נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן, ענגלאנד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

soda water
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

דער עוילעם דא איז נאך אויף אדער שוין אויף??
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אריינמישן זאפארט די אמעריקאנע אמבאסאדע, ביידע קינדער זענען אמעריקאנע.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אינטערוויו: "א שמועס מיטן אייער סוחר", דער לאנדענער אייער סוחר ר' אליעזר האפמאן דערציילט אלעס ארום אייער, אינטערסאנטע עפיזאדן ארום די פארשידענע סארטן איייער און וואס גייט יעצט פאהר מיט די עולה-ויורד אייער פרייזן
מוצ״ש בא פ״ג
אייער סוחר ר' אליעזר האפמאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/77674
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די עולם טענה'ט לעצטענס, אז עס איז מאדנע, אז אין לאנדאן קאסט £3.60 פאר א דאזען אייער..
אבער אין מאנטשעסטער איז צעהן טעג צוריק אראפ די פרייז פון £2.40 צו £2.10 פאר א דאזען אייער.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
צור לציר
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 3:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צור לציר »

אנעים זמירות האט געשריבן:
חוץ פון האקען אויף 'כדתיא פלייש פירמע' וד"ל, וואס למשל קען מען טוהן? האט איינער עפעס פאקטישע געדאנקען אדער בלויז רודערען ביי קופקעס?
נאך פון די סעריע.
Screenshot_20230131-123231.png
Screenshot_20230131-123231.png (113.08 KiB) געזען 2855 מאל


Sent from my SM-G973F .
בלויז א מענטש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:39 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויז א מענטש »

דא א ביקור חולים קאמפיין אין לאנדאן יעצט, איינער מיט זייער עדס?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בלויז א מענטש האט געשריבן:
דא א ביקור חולים קאמפיין אין לאנדאן יעצט, איינער מיט זייער עדס?
viewtopic.php?p=4087132#p4087132
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בלויז א מענטש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:39 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויז א מענטש »

moishy56 האט געשריבן:
בלויז א מענטש האט געשריבן:
דא א ביקור חולים קאמפיין אין לאנדאן יעצט, איינער מיט זייער עדס?
viewtopic.php?p=4087132#p4087132
יישר!
זייער פאפירענע עדס איינער?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בלויז א מענטש האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
בלויז א מענטש האט געשריבן:
דא א ביקור חולים קאמפיין אין לאנדאן יעצט, איינער מיט זייער עדס?
viewtopic.php?p=4087132#p4087132
יישר!
זייער פאפירענע עדס איינער?
Linkit
https://www.dropbox.com/s/0pxxylatoaqfe ... d.pdf?dl=0
News Update
https://www.dropbox.com/s/atu1ry471o0jq ... 9.pdf?dl=0
Midweek
https://www.dropbox.com/s/dds0ku0yhkc79zs/448.pdf?dl=0
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קארן האט געשריבן:
אריינמישן זאפארט די אמעריקאנע אמבאסאדע, ביידע קינדער זענען אמעריקאנע.
אזוי?! נו וואס איז טאקע פשט אז מען מישט זיי נישט אריין?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
אריינמישן זאפארט די אמעריקאנע אמבאסאדע, ביידע קינדער זענען אמעריקאנע.
אזוי?! נו וואס איז טאקע פשט אז מען מישט זיי נישט אריין?
די גויאישע קאלטבליטיגע חברה דא טענה'ן, אז ביי גויים ווען א קינד שטארבט מאכט מען חקירות רואיג און שטייטערהייט במשך אפאר חדשים.
דא נאך די דריק פון די עסקנים און צוליב די רעליגיעזע געברויכען, מאכן זיי עס אביסל שנעלער.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

moishy56 האט געשריבן:
בלויז א מענטש האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
בלויז א מענטש האט געשריבן:
דא א ביקור חולים קאמפיין אין לאנדאן יעצט, איינער מיט זייער עדס?
viewtopic.php?p=4087132#p4087132
יישר!
זייער פאפירענע עדס איינער?
Linkit
https://www.dropbox.com/s/0pxxylatoaqfe ... d.pdf?dl=0
News Update
https://www.dropbox.com/s/atu1ry471o0jq ... 9.pdf?dl=0
Midweek
https://www.dropbox.com/s/dds0ku0yhkc79zs/448.pdf?dl=0
די עדס האט מען שוין געזען - יעצט דארף מען נאר אריינווארפן אפאר פונט פאר זיי!
https://charidy.com/bikurcholim
אוועטאר
בעלגישע אידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלגישע אידל »

אנעים זמירות האט געשריבן:
חוץ פון האקען אויף 'כדתיא פלייש פירמע' וד"ל, וואס למשל קען מען טוהן? האט איינער עפעס פאקטישע געדאנקען אדער בלויז רודערען ביי קופקעס?
איך פארשטיי טאקע נישט פשט פארוואס מאכט מען גארנישט ??? עס איז האר אויפשטעלענד, אין בעלגיע וואלט מען שוין לאאאאנג עפעס געטוהן דערצו (לפחות א פראטעסט :lol: )
ווי אזוי זאגט מיר איינער נעבעך סאים געשעהן 2 טראגעדיעס איינס. סאים אוועק א קינד צוויי. אין לונדון :roll: :roll: :roll:
אבער ערענטס גערעדט פארוואס איז דער עולם דא אזוי קאלטבלוטיג?????????????
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

בעלגישע אידל האט געשריבן:
קאלטבלוטיג?????????????
?
איינגעהאלטן !
אוועטאר
בעלגישע אידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלגישע אידל »

בריטישע קעניג האט געשריבן:
בעלגישע אידל האט געשריבן:
קאלטבלוטיג?????????????
?
איינגעהאלטן !
איינגעהאלטן???????????????????????
איינגעהאלטן פארוואס??? ווייל צוויי פון אונזער ברודער זענען נאך נישט געקומען לקבורה??? און היל"ת מגייט זיי שניידן ???
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

בעלגישע אידל האט געשריבן:
בריטישע קעניג האט געשריבן:
בעלגישע אידל האט געשריבן:
קאלטבלוטיג?????????????
?
איינגעהאלטן !
איינגעהאלטן???????????????????????
איינגעהאלטן פארוואס??? ווייל צוויי פון אונזער ברודער זענען נאך נישט געקומען לקבורה??? און היל"ת מגייט זיי שניידן ???
במילא קומסטו דא פארפירן, און יעצט גייט עס נישט געשען?

אויב קאנסטו העלפן גיי העלפן אבער שוין, אויב נישט אבער די נושא ברענט אין דיך נעם א תהילימ'ל און האנט און רייס איין,

סתם זיצן אויפן אינטערנעט און שרייען?

דא לאז ביטע מיט א געשמאקע רוהיגקייט. א דאנק
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

דיעגא האט געשריבן:
בעלגישע אידל האט געשריבן:
בריטישע קעניג האט געשריבן:
בעלגישע אידל האט געשריבן:
קאלטבלוטיג?????????????
?
איינגעהאלטן !
איינגעהאלטן???????????????????????
איינגעהאלטן פארוואס??? ווייל צוויי פון אונזער ברודער זענען נאך נישט געקומען לקבורה??? און היל"ת מגייט זיי שניידן ???
במילא קומסטו דא פארפירן, און יעצט גייט עס נישט געשען?

אויב קאנסטו העלפן גיי העלפן אבער שוין, אויב נישט אבער די נושא ברענט אין דיך נעם א תהילימ'ל און האנט און רייס איין,

סתם זיצן אויפן אינטערנעט און שרייען?

דא לאז ביטע מיט א געשמאקע רוהיגקייט. א דאנק
#בת היענה
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

אוי הייליגער באשעפער, האב שוין רחמנות !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאם אן??!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בעלגישע אידל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
חוץ פון האקען אויף 'כדתיא פלייש פירמע' וד"ל, וואס למשל קען מען טוהן? האט איינער עפעס פאקטישע געדאנקען אדער בלויז רודערען ביי קופקעס?
איך פארשטיי טאקע נישט פשט פארוואס מאכט מען גארנישט ??? עס איז האר אויפשטעלענד, אין בעלגיע וואלט מען שוין לאאאאנג עפעס געטוהן דערצו (לפחות א פראטעסט :lol: )
ווי אזוי זאגט מיר איינער נעבעך סאים געשעהן 2 טראגעדיעס איינס. סאים אוועק א קינד צוויי. אין לונדון :roll: :roll: :roll:
אבער ערענטס גערעדט פארוואס איז דער עולם דא אזוי קאלטבלוטיג?????????????
חחח

זאג נאר, כפרות קען מען שלאגן אין אנטווערפן? בהמות מעג מען שחט'ן? קען מען בכלל באגראבן טויטע דארט, אדער מען מוז זיך שלעפן צו א צווייטע לאנד? געב אכט אז מען זאל נישט אסר'ן תשליך נעקסט..

אה, אבער מיט עפעס א גאלד געשעפט, מיט זיי פירט מען א מערכה. נו נו..

(און לאמיר נישט פארגעסן, ווען עס איז געווען די גזירות הגיוס, און אין די גאנצע וועלט איז פארגעקומען ריזיגע פראטעסטן דורך אלע שיכטן און קרייזן, און מען האט געוואלט מאכן א פראטעסט אין בריסל פאר די אי יו, האבן די אנטווערפענע אידן עפעס געהאלפן, אדער גאר געשטערט די פראטעסט?)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הצלת הישיבות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת הישיבות »

נתוחי מתים.
מפרעגט דא פארוואס זיצט מען רוהיג, קאלטבליטיג וכו'. די תירוץ איז פשוט, יעדער ראליסטישע פעולה וואס די עסקנים האבן געקאנט טוהן האט מען שוין פראבירט, אין ב"ה מהאט מצליח געווען אין רוב לעגאלע קאמפן.

פרעגט זיך די שאלה, פארוואס ווארט מען אזוי לאנג? פארוואס ליידער קומט מען אסאך מאל אן צו בז' המת?

כדי דאס צו פארשטיין ברויך מען מסביר זיין די סיסטעם און אויך וואסארא לעגאלע קאמפן מען האט שוין געקעמפט.

אין ענגלאנד -אזוי ווי אין אנדערע לענדער- כדי צו באגראבן אן נפטר, ברויך מען א טויט שיין פון די קאנסיל (אין העקני באקומט מען עס אין 1 הילמען סטריט).
כדי צו באקומען א טויט שיין, דארף מען אדער א צעטיל פון די שפיטאל טשאפלין אדער דאקטער וכדו' אז דער פארזאן איז טויט, און די סיבה פון זיין טויט.
אויב אבער איז א פארזאן אוועק פריצייטיג אן קיין הסבר, דאן גייט דאס צום קאראנער, און זי האט איר פליכט קלארצושטעלן פארוואס דער איז געשטארבן. צימאל פעלט זיך אויס ניבל המת, אין צימאל איז גענוג אז מווייזט אויף מיט cctv אז א קניידל האט ארויסגעבאונסט פון די זופ טעלער צילענדוג אין זיין קאפ.
בקיצור, זי דארף קענען זאגן מיט קאנפידענס וואס זי האלט איז די טויט סיבה.
איר מאכט איז אין קאטעגאריע פון א שופט/שופטת.

המשך יבא.....
לעצט פארראכטן דורך הצלת הישיבות אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 9:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מען דארף אויך מעורר זיין אויסלענדישע באזוכער זיך ארויסצושרייבן פון די אטאמאטישע נדבות.
איינער וואס האט אריינגעגעבן אז ער וויל נישט מען זאל אים באדערן מאכט מען נישט קיין פראבלעמען.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הצלת הישיבות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת הישיבות »

נתוחי מתים המשך

מיר פארמאגן דאהי א קאראנער וואס כשמה כן היא. מרי העסעל (ביטערע hassel). מיר האבן געהאט דריי ספעשיפישע פראבלעמען מיט איר
א) אמאל פלעגט זי שניידן כל הבא לידה, אפי' אין אופנים וואס מען האט געהאט ראיות אויפן טויט סיבה, אדער ווען מען וואלט געקענט דערגיין די זאך מיט א ct scan אדער אן mri.
ב) זי געהאט א פאליסי אז ווער עס איז ערשט אין די שורה ווערט ערשט ג'ניבל'ט. ד.מ. אז אויב איז געווען 20 גוים אין די רייע (למשל נאך האלידעי), האט די יוד געדארפט ווארטן אין די רייע.
ג) זי ענדיגט איר ארבייט 4.00 און וועט נישט בלייבן א מינוט לענגער. אזוי אויך איז איר אפיס פארמאכט זינטאג אין באנק האלידעי.

ביי די פרשה פון ר' מרדכי ווייס זצל, האט די משפחה מיט די הילף פון ר' אשר גראד זיך געראנגלט מיט איר אז זי דארף קודם פראבירן זעהן צו זי קען פעסטשטעלן זיין אומקום דורך א סקען.
עס איז געגאנגן צו היי קארט אויף אן אינדשאנקשון (עיקול). אני הקטן בין געווען אין די קארט רום בשעת די קעיס איז געהערט געווארן. די קארט האט טאקע געפסקנט אז זי מוז קודם פראבירן אנדערע מהלכים, און זי מוז רעספעקטירן די רעליגיע ווילאנג זי קען דורך דעם טוהן איר פליכט.

איך געדענט אז אינמיטן די טענהרייען האט די מכשפה געזאגט פארן דשאדש, "איך בין א דשאדש, אין איך בין דער וואס דארף פסקנן וואסארא מעקעניזם מען ניצט פעסטצושטעלן טויט סיבות". די דשאדש האט איר אבער אפגעענפערט פארביסענע הייט "דא אין היי קארט בין איך די דשאדש, און איך וועל מחליט זיין". וכדי בזיון וקצף.
איך האב אויך מיטגעהאלטן ווי הרה"ג ר' שלום פריעדמאן איז צוגעגאנגן צי איר נאכן קארט (בערך 3.30) פרעגן אויב מקען נאך מאכן די סקען היינט. זי האט געקוקט אויפן זייגער אין געזאגט 4.00 ענדיגט זיך מיין טאג (זאל זיך איר טאג שוין ענדיגן אויף אייביג. אמן).
שפעטער איז די פסק באפעסטיגט געווארן ביי א דשעדישל ריוויא.

די נעקסטע דשעדישל ריוויא איז געווען בנוגע די שורה ווארטן.
מרת צימערמאן פון אגודה און עדת האבן אריינגעגבן א קלאגע קעגן די פאליסי. מרת צ האט געטענהט אז זי שלאפט נישט ביינאכט נישט וויסנדיג ווי לאנג ... וועט דארפן ווארטן אויף קבירה (די טענה האט איר בארעכטיגט צו קלאגן).
די קאראנער האט געפייט מיט ציין אין נעגל, אבער די טשעיף קאראנער האט מיטגעשטומט מיט אונז. און נצחני עוד הפעם. די קארט האט געפסקנט אז יודן און מאזלימס קומען קודם.

(אויף after hours איז נאך קיין קארט נישט געווען, מיר וועלן מסביר זיין פארוואס).

פרעגט זיך די קשיא, וואסי פשט מזעהט נישט אן רעזאלטאטן פון די נצחונות?

המשך יבא
לעצט פארראכטן דורך הצלת הישיבות אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 9:33 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
הצלת הישיבות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת הישיבות »

נתוחי מתים המשך ג'

די תירוץ איז. עבדים היינו לפרעה במצרים.

קודם כל, די עיקר פראבלעם וואס מען האט היינט איז, 1) ווען איינער גייט אוועק פרייטאג, דאן ווארט מען מינימום ביז מאנטאג. 2) ביי קינדער ווארט מען זייער לאנג און ליידער איז נישט גרינג צו מנוע זיין נ המת.

די after hours and weekend פראבלעם איז, אז עס האט נישט מיט געזעץ. געזעצליך קען מען נישט צווינגן א פארשוין צו ארבייטן אינדרויסן די נארמאלע ארבייט שעות. כדי צו ארלעדיגן after hours service דארף מען ערלעדיגן פאנדינג פאר א שטאב מיט ארבייטער (קצבים), וואס זענען גרייט צו ארבייטן חוה"מ. די פאנדינג קען נישט קומען פון פריוואטער מענטשן. די פאנדינג דארף קומען פון העקני קעמדען און טאווער העמלעטס (אזוי דאכט זיך מיר), און זיי דארפן דאס באקומען פון די central גאווערמענט.
ועוד קשה, דארף מען אריינשטעלן א after hours קאראנער. דאס איז שוין נאכמער קאמפליצירט, ווייל מיט דעם טרעט מען אויף העסלס מאכט. זי וועט דאס נישט אדורך לאזן גרינג. בקיצור, עס איז קאמפליצירט.

ווען אימער א קינד קומט אריין, קודם ווארט זי ביז פאליציי געט איר א רעפארט וואס זיי ווילן איר צו פעסטשטעלן, אדער וואסארא חששות זיי האבן. (ביי יעדער קינד טויט ווערט פאליציי אינוואלווד).
ווען זי באקומט שוין די רעפארט, לאזט זי וויסן פאר חברה קדשה א טאג צוויי שפעטער אז נאכן איבער קוקן די רעפארט גייט זי טוהן די אין די פראצעדור. אויב בעט די ח"ק צו מאכן א סקען קודם, ענפערט זי א טאג צוויי שפעטער אז זי האט באשטעלט א סקען סלאט אויף נעקסטע וואך דינסטאג. סהעלפט נישט אויב אפערט מען איר א סלאט אין אן אנדערע שפיטאל.
דערנאך איז זי מחליט אויב זי איז צופרידן פון די סקען. אויב נישט דאן ליידער... אויב יא קען מען ענדליך מאכן הטוב והמטיב כהרוגי ביתר.

איז הגם מיר זענען די ערשטע אין די ליסטע, אבער היות מיר פארלאנגן קודם א סקען, ניצט זי דאס אויס צו שלעפן די צייט. בעיקר ביי קינדער אדער ווי אימער פאליציי איז אינוואלווד.

ובלע המוות לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
לעצט פארראכטן דורך הצלת הישיבות אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 9:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הצלת הישיבות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת הישיבות »

ני, קען איינער זאגן אז מען איז קאלטבליטיג? אז משלאפט?
האט איר אן עצה?

אין אמעריקע וואלט געווען א פרעס קאנפערענס, אין געשטעטנער וואלט אריינגעפליקט די פאלטישן, דאס אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”