נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די NOAA סאטעלייט'ס האבן אויפגעכאפט פון ספעיס די מאסיווע פייערווארקס שאו היינט...

(National Oceanic and Atmospheric Administration)

https://www.dropbox.com/s/5xcyflonzwfdp ... 2.mp4?dl=0
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

ווי עס קוקט אויס איז דער בחור אריין אין פאניק נאך וואס א פראבלעם מיט די צוטיילונג פון די צוויי חלקים [two stages] און דאס האט אויסגעקלאפט אויפן בחור זיך צו ספינען און פארלירן קאנטראל בלית ברירה האט מען אפגעטיילט דעם סטארשיפ-שיפל פונעם ראקעט און דערנאך אויפגעריסן אזויווי @טאשדי האט געשריבן

און ווי זיך געראכטן האט SpaceX דערקלערט א הילעכיג'ן סוקסעס אז דער מאנסטער האט זיך געהויבן אין די לופטן אזש אז זיי זאגן אז זיי ווילן שוין שיקן מענטשן דערויף קיין ספעיס [LEO] ביים ענדע פון היי יאר [נאר זיי ווייסן נאכנישט וויפיל דער פראבלעם פון די קאנעקשאן אישו וואס האט היינט פאסירט וועט אויפהאלטן מיטן פלאן]

מאסק קוקט אויך אויס ווי זיין אייגענע חיזוק איז אריין אין אים און ער זאגט אז ער איז שטארק צופרידן פון דער היינטיגער טעסט פלייט און ער זאגט אז ער איז גענוג צופרידן אז דער גאנצער Launch Pad platform איז נישט געווארן קיין בר יוחאי פייער

''סוקסעס איז נישט עפעס וואס דו האסט געוואלט עס זאל געשען'' ערקלערט מאסק, ''עס קען אונז נאך קאסטן אפאר שטויסעס ביז מיר וועלן זען דעם פראיעקט פארטיג''

עס מוז אויך באטאנט ווערן אז כאטש דאס איז טאקע גאר א שטארקע ראקעט דאך טוט מאסק שטארק פאוקסן אויף די ביליגקייט פונעם ראקעט און דאס קענען איבערנוצן [א חלק פון זיין חלום (וי''ג חולם) צו מאכן דאס רייזע קיין ספעיס פאר שפאט ביליג אנדערש העט ער נישט האבן קיין יושבים אויף מארס] וואס איך מיין ארויסצוברענגען אז מען זאל פארשטיין אז נאך אלעם איז דער סטארשיפ געבויעט מיט ביליגע מאטריאל און איז נאך אלץ א שפילצייג.
לעצט פארראכטן דורך בן איש חי אום דאנערשטאג אפריל 20, 2023 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ער האט געמאכט א מאסיווע ארבייט.. היסטאריע!
עס איז די גרעסטע מאנסטער וואס די וועלט האט נאר אמאל ארויפגעשאסן קיין ספעיס.. נאכנישט געווען אזוינס קיינמאל.. זייער אסאך סייענטיסטן האבן געהאלטן אז ס'איז פשוט נישט מעגליך אויפצוהייבן אזא בנין און שיקן קיין וואטעווער.. דער איז געפארן פיין..

נישט פארגעסן, די סטארשיפ האט שוין געהאט עטליכע אויפרייסן דורכאויס די טעסטינג.. און דאס זעלביגע האט פאסירט מיט זיין פאלקאן ניין וואס ער נוצט צו שיקן מענטשן צום ספעיס סענטער.. עס נעמט צייט מיט טעסטינג.. חילוק פון אילאן מאסק מיט די אנדערע כעוורע, אילאן גלייבט אין לעטס מעיק איט ווארק פוירסט, און נאכדעם וועלמיר זיך שפילן דערמיט עס מאכן בעסער.. משא''כ די אנדערע קאמפעניס וואס האבן געבויעט ראקעטן, האט גענומען יאאאארן, און אויך שרעקליך טייער, און קיינמאל נישט געהאט די גאטס צו טשעלענדזשן סייענס און טראכטן קריטיקל.. דער מאסק ווען ער האט די ערשטע מאל געשיקט דעם סטארשיפ אין די הייעך און געמאכט דעם בעלי פלאפ, האט ער אריינגעלייגט און בא'ערדיגט א שיינע צאל סייענטיסטן וואס האבן געשריגן חי וקיים סאיז נישט מעגליך ער זאל קענען טוהן אזוינס.. ער האט זיך נישט דערשראקן, און ער האט באוויזן וואס קיינער האט נישט געחלומט ער גייט קענען באווייזן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

