דריי נייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט פון ביידען דיסטריקטס לעלאוטא, לאולער און מאלינארא זענען אויך דערקעגןאלטרא האט געשריבן:מעקארטי זאגט ער איז נישט אין שטיצע פון דעם געזעץ פארשלאגהכל הבל האט געשריבן:איינע פון די לעצט פארשפרעכונגען וועלכע מעקארטי האט צוגעזאגט פאר די קאנסערוואטיוון איידער זיי האבן אים געגעבן די נוטיגע שטימען צו ווערן ערוויילט אלץ ספיקער איז געווען ארויפצוברענגן אן אפשטימונג פון דזשארדזשיא קאנגרעסמאן באדי קארטער אויף די "יושר שטייער" פארשלאג
די פארשלאג רופט צו עלימינירן איינקופט שטייער, ירושה שטייער, סאושעל סעקיוריטי שטייער, קארפארעיט שטייער און אפילו שטייער אויף געשאנקען און עס איינטוישן מיט בלויז איין פעדעראלע סעילס שטייער
לויט ווי עס וערט געשאצט וועט אזא סעליס שטייער מוזן זיין א מינימום פון דרייסיג פראצענט אז דאס זאל דעקן די לאך פון אלע אנדערע שטייערן וועלכע וועלן מער נישט ווערן איינקאסירט
און די פלאן אדרעסירט די זארגן אז ארימע פארדינער וועלכע צאהלן נישט קיין איינקופט שטייער ביז איצט און וועלן אצינד ווערן באטראפן פון הויכע סעליס שטייערן אויף וויכטיגע פראדוקטן און רופט אז די רעגירונג זאל זיי צוריקצאלן און אזויגערופענע פריבעיטס
פרעזידענט ביידען ביי א רעדע מאנטאג האט אפגעשפיגלט די אלגעמיינע קריטיק וועלכע דעמאקראטן איבערן לאנד לאזן שוין הערן אקעגן די פלאן און ווארענט אז עס וועט העכערן פרייזן אין געשעפט פון עסנווארג ביז גאז און אלעס אינדערמיט
נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
וואס הייסט פארבאטן טיקטאק?אלטרא האט געשריבן:דזשאש האולי שלאגט פאר א געזעץ צו פארבאטן טיקטאק
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
פארבאטן פון האבן און נוצן. אסאך סטעיטס האבן שוין אזא געזעץ פאר רעגירונג ארבעטער אדער רעגירונג דעווייסעסיער האט געשריבן:וואס הייסט פארבאטן טיקטאק?אלטרא האט געשריבן:דזשאש האולי שלאגט פאר א געזעץ צו פארבאטן טיקטאק
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
האולי שלאגט פאר נאך א געזעץ צו פארבאטן קאנגרעס מיטגלידער און זייערע ווייבער פון טרעידן סטאקס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע פארזיצער דזשעימס קאמער פארלאנגט פון די אייגנטומער פון א גאלערי איבערצוגעבן אינפארמאציע איבער אנאנימע מאלעריי קויפונגען ארבונדן צו האנטער ביידען און קאמיוניקאציע מיטן ווייסן הויז
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מענשין שלאגט איצט פאר א ביל איינצופרירן די עלעקטעריק אויטאמאביל שטייער קרעדיט אויף ביז ווילאנד די ביידען אדמיניסטראציע אימפלימענטירט די פארשריפטן דעטאלירט אין די אינפלאציע רעדוקציע אקט ביל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יאנואר 25, 2023 11:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
שומער איז איינשטימיג מיט מעקאנעל אז קאנגרעס זאל גיין פתיחה מיטן פארשלאגן זייערע פלענער פאר די דאך העכערונג
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די זיצונג וואס דער פרעזידענט וועט האבן מיט זפיקער מעקארטי וועט ווארשיינליך פאסירן נאך איידער די סטעיט אוו די יוניאן רעדע געסקעדזשועלט אויף פעברואר 7 למספרם
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די קאנגרעס יורידישע קאמיטע וועט אפהאלטן איר ערשטע פארהער קומענדיגע וואך מיטוואך אום 10 אזייגער פארמיטאג און וועט זיין די ערשטע אין א סעריע צו אדרעסירן די צושטאנד ביים גרעניץ
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דעמאקראטן מערי סקענלאן, דזשאו נעגוס און טעריסא פערנאנדעזה וועלן סערווירן אויפן הויז רולס קאמיטע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הויז איבערזיכט קאמיטע באשטימט פארהער אויף פעברואר 8 למספרם איבער אנגעבליכע שריט פון סאושעל מידיא עקזעקוטיוון צו באגרעניצן פובליק צוטריט צו נייעס באריכטן איבער די האנטער ביידען לעפטאפ
געוועזענע טוויטער באאמטע וועלן אויפטרעטן
