די אייאווע קאקוסעס 1/3/08

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די אייאווע קאקוסעס 1/3/08

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא ווערט דער עולם געבעטן צו באריכטן די פאקטן, ציפערן און אנאליזן איסער די היינטיגע קאקוסעס וועלכע ווערן אפגעהאלטן דורך ביידע פאליטישע פארטייען אינעם סטעיט 'אייאווע'.

מיטן היינטיגען טאג האט זיך דער אפיציעלער פארמעסט צום ווייסן הויז, אדער 'בית לבן' (ע"ש של לבן הארמי, שמשם יוצא כל מיני רמאות דבר יום ביומו...) ווי טייל רופן איר, אויף די קומענדיגע פיר יאר, די אנקעטעס די לעצטערע צייטן האבן געוויזן גאר אן אינטערעסאנטער און שמאלער פארמעסט צוצוענדיג דער נייגער פונעם גאנצן לאנד אויף די רעזולטאטן.

ווי קול מבשר האט שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל, דורך איר 'קאך-לעפל' אנאליסט הרב ראלניצקי, זענען די פרינציפן פון אייאווע זייער אינטערעסאנט, געבנדיג א געלעגנהייט פאר אומפארטייאישע (אינדיפענדענט) וויילער אנטייל צונעמען אין די קאקוסעס (אגב פאר שפראך קענער, וואס באדייט די ווארט?) ווי אויך אז עס איז פארהאן א צווייטער טשויס אויסואל אויב דער געווינער ציעט נישט אן די נויטיגע פראצענט.

ומכאן הכרוז יוצא, אלע קרעטשמע מיטגלידער פון אייאווע ווערן געבעטן ארויסצוגיין אפגעבן זייער שטימע, דער עתיד פון די קרעטשמע איז געוואנדן אין דעם (אבאמא סטראשעט אפצושפארן די קרעטשמע בכלל, ווען האקאצקעציקער כ'מיין האקעבי וויל איר זייער איינצוימען), און פון די ק.נ.א. רעפארטערס דארט, בעטן מיר א גרינטליכע ריפארט ווי ס'האלט דארט.

החותם למען כבוד הקרעטשמע ותושביה

הק' יעקב דוב מיללער
חו"פ סקרענטאן פא.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ארום דריי אזייגער, האט אבאמא געהאלטן פאראויס מיט ארום איינס און אהאלב פראצענט העכער קלינטאן, און עדווארדס איז געווען דער דריטער, מיט אביסל נידריגער ווי קלינטאן.

אויף די רעפאבליקאנער זייט, איז הוקאבי געווען דער ערשטער און דענאך רמני, מעקעין.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איז דא ערגעץ, וואו מ'קענעס מיטהאלטן לייוו, פאר אנע געלט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך_הער האט געשריבן:איז דא ערגעץ, וואו מ'קענעס מיטהאלטן לייוו, פאר אנע געלט?

'פאר אנע געלט'? קעי מסתמא מיינסטו 'אנע געלט' (עס קאסט בחנם...)

פרוביר קול מבשר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וואטעווער איך מיין, אבער האסטעס נישט אינגאנצן ארויס, איך רעד פון זעהן, נישט נאר הערן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויב איך פארשטיי גוט פון די נייעס, האט אבאמא געוואונען ביי די דעמאראטן, און הוקאבי ביי די רעפאבליקאנער.

אצינד ווערן געבעטן אונזערע פאליטיקאנטן, אראפ צו געבן א מער קלארערע באריכט, שכוח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערט אויס שמעון'ען, ער זאגט גוט. ער אפדעיט זיך יעדע פאר מינוט מיט פרישע אנטוויקלונגען.

אין קורצן: מיין קאנדידאט (יא, איך בין לעצטנס געווארן אינגאנצן פארקויפט פאר אים - א לענגערע אפהאנדלונג לכשירחיב) מייק האקעבי, א געוועזענער גאווערנאר פון ארקענסאו (דערמאנט אייך פון קלינטאן? האקעבי זאגט אז קלינטאן איז בלויז געבוירן געווארן אין ארקענסאו, בעת ער איז דארט אויפגעוואקסן און אויסגעשטיגן), א געוועזענער גלח, א גוטער גאטאר שפילער (ווי ער האט געוויזן נעכטן אויף די דזשעי לענאו שאו), האט גאר שטארק אנגעצויגן אין די אייאווא קאקוסעס אויף די רעפובליקאנער זייט.

