נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:27 pm
סופרים קאורט פארלענגערט סטעי אויף די אנטי רציחה מעדיצין באגרעניצונג אורטייל
די סארט אדמיניסטראטיווע סטעי וועלכע ריכטער אליטא האט אריגענעל ארויפגעשטעלט צו האבן צייט צו באטראכטן א לענגערע סטעי ווערט געווענליך ארויסגעגעבן אן קיין צייט פלאן
ריכטער וועלכע גיבן ארויס אזא סארט סטעי זאגן בלויז א די אורטיל ווערט איינגעפרוירן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג

ריכטער אליטא איז דער איינציגסטער וועלכע פירט זיך יא צו באשטימען א צייט ווען די אדמיניסטראטיווע סטעי גייט אויסלויפן און ער האט געהאט ארגינעל געזאגט אז עס גייט אויסלויפן מיטוואך נאכט אבער עווענטועל איז ער נישט געווען גרייט מיט א באשלוס איבער א לענגערע סטעי האט ער געמוזט פארלענגערן די אדדמיניסטראטיווע סטעי אויף ביז פרייטאג צונאכטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א באריכט דעקט אויף אז ריכטער קאסמאריק וועלכע האט ארויסגעגעבן די אורטייל צו פארבאטן א ברייט פארשפרייטע רציחה מעדיצין האט אין צוגרייטונג צו זיין נאמינאציע פארהער באזייטיגט זיין נאמען פון פיגורירן אויף לעגאלע איבערזיכט ארטיקל וועלכע ער האט געשריבן אין די פארגאנגנהייט צו קריטיקירן אבאמא אדמיניסטראציע פאליסיס איבער בירות משונות און רציחה

די ארטיקל באציהט זיך באשולדיגט די אדמיניסטראציע פארן פארשרייטן די מעדיצין און פירן צו רציחה

די סענאט האט געהאט געבעטן פון נאמיני קאסמאריק צוטריט צו אלע זיינע פובליצירטע ווערק און אזוי אויך מאטריאל וועלכע איז נאך אין דרוק און איז ערווארטעט צו ערשיינען

עס איז דאן געווען עטליכע מאנאטן איידער די געזעץ דזשורנאל אין וועלכע די ארטיקל האט געדארפט ווערן געפוטערט האט געזאלט ארויסקומען און דער עדיטאר האט ערהאלטן אן אומגעווענליכע אימעיל מיט א פארלאנג אז קאסמאריק'ס נאמען אלץ הויפט שרייבער פונעם ארטיקל זאל אראפקומען -פאר אן אורזאך וועלכע קען נאך נישט איצט ווערן דיסקוסירט נאר ביי א שפעטערע געלעגנהייט- און ווערן ערזעצט מיט די נעמען פון צוויי פון זיינע קאלעגן אין זיין לעגאלע גרופע

סענאטארשע קאלינס איז געווען די איינציגסטע רעפובליקאנע צו שטימען אקעגן די קאסמאריק נאמינאציע און מיינסטנס אנדערע וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם צו שטימען פאר קאסמאריק אפילו מיט זיין נאמען אויפן ארטיקל אבער די איינציגסטע וועלכע שפורט זיך פארראטן איז סענאטארשע מורקאוסקי וועלכע האט אויסגעגאסן איר צארן אויף דעם וואס קאסמאריק האט איר אויסגעשפילט זאגנדיג אז קאסמאריק האט איר אריינגענארט אין זאק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א לעגאלע שטרייט האט זיך אנטוויקלט צוריק אין 2014 למספרם צווישן צוויי פארמאסיוטיקעל ריזן ווען עמדזשען האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן סענאפי פארן פראדוצירן מעדיצינען וועלכע פארלעצן אירע פעטענט רעכטן

עמדזשען האט ארויסגענומען א פעטענט אויף אירע מאנאקלאנעל אנטיבאדיס וועלכע ארבעטן צו רעדוצירן קאלעסטראל שטאפלען מיטן נאכיאגן און בלאקירן א געוויסע פראטעין אינעם קערפער פון שטערן די פראצעדור וואס איז באאויפטראגט ארויסצושפייען קאלעסטאראל פונעם בלוט פלוס

די פעטענט איבער וועלכע מען קריגט זיך דעקט סיי וועלכע מאנאקלאנאל אנטיבאדי וואס ציהלט אט די ספעציפישע פראטעין און ערלויבט זיי נישט זיך אנטצושעפען אין די קערפערליכע רעסעפטארס וועלכע שיסן ארויס די קאלעסטאראל פונעם בלוט

די געדאנק פון א פעטענט ווי באקאנט איז צו מוטיגן אינאוואציע מיטן ערלויבן פאר אינציאטארן זיי צו גיבן א מאנאפאל אויף זייערע ערפונדונגען פאר לאנגע יארן אין אויסטויש פון דעם וואס זיי פארעפנטליכן אינפארמאציע ווי אזוי אנדערע קענען עס נאכמאכן איינמאהל די פעטענט דאטום לויפט אפ
איינע פון באדינגונגען גערופן "ערמעגליכן" וואס פארלאנגט אז דער פעטענט אייגנטומער מוז פארעפנטליכן געהעריג אלע אינפארמאציע וועלכע זאל ערמעגליכן צוקונפטיגע פראדוצירער צו ערצייגן ענליכע פראדוקטן אן דארפן דורכמאכן די פולע עקספערימענט פראצעדור וועלכע איז אנגעלייגט מיט שטרויכלונגען אין דורכפעלער

די פעטענט וועלכע עמדזשען האט ערהאלטן דעקט מיליאנען מעגליכע סארטן אנטיבאדיס וועלכע האבן די מעגליכקייט צו רעדוצירן קאלעסטאראל אויפן זעלבן וועג אבער אין די אינפארמאציע וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט רעכענען זיי אויס די געדאנק ווי אזוי עס ארבעט און שטעלן צו אנווייזונגען ווי אזוי צו אונטערזוכן און אידענטיפיצירן אנדערע קאנדידאטן וואס קענען פארוואנדלט ווערן אין אזא סארט אנטיבאדיס אבער ספעציפירן בלויז 26 ביישפילן (פון מעגליכע טויזנטער אדער מיליאנען פון וועלכע פילע קענען זיך ארויסצושטעלן יא אדער נישט צו ארבעטן)

סענאפי האט ערצייגט זייער אייגענע ווערסיע (און איז נישט איינע פון די 26) און עמעגאן טענה'ט אז זיין פארלעצן די פעטענט וועלכע איז נאכנישט אפגעלאפן

סענאפי ווארפט עס אפ זאגנדיג אז די פעטענט איז נישט אויסגעהאלטן ווייל עס קומט נישט נאך די "ערמעגליכן" פארלאנג

סענאפי באקלאגט זיך אז עמדזשען איז מגלה טפח ומכסה טפחיים ווען פון איין זייט ווילן זיי נוצן א פעטענט וואס דעקט מיליאנען סארטן פאטענציאלע אנטיבאדיס פון דעם סארט (פיל מער פון די 26 ביישפילן) אבער פון די אנדערע זייט לאזן זיי איבער גאר אסאך ארבעט פאר פירמעס וועלכע דארפן דורפירן עקספערימענטן אויף ביישפילן צו זעהן וואס עס ארבעט און וואס נישט

עמדזשען באצייכנט די פראצעדור אלץ "אונטערזוכונג" און זאגן אז זיי האבן ארויסגעשטעלט די אנווייזונגען ווי אזוי דורכצופירן אזעלכע אונטערזוכונגען אבער סענאפי טענה'ט אז איבערצולאזן אזא ברייטע רויע פעלד פון ארבעט פאר צוקונפטיגע פראדוצירער וועלכע דארפן אנהויבן ביי יעדע ביישפיל באזונדער פון אלף און אויסשטיין זייער מעגליכע דורכפאל און פון די אנדערע זייט באקומען פעטענט דערויף אלץ אן ערפינדונג איז אבסורד

זיי טענה'ן אז עס איז נישט גענוג פאר פעטענט אייגנטומער צו האבן ערפונדן איין סארט זאך און דערקלערן מאנאפאל אויף ענליכע סארט ביישפילן וועלכע זענען נאך ניטאמאהל געווארן אויספרובירט אויב עס ארבעט

א טיפישע פעטענט דעקט געווענליך א האנדפול פון פראדוקטן אדער מעטאדן אבער דאן איז פארהאן א צווייטע סארט פעטענט וועלכע דעקט א גרעסערע אויסוואהל פון ענליכע און פארבונדעטע זאכן און דאס ווערט געווענליך גענוצט אין די פארמאסיוטיקעל, כעמישע און ביא טעכנאלאגישע פעלד וואו די ערפינדונג איז בעיקר איבער ווי אזוי א געוויסע זאך ארבעט און די עמדזשען פעטענט איז איין אזא סארט ביישפיל

אין מערסטנס קעיסעס פון אזעלכע סארט ברייטע פעטענאס וועלכע זענען אנגעקומען צו די פעדעראלע סיטריקט געריכט (וועלכע הערט אויס אלע פעטענט קעיסעס) האבן די פעטענט אייגנטומער פארלוירן איז עמדזשען איז די לעצטע ביישפיל

וויבאלד ביידע זייטן זענען מער ווייניגער איינשטימיג איבער די לעגאלע טעסט איבער פעטענטס נאר קריגן זיך מער ארום ווי אזוי צו נוצן די טעסט אין די קעיס האבן זיך עטליכע ריכטער אויפן סופרים קאורט הויך געוואונדערט פארוואס מען באדערט זיי מיט אזא נישט פונדעמענטאהלע פראגע

פאול קלעמענט וועלכע האט רעפרעזענטירט סענאפי האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און פארגעשלאגן פארן געריכט ארויסצואווארפן די קעיס צוליב וואס עס איז געווען א גרייז עס צו אקצעפטירן פון די ערשטע מינוט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ניין
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ביטע פארזעצן, די ריוח בין פרשה לפרשה װעט זײן בײ זײער לאנגע זומער ארלױב װאס קימט שױן בקרוב
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ביטע פארזעצן, די ריוח בין פרשה לפרשה װעט זײן בײ זײער לאנגע זומער ארלױב װאס קימט שױן בקרוב
א דאנק!

איך האב עס געפרעגט פארשטייענדיג אז נישט צופיל קומען אן אלעס צו דעקן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:10 pm
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ביטע פארזעצן, די ריוח בין פרשה לפרשה װעט זײן בײ זײער לאנגע זומער ארלױב װאס קימט שױן בקרוב
א דאנק!

איך האב עס געפרעגט פארשטייענדיג אז נישט צופיל קומען אן אלעס צו דעקן
א פרישע קעיס איז שוין און דרוק און איך האב באמת געוואלט וויסן אויב מען זאל גיבן אבילס מער צייט צו אטעמען און אוועקלייגן אויף קומענדיגע וואך אדער פאראויסגיין דערמיט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:12 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:10 pm
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ביטע פארזעצן, די ריוח בין פרשה לפרשה װעט זײן בײ זײער לאנגע זומער ארלױב װאס קימט שױן בקרוב
א דאנק!

איך האב עס געפרעגט פארשטייענדיג אז נישט צופיל קומען אן אלעס צו דעקן
א פרישע קעיס איז שוין און דרוק און איך האב באמת געוואלט וויסן אויב מען זאל גיבן אבילס מער צייט צו אטעמען און אוועקלייגן אויף קומענדיגע וואך אדער פאראויסגיין דערמיט
כ׳לעק אױס יעדע׳ס װארט װאס איר שרײבט (איר זענט בײ מיר פאררעכענט װי דער פנחס גלױבער אדער דער איר װײנשטאק פון אײװעלט)
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:16 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:12 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:10 pm
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:36 pm
זענען די לאנגע געריכט קעיסעס צופיל אויף איינמאל?

זאל מען גיבן אביסל מער ריוח בין פרשה לפרשה אדער פארזעצן?
ביטע פארזעצן, די ריוח בין פרשה לפרשה װעט זײן בײ זײער לאנגע זומער ארלױב װאס קימט שױן בקרוב
א דאנק!

איך האב עס געפרעגט פארשטייענדיג אז נישט צופיל קומען אן אלעס צו דעקן
א פרישע קעיס איז שוין און דרוק און איך האב באמת געוואלט וויסן אויב מען זאל גיבן אבילס מער צייט צו אטעמען און אוועקלייגן אויף קומענדיגע וואך אדער פאראויסגיין דערמיט
כ׳לעק אױס יעדע׳ס װארט װאס איר שרײבט
א הארציגן דאנק פאר די אנגענעמע פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אינעם זומער פון 2002 למספרם האט זיך עפרעין לארע וועלכע האבן אנגעפירט א דראג רינג אין די בראנקס אין ניו יארק סיטי ארויסגעלאזט אויף א מיסיע מיט זיינע מיטארבעטער אומצוברענגן ענדרו באלקאראן פון א קעגנערישע דראג באנדע צוליב וואס יענער האט זיי געסטראשעט אויפצוהערן פארקויפן אין א געוויסע געגנט

לארע'ס אויפגאבע איז געווען אפצווארטן זיינע פריינד אין א פארקירטע אויטאמאביל און איינמעלדן פאר זיי ווען באלקאראן קומט ארויס פון זיין הויז אז זיי זאלן אים קענען ערלעדיגן

עס האט געדויערט ביז 2014 למספרם ווען אויטאריטעטן האבן אידענטפיצירט לארע און זיין ראלע אינעם מארד אין א דזשורי האט אים געפונען שולדיג אין

1) קאנספירירן אין א פלאן אומצוברענגן א מענטש

2) נוצן געווער אין די צייט וואס ער איז געווען פארמישט אין דראג אקטיוויטעטן

פאר די ערשטע קאונט האט ער באקומען צוגעטיילט 25 יאר טורמע

פאר די צווייטע קאונט נאך 5 יאר טורמע אבער דער ריכטער האט געשריבן אז די 5 יאר זאל לויפן באזונדער פון די 25 יאר וואס באדייט אז אינאיינעם וועט ער דארפן סערווירן 30 יאר אין טורמע

געווענליך האבן ריכטער די רעכט צוזאמצושמעלצן סענטענסינג אויף באזונדערע קאונטס צו לויפן צוזאמען אבער דער ריכטער האט ערקלערט אז אין דעם פאל איז ער געצוואונגען לויטן געזעץ צו גיבן א טערמין וועלכע לויפט באזונדער און ער האט נישט קיין אנדערע אויסוואהל

לארע האט עס אפגעווארפן און אנגעוויזן אז די געזעץ אונטער וועלכע ער איז געווארן אנגעקלאגט פארלאנגט נישט אז עס זאל לויפן באזונדער און אפעלירט די אורטייל וועלכע איז אנגעקומען אין סופרים קאורט

די קריגעריי איז איבער די צווייטע קאונט פון זיין טייל פון א מארד אין די צייט וואס ער איז געווען פארמישט אין דראג אקטיוויטעטן

סובסעקשאן 924 "J" שרייבט אז אזעלכע וואס ווערן געפונען שולדיג אין "זיין טייל פון א מארד" אין די צייט וואס זיי האבן פארלעצט געזעצן דערמאנט אין סובסעקשאן 924 "C" זאל ווערן באשטראפט מיט טויט, לעבנסלענגליכע אדער סיי וועלכע אנדערע טורמע טערמין
נו, וואס שטייט אין סובסעקשאן "C" ?

דארט שטייט אז אזעלכע וואס ווערן געפונען שולדיג "אין זיך באנוצן מיט געווער" (וואס האט געפירט צו א מארד) אין די צייט וואס זיי זענען געווען אקטיוו אין פארלעצן דראג געזעצן זאלן באקומען א מינימום פון 5 יאר טורמע וואס זאל אויף קיין פאל נישט לויפן אינאיינעם מיט טורמע טערמינען וואס זיי באקומען אויף די דראג פארלעצונג

לארע איז נישט געווארן געקלאגט אין "אין זיך באנוצן מיט געווער" (ער האט פאקטיש נישט גענוצט די געווער) וואס איז סובסעקשאן C נאר ער איז געווארן אנגעקלאגט (די צווייטע קאונט) מיטן פארלעצן סובסעקשאן J אין "זיין טייל פון א מארד" אין די צייט פון פארלעצן געזעצן "דערמאנט" אין סובסעקשאן C

זאגט לארע אז אין סובסעקשאן J ווערט נישט דערמאנט אזא זאך אז שטראפן אויפן פארלעצן יענע סעקשאן טארן נישט לויפן אינאיינעם מיט אנדערע שטראפן

די רעגירונג טענה'ט אבער אז סובסעקשאן J לויפט אינאיינעם מיט סובסעקשאן C און היפט אפילו אריבער אויסצושמועסן וועכע סארט פארלעצונגען מען האלט אינמיטן באגיין אין די צייט פון די מארד און שרייבט בלויז אז עס האנדלט זיך פון געזעצן דערמאנט אין סובסעקשאן C און דערמיט האט קאנגרעס ווי אריינגעשמאלצן און מבליע געווען סובסעקשאן C אין סובסעקשאן J אז די חומרות דערמאנט אין סובסעקשאן C איז חל אויך אויף סובסעקשאן J און דעם וואס קאנגרעס זאל עס אויסשמועסן בפרטות

ולהוסיף נופך טענה'ט די רעגירונג אז קאנגרעס האט נישט געשפורט פאר וויכטיג אויסצושמועסן אז די חומרא פון סובסעקשאן C איז גילטיג אויך פאר סובסעקשאן J צוליב וואס סובסעקשאן C איז דא פאר געווער באנוץ וואס איז א פיל לייכטערע פארברעך ווי סובסעקשאן J וואס איז איבער מארד און אויב אזוי איז דאך א קל וחומר אז מה דאך ביי די לייכטערע פארברעך איז דא די חומרא אז די סענטענס דארף לויפן באזונדער איז דאך געוויס אזוי די געזעץ ביי די הארבע קלאגע פון מארד

לארע טענה'ט אבער אז קאנגרעס האט געשריבן וואס זיי האבן געשריבן (אין סובסעקשאן C) און נישט געשריבן וואס זיי האבן נישט געשריבן (אין סובסעקשאן J) און מען קען נישט אמכן אזא קל וחומר ווייל אין עונשין מן הדין

אין א פארזוך סיי זיך צו מאכן בא'טעמ'ט און סיי צו שטעלן די ליבעראלע ריכטער אין א ווינקל האט די רעגירונג געשפילט די קארטל ווא זיי נעמען זיך גאר אן פאר אנגעקלאגטע און געווארנט די ריכטער אזביז היינט האבן זיי אפגעלערנט פון סובסעקשאן J איז בלויז נאך א טייל פון סובסעקשאן C און איז בלויז א שטרענגערע פארמאט פון סובסעקשאן C אין פאל וואס עס ווערט אויסגעפירט א מארד (און נישט בלויז באנוץ פון געווער)

אויב אבער וועט די געריכט נאכגעבן פאר לארע אז די צוויי זענען צוויי באזונדערע סעקשאנס און אז סובסעקשאן J איז אומאפהענגיק פון סובסעקשאן C און אז סובסעקשאן C איז ציטירט געווארן אין סעקשאן J בלויז צו שפארן טינט (נישט צו דארפן אויסשמועסן זאכן וועלכע ווערט אויסגעשמעוסט באריכות אין סובסעקשאן C) דאן וועלן פראקורארן מעגליך פון היינט אין ווייטער פרובירן אנצוקלאגן פארלעצער פון סובסעקשאן J סיי מיטן פארלעצן סובסעקשאן J און א באזונדערע קאונט מיטן פארלעצן סובסעקשאן C (ווייל אין א געווענליכע מארד ווערט דאך גענוצט געווער) און אזוי ארום וועלן מענטשן ווערן דאפלט באשטראפט

די רעגירונג האט מיט די פרא אנגעקלאגטע שפיל אריינגעשטעלט די ליבעראלע ריכטער אין א פארלעגנהייט דארפנדיג קלייבן צווישן זיך אנננעמען פאר לארע אדער ריזיקירן אז גאר אסאך אנדערע וועלן מעגליך אצינד אויסשטיין צו ווערן דאפלט באשטראפט

די דריטע, פערטע, אכטע, און ניינטע קרייז געריכטן האבן אנגענומען די שטעלונג פון די צוויטע סירקוט צו גיין לחומרא אבער די צעהנטע און עלפטע קרייז געריכט האבן יא ערלויבט פאר דיסטריקט ריכטער צו גיבן סענטענסעס וואס זאלן לויפן אינאיינעם מיט אנדערע טורמע טערמינען אויך פאר אזעלכע פארברעכנס

לאורען ראזנבערג האט געמאכט די קעיס פאר לארע און אין צוגאב צו מאכן זיין קעיס אז די פאקטישע סובסעקשאן J דערמאנט נישט די חומרא און אז די טעקסט אין די געזעץ אן קיין דריידלעך איז אויף זיין זייט האט ער אנגעהויבן פרובירט צו איבערצייגן אז מען קען פארשטיין פארוואס טאקע קאנגרעס האט נישט געוואלט מחמיר זיין אין סובסעקשאן J

ריכטער קעווענאו האט אים פריינטליך איבערגעריסן און געראטן נישט פארצוזעצן זאגנדיג אז ער גלויבט נישט אז קאנגרעס האט טאקע געוואלט מקיל זיין ביי J מער ווי ביי C (נאר ער פארשטייט אז למעשה האבן זיי דאס געטוהן)

קעווענאו האט געהאלטן אז זיין טרוקענע טעקסט ארגומענט איז אזוי שטארק אז יעדע איבריגע ערלקערונג "פארוואס" קאנגרעס האט עס טאקע אזוי געמאכט איז איבריג און ריזיקירט בלויז אפצושוואכן זיין פאזיציע

קעווענאו: דו מאכסט אן העראאישע פארזוך צו ערקלערן פארוואס גענוי קאנגרעס האט געוואלט מקיל זיין אבער איך מיין אז די בעסערע ארגומענט איז איינפאך ווייל דאס איז וואס שטייט אין די געזעץ

קעווענאו איז נישט געווען דער איינציגסטער אין די קאנסערוואטיווע בלאק אפצולערנען די טעקסט אויף לארע'ס זייט און אויך ריכטער אליטא האט געזאגט פאר ראזנבערג: פילייכט די טעקסט פון די פראוויזיע טוט אפטויטן די רעגירונג'ס פאזיציע

טראץ וואס קעווענאו און אליטא האבן געגעבן היבש גוטע ראטעס פאר ראזנבערג איבער די טרוקענע טעקסט ארגומענט האבן זיי ביידע אויסגעדרוקט היבשע סימפאטיע מיט די רעגירונג ארגומענט אז קאנגרעס האט פילייכט אינזין געהאט צו גיין לחומרא אויך אין J

קעווענאו האט ארויסגעברענגט אז ווען מען האט געשריבן J איז די רעגירונג נאך געווען אין אן היבש אנטי פארברעכן שטימונג און עס איז שווער צו גלויבן אז קאנגרעס האט געזוכט מקיל צו זיין ביי הארבערע פארברעכנס מער ווי ביי לייכטערע

אויך אליטא האט באצייכנט די ראזנבערג ארגומענט אלץ מאדנע

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל עריקא ראס האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און ריכטערין דזשעקסאן האט איר געצימבלט פארוואס קאנגרעס האט נישט געקענט קלארשטעלן אין סובסעקשאן J אז אויך דארט איז געילטיג די חומרא

ראס האט אומדירעקט אנערקענט אז קאנגרעס וואלט טאקע געקענט זיין קלארער אבער אונטערגעשטראכן אז קאנגרעס האט אויך נישט געשריבן אין סובסעקשאן J אז דארט זאל נישט חל זיין די חומרא און דעריבער איז די באהויפטונג פון לארע אז סובסעקשאן J גייט זיכער לקולא נישט ריכטיג

ווען ראס האט פרובירט אנצוגעבן א רייע ערקלערונגען פארוואס טאקע קאנגרעס האט יא געוואלט די חומרא אין J טראץ וואס זיי שרייבן עס נישט ארויס האט ריכטערין קעיגען געפרעגט לשיטתה איז דען נישט קלאר אז קאנגרעס האט איינפאך געמאכט א גרייז? (מיטן וועלן גיין לחומרא אבער עס פארזעהן פון ארויסשרייבן)

ריכטערין דזשקסאן איז געווען צופרידן פון קעיגען'ס באהויפטונג און צוגעגעבן אז J איז געשריבן געווארן צענדליגע יארן שפעטער פון C און דורך א צווייטע קאנגרעס און מען קען אננעמען אז האבן נישט געוזכט אזא חומרא און וואלטן מעגליך ארויסגעשניטן די חומרא פון C אויך אויב זיי וואלטן עס געשריבן

ווען ראס האט געזעהן אין וועלכן ריכטונג די ווינט בלאזט האט זי פרובירט כאטש צו ראטעווען וואס זי קען און געזאגט פאר די ריכטער אז אויב גייען זיי אורטיילן אז J און C זענען צוויי באזונדערע זאכן דאן גייען נידריגע געריכטן דאן מוז עס גיין ביידע וועגן און זאל כאטש די רעגירונג קענען קלאגן פארלעצער פון J באזונדער פארן פארלעצן אויך C

גראדע לארע וואלט מען נישט געקענט קלאגן מיטן פארלעצן C ווייל אויך יענע פארלעצונג איז עס שוין געווען נאך וואס די סטעטשו אוו לימיטעישאנס איז אפגעלאפן אבער פאר פארברעכער וועם מען כאפט אין צייט זאל מען קענען קלאגן מיט ביידע קאונטס זינט די געריכט איז גענויגט עס אפצוטיילן אלץ צוויי באזונדערע זאכן

אויב צוויי געזעצן זענען פארבונדן/פון זעלבן שניט און גאר ענליך קען מען נישט קלאגן אויף ביידע אבער אויב איז עס צוויי באזונדערע סארט געזעצן דאן וויל די רעגירונג כאטש פארדינען די רעכט צו קענען קלאגן די זעלבע מענטשן אויף ביידע

די טענה האט אביסל צומישט די ריכטער ווייל ראס האט זייער טראציג אראפגעשלפט די שלייער פון די רעיגרונג'ס געזיכט מאכנדיג די גענוי קאפויער'דיגע פארלאנג ווי אין די שריפטליכע ארגומענט

ווי דערמאנט אויבן האט זיך די רעגירונג דאן "געזארגט" אז פראקורארן וועלן "אויסנוצן" אן אורטייל אין שטיצע פון לארע צו באשטראפן מענטשן דאפלט און צוליב פארלאנגט אז טאקע צוליב די "חשש" זאל מען אפווארפן די פארלאנג פון לארע אבער אצינד שטייט די רעגירונג רעפרעזענאטאט פארלאנגט מיט א בלעכענע געזיכט אז אויב די געריכט אורטיילט אין שטיצע פון לארע זאלן זיי קלארשטעלן אז מען קען קלאגן מענטשן דאפלט

זי האט ערקלערט ווי וויכטיג עס איז אזא קלארשטעלונג ווייל נידריגע געריכטן וועלכע האבן ביז איצט געהאט א צוגאנג אז J גייט אינאיינעם מיט C וועלן הערן פון די סופרים קאורט פרא לארע אורטייל און אקצעפטירן די קולא וואס עס ברענגט מיט זיך (אז די שטראף זאל קענען לויפן אינאיינעם מיט אנדערע שטראפן) אבער נישט וועלן אדאפטירן די חומרא וואס (ראס וויל אז) עס זאל ברענגן מיט זיך (אז מען זאל קענען פראצעסירן די זעלבע אנגעקלאגטע אויף J און באזונדער אויף C סיידן די סופרים קאורט גיבט די גרינע ליכט דערפאר

ריכטערין דזשעקסאן האט אויפגעפאסט די שטיק פון ראס און איר אנגעמערקט אז זי האט געמאכט צוויי קעגנזייטיגע ארגומענטן (צווישן די שריפטליכע און מונדליכע) און איר געפרעגט אויב מען קען איבערלאזן די דאפלטע שטראף פראגע פאר א צווייטע מאהל

אויך ריכטער טאמאס האט אויסגעדרוקט צומישעניש מיט די ארוגמנעטן פון ראס און לארע'ס אדוואקאט ראזנבערג האט אפגענטעפערט ראס זאגנדיג אז די פראגע פון דאפלטע שטראף איז נישט רעלעוואנט אין די קעי זינט די סטעטשו אוו לימיטעישאנס צו קענען קלאגן לארע מיט C איז שוין סייווי אפגעלאפן און דעריבער קען אזא פראגע בלויז באהאנדלט ווערן אין א קעיס ווא עס וועט זיין נוגע און דעריבער זאלן די ריכטער בלויז אדרעסירן די פראגע אויפן טיש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:19 pm
הכל הבל האט געשריבן:
דזשעראלד גראף האט אנגעהויבן ארבעטן פאר די פאסט אפיס אין לענקעסטער קאונטי פענסילוועניע צוריק אין 2012 למספרם

ווען די פאסט אפיס האט אנגעהויבן דעליווערן פעקלעך אום זונטאג פאר עמעזאן האט ער געבעטן אז צוליב זיין גלויבן אין די קריסטליכע רעליגיע זאל ער נישט דארפן אריינקומען און זיך אנגעטראגן אנשטאט דעם צו ארבעטן עקסטערע שיפטס

די פאסט מייסטער האט ארגינעל נאכגעגעבן זיין פארלאנג און אים ערלויבט צו ארבעטן מער שיפטס אין די אנדערע טעג פון די וואך אבער די פאסט אפיס האט שפעטער צוריקגעצויגן און פארלאנגט אז ער מוז ארבעטן זונטאג

גראף האט זיך נישט צוגעשטעלט און געווארן דיסציפלינירט און באשלאסן צו רעזיגנירן און אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלע געריכט וואו די דיסטריקט געריכט און שפעטער די דריטע קרייז געריכט האבן געגעבן רעכט פאר די פאסט אפיס קומענדיג צום אויספיר אז נאכגעבן גראף'ס פארלאנג וועט פירן צו א שווערע אומנויטיגע לאסט פאר די פאסט אפיס

די געריכטן האבן באזירט זייער אורטייל אויף א 1977 למספרם סופרים קאורט אורטייל אין וועלכע די געריכט האט מיט 2-7 געאורטיילט אין שטיצע פון די דאן TWA לופט ליניע אקעגן עימיצן וועלכע האט געזוכט נישט צו דארפן ארבעטן אום שבת און די געריכט האט דאן געשריבן אז די לופטליניע האט געמאכט גענוג פארזוכן צו קענען אקאמאדירן זיין פארלאנג און זענען פארבליבן אן קיין פראקטישע אויסוואלן און צוליב דעם קען מען זיי נישט באלעסטיגן און זיי צוואונגען נאכצוקומען זיינע פארלאנגען

אצינד האט זיך גראף געוואנדן צום סופרים קאורט נאכאמאל אריינצוקוקן אין יענע פרעצעדענט (קיינע פון די ריכטער וועלכע האבן באהאנדלט יענע קעיס זענען מער נישט אויפן געריכט)
סופרים קאורט איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און באזירט אויף די סעסיע האט נישט אויסגעקוקט אזוי זיכער אז עס איז פארהאן א מאיאריטעט וועלכע זענען גרייט גענצליך ארויסצואווארפן די הארדיסאן פרעצעדענט פון די TWA קעיס (וועלכע באפרייט ארבעטסגעבער פון נאכקומען רעליגיעזע אקמאדאציעס אפילו ווען עס שאפט בלויז אן "אומנויטיגע לאסט" ווען אפילו צווישן די קאנסערוואטיוון האט אויסגעקוקט צו זיין מער אפעטיט פאר א קאמפראמיס אונטער וועלכע די הארדיסאן פרעצעדענט בלייבט אין פלאץ און גלייכצייטיג קלארשטעלן אז עס איז נישט גענוג א מינדערוויכטיגע אנשטרעגונג פאר ארבעטסגעבער צו בארעכטיגן דאס נישט אקאמאדירן אן ארבעטער'ס רעליגיעזע באדערפענישן

אהרן סטריט האט רעפרעזענטירט גראף און געזאגט פאר די ריכטער אז עס איז נישטא קיין אורזאך פארוואס צוצושטעלן ווייניגער באשיצונג פאר רעליגיעזע באשיצונג פאר ארבעטער ווי אנדערע ציווילע רעכטן באשיצונגען ווי דיסעביליטי באשיצונג און די געריכט זאל אדאפטירן אזא באשיצונג סיידן אין פאל פון "גאר אן ערנסטע און שווערע לאסט" וואס אזא אקאמאדאציע ברענגט מיט זיך

ריכטער טאמאס וועלכע האט שוין בעפאר געהאט גערופן אינאיינעם מיט ריכטער אליטא און גארסוטש צו אדרעסירן אויב די הארדיסאן פרעצעדענט איז געווען אויסגגעהאלטן איז געווען סימפאטיש צו סטריט און אים געפרעגט אויב די געזעץ וועלכע פארשפרעכט רעליגיעזע רעכטן פאר ארבעטער איז געווען די זעלבע ווערסיע ווי עס איז היינט אין די צייט פון די הארדיסאן פרעצעדענט

סטריט האט זיך געפרייט צו ענטפערן אז די געזעץ איז שוין היינט פארשטארקערט און דעריבער איז די הארידסאן פרעצעדענט וועלכע איז געווען באזירט אויף די אלטע ווערסיע מער נישט בונדענד זינט קאנגרעס האט שוין מער באפעסטיגט די געזעץ

ריכטערין סאטאמאיאר האט געפרעגט פארוואס עפעס זאל די געריכט איינטוישן די הארדיסאן פרעצעדענט פון "אומנויטיגע לאסט" מיט א מער באגרעניצטע "גאר אן ערנסטע און שווערע לאסט" פארלאנג ווען קאנגרעס אנטזאגט זיך עס צו טוהן

סטריט האט רעאגירט זאגנדיג אז קאנגרעס האט קיינמאהל נישט באשטעטיגט אז זיי זענען צופרידן מיט די הארדיסאן פרעצעדענט פון "אומנויטיגע לאסט"

