נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אויסצוהערן א היי פראפיל קעיס וועלכע קען זיין פון די סאמע גרעסטע אינעם איצטיגן סעסיע

די רעדע איז פון אן אנקלאגע אקעגן הארווארד יוניווערסיטעט פארן אנגעבליך דיסקרימינירן אקעגן אזיאנא אמעריקאנע מיט זייער סיסטעם פון בעפארצוגן אפליקאציעס פון אפריקענע אמעריקאנע

אן אורטייל אין די קעיס האט די מעגליכקייט צו ענדיגן די אפורמעטיוו עקשאן ערשיינונג אין יוניווערסיטעטן און אין קאלעדזשעס

זייער גוט

טראץ וואס די קלאגע קומט נישט פון א פשוט'ער ווייסער איז עס א טריט אין די ריכטיגע דירעקציע

ס'איז צייט צו ענדיגן די זינלאזע משוגעת, מען זאל אננעמען באזירט אויף פעאיגקייטן, פינטל

ראסע האט נישט פטאוואס צו שפילן א ראלע, נישט לטב או למוטב
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די געוועזענע אלאסקא גאווערנאר און 2008 למספרם רעפובליקאנע וויצע פרעזידענט קאנדידאט סארא פעלין וועט זיך היינט אויסקריגן אין געריכט מיט די ניו יארק טיימס נאך וואס זיי באשולדיגט זיי אין באשמוצן איר נאמען ציען א שטריך פון איר קאמפיין זייטל צו א שיסעריי וועלכע האט געפירט צו פאטאליטעטן און פארוואונדעט צווישן אנדערן אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס

אפגעשטופט

זי איז געווארן אנגעשטעקט מיטן וויירוס
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

BREAKING

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

WASHINGTON: BREAKING: Supreme Court Justice Stephen Breyer to retire, giving Biden the chance to nominate a younger liberal to replace him
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאפ, ען בי סי באריכט אז ריכטער ברייער רעטייערט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הבל, אפשר קענסטו דא אנהייבן אפדעיטן יעדעס מאל דו עפנסט אן אשכול איבער א ספעציפישע געריכט סעסיע, צומאל שטויס איך מיר הערשט אן אין דיינע אשכולות צוויי דריי בלאט אריין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:הבל, אפשר קענסטו דא אנהייבן אפדעיטן יעדעס מאל דו עפנסט אן אשכול איבער א ספעציפישע געריכט סעסיע, צומאל שטויס איך מיר הערשט אן אין דיינע אשכולות צוויי דריי בלאט אריין

דו מייינסט א פראצעס א שטייגער ווי די 3 אפיצירן?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:

יא

(געבראכן מיין 999 סינדראם לכבודך...)

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

אקעי פרובירן בעז"ה
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יא

(געבראכן מיין 999 סינדראם לכבודך...)

קאנגרעצלאציע צום שמונת אלפים
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:הבל, אפשר קענסטו דא אנהייבן אפדעיטן יעדעס מאל דו עפנסט אן אשכול איבער א ספעציפישע געריכט סעסיע, צומאל שטויס איך מיר הערשט אן אין דיינע אשכולות צוויי דריי בלאט אריין

דו מייינסט א פראצעס א שטייגער ווי די 3 אפיצירן?

יא

(געבראכן מיין 999 סינדראם לכבודך...)

אקעי פרובירן בעז"ה

א ריזן דאנק!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישטאמת האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יא

(געבראכן מיין 999 סינדראם לכבודך...)

קאנגרעצלאציע צום שמונת אלפים

טענקיו פאר די גראטולאציע, איט איז וועל עפרישיעיטעד
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מאיאריטעט פירער שומער זאגט אז ער פלאנט זיך צו רוקן זייער שנעל איינמאל דער פרעזידענט שטעלט ארויס א קאנדידאט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ראבערטס ווערט היינט 67 יאר אלט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טעקסאס סופרים קאורט וועט אויסהערן די אנקלאגע אקעגן די סטעיט אנטי רציחה געזעץ אום פעברואר 24 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ברייער ארויסגעגעבן אן אפיציעלע רעטייערמענט סטעיטמענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעטייערמענט וועט אריינגיין אין אפעקט נאכן טערמין ענדע יוני/יולי למספרם

