נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

עפעס נייעס איז היינט געווען וועגן די זוהן. אוי איינער קען עס מסביר׳ן

vehicle sent by humans has reached the closest spot ever to the Sun, coming near enough to feel and see its solar winds. It has to defy temperatures of millions of degrees Fahrenheit and streams of plasma to get through.

NASA’s Parker Solar Probe has ventured within 5 million miles of the Sun, near enough to reveal the source of fast solar wind, which usually gets lost when the wind exits the Sun’s corona as a gust of charged particles. As it happens, Parker came just in time — right when these winds are the most active they’ve been in decades.

The Sun emits streams of high-energy particles, but they appear near the Sun’s poles so it doesn’t hit Earth. But every 11 years, the Sun flips its magnetic field, and these fields let loose in the solar system, with some of the fast solar wind reaching Earth. This can create havoc for an array of technology, such as GPS, telecommunications and other satellite-based tech which would be affected by severe solar winds.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

Subject: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 7:22 am
די רוסישע לונא-25 ספעיס שיפל וואס זי האט ארויסגעשיקט אנהויב חודש האט אריינגעקראכט אין די לבנה נאך אן 'אומגעפלאנטע סיטואציע' און איז געגאנגן א גאנג.

https://www.dropbox.com/scl/fi/04iyhee8 ... kr4pj&dl=0
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

Subject: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
ישראל_הלוי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 8:49 am
אינדיע'ס מיסיע צו די לבנה איז געקרוינט געווארן מיט הצלחה ווען די ספעיס שיף Chandrayaan-3 האט געלאנדעט אויף די לבנה אין די פארגאנגענע מינוטן. דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די רוסישע מיסיע איז אדורכגעפאלן.

פרעמיער מאודי האט מיטגעהאלטן די לאנדונג פון דרום אפריקע ווי ער געפינט זיך ביים בריקס סאמיט.

אינדיע ווערט דאס פערטע לאנד וואס האט אדורכגעפירט אזא מיסיע מיט סוקסעס.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אויפן לבנה? ווען איז געווען די לעצטע מאל עפעס האט געלאנדעט אויף די לבנה?
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ממה נפשך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:40 am
אויפן לבנה? ווען איז געווען די לעצטע מאל עפעס האט געלאנדעט אויף די לבנה?
דער חידוש פון טשאנדרעיאאן-3 איז מער אוואו ער האט געלאנדעט, דער איז אנגעקומען היפש נאנט צום דרום שפיץ (lunar south pole), דארט וואו די גלויביגע טוען גלויבן אז עס געפינט זיך דארט וואסער, אייז און שניי, אין די וועלט פון פלאנעטן איז א גרויסע רייץ צו אנקומען אהין, און צום ערשטן מאל וואס א מאשין לאנדעט נאנט צום דרום שפיץ.

ארטעמיס-3 ווען מענטשן וועלן לאנדן אויפן לבנה וועט דאס זיין ביים דרום שפיץ. (קרעדיט @ישראל_הלוי)
2.jpg
2.jpg (52.75 KiB) געזען 1973 מאל
Moon_South_Pole.jpg
Moon_South_Pole.jpg (351.34 KiB) געזען 1973 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יש הנאה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:04 pm

דער חידוש פון טשאנדרעיאאן-3 איז מער אוואו ער האט געלאנדעט, דער איז אנגעקומען היפש נאנט צום דרום שפיץ (lunar south pole), דארט וואו די גלויביגע טוען גלויבן אז עס געפינט זיך דארט וואסער, אייז און שניי, אין די וועלט פון פלאנעטן איז א גרויסע רייץ צו אנקומען אהין, און צום ערשטן מאל וואס א מאשין לאנדעט נאנט צום דרום שפיץ.

;l;p-
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אסטראנאמיקער זענען באזארגט איבער די שווארצע פלעקן וואס מען זעט אויפן פלאנעט 'נעפטון'

נאך צוריק אין 1989 איז שוין געקומען בילדער פון סאטאליטן איבער שווארצע פלעקן אויף נעפטון אבער זינט דאן האט מען כמעט נישט געהערט דערפון, איצטערט איז דא איין פלעק וואס איז שוין שטארק מערקבאר, און איז געשאצט צו זיין צווישן 6 ביז 9 טויזענט מייל גרויס, אבער אן קיין ערקלערונג וואס דאס קען זיין, איצטערט ווארט מען אויפן דזשעימס וועב צו ער קען כאפן א קלארן בילד וואס דאס קען מיינען

