חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
שלא כדרכי וועל איך ארויסרעדן א ווארט קעגן דעם מענטש, אז ס'זאל נישט משמע זיין אז ער פארטרעט אונז.
לאמיר שרייען אין זיין ריכטונג (נישט אין גאס ח"ו) "עד מתי יהיה לנו למוקש"???!!!
ווען חוה"מ סוכות איז געווען צדדים לכאן ולכאן איבער זיינע געהיצטע מעשים, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין יעדעס באריכט וועגן קאוויד וכדו' אין די היימישע קאמיוניטו ווערט פון פריש דערמאנט אז אידן האבן פראטעסטירט אין די גאסן אקעגן די ממשלה אינמיטען א צווייטע וועי"וו. די חילול ה' וואס איז ארויסגעקומען דערפון ווערט גענוצט עד היום הזה אויף א גאר נעגעטיווע אופן אין אונזער ריכטונג. עס האט געברענגט מער שאדן ווי איינער האט זיך געקענט פארשטעלן.
ווען צוויי טונקעלע פארשוינען באפאלן אים צוליב שנאה, פארוואס זיך גלייך לאזן הערן אז דאס איז 'בלעק לייווס מעטער'??
האט ער אריינגעטראכט וויפיל הונדערטער טויזענטער פון אונזער שכנים ער האט יעצט פארשמירט און אויפגעהעצט?
האט ער אריינגעטראכט אז מארגן ווען ס'וועט זיין נאך אזא מעשה ווי די תולעת יעקב לוי' און עסקנים וועלן ברויזן פארוואס מען האט געלייגט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע געמיינדע, וועלן זיי צוריק ענטפערן 'העשי טישלער איבערפאל יוכיח' ווען ער האט געלייגט א ליילעך אויף אן עם עצום ורב צוליב צוויי יחידים??
און היינט אינדערפרי, ווען ס'איז אים נישט געפאלן פונקלעך ווי אזוי ער ווערט באהאנדעלט אין מאימאנידיס שפיטאל, האט ער זיך גענומען מאכן לייו ווידיאס כדרכו וואס האט פארשטייט זיך גאר שטארק אויפגערעגט די חברה און מען האט אים פארשיקט.
האט ער געטראכט וויפיל הונדרעטער חולים ל"ע און יולדת'ן זענען אין יענע שפיטאל טאג טעגליך און דארפן גוטע פארבינדונגען להחיות נפשות?
וואס נאך וויל ער?
וואס נאך גייט ער טון?
וויפיל נאך וועט ער קאליע מאכן אין אונזער נאמען??
"עד מתי יהיה לנו למוקש"???!!!
(אנטשילדיגט נאכאמאל פאר'ן רעדן אזוי, ס'ליגט מיר פשוט גאר שווער אויפן הארץ, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.)