אין די זעלבע צייט האט רעבעצין קלינטאן געכאפט א שטויס פון אהונטער, אריינקומענדיג אונטער עדווארדס (דער דורכפאל פון א קאנדידאט) און שטארק אונטער אבאמא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען יישר כח פאר אלע אונזערע מיטגלידער אין אייאווע פאר'ן דערהערן דעם רוף, ווי אויך פאר די קארעספעדאנטן פון ק.נ.א., צום אלעם ערשט דער שעף-אנקאר קאסמא קרעמער, און דער רעפארטער איך-הער (נאכאמאזעל ער הערט, אזוי רעפארט ער כאטשיג.......)

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די אנאליזן.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

יוששש ציפט דעס, אזא מין שמאחס געוועזן פאר מיסיס קלינטער'קע.

שטעלט אייך פאר, מען רעדט ניטאמאל יצעט ווער עס ארויס מער נעכטן 'קלינטאן' צו 'אבאמא'.
נאר מען קוקט די חילוק וויפיל זי איז אפגערוקט פון דער אנדערע לא לנו מיטן רחמנות'דיגן געזיכט 'עדווארדס'
און אפילו דער 'עדווארדס' איז געווען אביסעלע העכער, טאקע מיט אפאר פוינט'ס אבער פארט העכער.

אבער באמת קעןן מען זיך נישט אינגאנצן אנהענגן מיטן נעכטיגער אויסלאז, ווייל באמת איז מער געוואנדן און 'ניו העמפשיר' איז אויב וועט דער 'אבאמא' ארויסקומען א געווינער פון 'ניו העמפשיר' דאן איז ער געוואונער. ער איז אזוי אויך גוט ארויס, ווייל אויף די דרשה וואס יעדער האט געזאגט נעכטן האט מען געקענט ארויס םפורן די אטעמספערא וויאזוי יעדער האט דאס אויפגענומען.

דהיינו:
אבאמא: איז געווען און פלאץ, גערעדט ווי א לידער. מיט א שטאלץ, אפילו עס אי זנאכניטש קיין זיכערע געווינס פאר אים'ן.

קלינטען: מיטן פאלשן פרויענישן שמיכככל איז געווען היבש שטארק באמאכט, איי זי קען דאך נאך רואיג ארויסקומען א געווינער, ווייל און 'ניו העמפשיר' איז זי היפש שטארק, אין אפילו שטערקער.

*

יצעט צוריק צו דער הוקעבי העמער זעהן וואס עס וועט זיך אויסלאזן. ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן, אויף א מענטש וואס געט א בלאז אריין מיט א שטארקן 'פאוער', קען אמאל זיין א שטארקער דורכפאחל, און נאכדערצו ווען 'זשוליאני' דער שטארקער קאנדידאט האט גאר א אנדערער סטראטעיגע.

ימים ידברו
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אינעם "קאך לעפל" אפטיילונג אויף קול מבשר איז יעצט דא א ברייטער אנאליז איבער די נעכטיגע קאקוסעס. זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

עמער ווארטן אויפן סופער טוסדעי, בלית ברירה...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ק.נ.א. ווייט-האוז רעיס אפדעיט, סאנ-דעי בא תשס"ח לפ"ק:

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז אויך די פארגאנאגענע שב"ק האט די קליינע סטעיט 'ווייאמינג' אפגעהאלטן קאקוסעס, ווי מיט ראמני איז ארויסגעקומען דער זיגער אויף די רעפובליקאנער זייט (זייער ווייניג פאבליסיטי ווערט געגעבן דערויף משום כמה סיבת שאכמ"ל, עי' בקול מבשר במכילתין ערך אינטערוויוס (3) אפשען קאך-לעפל (7).

אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן דורך ק.נ.א. אין וואשינגטאן הבירה, אז יוסף ביידען אין כריסתופר דאד, האבן זיך ארויסגעצויגן פונעם פרעזידענטליכער פארמעסט אויף די דעמאקראטישע זייט נאכ'ן נישט באווייזן אנציציען גענוג שטימען אין די פארלאפענע אייאעווע קאוקו-קאולעס.

איי-וויי (אייעווע-וויאמינג) ווי האלטן מיר אויף דער וועלט, יא דעם דינסטאג שנכפל בו יו-טוב וועט פארקומען די ערשטע פריימעריס אין די געגנט בעטלהעם ווי היימישע אידן האבן זייער קור-ארט אין די זומער חדשים, ווי אויך איבער די גאנצע שטאחט פון נייע-העמפשער.

צהלי ורוני יושבת ניו העמשפיער, כי גדול בקרבך הפריימעריס הראשונים!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”