נעפטון איז גאר ווייט פון אונז און איז ממש די ווייטסטע פלאנעט פונעם זון (מיט אן אויסנאם פון פלוטו) און איז 2.6 ביליאן מייל ווייט פון אונזער וועלט.
מערקט רעכטס אויבן א שטארקן שווארצן פלעק
מערקט רעכטס אויבן א שטארקן שווארצן פלעק
Neptune.png (224.38 KiB) געזען 1609 מאל
solar system.jpg
solar system.jpg (34.1 KiB) געזען 1609 מאל
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

יש הנאה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:28 pm
אסטראנאמיקער זענען באזארגט איבער די שווארצע פלעקן וואס מען זעט אויפן פלאנעט 'נעפטון'

נאך צוריק אין 1989 איז שוין געקומען בילדער פון סאטאליטן איבער שווארצע פלעקן אויף נעפטון אבער זינט דאן האט מען כמעט נישט געהערט דערפון, איצטערט איז דא איין פלעק וואס איז שוין שטארק מערקבאר, און איז געשאצט צו זיין צווישן 6 ביז 9 טויזענט מייל גרויס, אבער אן קיין ערקלערונג וואס דאס קען זיין, איצטערט ווארט מען אויפן דזשעימס וועב צו ער קען כאפן א קלארן בילד וואס דאס קען מיינען

נעפטון איז גאר ווייט פון אונז און איז ממש די ווייטסטע פלאנעט פונעם זון (מיט אן אויסנאם פון פלוטו) און איז 2.6 ביליאן מייל ווייט פון אונזער וועלט.

Neptune.png

solar system.jpg
דאס איז פון די נייע כוכבי לכת ??
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אמור יאמר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 8:44 am
דאס איז פון די נייע כוכבי לכת ??
ניי פאר אונז מענטשן, עס איז אלט אזויווי אלע פלאנעטן, עס ווערט טאקע נישט דערמאנט צווישן די שבעה כוכבי לכת - הערשט מיט בלויז 177 יאר צוריק האט מען דאס אנדעקט.
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

יש הנאה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 9:25 am
אמור יאמר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 8:44 am
דאס איז פון די נייע כוכבי לכת ??
ניי פאר אונז מענטשן, עס איז אלט אזויווי אלע פלאנעטן, עס ווערט טאקע נישט דערמאנט צווישן די שבעה כוכבי לכת - הערשט מיט בלויז 177 יאר צוריק האט מען דאס אנדעקט.
בקיצר, דאס איז פון די וואס שטייט נישט אין די גמרא
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

יש הנאה האט געשריבן:
אסטראנאמיקער זענען באזארגט איבער די שווארצע פלעקן וואס מען זעט אויפן פלאנעט 'נעפטון'
האב איך געטראפן א בלאט אויף וויקיפידיע איבער דעם, כידוע אויף וויקיפידיע איז דא א הסבר אויף אלעם...
https://en.wikipedia.org/wiki/Great_Dark_Spot
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

היינט פארטאגס האט נאסא ארויפגעשיקט 4 אסטראנאטן צו די אינטערנעשאנעל ספעיס סטעישאן ISS. די מיסיע איז דורכגעפירט דורך די ספעיס עקס Crew Dragon ספעיס שיף גערופן Crew 7, דאס איז געווען די צווייטע רייזע מיט דעם ספעציפישע ספעיס שיף.

אלעס אינאיינעם האט שוין ספעיק עקס 11 מאל ארויף געשיקט אסטראנאטן צום ISS, נאך וואס פאר 10 יאר פון 2011 האט אמעריקע געדארפט צוקומען צו רוסלאנד דאס צו טון.

די וועג אריין צום שיף אויפן שפיץ פונעם ראקעט
Screenshot_20230826-225819.jpg
Screenshot_20230826-225819.jpg (353.31 KiB) געזען 1311 מאל
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

האט איר געזען נעכטן א גאלף קאר אויף די לבנה? ניין איר האט נישט געחלומט...
Pragyan.png
Pragyan.png (396.08 KiB) געזען 1045 מאל
בילד
טשאנדרעיאאן-3 א מיסיע פון אינדיע אויף די לבנה, האט געהאט מיטגענומען א ראווער מיטן נאמען 'פּרעגיאן' און פרעגיאן איז אין די נייעס; קודם שמייסט ער סתם אויפן לבנה נישט צו ווייט פונעם דרום שפיץ א פלאץ וואו ערד מענטשן האבן נאכנישט זוכה געווען צו אראפלייגן א פיס אהין, אט האט איר א בילד ווי פרעגיאן איז שיעור נישט אריינגעפאלן אין א שוחה עמוקה;
_Navgation_Camera.png
_Navgation_Camera.png (224.07 KiB) געזען 1045 מאל
דערנאך האט ער געפינען אסאך מיניראלן אין יענער געגענט ובתוכם האט ער געפינען 'סאלפער' [שוועבל/גפרית] צום ערשטן מאל אויפן לבנה (הגם מען האט שוין יא אנגענומען אז איז שוין דא סאלפער אויפן לבנה, עכ''פ האט מען יעצט באשטעטיגט אז עס איז דא אויך ביים דרום חלק) דער פרעגיאן זוכט אצינד אויף אויב מען קען טרעפן היידרעדזשין אויפן לבנה.
סאלפער/שוועבל
סאלפער/שוועבל
Sulfur.jpg (279.71 KiB) געזען 1045 מאל

אגב; אויב איינער וויל וויסן ווילאנג מיר ווייסן שוין אז עס איז דא סאלפער אין ספעיס זאל כאפן א בליק אין בראשית י''ט כ''ד [וה' המטיר על סדם ועל עמרה גפרית ואש מאת ה' מן השמים]
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

Chandrayaan-3_Pragyan_rover.png
Chandrayaan-3_Pragyan_rover.png (224.11 KiB) געזען 1036 מאל
2.jpg
2.jpg (321.83 KiB) געזען 1036 מאל
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

שכח @יש הנאה זייער שיינע באריכטן!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח יש הנאה!

איך בין נייגעריג צו ביי אזא מיסיע ארבעט נאסא מיט די אנדערע לענדער אדער יעדע לאנד פאר זיך הייבט אן פון א' און נאסא גייט דאס אלעס עקסטער דארפן שטודירן (כ'גלייב זיי האלטן שוין אסאך ווייטער, אבער דאס אראפשטעלן א מעשים דארט האבן זיי נאכנישט)
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ממה נפשך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:10 pm
איך בין נייגעריג צו ביי אזא מיסיע ארבעט נאסא מיט די אנדערע לענדער אדער יעדע לאנד פאר זיך הייבט אן פון א' און נאסא גייט דאס אלעס עקסטער דארפן שטודירן
איך האב אויך דעם פראגע, קיין קלארע ענטפער איז לכאורה נישטא

ביי יפא, עליענס, מאדנע איבערלעבענישן, וועט קיינער נישט מיטיילן

לאידך גיסא ברעכעדיגע נייעס וועט יעדער מיטטיילן

טא בלייבט איבער די 'קליינע טריט פארשונגען' וואס מען קען דן זיין

אגב אפיציעל הערשט א שטארקע אחדות אין ספעיס סיי טעכניש און סיי מיט אינפארמאציע, ביים ארטעמיס פראגראם ארבעטן מיט א שיינע צאל לענדער.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ממה נפשך האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:57 pm
היינט פארטאגס האט נאסא ארויפגעשיקט 4 אסטראנאטן צו די אינטערנעשאנעל ספעיס סטעישאן ISS. די מיסיע איז דורכגעפירט דורך די ספעיס עקס Crew Dragon ספעיס שיף גערופן Crew 7, דאס איז געווען די צווייטע רייזע מיט דעם ספעציפישע ספעיס שיף.

אלעס אינאיינעם האט שוין ספעיק עקס 11 מאל ארויף געשיקט אסטראנאטן צום ISS, נאך וואס פאר 10 יאר פון 2011 האט אמעריקע געדארפט צוקומען צו רוסלאנד דאס צו טון.

די וועג אריין צום שיף אויפן שפיץ פונעם ראקעט

Screenshot_20230826-225819.jpg
גאנץ אסאך שיפן געפארקט ביים 'איי עס עס' [שוין געווען אמאל זעקס]
ISS.jpg
ISS.jpg (91.4 KiB) געזען 666 מאל
Dragon spacecraft.jpg
Dragon spacecraft.jpg (394.38 KiB) געזען 666 מאל


איצטערט זע איך אז 'Crew 6' איז צוריק געקומען, איז עס מיטן זעלבן קאפסיל? [אוי איז עס אפגעברענט! מערקט די סימבאל פון @אבימלך איז געבליבן גאנץ...]

קעפל: אבימלך׳ס נייעס טישל!
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:46 pm
פיר אסטראנאטס האבן זיך אומגעקערט צו דער ערד קוגל היינט אינדערפרי נאך א זעקס מאנאטן מיסיע צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די גרופע האט געלאנדעט מיט א פּאראטשוט אין די אטלאנטיק אקעאן נעבען די פלארידא ברעג אין א ספּעיסעקס קאפּסלבילד
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דאס מיינט וויפיל חברה זענען דארטן אויף איין מאל?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:05 pm
דאס מיינט וויפיל חברה זענען דארטן אויף איין מאל?
געווענליך ארום 7 אסטראנאטן אויפאמאל. אבער ביים טוישן שיפטס (יעדע האלבע יאר בערך) קען זיין מער.

