נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

אחראי: יאנאש

א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

עפעס זאגט קול מבשר איבער א שריפה אינעם הויז פון א חשובע דיין?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

אב"ד קהילת חב"ד אין נוה יעקב איז מוחה אויף דער בזיון כבוד התורה פון גאב"ד ירושלים שליט"א
image - 2021-07-04T170609.245.png
image - 2021-07-04T170609.245.png (189.08 KiB) געזען 1366 מאל
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

א פערטער האט געשריבן:עפעס זאגט קול מבשר איבער א שריפה אינעם הויז פון א חשובע דיין?

חידושי התורה בביתו של עמוד ההוראה נשרפו. נס גדול: שריפה פרצה לאחר כניסת השבת במעונו של עמוד ההוראה הגאון רבי נפתלי נוסבוים ברחוב בר אילן בירושלים

כמה היהודי הרב החשוב הטהור הזה עמל והשקיע ושקד על התורה על מנת לכתוב את חידושי התורה… ועכשיו???- הכל נשרף????? אני לא מאמינה!!!!!!!!!!! כמה צער וכאב

51912.jpeg
51912.jpeg (57.48 KiB) געזען 1362 מאל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

שפרינגען האט געשריבן:אב"ד קהילת חב"ד אין נוה יעקב איז מוחה אויף דער בזיון כבוד התורה פון גאב"ד ירושלים שליט"א
image - 2021-07-04T170609.245.png

שרייבט ער דא אז ליובאוויטשער רבי האט אים אנגעווינטשן יאריך ימים על ממלאכתו?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
עצי השדה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:44 am

תגובה דורך עצי השדה »

א פערטער האט געשריבן:

איך בין אמאל געווען ביי רב הנ"ל רופן אויף א מעמד הכתרה פון א חשובע רב און ירושלים, האט ער גאזאגט אז ער האט נישט כח צו קומען, אבער מ'זאל איבער געבן אין זיין נאמען, די לשון וואס ער האט געהרעט די רבי (חב"ד) האט גאוונטשון די ירושלימ'ע רב, יאריך ימים 'רבים' על ממלכתו.

עצי השדה האט געשריבן:

ווען האט ער אים דאס געוואונטשן? ביים ווערן דומ"ץ אנטווערפן?

דערוואל האב איך געטראפן א מאמר וואס די רב האט געשריבן, ווי פאלגאנד:
‏‏לכידה.PNG
‏‏לכידה.PNG (57 KiB) געזען 1318 מאל
[image][/image]
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

לאקאל פון די באקאנטע "גל פז" געשעפט אויף מלכי ישראל גאס אין צענטער פון גאולה, שטייט צו פארדינגען.
די שאלה איז צי גאולה איז א פארגאנגענהייט אדער CD און DVD זענען א פארגאנגענהייט?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

רעים האט געשריבן:
א פערטער האט געשריבן:עפעס זאגט קול מבשר איבער א שריפה אינעם הויז פון א חשובע דיין?

חידושי התורה בביתו של עמוד ההוראה נשרפו. נס גדול: שריפה פרצה לאחר כניסת השבת במעונו של עמוד ההוראה הגאון רבי נפתלי נוסבוים ברחוב בר אילן בירושלים

כמה היהודי הרב החשוב הטהור הזה עמל והשקיע ושקד על התורה על מנת לכתוב את חידושי התורה… ועכשיו???- הכל נשרף????? אני לא מאמינה!!!!!!!!!!! כמה צער וכאב

51912.jpeg

די חידושי תורה זענען ברוך השם נישט געשעדיגט געווארען.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זילבערווערק האט געשריבן:לאקאל פון די באקאנטע "גל פז" געשעפט אויף מלכי ישראל גאס אין צענטער פון גאולה, שטייט צו פארדינגען.
די שאלה איז צי גאולה איז א פארגאנגענהייט אדער CD און DVD זענען א פארגאנגענהייט?

מיט וועלכע זעקלעך וועלן מיר גיין?
וואס וועט מען ליינען ביי לכה דודי?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:לאקאל פון די באקאנטע "גל פז" געשעפט אויף מלכי ישראל גאס אין צענטער פון גאולה, שטייט צו פארדינגען.
די שאלה איז צי גאולה איז א פארגאנגענהייט אדער CD און DVD זענען א פארגאנגענהייט?

מיט וועלכע זעקלעך וועלן מיר גיין?
וואס וועט מען ליינען ביי לכה דודי?

חחח...

זי פארמאכן אדער טוישן זיי לאקאציע?

דאס וועט אויף פארענטפערן זילבערווערק'ס איבעיא.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זילבערווערק האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז די פאליציי האט היינט געברענגט 4 ארעסטירטע פון די נעכטיגע פראטעסט צום געריכט, און געפאדערט מ'זאל פארלענגערן זייער ארעסט מיט פינף טעג.
די פאליציי האט געטענה'ט אין געריכט אז זיי האבן שוין נישט קיין כח צו די פראטעסטן אין בר אילן, און טאמער די ארעסטירטע וועלן טעגליך גלייך באפרייעט ווערן וועט דאס נישט קומען צו אן ענדע.
דער לאיער פון 'הועד למען אסירי ציון' האט געטענה'ט אז זיצן אויפן שאסיי אדער אין א ארבעט-גרוב איז נישט קיין סיבה פאר ארעסט, און דער ריכטער האט אנגענומען זיין טענה און באפרייעט די ארעסטירטע פאר בעיל פון 2000 ש"ח יעדער איינער.
די פאליציי האט געמאלדן אז זיי וועלן אפעלירן אויפן אורטייל, דאן האבן די עסקנים געמאלדן אז זיי וועלן אפערלירן אויף די גרויסע בעיל, (ס'פלעגט לעצטנס זיין בלויז 500 ש"ח), גייט נישט אריבער קיין שעה, און די פאליציי האט געמאלדן אז זיי וועלן נישט אפעלירן, און די יונגעלייט זענען באפרייט...
ווי עס שיינט, הייבט די מערכה אן צו פארן אין א גוטע ריכטונג, די פאליציי האט מער נישט קיין כח זיך צו שלאגן דארט יעדע שני וחמישי, און דאס איז שוין נאכדעם וואס ארום 20 גארדס זענען דא אויפן שטח 24 שעה אין מעת לעת.
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז מיט עטליכע חדשים צוריק האט די פאליציי ארעסטירט עסקנים מנהלים און גמח אנפירער, כדאי צו כאפן "די שווערע געלטער" וואס דרייט זיך ארום די מערכה, און די וואך שטעלט זיך דאס ארויס, אלס איין גרויסע זייפן בלאז, ווען די ספעציעלע ימ"ר אפטיילונג פון די פאליציי, האט בבושת פנים געמוזט צוריקגעבן אלעס וואס זיי האבן קאנפיסקירט בשעת די אבלאוועס ביי מענטשן אינדערהיים ווי אויך אין אפיסעס פון די עסקנים...
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!

זיי האבן נישט קיין כח פאר די פראטעסטן איז דעריבער שפריצען זיי בואש...פוי!! א שאד אז מ'דארף אזוי רעדן אויף די ירושלים'ע געסער אבער די גרוך איז אזוי אומדעטרעגליך בפרט פאריגע וואך ווען ס'איז געווען גאר הייס..מ'האט ממש נישט געקענט גיין אויף בר אילן!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

רעים האט געשריבן:
א פערטער האט געשריבן:עפעס זאגט קול מבשר איבער א שריפה אינעם הויז פון א חשובע דיין?

חידושי התורה בביתו של עמוד ההוראה נשרפו. נס גדול: שריפה פרצה לאחר כניסת השבת במעונו של עמוד ההוראה הגאון רבי נפתלי נוסבוים ברחוב בר אילן בירושלים

כמה היהודי הרב החשוב הטהור הזה עמל והשקיע ושקד על התורה על מנת לכתוב את חידושי התורה… ועכשיו???- הכל נשרף????? אני לא מאמינה!!!!!!!!!!! כמה צער וכאב

פון אידישע טעגליכע מידיע (JD Media):
[align=center]חבל על דאבדין: פייער פארניכטעט טויזענטער כתבים פון הגר"נ נוסבוים שליט"א[/align]
ר''נ נוסבוים.jpg
ר''נ נוסבוים.jpg (82.45 KiB) געזען 1030 מאל

ירושלים - פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס האט אויסגעבראכן א שריפה בבית הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט"א, מגדולי הפוסקים אין די חסיד'ישע קרייזן אין ירושלים עיה"ק ומגדולי רבני גור. די פייער האט פאסירט פון די שבת ליכט און האט זיך בליץ שנעל צושפרייט אינעם הויז, פארברענענדיג דעם דיין שליט"א'ס ספרים שאפע אנגעפילט מיט ספרי הלכה ופסק, באזונדער איז גרויס דער שאדן און ווייטאג איבער די נאכנישט געדרוקטע חידושי ופסקי הלכה פונעם דיין שליט"א וועלכע איז פארברענט געווארן אין די שריפה. בחסדי שמים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן און עס איז געלונגען צו ברענגען דעם פייער אונטער קאנטראל.

חבל על דאבדין.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א שרעקליכע מעשה דאס. הגאון הגדול ר''נ שליט"א איז פון די גרעסטע ת"ח בדורינו. איין שטיק תורה. א דוגמא פון א אוצר בלום פון כל תורה כולה.
ווער ווייסט וואס מיר האבן פארלוירן דא?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ער האט עפעס מיט גור?
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

היינט האט דער "שר לבטחון פנים" געזאגט ביי זיין פארטיי זיצונג אין כנסת המינים:
די פראטעסטן קעגן די "רכבת הקלה" באן אין בר אילן זענען אויפן וועג צו זיין א "נאציאנאלע פראבלעם"

צום באמערקן, היינט איז דער פינפטער טאג וואס קומט שוין נישט פאר קיין ארבעט אין בר אילן, נאך די טעגליכע פראטעסטן פאריגע וואך.

בכל אופן פון היינט האט שוין מדינת ישראל נאך א פראבלעם:
1. פאלאסטינער פראבלעם, אין ירושלים, ביים מערב ברעג און ביי עזה.
2. אטאמישע וואפן פון איראן
3. פראטעסטן אין בר אילן
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:א שרעקליכע מעשה דאס. הגאון הגדול ר''נ שליט"א איז פון די גרעסטע ת"ח בדורינו. איין שטיק תורה. א דוגמא פון א אוצר בלום פון כל תורה כולה.
ווער ווייסט וואס מיר האבן פארלוירן דא?

יאפ ! א שריפה איז אויף קיין שום אידיש קינד נישט געוואונטשען, און בפרט אויף אן אדם גדול א פערזענליכקייט וואס פארמאגט באמתחתו כתבי ידות וחד"ת "אן א בעקאפ" !
מ'קאן ניטאמאל וואונטשען פאר אזא איינעם "ימלא ה' חסרונך", דא קען זיך מעגליך רעדן פון שעות, טעג, וואכן, חדשים און יארן פון שרייבן פסקים, תשובות און חד"ת...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:א שרעקליכע מעשה דאס. הגאון הגדול ר''נ שליט"א איז פון די גרעסטע ת"ח בדורינו. איין שטיק תורה. א דוגמא פון א אוצר בלום פון כל תורה כולה.
ווער ווייסט וואס מיר האבן פארלוירן דא?

שוין געשריבען פריער, איך האב גערעדט מיט זיינע איידימער, און קיינע פון זיינע כתבים זענען נישט בארירט געווארען, אבער להגדיל המצב דארף מען שרייבען וואס מ'וויל.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:

ישר כח פארן איינמעלדן די פרייליכע נייעס.

העלמיר האפן אז דער ציבור וואס האט געווייטאגט די טראגישע ענדע פון די כתבים, וועט זיך יעצט פרייען דערצו, און ווען ס'וועט ערשינען לאור עולם, וועט מען דאס לערנען מיט גרויס פארגעניגן, און געדענקן צו דאנקען דעם בוכ"ע אז זיי האבן זיך נישט פארברענט

ליבי ובשרי האט געשריבן:ער האט עפעס מיט גור?

ער קומט פון א גערער משפחה, נישט באקאנט איבער זיין ספעציעלע שייכות צו גער
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

זילבערווערק האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן:ער האט עפעס מיט גור?

ער קומט פון א גערער משפחה, נישט באקאנט איבער זיין ספעציעלע שייכות צו גער

ער איז א שטארקע גערער חסיד, טראץ דעם וואס ער טראגט נישט א ספאדיק נאר א שטריימל
ער חתמ'נט בראש אלע קריאות פון רבני גור
לאדז'ער
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדז'ער »

אייביג גווען מקורב צו גור, אבער נישט א חסיד. רק לאחרונה ממש התחילו להחתימו על מכתבי הרבנים.
ילדיו לא גדלו בגור. חתנו בין חשובי חסידי רה"י הגר"ש אלתר.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זילבערווערק האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:א שרעקליכע מעשה דאס. הגאון הגדול ר''נ שליט"א איז פון די גרעסטע ת"ח בדורינו. איין שטיק תורה. א דוגמא פון א אוצר בלום פון כל תורה כולה.
ווער ווייסט וואס מיר האבן פארלוירן דא?

שוין געשריבען פריער, איך האב גערעדט מיט זיינע איידימער, און קיינע פון זיינע כתבים זענען נישט בארירט געווארען, אבער להגדיל המצב דארף מען שרייבען וואס מ'וויל.

ישר כח פארן איינמעלדן די פרייליכע נייעס.

העלמיר האפן אז דער ציבור וואס האט געווייטאגט די טראגישע ענדע פון די כתבים, וועט זיך יעצט פרייען דערצו, און ווען ס'וועט ערשינען לאור עולם, וועט מען דאס לערנען מיט גרויס פארגעניגן, און געדענקן צו דאנקען דעם בוכ"ע אז זיי האבן זיך נישט פארברענט

;l;p-
א גוטע בשורה. אוי זאגט הרב טייטעלבוים גוט, להגדיל המצב..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גראדע דאכט זיך אז ער איז ראש ישיבת חיי משה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

לאדז'ער האט געשריבן:אייביג גווען מקורב צו גור, אבער נישט א חסיד. רק לאחרונה ממש התחילו להחתימו על מכתבי הרבנים.
ילדיו לא גדלו בגור. חתנו בין חשובי חסידי רה"י הגר"ש אלתר.

דאכט זיך מיר אז זיין זון ר' אלחנן ע"ה איז געוווען א גערע חסיד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”