שאצט אז אויף דאן וועט שוין זיין נאכפאלגער זיין באשטעטיגט
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ברייער ארויסגעגעבן אן אפיציעלע רעטייערמענט סטעיטמענט
אטעטשמענטס
IMG_20220127_125048_109.jpg
IMG_20220127_125048_109.jpg (109.06 KiB) געזען 1094 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
20220127_131300.jpg
20220127_131300.jpg (373.84 KiB) געזען 1067 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעיק ניוז האט געשריבן:אלעקסאנדער ווינדמאן, דער לוטענאנט קוירנעל פון דעם אמעריקאנער מיליטער וועלכער האט אויפגעטרעטן אלס א הויפּט עדות אין די אימפּיטשמענט פארהערן קעגן פּרעזידענט טראמפּ אין קאנגרעס, האט געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון מיליטער.

קלאגט אן טראמפ, דזשוליאני און סקאווינא פארן אים באשמוצן
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אלעקסאנדער ווינדמאן, דער לוטענאנט קוירנעל פון דעם אמעריקאנער מיליטער וועלכער האט אויפגעטרעטן אלס א הויפּט עדות אין די אימפּיטשמענט פארהערן קעגן פּרעזידענט טראמפּ אין קאנגרעס, האט געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון מיליטער.

קלאגט אן טראמפ, דזשוליאני און סקאווינא פארן אים באשמוצן

כ׳מײן אז ס׳װאלט װען געברױכט זײן פארקערט אז זײ װאלטן אים געברױכט אנקלאגן פארן זײ באשמיצן
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די אפעלאט פון אלאבאמא צו לאזן אין פלאץ זייער געשריבענע מאפע

אויף דערווייל האט די געריכט געשטימט מיט 4-5 צוריקצושטעלן די סטעיט מאפע

ראבערטס שליסט זיך אן מיט די דריי ליבעראלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:א פעדעראלע קאמפיין פינאנץ געזעץ פארבאט פאר קאמפיינס צוריקצוצאהלן פאר הלואות וועלכע די קאנדידאטן זעלבסט לייען אויס פאר די קאמפיינס מער ווי 250 טויזנט דאלער פון ביישטייערונגען געמאכט נאך די ענדע פונעם קאמפיין

די געזעץ ערלויבט זיך זעלבסט צו באצאהלן אפילו העכער 250 טויזנט אבער בלויז פון געלט וואס מענטשן האבן בייגעשטייערט בעפאר די וואלן און דאס זיך זעלבסט באצאהלן מוז פאסירן ביז שפעטסטנס 20 טאג נאך די וואלן

צו זיין קלארער: די געזעץ זעלבסט וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט שרייבט אין סעקשאן 304 אז די מאקסימום וואס מען קען זיך צוריק באצאהלן פון נאך קאמפיין ביישטייערונגען איז 250 טויזנט דאלער

די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע האט אבער צוגעלייגט אויף די אייגענע האנט א רעגולאציע צו סעקשאן 304 וועלכע שרייבט אז אויב א קאנדידאט צאהלט זיך צוריק מיט ביישטייערונגען געמאכט בעפאר די וואלן קען מען עס טוהן צו יעדע צייט (פונקט ווי עס איז נישט דא קיין באגרעניצונג אויפן סכום) אבער אויב מען באצאהלט אן הלואה פון ביישטייערונגען געמאכט נאך די וואלן (וואס לויט די געזעץ מעג מען עס טוהן ביז צו א מאקסימום פון 250 טויזנט דאלער) מוז עס פאסירן שפעטסטנס ביז 20 טאג נאך די וואלן

סענאטאר טעד קרוז זוכט אויסצופרובירן אויב די יורידישע סיסטעם וועט געפונען אזא באגרעניצונג קאנסטיטוציאנאל און האט דעריבער אויסגעבארגט פון זיין אייגן טאש 260 טויזנט דאלער פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אין 2018 למספרם אקעגן בעטא ארורק און די הלואה איז געמאכט געווארן פונקט 1 טאג בעפאר די וואלן