סאיז אינטערסאנט צו זען די גרויסקייט פונעם סטארשיפ אין קאמפעריסאן צו אנדערע באקאנטע ראקעטן.
Screenshot_20230420-184013_Chrome.jpg
Screenshot_20230420-184013_Chrome.jpg (126.3 KiB) געזען 7135 מאל

ס'איז אינטערסאנט צוצוברענגען וואס איז געווען באריכטעט אין 2018 איבער די מאסיווע פלענער פונעם נייעם סטארשיפ, אריגינעל גערופן BFR - Big Falcon Rocket...
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 9:29 am
די נעקסטע סטעפ אין ספעיס עקספלארעישאן דורך ספעיס עקס איז די BFR - ביג פעלקאן ראקעט, דאס איז געפלאנט צו זיין א מאסיווע ראקעט.

אריגינעל האט ספעיס עקס שוין געפלאנט צו שיקן מענטשן קיין ספעיס מיט די פעלקאן העווי, אבער לויט די יעצטיגע מצב קוקט ענדערש אויס אז די BFR וועט דאס דערגרייכן.

די BFR איז א דזשייענט 2 סטעידזש ראקעט, געפלאנט 157 פיס לאנג און 29 פיס ברייט. עס וועט האבן 31 ענדזשינס אנשטאט די 27 פון פעלקאן העווי. עס איז דעזיינט צו טראגן 3 סארטן פעילאודס: מענטשן, קארגא און גאזאלין fuel. מיט דעם וועט עס קענען דינען צו טראגן מענטשן, געפעק (אזויווי די יעצטיגע ראקעטס) און אויך אלס א ריפיולינג פאר אנדערע ספעיס שיפן. לויטן פלאן וועט עס זיין גרייט אויף ענדע יאר 2019. (דערמאנונג: פעלקאן העווי איז געווארן אפגעשטיפט מיט אפאר יאר פון די אריגינעלע טיימליין...)

לויט וואס מ'עקספעקט דערפון וועט עס דארפן קענען הענדלען א ברייטע רעינדזש פון ספידס: subsonic, transonic, supersonic, and hypersonic (נישט קלאר די חילוקים אבער ס'הערט זיך גוט...).

איינס פון די אינטערעסאנטע פלענער דערפון איז, אז מ'וועט אויך קענען פארן דערמיט "לאקעל". וויבאלד ספעיס עקס ראקעטס קענען לאנדן אויך, וועט עס ארויספארן פון נוי יארק און א האלבע שעה שפעטער לאַנדן אין לאָנדאן.

צוזאמען מיט די BFR בויט ספעיס עקס אויך א שפאגל נייע לאונטש פעד אין טעקסעס, דאס מיינט אז זיי וועלן שוין נישט זיין אזוי אנגעוויזן אויף די ליעס פון נאסא'ס לאונטש פעדס.

די BFR איז א מעכטיגע סטעפ אהעד אין שיקן מענטשן צו ספעיס און בכלל אין ספעיס עקספלארעישאן.

בלייבט איבער אויסצופירן: ונראה מה יהיה חלומותיו...
עמיחי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 9:24 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיחי »

Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:59 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:56 am
די לאונטש טיעם האבן זעלבס פארניכטעט דעם ראקעט, נאכן באשטעטיגן אז עטליכע מאטארן האבן זיך נישט אנגעצינדן געהעריג.

ספעיסעקס האט אזא סיסטעם אויף די קלענערע פאלקאן 9 סיסטעם אויך. אין אזא פאל שטויסט די ראקעט אוועק דעם קאפסול (סטארשיפ) בעפאר׳ן באגיין זעלבסמארד. (מידפלייט עבארשן.)
איז דאס די סיבה אז סהאט גענומען לאנגע 5 (+3 פון פאר ס געגאנגען פון - צו +) סעקונדען פארן מאנסטער זיך אינטערצוהייבן ?
נאר 3 האבן זיך נישט אנגעצינדן גלייך, און נאך 3 האבן זיך הערשט שפעטער פארלאשן.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

סטארשיפ האט זיך סוקסעספול געהויבן נאכן באקומען א "האלד" ביי T-40 פון בערך א מינוט, צוליב וואס די לעצטע מינוטיגע טשעקס האבן נאך געדארפט אביסל צייט. די לאונטש ווינדאו איז בערך 60 מינוט ממילא איז עס בכלל נישט געווען קיין צייט פראבלעם.

איינמאל אלעס איז געווען מסודר, האבן זיך די 34 מאטארן אנגעצינדן און דער בחור האט זיך אויפגעהויבן. מ'דארף געדענקען אז די גרעסטער ראקעט וואס ספעיס עקס האט שוין אמאל אויפגעהויבן - דער פעלקאן העווי - האט געהאט 27 מאטארן און איז בערך צוויי דריטל די סייז פונעם יעצטיגן ראקעט. ממילא דאס אז די ראקעט האט זיך אויפגעהויבן מיט נישט קיין סאך מער קראפט און האט נישט אויפגעריסן אויפן לאונטש פעד איז א מאסיווע סוקסעס און ס'ווייזט אז דער נייער געבויטער פעד ספעציעל פאר סטארשיפ איז גוט אהערגעשטעלט און ס'קען פארטראגן די פרעשור און ווי אויך אז אזא גרויסע בנין קען זיך הייבן אין די לופט מיט די פאטענציאל צו אנקומען גאר ווייט.

גלייך נאכן זיך הייבן קען מען זען אויף די ווידעאס ווי ספליט פונקען פון אונטן פון די ראקעט ווען 6 מאטארן האבן אויסגעברענט, דער איז אבער ווייטער געפלויגן ווי גארנישט.

איינמאל ס'איז אנגעקומען ארויס פונעם אטמאספער האט זיך די ראקעט אנגעהויבן איבערדרייען ארום און ארום ווען א מינוט איז די שפיץ צום הימל און א מינוט צו די ערד (ווי א מיסיל, וואס זאל קיינמאל פאסירן), אין יענע מינוטן האט מען געזען אז ס'איז דערנאך מיט דעם רייזע, דאן האבן די ספעיס עקס אינדזשענירן אקטיוויזירט די "פלייט עבארט" פונקציע, וואס איז געמאכט אין פאל וואס עפעס גייט ראנג מיטן ראקעט אדער מיטן סטארשיפ אליינס וואס דארף אפטיילן די מענטשן פון אינעווייניג אוועק פונעם פראבלעמאטישע ראקעט, און ביידעַ, סיי די ראקעט און סיי "סטארשיפ" זענען פארניכטעט געווארן דארט אויבן. (נישט זיכער צו די צווייטע חלק פון ראטעווען די אסטראנאטן איז אויך געווארן געטעסט און וויאזוי ס'ארבעט)

דא קען מען זען דעם ראקעט מיטן נאז אראפ, ווי אויך קען מען באמערקן די זעקס מאטארן וואס ארבעטן נישט.

IMG-20230421-WA0000.jpg
IMG-20230421-WA0000.jpg (59.86 KiB) געזען 6919 מאל

פון די וואס זענען געווען אין די געגנט ביז 6 מייל ארום זאגן אז מ'האט געהערט זייער א הויכע גערודער און דער ערד האט זיך ממש געשאקלט. דאס איז זייער שטארק קעגן וואס א געהעריגע ראקעט שפירט. אויך זאגן געוויסע אז מ'האט געקענט טרעפן שטיקלעך ברוכווארג וואס איז נישט אינגאנצן פארברענט געווארן נאר אראפגעפאלן צו די ערד, דאס קוקט שוין אויס ווי א שטיקל סכנה.

דא קען מען זען אביסל שאדן וואס איז יא געשען צום לאונטש פעד, ווי א חלק פון די צעמענט איז געווארן אויסגעריסן בשעת'ן ארויפשיסן.

IMG-20230421-WA0001.jpg
IMG-20230421-WA0001.jpg (151.72 KiB) געזען 6919 מאל

סאיז זיכער אז די נעכטיגע לאונטש וועט פארשריבן ווערן אין היסטאריע אלס א גרויסע טריט פאראויס אין ספעיס עקספלארעישאן און טעכנאלאגיע.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6257
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

ממה נפשך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:28 pm
זייער קלאר! יישר כח
Lakeview Estates
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 1:29 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lakeview Estates »

Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:55 am
אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:51 am
מיט מענטשען?
נעעעעהההה.
א שאד...😜
דער אילן וואלט דארט געענדיגט זיין קאריער...
(דזשאסט קידדינג)
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פון אן אנדערע פערספעקטיוו איז די סטארשיפ טעסט לאונטש לויט געוויסע געווען א דורכפאל.

אויב קוקט מען אויף ספעיס עקס היסטאריע פון טעסטן פרי און טרעפן שנעל אישוס און פאררעכטן, קוקט עס אויס צו האבן געגאנגען אין דעם דירעקציע, אבער אויב קוקט מען אויף די רעזולטאטן פון פריערדיגע טעסטס, דארפן זיי ווען האלטן אסאך ווייטער.

למשל, די קרא דרעגאן וואס איז שוין אין באנוץ צו פירן אסטראנאטן צו די ISS, האט אפאר מאל געקראכט אין די פריע שטאפלען, די סטארשיפ אליינס האט שוין געקראכט צוויי מאל אויף פריערדיגע ווערסיעס, דאס וואלט זיי געדארפט געבן אסאך דאטא און געדאנקען פון וויאזוי צו האנדלען אזאלכע פראבלעמען.

עקסטער, די אויפרייס איז לכאורה געווען וויבאלד די ראקעט האט זיך נישט געוואלט אפטיילן פון די סטארשיפ, וואס דאס דארף געווענליך געשען נאכן ארויסגיין פון די ערד'ס אטמאספערע, און פון דארט און ווייטער דארף די סטארשיפ זיך אליינס מענאווערן אנעם ראקעט. די סטארשיפ אליינס האט אויף זיך 6 מאטארן וואס ווערן אקטיוויזירט איינמאל די ראקעט איז אפגעטיילט, דריי זיך צו שטופן מער צו ספעיס און נאך דריי ספעציעל צו נוצן ווייטער ארויף אין די וועקיום פון ספעיס. אבער מיטן אויפרייס פון ביידע סיי די ראקעט און סיי סטארשיפ, האבן זיי פארלוירן די געלעגנהייט צו טעסטן סיי וואס אויפן סטארשיפ אליינס, וואס דאס איז א מאסיווע געלעגנהייט פארלוסט. ווי אויך אין פאל פון עמוירדזשענסי דארף זיך די סטארשיפ אפטיילן פונעם ראקעט כדי צו ראטעווען די אסטראנאטן, דאס איז אבוויעסלי אויך געווען א דורכפאל.

א מעגליכע סיבה פארוואס די צוויי האבן זיך נישט אפגעגעטיילט ווי געפלאנט איז די פראבלעמאטישע מאטארן, וואס וויבאלד ס'האט זיך נישט אויסגעלאשן אין צייט, האבן זיי ווייטער צוגעשטופט די ראקעט צום סטארשיפ צוריקהאלטענדיג א צושיידונג.

דא קען מען זען די לאונטש פעד, אויף דעם די ראקעט (פירסט סטעידזש) און אויף דעם די סטארשיפ (סעקאנד סטעידזש). [בילד פון וויקי].
Starship_full_stack.jpg
Starship_full_stack.jpg (185.99 KiB) געזען 1895 מאל
ווי דערמאנט, האט מען געבויעט א ספעציעלע לאונטש פעד פארן סטארשיפ גערופן Starbase. די נייע לאונטש פעד איז אינגאנצן אנדערש פון די פריערדיגע וואס האבן אלע א מעכאניזם וואס הייסט "פלעים דייווערטער", דאס טוט צושפרייטן די פלאמען און רויעך אוועק ווי ווייטער פונעם ראקעט אז ס'זאל נישט געשעדיגט ווערן, משא"כ די יעצטיגע האט דאס נישט נאר איז ענדערש געבויעט ווי א פלאטפארמע אינטערגעהויבן אויף דיקע שטאנגען. לכאורה צוליב דעם איז די ערד פלאך אינטער דעם צובראכן געווארן, און ס'איז שטארק מעגליך אז דאס - די שטיקער ברוכווארג - האט אפעקטירט די 6 מאטארן ברענגענדיג די ענדגילטיגע אויפרייס נאכן זיך נישט קענען אפטיילן ווי דערמאנט.

דא קען מען זען אביסל די דעמעדזש וואס די לאונטש פעד האט אריינבאקומען בשעת'ן זיך הייבן, מערקט אפילו די טאנקען זענען צוקוועטשט געווארן.
2ASREKQIYGXZDYPHIIWFXKSNIU.jpg
2ASREKQIYGXZDYPHIIWFXKSNIU.jpg (127.71 KiB) געזען 1895 מאל
main-qimg-88e60580d3e18ee865a9193eba5efbdb.jpeg
main-qimg-88e60580d3e18ee865a9193eba5efbdb.jpeg (84.81 KiB) געזען 1895 מאל

די FAA האט גלייך געעפענט אן אינוועסטיגעשאן צו זען וואס האט דא פאסירט, לכאורה וועט דאס נישט אזוי שנעל נאכאמאל פליען, חוץ אויב זיי לייגן אריין אסאך טוישונגען.

א טאג נאכן לאונטש האט מאסק געטוויט די פאלגענדע:
“3 months ago, we started building a massive water-cooled, steel plate to go under the launch mount. Wasn’t ready in time & we wrongly thought, based on static fire data, that Fondag would make it through 1 launch.”
אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

ש'כח @ממה נפשך פארן אפדעיט.

טוט זיך טאקע אסאך אינוועסטיגעישאנס אויף דעם ראקעט, די FAA איז טאקע געווען דער ערשטער (דאכצעך נאך אסאך באריכטן פון לאקאלע איינוואוינער אז זיי האבן באקומען שיריים דערפון אין זייער בעקיארד...) אבער ''על דאטפת אטפוך'' די ענוויירעמענטעליסטן האבן שוין אריינגעגעבן אן אנקלאגע די וואך אויף די FAA טענה'נדיג אז זיי וואלטן נישט געמעגט געבן א רייט אף וועי פארן סטארשיפ, דערמיט האט דאס געשעדיגט די ערד גראז ביימער קיען אקסן אה.. און אויך מענטשן...
אטעטשמענטס
Annotation 2023-05-04 204221.png
Annotation 2023-05-04 204221.png (57.5 KiB) געזען 1838 מאל
2.jpg
2.jpg (31.86 KiB) געזען 1838 מאל
1.jpg
1.jpg (32.07 KiB) געזען 1838 מאל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:20 pm
פון אן אנדערע פערספעקטיוו איז די סטארשיפ טעסט לאונטש לויט געוויסע געווען א דורכפאל.
ווי ווייט זענען די צוקראכטע טאנקען פון די פלאטפארמע ?
אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

Borrower האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 9:43 am
ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:20 pm
פון אן אנדערע פערספעקטיוו איז די סטארשיפ טעסט לאונטש לויט געוויסע געווען א דורכפאל.
ווי ווייט זענען די צוקראכטע טאנקען פון די פלאטפארמע ?
מאכט נישט אויס די ווייטקייט... די נאנטע בילדער וואס זענען גענומען געווארן קוקן אויס ערגער ווי אין באכמוט...
starship (3).jpg
starship (3).jpg (70.12 KiB) געזען 1591 מאל
starship.jpg
starship.jpg (80.98 KiB) געזען 1591 מאל
starship (2).jpg
starship (2).jpg (194.28 KiB) געזען 1591 מאל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Borrower האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 9:43 am
ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:20 pm
פון אן אנדערע פערספעקטיוו איז די סטארשיפ טעסט לאונטש לויט געוויסע געווען א דורכפאל.
ווי ווייט זענען די צוקראכטע טאנקען פון די פלאטפארמע ?
אלעס צוזאמען זענען דא 8 טאנקען, איינס איז פאר וואסער צו שפריצן בשעת'ן ארויפשיסן אפצוקילן די פלאטפארמע, דאס איז א שוואכערע סארט, די איבריגע זענען פאר די גאזן וואס ווערן אריינגעלייגט אינעם ראקעט גלייך פארן ארויפגיין, און דאס איז געבויעט אויף א ספעציעלע שטארקייט צו קענען פארנעמען די פרעשור און די טעמפעראטור פון די ספעציעלע גאזן.

די טאנקען זענען בערך 40 פיס ברייט און 120 הויעך (דאס איז 10 פיס ברייטער ווי די טאנק ביי מתיבתא קרית יואל), די גרופע טאנקען צוזאמען ווערן אנגערופן די "טאנק פעלד". ס'איז בערך 250 אפגערוקט פון די לאונטש מאונט צו זיין באשיצט פון די לאונטש ענערגיע, אבער דאך גענוג נאנט צו קענען ברענגען די סופליי צום ראקעט.

