עס איז די געריכט פרעצעדענט אז די פארלאנגען אין די סיוויל רייטס אקט זאל אויך גילטן אויף די פערצנטע אמענדמענט

גארסוטש האט אנגעוויזן אז עכט זענען די שפראך אין די צוויי דאקומענטן אנדערש איינע פון די צווייטע און אין די סיוויל רייטס אקט איז עס איינפאך און קלאר אז עס פארבאט סיי וועלכע סארט דיסקרימינאציע באזירט אויף ראסע (מיינענדיג צו זאגן אז עס איז גענוג פארן געריכט בלויז צו אורטיילן אז די קאלעדזש איינפיר פארלעצט די סיוויל רייטס אקט אן דארפן קלארשטעלן אויב זיי פארלעצן אויך די 14'טע אמענדמענט)

פרילאגער און וואקסמאן האבן ביידע אויך פרובירט צו מוטיגן די קאנסערוואטיווע מאיאריטעט אז אפילואויב זיי האבן זיך זייערע רעזערוואציעס איבער וויפיל די שולעס פרובירן גענוג צו נוצן אנדערע ראסע נייטראלע אלטערנאטיוון זאלן זיי נישט איינפאך פארבאטן די איינפיר און דערמיט איבערווארפן לאנגיעריגע פרעצענדט נאר ליבערשט עס צוריקשיקן צו די אונטערשטע געריכט און זיי פארארדענען צו פארלאנגען ערנסטערע פארזוכן צו נוצן אלטערנאטיוון און קלארער מאכן ווי אזוי די איצטיגע סיסטעם ברענגט רעזולטאטן און א צייט פלאן ווען עס וועט זיך מער נישט אויספעהלן

גייענדיג צום דרוק קומט די נייעס אז דער אויבנדערמאנטער דיסטריקט ריכטערין וועלכע איז האט געשריבן די אורטייל אין שטיצע פון הארווארד האט דערלאנגט א פראסק פאר די יוניווערסיטעט אין א קעיס וועלכע זיי האבן געקלאגט די זרח אינשורענס פירמע און פארלאנגט אז זיי זאלן דעקן די קאסטן וואס עס קאסט זיי זיך צו פארטייידיגן אין די אפירמאטיוו עקשאן קעיס

ריכטערין באראוס האט אבער נישט אנגעומען די פארלאנג שרייבנדיג אז די אינשורענס פאליסי וועלכע האט געזאלט דעקן אזעלכע לעגאלע קאסטן איז שוין אפגעלאפן און לויט די אפמאך וואלט האווארד געזאלט איינמעלדן פאר זרח איבער די קלאגעס אקעגן די יוניווערסיטעט שפעטסטנס ביז 90 טאג נאך וואס די פאליסי איז אפגעלאפן און זיי האבן עס באריכטעט שפעטער ווי יענע דאטום

ווי די ריכטערין שרייבט איז נישט גענוג צו איבערצייגן אז די קלאגעס אקעגן יוניוועריסטעט איז געווען באאנט און אז זרח האט געוואוסט דערפון נאר עס דארף אפיציעל ווערן באריכטעט דורך די יוניווערסיטעט באצייטנס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלעקסאנדרו ביטנער איז א רומעניש אפשטאמיגער אמעריקאנע בירגער וועלכע האט עטליכע אקאונטס אין אויסלענדישע בענק און האט פארפעהלט אויסצופילן די דאקומענט וועלכע ווערט פארלאנגט דורך די באנק סיקרעסי אקט וואס דארט דארט טוט מען יערליך באריכטן איבער אויסלענדישע אקאונטס אין וועלכע עס ווערן געהאלטן 10 טויזנט דאלער דורכ'ן יאר

ביטנער האט נישט באריכטעט די אקאונטס פאר א 5 יאר אפשניט און לויט יענע געזעץ איז די מאקיסמום שטראף פארן נישט באריכטן אויסלענדישע אקאונטס 10 טויזנט דאלער פער יאר
נו, זאלן אונזערע אייוועלט מאטעמאטיקער אויסרעכנען וויפיל די מאקסימום טאטאל שטראף באטרעפט