די קרוז קאמפיין האט אויסגעווארט די 20 טאג און ערשט דערנאך געזוכט צו טראנזאקטירן די 260 טויזנט דאלער פון די קאמפיין צום סענאטאר'ס אקאונט
קרוז האט זיך באצאהלט צו ערשט 250 טויזנט פון ביישטייערונגען געמאכט בעפאר די וואלן (אזוי טענה'ט די FEC) און געזוכט צו דעקן די איבריגע 10 טויזנט פון ביישטייערונגען געמאכט נאכן קאמפיין אבער דא האט ער זיך אנגעשטויסן אין צוויי פראבלעמען:
1) די פארבאט פונעם קאנגרעס געזעץ נישט צו נוצן אזעלכע געלטער אויף די באלאנס פון אן הלואה העכער 250 טויזנט
2) די רעגולאציע צוגעלייגט דורך די פעדעראלע עלעקשאנס קאמיסיע אז אפילו אויב מען צאלהט זיך צוריק די ערשטע 250 טויזנט דאלער דארף עס פאסירן אין די ערשטע 20 טאג
קרוז איז דעריבער אויסגעשטאנען צו דערלייגן 10 טויזנט דאלער און האט אנגעקלאגט די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע פארנט פון א דריי ריכטער פאנעל אין וואשינגטאן זיך באקלאגענדיג אז די פארבאט פארלעצט זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן

די קעיס איז געווארן אויסגעהערט דורך סירקוט ריכטערין נעאמי רעא נאמנירט דורך פרעזידענט טראמפ און די קרייז געריכט האט איינגעשפאנט צוויי דיסטריקט ריכטער צו שאפן א דריי ריכטער פאנעל

די צוויי ריכטער זענען געווען טים קעלי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און אמיט מעטא נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

ריכטערין רעא האט געשריבן איר אורטייל פאר אן איינשטימיגן פאנעל אז די פארבאט איז אומקאנסטיטוציאנאל צוליב פרייהייט פון אויסדרוק און אז און באגרעניצן די מעגליכקייט אויסצובארגן און צוריק איינקאסירן די געלט אן וואס די רעגולאציע זאל דינען אן ערנסטע רעגירונגס אינטערעסע איז נישט אויסגעהאלטן

די ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט און געשריבן די פארבאט איז יא אויסגעהאלטן און שטעלט בלויז ארויף א גאר מינימאלע באגרעניצונג אויף די ערשטע אמענדמענט רעכט און אז עס איז געציהלט צו באקעמפן קארופציע צוליב וואס די נאטור פון ביישטייערונגען וואס קומען אריין נאך די וואלן קענען פיל לייכטער בענעפיטירן זיגרייכע קאנדידאטן און ווערן געמאכט מיט די ערווארטונג פאר טובות אין אויסטויש

באזונדער אדרעסירן זיי די שטיק פון די קרוז קאמפיין ספעציפיש שרייבנדיג אז די קאמפיין איז געזיצן אויף מער פון 2 מיליאן דאלער נאך די וואלן און וואלט לייכט געקענט מאכן די צאהלונג פון די ביישטייערונגען ערהאלטן בעפאר די וואלן אזוי לאנג ווי זי טוט עס אין די ערשטע 20 טאג און אז די שאדנס פון 10 טויזנט דאלער איז עפעס וואס ער האט זיך זעלבסט פאראורזאכט

די קאמפיין האט רעאגירט זאגנדיג אז זיי האבן אינעם וואל טאג געהאט מער חובות וויפיל געלט זיי האבן געהאט אין די באנק און זיי האבן בעפארצוגט צו דעקן הלוואות פון אנדערע מענטשן בעפאר זיי באצאהלן די הלוואה פונעם קאנדידאט זעלבסט

פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן די קעיס און די פראגע אויב זיי פארמאגן יוריסדיקציע איבער דעם וועלן זיי אויך באהאנדלען אין די זעלבע צייט וואס זיי וועלן באהאנדלען די מעריטס

אצינד האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארוגמענטן

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט האט פארברענט אסאך צייט צו איבערצייגן די ריכטער אז קרוז האט ניטאמאל קיין סטענדינג צו קענען קלאגן די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע צוליב וואס די די שאדנס וועלכע ער שטייט אויס צוליב די געזעץ איז עפעס ואס ער האט זיך זעלבסט אנגעברענגט מיטן אויסבארגן דאס געלט און עס דירעקט צוריק איינקאסירן שפעטער ווי ערלויבט

