יענקל פאטאש האט געשריבן:טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װאו קען מען גײן שװימען?
איז ר.ס.ס. שױן צוריק אפן?
ווייסט איינער פון א פלאץ צו שווימען אינמיטן די וואך?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
יענקל פאטאש האט געשריבן:טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װאו קען מען גײן שװימען?
איז ר.ס.ס. שױן צוריק אפן?
בערל עושר האט געשריבן:יענקל פאטאש האט געשריבן:טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װאו קען מען גײן שװימען?
איז ר.ס.ס. שױן צוריק אפן?
ווייסט איינער פון א פלאץ צו שווימען אינמיטן די וואך?
פומפדותא האט געשריבן:לאמיר אביסל דערציילן וואס עס האט פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר, מיר גייען אנהייבן ביי מעיאר זשעזמין (jasmin), זשעזמין איז א שווארצע פרוי וואס איז געוועהן די מעיאר פון ספרינג וואלי, זייער א פיינער פרוי מען האט געהאט פון איר אסאך טובות
תענית חלום האט געשריבן:ווייסט איינער פון א טעקנישאן וואס קען פאררעכטן עיר קאנדישאן׳ס? א ווינדוי יוניט, נישט סענטרעל
א דאנק
פומפדותא האט געשריבן:בלייבט איבער א סעריע מיט קשיות פאר די קאמפיין פירערס:
פארוואס נישט שטיצן שזעזמין אלס הכרת הטוב און פיוס נאך וואס מען האט איר אזוי שלעכט באהנדעלט?
פארוואס נישט שטיצן דעמעזעי אלס הכרת הטוב ווען ער האט זיך אנגענומען פאר אונז קעגן עד דעי, און א דאנק איהם זענען די מוסדות התורה געבליבן אפען?
פארוואס ווען יוסף הערש איז געלאפן פאר מעיאר האבן ענק נישט געוואוסט צו דערציילן אז ער איז געוועהן דער ערשטער היימישע טראסטי?
פארוואס רעדן ענק נאר אז דעמעזעי איז א משוגענער, אבער דערציילן נישט וואס פאר א טאטאל פארוקטער סיימאן איז?
פארוואס רעדן ענק אז מען האט ארעסטירט דעמעזעי פאר איין טאג, אבער דערציילן נישט אז ענקער קארופטירטער פריינט פאנוויל האט באקומען א יאר תפיסה?
פארוואס פילן ענק אן בלעטער צו דערשרעקן דעם ציבור וועגן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וואלי וואס קיין איין קאנדידאט רעדט יעצט נישט דערוועגן, דאס לעצטע מאל מען האט גערעדט דערוועגן איז געוועהן פיר יאר צוריק?
צום שליסונג, ענק האבן אנגעפילט בלעטער מיט טיילוואזע שקרים אדער פארדרייטע פאקטן, אבער נישט געווידמט קיין טראפקעלע טינט צו זאגן מיט וואס ענק פלאנען צו בעסער מאכן ספרינג וואלי, עס שרייט פון זיך אליין אז ענק אינטערסירט בכלל נישט די וואויל זיין פון די איינוואוינער פון דעם שטאט
אמת אמת אמת האט געשריבן:איטרעסאנטע ענעקדאט: כהאב נישט באקומען קיין שום צעטל פון מיינע קינדערס מוסד, כהאב געפרעגט מיין חבר זאגט ער מיר זיין מוסד האט אויך נישט....
כהאב אנגערופן די מנהלי המוסדות וואס איז פשט? זאגן זיי מיר קלאר און דייטליך, זיי האבן געהאט פארקערט פון... פון די טראסטי וכו' ודי , ע"כ שיקן זיי בדווקא "נישט אהיים" קיין צעטלעך אבער "איתמחי גברא" ר' יוסף הערש גראס JOSEPH GROSS איז געווען א אוזן קשבת און ארויסגעהאלפן יעדע יחיד און די כלל ווען איר איז געזיצן דארט מיט יארן צוריק אלס טראסטי, אלזו זאל מען ארויסקומען שטימן פאר אים מיט אלע כוחות! מיר מוזן אים האבן צוריק דארט!
Shuli האט געשריבן:
גא"מדניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין נישט קיין פאליטישאן, כקעען נישט די חברה וואס לויפן און זיצן, אבער יוסף הערש גראס קאן איך פערזענליך, און איך זאג אז ער איז א זעלטנהייט פון א לב טוב! א הארץ פון גאלד.
בבקשה האט געשריבן:ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?
עפעס אנדערש האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן:ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?
אדער יא אדער נישט.
עס האט געכאפט דיין אטענטשען? דאס איז דער עיקר.
בבקשה האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן:ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?
אדער יא אדער נישט.
עס האט געכאפט דיין אטענטשען? דאס איז דער עיקר.
קוקט נישט עכט אויס אז ס׳איז עפעס ערענסט, בכלל בין איך מחולק מיט די גאנצע געדאנק אז א ווארד סיסטעם איז שלעכט. ס׳קען זיין שלעכט, אבער ס׳איז נישט מוכרח אז ס׳איז שלעכט.
עפעס אנדערש האט געשריבן:יתכן, אבער דער עצם געדאנק ווער עס וויל עס זאל זיין א ווארד סיסטעם, צייגט אויף עפעס. דער זעלבע זאך מיט די איסט ראמאפא ווארד און מאניטאר מוז אויך נישט זיין אז עס איז א געפערליכע זאך, אבער צוזעהנדיג ווער עס וויל עס, ווייזט עס אויף די כוונה דערפון, און דאס איז צו איבערקומען אונזער איינפלוס.
פומפדותא האט געשריבן:איך האב דעם שבת געזעהן אין ביהמ"ד א אויסגאבע וועגן די וואלן אין מאנסי, איך בין ערשטוינט וואו אזוי מען חזר'ט איבער די אלטע scare-tactic סטראטעגיע און מען שרייט "צד שכנגד" בו בזמן וואס עס איז נישט דא קיין צד שכנגד, סכה"כ אפאר מענטשען געשטיצט ביי די זעלבע וואס האבן חרוב געמאכט אונזער שטאט ווילן ערוועלט ווערן פאר א פאליטשע פאזיציע דרייט מען אן א קאשע כאילו איינער ווי אונז אונטעברענגען.
און כדאי צו שטיפן זייער אגענדע דערציילן זיי וואס עס האט אלס פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצעטערע יארן, פארשטייט זיך אז זיי דערציילן נאר וואס עס שמעקט זיי, דעריבער האב איך באשלאסן צו דערציילן וואס עס האט באמת פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר.
לאמיר אביסל דערציילן וואס עס האט פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר, מיר גייען אנהייבן ביי מעיאר זשעזמין (jasmin), זשעזמין איז א שווארצע פרוי וואס איז געוועהן די מעיאר פון ספרינג וואלי, זייער א פיינער פרוי מען האט געהאט פון איר אסאך טובות, ויהי היום די רעגירונג האט איר אונטער געריקט א שוחד פרשה און זי איז ארעסטירט געווארן און געזיצן אין תפיסה, ליידער איז געוועהן יד ישראל באמצע ואכמ"ל.
שפעטער איז פארגעקומען פריימעריס און וואלן פאר די מעיאר זיץ, מיר גייען רעדן פון דריי קאנדידאטן וואס זענען געלאפן פאר מעיאר, יוסף הערש גראס, פאנוויל (fonvil), דעמעזעי (Demeza).
עס איז געוועהן מאנכע וואס האבן געהאט טענות אויף יוסף הערש'ס קאנדידאטור פאר מעיאר, ווייל עס וואלט אויסגעקוקט כאילו די אידן האבן פלאנירט א אקציע צו איבערנעמען די וויליזש (קודם האבן זיי ארעסטירט די מעיאר און יעצט רוקן זיי אריין זייערס א מענטש צו איבערנעמען די פאזיציע), למעשה האט יוסף הערש פארלוירן אין די פריימעריס ווייל........איר האט גוט צוגעטראפן, ער האט זיך נישט פארטראגן מיט א דיוועלעפער(ס).
די אפעציעלע פאלאקאטן פון די עשקנים איז געוועהן אז מען זאל שטיצן פאנוויל, נאך די פריימעריס וואס יוסף הערש האט פארלוירן האט ער אינדאסירט דעמעזעי פאר מעיאר, למעשה האט דעמעזי געוואונען און געווארן מעיאר.
דעמעזעי איז א טאטאל משוגענער אבער מיט א גוט ווארט אדער אביסל חנופה האט מען פון איהם אלעס באקומען, אלע עסקנים און מוסדות התורה (חוץ געוויסע בילדערס) האבן געהאט ביי איהם א אפענע טיהר, ווען עד דעי האט באקומען די רעכטן צו מאכן פייער אינספעקשאן'ס און געסטראשעט צו אפשפארן אלע מוסדות התורה היל"ת האט ער זיך ספעציעל אנגעטשעפעט אין די טרעילארס וואס מען האט גענוצט פאר קלאס צימערן, דענסמאל האט דעמעזעי זיך ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט און געגעבן CFO'S פאר אלע מוסדות התורה טראצדעם וואס מען האט איהם געסטראשעט מיט תפיסה אויב ער טוהט עס.
צוריק צום וויליזש אפיס דא איז געשעהן א טיילונג, די מעיאר דימעזעי מיט אפאר טונקעלע טראסטיס אויף איין זייט, און פאנוויל מיט זיינע חברים אויך טונקעלע אויף די צווייטע זייט, און אונזער אשר גראסמאן איז געוועהן אויף פאנווילס זייט, למעשה האט מען זיך געריסן ביי די קעפ און די וויליזש איז געוועהן אויף גרידלאק, בנוסף לזה האט אשר גראסמאן גערופען דעמעזעי אין געריכט, עס איז דורך א שטיק צייט און פאנוויל איז ארעסטירט געווארן.
דערנאך איז געקומען די נעקסטע סעריע וואלן, די מוסדות התורה האבן געשטיצט דימעזעי ווייל זיי האבן געהאט טובות פון איהם, און די בילדערס האבן געפונען א צווייטן טאטאל משוגענער מיט'ן נאמען Alan Simon אז ער זאל לויפן פאר מעיאר, (סיימאן איז געוועהן א לאקאלער זאזש וואס האט פארלוירן זיין לייסענדס ווייל ער האט זיך אויפגעפירט וואו א מטורף) נו ווער האט געוואונען די וואלן?... ווער עס האט די מאה... מען האט אנגעקלעפט פאלאקאטן אין די גאנצע שטאט און רוב ציבור האט נישט געכאפט וואס דא גייט פאר און סיימאן איז געווארן מעיאר.