נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג מאי 14, 2021 10:51 am

ר' זעקל האט געשריבן:House Republicans voted 134- 46 to appoint Rep. Elise Stefanik (R-NY) as chair of the GOP conference, replacing Rep. Liz Cheney (R-WY), who was ousted this week.


ווער איז געווען די אפאזישן צו סטעפאניק?

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג מאי 14, 2021 11:26 am

גיי פארשטיי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:House Republicans voted 134- 46 to appoint Rep. Elise Stefanik (R-NY) as chair of the GOP conference, replacing Rep. Liz Cheney (R-WY), who was ousted this week.


ווער איז געווען די אפאזישן צו סטעפאניק?

טשיפ ראי, פון טעקסעס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מאי 19, 2021 3:58 pm

פעדעראלע קעפּיטאל פּאליציי אפיצירן האבן ארעסטירט א פערציג יעריגן פלארידע מאן וועלכער האט געטראגן מיט זיך א שווערד און זעקס שפּיזן נעבן עטליכע געביידעס פונעם סענאט אין וואשינגטאן די-סי. די פּאליציי זאגן אז זיי האבן ארעסטירט דעם פּארשוין שערמען מייקל ניומען נאכ'ן אים זען זיך דרייען פארדעכטיגט נעבן דעם קעפּיטאל קאמפּלעקס. דאס איז די לעצטיגסטע אין א סעריע אינצידענטן ארום דעם קעפּיטאל זינט דעם יאנואר 6 איבערפאל.

איד דעילי- פרייטאג

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מאי 19, 2021 4:10 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מוצאי שבועות תשפ"א

אין די צייט וואס פון קאנגרעס הערט מען אז עס איז מער-ווייניגער דערגרייכט געווארן א פארשטענדעניש איבער דאס פארמירן א קאמיסיע צו אויספארשן די יאנואר 6 אומרוען, הערט מען אבער עטוואס אן אנדערע טאן פונעם צוטיילטן סענאט.
רעפובליקאנע סענאטאר טשאק גרעסלי אויף די יעצטיגע פלאן פאר יאנואר 6 קאמיסיע: "זיי וועלן ברויכן פארברייטערן די אויספארשונג אויף צו דערגרייכן זעכציג [שטימען אין די סענאט]".
* * * *
סענאטאר ראי בלאנט אויף די קאמיסיע: "די קאמיסיע וועט אונז בלויז שטערן פון טוהן וואס מיר ברויכן טוהן ביי די קעפטאל פאליציי".
* * * *
אנדערע רעפובליקאנע סענאטארן -זשאן טון, מיט ראמני, מייק קראפאו- זענען אבער יא מער אפן צום קאמיסיעאין איר יעצטיגע אויסשטעל.

מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל היינט געמאלדן אז ער וועט נישט שטיצן דאס פארמירן א ספעציעלע קאמיסיע וואס זאל אויספארשן די קעפיטאל אומרוען.

די הויז איז ערווארטעט צו שטימען דערויף היינט שפעטער אין טאג.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך מאי 19, 2021 4:12 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סענאט מינאריטעט פירער מעקאנעל היינט געמאלדן אז ער וועט נישט שטיצן דאס פארמירן א ספעציעלע קאמיסיע וואס זאל אויספארשן די קעפיטאל אומרוען.

די הויז איז ערווארטעט צו שטימען דערויף היינט שפעטער אין טאג.

קעווין מעקארטי די לידער פון די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס האט אויך געמאלדן אז ער גייט עס נישט שטיצן.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 19, 2021 4:16 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מוצאי שבועות תשפ"א

אין די צייט וואס פון קאנגרעס הערט מען אז עס איז מער-ווייניגער דערגרייכט געווארן א פארשטענדעניש איבער דאס פארמירן א קאמיסיע צו אויספארשן די יאנואר 6 אומרוען, הערט מען אבער עטוואס אן אנדערע טאן פונעם צוטיילטן סענאט.
רעפובליקאנע סענאטאר טשאק גרעסלי אויף די יעצטיגע פלאן פאר יאנואר 6 קאמיסיע: "זיי וועלן ברויכן פארברייטערן די אויספארשונג אויף צו דערגרייכן זעכציג [שטימען אין די סענאט]".
* * * *
סענאטאר ראי בלאנט אויף די קאמיסיע: "די קאמיסיע וועט אונז בלויז שטערן פון טוהן וואס מיר ברויכן טוהן ביי די קעפטאל פאליציי".
* * * *
אנדערע רעפובליקאנע סענאטארן -זשאן טון, מיט ראמני, מייק קראפאו- זענען אבער יא מער אפן צום קאמיסיעאין איר יעצטיגע אויסשטעל.

מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל היינט געמאלדן אז ער וועט נישט שטיצן דאס פארמירן א ספעציעלע קאמיסיע וואס זאל אויספארשן די קעפיטאל אומרוען.

די הויז איז ערווארטעט צו שטימען דערויף היינט שפעטער אין טאג.

מעקאנעל פרובירט תשובה צו טוהן?....
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

גליק
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גליק » דאנארשטאג מאי 20, 2021 8:47 am

אריבער 252 צי 175

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פון אמעריקע » דאנארשטאג מאי 20, 2021 9:04 am

ווי קוקט עס אויס, וועט עס אריבערגיין אין סענאט?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

גליק
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גליק » דאנארשטאג מאי 20, 2021 9:11 am

פון אמעריקע האט געשריבן:ווי קוקט עס אויס, וועט עס אריבערגיין אין סענאט?

