בלאט 5 פון 288

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:33 pm
דורך יוראפ
ווי אויך קומען פאר רענאוואציעס אין וומסב"ג ביי די נייע בנין הביהמ"ד פון ישועות משה דוויזניץ, פרישע שיינע נייע פענסטערס שוין אינסטאלירט אויף די גאנצע בנין

אה ס'איז נאכנישט געווען קיין ביהמ"ד, אקעי ביי די סוכות ביהמ"ד פון תורת משה דמאנטריאל (אולם אלכסנדר[?]) קומט אויך פאר העפטיגע בוי ארבעט

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2015 4:26 am
דורך סמארט גאי
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:דוכט זיך אז די מוירטל און ליע גארדענס שולן, איז פון א ירושה פון זיין טאטען

און וואס טוען אנדערע מיטן ירושה?

איך מיין אז סאיז געווען א ירושה ןואס האט געדארפט גיין פאר א בית מדרש, ער האט נישט געהאט די בחירה עס אריינצושאוולען אין זיין פערזענליכע באנק אקאונט,
כך שמעתי

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2015 7:37 am
דורך בוידעם
דאס איז געווען ביי די מורטל בהמי''ד, אבער נישט ליע גארדנס.

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2015 2:19 pm
דורך בן בוזי
געדאוונט היינט במרתף ביהמ"ד הגדול דקיט"ל בראדני. שוין נישט געווען דארט א שטאק מיט יאהרן. ס'איז א מחי' צו דאווענען אין אזא שעהנע שוהל הערליך רענאווירט

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2015 2:47 pm
דורך יהיה כן
די מירטל שוהל גופא, גייט דורך רענאוואציעס, עפעס בויעט מען דארט אויפן דרום זייט, כ'ווייס ניש וואס

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2015 2:50 pm
דורך אדיר איום
יהיה כן האט געשריבן:די מירטל שוהל גופא, גייט דורך רענאוואציעס, עפעס בויעט מען דארט אויפן דרום זייט, כ'ווייס ניש וואס

מבויעט צי צום היכל הביהמ״ד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:00 pm
דורך באדינער
מיסטעריעז האט געשריבן:ביהמ"ד הגדול - 14 הופפער סט. גייט אריבער רענאוואציעס.
מען אינסטאלירט ענדליך געהעריגע עירקאנדישענינג אינעם היכל, און דערפאר ענדערט מען אביסל די אויסזעה פון דער דאך, ווי עס קוקט מיר אויס גייען די צוויי - ביז יעצט אפענע - ביעמס אויפן דאך ווערן באדעקט.
אויך האט מען רענאווירט די בתי כסאות אויף צד צפון, די קאוט רום איז אויפגעבראכן, ועוד, ונזכה ונראה.

הוי וועט זיך פיין דאווענען די קומענדיגע ימים נוראים..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:02 pm
דורך באדינער
געכאפט אפאר וואכן צוריק. שוין פיקס פארטיג יעצט...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:04 pm
דורך באדינער
נאך איינס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:12 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
זונטאג בינעך געגאנגען קוקן צוויי בתי מדרשים וואס מהאט איבערגעמאכט דעם זומער, קליימער און הופער.
קליימער האט מען געמאכט הערליך מער צו די היינטיגע סטייל זייט (פשוט ווייל דארט איז געווען געלט נדבת האחים יאקאבאוויטש) ממש נישט צום דערקענען, הופער האט מען ענדליך געמאכט סתם שיין בית מדרש'דיג (פשוט ווייל סהאט אויסגעפעלט נאר דאס) סוועצעך דאווענען אנדערש, און הופער האט מיר זייער געפאלן די נייע הויפט אריינגאנג וואס מהאט געמאכט אויף הופער זייט, סיז אפשר נאך א בעסערע איידיע ווי די בית מדרש אליין, שיין און א ברייטע פאר צימער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:15 pm
דורך לטב עביד
איינער האט בילדער פון קליימער החדש??

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:21 pm
דורך signout
איך וואלט געפייערט די קליימער פירער פארן אפמעקן די היסטארישע בילדער פין די וואנט, וואס האט געגבן א געוואלד מיט חן פאר די שוהל, נישט אייביגע איז פענסי מארבל די עיקר, אז מ'האט איבריגע געלט טוה עפעס וויכטיגער, וויאזי וועל איך קענען ווייזען על טהרת הקודש פאר מיינע קינדער וויאזוי קבר רחל האט אויסגעקוקט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:23 pm
דורך signout
באדינער האט געשריבן:נאך איינס
הופער איז זייער שיין, ווער איז די נדבן? אזוי שיין פארדעקט די ריזיגע ביעמס פין דאך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:02 pm
דורך אייער_קיכל
אהל פיגא סאוט 8, נישט ממש עפעס דראסטישע רענאוואציעס, ווייל ס'איז נאך קיינמאל נישט עכט געקומען לתכלית השלימות (צוליב וואס מ'האט אריינגעמופט דערין אין איילעניש נאכן שריפה אין די אלטע שול), אבער יעצט לכבוד די ימים טובים אינסטאלירט מען הערליכע טשענדעלירס אינעם היכל הביהמ"ד, ס'איז טאקע זייער שיין, אבער אויב די ביהמ"ד איז נישט געווען גענוג טונקל ביז יעצט, גייט עס ווערן דאפלט אזוי טונקל מיט די נייע טשענדעלירן, די געלע לעמפלעך מאכט זייער א שלעכט עפעקט אויף די אזוי אויך טונקעלע ביהמ"ד, עפעס איז נישט מסודר מיט די לייטינג דארט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:13 pm
דורך בוידעם
ווי אויך די פאליש אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט האט מען הערליך רענאווירט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:49 pm
דורך אזוי וויל איך
בית המדרש הגדול דסאטמאר ב״פ (53)
נייע טשענדילערס
נדבת הרבני הנגיד ר׳ שמואל חיים בראך

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:53 pm
דורך גערעכטער
זעה איך אז באבוב 48 האט סקעפאלדינג ארום דעם בנין.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:06 pm
דורך אזוי וויל איך
גערעכטער האט געשריבן:זעה איך אז באבוב 48 האט סקעפאלדינג ארום דעם בנין.

זעט אויס אז די ביסט שוין נישט געווען דארט פאר א לאנגע צייט ווייל עס ליגט שוין דארט פאר יארן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 7:26 am
דורך שנאפס
וויען האט פיינעלי אראפגענומען די ווענט אויף ליע עוועניו, אבער די טרעילער שטייט נאך דארט און מ'קען נאך אלס נישט געהעריג אריבערגיין

#נאבעלע מענטשן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 7:28 am
דורך שנאפס
די לעקטערס אין ראדני פאליש זענען זייער שלעכט געמאכט, עס איז אריין אין די דאך און גאר שטארק

די דאך איז טונקל און אונטן קען מען ווערן בלינד פון די שטארקע לעקטער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:09 am
דורך בארג
שנאפס האט געשריבן:וויען האט פיינעלי אראפגענומען די ווענט אויף ליע עוועניו, אבער די טרעילער שטייט נאך דארט און מ'קען נאך אלס נישט געהעריג אריבערגיין

#נאבעלע מענטשן

א נארמאלע סייז מענטש קען פיין אריבערגיין דארט
אפילו א גאר ברייטער מענטש אויך



#האקט סתם

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 11:16 am
דורך איפה פייביש
בארג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וויען האט פיינעלי אראפגענומען די ווענט אויף ליע עוועניו, אבער די טרעילער שטייט נאך דארט און מ'קען נאך אלס נישט געהעריג אריבערגיין

#נאבעלע מענטשן

א נארמאלע סייז מענטש קען פיין אריבערגיין דארט
אפילו א גאר ברייטער מענטש אויך



#האקט סתם


שקר!! האסט פראבירט מיט א קעריטש אויך?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 12:08 pm
דורך שאינו יודע
מען קען נישט פראבירן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 1:44 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:די לעקטערס אין ראדני פאליש זענען זייער שלעכט געמאכט, עס איז אריין אין די דאך און גאר שטארק

די דאך איז טונקל און אונטן קען מען ווערן בלינד פון די שטארקע לעקטער

יאפ #היינטיגע סטייל. טונקעלע דאך.

אינטען קען מען בלינד ווערן חלילה, אבער נאר פאר א ביסל, די לעקטערס גיבן זייער שנעל נאך. געהערט האבעך אז עס קומט נאך קוואערס, קען זיין דאס וועט אביסן ברענגען די ליכטיקייט צום דאך.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 1:55 pm
דורך שאינו יודע
קליימער האט שוין איבערגעבויעט די דאך נאך די שריפה פרייטאג