קורצע איבערבליק אויף תשס"ז

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

קורצע איבערבליק אויף תשס"ז

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 1:35 pm

קרעטשמע הויכפונקטן פון תשס"ז
1. פרישע מיטגלידער ערשיינען; צווישן זיי איז ווערט צו באגריסן: בני-היכלא, מיללער, טהור-עינים, יו"ט ערליך וכו'.
2. גרויזאמער'ס בעל הבית כאפט אים ביי די מעשה
3. מיללער גרינדעט און פארפיגט אויפן אוצר הספרים
4. פאדערשטע בלעטל ווערט איבערגעמאכט, פארשידענע פורומים קומען צו (היכל נגינה, פארברענגן, וכו')
5. ראש הקהל וואלן אייניגע אויסגאנג; ווערט באשלאסן דורך זריקת מטבע
-----
הויכפונקטן פון אידישע נייעס תשס"ז
1. אידעלעך באטייליגן זיך ביי האלאקאוסט קאנפערענץ אין איראן
2. נעא-נאצי גרופע אפגעפונען אין מדינת ישראל
3. פרעסע מאכט צימעס פון היימישע מצה בעקעריי אין באס
4. אידישע-וועלט נעמט איבער שמוציגע וויקיפעדיע
5. העפטיגע מערכות אין ארה"ק קעגן נארישקייט מארשן אין ירושלים / צניעות שילדן אין בית שמש
6. שטריימל רעוואלוציע ווערט איינגעפעדימט ביי פרישע חתנים מיט גרויס סוקסעס
7. קערפער פון פארלוירענעם הצלה וואלונטיר ע"ה אפגעפונען נעבן טאראנטא
8. עטליכע בחורים אין א"י ליידער אומגעקומען אין מדבריות פון דורשט
-----
קורצע איבערבליק אויף הויפט וועלטליכע נייעס פון תשס"ז
1. סאדאם כוסעין ווערט געפירט צו די תלי'
2. כאמאס נעמט איבער קאנטראל פון עזה
3. משה קצב רעזיגנירט פון פרעזידענט אמט אין מדינת ישראל צוליב סקאנדאלן; פערעס נעמט איבער
4. פאקיסטאן נעמט איין רויטן מעטשעט; הונדערטער מיליטאנטן טויט
5. לבנון פירט קריג מיט מיליטאנטן אין פאלעסטינער פליטים לאגערן
6. צפון קארעא שליסט אפ הויפט נוקלעארע רעאקטאר
7. העלישע וואלד-פייערן פארניכטן ריזיגע שטחים אין גריכנלאנד
8. טעראריסטן פארן אריין מיט ברענענדיגע קאר אין בריטישע לופטפעלד
9. רוסלאנד פארדעכטיגט אין פארגיפטיגונג פון געוועזענעם רוסישן שפיאן אין לאנדאן
-----
הויפט נאציאנאלע נייעס תשס"ז
1. ווירדזשיניע טעק שיסעריי – צורידערטער פארשוין ברענגט אום 33 אריינגערעכנט זיך
2. סטיוו פאסעט ווערט פארשווינדן
3. מינע גרעבער ווערן פארכאפט אין יוטא, באגראבן אויף אייביג
4. אלבערטא גאנזאלעז רעזיגנירט פון יוסטיץ דעפארטמענט
5. פרעזידענט פארד שטארבט
-----
הויפט לאקאלע נייעס תשס"ז
1. די רויך-פייפ אויפרייס אין צענטער פון מאנהעטן
2. בלומבערג קאמפיינט איינצופירן שטייערן פאר קארס וואס קומען אריין קיין מאנהעטן
3. ניו דזשערזי'ס גאווערנאר ערנסט געשעדיגט אין קאר עקסידענט; נישט אנגעהאט סיט-בעלט
4. ארעסטירט פארדעכטיגטע וואס האבן פלאנירט איבערצופאלן פארט-דיקס מיליטערישע באזע אין ניו דזשערזי / אנדערע ארעסטן צוליב פלענער אויפצורייסן ניו יארק'ס קענעדי לופטפעלד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 2:31 pm

השמטות

קרעטשמע הויכפונקטן פון תשס"ז
5. פעיס די קרעטשמע
6. די ענדע פון די טעגליכע רעפארטס פון קנא :-(

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 2:33 pm

השמטות שניות

באלאנגט ביי פאראגראף 1 פון קרעטשמע הויכפונקטן:
לחיים-ולברכה

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 2:49 pm

קרעמער, זייער שיין

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 3:22 pm

קרעמער האט א גיטען זכרון. ישר כח

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 3:34 pm

נאטורליך, כ'מיין ס'האט מיט א גוטן אויסגעשארפעטען פענסיל. ער האט זיך עס במשך דעם יאר פשוט פארצייכנט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 3:49 pm

קרעמער

א סופער דופער דזשאב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 4:08 pm

ק'וועליע;

אזא סארט ארטיקל איז אוממעגליך צו פארצייכענען במשכ'ן יאר, ווייל מען קען נישט חודש כסליו וויסן וועלכע נייעס וועט זיין ווערט גערעכנט צו ווערן אלס 'הויפט' נייעס פון יאר.

מען דארף סוף יאר צוריקקלערן און זיך פרובירן דערמאנען וועלכע מעשה'לע שטארט ארויס פון אלע אנדערע, א זאך וואס וועט פארבלייבן געדענקט אין די היסטאריע פונעם יאהר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 28820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2007 4:39 pm

פיר אויס קרעמער.... און איך האב זוכה געווען דערצו....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2007 10:40 am

קרעמער האט געשריבן:השמטות שניות

באלאנגט ביי פאראגראף 1 פון קרעטשמע הויכפונקטן:
לחיים-ולברכה


קודם שכח פאר'ן אינזין האבן.....

אבער דו ווייסט אז ס'קומטסעך דיר פעטש???? דו ווילסט נישט, הא? האסט נישט ליעב? מוזטעס נישט נעמען, אבער כ'דארף דיר געבן.
איצטע, ערב סוכות אינדערפרי קוקעך איבער די ליסטע פון סעפטעמבער 23 (א' דר"ה תשס"ז), און ס'קומט מיך ארויף די פאלגענדע ניקס:

צייטליך, מאשקע, יעקב אלי', אלץ ווייסער, לאקשן ברעט.

דו האלסט אז זיי - כאטש עטליכע פון זיי - זענען נישט ראוי צו ווערן די געשעניש פון יאר? כ'מיין מאשקע איז דען א ...... כ'ווייס וואס?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2007 11:53 am

לחיים, די דארפסט אזעלעכע צוויי אז ס'זאל קלינגען ביז דא ?!!...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2007 5:31 pm

קרעמער, שכוח.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג סעפטעמבער 30, 2007 8:49 pm

השמטה

יוסעלע שוכמאכער באגעגעניש מיט די גערטנערס
א היסטארישע חרדישע געשעהניש פון יארע תשסז

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 07, 2007 4:54 pm

פאטאקי;

גערעכט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט