למעשה איז נישט אזוי פשוט, מען דארף נאך אסאך רחמים.
די אמעריקאנע וויזע האט געלעזט די קלענסטע טייל פון די דילעמע. מען דארף נאך ריקן גרויסע ווענט אז די ענגלישע בעלי גאוה זאלן זיך זיין גרייט צו ברעכן און אנעמען די פארשלאג שוין מיט די אזוי באשטעטיגטע וויזע. אין פאקט האט שוין א"י געגעבן איינטריט א לאנגע צייט צוריק און עס האט נישט קיין סאך אויפגעטון.
ווי ס'האט זיך געדרייט אן אומבאשטעטיגטע שמועה האט די היי-קאורט אפגעווארפן די אפיעל און עס וועט דארפן גיין אין סופרים קאורט מיט די האפנונג אז זיי וועלן יא ארויסצייגן מער סימפאטיע פאר רעליגיעזע פרייהייט און דעמאקראטישע רעכטן צו לאזן עלטערן באהאנדלן די געזונט צושטאנד פון זייער אייגענע פארמעגן.
די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל פון די ערשטע מינוט, דאס אז א ריכטער האט א ווארט העכער פון די עלטערן ווען עס קומט צו א דעבאטע אויב מען זאל טראספארטירן דאס קינד איז עפעס וואס איז זייער נישט קיין גוטע צייכן. אז זיי ווילן נישט ווייטער אויסהאלטן קען מען זיי נאך דן זיין, אבער פארוואס אין די וועלט זאלן זיי צוריקהאלטן א טאטע פון טראגן זיין קינד אין א צווייטער לאנד וואס איז גרייט צו אנטפאנגען מיט ביידע ארעמס?
דאס אזא ריכטער לערנט אפ רעליגיעזע באדערפענישן ווי עביוזיוו און ער נוצט געזעץ צו שטיין העכער איז א רוחניות'דיגע סכנה פאר די צוקונפט. זאל די אויבערשטער האלטן די רעכטע האנט.