קידושין רינגל אפגעפונען אין מיסט קאסטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

קידושין רינגל אפגעפונען אין מיסט קאסטן

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 6:22 pm

די פאלגענדע נייעס האבן היינט געמאכט קעפ-ליניעס אויף ק.נ.א.:

ניו יארק סטעיט טרופערס האבן געפונען די פארלוירענע רינגלעך און ברעיסלעט וואס א מאנטריאלע פרוי האט בטעות אריינגעווארפן אין א מיסט-קאסטן אויפן ניו יארק טרואוועי.

דאס קאנאדישע פארפאלק איז געווען אויפן וועג אהיים פון ניו יארק סיטי ווען זיי האבן זיך אפגעשטעלט ביי א רעסט-עריע, די פרוי האט אראפגענומען אירע צירונג כדי צו וואשן די הענט, און האט דאס אריינגעשטעלט אין איינע פון די עסן בעגס וואס זי האט געהאט מיט זיך.

בעפאר זיי האבן פארלאזט דעם רעסט-עריע, האט זי אריינגעווארפן דעם בעג אינעם איבערגעפולטן מיסט-קאסטן, און הערשט אנקומענדיג אהיים אין מאנטריאל האט זי זיך געכאפט אז אירע צירונג זענען געבליבן אינעווייניג אינעם עסן-זעקל.

זיי האבן באלד אנגערופן די ניו יארק סטעיט פאליציי, און איינער פון די טרופערס איז אראפגעפארן צום רעסט-עריע אויפצוזוכן די רינגלעך.

מיט די הילף פון א צווייטער טרופער זענען זיי אריינגעקראכן אינעם איבערגעפולטן גארבעדזש קען, און דורכגענישטערט אלע שמוציגע זעקלעך ביז זיי האבן דאס ענדליך געפונען און אפגעשיקט פאר די דאנקבארע פארפאלק אין מאנטריאל.

דערווייל איז אונז נישט געלונגען צו דערגיין אויב דאס איז א אידיש פארפאלק (וואס שטימט מיטן אויסטאן רינגלעך אלס חציצה ביים וואשן נטילת ידים).

באפיצטער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 9:26 pm

תגובהדורך באפיצטער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 8:42 pm

אלטע נייעס. עס איז געשטאנען אין די בלאט לעצטע וואך

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 9:56 pm

נישט פלעין אין די בלאט נאר עס האט גאר פיגורירט אויפן פאדערשטן פיסל, איי מין זייטל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 10:43 pm

און סי געשטאנען די נאמען אויך, איינער שטערן.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

Re: קידושין רינגל אפגעפונען אין מיסט קאסטן

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 10:19 am

קרעמער האט געשריבן:דערווייל איז אונז נישט געלונגען צו דערגיין אויב דאס איז א אידיש פארפאלק (וואס שטימט מיטן אויסטאן רינגלעך אלס חציצה ביים וואשן נטילת ידים).


מיר ווייסן אויך פון די נייעס זינט שבת נאכ'ן טשאלענט. דער בלאט האט מירעס אליינס דערציילט.
אבער וואסי פשט פון די ספק? קנ"א ווייסט טאקע נישט צו דאס איז א אידיש פארפאלק? דאס ווייסעך אז ס'פארהאן גוים מיט'ן נאמען שטערן, און אפשר אויך וואס וואשן זיך די הענט פאר'ן עסן, אבער א קידושין רינגל?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 11:14 am

במחילת כבודכם, איר זענט נאט נייס... איינער קומט פארציילן א אינטערעסאנטע נייעס
און יעדער שפרינגט דא אויף ווי תינוקות...
אה איך ווייס שוין... אה איך אויך...
פליז... אקעי ?