ריכטערין קעיגען האט דערויף רעאגירט אז קאנגרעס דארף עס נישט באשטעטיגן און זייער שווייגן זאגט שוין גענוג

קעיגען ווייזט אן אז ווען די געריכט טייטשט אויס די באדייט פון א קאנגרעס געזעץ און קאנגרעס איז נישט איינשטימיג קענען זיי צו יעדע צייט שטימען קלארצומאכן וואס זיי האבן געמיינט און אזוי לאנג ווי קאנגרעס טוט עס נישט איז נישט די שטייגער פונעם געריכט איבערצודרייען פרעצעדענטן סיידן אין גאר אויסערארדנטליכע פעלער

ריכטערין דזשעקסאן האט אויך געזאגט אז אזא פראגע איז בעסער געאייגנט פאר קאנגרעס צו באהאנדלען און אז די פאקט איז אז די פרעצעדענט איז שוין פאר אזויפיל יאר אויף די קאנגרעס ראדאר און קאנגרעס טוט נישט גארנישט עס צו טוישן

דזשעקסאן זאגט אז אויב זאל עס די געריכט טוישן וועט עס פירן צו דעם אז יעדער וואס זוכט צו באשטעטיגן א געזעץ טויש און די ערוויילטע רעפרעזענטאטן פון פאלק זענען נישט גרייט דערצו וועט מען קומען צום געריכט בעהטן אז זיי זאלן עס ערלעדיגן

ריכטער אליטא האט אבער צוריקגעשטופט זאגנדיג אז קאנגרעס קען מעגליך האבן פארשטאנען פון די הארדיסאן פרעצעדענט אין פאל פון "אומנויטיגע לאסט" קען מען נישט פארלאנגען פון ארבעטסגעבער צו אקאמאדירן רעליגיעזע פארלאנגען ווייל עס קען מעגליך פארלעצן די קאנסטיטוציע און דאס קען זיין צו פארדאנקן פארוואס קאנגרעס האט זיך נישט געזוכט צו דינגען דערויף (ווייל זיי קענען נישט מיט אן איינפאכע אפשטימונג טוישן די קאנסטיטוציע)

קעיגען האט נישט אויסגעקוקט צו קויפן אליטא'ס באהויפטונג זאגנדיג ציניש אז אצינד פרובירן מיר (אליטא) אפצולערנען וואס עסאיז געליגן אין די מח פון די ריכטער וועלכע האבן געשריבן די הארדיסאן פרעצעדענט (אז זיי האבן געמיינט צו זאגן אז פארלאנגען מער פון ארבעטסגעבער וואלט געווען אומקאנסטיטוציאנאל ווי אליטא וויל זאגן) אדער גאר אין די מחות פון קאנגרעס צוצוטרעפן ווי אזוי זיי האבן אפגעלערנט די הארדיסאן פרעצעדענט (און באזירט אויף דעם זיך אפגעהאלטן פון שטימען עס צו טוישן)

קעיגען: מיר פרובירן צו נוצן אונזער שטערן זעעהר אפאראטוס?

סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט געמאכט די קעיס פאר די פאסט אגענטור און ארויסגעברענגט אז מען זאל נישט צואווארפן אן אנגענומענע פרעצעדענט וועלכע טוט אין פאקט באשוצן רעליגיעזע רעכטן (אין פאל וואס עס שטעלט ניטאמאהל אן אומנויטיגע לאסט פאר ארבעטסגעבער)

אליטא האט געצווייפלט אויב די שוץ פון הארדיסאן קען באצייכנט ווערן אלץ אזוי ערנסט ווי פרילאגער לייגט עס אראפ ציטירנדיג פון פריינד פון געריכט בריוון פון מערערע רעליגיזע מינאריטעטן אריינגערעכנט להבדיל ארטאדאקסישע אידן וועלכע זאגן קלאר אז הארדיסאן לאזט אפן די ערשיינונג פון פארלעצונג פון רעליגיעזע רעכטן

אנדערע קאנסערוואטיוון האבן אבער יא אויסגעקוקט מער אין שטיצע צו לאזן הארדיסאן אין פלאץ דורך עס עטוואס מאדיפיצירן אדער גאר עס לאזן אזוי ווי עס איז

ריכטער קעווענאו האט צוגעצייכנט אן הגהה אין הארדיסאן וועלכע באציהט זיך צו אן ארבעטסגעבער וועלכע האט געטוהן אלעס אין זיין מעגליכקייט צו אקמאדירן דעם ארבעטער אן דארפן אויסשטיין "באדייטנדע קאסטן" און קעווענאו האט זיך אויסגעדרוקט אז ער וואלט געווען פולשטענדיג צופרידן מיט אזא סארט סטאנדארד

ריכטער גארסוטש האט געזאגט אז ער פרובירט צו טרעפן (וואס ער רופט אן) א מיטל וועג וואו ביידע זייטן קענען זיך צוזאמקומען זאגנדיג פרילאגער אז עס איז גאנץ קלאר אז אן "אומנויטיגע לאסט" קען נישט זיין די טעסט ווייל קאנגרעס האט נישט באשטעטיגט אנדערע ציווילע רעכטן געזעצן מיט אזא ארימע טעסט

גארסוטש האט איר געפרעגט פארוואס קען נישט די געריכט קלארשטעלן אז די "אומנויטיגע לאסט" איז נישט גוט און לאזן אין פלאץ די איבריגע טיילן פון יענע פרעצעדענט

פרילאגער האט זיך ענטוזיאסטיש צוגעכאפט צו די גארסוטש פארלאנג זאגנדיג זי וואלט געווען צופרידן אויב די געריכט זאל בלויז קארשטעלן אז מען זאל נישט כאפן די טערמין "אומנויטיגע לאסט" אזוי ביים ווארט און אז מען עס נישט אפלערנען אזוי גראד צו זאגן אז אויב עס קאסט אן איבריגן דאלער פארן ארבעטסגעבער זיך צוצושטעלן צום ארבעטער'ס אקמאדאציעס באפרייט אים עס שוין דערפון

זי האט אנגעוויזן אז אויב זאל די געריכט בלויז מאכן אזא קלארשטעלונג וועט די פאסט אפיס נאך אלץ האבן די אויבערהאנט איבער גראף ווייל אין גראף'ס פאל האנדלט מען פון א מער ערנסטע אפעקט וואס נאכצוגעבן זיינע פארלאנגען וואלטן געברענגט אריינגערעכנט אן איבערשפיל קייט פון אנדערע ארבעטער וועלכע וועלן אויך פארלאנגען די זעלבע און דאס וואלט אפעקטירט די מעגליכקייט פון די אגענטור צו דעליווערן פאסט אין צייט

אין איר אויספיהר האט פרילאגער קלארגעמאכט אז איר איינציגסטע פראבלעם איז אויב מען וויל אינגאנצן ארויסווארפן הארדיסאן וואס איז געווען דער וועג ווייזער ווי אזוי ארבעטסגעבער זאלן זיך אומגיין מיט פארלאנגען פון רעליגיעזע ארבעטער און עס איינטוישן מיט א דראסטיש נייע סטאנדארד

ריכטער ראבערטס האט אויך אויסגעקוקט אפן צו לאזן הארדיסאן אין פלאץ אבער געווארנט פרילאגער אז די באהויפטונג אז די סופרים קאורט מוז זיך אלעמהאל האלטן צו איר פרעצעדענט פון אלטע קעיסעס איז נישט אזוי איינפאך ווייל ווי שוין ערווענט דורך אליטא קעיסעס איבער רעליגיעזע רעכטן האבן זיך אנטוויקל דורכאויס די יארן און די בליק דערויף איזנישט גענוי די זעלבע ווי אמאהל

ער האט אנגעוויזן פאר פרילאגער אז אויב די געריכט זאל טאקע פארלאנגען אז מען זאל נישט נוצן די "אומנויטיגע לאסט" סטאנדארד פשוטו כמשמעו וועט עס בהכרח מוזן ווערן ערזעצט מיט עפעס א צווייטע סטאנדארד וואס איז מער ערנסט ווי דאס און די געריכטן וועלן דאס צוביסלעך אויסארבעטן אויף א וועג וועלכע איז מער אין איינקלאנג מיט ווי אזוי מיר קוקן היינט אויף רעליגיעזע רעכטן
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

געפויעלט אלעס גוטס, נארוואס צוריק פון די מקומות הקדושים.

האמיר יעצט אפגעלייענט אין איין שאס, פון דינסטאג ביז אהער. כ'ליין און ליין און ליין נאך יעצט!!

א ריזן דאנק אייך הרב הבל!!! צופיהל??? צו וויינ.. אופס... דאס וועט מיר נאך קאסטן אין אנדערע אשכולות..

קיעפ איט אפ!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 5:31 pm
געפויעלט אלעס גוטס, נארוואס צוריק פון די מקומות הקדושים.

האמיר יעצט אפגעלייענט אין איין שאס, פון דינסטאג ביז אהער. כ'ליין און ליין און ליין נאך יעצט!!

א ריזן דאנק אייך הרב הבל!!! צופיהל??? צו וויינ.. אופס... דאס וועט מיר נאך קאסטן אין אנדערע אשכולות..

קיעפ איט אפ!!
הוהא! זאלסטו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס פאר דיר און גאנץ כלל ישראל!

א דאנק פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט שטעלט ארויף א געהעריגע סטעי אויף די ארדער פון א פיפטע קרייז געריכט פאנעל צו באגרעניצן רציחה מעדיצין

די סטעי וועט בלייבן אין קראפט אויף די גאנצע צייט וואס די פיפטע קרייז געריכט באהאנדלט די אורטייל פונעם דיסטריקט ריכטער אין טעקסאס

אצינד גייט די אפעלאט צוריק צום פיפטן סירקוט אבער נישט צו די זעלבע ריכטער וועלכע האבן ארגינעל באהאנדלט די קעיס נר צו א נייע פאנעל

ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן נישט געלייגט די סטעי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט א צייט צוריק האט די רעגירונג אויפגעבראכן אן ארגאנאזירטע קרימינאלע פארברעכן רינג וולעכע האט געהאט רעקרוטירט צוויי באנדיטן אומצוברענגן קאטרינא לי, א ריעל עסטעיט בראוקער פון די פיליפינען

די מערדער זענען אידענטפיצירט געווארן אלץ קארל סטילוועל און עדעם סאמיא און דורכאויס די אויספארשונג האט סטילוועל מודה געווען פאר א דראג אינפארסירונג אגענט אז ער האט געפירט די אויטאמאביל מיט סאמיא און אז סאמיא האט פון דארט ארויסגעשאסן אויף לי און אז זיי זענען באצאהלט געווארן פאר די אקציע מיט צווישן 20 ביז 30 טויזנט דאלער יעדער באזונדער

די פראקורארן האבן אפגעהאלטן איין גרויסע פראצעס אקעגן ביידע שכירי חרב און אויך אקעגן דער וועלכע האט זיי געדונגען און דער ריכטער האט פארארדנט אז די סטעיטמענט פון הודאה סטילוועל געמאכט אינדרויסן פונעם געריכט (צום אגענט) זאל ווערן אויפגעשפילט אין געריכט אבער מאדיפיצירט צו פארמעקן סיי וועלכע ווערטער אין וועלכע סאמיא ווערט ערווענט