סטוארט האט עס צוגעשטעלט צו א ביישפיל פון א קעיס אין וועלכע אן ארבעטער ביי א מקדאנעלד'ס געשעפט וועלכע האט געוואוסט אז זיי פארקויפן גאר הייסע קאווע און האט געקויפט איינס און זיך בייזוויליג אנגעגאסן זיי צו קענען קלאגן

סטוארט האט געזאגט פאר די ריכטער אז אויב אזא געשיכטע זאל פאסירן וואלטן מיר אלע געהאט א שטארקע רעאקציע און איינגעשטימט אז אזא קעיס קען נישט פאראויסגיין און טראץ וואס מקדאנאלד'ס וואלט אין פאקט געהאט באגאנגען אן אומריכטיגע זאך וואלט מען זיי נישט געקענט קלאגן אזוי לאנג ווי קיינער איז נישט אומשולדיג באטראפן געווארן און געליטן אין רעזולטאט פון זייער פארנאכלעסיגונג

אליטא האט אים איבערגעהאקט און געפרעגט אויב זיין שטעלונג איז אז א באטראפענער eען נישט פאראויסברענגן א קלאגע אקעגן א געזעץ וועלכע איז לויט אים אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב וואס יענער וואלט געקענט מאכן אלטערנאטיווע אראנזשירונגען און זיך אזוי ארום ארויסדרייען פון ווערן אפעקטירט דורך די געזעץ

ווען סטוארט האט געענטפערט אז דאס איז פילייכט די שטעלונג פון די רעגירונג האט זיך אליטא הויך געוואונדערט: קען אזאנס מעגליך זיין די געזעץ?!

אויך ברייער האט געצווייפלט אין די סטענדינג ארגומענט געמאכט דורך סטוארט און געזאגט אז ער ווייסט איינפאך נישט פון קיין קעיס אין וועלכע די סופרים קאורט זאל האבן פארלאנגט פון עימיצן -וועלכע האט געקלאגט אז מען איז באטראפן געווארן פון א געזעץ וועלכע איז לויט יענעם אומקאנסטיטוציאנאל- אז יענער זאל איבערצייגן אז ער האט אנגעוואנדן אלע מיטלען זיך צו ראטעווען פון ווערן אימפאקטירט דורך די געזעץ איידער די קלאגע קען פאראויסגיין

ראבערטס האט נאכגעפאלגט אין די פיסטריט פון זיינע קאלעגן און אנגעוויזן אז טראץ וואס עס איז קלאר אז קרוז האט ארקעסטרירט די טראנזאקציע אלץ פראבע צו זעהן וואו ווייט די געריכט איז גרייט צו גיין מיט די געזעץ, מיינט עס נאכנישט אז יעדע קעיס וואס איז א תוצאה פון עימצער וועלכע זוכט צו אונטערזוכן די לעגאלע וואסערן ווערט צוליב דעם יענער אפגעווארפן צוליב א מאנגל אין סטענדינג און יענעם'ס מאטיוון פסל'ט נישט אויטאמאטיש זיין רעכט פון פאראויסגיין מיט די קלאגע

ער האט גענוצט א ביישפיל פון מענטשן וועלכע זוכן אויפצודעקן דיסקרימינאציע ווען עס קומט צו די האוזינג אינדוסטריע און גיבן זיך אן אלץ קונדן און ווערן אפגעווארפן צוליב ראסע אורזאכן און קלאגן דערנאך די אייגנטומער און געריכטן וועלן נישט פארלאנגען פון די קלעגער צו איבערצייגן אז זיי האבן עכט געפלאנט צו ענדיגן די סעיל אויב זאל דער אייגנטומער זיין גרייט דערפאר

טאמאס האט געפונען א פאקטישע ביישפיל פון א קעיס פון יארן צוריק אין וועלכע אן אפריקאנער אמעריקאנער מיטן נאמען האמער פלעסי האט געקלאגט ליוזיאנא איבער זיין ארעסט ווען ער האט זיך געזעצט אין א וואגאן דעזיגנירט פאר ווייסע און געפרעגט פון סטוארט: וואס וואלסטו געזאגט צו פלעסי? (זינט אויך ער האט עס דירעקט געטוהן צו קענען ברענגן דערנאך א קלאגע)

אויב איז די געריכט געווען היבש ביי די מיינונג אז קרוז געניסט פון סטענדינג אין די קעיס איז זי אבער געווען מער צוטיילט ווען עס איז געקומען צו די מעריטס גופא

ווען סטוארט האט גע'טענה'ט אז די רעגירונג האט אן ערנסטע אינטערעסע צו באגרעניצן דאס צוריקצאהלן אייגענע הלואות פון קאמפיין געלט וואס קומט אריין נאך די וואלן און איז געציהלט צו באקעמפן קארופציע צוליב וואס די נאטור פון ביישטייערונגען וואס קומען אריין נאך די וואלן קענען פיל לייכטער בענעפיטירן זיגרייכע קאנדידאטן און ווערן געמאכט מיט די ערווארטונג פאר טובות אין אויסטויש האט ריכטערין בערעט עס אוועקגעמאכט און ציטירט פון די נידריגע געריכט וועלכע שרייבט אז די רעגירונג האט נישט אויפגעוויזן סיי וועלכע באווייז אז עס פירט צו פאקטישע קוויד פרא קווא און קארופציע פון פאליטיקאנטן וועלכע טוען טובות אין אויסטויש פון ביישטייערונגען צו דעקן זייערע הלואות
זי האט אויך ארויסגעברענגט אז קיינער האט דא נישט געקענט זוכן רייכער צו מאכן טעד קרוז זינט עס איז בלויז א אלואה אפצאהל און נישט קיין פרישע פארדינסטן

קעווענאו האט געפרעגט פון סטאורט פארוואס די קאמפיין פינאנץ באגרעניצונג פון 2900 טויזנט ביישטייערונג פער אינדיווידועל איז נישט גענוג צו באקעמפן קאמפיין קארופציע זאגנדיג אז די 250 טויזנט הלואה דאך טוט אנטמוטיגן קאנדידאטן פון אויסלייען געלט פון די אייגענע טאש פארן קאמפיין וואוסנדיג אז זיי וועלן מעגליך נישט צוריקזעהן טייל פון די געלט

טשארלס קופער האט רעפרעזענטירט סענאטאר קרוז און געזאגט אז דאס באצאהלן אן הלואה געמאכט בעפאר די וואלן מיט ביישטייערונגען וועלכע קומען אריין נאך די וואלן איז פונקט אזוי ווי עימיצער וועלכע באצאהלט פאר זיין נאכטמאל מיט א קרעדיט קארד און באצאהלט ערשט די קרעדיט קארד ביל מיט א מאנאט שפעטער

אבער די ליבעראלע ריכטער האבן עס נישט אזוי לייכט אפגעקויפט און קעיגען האט געזאגט אז אין הנידון דומה לראי' און אז די באגרעניצונג איז נישט אזוי ווייט אויף וויפיל א קאנדידאט קען אויסלייען פאר זיין קאמפיין נאר אויף וויפיל געלט דריטע פארטייען (ביישטייערער) קענען אריינגיסן צו דעקן די הלואה און עס איז געציהלט איינצוצוימען וויפיל איינפלוס דרויסנדיגע קענען האבן ווען זיי טוען נאך די וואלן דעקן דעם קאנדידאט'ס חובות, אן ערשיינונג וועלכע קען זייער לייכט פירן צו קארופציע

אויך סאטאמאיאר האט אפגעווארפן די קופער באהויפטונג פרעגנדיג וועלכע אינטערעסע זאל א ביישטייערער האבן צו גיבן פאר א קאנדידאט געלט למחרת פון די וואלן?
אין לויף פון די פארמעסט זוכן ביישטייערערע צו שטיצן קאנדידאטן וועלכע רעפרעזענטירן זייער אגענדע און ווילן פארזיכערן אז יענער געוואונט אבער איינמאל יענער האט געזיגט איז נישט פארהאן קיין סיבה יענעם צו באוואשן מיט געלט סיידן א פארזוך צו ציען יענעם'ס אויפמערקזאמקייט און ערווארטן א נאטורליכע קוויד פרא קווא

דאן האט זיך אנגעהויבן א פרישע סומאטוכע אין געריכט ווען די ריכטער האבן העפטיג דעבאטירט א גאר אינטערסאנטע פראגע און בעיקר איז עס געווען ריכטער ראבערטס וועלכע האט געהאמערט דערמיט נאכאנאנד און ארויסגעברענגט אז די קעיס איז נישט באהאנדלט געווארן אין די פאסיגע דיסטריקט געריכט

צו בעסער פארשטיין די פראגע איז גוט צוריקצוקוקן אונזער ארגינעלע באריכט איבער די קעיס וואו מיר פארציילן איבער די קעיס וועלכע האט צו ערשט געלאנדעט פארנט פון א פאנעל פון סירוקט ריכטערין נעאמי רעא אין צוגאב פון צוויי דיסטריקט ריכטער

די שטייגער ביי געווענלילכע קעיסעס איז אז צום ערשט ווערט עס אויסגעהערט דורך אן איינצלנע דיסטירקט ריכטער ון דערנאך קען עס ווערן אפעלירט צו א דריי פאנעל קרייז געריכט און דערנאך איז דא די אפציע פון בעהטן די פולע קרייז געריכט עס אויסצוהערן אדער צו גיין גראד פון דארט צו סופרים קאורט

אנדערש איז אבער די געזעץ ווען מען ברענגט פאראויס באקלאגענישן איבער א געוויסע רייע געזעצן אריינגערעכענט עטליכע סארט עלעקשאן געזעצן און די טענה איז אז "די געזעצן זענען אומקאנסטיטוציאנאל" דאן קענען די קלעגער פארלאנגען אז א פאנעל געמישט פון דיסטריקט און סירקוט ריכטער זאלן עס אויסהערן און נאך זייער אורטייל קען עס גראד ווערן אפעלירט צום סופרים קאורט און אט דאס איז וואס האט פאסירט אין אונזער קעיס

האט אבער דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט גע'טענה'ט אז אויסער דעם וואס קרוז איז זיך זעלבסט שולדיג פארן דערלייגן די 10 טויזנט דאלער מיטן פארשפילן די 20 טאג דעדליין, קען ער בכלל נישט קלאגן אז ער האט געליטן צוליב די געזעץ אין סעקשאן 304 זינט ער האט באצאהלט די ערשטע 250 טויזנט פון ביישטייערונגען פון בעפאר די קאמפיין (לויט ווי די FEC טענה'ט)און לויט דעם וואלט ער אלץ די קאנגרעס געזעץ גופא רואיג געמעגט איינקאסירן די איבריגע 10 טויזנט פון נאך קאמפיין ביישטייערונגען (אנדערש וואלט געווען אויב די ערשטע 250 טויזנט וואלט ער אויך איינקאסירט פון נאך די וואלן ביישטייערונגען) און די איינציגסטע פראבלעם איז בלויז די רעגולאציע וואס די קאמיסיע האט צוגעלייגט אז עס דארף פאסירן אין די ערשטע 20 טאג

לויט דעם קומט אויס עס איז נישט ווי קרוז באשולדיגט אז ער האט דערלייגט די 10 טויזנט דאלער צוליב די (250 טויזנט מאקסימום) געזעץ גופא און באזונדער צוליב די (20 טאג דעדליין) רעגולאציע נאר די געזעץ גופא איז נישט עפעס וואס האט באטראפן קרוז און עס איז בלויז די רעגולאציע וועלכע האט אים אפגעקאסט

איי, וואס א נפקא מינה אויב עס איז די געזעץ גופא אדער די רעגולאציע ?
(באמת איז עס א ריזן נפקא מינה ווייל אויב די געריכט באהאנדלט די געזעץ גופא קענען זיי אראפקלאפן די גאנצע 250 מאקסימום און נישט בלויז די צוגעטשעפעטע 20 טאג דעדליין אבער פאר קרוז פערזענליך וואלט א זיג אויפן דעדליין סייווי געמיינט אז ער קריגט צוריק דאס געלט)