אבער ווי געזען איז דאס נישט גענוג געווען איז ס'האט געהאט א שאדן ביים באקומען אפאר גוטע פראסקעס אומגערישט.
אוועטאר
דראטשאק
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 05, 2009 12:17 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דראטשאק »

פארשער פונעם פלאנעט מארס זענען געקומען אין א מסקנא אז אויף מארס לויפט נישט די קול אייניג, א היי-פיטש הערט מען שנעלער ווי א לאו-פיטש

אויף מארס לויפט די קול כוואליע פיל שטייטער ווי דא זעלבס פארשטענדליך צוליב די לופט וואס איז דארט (כמעט) נישטא, נאך מערערע טעסטינגען דורכן אנשטעלן די מייקראפאון אויפן ראווער און אויסהערן די קולות פונעם מארס-העליקאפטער האבן זיי באמערקט אזביי א היי פיטש הערן זיי עס פיל שנעלער ווי ווען דער העליקאפיטער גיבט ארויס א לאו פיטש, ונאאאאמר אמן.
אטעטשמענטס
de.gif
de.gif (254.96 KiB) געזען 884 מאל
mars-sounds.jpg
mars-sounds.jpg (130.18 KiB) געזען 884 מאל
לעצט פארראכטן דורך דראטשאק אום מאנטאג יוני 05, 2023 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

דראטשאק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 4:58 pm
פארשער פונעם פלאנעט מארס זענען געקומען אין א מסקנא אז אויף מארס לויפט נישט די קול אייניג, א היי-פיטש הערט מען שנעלער ווי א לאו-פיטש

אויף מארס לויפט די קול כוואליע פיל שטייטער ווי דא זעלבס פארשטענדליך צוליב די לופט וואס איז דארט (כמעט) נישטא, נאך מערערע טעסטינגען דורכן אנשטעלן די מייקראפאון אויפן ראווער און אויסערן די קולות פונעם מארס-העליקאפטער האבן זיי באמערקט אזביי א היי פיטש הערן זיי עס פיל שנעלער ווי ווען דער העליקאפיטער גיבט ארויס א לאו פיטש, ונאאאאמר אמן.
שכויעעעעעעעעעך.....
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח פאר די נייעסל. אינטערעסאנט טאקע אז אזא מין טעסט קען מען נאר טון מיט צוויי דעווייסעס. אסאך האבן זיך געוואונדערט פארוואס זיי דארפן די עקסטערע העליקאפטער.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ווי אזוי פליט א העליקאפטער אין מארס?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דער הימלישע איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:44 pm
ווי אזוי פליט א העליקאפטער אין מארס?
וואס איז די שאלה? פונקט ווי דא אויף דער ערד, ס'איז דא גראוויטי און ס'איז דא פראפעלערס וואס הייבן עס. איך ווייס אבער נישט אויב ס'איז אין פלאן עס צו נוצן פאר צו לאנג, איך מיין אז ס'איז לכתחילה נאר געווען צוגעגרייט פאר קורצטערמיניג דארט אויבן.

אן אינטערעסאנטער קרישקעלע וואס כ'האב היינט געזען לגבי סטארשיפ. די טעסט סטארשיפ 3 וואכן צוריק האט געהאט אויף זיך סטארלינק אקטיווע אינטערנעט!

דאס איז געווען א טעסט צו מ'קען האלטן א סערוויס קאנעקשאן ביי אזא שנעלקייט. און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א סוקסעס מיטן אנהאלטן די סערוויס ביי צוויי מאל די ספיד און סאונד.

דאס מיינט אז ביים פארן אויף א ראקעט גייט מען געהעריג קענען זיין קאנעקטעד און נישט דארפן זיך אפהאקן פון די וועלט אזויווי ביז היינט (אויסער ראדיא).

דא איז די סטארלינק טעלערל/טערמינאל אינדרויסן אויפן סטארשיפ.
SPACEX-STARSHIP-SN15-DISH-STARLINK-1-1030x773.jpg
SPACEX-STARSHIP-SN15-DISH-STARLINK-1-1030x773.jpg (119.99 KiB) געזען 457 מאל
אוועטאר
דראטשאק
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 05, 2009 12:17 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דראטשאק »

דער הימלישע איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:44 pm
ווי אזוי פליט א העליקאפטער אין מארס?
מיינסט צו פרעגן וועגן די שוואכע לופט פרעשור ? דער גרינגסטער הסבר איז אז עס האט געקאסט 80M דאללער...

נאכנישט פארענטפערט? נישקשה:
  • רעכן אראפ צו בלויז אכט און דרייסיג פראצענט גראוועטי פון אונזער וועלט דאס טייטשט אז זיך הייבן איז פיל גרינגער
  • אזוי אויך רעכן די פראפעלער-סיקרלס צו איבער צוויי און א האלב טויזנט מאל אין איין מינוט דאס איז צען מאל מער ווי א דורכגעשניטליכער העליקאפטער
  • אזוי אויך איז די וואג פון דעם העליקאפטער דאס ווייניגסטע שייך
  • רעכן צוויי פראפעלערס
זייטיגע נאטיץ
כאפט אייער אייגענע נסיעה מיטן מארס-העליקאפטער
קליקט דא אויפן אנגעצינדענע העליקאפטער
לעצט פארראכטן דורך דראטשאק אום דינסטאג יוני 06, 2023 9:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:57 pm
דער הימלישע איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:44 pm
ווי אזוי פליט א העליקאפטער אין מארס?
וואס איז די שאלה? פונקט ווי דא אויף דער ערד, ס'איז דא גראוויטי און ס'איז דא פראפעלערס וואס הייבן עס. איך ווייס אבער נישט אויב ס'איז אין פלאן עס צו נוצן פאר צו לאנג, איך מיין אז ס'איז לכתחילה נאר געווען צוגעגרייט פאר קורצטערמיניג דארט אויבן.
מיין שאלה איז, אויב ס'נישטא קיין לופט אין מארס, ווי אזוי הייבט זיך עס?

עדיט: @דראטשאק שכח! נישט געזען דיין ענטפער. (ס'איז די ערשטע פון די נעקסטע בלאט.)
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

איינער מיט א קלארע באריכט וועגן די באמבאסטישע נייעס אז די מיליטער האט אין זייער באזיץ א UFO?
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4720
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פרא-חסיד האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:09 pm
איינער מיט א קלארע באריכט וועגן די באמבאסטישע נייעס אז די מיליטער האט אין זייער באזיץ א UFO?
viewtopic.php?p=4365546#p4365546
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:02 pm
אן אינטערעסאנטער קרישקעלע וואס כ'האב היינט געזען לגבי סטארשיפ. די טעסט סטארשיפ 3 וואכן צוריק האט געהאט אויף זיך סטארלינק אקטיווע אינטערנעט!

דאס איז געווען א טעסט צו מ'קען האלטן א סערוויס קאנעקשאן ביי אזא שנעלקייט. און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א סוקסעס מיטן אנהאלטן די סערוויס ביי צוויי מאל די ספיד און סאונד.

דאס מיינט אז ביים פארן אויף א ראקעט גייט מען געהעריג קענען זיין קאנעקטעד און נישט דארפן זיך אפהאקן פון די וועלט אזויווי ביז היינט (אויסער ראדיא).

דא איז די סטארלינק טעלערל/טערמינאל אינדרויסן אויפן סטארשיפ.

SPACEX-STARSHIP-SN15-DISH-STARLINK-1-1030x773.jpg
ס'הייסט? האלט מען דען נישט מיט לייוו זייערע רייזעס, פון אינעווייניג דעם קעפסול?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

סטיטשינער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:34 pm
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:02 pm
אן אינטערעסאנטער קרישקעלע וואס כ'האב היינט געזען לגבי סטארשיפ. די טעסט סטארשיפ 3 וואכן צוריק האט געהאט אויף זיך סטארלינק אקטיווע אינטערנעט!

דאס איז געווען א טעסט צו מ'קען האלטן א סערוויס קאנעקשאן ביי אזא שנעלקייט. און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א סוקסעס מיטן אנהאלטן די סערוויס ביי צוויי מאל די ספיד און סאונד.

דאס מיינט אז ביים פארן אויף א ראקעט גייט מען געהעריג קענען זיין קאנעקטעד און נישט דארפן זיך אפהאקן פון די וועלט אזויווי ביז היינט (אויסער ראדיא).

דא איז די סטארלינק טעלערל/טערמינאל אינדרויסן אויפן סטארשיפ.

SPACEX-STARSHIP-SN15-DISH-STARLINK-1-1030x773.jpg
ס'הייסט? האלט מען דען נישט מיט לייוו זייערע רייזעס, פון אינעווייניג דעם קעפסול?
דאכט זיך נאר דורך סעטעלייט ראדיא סיגנאלן, נישט געהעריגע אינטערנעט און ס'איז זייער לימיטעד.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”