דער אגענט האט טאקע אויפגעטראטן און עדות געזאגט אז סטילוועל האט צו אים מודה געווען צו זיין אנוועזנד ביי די מארד אינאיינעם "מיט א צווייטע פערזאן" און אז "יענע צווייטע פערזאן האט געצויגן די צינגל"

דער ריכטער האט דאן פארארדנט די דזשורי צו נוצן די עדות'שאפט בלויז צו באשליסן אויב סטילוועל איז שולדיג אדער נישט אבער עס גענצליך איגנארירן ווען זיי באהאנדלען די פראגע אויב סאמיא איז שולדיג

די פראבלעם איז נישט אז סטילוועל קען נישט עדות זאגן אקעגן סאמיא נאר אז סטילוועל איז למעשה נישט ארפאגעקומען עדות זאגן אקעגן סאמיא נאר מען האט בלויז גענוצט זיין הודאה צום אגענט

אויב האבן די פראקורארן געוואלט נוצן סטילוועל עדות צו זאגן אקעגן סאמיא וואלטן זיי אים געדארפט איבערצייגן צו גרייט זיין ארויפצוקומען אויפן עדות שטוהל און געבן א שאנס פאר סאמיא אדער זיין אדוואקאט אים צו שטעלן פאר א קרייץ פארהער און פרובירן אפצואווענדן זיין ווערסיע

דעריבער האבן פראקורארן בלויז געקענט נוצן די סטילוועל הודאה אלץ באווייז צו געפונען סטילוועל שולדיג און זיך געדארפט באגנוגן מיט אנדערע שוואכערע באווייזן אין זייער קעיס אקעגן סאמיא

א פראצעס אויף מער ווי אנגעקלאגטע אויפאמאהל איז איינע פון די פעלער וועלכע ריכטער דארפן קלארמאכן פאר דזשורארס צו נוצן געוויסע עדות'שאפט בלויז אין טייל פעלער און עס איגנארירן אין אנדערע און ריכטער אין אלגעמיין פארלאזן זיך אויף דזשי דזשורי אז זיי וועלן באווייזן זיך בלינד צו מאכן איבער עדות'שאפט וואס זיי האבן געזעהן און עס נישט איינשליסן אין זייערע באשלוסן דארט ווי דער ריכטער האט זיי פארבאטן

ווען עס קומט אבער צו פאל וואס אן עדות'שאפט טוט נישט בלויז אויפדעקן געוויסע ארומיגע דעטאלן (וועלכע דזשוראר'ס וועלן אין געוויסע פעלער דארפן איגנארירן) נאר עס האנדלט זיך פון אן עדות'שאפט פון איינע פון די באשולדיגטע וואס צייגט גאר ערנסטע באווייזן אז א צווייטע באשולדיגטער איז באגאנגען א קרימינאלע פארברעך שרייבט די סופרים קאורט אז בלויזע אינסטרוקציעס פאר די דזשורי זיך צו פארהוילן דערפון ביים באהאנדלען דעם צווייטן באשולדיגטן איז נישט גענוג און אז די ריזיקע אז די דזשורי וועלכע זענען נאך אלעם מענטשן און נישט קיין ראבאטן וועלן נישט קענען פולשטענדיג פארמעקן די אינפארמאציע פון זייערע געדאנקן ביים פאראורטיילן דעם צווייטן באשולדיגטן זענען צו גרויס צו איגנארירן

די פראגע אין אונזער קעיס איז אויב דאס אז מען האט דערמאנט סאמיא בעילום שם ביים פראצעס איז גענוג אויסצומיידן די פראבלעם אדער פארשטייט יעדער אז די דזשורי האט גאנץ קלאר פארשטאנען ווער "דער צווייטע מענטש וואס האט געצויגן דעם צינגל איז" און אויב איז עס פונקט אזוי ווי מען זאל קלאר זאגן זיין נאמען דאן האט דאך שוין די סופרים קאורט געשריבן אז די אינסטרוקציעס פאר די דזשורי איז נישט גענוג

סאמיא האט גע'טענה'ט אז ווען א געריכט אדרעסירט די פראגע אויב אן עדות'שאפט טוט אויפדעקן ערנסטע באווייזן אקעגן א צווייטע באשולדיגטער דארפן זיי קוקן נישט בלויז אויף די ווערטער גענוצט אין אט די ספעציפישע עדות'שאפט נאר אויך נעמען אין באטראכט די גאנצע בילד מיט אלע איבריגע באווייזן פארגעשטעלט אינעם קעיס

לויט דעם פארשטייט יעדער אז וויבאלד די איבריגע באווייזן האבן אנגעדייטעט אז סאמיא איז ווארשיינליך דער צווייטער מערדער (טראץ וואס יענע באווייזן זענען געווען פון שוואכערן סארט) וועט די ווערטער פון די סטילוועל הודאה קלארמאכן פאר די ריכטער אז סאמיא איז דער צווייטער טראץ וואס מען דערמאנט אים בלויז בעילום שמו און זיי וועלן זיך נישט קענען פארהוילן פון צוזאמשטעלן דעם פאזל און זיך פארלאזן אויף די הודאה אינאיינעם מיט די אנדערע באווייזן צו געפונען סאמיא שולדיג

די פראקורארן האבן אבער געמאכט אן ארגומענט וועלכע די צווייטע קרייז געריכט האט אנגענומען און דאס איז אז ווען א געריכט אדרעסירט די פראגע אויב אן עדות'שאפט טוט אויפדעקן ערנסטע באווייזן אקעגן א צווייטע באשולדיגטער דארפן זיי קוקן בלויז אויף די ווערטער גענוצט אין אט די ספעציפישע עדות'שאפט און נישט נעמען אין באטראכט די אלע איבריגע באווייזן פארגעשטעלט אינעם קעיס

די רעגירונג ערקלערט זייער שטעלונג פארן נישט נעמען אין באטראכט זייטיגע באווייזן זאגנדיג אז געווענליך ווערן אזעלכע באשלוסן -פון וועלכע עדות אויפצושפילן- געמאכט נאך בעפאר די פאקטישע פראצעס הויבט זיך אן און דעריבער איז זייער אפט ניטאמאהל מעגליך צו האבן ביי יענע פונקט אלע באווייזן פונעם קעיס זינט פילע באווייזן קומען ערשט צום אויבערפלאך ביי שפעטערע פאזעס און וויבלאד מען קען סייווי נישט באטראכטן אלע ארומיגע באווייזן דארף מען נישט קוקן אויף גארנישט

סאמיא שלאגט עס אפ און זאגט אז ער פארלאנגט כאטש אז מען זאל מוזן נעמען אין באטראכט אויב די דזשורי וועט ווארשיינליך צוזאמשטעלן די הודאה מיט די באווייזן פון וועלכע די געריכט האט שוין יא באוויזן צו זאמלען ביי יענע פונקט און עס נוצן אקעגן אים

אין א סעריע קעיסעס אין די לעצטע צענדליגע יארן האט שוין די סופרים קאורט פרעצעדענטירט אז אויב אן הודאה פון אנגעקלאגטער 1 שמירט אפן און קלאר אריין אנגעקלאגטער 2 מיטן דערמאנען זיין נאמען אינעם פעקל (אן גיבן פאר 2 א גלעגנהייט צו קרייץ פארהערן 1) קען מען עס נישט נוצן
די געריכט האט שוין אויך געאורטיילט אין א קעיס אז אויב די הודאה דערמאנט אנגעקלאגטער 2 מיט א פאלשע צונאמען איז עס פונקט אזא פראבלעם און מען קען נישט נוצן די הודאה

אצינד ווערט די געריכט קאנפראנטירט מיט א דריטע ביישפיל ווען די הודאה דערמאנט נישט אנגעקלאגטער 2 ביים ריכטיגן נאמען און אויך נישט ביי א פאלשע נאמען ווי (דשזאן דאו) נאר איינפאך בעילום שם ווי "די אנדערע פערזאן" און די דזשורי דארף נישט זיין איבריג קלוג צוזאמצושטעלן אז דער "אנדערע פערזאן" איז דער צווייטער אנגעקלאגטער וועם זיי דארפן באהאנדלען (אפיציעל בלויז באזירט אויף אנדערע באווייזן)

סאמיא האט גענומען זיין קעיס צום סופרים קאורט וואו קענאן שאנמוגאם (דערמאנסט זיך אזא נאמען? אויב יא האסטו מעגליך געליינט די קעיס פון די דיגיטאלע בילבאורדס אין טעקסאס וועלכע ער האט רעפרעזענטירט און איז געווען דא באהאנדלט) האט געמאכט זיין קעיס און די ריכטער אין אלגעמיין האבן אויסגעקוקט זיך צו האלטן צו די ביז איצטיגע פרעצעדענט אז רופן דאס קינד ביים נאמען אדער אפילו א פאלשע נאמען איז פראבלעמאטיש און די פראגע איז געבליבן אויב נישט דערמאנען קיין נאמען פאלט אויך אונטער די זעלבע קאטעגאריע

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעקוקט די שטארקסטע אינדארסירער פון סאמיא'ס קעיס זאגנדיג אז אויב די געריכט וועט ערלויבן צו מוצן אזא הודאה וועט עס אפעקטיוו איבערדרייען די ביז איצטיגע פרעצעדענט (ווייל לויט איר איז נישט קיין דיפרענץ פון וועלכע נאמען מען נוצט יא אדער נישט אזוי לאנג ווי די דזשורי פארשטייט זייער גוט פון וועלכן בחור מען רעדט)

ריכטערין קעיגען און סאטאמאיאר האבן אויך אויסגעקוקט סימפאטיש און אנגעדייטעט אז זיי קוקן אן די קעיס ענליך צו די פרעצעדענט פון ווען א נאמען ווערט יא דערמאנט

ריכטער אליטא, קעווענאו און גארסוטש האבן אפגעווארפן די צושטעל פון די אן הודאה וואס דערמאנט אן נאמען'לאזע פערזאן צו אן הודאה מיט א נאמען און גע'טענה'ט אז די איצטיגע קעיס ענדלט מער אין א קעיס אין וועלכע מען האט אינגאנצן פארמעקט דאס דערמאנען אין די הודאה אז א צווייטער איז געווען פארמישט און דאן האט די ריכטער סקאליא געאורטיילט 3-6 אז מען קען נוצן די הודאה טראץ וואס די דזשורי האט פארשטאנען פון די ארומיגע באווייזן אז דער צווייטער איז דארט געווען

ריכטער ראבערטס און בערעט האבן געווארפן צוקערלעך פון האפענונג פאר ביידע זייטן אויסקוקונדיג צו זיין ערגעץ אינדערמיט און זוכן א מיטל וועג וועלכע זאל זיין א פראקטישע טעסט וואס געריכטן זאלן קענען נוצן

די ליבעראלע ריכטער האבן אויפגעפאסט אז בערעט און ראבערטס קענען מכריע זיין די קעיס און וועלן עס אדאפטירן א צוגאנג וועלכע וועט זיין אהערגעשטעלט און פראקטיש און האבן געזוכט צו באיינפלוסן אזא סארט אויסגאנג

סאטאמאיאר האט געווארנט שאנמוגאם אז די מולטי פאקטאר טעסט וואס ער שלאגט פאר לאזט איבער אירע קאלעגן (ראבערטס און בערעט) באזארגט אז (ער בעהט פון זיי צופיל און) אז זיין פארלאנג איז צו צווינגען געריכטן אפצוהלאטן קליינע פראצעסן איידער יעדע פראצעס צו באשליסן וועלכע הודאה מען גייט קענען נוצן און ווי אזוי עס צו נוצן)

