דאליי לאמא ווערט באערט אין וואשינגטאן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

דאליי לאמא ווערט באערט אין וואשינגטאן

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 17, 2007 6:13 pm

דער "דאליי לאמא" איז היינט באערט געווארן מיטן קאנגרעסיאנאלן גאלדענעם מעדאל, די העכסטע אמעריקאנע ציווילע עהרע, אין א שריט וואס האט שטארק אויפגערעגט כינע.

פרעזידענט בוש האט זיך באטייליגט ביי די צערעמאניע אין וואשינגטאן, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס אן אמטירענדער אמעריקאנער פרעזידענט ערשיינט אין פובליק מיט דעם פארטריבענעם פירער פון טיבלעט.

די כינעזער מידיא האט געווארנט אז דאס וועט ארויפשטעלן א שאטען אויף זייער לאנד'ס באציאונגען מיט אמעריקע.

בעידזשינג ווערט באשולדיגט אין מענטשן רעכט פארלעצונגען אין טיבעט, ווען אירע קאמוניסטישע טרופן האבן דאס אקופירט אין 1951.

פרעזידענט בוש האט אריינבאגלייט דעם 72 יעריגן בודהיסטישן גייסטליכער אינעם קעפיטל געביידע, שפעטער איז ער געזיצן נעבן אים דורכאויס די גאנצע צייט.

ביים איבערגעבן דעם מעדאל, האט בוש אויסגערימט דעם נאבעל-שלום-פרייז געווינער אלס א וועלטליכע סימבאל פון שלום און ליידן-און-שווייגן, זאגענדיג אז ער וועט ווייטער מוטשען די כינעזער פירער איינצולאדענעם דעם דאליי לאמא קיין כינע...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 17, 2007 10:50 pm

אבי פרעזידענט בוש האט וואס צו טוהן אין זיין פארבליבענע פאר חדשים אין געלן הויז.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 12:14 am

דאס אלעס וואס דו האסט צו זאגן אויף דעם אשכול?

דו ווייסט שוין פונקטליך ווער דער דאליי לאמא איז, ווי גרויס די נייעס איז געווען היינט אויף די אלוועלטליכע מידיא, זאגאר קול מבשר.

כינע'ס נאז איז שוין גענצליך פארקרימט צוליב דעם איינעם באעהרונג, און ביי דיר סאכדעס איז עס א מינדערוויכטיגע אקטיוויטעט פאר בוש?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 9:57 am

נעכטן אינדערפרי מיטהאלטענדיג די פרעסע קאנפרענץ פון פרעזידענט בוש יר"ה (אלס אפציעלער קראספעדאנט פון ק.נ.א.) האביך שוין געזעהן אז דאס איז א גרויסע חפצה, דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער ווארט שוין דעראויף, און ער וועט דארט זיין, און ער האלט נישט אז עס וועט ברענגען שלעכטע באציאונגען מיט כינע,

בכלל זענען אלע נייעס ארגענעזאציעס געווען נעכטן פארנימען דערמיט, כ'האב נאך דאן נישט געהאט קיין השגה ווער דער 'דאלי' איז, הערשט מיט קרעמער'ס נייעס באריכט איז מיר עס פול לייכטער געווארן, תשאות חן לו.

קרעמער, האלט אן!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:21 am

קרעמער א שכח פאר די נייעס,

סאכדעס האט געשריבן:אבי פרעזידענט בוש האט וואס צו טוהן אין זיין פארבליבענע פאר חדשים אין געלן הויז.

סאכדעס פונקט פאר מיר האסט עס געמוזט מעלדען ?
איעך בין זייער פאר דעם פרעזידענט, מאך חוזק פון אים צו א צווייטען ביטע, שכח
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:15 pm

כעל דיר זאגן קרעמער, ווען דו פרעגסט מיך ווען נישט בינעך ווען שטיל, אבער האסט דאך פארט געפרעגט העליך דיר זאגן. מיר ליגט נאך אין די ביינער דער יענקל בויער, וואס קיינער האט זיך נישט באמיעט מיר צו זאגן ווער דאס איז. סאו פארוואס זאל איך פרעגן ווער די דאלי איז?

און צו דיר אבי, דו רעדסט אבי גערעדט, דו ווייסט דאך אויך אז איך בין א סטיעם פארן פרעזידענט יר"ה, אבער וואס זאלעך טיוהן אז כאזעך נישט געקענט איינהאלטן??!! אבי דו רעדסט זיך אפ, כאילו איך האב אבי אוועקגעמאכט דעם פרעזידענט, כ'אילו ער איז אבי איכער. כ'מיין אבי ווער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:27 pm

סאכדעס;

מיר מיינען דיין אייגענע טובה דערמיט... דיין טאטע האט אונז געבעטן מיר זאלן דיר אויפקלערן, אבער מיט א מאס.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:44 pm

באלד וועט נאך יאנאש זאגן אז מיין זיידע האט געבעטן......

קלערן וואס? מוזסט גארנישט קלערן און נישט אויפקלערן, אבער כ'מעך נאך טרייבן קאטאוואס פון אונזער ליבליכען דזשוס כ'מיין בוש...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג אוקטובער 19, 2007 2:08 pm

חחחחחחחחחחחחחחח סאכדעס איר זענט אייזן גוט,
כאב מעך געקאטשעט,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 7 געסט