געוועזענע טוויטער באאמטע וועלן אויפטרעטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יאנואר 25, 2023 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סטעפאניק זאגט אז סיי די איבערזיכט און סיי די שפיאנאזש קאמיטעען וועלן פארשן די ביידען דאקומענטן סקאנדאל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
נאכפאלגנדיג א זיצונג צווישן די צוויי זאגט סענאטאר מענשין אז ספיקער מעקארטי האט זיך פארפליכטעט נישט פארצושלאגן סאושעל סעקיוריטי און מעדיקעיר שניטן אין זיינע געשפרעכן מיט פרעזידענט ביידען איבער העכערן די חובות דאך
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דעמאקראטישע סענאטארן דזשאן פעטערמאן און פיטער וועלש גייען באקומען זיצן אויפן אגריקולטור קאמיטע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
טון זאגט אז אלע האבן אפגעזאגט דעם אנבאטהכל הבל האט געשריבן:מיזרוי סענאטאר עריק שמידט האט אנגערופן סענאטארן טיליס און בלעקבוירן זיי צו פרעגן אויב איינע פון זיי וואלטן איינגעגאנגען אפצוטרעטן פון די יורידישע קאמיטע און אים איבערגעבן דאס פלאץ
בלעקבוירן האט דערווייל אפגעזאגט די אנבאט ערקלערנדיג אז זי איז די איינציגסטע רעפובליקאנע פרוי אויפן קאמיטע און וועט דעריבער בלייבן דארט
דאס מיינט אז מען דארף נאך טרעפן א קאמיטע זיץ פאר שמידט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
רעפובליקאנער ברייען סטעיל
בערי לאודערמילק
מארגען גריפיט
גרעג מורפי
סטעפאני בייס
מייק קערי
לאורעל לי
און ענטאני ד'עספאסיטא
וועלן סערווירן אויפן הויז אדמיניסטראציע קאמיטע

פעטערמאן'ס טישל איז ביים ווינקל פון די סענאט זאל מערקבאר איז א סקרין אינסטאלירט אויפן טישל וועלכע העלפט ארויס דעם סענאטאר אויפכאפן רעדעס און דעבאטעס אויפן פלאר ענליך צו דאס וואס ער האט גענוצט ביים דעבאטע
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אזויגערופענע "יושר'דיגע שטייער" פלאן גייט נישט אין ערגעץ.
אין עוד מלבדו
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעספרוי קארטעז זאגט אז די גרעסטע ביישטייערער צום דעפעציט איז די טראמפ שטייער שניטן
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ער האט ארויסגעלייגט דעם קליפ ווי ער לייגט עס אראפ.הכל הבל האט געשריבן:געהאלטן ווארט
קאנגרעסמאן סאנטאס האט געהאט פארשפראכן פאר רעפארטער אז ער וועט היינט האבן אן איבערראשונג פאר זיי
ווען סאנטאס האט זיך צוריקגעקערט פון ניו יארק צו זיין אפיס אין קעפיטאל האט אפגעווארט פאר די דזשורנאליסטן א שאכטל מיט פרישע פאנקן
זעהט אויס אז ער וויל פרובירן ווי ווייט די גדולה לגימה גייט..
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ריפאבליקאנע קאנגרעסלייט זאגן היינט אויף ניוז מעקס אז זיי וועלן מאכן א אויספארשונג אויף דירעקט טי ווי פארן אראפווארפן ניוז מעקס
האסט הנאה? געב א לייק
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן עדעם שיף וואס איז נארוואז געפלויגן מיט בזיונות, אנאנסירט מיט שטאלץ אז ער לויפט פאר פיינשטינס סענאט זיץ אין קאליפארניע.
האסט הנאה? געב א לייק
-
- שר האלף
- תגובות: 1858
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
פעטערמאן אליינס דארף עטליכע זיצן…הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע סענאטארן דזשאן פעטערמאן און פיטער וועלש גייען באקומען זיצן אויפן אגריקולטור קאמיטע
—
שכח הבל פאר דיינע אלע קלארע באריכטן דא און איבעראל
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
עס איז א קאמיטע אין וועלכע זייער אסאך זוכן זוכן זיך אריינצובאקומעןהכל הבל האט געשריבן:סענאטארשע סינעמא וויל א זיץ אויפן סענאט אפראפיעישאנס קאמיטע
מען הערט אז גערי פיטערס באקומט אן איינטריט קארטל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
וועלש באקומט א זיץ אויפן יורידישן קאמיטעהכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע סענאטארן דזשאן פעטערמאן און פיטער וועלש גייען באקומען זיצן אויפן אגריקולטור קאמיטע
אויך אויפן קאמערץ און רולס קאמיטעען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.