נישט גרינג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 12:09 pm

סענאטאר ריטשארד בור וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז אקעגן דאס אוועקשטעלן אן אומפארטייאישע קאמסיסע אויסצופארשן די איבערפאל אויפן קעפיטאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:06 pm

קאנגרעס האט היינט געשטימט צו באשטעטיגן א פרישע 1.9 ביליאן דאללער אין אויסגאבן פאר זיכערהייט ביי די קעפיטאל געביידע.

די אפשטימונג איז אדורך 213-212.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:08 pm

דריי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן - פרוי בוש, אומאר, און פרעסלי.

נאך דריי -קארטעז, באומאן, און טלאיב- האבן געשטימט בלויז "אנוועזענד".

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:10 pm

אין סענאט מוטשען זיך נאך דעמאקראטן צו טרעפן 60 שטימען דערפאר
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:12 pm

אין קאנגרעס איז עס אדורך 212-213 און צוגאב צו די דריי אנוועזנד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:13 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר ריטשארד בור וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז אקעגן דאס אוועקשטעלן אן אומפארטייאישע קאמסיסע אויסצופארשן די איבערפאל אויפן קעפיטאל

רוביא וועט נישט שטיצן א קאמיסיע סיידן מיט די מעגליכקייט צו פאררעכטן די ביל מיט אמענדמענטס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר ריטשארד בור וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז אקעגן דאס אוועקשטעלן אן אומפארטייאישע קאמסיסע אויסצופארשן די איבערפאל אויפן קעפיטאל

רוביא וועט נישט שטיצן א קאמיסיע סיידן מיט די מעגליכקייט צו פאררעכטן די ביל מיט אמענדמענטס

טומי נאכאלץ אומבאשלאסן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:15 pm

סענאט יורידישע קאמיטע היינט געשטימט צו פאראויסרוקן עטליכע פון די ערשטע געריכט נאמינאציעס ארויסגעשטעלט דורכ'ן פרעזידענט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר ריטשארד בור וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז אקעגן דאס אוועקשטעלן אן אומפארטייאישע קאמסיסע אויסצופארשן די איבערפאל אויפן קעפיטאל

רוביא וועט נישט שטיצן א קאמיסיע סיידן מיט די מעגליכקייט צו פאררעכטן די ביל מיט אמענדמענטס

טומי נאכאלץ אומבאשלאסן

מענשין האלט ווייטער אז עס איז דא א גאר גאר גוטע שאנס אז עס זאל אריבערגיין אבער קוקט אויס אומוויליג אז מען זאל טוישן די הויז ווערסיע זאגנדיג אז דעמאקראטן האבן שוין געמאכט עטליכע קאנצעסיעס ביים עס באשטעטיגן אין קאנגרעס
מענשין: וואס נאך ווילסטו?!

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט מוטשען זיך נאך דעמאקראטן צו טרעפן 50 שטימען דערפאר

מיינסט זעכציג לכאורה?
וידגו לרב בקרב הארץ.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:20 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט מוטשען זיך נאך דעמאקראטן צו טרעפן 50 שטימען דערפאר

מיינסט זעכציג לכאורה?

ריכטיג שוין פארראכטן

ייש"כ!

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פון אמעריקע » דאנארשטאג מאי 20, 2021 5:26 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דריי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן - פרוי בוש, אומאר, און פרעסלי.

נאך דריי -קארטעז, באומאן, און טלאיב- האבן געשטימט בלויז "אנוועזענד".


פארוואס איז די סקוואד דערקעגן?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 5:26 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר ריטשארד בור וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז אקעגן דאס אוועקשטעלן אן אומפארטייאישע קאמסיסע אויסצופארשן די איבערפאל אויפן קעפיטאל

רוביא וועט נישט שטיצן א קאמיסיע סיידן מיט די מעגליכקייט צו פאררעכטן די ביל מיט אמענדמענטס

טומי נאכאלץ אומבאשלאסן

מענשין האלט ווייטער אז עס איז דא א גאר גאר גוטע שאנס אז עס זאל אריבערגיין אבער קוקט אויס אומוויליג אז מען זאל טוישן די הויז ווערסיע זאגנדיג אז דעמאקראטן האבן שוין געמאכט עטליכע קאנצעסיעס ביים עס באשטעטיגן אין קאנגרעס
מענשין: וואס נאך ווילסטו?!

ראמני קווענקלט נאך און וויל טוישן די וועג ווער איז באפולמעכטיגט צו שטעלן שטאב צום קאמיסיע

מאמענטאהל נישטא קיין 60 סענאטארן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 5:28 pm

פון אמעריקע האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דריי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן - פרוי בוש, אומאר, און פרעסלי.

נאך דריי -קארטעז, באומאן, און טלאיב- האבן געשטימט בלויז "אנוועזענד".


פארוואס איז די סקוואד דערקעגן?

צוליב וואס זיי ווילן נישט בלינד פינאנצירן א געזעץ אינפארסירונג קראפט וועלכע איז טייל פון די ראסיזם פראבלעם לויט זיי אן איינשטעלן פונדאמענטאלע טוישונגען

פוילער
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 5:37 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט מוטשען זיך נאך דעמאקראטן צו טרעפן 60 שטימען דערפאר

פאר די קאמיסיע אדער פאר די 1.9 ביליאן?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 5:43 pm

פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין סענאט מוטשען זיך נאך דעמאקראטן צו טרעפן 60 שטימען דערפאר

פאר די קאמיסיע אדער פאר די 1.9 ביליאן?

די ספעציפישע תגובה איז פאר די געלט פאר די קעפיטאל פאליציי אבער די זעלבע איז אויך וואר מיט די קאמיסיע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Google [Bot], PetalBot, בן טוב, גוטע סחורה, געפרואווטער, הויעך, חיים יענקל, יענע װעלט, לא ימושו מפיך, פלעסטיק, פרעג און 34 געסט