נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דער עולם איז זיס דא...
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Wow a1 האט געשריבן:און אזויווי און די אנדערע קארט קעסעס איבער די מאנדאט, ברענגט מען יעצט ארויף די אמשילדיגע ריטוויט.

In Gorsuch's concurrence, signed by Alito and Thomas, he made a passive-aggressive reference to the Twitter boasting of Ron Klain, Biden's WH Chief of Staff, about what a clever "work-around" of Congress this vaccine mandate is. That was cited as a reason it's legally invalid
.

FJAiERTWYAMpgIv.png
FJAiERTWYAMpgIv.png (182.35 KiB) געזען 1649 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Wow a1 האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:און אזויווי און די אנדערע קארט קעסעס איבער די מאנדאט, ברענגט מען יעצט ארויף די אמשילדיגע ריטוויט.

In Gorsuch's concurrence, signed by Alito and Thomas, he made a passive-aggressive reference to the Twitter boasting of Ron Klain, Biden's WH Chief of Staff, about what a clever "work-around" of Congress this vaccine mandate is. That was cited as a reason it's legally invalid
.

FJAiERTWYAMpgIv.png

יא, קלעין האט געשריבן אז מען האט געפונען א וועג ארויס איבערצוהיפן קאנגרעס וואו עס וואלט דורכגעפאלן דורך גיין דורך די אגענטור

די קאנסערוואטיוון האבן זיך צוגעכאפט דעערצו און זיך שוין געלאזט הערן דערוועגן ביי די מונדליכע פארהער
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

איז דאס אויך בנוגע לאקאלע מאנדאטן, אדער דווקא נאר פעדעראלע?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:

פעדעראלע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

די געריכט (ריכטער קעווענאו) דרוקט שטארק אויף דעם אז סטעיטס האבן א ברייטערע מאכט ווי די פעדעראלע רעגירונג איבער דעי טעמע
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-01-13 205046.jpg
Screenshot 2022-01-13 205046.jpg (75.04 KiB) געזען 1591 מאל
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

סאו עדעמס קען נאך אלס אינפארסירן א מאנדאט פאר ניו יארק סיטי און הוקעל פאר ניו יארק סטעיט?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:סאו עדעמס קען נאך אלס אינפארסירן א מאנדאט פאר ניו יארק סיטי און הוקעל פאר ניו יארק סטעיט?

יא

(עס איבערפרעגן נאכאמאל וועט - דערווייל - נישט טוישן די מציאות.....)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו עדעמס קען נאך אלס אינפארסירן א מאנדאט פאר ניו יארק סיטי און הוקעל פאר ניו יארק סטעיט?

יא

(עס איבערפרעגן נאכאמאל וועט - דערווייל - נישט טוישן די מציאות.....)

סארי פאר'ן באדערן.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו עדעמס קען נאך אלס אינפארסירן א מאנדאט פאר ניו יארק סיטי און הוקעל פאר ניו יארק סטעיט?

יא

דאס אידאך די באקאנטע 1905 Jacobson v. Massachusetts אורטייל אז סטעיטס קענען צווינגען צו נעמען די וואקסין (און אויך טיילן געלט שטראפן פאר אזעלכע וואס אנטזאגן זיך...)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אין אן אינטערסאנטע קרישקעלע זענען אלע 7 ריכטער צום ערשטן מאל ערשינען צו א פארהער פארמאסקירט און בלויז ריכטער גארסוטש האט זיך נישט געשעמט צו צייגן זיין געזיכט (סאטאמאיאר האט בלויז אנטיילג גענומען ווירטואל ווי באריכטעט)

ווערט באקאנט אז סאטאמאיאר האט זיך באקלאגט אז זי איז אומבאקוועם צו זיצן אינאיינעם מיט מאקסלאזע קאלעגן און ראבערטס האט אויסגעדרוקט פארשטענדעניש און פארבעטן פון די ריכטער צו טראגן מאסקעס און אלע מיטן אויסנאם פון גארסוטש זענען איינגעגאנגען דערויף

גארסוטש זיצט הארט נעבן סאטאמאיאר און דעריבער האט זי באשלאסן מיטצוהאלטן פונדערהיים אבער איצט הערט מען אז זי קומט די וואך צוריק

די סופרים קאורט האט נישט לאנג צוריק געלאזט אין פלאץ דערווייל די טעקסאס רציחה פארבאט און עס צוריקגעשיקט צו די פיפטע סירקוט קאורט