די מערסטע צאל אסטראנאטן וואס זענען געווען אינעם ספעיס סטעישאן אין די זעלבע צייט, איז געווען 13 אין יאר 2009.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איבער די פארגאנגענע 4 חדשים זינט די פריערדיגע ערשטמאליגע און סעמי סוקסעספולע לאונטש פונעם Starship, האט ספעיס עקס אריינגעארבעט אויף אסאך פראנטן צו פאררעכטן און זיך צוצוגרייטן צום קומענדיגע שטאפל.

צווישן אנדערע האבן זיי:

1) אינסטאלירט א גענצליך נייע וואסער סיסטעם וואס קען שפריצן אזויפיל ווי 350 טויזענט גאלאנען וואסער אויפאמאל בשעת די 33 מאטארן צינדן זיך אן, כדי צוריקצוהאלטן דעמעדזש פונעם לאונטש פעד אין פונעם ראקעט אליינס.

ביים טעסטן די נייע וואסער סיסטעם:
Screenshot_20230906-090516.jpg
Screenshot_20230906-090516.jpg (233.5 KiB) געזען 4994 מאל

2) פארראכטן די לאונטש פעד וואס האט זיך אביסל צובראכן פון די שטארקייט פון די 33 מאסיווע מאטארן.

פאררעכטונג ארבעטער ביים צובראכענעם לאונטש פעד:
Screenshot_20230605_220617_Chrome.jpg
Screenshot_20230605_220617_Chrome.jpg (141.3 KiB) געזען 4994 מאל

3) צווישן אנדערע "well over 1000 changes" וואס זענען געמאכט געווארן אויפ'ן Starship אליינס, איז איינס דערפון צו אדרעסירן די עיקר פראבלעם פונעם אפריל קראך, וואס דאס איז דאס נישט קענען אפטיילן די שיף פונעם ראקעט.

אין א סטרוקטואלע רידעזיין, האבן זיי צוגעלייגט א גאנצע עקסטערע חלק מיט פענסטערס ביי די צעשיידונג פונקט פון די צוויי, צוצוהעלפן צו א רואיגע צושיידונג:
Screenshot_20230906-092451.jpg
Screenshot_20230906-092451.jpg (165.6 KiB) געזען 4994 מאל

למעשה אבער, האלט די FAA אינמיטן די אינוועסטיגעישאן און ספעיס עקס דארף באקומען רשות פון זיי בעפארן ארויפשיקן נאך א טעסט שיף.

דאס איז פון מאסק נעכטן אין א טוויט:
Starship is ready to launch, awaiting FAA license approval
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח @יש הנאה און @ממה נפשך פאר די קלארע באריכטן
(בפרט אז די אודיענץ דא איז קלענער ווי ביי אנדערע נייעס, אבער די וואס זענען אינטערעסירט גלייכן עס שטארק )
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דער איז גרייט פארן רייזע, ער ווארט נאר צו באקומען רשות.

דא זעט מען דעם ראקעט גערופן Booster 9 אויפן לאונטש פעד, און דערויף ליגט די 25'טע ווערסיע פונעם Starship גערופן Ship 25.

Screenshot_20230907-090041.jpg
Screenshot_20230907-090041.jpg (252.39 KiB) געזען 4548 מאל

לעצטע וואך האט מען געטעסט די ראקעט ענדזשינס גערופן Static fire test, דאס הייסט אז מ'צינדט אן אלע מאטארן נאר מ'לאזט אים נישט ארויפפליען. אלע 33 מאטארן האבן זיך אנגעצינדן ווי געפלאנט. אין קאנטראסט, ביי די פריערדיגע טעסט האבן זיך נאר 29 מאטארן אנגעצינדן.

ווי אויך איז געווען א טעסט אויף די 6 מאטארן פונעם Starship אליינס, וואס דאס ווערט גענוצט דארט אויבן נאכן זיך אפטיילן פונעם ראקעט. דאס איז אויך געווען א סוקסעס.

ווי אויך איז געווען א טעסט אויף די פרעשוריזעשאן, און אויף די וואסער סיסטעם ווי געשריבן.

נו שוין, לאמיר זען צו דאס מאל וועט דער יוצר המאורות און מסדר את הכוכבים יא געבן רשות פארן גוי זיך אומצוקוקן דארט אויבן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טענקס פאר אונזערע אויסערוועלטליכע ריפארטער’ס, עס איז א פארגעניגן צו לעהזן אייערע באריכטן.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

טענקס פאר די שיינע גאר קלארע באריכטן!

אויב געלונגט עס, וואס איז די פלאן, קיין וואו גייט ער, וואס גייט זיין די נעקסטע סטעפ?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”