אויך קעיגען האט געזוכט צו אויפקלערן שאנמוגאם אז צו באקומען א מאיאריטעט אויפן באנק וועט ער דארפן אביסל איינצוימען זיין פארלאנג צו מאכן באקוועמער פאר ראבערטס און בערעט אים אקעגנצוקומען

קעיגען האט אים געבעטן צו בעסער ערקלערן ווי אזוי זיין טעסט וועט ארבעטן (אן איידעלע אויפמערקונג אז ער פארלאנגט אז ריכטער זאלן נעמען צופיל זאכן אין באטראכט איידער זיי ערלויבן אן הודאה צו ווערן אויפגעברענגט)

קעווענאו האט צוגעגעבן איבער א פריינד צום געריכט בריוו וועלכע האט ארויסגעהויבן ווי גרויס די פראבלעם וועט זיין מיט אזא סארט טעסט
געהילף סאליסיטאר דזשענעראל קעראליין פלין איז געווען צופרידן אריינצוקומען אין בילד פרעזענטירנדיג א פיל מער איינפאכע טעסט וואס די רעגירונג שטעלט פאר

זי זאגט אז אויב האלט מען זיך צו די ביז איצטיגע באגרעניצטע פרעצעדענט ווייסן געריכטן גענוי ביז ווי ווייט מען קען גיין און אז אלעס וואס פארלאנגט זיך איז נישט צו ערלויבן צו דערמאנען אנגעקלאגטער 2 ביים נאמען, עכט אדער פאלש

איין אינטערסאנטע מאמענט איז געווען ווען אליטא האט געפרעגט פון שאנמוגאם אויב ער וויל אז די געריכט זאל איבערקוקן אויב די פרעצעדענט פון נישט ערלויבן הודאות וועלכע דערמאנען אנגעקלאגטע ביים נאמען איז אויסגעהאלטן

שאנמוגאם האט געענטפערט אז קיינער בעהט נישט פון די ריכטער אריינצוקוקן דערין אבער פארגעשלאגן פאר אליטא צו ווארפן די פראגע צו פילן אז זי זאל ענטפערן וואס זי האלט איבער דעם

די ענטפער איז געווען אויסגערעכנט אבער ער האט גאנץ גוט פארשטאנען וואס פלין וואלט געענטפערט און האט געזוכט צו צעמענטירן אז כאטש די ביז איצטיגע פרעצעדענט זאל זיין קלאר אז קיינער טרוימט אפילו נישט צו טשעפען דערמיט

טאמאס האט טאקע קורצליך דערויף פארגעשלאגן פאר פלין א שאנס זיך צו לאזן הערן דערוועגן און זי האט ווי ערווארטעט זיך אפגעטרייסלט פון אזא פארלאנג

סאטאמאיאר האט געוואלט זיכער מאכן אז זי האט גוט געהערט און איבערגעפרעגט קלארער פון פלין: דו בעהטסט נישט פון אונז אריינצוקוקן אין די ביז איצטיגע פרעצעדענט, ריכטיג? און פלין האט איינגעשטימט
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואף, נאכן לעהזן זיבן אכט קעיסעס ב’אטעם חדא, בינעך זאט ביז די נאז.

א כפרה אלע פרייע שייעבערעמוישע דעלקעלעך, הייסע פרישע ווארע דא.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אביטראן אוסטריא איז אן אויסלענדיש באזירטע פירמע וועלכע דיסטריביוט לענגאויס אייראפע שווערע קאנסטראקשען געצייג פון די אמעריקאנע באזירטע העטראניק אינטערנעשאנעל פירמע

אונטער די אפמאך פלעגט אביטראן באקומען טיילן פון די געצייג און עס דארפן צוזאמשטעלן און עס דאן פארקויפן אבער עס איז געקומען צו א פונקט ווען אביטראן האט באשלאסן אז די טרעידמארק פון די פראדוקטן באלאנגט פאר זיי און זיי האבן אנגעהויבן צו זעלבסט פראדוצירן די זעלבע מאשינעריע און עס פארקויפן אונטער די העטראניק ברענד

ווי העטראניק באשולדיגט האט אביטראן געהאט צוטריט צו אינפארמאציע ווי אזוי צו פראדוצירן די טיילן

העטראניק האט רעאגירט מיטן איבעררייסן די קאנטראקט אבער אביטראן האט פארגעזעצט מיט זייערע סעילס און פראפיטירט צענדליגע מיליאנען דאלארן

העטראניק האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן אביטראן און א דזשורי אין אקלאהאמא האט פארארדנט פאר אביטראן צו באצאהלן פאר העטראניק מער פון 90 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג און זיי פארבאטן ווייטער צו פארקויפן די פראדוקטן אלטוועלטליך

די גרעסטע טייל פון די שטראף איז געווען פאר געצייג וועלכע אביטראן האט פארקויפט פאר פראדוקטן צו אויסלענדישע קאנסומער און דאס האט געעפנט א קעיס אין וועלכע אביטראן טענה'ט אז די אמעריקאנע טרעידמארק געזעץ קען נישט גענוצט ווערן צו באשטראפן אויסלענדישע פארלעצער וועלכע פארקויפן די פראדוקטן פאר אויסלענדער

די לענהעם אקט איז די טרעידמארק געזעץ איבער וועלכע מען קריגט זיך און עס שטעלט ארויף א געלט שטראפן אויף מענטשן וועלכע נוצן "ביים האנדלען" א טרעידמאק וועלכע איז נישט אונטער זייער אייגנטום אין א וועג וואס פירט צו קאנסומער צומישונג

די פראגע איז אויב די געזעץ איז באגרעניצט צו סעילס אין די פאראייניגטע שטאטן אדער איז אינטערנאציאנאל

די געריכט האט אין די לעצטע צענדליגע יארן אדאפטירט א צוויי פראגן טעסט צו דעצידירן אויב קאנגרעס האט אינזין געהאט ביים שרייבן א געזעץ אז עס זאל אפעקטירן אקטיוויטעטן אין אויסלאנד

די ערשטע פראגע איז אויב די שפראך אין די געזעץ טוט קלאר אנדייטן אז קאנגרעס האט אינזין געהאט אז עס זאל זייך גילטיג אויך איבער אקטיוויטעטן אין אויסלאנד

די צווייטע פראגע איז נישט געבונדן צו וואס קאנגרעס האט יא אדער נישט אינזין געהאט נאר באשטימט אז אויב די "אישו איבער וואס די געזעץ איז קאנצעטרירט" ווערט ריכטיג אדרעסירט מיט די געזעץ בלויז אויב עס גילט אויך איבער אויסלענדישע אקטיוויטעטן" זאל עס חל זיין אויך אין אויסלאנד אפילואויב קראנגרעס האט נישט דירעקט אנגעדייטעט אז זיי האבן דאס געזוכט

די צוויי פראגע טעסט ערלויבט פאר קלעגער צו פרובירן אויף צוויי באזונדערע וועגן צו איבערצייגן אז א געזעץ גילט אויך פאר אויסלענדישע אקטיוויטעטן און אויב א קלעגער האט גענוג באווייזן צופרידנצושטעלן איינע פון די צוויי טעסטן איז עס גענוג פאר יענעם צו קענען ברענגן קלאגעס אקעגן עימיצער וואס האט פארלעצט די געזעץ אין אויסלאנד

אין אונזער פאל האט העטראניק באשלאסן אריינצובייסן אינעם עפל פון ביידע זייטן און טענה'ט אז די געזעץ מאכט אדורך ביידע פראגן אינעם טעסט צו איבערצייגן אז די לענהעם אקט איז אויך איבער אויסלענדישע אקטיוויטעטן

איבער פראגע 1 זאגן זיי אז קאנגרעס האט גענוצט אין די געזעץ די ווארט "האנדלען" און אין זייערע הגהות ביים ערקלערן די טערמין "האנדל" שרייבן זיי "אלע סארט האנדל וואס קאנגרעס קען געזעצליך רעגולירן"

דא איז קלאר אז קאנגרעס האט אין אלגעמיין די "רעכט" צו רעגולירן מיט די מאכט פון די אמעריקאנע רעגירונג האנדל אקטיוויטעטן סיי אין לאנד און סיי אין אויסלאנד

דאס מיינט נישט צו זאגן אז קאנגרעס האט אייביג אויסגענוצט אזא רעכט אבער לויט העטראניק האבן זיי עס יא געזוכט אויסצונוצן אין אט די לענהעם געזעץ וואו זיי האבן גענוצט די ווארט "האנדל" און עס אנגעדייטעט מיט דעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט א ווארט וואס אלע ווייסן אז זיי זענען באפולמעכטיגט צו רעגולירן

אביטראן און די ביידען אדמיניסטראציע ווארפן ביידע אפ אזא טענה זאגנדיג אז די פארלאנג אין טעסט 1 פאר קאנגרעס ארויסצוצייגן קלאר אינעם שפראך אז זיי האבן זיך אויך באצויגן צו אויסלענדישע אקטיוויטעטן קען נישט ווערן צופרינדגעשטעלט מיט אזא טיפע רמז און מען קען עס נישט אננעמען אלץ קאנגרעסיאנאלע קלארשטעלונג אז דאס איז וואס זיי האבן אינזין געהאט

זיי ווייזן גאר אן אז ווען קאנגרעס האט אינעם הגה ערקלערט די טערמין "האנדל" איז עס געקומען נאך וואס די געריכט האט אפגעווארפן א פארזוך אויסצונוצן די געזעץ איבער אויסלענדישע האנדל און קאנגרעס האט צוליב דעם איבערגעשריבן א נייע ווערסיע קלארצושטעלן אז זיי האבן אינזין געהאט בלויז דאמעסטישע האנדל וועלכע "קאנגרעס קען געזעצליך רעגולירן"

די צוויי זייטן האבן זיך ארומגעפראסקעט איבער א סופרים קאורט פרעצעדענט פון 1952 למספרם וועלכע איז ארויס נאך בעפאר די געריכט האט אוועקגעשטעלט די אלגעמיינע 2 פראגן טעסט און אין יענע קעיס האט די געריכט בארעכטיגט צו קלאגן אן אמעריקאנע בירגער וועלכע האט פארלעצט א טרעידמארק און פארקויפט נאכגעמאכטע זייגערס אין מעקסיקא

אביטראן (אליינס, אן די הילף פון די אדמיניסטראציע) טענה'ט אז אין יענע פאל האט זיך עס געהאנדלט פון אן אמעריקאנע בירגער און געבעטן אז די געריכט זאל נישט אויסברייטערן יענע פרעצעדענט אויך צו אויסלענדיגע פארלעצעראיבערהויפט נעמענדיג אין באטראכט אז יענע אורטייל איז געקומען נאך איידער די 2 פראגן טעסט וואס די געריכט האט אוועקגעשטעלט

אביטראן האט אפילו ציטירט פון א געזעץ ארטיקל פון יארן צוריק דורך דאן פראפעסארין און היינט ריכטערין עימי קאני בערעט וועלכע ארגומענטירט אז אין ליכט פון די היינטיגע און מער מאדערנע צוויי פראגן טעסט זאל די געריכט אינגאנצן ארויסווארפן די 1952 למספרם פרעצעדענט

העטראניק טענה'ט אבער אז די 1952 למספרם פרעצעדענט איז נאך אלץ אין פלאץ און דארף קענען לויפן אינאיינעם מיט די צוויי פראגן טעסט
ווען עס קומט צו טעסט 2 טענה'ט שטעלט זיך די ביידען אדמיניסטראציע אויף די זייט פון העטראניק און ווייזט אן אז די "קאנצעטראציע" פון די לענהעם אקט איז צו פארזיכערן אז אז קאנסומער ווערן נישט צומישט איבער א פראדוקט וועלכע האט א טרעידמארק