א צוטיילטע סירקוט האט אצינד צוריקגעשיקט די קעיס צום טעקסאס סטעיט סופרים קאורט און געשירבן אז דערווייל זאל די פארבאט בלייבן אין פלאץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראדני יאנג איז אויפגעוואקסן אין ניו דזשערסי און געווארן באצייכנט לויט זיינע שולעס אלץ גייסטיג צורודערט א טערמין וואס וואלט היינטיגע צייט געווארן אויסגעדרוקט אלץ אינטעלעקטואל דיסעיבלד

אין 2012 למספרם איז יאנג געווארן געווארן אנגעקלאגט אין דזשארדזשיא מיטן אומברענגן א פריינדין מיט וועם ער האט זיך צוקריגט

א 2002 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט געשריבן אז די אכטע אמענדמענט פארבאט דאס הינריכטן אינטעלעקטואל דיסעיבלד פארברעכער אבער די געזעץ אין דזשארדזשיא פארלאנגט פון אזעלכע אנגעקלאגטע צו איבערצוגיין אז זיי ציילן זיך טאקע אין אט די קאטעגאריע אן די מינדעסטע צווייפל

די סטאנדארד פון באווייזן אן די מידענסטע צווייפל איז עפעס וואס פראקורארן דארפן טוהן אין אלגעמיינע קרימינאלע קעיעס און טראץ די ריזיקע אז געוויסע פארברעכער קענען גיין פריי צוליב די שווערע אויפגאבע פון שאפן אזעלכע באווייזן פארלאנגט עס די סיסטעם צו פארמיידן אומשולדיגע פון ווערן פארשיקט אין טורמע

אין די פאל פון דזשארדזשיא ווערט אבער אט די פארלאנג גענוצט אויף א פארקערטע צוועק און דאס באדייט אז אויב א באשולדיגטער קען נישט אזוי קליפ און קלאר איבערצייגן ווי גייסטיש אומסטאביל ער איז קען ער נישט אויסמיידן טויט שטראף

לערערס פון יאנג האבן אויפגעטראטן און עדות געזאגט אז דער בחור קומט נאך די סטאנדארט פון אינטעלעקטואל דיסעיבלד באשטימט דורכ'ן סופרים קאורט אבער די דזשורי האט געפונען אז ער האט עס נישט איבערצייגט אן קיין צווייפל און דעריבער איז ער געווארן פאראורטיילט צום טויט

די 2002 למספרם אורטייל האט ארגינעל געלאזט פאר סטעיטס צו באשליסן ווען א צושטאנד קען ווערן באצייכנט אלץ אינטעלעקטואל דיסעיבלד אבער צוויי שפעטערע אורטיילן האבן מער ספעציפירט די באדינגונגען און ווי ריכטער קענעדי האט געשריבן קומט עס צו פארזיכערן אז צורודערטע ווערן נישט אומגעברענגט און אז ערלויבן צו לאזן אזא ריזיקע פון אנגיין איז אומאקצעפטירבאר

מיינסטנס סטעיט פארלאנגען נישט פון אנגעקלאגטע צו איבערצייגן זייערע גייסטיגע באגרעניצונגען אן קיין צווייפל נאר באגנוגן זיך מיט א סטאנדארד אונטער וועלכע די באווייזן צייגן מער ווי נישט אז יענע איז נישט סטאביל

אנצוווייזן איבער די שארפע דיפערענץ פון די צוויי סארט סטאנדארדן איז גענוג די ציפערן וועלכע צייגן אז אין אנדערע סטעיט ווערן ארום א דריטל פון די אלע צום טויט פאראורטיילטע וועלכע טענה'ן אז זיי זענען נישט סטאביל אפגעשוינט פון הינריכטונג ווידעראום אין דזשארדזשיא האט זיך נאך קיינער נישט באוויזן ארויסצודדרייען פון טויט שטראף מיט אזא טענה

קינג האט געקלאגט אין סטעיט סופרים קאורט מיט די טענה אז כאטש וואס די סופרים קאורט האט טאקע נישט געשריבן דערווייל אז א אן קיין צווייפל סטאנדארד איז צי הויך האבן זיי יא ערקלערט זייערע 2014 און 2017 למספרם אורטיילן אלץ עפעס וואס זוכט צו פארמיידן דאס אומאקצעפטירבארע ריזיקע פון צודרייטע צו ווערן הינגעריכטעט

יאנג טענה'ט אז די דזשאדזשיא געזעץ גייט אין קעגנזאץ צו די גייסט פון יענע סופרים קאורט אורטייל ווייל עס לאזט איבער א ריזיקע פון אומסטאבילע צו ווערן געטויטעט בלויז צוליב די אוממעגליכקייט פון אהערשטעלן אזעלכע קראנטע באווייזן

די סטעיט סופרים קאורט האט אבער געאורטיילט אז די געזעץ איז יא אויסגעהאלטן און געגעבן די גרינע ליכט פאר די הינריכטונג פאראויסצוגיין

די מאיאריטעט האט ערקלערט אז געריכטן איבערן לאנד זענען נישט געבונדן צו אורטיילן אין איינקלאנג מיט "ערקלערונגען" געמאכט דורכ'ן סופרים קאורט (א שטייגער ווי די ערלקערונג פון זייער 2014 למספרם אורטייל) נאר דארפן זיך בלויז רעכענען מיט די "פארארדענונגען" וועלכע די געריכט פארלאנגט

אויב די געריכט פארבאט צו שלאגן מענטשן ווייל עס קען יענעם וויי טוהן מיינט עס נישט אז שטויסן יענעם איז שוין אויטאמאטיש פארבאטן זינט עס פירט צו די זעלבע פראבלעם אזוי לאנג ווי די געריכט וועט עס נישט זאגן קלאר אדער כאטש זאגן אז אלעס וואס טוט יענעם וויי איז פארבאטן

יאנג האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט ארין וואשינגטאן און אצינד ווארט מען צו הערן אויב די געריכט וועט עס אקצעפט אקצעפטירן און אויב יא איז שווער פאראויסצוזאגן וועלכע וועג זיי וועלן נעמען

ריכטער קעווענאו וועלכע קען מעגליך זיין א שליסל שטימע אויף אזא סארט פראגע האט צוריק אין 2013 למספרם געשירבן אז ריכטער דארפן נאכפאלגן נישט בלויז די ווערטער נאר אויך די מוזיק פון סופרים קאורט פרעצעדענטן וואס באדייט אז מען דארף דורש זיין טעמא דפסק און זיך רעכענען מיט די לאגיק און ערקלערונג אונטער זייערע אורטיילן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין אן אינטערסאנטע קרישקעלע זענען אלע 7 ריכטער צום ערשטן מאל ערשינען צו א פארהער פארמאסקירט און בלויז ריכטער גארסוטש האט זיך נישט געשעמט צו צייגן זיין געזיכט (סאטאמאיאר האט בלויז אנטיילג גענומען ווירטואל ווי באריכטעט)

ווערט באקאנט אז סאטאמאיאר האט זיך באקלאגט אז זי איז אומבאקוועם צו זיצן אינאיינעם מיט מאקסלאזע קאלעגן און ראבערטס האט אויסגעדרוקט פארשטענדעניש און פארבעטן פון די ריכטער צו טראגן מאסקעס און אלע מיטן אויסנאם פון גארסוטש זענען איינגעגאנגען דערויף

גארסוטש זיצט הארט נעבן סאטאמאיאר און דעריבער האט זי באשלאסן מיטצוהאלטן פונדערהיים אבער איצט הערט מען אז זי קומט די וואך צוריק

געריכט לייגט ארויס סטעיטמענט אין וועלכע די צוויי לייקענען א מאסק קריגעריי און טענה'ן אז טראץ וואס זיי זענען אפט אומאיינשטימיג איבער געזעץ זענען זיי קאלעגן מיט פריינטליכע באציאונגען

ראבערטס מיט פרישע סטעיטמענט זאגנדיג אז ער האט קיינמאל פארלאנגט פון גארסוטש צו טראגן א מאסק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ערלויבט פאר די נאציאנאלע ארכיוון איבערצוגעבן טראמפ ווייסע הויז רעקארדס צו די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע

טאמאס איינציגסטער אין פובליק אפאזיציע
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט ערלויבט פאר די נאציאנאלע ארכיוון איבערצוגעבן טראמפ ווייסע הויז רעקארדס צו די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע

טאמאס איינציגסטער אין פובליק אפאזיציע

WASHINGTON: BREAKING: Supreme Court by 8-1 vote rejects Trump's bid to block his administration's records from being handed to House Jan 6 committee
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

אור האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט ערלויבט פאר די נאציאנאלע ארכיוון איבערצוגעבן טראמפ ווייסע הויז רעקארדס צו די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע

טאמאס איינציגסטער אין פובליק אפאזיציע

WASHINGTON: BREAKING: Supreme Court by 8-1 vote rejects Trump's bid to block his administration's records from being handed to House Jan 6 committee

ווער איז די 1?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מהיות טוב האט געשריבן:

שוין געשריבן

לייען די אידישע
john
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

מהיות טוב האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט ערלויבט פאר די נאציאנאלע ארכיוון איבערצוגעבן טראמפ ווייסע הויז רעקארדס צו די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע

טאמאס איינציגסטער אין פובליק אפאזיציע

WASHINGTON: BREAKING: Supreme Court by 8-1 vote rejects Trump's bid to block his administration's records from being handed to House Jan 6 committee

ווער איז די 1?

טאמעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דעיוויד פעטשעקאו איז געווען צוויי יאר אלט צוריק אין 2006 למספרם ווען ער ער איז געזיצן אין א מיניווען וועלכע זיין מוטער האט געפירט אויף טערמאנט עוו. אין די בראנקס קורצליך נאך וואס וואס ראנעל גיליאם האט פארלוירן א גאסן געשלעג צום אלים דגבר

גיליאם האט זיך צוריקגעקערט צו די סצענע מיט א פריינט און אן קיין ווארענונג האט עימיצער געעפנט פייער מיט א 9 מילימעטער רעוואלווער און דער קליינער פעטשעקאו אין די מיניווען איז באטראפן געווארן פון די קוילן און דערמיט איז זיין יונגע לעבן פארשניטן געווארן

עדות האבן שפעטער געזאגט אז דער שיסער האט געטראגן א ליכטיג בלויע העמד אדער סוועטער און האבן אידענטיפיצירט ניקאלאס מאריס און ראנעל גיליאם אלץ באטייליגטע ביי די געשלעג

זיי האבן אויך באשולדיגט גיליאם אלץ מעגליכע שיסער און מאריס אלץ באקאנטע פריינט מיט גיליאם

ווען די אויטאריטעטן האבן אונטערזוכט די היים פון מאריס האבן זיי אנדעקט אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי אין צוגאב צו א 357 קאליבער גאן און דריי עדות האבן געטייטלט אויף זיין בילד ווען זיי זענען געווארן פארגעשטעלט מיט מערערע געזיכטער פון מעגליכע שולדיגע

ניו יארק סטעיט האט אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן א רעוואלווער וועלכע איז פארדעכטיגט צו האבן געווארן גענוצט אין א מארד און עטליכע טאג דערויף האט זיך גיליאם איבערגעגעבן פאר די פאליציי און מודה געווען אז ער איז געווען פארמישט אבער קלארגעשטעלט אז מאריס איז געווען דער שיסער

נאך א שטיקל צייט האט גיליאם זיך פארשטענדיגט מיט מאריס און אים פארשפראכן צו פאררעכטן זיין ארגינעלע עדות (אז מאריס האט געשאסן) און אנדעקן די (אנגעבליכע) ווארהייט אז עס איז געווען דערעל העמפיל וועלכע האט פאקטיש געשאסן און האט אאקע געטוישט זיין געשיכטע רעדנדיג צו אויספארשער

די אויספארשער האבן אונטערזוכט העמפיל'ס היים און געפונען א ליכטיג בלויע סוועטער אבער די סטעיט האט פארגעזעצט מיט זייער אנקלאגע אקעגן מאריס אלץ הויפט שולדיגער און אים געשטעלט פאר פראצעס

ביים פראצעס האט מאריס פארגעשטעלט ערנסטע באווייזן אויפצואווייזן זיין אומשולד און ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א מיסטרייעל

שפעטער האט די סטעיט ווידער אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן די 357 קאליבער גאן און מאריס האט זיך דערקלערט שולדיג אבער איז באפרייט געווארן נאך וואס די סטעיט האט אנערקענט אז ער איז שוין געזיצן גענוג לאנג אפצוקומען די פארלעצונג