די ענטפער איז די טענה אויף די רעגולאציע זעלבסט איז נישט קיין קאנסטיטוציאנאלע נאר ליבערשט א געוענליכע סארט טענה אויף אן אדמיניסטראטיווע רעגולאציע און אזאנס דארף יא דורכגיין די געהעריגע פראצעדור פון ווערן אויסגעהערט צו ערשט דורך א דיסריקט ריכטער און דערנאך די קרייז געריכט (אנדערש ווי אויב די טענה איז אויפן געזעץ גופא אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און דעריבער האט עס מען געקענט אויסמיידן די דריי שטאפל געריכט פארלאנג)

טענה'ט אבער קרוז שתי תשובות בדבר:
1) אז אין פאקט האט ער די ערשטע 250 טויזנט דאלער יא באצאהלט פון נאך קאמפיין ביישטייערונגען און קריגט זיך מיטן די FEC איבער די מציאות פון וועלכע סארט געלט ער האט זיך באצאהלט ולפי זה איז זיין 10 טויזנט דאלער פארלוסט יא דירעקט פארבונדן מיט די געזעץ אין סעקשאן 304 גופא
2) אפילו די FEC זאל זיין גערעכט אז ער האט באצאהלט די ערשטע 250 טויזנט פון ערב וואלן ביישטייערונגען און דעריבער ווערט ער נישט באטראפן פון די געזעץ גופא איז אבער די רעגולאציע פון די 20 טאג דעדליין א תולדה פון די עצם געזעץ אין סעקשאן 304 און צוליב דעם דארף עס ווערן פאררעכנט ווי גלייך ער ווערט באטראפן פון די עצם געזעץ אין סעקשאן 304 און בארעכטיגט פאר דיסטריקט/סירקוט געמישט פאנעל

אויף פונקט נומער 2 האט זיך ראבערטס ארויפגעזעצט און זיך לאנג אויסגעקריגט מיט קופער און גע'טענה'ט אז זיין שאדן קומט בלויז פון די רעגולאציע און קען דעריבער נישט זיין בארעכטיגט איבערצוהיפן די געהעריגע 3 שטאפל געריכט פראצעדור (פון דיסטריקט, סירקוט און דערנאך סופרים)

קרוז האט ארגומענטירט אז גענוג אין נאך מאל זעהט מען אז באטראפענע פון געזעצן קלאגן אז די עקזעקוטיווע פליגל האט נישט געהאט קיין רעכט צו באשטימען די וועלכע האבן געשריבן די געזעצן און קיינמאל האט די געריכט נישט געזאגט אז זיי זענען באגרעניצט צו קלאגן בלויז אויף די געזעץ גופא נאר אלץ פארשטאנען אז צוליב וואס מענשטן ווערן באטראפן פון א געזעץ קענען זיי קלאגן אזוי ווייט ווי די רעכט פון די שרייבער צו זיין די וועלכע שרייבן די געזעצן וק"ו צו אונזער פאל ווען מען זוכט נישט צוגיין אזוי ווייט נאר בלויז זיך צו באקלאגן אויף די ברייטערע געזעץ פון וועלכע די אדמיניסטראטיווע רעגולאציע שטאמט ארויס

קעיגען האט אויך גענומען די זייט פון ראבערטס איבער דעם און אנגעוויזן אז אין די געזעץ גופא ווערט נישט דערמאנט סיי וואס איבער א דעדליין און דעריבער איז די געזעץ מיט די רעגולאציע צוויי אפגעטיילטע זאכן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די געוועזענע אלאסקא גאווערנאר און 2008 למספרם רעפובליקאנע וויצע פרעזידענט קאנדידאט סארא פעלין וועט זיך היינט אויסקריגן אין געריכט מיט די ניו יארק טיימס נאך וואס זיי באשולדיגט זיי אין באשמוצן איר נאמען ציען א שטריך פון איר קאמפיין זייטל צו א שיסעריי וועלכע האט געפירט צו פאטאליטעטן און פארוואונדעט צווישן אנדערן אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס

אפגעשטופט

זי איז געווארן אנגעשטעקט מיטן וויירוס

ריכטער גרייט זיך ארויסצואווארפן די אנקלאגע צוליב מאנגל אין באווייז אבער ערלויבט דערווייל דזשורי פארצוזעצן מיט פארהאנדלונגען

דזשורי ווארפט ארויס די פעילין קלאגע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”