זיי ווייזן אן אז וויבאלד פראדוקטן מיט פאלשע ברענד לעיבלס וועלכע ווערן פארקויפט אין אויסלאנד קענען עווענטועל צוריק אנקומען קיין אמעריקא
קען עס שאפן צומישעניש ביי אמעריקאנע קאנסומער איבער די ברענד און דעריבער ווערט עס געדעקט אונטער די לענהעם אקט צוליב וואס עס שטעלט צופרידן טעסט 2 (כאטש וואס לויט די אדמיניסטראציע פאלט עס דורך טעסט 1)

זיי ווייזן אן אז דאס איז אין איינקלאנג מיט די 1952 למספרם פרעצעדענט ווען די געריכט איז געווען באזארגט אז די זייגערס מיט די פאלשע ברענד קענען צוריק אנקומען אין אמעריקא און זיי האבן דעריבער ערלויבט קלאגעס (און דאס שטימט און איז אין איינקלאנג מיט די צווייטע טעסט וועלכע די געריכט האט שפעטער אדאפטירט)

די אדמיניסטראציע פארלאנגט דעריבער אז די קעיס זאל ווערן צוריקגעשיקט צום אונטערשטן געריכט צו ערלויבן פאר העטראניק אויפצואווייזן אז אין די קעיס האט עס ווירקליך געפירט צו קאנסומער צומישעניש

אביטראן מאכט זייער קעיס אז טעסט 2 ווערט נישט צופרידנגעשטעלט ווייל לויט זיי איז די הויפט "קאנצעטראציע" פון די לענהעם אקט אפצושטעלן אומאויטאריזירטע טרעידמארק באנוץ לאפוקי פון פארגיטיגן די שאדן וואס די באנוץ האט געשאפן (דאס הייסט אז זיי ערלויבן צו ברענגן קלאגעס פון פארגיטיגונג אבער די הויפט ציהל איז נישט געווען צו דעקן די שאדן פון די טרעידמארק אייגנטומער נאר אפצושטעלן די פארלעצער מיטן זיי באשטראפן) און לויט דעם איז גענוג צו באשטראפן די אביטראן מיט די סעילס וואס זיי האבן פארקויפט אין אמעריקא

די רעגירונג ווארפט עס אבער אפ און זאגט אז די "קאנצעטראציע" איז געווען איבער פארגיטיגן די באטראפענע פירמע און ווייזט אן אז אויב די טרעידמארק אייגנטומער האט נישט געליטן קיין שאדן לייגט די געזעץ נישט ארויף קיין שטראף אויף די פארלעצער

ביי די מונדליכע ארגומענטן האט אויסגעקוקט ווי די ריכטער זוכן נישט צו גיין מיט קיינע פון די צוויי זייטן אינגאנצן ווי זיי ווילן נאר וועלן ליהערשט אראפקריכן די לייטער וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט אראפגעשטעלט ערגעץ אין צענטער און אדאפטירן א צוגאנג אז די לענהעם אקט זאל אויך דעקן טרעידמארק פארלעצונגען אין אויסלאנד דורך אויסלענדישע פירמעס אבער בלויז אויב די קלעגער קענען איבערצייגן אז עס שאפט צומישעניש ביי אמעריקאנע קאנסומער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:20 am
וואף, נאכן לעהזן זיבן אכט קעיסעס ב’אטעם חדא, בינעך זאט ביז די נאז.

א כפרה אלע פרייע שייעבערעמוישע דעלקעלעך, הייסע פרישע ווארע דא.
א דאנק פאר די פידבעק!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:37 am
אביטראן אוסטריא איז אן אויסלענדיש באזירטע פירמע וועלכע דיסטריביוט לענגאויס אייראפע שווערע קאנסטראקשען געצייג פון די אמעריקאנע באזירטע העטראניק אינטערנעשאנעל פירמע
אלס וואס האט די אמעריקאנער רעגירונג גענומען אביטראנ’ס צד?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 2:36 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:37 am
אביטראן אוסטריא איז אן אויסלענדיש באזירטע פירמע וועלכע דיסטריביוט לענגאויס אייראפע שווערע קאנסטראקשען געצייג פון די אמעריקאנע באזירטע העטראניק אינטערנעשאנעל פירמע
אלס וואס האט די אמעריקאנער רעגירונג גענומען אביטראנ’ס צד?
אולי האבן זיי געשפורט אז עס איז טאקע איבערגעטריבן צו נוצן אביטראן'ס ערקלערונג צופרידנצושטעלן פראגע 1

פון די צווייטע זייט האבן זיי געשפורט גענוג שטארק איבער פראגע 2 אז זיי האבן זיך נישט גענויטיגט צו פארטיידיגן העטראנקי אויך אויף פראגע 1
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אלץ וואס מוזן זיי נעמען א צד בכלל?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 2:52 pm
אלץ וואס מוזן זיי נעמען א צד בכלל?
די געריכט זוכט געווענליך צו הערן די שטעלונג פון די רעגירונג אין אזעלכע סארט קעיסעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געווענליכע וועג ווי אזוי פירמעס גייען פובליק אויפן סטאק מארקעט צו פארקויפן שעירס ווערט גערופן די ארגינעלע פובליק פארשלאג מיטן אקראנים IPO וואס ארבעט אז די פירמע דארף זיך רעגיסטרירן מיט די סעקיוריטי און עקטשעינדזש קאמיסיע און פובליצירן אינפארמאציע איבער די פירמע און אירע אקטיוויטעטן און איבער די פרייז וואס זיי שלאגן פאר פער שעיר

אין די לעצטע יאר צענדליג האט די ניו יארק סטאק עקטשעינדזש באשטעטיגט א נייע סארט וועג פון פארקויפן שעירס וואס ווערט אנגערופן דירעקט ליסטינג

דירעקט ליסטינג ארבעט אויף א וועג אז די פירמע זעלבסט פארקויפט נישט קיינע שעירס נאר די עקזיסטירנדע שעירהאולדער רעגיסטרירן זיך אינאיינעם מיט די קאמיסיע און לייגן ארויס אינפארמאציע און די פרייז וואס זיי רעכענען ווייטער צו פארקויפן די שעירס וואס זיי פארמאגן
די דירעקט ליסטינג אפציע מאכט אן אויסנאם פאר קלענערע שעיר האלדער און באפרייט פון פון זיך דארפן רעגיסטרירן

דאס באדייט אז אונטער די דירעקט ליסטינג אפציע קענען זיך צוזאמנעמען די גרעסטע שעירהאלדער וואס פארמאגן א גרויס טייל פון די שעירס אין א פירמע און זיך רעגיסטרירן און דערנאך קענען אלע שעירס ווערן ארויסגעלייגט צום פארקויף אריינגערעכנט די איבריגע שעירס געהאלטן דורך די איבריגע האולדער

די אמעריקאנע סאפטוועיר פירמע סלעק איז געווען איין אזא פירמע וועמען'ס שעירהאולדער האבן זיך באנוצט מיט די דירעקט ליסטינג אויסוואהל און
אירע גרעסערע שעירהאולדער וועלכע האבן אינאיינעם פארמאגט 40% פון די שעירס וועלכע איז געווען צו באקומען האבן רעגיסטרירט זייער שעירס מיט די קאמיסיע און די צייט וואס די קלענערע האולדער האבן עס נישט געטוהן איידע זיי האבן פארקויפט זייערע שעירס

סעקשאן 11 און 12 פון די סעקיוריטיס אקט ערלויבט צו ברענגן קלאגעס אויב א רעגיסטראציע סטעיטמענט צו די קאמיסיע איז געווען פאלש און פארפירעריש און אן מאן מיטן נאמען פיאז פיראני האט געברענגט אזא קעיס אקעגן סלעק מיט טענות איבער געוויסע אומריכטיגע אינפארמאציע אין די רעגיסטראציע סטעיטמענט

פיראני האט זיך איינהאנדלט שעירס וועלכע זענען פארקויפט געווארן אין די דירעקט ליסטינג אבער ער קען נישט געהעריג איבערצייגן אז די שעירס וועלכע ער האט געקויפט זענען געקומען פון די וועלכע זענען געווארן רעגיסטרירט

די פאקט אז ער האט מעגליך געקויפט בלויז אומרעגיסרירטע שעירס ברענגט אויף א פראגע צייכן אויב ער קען בררענגן קלאגעס איבער די רעגיסטראציע זינט ער איז נישט קיין קונד פון סעילס אונטער די רעגיסטראציע

סעקשאן 11 ערלויבט פאר "סיי ווער עס האט זיך איינגעהאנדלט אזעלכע שעירס צו ברענגן אזעלכע קלאגעס" און סעקשאן 12 שטעלט ארויף שטראפן אויף "סיי ווער עס פארקויפט שעירס דורך פארפירערישע אינפארמאציע און סטעיטמענטס און אז די געלט זאל גיין פאר דער וועלכע האט געקויפט די שעיר באזירט אויף די אינפארמאציע"

סלעק לערנט אפ די צוויי סעקשאן'ס אלץ גאנץ קלאר אז עס ערלויבט קלאגעס בלויז פון אזעלכע וואס האבן זיך איינגעהאנדלט שעירס וואס זענען געלאפן אונטער די רעגיסטראציע און נישט שעירס וועלכע זענען געווען אויסגעשלאסן דערפון

די דיסטריקט געריכט האט געגעבן די גרינע ליכט פאר פיראני פארואיסצוגיין מיט זיינע קלאגעס שרייבנדיג אז עס סעקשאן 11 און 12 ערלויבן עס און אז די סטרוקטור אונטער וועלכע די סטאק טראזאקציע פון די פארקויף איז פארגעקומען איז נישט רעלעוואנט

סלעק האט אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט וואו א פאנעל האט באשטעטיגט די דיסטריקט געריכט אורטייל מיט 1-2

ביים אפעלירן די קעיס צום סופרים קאורט האט סלעק צווישן אנדערן אנגעוויזן אז ריכטער הענרי פרענדלי האט שוין אדרעסירט סעקשאן 11 און זיי אורטייל שטיצט אונטער זייער פאזיציע

ריכטער פרענדלי איז געשטארבן צוריק אין 1986 למספרם אבער זיין נאמען איז ברייט בארימט אין יורידישע קרייזן און ער ווערט באצייכנט אלץ דער סאמע איינפלוסרייכסטער ריכטער איבער סעקיוריטי און עקסטשעינדש געזעצן פונעם צוואננציגסטן יאר הונדערט למספרם

איבריג צו זאגן איז אין יענע צייט נאכנישט געווען אזא אפציע פון דירעקט ליסטינג און די פראגע איז געווען איבער די געווענליכע סטאק אפציע ווען א פירמע האט פארקויפט סטאקס וועלכע זיי האבן געהאט רעגיסטרירט בעפאר דעם

מיט יארן שפעטער האט די פירמע געזוכט ארויסצולייגן מער שעירס אויפן מארקעט און זיי האבן באנייעט די רעגיסטראציע צו קענען פארקויפן די פרישע שעירס אבער א גרופע קלעגער וועלכע האבן איינגעקויפט שיערס נאך וואס די נייע רעגיסטראציע איז געווארן באשטעטיגט האבן דאן געקלאגט אז די נייע רעגיסטראציע אנטהאלט פארפירערישע אינפארמאציע

