שמחת עולם האט געשריבן:אוי איז דאס געווען א דמות, די לאנגע קיוויט איז נישט מער די זעלבע זייט ער איז נישט מער פארהאן.כלהכבוד האט געשריבן:לאמיר רעדן אביסעלע אנטווערפענע זכרונות....
ווער גדענקט די געשעפט פון יענקל באטשי (אדלער) ע"ה, אויף די Lange Kievitstraat ווי ער פלעגט ארויסנעמען די קעש געלט פון צווישן די שמאטעס?
אויכעט זיין אלטע ברומער? אוי איז ער איז געווען א בחנ'טע פארצייטישע איד ..
ער פלעגט מאכן אליינס וויין און אריינשיקן פאר אויסדערוועלטע קליענטן. הערצל שפירא ע"ה האט איהם אמאל געזאגט "יענקל, מיין סינק איז שוין שיכור פון דיין וויין..."
כ’ווייס נישט צו עטס ווייסט
אבער שבת נאכמיטאג פלעגט ער שוין קומען און בית המדרש צווייער נאכמיטאג און לערנען אזוי ביז מנחה
נישט איך נישט דיר נישט...