50 טויזנט? די פראבלעם איז אז ער האט באקומען א שטראף פון 2.72 מיליאן דאלער זינט די רעגירונג האט גערעכנט יעדע יאר אלץ א באזונדערע פארלעצונג (ווי די געזעץ לויטעט) אבער זיי האבן גערעכנט א 10 טויזנט דאלער פער יאר שטראף אויף יעדע איינציגע אקאונט באזונדער

ביטנער האט זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט אים געגעבן גערעכט און רעדוצירט די שטראף צו 50 טויזנט דאלער גייענדיג מיט די שטעלונג אז די געזעץ ליגט ארויף א שטראף פון 10 טויזנט דאלער פער יאר מאקסימום אפגעזעהן אויב עס האנדלט זיך פון איין אקאונט אדער עטליכע אקאונטס

די רעגירונג האט אפעלירט די אורטייל צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין זייער שטיצע און צוריקגעשטעלט די 2.72 מיליאן דאלער שטראף שרייבנדיג אז יעדע אקאונט וועלכע ווערט נישט באריכטעט איז א באזונדערע פארלעצונג פאר זיך

ביטנער האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס

ביידע זייטן מאכן זייערע ארגומענטן און כאפן זיך ארויף אויף ווערטער פון די געזעץ וועלכע קוקט אויס צו גין מיט זייער אפטייטש

ביטנער קאנצעטרירט זיך אויף די ווערטער אינעם געזעץ וועלכע פארלאנגען צו האלטן רעקארדס פון אויסלענדישע אקואנטנס און פיילן "באריכטן"
וואס לויט אים איז דאס אן אנדייטונג אז קאנגרעס האט זיך באצויגן צו אזעלכע פיילינגס אלץ איין גרויס פיילינג פון אלע אקאונטס און פארפעהלן עס צו פיילן איז איין גרויס פארלעצונג און די שטראף איז 10 טויזנט דאלער פער יאר

די רעגירונג וויל ענדערש אז מען זאל קוקן אויפן טיייל וועלכע דעטאלירט די שטראף פאר פארלעצער וועלכע שליסט איין א פראוויזיע וועלכע רעכנט אויס געוויסע אויסנאמען ווען פארלעצער זאלן נישט ווערן באשטראפט

איינע פון די אויסנאמען זענען פעלער אין וועלכע האט א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פארן עס נישט באריכטן און איינע פון די באדינגונגען פאר אזא אויסנאם רעכנט אריין דאס באטראכטן די באלאנס פון די "אקאונט" (בלשום יחיד) וועלכע איז נישט געווארן באריכטעט
שפעטער אין יענע פראוויזיע שטייט אז דא גיבן די מאקסימום שטראף זאל זיין געבונדן צו די מאקסימום באלאנס אין די צייט פונעם פארלעצונג
לויט די רעגירונג איז דאס א באווייז אז קאנגרע האט געזוכט ארויפצושטעלן אזא שטראף און באטראכט יעדע אקאונט וואס ווערט נישט באריכטעט ווי א פארלעצונג פאר זיך
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

נישט נארמאל ווי אזוי דער לייגט עס אראפ, כאילו דער זיצט ממש דארט ביים געריכט זאל, און יעדן גרימאס פון איינע פון די ריכטערס ווערן אראפגעלייגט ממש אקוראט ווי דער זעט עס...

א גרויסן ש'כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בן איש חי האט געשריבן:
נישט נארמאל ווי אזוי דער לייגט עס אראפ, כאילו דער זיצט ממש דארט ביים געריכט זאל, און יעדן גרימאס פון איינע פון די ריכטערס ווערן אראפגעלייגט ממש אקוראט ווי דער זעט עס...