די געריכט האט דאן געוואלט פארלאנגט אז מען זאל מוזן דורכגיין שעיר ביי שעיר און די קלעגער זאלן דארפן איבערצייגן אז די שעיר איז געווארן געקויפט אונטער די נייע רעגיסטראציע און נאר פאר אזעלכע שעירס וועלן זיי קענען פארלאנגען קאמפענצאסיע

די קלעגער האבן פארפירט אז סעקשאן 11 נוצט זייער א רויע שפראך און קוקט אויס צו דעקן אלע געקויפטע שעירס אריינגערעכנט אזלעכע וואס זענען שוין געווען אויפן מארקעט איידער די נייע רעגיסטראציע

זיי האבן ערקלערט די לאגיק פארוואס אויך יענע שעירס זאלן זיין געדעקט זאגנדיג אז איינמאל די נייע רעגיסטראציע מיט פאלשע אינפארמאציע ווערט פובליק טוט עס אפעקטירן די פרייזן אויך פון די שעירס וועלכע זענען שוין געווען צו באקומען בעפאר

אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז עס איז זייער שווער נאכצוגיין איטליכער שעיר און מבחין זיין צו עס לויפט אונטער די נייע אדער אלטע רעגיסטראציע און דעריבער זאלן זיי באקומען אנטשעדיגונג אויף אלע ווי איידער אויף גארנישט

דריטנס האבן זיי אנגעוויזן אז מיינסטנס מענטשן וועלכע קויפן סטאקס גייען דורך בראוקער'ס וועלכע קימערן זיך גאנץ ווייניג איבער ווילאנג א שיער איז שוין אויפן מארקעט ווען עס קומט צו איינהאנדלען שעירס פאר זייערע קונדן און דעריבער איז עס נישט די שולד פון די קויפער אז דער בראוקער האט זיי פארקויפט שעירס וועלכע זענען אין אומקלארע טעריטאריע אין באצוג צו קענען ברענגן קלאגעס

ריכטער פרענדלי האט אבער אין זיין אורטייל זייער קלאר געשריבן אז בלויז אויף אזעלכע שעירס וועלכע זענען געלאפן אונטער די נייע רעגיסטראציע קען מען פארלאנגען אנטשעדיגונג

סופרים קאורט ריכטער ראבערטס איז געווען א קלוירק פאר ריכטער פרענדלי אוןן אזא פרעצעדענט וועט זייער מעגליך האבן אן אפעקט איבער ווי אזוי ער וועט שטימען אויף אונזער קעיס און סלעק האט פרובירט זיכער צו מאכן אז די ריכטער ציען די ריכטיגע שטריכן פון יענע אורטייל צו אונזער קעיס צו האלטן סעקשאן 11 באגרעניצט

פון די צווייטע זייט טענה'ט פיראני אז עס איז זייער פארשטענדליך אנצונעמען אז אפילו ביים קויפן אומרעגיסטרירטע סטאקס האט ער זיך פארלאזט אויף די אינפארמאציע פון די רעגיסטראציע אויף די רעגיסטרריטע סטארקס וועלכע האבן זיך פארקויפט אין די זעלבע צייט

פיראני ווייזט אן אז די פאקט אז די שעירס זענען געווען אומרעגיסטרירט מאכט נאך זיין קעיס שטארקער ווי ווען עס זאל ווען לויפן אונטער אן אלטע רעגיסטראציע (ווי אין די פרענדלי קעיס) ווייל טאקע די פאקט אז די סטאקס זענען געווען אומרעגיסטרריט האט אים נישט איבערגעלאזט מיט קיין קוואל וואו צו שאפן אינפארמאציע איבער זיי סיידן אין די רעגיסטראציע פון די רעגיסטרירטע סטאקס

פיראני ווארנט אוי די געריכט אז אויב אורטיילן זיי אין שטיצע פון סלעק וועט עס מטויגן פירמעס זיך צו באנוצן מיט די דירעקט ליסטינג אפציע אלץ א וועג צו פארמיידן צו ווערן געקלאגט אונטער סעקשאן 11 און 12

דאס וואס די סאליסיטאר דזשענעראל האט נישט אינטערווענירט אין די קעיס קען אויך זיין אן אנדייטונג פאר די ריכטער אז די רעגירונג האלט אז זיי קענען נישט פארטיידיגן פיראני ווייל די טעקסט אין די געזעץ איז צו קלאר אין שטיצע פון סלעק

קעווין ראסעל האט רעפרעזענטירט פיראני און ריכטער קעווענאו האט אים אויב ער באגרייפט ערלויבן זיין קליענט צו ברענגן קלאגעס אונטער סעקשן 11 וועט באדייטן אן אפנויג פון די לאנגיעריגע אפטייטש וואס פילע האבן אפגעלערנט אין סעקשאן 11 אריינגערעכנט די אורטייל פון ריכטער פרענדלי

ריכטער ראבערטס און קעיגען האבן זיך קאנצעטרירט אויף די טעקסט אין סעקשאן 11 און אנגעדייטעט פאר ראסעל אזפון די טרוקענע ווערטער איז משמע אז פיראני קען נישט קלאגן אונטער דעם

אנערקענענדיג אז מיט די גרופע ריכטער וועט ער נישט באווייזן צו איבערצייגן אז סעקשאן 11 ערלויבט אומרעגיסטרירטע סטאק קלאגעס האט ראסעל זיי פרובירט צו באאיינפלוסן אז די סטאקס זענען אין די רעגיסטרריט קאטעגאריע זאגנדיג אז אין דאקומענטן זעהט מען אז זיין קליענט האט פארלאנגט רעגיסטרירטע שעירס און טראץ וואס טעכניש איז זייער שווער צו איבערצייגן אויף א שעיר אויב עס איז פון די רעגיסטרירטע אדער נישט איז העכסט ראציאנאל פון א סטאטיסטישע שטאנדפונקט צו גלויבן אז די שעירס זענען אין גרויס טייל רעגיסטרירט

ריכטער גארסוטש האט גראדע אויסגעקוקט צו זיין צופרידן מיט די באהויפטונג און ער האט אויסגעקוקט מעגליך גרייט צו ערלויבן אז די אנקלאגע זאל פאראויסגיין באזירט אויף דעם אבער אנדערע ריכטער האבן עס נישט געוואלט אדרעסירן די פראגע אויב און ווי אזוי מען קען נאכגיין איטליכער סטאק און פעסטשטעלן צו עס איז רעגיסטרירט נאר געזאגט אז אין פאל זיי וועלן אורטיילן אז פיראני קען נישט קלאגן פאר אומרעגיסטרירטע סטאקס וועט ער דאך די קעיס ווערן צוריקגעשיקט צום אונטערשטן געריכט און דארט וועט פיראני קענען אנהויבן מיט נייע טענות אז די סטאקס זאל יא ווערן פאררעכנט אלץ רעגיסטרירט

ווען עס איז געקומען צו באהאנדלען סעקשאן 12 האבן מיינסטס ריכטער אפגעווארפן די באהויפטונג פון די אונטערשטע געריכט אז עס לויפט סינאנים מיט סעקשאן 11

ריכטער קעווענאו האט נאכאנאנד ארויסגעצייגט זיין קליינע אפעטיט צו אדרעסירן סעקשאן 12 זאגנדיג פאר טאמאס האגער וועלכע האט רעפרעזענטירט סלעק אז עס איז פארהאן אזוי ווינציג אנאליזן איבער סעקשאן 12 פון די אונטערשטע געריכטן און די סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע פון זייער זייט האט זיך נישט געלאזט הערן איבער זייער אויסקוק אויף די קעיס אז ער וואלט געוואלט האבן מער ווארע צו די האנט איידער די סופרים קאורט קוקט אריין דערין

קעווענאו האט עס שפעטער געזאגט פאר ראסעל אויך זאגנדיג אז ער האט געמאכט א פיינע ארגומענט איבער סעקשאן 12 אבער אן די עקטשעינדזש קאמיסיע ביים טיש איז די פארציע צו מאגער עס צו נוצן א מאלצייט

גארסוטש האט אויסגעקוקט צו זיין אויפן זעלבן בלאט פרעגנדיג פון האנגער אויב די הימל וועט אראפפאלן אין רעאקצע צו א באשלוס פונעם געריכט צו אורטיילן בלויז אויף סעקשאן 11 אין שטיצע פון זיין קליענט און צוריקשיקן די קעיס צום אונטערשטן געריכט אן אדרעסירן סעקשאן 12

קעיגען האט גראדע יא אויסגעקוקט צו זיין באקוועם אין בקיאות איבער סעקשאן 12 און רואיג אפגעלערנט די טעקסט אין שטיצע פון פיראני זאגנדיג אז די ווערטער אין סעקשאן 12 וועלכע אדרעסירט א "פארקויף דורך א פארפירערישע סטעיטמענט" מיינט אויך אויב די פארקויף איז פארגעקומען אין די זעלבע "צייט" וואס שעירס אונטער די סטעיטמענט איז געווען אויף די מארקעט טראץ וואס די פארקויף זעלבסט איז מעגליך נישט געווען געדעקט אונטער די סטעימענט

קעיגען האט דערנאך געגעבן א שאנס פאר האנגער איר צו ערקלערן פארוואס זי איז גרייזיג ביים פונאנדערשיידן צווישן דיצוויי סעקשאנס (ווייל לויט איר איז די שפראך אין 11 גענויגט צו סלעק און אין 2 פאר פיראני)

קעיגען האט זיך דאן אריינגעלאזט אין א לענגערע אנאליז און פארגעלייגט 4 סיבות פארואוס זי זעהט סעקשאן 12 אנדערש ווי סעקשאן 11און ברייט דעאטאלירט אלע פון זיי (עס האט אויסגעקוקט ווי זי זאל ווען פארליינען א סך הכל פון אן אורטייל און עס וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן אויב זי גייט עס טאקע שרייבן)

צום שלוס איז שווער צו זעהן אז די געריכט זאל ערלויבן אזעלכע קלאגעס אונטער סעקשאן 11 און קיינער פון די ריכטער וועכלע האבן געמאכט קאמענטארן איבער דעם האבן נישט אויסגעקוקט צו גיין אין יענע ריכטונג

ווען עס קומט צו סעקשאן 12 איז עס ווייניגער קלאר אוןצווישן די וועלכע האבן עס אדרעסירט האט קיינער נישט געגעבן שטארקע איינדרוקן פון פלענער צו אורטיילן אז מען קען נישט קלאגן אונטער דעם

וואס יא?

געוויסע האבן נישט געהאט קיין חשק עס צו אדרעסירן בעת וואס אנדערע ווילן ערלויבן קלאגעס אונטער דעם און אנדערע זענען גענויגט דערצו אבער אומזיכער

עס בלייבט צו זעהן אויב די געריכט וועט זיין פאראייניגט איבער 11 אבער צוטיילט איבער 12 אדער יא טרעפן א מיטל וועג איבער 12 אדער זיך גאר אויסדרייען פון ענטפערן דערויף
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 5:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער אין איידעהא סיגנאליזירט גרייטקייט צו בלאקירן א סטעיט פארבאט מיט מאכט אנצוקלאגן דאקטוירים וועלכע רעקאמענדירן פאר מענטשן צו זוכן רציחה סערוויסעס אינדרויסן פון די סטעי

די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט געהאט פובליצירט א סטעימענט צו ווארענען אז מען גייט קלאגן פארלעצער אבער עוונטועל צוריקגעצויגן דערפון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”