זיבן יאר נאך פעטשעקאו'ס מארד און פינף יאר נאך די אומסוקסעספולע קלאגע אקעגן מאריס האט די סטעיט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן העמפיל און גענוצט גיליאם פאר אן עד

גיליאם וועלכע איז אויסגעשטאנען א מאקסימום פון 25 יאר האט אקצעפטירט א פלי אפמאך אין וועלכע ער וועט אפקומען מיט פינף יאר און עדות געזאגט אקעגן העמפיל און אויך געטוישט זיין ארגינעלע ווערסיע אז בלויז איין גאן איז געווען אויפן סצענע געווארן זאגנדיג אז עס זענען געווען צוויי און אז די 357 גאן האט מאריס בלויז געטראגן מיט זיך אבער די 9 מילימעטער גאן האט העמפיל גענוצט און אז העמפיל האט שפעטער פארניכטעט ביידע וואפנס און אלע איבריגע באווייזן מיטן אויסנאם פון די בלויע סוועטער אויף וועלכע בלוט פלעקן זענען געפונען געווארן און האבן געשטימט מיט העמפיל'ס די ען עי

ביים פראצעס האבן העמפיל'ס אדוואקאטן באטאנט אז אין די היים פון מאריס האט מען געפונען אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי און די פראקורארן האבן אין רעאקציע געוואלט אפווארפן זייער באהויפטונג אז מאריס האט געהאלטן די 9 מילימעטער גאן מיטן ציייגן פאר די געריכט די פלי אפמאך אונטער וועלכע מאריס האט מודה געווען פארן געריכט אין זיין צוויייטע פראצעס אז ער האט געהאלטן די 357 גאן (לאפוקי פון די 9 מילימעטער)

געווענליך וואלט א געריכט נישט ערלויבט די פראקורארן פארצושטעלן אזא הודאה פרעזענטאציע פון מאריס צו מאכן זייער קעיס אקעגן העמפיל זינט לויט די זעקסטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע מוזן אלע עדות קענען אויסשטיין א קרייץ פארהער פון די אנגעקלאגטע און דא האט מען געוואלט פארשטעלן בלויז א רעקארדירטע ווערסיע פון מאריס אן די מעגליכקייט פון העמפיל אים אויסצופרעגן

די זעקסטע אמענדמענט שטעלט קלאר אז פראקורארן קענען נישט צייגן אין געריכט ווערטער וואס עדות האבן געלאזט פאלן אינדרויסן פון געריכט
(א שטייגער ווי פאר פאליציי, אדער אין אנדערע פראצעסן סיידן מען קען זיי אראפרופן אין אויספרעגן אין געריכט)

אלע זייטן זענען איינשטימיג אז ווען נישט א ספעציעלע ניו יארק געזעץ גערופן די "געעפנטע טיהר" (איבער מיר וועל באלד שרייבן) געזעץ וואלטן פראקורארן נישט געקענט צייגן פאר די געריכט די מאריס סטעיטמענט

פאר לאנגע יארן האבן געריכטן אויסגעטייטשט די זעקסטע אמענדמענט אויף זייער א באגרעניצטע וועג און די סטאנדארד איז געווען אז אין פאל וואס די דרויסנדיגע שטיקל עדות קלונגט איבערצייגנד און וואר קענען געריכטן יא קוקן אויף די עדות טראץ וואס יענער קען פאר סיי וועלכע סיבה נישט ערשיינען פאר א פארהער אבער אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט צוגעלייגט עטליכע מער פלייש צו די אויסגעמאגערטע זעקסטע אמענדמענט ביין און קלארגעשטעלט אז די פראקורארן קענען עס בלויז נוצן אויב די אנגעקלאגטער האט געהאט בעפאר די מעגליכקייט יענעם אויסצופרעגן און ער האט פארציכטעט דערויף

אבער די ניו יארקער געזעץ שרייבט אז אז אין פאל וואס דער אנגעקלאגטער איז דער וועלכע האט פון זיך אליין אויפגעברענגט א טעמע אדער דערמאנט אן דריטע פארטיי אלץ טייל פון זיין קעיס זיך ריינצואוואשן), דאן קען דער קטיגור יא "רעאגירן" און פרעזענטירן יענעם'ס ווערסיע אן זיין אראפגעבונדן יענעם אראפצוברענגן פאר א קרייץ פארהער דורכ'ן אנגעקלאגטן

אין אנדערע ווערטער האט די סטעיט געזעץ באגרעניצט די זעקסטע אמענדמענט רעכט פון קרייץ פארהער פאר בלויז עדות וועם די קטיגור איז די ערשטע
אויפצוברענגן אבער איינמאל עס איז די סניגור וועלכע האט עס צו ערשט ערווענט און פרובירט צו נוצן יענעם פאר זייער קעיס דאן האבן זיי דערמיט "געעפנט די טיהר" פאר די קטיגור צו גיבן צו הערן פאר די געריכט וואס זיי האבן אין באזיץ פון יענעם אן פאקטיש יענעם אראפברענגן פאר אן אויספרעג

ניו יארק אנערקענט אין די רעכט פון אנגעקלאגטע צו קענען פארלאנגען א קרייץ פארהער אבער שרייבט אז זיי מוזן אין אכט נעמען אז מיטן זעלבסט אויפברענגן א ווערסיע איבער עימיצער וועלכע קען פאטענציאל ווארפן א ליכט איבער דעם אנגעקלאגטן'ס שולד אדער אומשולד באדייט אז דער אנגעקלאגטער טוט פרייוויליג אויפגעבן אויף אט די רעכט און גיבן די גרינע ליכט פאר די פראקורארן צו צייגן ווי יענער זעלבסט מאכט סטעיטמענטס אין קאנפליקט צו די ווערסיע וועלכע דער אנגעקלאגטער האט געזאגט און דערנאך נוצן יענעם'ס סטעיטמענט צו העלפן באשולדיגן דעם אנגעקלאגטן אן די מעגליכקייט אז דער אנגעקלאגטער זאל יענעם אויספרעגן

די געריכט אין פאל פון העמפיל האט געאורטיילט אז מיט דעם וואס העמפיל האט ערווענט די נאמען פון מאריס און געזוכט אראפצואווארפן די שולד פון זיך און עס אנשמירן אויף מאריס האט עס געעפנט די טיהר פאר די פראקורארן אויפצושפילן אין געריכט די מאריס ווערסיע אן אראפברענגן מאריס פאר א פארהער

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס פון העמפיל און באהאנדלט די פראגע אויב די סטעיט געזעץ פון "געעפנט טיהר" איז אויסגעהאלטן לויט די זעקסטע אמענדמענט און עס קען זיין אינטערסאנט צוצוגעבן אז די איינציגסטע צוויי ריכטער וועלכע זענען געזיצן אויפן באנק ווען די 2004 למספרם אורטייל צו פארשטארקן די זעקסטע אמענדמענט רול איז ארויס און לעבן נאך היינט זענען ריכטער טאמאס און ברייער וועלכע זענען ביידע געווען טייל פון יענע מאיאריטעט אורטייל געשריבן דורך ריכטער סקאליא

געריכט איצט געאורטיילט 1-8 אין שטיצע פון העמפיל

די אורטייל געשריבן דורך ריכטערין סאטאמאיאר און טאמאס איז די איינציגסטע דערקעגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אויסצוהערן א היי פראפיל קעיס וועלכע קען זיין פון די סאמע גרעסטע אינעם איצטיגן סעסיע

די רעדע איז פון אן אנקלאגע אקעגן הארווארד יוניווערסיטעט פארן אנגעבליך דיסקרימינירן אקעגן אזיאנא אמעריקאנע מיט זייער סיסטעם פון בעפארצוגן אפליקאציעס פון אפריקענע אמעריקאנע

אן אורטייל אין די קעיס האט די מעגליכקייט צו ענדיגן די אפורמעטיוו עקשאן ערשיינונג אין יוניווערסיטעטן און אין קאלעדזשעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געוועזענע אלאסקא גאווערנאר און 2008 למספרם רעפובליקאנע וויצע פרעזידענט קאנדידאט סארא פעלין וועט זיך היינט אויסקריגן אין געריכט מיט די ניו יארק טיימס נאך וואס זיי באשולדיגט זיי אין באשמוצן איר נאמען ציען א שטריך פון איר קאמפיין זייטל צו א שיסעריי וועלכע האט געפירט צו פאטאליטעטן און פארוואונדעט צווישן אנדערן אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ווארפט אפ פארלאנג פון הויז מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי פארזוך אפצושטעלן די איינפיר פון ספיקער פעלאסי צו ערלויבן קאנגרעס מיטגלידער צו שטימען ווירטואל צוליב די ווירוס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”