א גרויסן ש'כח!
יישר!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שכח הכל פאר די היינטיגע באריכטן
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
זייער אינטרעסאנט! ש'כח אייך!
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

דער אפערמעטיוו עקשאן ארעל ארגומענטן איז גאר אינטערעסאנט און גוט געשריבן
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איבער "אפירמיטיווע אקציע" זעה איך אז א גרויס טייל פון די ארגומענט איז צו מ'קען ווען נוצן אלטערנאטיווע מעטאדן אדער נישט, דאס טייטש אז כו"ע מודה אויב קען מען נישט ערייכן דעם ציל בלויז מיט די מעטאדן איז די פאליסי יא קאנסטיטוציאנעל.

דאס איז מיר א חידוש אז די געזעץ ערלויבט די שולעס צו דיסקרימינירן קעגן ווייסע דורכן בעפארצוגן אפריקאנער אמעריקאנער אדער אנדערע מיניריטעטן בלויז צוליב ראסע און הויט קאליר. וויאזוי קען די קאנסטיטוציע ערלויבן אזוינס?

טראץ וואס איך קען פארשטיין אז אויב א פילם פרודאקציע פירמע וועט דארפן האבן טונקל הויטיגע צו שפילן אן אקט, דאן פארשטייט איך אז ווייסע וועלן נישט קריגן די דזשאב. ס'איז נישט מעגליך זיי זאלן טוהן די דזאב וואס פארלאנגט זיך, דארטן איז פארשטענדלעך ס'זאל אויסגעהאלטן געזעצליך.

אבער א שולע וועלכע האט איז געבויט אויסצולערנען מענטשן פארשידנס, האט א סעט סטאנדארטן אויף צו קענען אנגענומען ווערן זאל פלוצלינג אפזאגן עימיצן צוליב מאנגל אין פלאץ טאקע דערפאר צוליב וואס א טונקל-הויטיגס איז בעפארצוגט געווארן טראץ וואס ער קומט נישט נאך די זעלבע סטאנדארטן ווי די ווייסע?

ריגארדלעס ווי נאבעל די ציל פון די פאליסי זאל נאר נישט זיין, זעה איך נישט וויאזוי די מעטאדן קענען זיין קאנסטיטוציאנעל אפילו אויב דאס איז די איינציגע ווירקזאמע מיטל.

עניוואן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכל, אן אמעיזינג דזאב און וועל אפפרישיעטעד.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק יעדן פאר די שיינע פידבעק!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פראקטיש האט געשריבן:
דאס איז מיר א חידוש אז די געזעץ ערלויבט די שולעס צו דיסקרימינירן קעגן ווייסע
עניוואן?
דאס איז צוליב א פריערדיגע סופרים קאורט ארטייל ווי @הכל הבל שרייבט, דארף מען נאר וויסן אויף וואס יענער ארטייל איז געבויעט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Rak Tov האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
דאס איז מיר א חידוש אז די געזעץ ערלויבט די שולעס צו דיסקרימינירן קעגן ווייסע
עניוואן?
דאס איז צוליב א פריערדיגע סופרים קאורט ארטייל ווי @הכל הבל שרייבט, דארף מען נאר וויסן אויף וואס יענער ארטייל איז געבויעט
קען איינער צו צייכענען ביטע?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א גרופע וויסקאנסין שטייער צאהלער פיילן היינט אן עמורזשענסי ביטע מיטן סופרים קאורט אין וואשינגטאן צו בלאקירן די ביידען סטודענטן חובות פארצייאונג ארדער
די פארלאנג איז אנגעקומען צו ריכטערין בערעט (וויסקאנסין איז אונטער איר יוריסדיקציע) און זי האט איצט אפגעווארפן די ביטע
סופרים קאורט ריכטערין בערעט ווארפט אפ א צווייטע פארזוך צו לייגן א סטעי אויף די ביידען סטודענט חובות פארגעבונג ארדער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”