קרעמער שקויעך פאר די נייעס, גארנישט געהערט דערפון

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 12:18 pm

איזאק איז גערעכט,

פאר'ן בלאט זאגסטו אויך 'כ'האב עס שוין געזען מיטוואך אינעם קרעטשמע'?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 2:05 pm

יא איזאק איך בין מיט דיר.
מילער דיין ליצנות איז אויף די העכסטע שטאפלען, חחחחחחחחחחחח פארפאלען אז גוט איז גוט,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 3:03 pm

איך לייען עס אויך יעצט די ערשטע מאל, יישר כח קרעמער.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 4:29 pm

איזאק האט געשריבן:במחילת כבודכם, איר זענט נאט נייס... איינער קומט פארציילן א אינטערעסאנטע נייעס
און יעדער שפרינגט דא אויף ווי תינוקות...
אה איך ווייס שוין... אה איך אויך...
פליז... אקעי ?


גערעכט. בינעך זעך מוידע אימיסוואדע באראבעם: איך חיים ברוך בן קרעטשמע האב חוטא ומחטיא געווען גאנץ כלל יש...... יויש, כ'בין דא פארפארן..... חוטא געווען נגד מאורינו ומדריכנו מייסדינו שבא יבא על שבת הג...... יויש שוין ווייטער.
עניוועי, ביזט גערעכט. ס'איז נישט שיין. לאמיך אויסשרייען הויעך:
קאסמא קרעמער, ביזט מיר מוחל???????
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 9:06 pm

שכויח קרעמער, גאר אינטערעסאנטע נייעס יצעט געהערט צום ערשטן מאל. זעהט אויס נישט יעדער ליינט די בלאט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2007 3:17 pm

מיללער האט געשריבן:איזאק איז גערעכט,

פאר'ן בלאט זאגסטו אויך 'כ'האב עס שוין געזען מיטוואך אינעם קרעטשמע'?


כ'גלייך נישט צו רעדן צו די וואנט, כ'מיין צו די בלאט, אבער אין מח, גייט מיר אריבער די זעלבע ניגון, 'אלטע נייעס'.

ווען כ'האב דארט געזען די נייעס פון פאסעט'ן, האבעך נישט געזוכט צו ליינען די נייעס, ווייל דאס האבעך שוין געוואוסט פון דא, כאנאר געקוקט צו ס'איז דא עפעס אפדעידטס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 12:25 am

מיללער, יוי האבעך געלאכט...

האסטמעך דערמאנט דעם אלטן ווערטל: פון וואו ווייסט דער "ניו יארק טיימס (וי"ג טאימס) מאנטאג, וואס "דער איד" גייט שרייבן מיטוואך?...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2007 12:50 am

איך שפיר א פליכט זיך צו באדאנקן פאר איזאק'ן, וועלכער האט זיך אזוי הערליך אנגענומען פאר מיין נישטיגער כבוד, ממש שלא על מנת לקבל פרס. עס איז א זעלטנהייט צו טרעפן אזא מלמד זכות אויף אידן, זאל דיר דער זכות ביישטיין, בפרט אין די קומענדיגע פאר מעת לעת.

און צו אייך אלעמען וויל איך זאגן, אז ווי עס איז אייך באקאנט ליין איך נישט קיינע פון די אידישע אויסגאבעס אויסער די "מעלות", על כן באשולדיגט מיר נישט אויב איך ברענג צו עפעס וואס זיי האבן שוין צושמירט אויף זייערע בלעטער. און זאלן די רייד דינען אלס התנצלות פון היינט ביז אלעמאל, א שטייגער ווי די אמאליגע מחברי ספרים וועלכע האבן זיך פארענטפערט אז זיי קוקן נישט אין היינטיגע ספרים, דערפאר קען מען ביי זיי געפונען סחורהו וואס אנדערע האבן שוין געדרוקט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2007 9:50 am

קאסמא, האסט מיר אבער נישט גענפערט, 'ביזט מיר מוחל?'
כ'מיין, ס'קומט דאך די קומענדיגע פאר מעת לעת... כ'ציטער דערפאר....
פליז!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2007 6:32 pm

מחול לך, מחול לך, מחול לך (איך רעד נישט פונעם חוב... דזשאסט קידינג)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2007 11:55 am

מותר לך מותר לך מותר לך (דזשאסט קידינג......)
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט